קול מבשר ביזנעס אפטיילונג - עקספיריענס און סוקסעס (135)

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג יולי 14, 2014 4:49 pm

פארגעסן אנצומערקן אז די אינטערוויו איז אויף ענגליש

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דינסטאג יולי 15, 2014 8:13 am

*באדנער
אלץ א פערזענליכער באקאנטער וואלסטו געמעקט קענען זיין נאמען.
אגב, ער איז אויך געזעצן ביי די LTB CEO Roundtable.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג יולי 21, 2014 11:10 am

מאנטאג פר' מסעי - ר' משה יצחק שטיין, ביזנעס קאוטש און קאנסאלטינג.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג יולי 21, 2014 11:35 am

פון GCNY
דא איז זיין וועבסייט
http://www.askmaurice.com/

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יולי 21, 2014 9:48 pm

איז נישט די מטרה פון די אפטיילונג צו ברענגן אינטערוויוס מיט לאנג-יעריגע ביזנעס אייגענטומער פון וועם מ'קען זיך לערנען עקפיריענס און סוקסעס?

ר' משה יצחק (מאריס) שטיין איז אפשר גאר א געלונגענער ביזנעס קאוטש מיט געוואלדיגע רעיונות און עצות, אבער דאכצעך נישט אין די קאטעגאריע פון א ביזנעס אייגענטומער מיט יארן עקספיריענס ווי אזוי צו שוויצן און מצליח זיין
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג יולי 21, 2014 11:50 pm

הלשון האט געשריבן:איז נישט די מטרה פון די אפטיילונג צו ברענגן אינטערוויוס מיט לאנג-יעריגע ביזנעס אייגענטומער פון וועם מ'קען זיך לערנען עקפיריענס און סוקסעס?

ר' משה יצחק (מאריס) שטיין איז אפשר גאר א געלונגענער ביזנעס קאוטש מיט געוואלדיגע רעיונות און עצות, אבער דאכצעך נישט אין די קאטעגאריע פון א ביזנעס אייגענטומער מיט יארן עקספיריענס ווי אזוי צו שוויצן און מצליח זיין



עס איז זייער א שווערע אינטערנעמונג צוצושטעלן א יעדער וואך אזעלכע סארט אינטערוויוס

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 22, 2014 2:17 pm

באמת גאר א שיינע און אינפארמאטיווע אינטערוויא!! גאר ווייניג ביזנעס אייגענטומער קענען אזוי קלאר ארויסברענגן די וויכטיגע און ריכטיגע ביזנעס יסודות!

בקיצור, ס'וויכטיג צו געדענקן אז די סארט ביזנעס קאנסולטענטס וכדו', (די וואס זענען באמת גוט אין דעם פעלד), זענען נישט סתם בעלי דמיון וואס פארשטייען וויאזוי אריינצורעדן יענעם האוקעס פאוקעס, פארקערט, זייער אינפארמאציע איז געבויעט אויף פעסטע יסודות פין הונדערטער און טויזענטער סוקסעספולע און אומסוקסעפולע ביזנעסער, און ממילא דינט דאס זייער ריכטיג דעם ציל פין דעם אפטיילונג, נישט ווינציגער ווי פאר זייערע עקזיסטירענדע קליענטן וועמען זיי זענען מדריך.

אוודאי טוט א ביזנעס אייגענטומער אינטערוויא מער אריינברענגען דעם געפיל אז 'איך קען אויך'! אבער דאס איז נישט אלעס, און ס'איז פונקט אזוי וויכטיג (אדער נאך וויכטיגער) צו האבן דעם ריכטיגן פערספעקטיוו און ביזנעס.

#לדעתי
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יולי 22, 2014 2:42 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:באמת גאר א שיינע און אינפארמאטיווע אינטערוויא!! גאר ווייניג ביזנעס אייגענטומער קענען אזוי קלאר ארויסברענגן די וויכטיגע און ריכטיגע ביזנעס יסודות!
אוודאי טוט א ביזנעס אייגענטומער אינטערוויא מער אריינברענגען דעם געפיל אז 'איך קען אויך'! אבער דאס איז נישט אלעס, און ס'איז פונקט אזוי וויכטיג (אדער נאך וויכטיגער) צו האבן דעם ריכטיגן פערספעקטיוו און ביזנעס.


#אויסגעכאפט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יולי 22, 2014 2:57 pm

איר קענט אוודאי די מעשה פון יענעם ראש הקהל ר' חיים, האט זיך געבויט א שיינע דירה אין צענטער פון שטאט, אזוינס און אזעלכ'ס וואס האט נישט פארשעמט גראף פאטאצקי'ס פאלאץ, ויהי היום, די אינטעריאר דעזיין איז פולקאם פארענדיגט געווארן, און מען נעמט זיך צו די עקסטעריאר, לענדסקעיפינג וכו'.

דער ראה"ק איז יעדן טאג נאכן אנבייסן געקומען א בליק טאן אויף די ארבעט, ער האט באזונדער הנאה געהאט צו טשעינדזשן מיינד יעדן טאג, און געבן עדיטוט קמוישעקוסעוו, טאג טעגליך איז פארגעקומען אזוינע געשעענישן ווי למשל 'פארוואס האסטו געלייגט די טוליפס פון פארנט און די רויזן פון הונטן, אמער די בערמיודא באטער-קאפ קומט רעכטס און די בלוי-דזשעם קומט לינקס????!!!!' שרייט ער מיט א באסאווע שטימע.

גייט דורך א ארימער אידל, מוישע-יאכעס (נד"נ) האט ער געהייסן, און ער געט א בליק ווי דער אנגעפרעסענער ראה"ק שרייט, און ער געט אזא לאך, כככ.. מיינסט אז אזוי איז יא גוט? הע, קאליבראקאוע קומט פון אויבן, און דער פילאדעלפוס פון הונטן, כע כע כע... און ער געט אזא וויש אפ די אויל וואס רינט פון זיין פאטעיטע-בארד, שיריים פון די תיקון וואס דער גוטהארציגער ראה"ק האט געגעין יענע וואך מאנטאג אינדערפריה לע"נ זיין ג-טפארכטיגע לייטזעליגע באבע ז'זיין פונאנדערגעשיידט, פאר אונז צו לאנגע יארן.

דער ראה"ק הייבט אן שוימען פאר כעס, ער שאקלט זיך רעכטס און לינקס אנע סדר, ווארפט זיך ווי א שלאנג געביסענער אזש זיין שטייפע גרויע רעקל געט זיך א רייס אויף און די קנעפ פליען אויף אלע זייטן, ווען ער זידט ארויס פון צווישן די ציין "ווער האט דיר געפרעגט די פאסקודניאק איינער??!!, ווער מיינסטו ביסטו ווער?!, האסט זיך אקארשט אנגעפראסן מיט פרישע הערינג און ציבעלע וואס איך האב מנדב געווען אין ביהמ"ד יענע וואך, פסח לעבסטו אויף די קארטאפל וואס כ'בין מנדב פאר קימכד'פיסכע, סיקעס ביסטו יוצא אויף מיין צווייטע סעט ארבעה מינים, האסטו די העזה מיר איינצוטיילן וויאזוי מיין גארטן באלאנגט?, און בכלל וואס איז בכלל די העזה פון זאגן מיינונגען פאר יענעם אויף זיינע זאכן, גיי טייל איין דיין פלונית'טע אויף וועלכע זייט פונעם פארשימלטן קאבינעט זי זאל לייגן דעם פריפיטשיק, און אין וועלכן ווינקל פון דיין ארימע כאטקע מען זאל האלטן דעם לאקשן ברעט וואס האט שוין געזעהן בעסערע צייטן" ענדיגט ער צו, ווען זיין שטימע ווערט שוין פארוואנדלט אין א שפאטישער געלעכטער.

דער איד לאכט אבער ווייטער און זאגט מיט א שטילע אבער זיגרייכפולע שטימע "הער ראשעקאל, זייט נישט ברוגז, אבער אייער הויז אינעווייניג האט איר געבויט פאר זיך, און דארט האב איך גאנץ ווייניג העזה אייך איינצוטיילן, דארט וועלעך בלויז אריינקומען פורים נאכמיטאג, ווען איר זענט שוין עד דידע, אריינכאפן אויבסט מיט ראזשינקעס, א האלאפטשע צוויי, און דעטס איט!, דעם גארטן אבער, האסטו געמאכט פאר מיר און פאר מיינס גלייכן, ווען נישט העסטו עס ווען געלייגט פון אינעווייניג, אדער גאר אין הונטערשטן גארטן, אז דו האסט עס געלייגט פון פארנט, א סימן אז האסט געמיינט מעך, נו האבעך געזאגט וואס כ'האב צו זאגן...

-----

קלאפער מא דברים אמורים, איך בין נישט קיין שטארקער קול מבשר פען, איך פראביר עס נישט אויסצוהערן אן א דעילי-בעיסיס, אינטערוויאס איז ווי אמאל, געוואנדן אינעם אינטערוויאער, אינטערוויאי, און טעמע. געווענליך אויב איז עס א 'באצאלטער אנאנס' הער איך עס ניטאמאל אויס.. אבער השקט לא אוכל (וועא"מ), און הערנדיג די נייעס איבער דעם עקספיריענס און סוקסעס ווינקל, און נאכן אויסהערן די ערשטע צוויי דריי וואכן, איז עס שוין אזא אויטאמאטישע זאך, בשעת'ן גיין אין באנק דעפאזיטן דעם טשעק (מיר באקומען באצאלט מאנטאג) דיילט מען קול מבשר און מען הערט אומגעדולדיג אויס דעם עד, און שטייצעך אויב ביזן אנקומען צו 3-4-0 קלאפ איף מיר אן אין נאך א אינטערסאנטע עד הער איך עס אויס.. און מ'הערמיר אויס די שמועסן אויף יענעם ווינקל מיט דורשט.

סאו, אזוי ווי עס איז געמאכט פאר מיר, והא ראי' אז מיינע פריוואטע שמועסן מיט מיינע חברים פאוסט איך נישט אויף א פיביעקס סיסטעם, און אטע די שמועסן זענען עוועילעבל פארן פאבליק, און גרויזי דאונלאודט עס אפילו, אלא מאי זענען די אינטערוויא'ס געמאכט פאר מיר!, וויל איך נעמען די מיה, און זאגן פאר מיסטער קול מבשר, אנטשולדיגט, אבער איך גלייך עס נישט!!!.

אזא אינטערוויא מיט ר' פרץ קליין, אידאך מלא תוכן, וויאזוי א איד דארף קוקן אויף ביזנעס, טריטן ארבעטערס, האנדלען לגבי שבת יו"ט און חוה"מ, ועוד ועוד, דאס איז א סעמפל פון א עקספיריענס און סוקסעס ביזנעס אינטערוויא!

אזא אינטערוויא מיט ר' יצחק ווייס, וועלכער האט נאכן ריטייערן מחליט געווען אז ער גייט נישט אפשימלען די יארן און קריכן אויף די נערוון פון די כולל אינגעלייט אין סמעדריש, נאר געעפנט א ביזנעס, קומט זיך ב"ה אויס מיט א שותף, איינגעפירט א גאר שטרענגע סדר היום, און איז פולי אינוואלווד אין זיין ביזנעס כל עוד נשמתו בו, ממנו ילמדו וכן יעשו!

א אינטערוויא מיט ר' ישראל גרין, דארף איך אייך נישט זאגן, וויאזוי איינער וואס האט געהאט טויזנט און איין תירוצים צו קויפן א שלאס ביים נענטסטן הארדוועיר געשעפט און פארמאכן זיין קוים געעפנטע ביזנעס, האט נישט געקוקט אויף גארנישט און האט געסטראגלט א שיינע פאר חדשים, ביז זיין ישועה איז געקומען פון גאנץ א אנדערע ריכטונג ווי ער האט געקלערט, א מאסט אויסצוהערן פאר יעדן וואס מוטשעט זיך אין ביזנעס.

איז אבער דא א אינטערוויא מיט א גאר חשוב'ן ביזנעס קאנסולטענט ידידינו ר' משה יצחק נ"י, ער האט באמת אסאך עקספיריענס און פאזיטיווע סוקסעס אינעם פעלד פון קאוטשן, קאנסולטן, און מארקעטן / ברענדן ביזנעסער, ביודעי ובמכירי קאמינא. אבער וואסזשע זאלעך טאן, ער האט נישט געברענגט צום טיש קיין עקספיריענס און סוקסעס אין אויפבויען און / אדער פירן אליינס א ביזנעס (עטליעסט נישט וואס ער האט ערווענט דא, גראדע איז ער פון די בעלי בתים ביי דזשי. סי. ען. וויי., און עס איז מערקווירדיג אז ער האט נישט געפירט דעם אינטערוויא איבער זיין סוקסעס ביים פירן דעם ביזנעס), נישט פון דעם רעדן מיר, ר' משה יצחק האט גראדע ארויסגעברענגט מיין פראבלעם אין א נאט-שעלל 'קענסט זאגן עצות ביז מארגן, די חכמה איז עס אויסצופירן אונטער דעם פרעשור פון ראנען א ביזנעס, ארבעטערס, סעילסן, מארקעטן, און דעקן דעם באנק', אטע דאס ווילמיר הערן, ווי יעדער אויף זיין שטייגער, מיט זיינע נאטורן, מעלות און חסרונות, איז ארויפגעקראכן דעם לייטער, איבערגעשפרונגען די לעכער אינעם ראוד, צומאל אריינגעפאלן, זיך גוט צוקלאפט, זיך אויפגעשטעלט און געגאנגען ווייטער, און דערמיט אויפגעבויט זיין ביזנעס, און דערגרייכט צו א סוקסעס לעוועל ב"ה.

די סוקסעס פון זיין א קאוטש, זיצן אויף א פאטעל און געבן עצות, איז גאר חשוב, אבער, נישט קיין שום חילוק ווי וויכטיג עס איז פאר א ביזנעס, איז עס אבער נישט קיין שום עקספיריענס און סוקסעס פאר א געווענליכן ענטערפענוער, אויף דעם האמיר דאך א אינטערוויא אפטיילונג, און אויך קען מען עס צולייגן צו די ליסטע פון די אלע ביזנעס / עפלוימענט / מארקעטינג שיעורים וועלכע קול מבשר האט פארמאגט במשך השנים, אבער מיר ווילן דא הערן סטריקטלי ביזנעס, און פון ע-ק-ס-פ-י-ר-י-ע-נ-ס! אין פירן א ביזנעס, נישט עקספיריענס אין געבן עצות.

עספעשילי אז האלב פונעם אינטערוויא ווערט פארוואנדעלט אין א אדווערטייזמענט פאר ביזנעס קאוטשינג, ודוק.

איי געס אז עס וואלגערן זיך נישט אזוינע ריכטיגע סוקסעספולע ביזנעס בעלי בתים וואס לאזן זיך אויספרעגן און אויספראקן ברבים, און ממילא האט מען געמוזט פארקוקן אויף טאפ-קוואליטי פאר א וואך דא און א וואך דארט, אבער ברענג כאטש עפעס, עפעס עקספיריענס, נישט קיין חצי בולשת וחצי מציצת דמי"ם, ווער געדענקט נאך ווי לאזעריש און שוואכליך דער אינטערוויא דעפט. פון קול מבשר האט אויסגעקוקט אנפאנג ווען ידידינו ר' וועלוול האט געשפיגן בלוט ביזן טרעפן א נארמאלע אינטערוויאי מיט א נארמאלע טעמע, אבער דאס איז אים נאכאלץ נישט געווען קיין תירוץ צו נעמען יעדן באטשי און פרעגן וויאזוי איז די טרעפיק אויפן סעווענטין געווען פאר אכטעמדרייסיג יאר צוריק, נאר מען האט געשפיגן בלוט איינמאל און נאכאמאל, ביז מען איז אנגעקומען ווי מען האלט היינט.

נאכאמאל, איך שטוץ מורא'דיג די איידיע פון דעם ווינקל, און איך בין גרייט עס אויסצוהערן וועכנטליך (מ'מיינט דאך מיר האמער געשמועסט, איא?!), ווילאנג מען רעדט פון וואס מען האט אפגעשמועסט, און דאן וועט איר זעהן, אדווערטייזמענטס ביי דעם ווינקל וועלן קענען רואיג קאסטן דאפלט ווי אנדערע עד'ס מיט א שמוץ אריבער, לכאורה (נד"נ).

אנטשולדיגט פארן מאריך זיין, כ'האב געהאט פשוט אסאאאאאך צייט היינט, באט איי האופ יו געט די פוינט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יולי 22, 2014 3:06 pm

א שאד די טינט האט זיך נישט אויסגעגאסן אויף דיין תגובה פארן שיקן...

איך ווייס באמת נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען. אחוץ א שיינעם משל. די אינטערוויא איז דירעקט "אינפארמאטיוו", און רייך, לגבי קאוטשינג, קענסט אויסלאזן יענע שטיקעל...

איך בין בכלל נישט אזוי אינטערסירט צו הערן ווי שטארק יענער האט זיך געמוטשעט אין זיין ביזנעס, ווייל דאס ווייסט יעדער אליינס... ס'איז העכסט אינטערסאנט צו הערן פון מענטשן "מיט עקספיריענס", וואסא חילוק צו אייגענע עקספיריענס, צו דעם ציבור'ס עקספיריענס - וואס איהם קומט אויס צו הערן טאג טעגליך?

#מיין מיינונג
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 22, 2014 3:25 pm

העי ענדע צדיק, נישט שיין אזוי צו זאגען ווען יענער שרייבט אפ א שיינע תגובה. מען קען מחולק זיין, אבער נישט אזוי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יולי 22, 2014 3:41 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:העי ענדע צדיק, נישט שיין אזוי צו זאגען ווען יענער שרייבט אפ א שיינע תגובה. מען קען מחולק זיין, אבער נישט אזוי.

דו ווייסט וואס צדיקים האבן געפועלט מיטן אויסגיסן די טינט...?

(כ'האף קיינער נעמט עס נישט פערסאנעל אז נישט נעם איך עס יעצט אראפ)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג יולי 22, 2014 3:43 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:איך בין בכלל נישט אזוי אינטערסירט צו הערן ווי שטארק יענער האט זיך געמוטשעט אין זיין ביזנעס, ווייל דאס ווייסט יעדער אליינס...

איך בין דוקא יא אינטערעסירט דאס צו הערן.

אסאך מענטשן וואס ווילן עפענען א ביזנעס קוקן ווי שטארק אנדערע אין דעם אינדאסטרי זענען מצליח, און זיי שטעלן זיך פאר אז זיי גייען זיכער אויך האבן אזא סוקסעס. דאס - אז יענער האט געסטראגעלט יארן ביז ער איז אנגעקומען צו זיין יעצטיגע מצב - ווייסט ער נישט. און ווען עס הייבט זיך אן שוועריקייטן ביי אים ווערט ער סורפרייזד.

דעריבער איז לדעתי איינע פון די גאר וויכטיגע חלקים פון די אינטערוויאס צו הערן פון די בעלי בתים אליינס וויפיל חבלי לידה זיי זענען דורך ביז זיי זענען אנגעקומען אנצופירן דעם סוקסעספולע ביזנעס.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יולי 22, 2014 3:47 pm

רט ידיד

ענדע צדיק, יו אר אלוועיס וועלקאם!

פון מיין זייט קעמען אפשפארן דעם ווינקל בכלל, אבער ווילאנג עס איז אפן און טראגט דעם נאמען, ברויכן מיר עפעס עקספיריענס און סוקסעס, מ'קען, אויב ס'פעלט זיך אויס, עפענען נאך פילצאליגע ווינקלען לכל אחד כפי רצונו הטוב.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יולי 22, 2014 3:48 pm

ידיד האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:איך בין בכלל נישט אזוי אינטערסירט צו הערן ווי שטארק יענער האט זיך געמוטשעט אין זיין ביזנעס, ווייל דאס ווייסט יעדער אליינס...

איך בין דוקא יא אינטערעסירט דאס צו הערן.

אסאך מענטשן וואס ווילן עפענען א ביזנעס קוקן ווי שטארק אנדערע אין דעם אינדאסטרי זענען מצליח, און זיי שטעלן זיך פאר אז זיי גייען זיכער אויך האבן אזא סוקסעס. דאס - אז יענער האט געסטראגעלט יארן ביז ער איז אנגעקומען צו זיין יעצטיגע מצב - ווייסט ער נישט. און ווען עס הייבט זיך אן שוועריקייטן ביי אים ווערט ער סורפרייזד.

דעריבער איז לדעתי איינע פון די גאר וויכטיגע חלקים פון די אינטערוויאס צו הערן פון די בעלי בתים אליינס וויפיל חבלי לידה זיי זענען דורך ביז זיי זענען אנגעקומען אנצופירן דעם סוקסעספולע ביזנעס.

אוודאי איז וויכטיג עס צו הערן, און דערהערן, אבער נישט אז א אינטערוויא אן דעם איז נישט פאסיג, אדרבה, פאזעטיוו איז א שטארקע זאך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג יולי 22, 2014 5:32 pm

ערעב צולייגער, קודם א קאמפלימענט, האסט טאקע געהאט אסאאאך איבריגע צייט... אבער האסט עס אויסגענוצט אונז מהנה צו זיין מיט דיין רייכן פעדער! שכח!

כ'א נאר נישט פארשטאנען פונקטליך וואס שטערט דיך דא, עמיצער וואס וויל אריינגיין אין ביזנעס נעמט נישט ארויס דערפין די ריכטיגע פוינטס? אדער פשוט ס'האט זיך נישט אזוי געשמאק אריינגעלייגט ס'טשעקל אויב האסטו נישט געהערט אויפן טרייבל בשעת מעשה די קרעכצן פינעם אויסגעהארעוועטן בעה"ב? אדער גאר די קעפל פינעם אפטיילונג איז וואס שטערט אייך?

דאנט טעיק איט פערסאנעל, אבער ס'שיינט מיר אז איר זענט גראדע נישט פין די פארוועם דער אפטיילונג איז געמאכט געווארן! עמיצער מיט אמביציע אריינצוגיין אין ביזנעס אפגערעדט איינער וואס איז שוין אריינגעשפרינגען, נעמט ארויס גאר אסאך פין אזא אינטערוויא.

#שטייטצעך לע"ד
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג יולי 22, 2014 5:59 pm

ר' משה יצחק האט אסאך חומר צו פארקויפן כידוע (איך האב נישט אויסגעהערט די איצטיגע אינטערוויו).

דאס נעמט אבער נישט אוועק די געוואלדיגע מעלות און חיזוק וואס מען קען נאשן פון א לעבעדיגע משל, דהיינו א ביזנעסמאן וואס איז אליינס אדורך די שוועריקייטן און סטרעס וכו' וואס א בעה"ב גייט אריבער במשך אלע תקופות אין זיין ביזנעס. די בעסטע קאנסולטענט וועט דאס צומאל נישט קענען אזוי גוט אהערשטעלן

------------------------------

אין פאקט, זענען א שיינע טייל קאנסולטענטס "דורכגעפאלענע" ביזנעסלייט. פירן אן אייגענע ביזנעס האבן זיי נישט מצליח געווען, אבער האבן די טאלאנט צו קענען פירן יענעמ'ס ביזנעס בעל פה. והבן.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יולי 22, 2014 6:30 pm

כ'זעה אז מ'האט נישט אזוי גוט פארשטאנען מיין זייט, הגם ס'קען זיין אז איך בין בכלל ראונג, אבער קודם לאמיר עקספלעינען מיין זייט פון די מטבע.

מיר אלע ווייסן אז עס זענען פארהאן מענטשן וועלכע צייכענען זיך אויס אין אויפקלערן מענטשן און סעטן זייער מיינד רייט, מיר ווייסן אויך אז א ביזנעס אונער וועלכער גייט אדורך טשעלענדזשעס מוז אנקומען צו די סארט מענטשן אין ארדער צו קענען סוקסידן, פשוט ווייל זייער קאפ איז נישט קעיפעבל אליינס צו טראכטן און אפמאכן וואס מ'האט צו טוהן.

אין אזא פאל איז א קאוטש א לייף סעיווער, עס איז נאריש צו זאגן אז עס איז ארויסגעווארפן צייט און געלט, יעדער ענטערפענוער וואס האט שוין דורכגעמאכט די חבלי לידה פון עפענען און שטעלן א ביזנעס אויף די פוס קען מעיד זיין דערויף, אבער, נישט פון דעם רעדן מיר דא, מיר רעדן פון הערן איידיעס, טשעלענדזשעס, אפארטוניטיס, דאס איז וואס מען איז נייגעריג צו הערן דא, פון הערן פארשידענע מהלכים אין ביזנעס, וועגן וויאזוי איבערצוקומען שוועריגקייטן. קיינער האט נישט געזאגט אז די אינטערוויאס דא זענען גענוג חומר למחשבה אויף צו עפענען א ביזנעס, נעה, אבער דא זוכט מען נאר דאס, פאר קאוטשינג וועלמיר גיין צו א קאוטשינג פירמע.

איין קליינער דוגמא, דער ביזנעסמאן ווען מ'פרעגט אים די פשוט'ע קשיא "ווען דארף מען אנערקענען אז ס'איז צייט צו לייגן א שלאס און קלאוזן שאפ?", זענען די תשובות ווערייעבל, למשל מאנכע האבן געענטפערט אז מ'דארף שנעל אנערקענען, זיך נישט לאזן נארן, אויב גייט עס נישט איז א שאד אויף אידיש געלט צייט און מח, וואס פריער אלס בעסער.

ווידעראום ר' ישראל גרין וואלט געענטפערט קיינמאל!, עס גייט נישט?!, לאז דיר נאר ארויף אויף די יארכע, שוויץ א פאר חדשים וסוף הכבוד לבוא...

ווער איז גערעכט?! גיי ווייס, ווענדט זיך אין די ליין, ווענדט זיך צו דער מענטש איז גרייט צו סטראגלען וכו'.

אבער, ווען מען פרעגט אונזער קאוטש די זעלבע פראגע, ענטפערט ער אויך "נישט ביי א האלבע יאר, נישט ביי א יאר, נאר........

מ'דארף פרעגן א קאוטש!!!!!!"

דאס איז נאר א סעמפל, בעיסקלי די גאנצע אינטערוויא גייט אין דעם דירעקשן, אלע שאלות און אלע פראבלעמען האבן איין סאלושן, זיך דורכרעדן מיט א קאוטש, מסדר זיין טעסקס? וויסן ווען מ'דארף הייערן און ווען מ'דארף פייערן? זיך דורכרעדן מיט א קאוטש.

רבותי, מ'קען פארמאכן דעם עקספיריענס און סוקסעס ווינקל, ווען מ'העט דיילן 3-4-0 וועט מען הערן בלויז "ווילט איר אריינגיין אין ביזנעס?! ווענדט אייך צו א קאוטש".

כ'בין גראדע א שטארקע חסיד פון ר' משה יצחק, אונזער קאמפאני נוצט אים אויף פארשידענע סערוויסעס מיט סוקסעס ב"ה, אבער איך האב נישט געזעהן קיין עקספיריענס און סוקסעס אין דעם אינטערוויא, סארי.

עני פורטער קוועסטשאן, פיל פרי טו עסק.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4651
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יולי 22, 2014 8:13 pm

צולייגער האט געשריבן:אבער איך האב נישט געזעהן קיין עקספיריענס און סוקסעס אין דעם אינטערוויא, סארי.

ענדע צדיק! האט געשריבן:ס'איז העכסט אינטערסאנט צו הערן פון מענטשן "מיט עקספיריענס", וואסא חילוק צו אייגענע עקספיריענס, צו דעם ציבור'ס עקספיריענס - וואס איהם קומט אויס צו הערן טאג טעגליך?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 23, 2014 4:15 pm

צולייגער; איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין משל ונמשל, עס האט זיך מיר פארבענקט צו די טעג פון קדם ווען דו פלעגסט דיך אפטער לאזן הערן מיט דיין רייכע שפראך. אזוי באמערקנדיג אויף די זייט אז דו האלטסט ביי 900 אינהאלטסרייכע תגובות, שלאג איך פאר זאלסט שוין אנהייבן שרייבן א באמבאסטישע ארטיקל לרגל די שר האלף פאזיציע וואס זאל דיר שנעל אקייגנקומען.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יולי 29, 2014 8:55 am

א שיינעם דאנק פאר ר' חנוך הענדל שיחי' פארן נעמען די מיה און אויפברענגען אויפן ליין דעם בארימטן 'סעילס מענטש' ר' דוד שטערן נ"י פון קאוטש סטערן (הגם ער איז נישט קיין ביזנעס אונער, אבער ווי באקאנט איז סעילס אין א געוויסן זין א בחינה פון אונערשיפ, מ'איז האלבוועגס בעה"ב אויף די צייט און טעסקס, און מ'פארדינט כל חד לפום עבידתי'), און ער האט אין א נוס-שאלעכץ אויסגעשמועסט זיין עקספיריענס פון לאנגע יארן אין סעילס, און פון דארט אריבער צו זיין יעצטיגע ליין פון קאוטשן סעילס-לייט, און ווי די חברים שיחי' האבן שוין דא ארויפגעברענגט דארף מען הערן אלע ערליי סוקסידערס, כ'בין קוים אנגעקומען צו הערן אביסל, אבער דאס שיינט צו זיין א געשמאקע און באלערנדע אינטערוויא, געזונטע עקספיריענס פון יארן הארעוואניע, אויפגעבן א גאר גוט באצאלטע דזשאב צוליב זהירות יתירה אין שמירת שבת (מ'רעדט דא פון פינפאונדרייסיג יאר צוריק), גיין סעילסן אין די שנייען און היצן און דאדורך אנבינדן נאנטע באציאונגען מיט די קליענטן, און אזוי ווייטער, כה לחי!

ווי האט נאר צולייגער געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:וועט איר זעהן, אדווערטייזמענטס ביי דעם ווינקל וועלן קענען רואיג קאסטן דאפלט ווי אנדערע עד'ס מיט א שמוץ אריבער, לכאורה (נד"נ).

צו איר גלייבט צו נישט, דער אינטערוויא ווערט איבערגעהאקט אינמיטן מיט אן עד פון פארווערד טינקינג פליט מענעדזשמענט, א עד וועלכער ציהט דוקא נישט קיין יאכנעס וועלכע ווילן פארלירן פונטן, אדער יושבי קרנות וועלכע זוכן וואס צו עסן ביי מלוה מלכה, זעהט זיך אויס אז עס איז ווערט...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דינסטאג יולי 29, 2014 10:49 am

אויסער באלערענד איז דער אינטערוויו אויך געשמאק און שמייכעלדיג. אזויווי צולייגער האט דערמאנט ווייזט דער עדווערטייזמענט אויף די הצלחה פון דעם ווינקעל, און האפענטליך וועלן די עדס העלפען ארויפברענגען די אינטערוויוס צו נאך א העכערע ניווא.

מאנטאג דברים: מען קען הערן א פרישע אינטערוויו ביי די נייע אפטיילונג 'עקספיריענס און סוקסעס', א אינטערוויו מיט ר'........ א לאנגיעריגע ....... וואס האט שוין ........... ביי די אפטיילונג 340 פון די מעין מעניו

ביז ווען גייט עס בלייבן ניי?

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1382
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג יולי 29, 2014 12:32 pm

צולייגער האט געשריבן:ווי האט נאר צולייגער געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:וועט איר זעהן, אדווערטייזמענטס ביי דעם ווינקל וועלן קענען רואיג קאסטן דאפלט ווי אנדערע עד'ס מיט א שמוץ אריבער, לכאורה (נד"נ).

צו איר גלייבט צו נישט, דער אינטערוויא ווערט איבערגעהאקט אינמיטן מיט אן עד פון פארווערד טינקינג פליט מענעדזשמענט, א עד וועלכער ציהט דוקא נישט קיין יאכנעס וועלכע ווילן פארלירן פונטן, אדער יושבי קרנות וועלכע זוכן וואס צו עסן ביי מלוה מלכה, זעהט זיך אויס אז עס איז ווערט...


געראדע האלט איך נישט אז די עד איז אין די ריכטיגע פלאץ , די אינטערוויוס ווערט געהערט דורך אינגעלייט און נישט דורך בעלי בתים וואס קענען ניצן זיין טרעקינג סיסטעם וועלכע איז אגב זייער א גוטע סיסטעם.

אוועטאר
דובי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 2:34 pm
לאקאציע: צווישען תענית אסתר און פורים

תגובהדורך דובי » דינסטאג יולי 29, 2014 4:22 pm

זייער שיינע אינטערוויא
אגב ס'איז די ערשטע מאל וואס איך כאפ וואס די אויסדריק "יענעמס גראז איז גרינער" מיינט
ער זאגט אז יענעמס גראז איז טאקע גרינער אבער ווייל ער נעמט קעיר פון דעהם ממילא איז עס גרינער, אויב אזוי גיי נישט צו יענעמס גראז נאר נעם קעיר פון דיי אייגענע גראז גייט עס אויך ווערן גרין
באמערקט מיין שמועסן ווינקעל - מאנטריאל www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=23491&start=50

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:07 pm

קען איינער ארויפלייגן ביטע די אינטערויו מיט ר' משה יצחק שטיין?
הללוהו בנבל וכינור..


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט