"דער בלאט" הייבט די פרייז צו $3

די אחראים: אחראי, געלעגער

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יולי 08, 2019 2:56 pm

נעכטן האט געשריבן:דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...

דער טאר נישט מתפלל זיין פאר פרנסה...

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג יולי 08, 2019 3:05 pm

נעכטן האט געשריבן:דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...


ריכטיג, אבער צומאל שרייבט די משפחה אדער א נאנטער אן אייגן ארטיקל, און דער שרייבער ארבייט עס בלויז איבער, געוואנדן לויט די אומשטענדן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » מאנטאג יולי 08, 2019 3:06 pm

א שרייבער האט די רעכטן פון זיינע ארטיקלען. מ'צאלט פעניס ווייל די אויסגאבעס האבן נישט די רעכטן פון די ארטיקלען.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג יולי 08, 2019 3:12 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...


ריכטיג, אבער צומאל שרייבט די משפחה אדער א נאנטער אן אייגן ארטיקל, און דער שרייבער ארבייט עס בלויז איבער, געוואנדן לויט די אומשטענדן.

כ'קלער מעגליך אין אזא פאל שטייט א נאמען אדער פענאמען פאר'ן ארטיקל. מזעט צומאל שטיין ''באשריבן דורך...''

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג יולי 08, 2019 3:26 pm

געדענקט זיך גוט ווען דער בלאט האט געמאכט א פיקטאריעל מיט א גאנצע פעידזש פול מיט נייעס וואס דער איד האט גע׳לקח׳ט פון זיי - קאפי-פעיסט.

יעדער לקחט פון אנדערן אן רחמנות, הערט אויף מיט די קינדערייען ביטע.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3841
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 3:46 pm

קיסריה האט געשריבן:געדענקט זיך גוט ווען דער בלאט האט געמאכט א פיקטאריעל מיט א גאנצע פעידזש פול מיט נייעס וואס דער איד האט גע׳לקח׳ט פון זיי - קאפי-פעיסט.

יעדער לקחט פון אנדערן אן רחמנות, הערט אויף מיט די קינדערייען ביטע.

איך געדענק לעצטע יאר איז ארומגעפארן א' שלח פראפאגאנדע וואס איז געווען קאפי פעיסט פון די בארקלעיס כינוס פראפאגאנדע פון א יאר פריער, אבער ווארט ביי ווארט...
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מאנטאג יולי 08, 2019 4:03 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:געדענקט זיך גוט ווען דער בלאט האט געמאכט א פיקטאריעל מיט א גאנצע פעידזש פול מיט נייעס וואס דער איד האט גע׳לקח׳ט פון זיי - קאפי-פעיסט.

יעדער לקחט פון אנדערן אן רחמנות, הערט אויף מיט די קינדערייען ביטע.

איך געדענק לעצטע יאר איז ארומגעפארן א' שלח פראפאגאנדע וואס איז געווען קאפי פעיסט פון די בארקלעיס כינוס פראפאגאנדע פון א יאר פריער, אבער ווארט ביי ווארט...

שקר

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3841
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 4:20 pm

green sunday האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:געדענקט זיך גוט ווען דער בלאט האט געמאכט א פיקטאריעל מיט א גאנצע פעידזש פול מיט נייעס וואס דער איד האט גע׳לקח׳ט פון זיי - קאפי-פעיסט.

יעדער לקחט פון אנדערן אן רחמנות, הערט אויף מיט די קינדערייען ביטע.

איך געדענק לעצטע יאר איז ארומגעפארן א' שלח פראפאגאנדע וואס איז געווען קאפי פעיסט פון די בארקלעיס כינוס פראפאגאנדע פון א יאר פריער, אבער ווארט ביי ווארט...

שקר

קוק אין אישי.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 08, 2019 4:24 pm

ס'וואלט אינטערסאנט געוועזן צו וויסן וואס די ענפערסט
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

יליד אונגארן
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

תגובהדורך יליד אונגארן » מאנטאג יולי 08, 2019 4:35 pm

נעכטן האט געשריבן:דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...

אגב דאגב, לעצטענס בינעך געווארן אריינגערופן צו א בית אבל ל"ע משלים זיין מנין פאר שחרית, האטצעך דארט אויפן טיש צווישן די מזונות, צדקה בעקעלעך, מתעסקים סידורים, 7 טאגיגע לעכט, משניות צעטל, אויך געוואלגערט א צעטל פון "דער איד", אזא פארום אוסציפילן מיט אפאר בעסיק שאלות, ווי די נעמען פונעם עלטערן פונעם נפטר, פון ווי מ'קומט פונדערהיים, וועלכע ישיבה מ'האט געלערנט, ביי וועלכן צדיק זיך געדרייט, ווי איז מען געווען אין די מלחמה יארן, וכדו' וכדו', ס'האט שוין געהאט האלבע אינפערמעישן און ליידיגע ליינס פאר די בני משפחה אריין צו פילן די בלענקס

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יולי 08, 2019 4:37 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ס'וואלט אינטערסאנט געוועזן צו וויסן וואס די ענפערסט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3841
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 4:39 pm

מי יודע האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:ס'וואלט אינטערסאנט געוועזן צו וויסן וואס די ענפערסט

געשיקט אין אישי א לינק וואו ער קען זען די ק"פ. לענ"ד איז נישט לפי רוח המקום צו לייגן דא.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 08, 2019 4:52 pm

כ'וואלט געוואלט זען די עקטשאל איד פון יענע שלח
נישט קיין ק/פ
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג יולי 08, 2019 4:55 pm

לא לנו האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...

דער טאר נישט מתפלל זיין פאר פרנסה...

וואס עפעס יצחק מרדכי בראך זאגט ער בעהט
אז שטארבן שטארבט מען עניוועי זאל שוין דער וואס שטארבט ניצן יראים טשאפעל
אזוי איז אויך ביי די שרייבער
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3841
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 5:01 pm

ניס קראכער האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט זען די עקטשאל איד פון יענע שלח
נישט קיין ק/פ

דער לינק פירט צו קאפיס פון ביידע.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג יולי 08, 2019 5:15 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט זען די עקטשאל איד פון יענע שלח
נישט קיין ק/פ

דער לינק פירט צו קאפיס פון ביידע.

כווייס נישט וואס די לינק זאגט. אבער כפי ידיעתי האט די כינוס געניצט די זעלבע שרייבער ווי די בארקלעיס! ממילא איז שוין אלעס פארענטפערט.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3841
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג יולי 08, 2019 5:16 pm

טעם וריח האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט זען די עקטשאל איד פון יענע שלח
נישט קיין ק/פ

דער לינק פירט צו קאפיס פון ביידע.

כווייס נישט וואס די לינק זאגט. אבער כפי ידיעתי האט די כינוס געניצט די זעלבע שרייבער ווי די בארקלעיס! ממילא איז שוין אלעס פארענטפערט.

זייער מסתבר.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 08, 2019 5:57 pm

נעכטן האט געשריבן:דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...


נישט ממש, זיי האבן עטליכע שרייבערס דערויף און ווער עס האט די מערסטע צייט יענע וואך מאכט די מערסטע סחורה.
אגב, כ'ווייס נישט צו 'נאך די לוי''... די שמחות עכ"פ ווערן זיכער באשריבן נאך פארדעם, בידיעה ברורה, עס ווערט נאר אריינגעפילט נאכדעם די כיבודים וכו'.

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג יולי 08, 2019 10:25 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:צ/ק
דער בלאט האט די וואך אינעם אוצר אפטיילונג געהאט ציטירט אין אן ארטיקל קאפי פעיסט פון אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין איינע פון די אנדערע אידישע אויסגאבעס.
רוב ארטיקל איז געווען קאפי פעיסט מילה במילה.
דעריבער מיין איך אז כדי אז דער פרייז פון דער בלאט זאל רעדוצירט ווערן צו כאטש האלב. א שאד צו צאלן דאפלט פאר די זעלבע חומר...


קוגל מיט פיקל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:פון וועלכע ארטיקל רעדט איר?

דער אמת איבער קאצק

די ארטיקל האט געשריבן יוסף לייב יאקאב, ער שרייבט יעדע וואך אין דער בלאט, פון ווי האט ער ק/פ די ארטיקל אויב מעג איך פרעגן??
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 09, 2019 11:33 am

דער קיגל מיט פיקל האט פראבירט צו מאכט א שטורם אין אפגעיופעצט פון דא

כ'האב נעכטן נאכט גענומען די מוה נאכצוקוקן דעם ארטיקל, זע איך קודם אז יוסף לייב יאקאב האט עס געשריבן
ווי איך קען יוסף לייב מיט זיינע ארטיקלען ברויך ער נישט צוקומען נאכצושרייבן יענעם'ס סחורה, דער ברענגט וואך איין וואך אויס זאפטיגע ארטיקלען, צו איז עס אינטערוויוס מיט פערזענדליכקייטן, צו איז עס סתם אינטערסאנטע ארטיקלען
סאו דער שרייבער אליינס האט מיר געהויבן ברעמען אז ער זאל ברענגען יענעמ'ס סחורה

דערווייל ווארט מיר נאך אויף אן ענפער ווי ס'איז געלאפן דער ארטיקל

אגב די ארטיקל איז באזירט אויף א נייע ספר וואס איז ארויסגעקומען, וואס אפילו תמצא לומר אז ס'איז נאכגעקאפיט קען עס זיין באצאלט דורך'ן מוציא לאור פונעם ספר
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
פרייזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דינסטאג יולי 09, 2019 12:42 pm

איינער האט א ליסט ווי מען קען קויפ'ן די בלאט און די קאנטרי ?? שכח

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דינסטאג יולי 09, 2019 12:51 pm

ניס קראכער האט געשריבן:דער קיגל מיט פיקל האט פראבירט צו מאכט א שטורם אין אפגעיופעצט פון דא

כ'האב נעכטן נאכט גענומען די מוה נאכצוקוקן דעם ארטיקל, זע איך קודם אז יוסף לייב יאקאב האט עס געשריבן
ווי איך קען יוסף לייב מיט זיינע ארטיקלען ברויך ער נישט צוקומען נאכצושרייבן יענעם'ס סחורה, דער ברענגט וואך איין וואך אויס זאפטיגע ארטיקלען, צו איז עס אינטערוויוס מיט פערזענדליכקייטן, צו איז עס סתם אינטערסאנטע ארטיקלען
סאו דער שרייבער אליינס האט מיר געהויבן ברעמען אז ער זאל ברענגען יענעמ'ס סחורה

דערווייל ווארט מיר נאך אויף אן ענפער ווי ס'איז געלאפן דער ארטיקל

אגב די ארטיקל איז באזירט אויף א נייע ספר וואס איז ארויסגעקומען, וואס אפילו תמצא לומר אז ס'איז נאכגעקאפיט קען עס זיין באצאלט דורך'ן מוציא לאור פונעם ספר

זעט אויס "דער אידס" געהכערטע פרייז צי $4 האט זיך נישט אויסגעצאלט גייט מען מען האקן אויפן קאמפעטישן

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דינסטאג יולי 09, 2019 12:54 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:דער איד האט א דעזיגנירטע שרייבער פאר נפטרים. זיי קענען קאלן גלייך נאכן לויה ''העלא דא רעדט מען פון דער איד מיר ווילן באשרייבן...


נישט ממש, זיי האבן עטליכע שרייבערס דערויף און ווער עס האט די מערסטע צייט יענע וואך מאכט די מערסטע סחורה.
אגב, כ'ווייס נישט צו 'נאך די לוי''... די שמחות עכ"פ ווערן זיכער באשריבן נאך פארדעם, בידיעה ברורה, עס ווערט נאר אריינגעפילט נאכדעם די כיבודים וכו'.

זיי האבען 1 שרייבער הרב שניצלער פארדעם, אבער ער גיבט נאר א מינימום באשרייבונג, פאר א פאר דאלללער קעגן די משפחה באקומען א לענגערע הערכה פין די בעסיק (אין פארשטייט זיך אז די משפחה קען טוהן דערמיט וואס זיי ווילן)

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דינסטאג יולי 09, 2019 1:02 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט זען די עקטשאל איד פון יענע שלח
נישט קיין ק/פ

דער לינק פירט צו קאפיס פון ביידע.

מ'קען מיינען... זיי האבען נאכגעברענגט די זעלבע פאראגראף צווישן פולע ביי א געוויסע ארטיקעל וואס יענע פאראגראף האט דער איד געהאט ביי די 'בריווען צום איד', סתם אויפגעבלאזען

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3841
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יולי 09, 2019 1:04 pm

סעטינגס האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט זען די עקטשאל איד פון יענע שלח
נישט קיין ק/פ

דער לינק פירט צו קאפיס פון ביידע.

מ'קען מיינען... זיי האבען נאכגעברענגט די זעלבע פאראגראף צווישן פולע ביי א געוויסע ארטיקעל וואס יענע פאראגראף האט דער איד געהאט ביי די 'בריווען צום איד', סתם אויפגעבלאזען

מער ווי איין פאראגראף. און ווארט ביי ווארט.

אויפגעבלאזן? וואס האב איך געשריבן אנדערש?
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט