קול מבשר ביזנעס אפטיילונג - עקספיריענס און סוקסעס (135)

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג יוני 27, 2014 7:08 am

גרויזאמער האט געשריבן: עס צו דאונלאודען און אויסהערן.

אדער א לינק, אדער עטליעסט זאג אז סאיז נישטא קיין לינק, פארוואס אנציען דעם עולם

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג יוני 27, 2014 9:26 am

גרויזאמער האט געשריבן:לדעתי א שטיקל מיסטעיק ארויפצולייגן דעם אינטערוויו. איך וויל נישט אוועקמאכן דעם הרוצה בעילום שמו, אבער ער קומט נישט אריין קלאר… עס איז דא מענטשן וואס קענען זיך נישט די בעסטע עקספלעינען ביים רעדן א דרשה כאטש זיי האבן עכט גוטע פוינטס… (איך למשל בין אזוי, ביים שרייבן וועל איך יא קענען).

בעצם די פאקט אז עס איז הרוצה בעילום שמו איז שוין א גרויסע מיינעס, אבער דאס וואלט איך מוותר געווען אויב ער זאגט איבערמעכטיגע זאכן. אבער איך האב נישט קיין שום ראיה פון זיין אינטערוויו אז מען רעדט נישט פון א פרישע כולל אינגערמאן וואס האט באשלאסן אז ער גייט אויסלערנען פאר קול מבשר צוהערער וויאזוי ער קוקט אן די עולם הביזנעס… (כאטש ער זאגט אז ער איז שוין 5 יאר אין די ליין).

איך וואלט רעקאמענדירט אויסצולאזן א וואך ליבערשט ווי סערווירן …… , ווייל עס ספוילט די טראסט וואס מען האט אין די אפטיילונג. ביז יעצט האב איך עס גאר שטארק ארויפגעקוקט און זיך מטריח געווען צו טרעפן צייט עס צו דאונלאודען און אויסהערן. אז מען ווייסט אז מען קען ארויפלייגן סתם א שמועס מיט א מאן דהוא וואס זאגט נישט צו סאך וועלן מענטשן עס אויפהערן אויסצוהערן אפילו ווען עס איז יא דא א גוטע.


רט, גרויזי קומסט אריין מורא'דיג קלאר.

ווי מען קען זען דא פריער, איז דער אינטערוויא די וואך ארויפגעקומען גאר שפעט, ארום צענע צייט, זעט אויס אז עס איז געווען עפעס א מיספארשטענדעניש דארט און מ'האט זיך דערזעהן אן א אינטערוויא, דער עולם האט געהאלטן אינאיין שיקן מעסעדזשעס פאר זלמן, און מ'האט ארויסגעגעבן א מישאן צו טרעפן א אינטערוויא פאר יעדן פרייז...

כ'קען בלויז ווידערהאלן גרויזי'ס ווערטער:

גרויזאמער האט געשריבן:איך וואלט רעקאמענדירט אויסצולאזן א וואך ליבערשט ווי סערווירן …… , ווייל עס ספוילט די טראסט וואס מען האט אין די אפטיילונג. ביז יעצט האב איך עס גאר שטארק ארויפגעקוקט און זיך מטריח געווען צו טרעפן צייט עס צו אויסהערן. אז מען ווייסט אז מען קען ארויפלייגן סתם א שמועס מיט א מאן דהוא וואס זאגט נישט צו סאך
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דינסטאג יולי 01, 2014 8:48 pm

10 - הרה"ח הישיש ר' ישראל דוד עסרייכער, עסטרייכער קוקיס (דרעזנער)
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אנשי שלומינו
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:18 pm

תגובהדורך אנשי שלומינו » דינסטאג יולי 01, 2014 9:24 pm

די אינטערוויא פון אסטרייכער'ס קוקיס איז זייער א גוטע אינטערוויא פאר די אינטערוויא אפטיילונג,
עס האט גארנישט מיט ביזנעס סוקסעס ארויסצונעמען.

בכלל האלט איך לוי די לעצטע אינטערוויאס זאל מען ארויסלאזן דעם דרעזנער פון די גאנצע ביזנעס אינטערוויאס, אדער בעסער געזאגט אז מען זאל עס געבן נאר פאר הינדל ברייער

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » דינסטאג יולי 01, 2014 10:17 pm

מצב כללי האט געשריבן:איך האב שוין געהערט א גרויס חלק פונעם אינטערוויו מיט גרין, דאס איז א מאסט פאר איינער וואס וויל האבן סוקסעס.


קען איינער ביטע אטאטשירן די אינטערוויו.

טענקס

אנשי שלומינו
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:18 pm

תגובהדורך אנשי שלומינו » דינסטאג יולי 01, 2014 10:27 pm

די גרין אינטערוויא איז א חיזוק אדורך צושטיפן די שווערע צייטן אז עס וועט נאך זיין גוט,
די חלק פון די סוקסעס פון ביזנעס האט ער כמעט נישט אנגערירט,
עס קוקט אויס ווי יוסי געשטעטנער האט זיך שוין ערגעץ געיאקט

אוועטאר
דובי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm
לאקאציע: צווישען תענית אסתר און פורים

תגובהדורך דובי » דינסטאג יולי 01, 2014 10:53 pm

אנשי שלומינו האט געשריבן:די אינטערוויא פון אסטרייכער'ס קוקיס איז זייער א גוטע אינטערוויא פאר די אינטערוויא אפטיילונג,
עס האט גארנישט מיט ביזנעס סוקסעס ארויסצונעמען.

בכלל האלט איך לוי די לעצטע אינטערוויאס זאל מען ארויסלאזן דעם דרעזנער פון די גאנצע ביזנעס אינטערוויאס, אדער בעסער געזאגט אז מען זאל עס געבן נאר פאר הינדל ברייער

זייער גערעכט איך האב אנגעפאנגען הערן די אינטערוויא, נאכן (נישט) הערן פאר דריי מינוט בין איך געגאנגען גלייך צו הערשל פרידמאן'ס אנאליז....
באמערקט מיין שמועסן ווינקעל - מאנטריאל www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=23491&start=50

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יולי 02, 2014 1:16 am

דער עסטרייכער איז אייזען גיט.

נישטא עפעס בעסערס ווי א נאטורליכע מענטש.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מיטוואך יולי 02, 2014 8:36 am

איך האלט אז די אפטיילונג זאל נאר זיין אינטערוויאס מיט מענטשן וואס האבן געפענט א ביזנעס די לעצטע דרייסיג יאר, אדער זענען זיי נאך פאלי אין טשארדש!

עס איז אינטערעסאנט צו הערן אינטערוויאס מיט עלטערע מענטשן אבער אז רוב אינטערוויא איז אז אין יארע ניינצען זעקס אין פופציג האב איך דאס געטוען אדער זיך געשלעפט אין די שניי און געגאנגען אין א קאלטע מקוה איז פונקט אזוי ווי מיין רבי האט מיר געהייסן אויפעסן די רינדעל ווייל אינדערהיים איז עס געווען א יקר המציאות.. ס'איז אינטערעסאנט אבער נישט צו טוען אויף למעשה.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך יולי 02, 2014 9:25 am

חברותה האט געשריבן:איך האלט אז די אפטיילונג זאל נאר זיין אינטערוויאס מיט מענטשן וואס האבן געפענט א ביזנעס די לעצטע דרייסיג יאר, אדער זענען זיי נאך פאלי אין טשארדש!

עס איז אינטערעסאנט צו הערן אינטערוויאס מיט עלטערע מענטשן אבער אז רוב אינטערוויא איז אז אין יארע ניינצען זעקס אין פופציג האב איך דאס געטוען אדער זיך געשלעפט אין די שניי און געגאנגען אין א קאלטע מקוה איז פונקט אזוי ווי מיין רבי האט מיר געהייסן אויפעסן די רינדעל ווייל אינדערהיים איז עס געווען א יקר המציאות.. ס'איז אינטערעסאנט אבער נישט צו טוען אויף למעשה.


;l;p- עקסעקטלי
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך יולי 02, 2014 9:42 am

חברותה!! אייזן

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יולי 02, 2014 9:56 am

גערעכט, עס וואלט מער געפאסט אין די רעגולער אינטערוויוס.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך יולי 02, 2014 11:01 am

דא קענט איר דאולאודען די אינטערוויו עסטרייכער'ס קוקיס

איך גראדע האב יא אפרישיעיטעד אפאר ביזנעס פוינטס פון זיין אינטערוויו, חוץ פון דעם וואס איך האב זייער הנאה געהאט פון די עצם אינטערוויו. כאטש איך בין אויך מודה אז פאר די תועלת פון די אפטיילונג איז אסאך בעסער אינגערע.

איך קען אבער פארשטיין אז צווישן אינגערע ביזנעסלייט זענען דא אסאך ווייניגער וואס זענען זיך גרייט אויסצוטון ברבים און זיך לאזן אויספרעגן איבער אלע זייערע סודות, און מודיע זיין ברבים ווי סוקסעספעל זיי זענען.

אבער איינמאל מען אינטערוויוט אזא איינעם וואס האט נישט קיין פראבלעם זיך ארויסצוגעבן - מיט זיין פולער נאמען, האט עס אלע טעמים, ווי די ערשטע פאר אינטערוויוס.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 02, 2014 11:30 am

גראדע איז ער נישט אזוי אפן מיטן ארויסגעבן אינפארמאציע. ווען ער פרעגט אים וויפיל ארבעטערס ער האט היינט צוטאגס קווענקלט ער א מינוט ביז ער ענטפערט. און ווען ער פרעגט אים בערך וויפיל סחורה ער רוקט ארויס א וואך דרייט ער זיך אינגאנצן ארויס פון ענטפערן.

אבער נאך אלעם איז עס געווען אינטערעסאנט אויסצוהערן.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך יולי 02, 2014 11:39 am

א גאר געשמאקער איד איז ער - דער עסטרייכער - א פראדוקט וואס דער אמעריקאנער ערד פראדוצירט נישט.

דער אינטערוויו איז מתוק אוואו נאר א עלטערע איד קען צושטעלן, איך האב נאכנישט געהערט די גאנצע, אבער דערווייל איך זעה נישט די ביזנעס פונקטען וואס גרויזאמער נעמט ארויס פונעם שמועס. ער זאגט דארט אז לויט זיין מיינונג 'טאר' מען נישט בארגען ווען מען עפענט א ביזנעס און אז ער האט קיינמאל נישט געבארגט צו קויפן א נייע גרעסערע מאשין מיטן חשבון אז דאס וועט פראדוצירן מער און וועט עווענטועל אויסצאלן די חוב.

מען דארף זיין פארזיכטיג? יא! אבער קיינמאל נישט בארגען?

א מער רואיגער לעבן האט מען זיכער לויט זיין גאנג.

בדיעבד איז געווען לכתחילה גוט איז די אינטערוויו איז פלאצירט אין דעם אפטיילונג, אנדערש וואלט איך עס קיינמאל נישט אויסגעהערט.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך יולי 02, 2014 11:47 am

איך האב אויך זייער הנאה געהאט פונעם עסטרייכער אינטערוויו,

עס איז דא מאנכע וואס רעדן זיך אפ אז עס איז נישט קיין ביזנעס אינטערוויו, למשל, זיי ווילן הערן פון ביזנעס אייגענטומער וויאזוי זיי טון מארקעטן זייער פראדוקט אדער ברענדינג, טיים מענעדזשמענט, וכו' נאך אסאך טעגליכע זאכן וואס פעלט זיך אויס צו וויסן אין א ביזנעס, איך מיין אז קין איין אינטערוויו האט נאכנישט אדרעסירט אזאלעכע פראגעס.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג יולי 03, 2014 4:23 pm

בס"ד

ביז דערווייל פון די אינטערוויוס ביז יעצט הערט מען איין סך הכל, צו זיין בעה"ב פון א ביזנעס, און עס זאל גיין מיט הצלחה, דארף מען האבן אמונה, נאר אמונה און נאכאמאל אמונה.

און האסלען ,האסלען און נאכאמאל האסלען.

אז מען האט דאס, האט מען אלעס.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג יולי 07, 2014 4:44 pm

מאנטאג פר' פינחס

דאונלאוד אינטערוויו מיט ר' יוסף לאנדא פון לאנדאוס עקספרעס
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מאנטאג יולי 07, 2014 9:08 pm

בן אחר בן האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איך האב שוין געהערט א גרויס חלק פונעם אינטערוויו מיט גרין, דאס איז א מאסט פאר איינער וואס וויל האבן סוקסעס.


קען איינער ביטע אטאטשירן די אינטערוויו.

טענקס


עניוואן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יולי 08, 2014 1:23 am

גרויזאמער האט געשריבן:מאנטאג פר' פינחס

דאונלאוד אינטערוויו מיט ר' יוסף לאנדא פון לאנדאוס עקספרעס

קודם בנוגע דעם גאנצן אפטיילונג, אין מיין קעפעלע האב איך נאכנישט פונקטליך געזעהן ס'זאל עפעס צופיל אויפטון, עפעס מורא'דיגע הדרכות וכדומה [איינע פון די ראיות, אז די אשכול איז נישט אין ביזנעס נאר אין נייעס קוועלער]. יא ס'איז שיינע שמועסן, אפשר שענער און געששמאקער אראפגעלייגט ווי אסאך פון די אנדערע אינטערוויוס, סאו ס'איז זייער שיין, פארוואזשע נישט?!
בנוגע דעם שמועס, אויך טאקע זייער א הערליכע שמועס, און ס'איז מיר געווען גאנץ אינטערסאנט אויך ווייל כ'האב אים שוין אפאר מאל גענוצט (ער זאגט דאך אינעם שמועס אז ער מאכט ביזנעס מיט/אין יוראפ) איז אינטערסאנט צו הערן די אנדערע זייט טרייבל אויך אמאל.
כנלע"ד ויש לחלוק

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג יולי 08, 2014 4:41 pm

די שמועס מיט ר' יוסף איז זייער אינטערעסאנט, ער זאגט גוטע כללים אין ביזנעס, הענדל ברייער פרעגט זאכליכע פראגעס.

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:53 am

What is Landaus Express Phone number ?

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » דאנארשטאג יולי 10, 2014 10:12 am

גוגל זאגט:
1008 39th St, Brooklyn, NY 11219
(718) 436-2700

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » דאנארשטאג יולי 10, 2014 10:25 am

Thank You Very Much

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג יולי 14, 2014 4:45 pm

נומער 12 א אינטערוויו מיט משה בודנער פון פלעטבוש, די בעה"ב פון L&R דיסטריביושן
ער איז לעצטענס געווארן זייער באוויסט אדאנק די אינטערוויו מיט די ענגלישע משפחה מעגעזין ווי ער איז געווען אויפן דעקל.

די מעלה פון די אינטערוויו איז אז עס איז די גרעסטע ביזנעס פון די אלע ביז איצטיגע אינטערוויוס אויף KM
און אלס איינער וואס קען אים פערזענליך רעדט מען דא פון א אמת'ע ווארימע איד וועלכע איז גרייט ארויסצוהעלפן א יעדעם מיט ביזנעס איינגעלעגענהייטן מיט סיי וואס מעגליך.
שמעו ותחי...
לעצט פאראכטן דורך מר. גרין אום דינסטאג יולי 15, 2014 10:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט