קול מבשר ביזנעס אפטיילונג - עקספיריענס און סוקסעס (135)

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

קול מבשר ביזנעס אפטיילונג - עקספיריענס און סוקסעס (135)

תגובהדורך יאפין » דינסטאג מאי 20, 2014 7:44 pm

קול מבשר האט אנגעהויבן א נייע אפטיילונג גערופען עקספיריענס און סוקסעס, אינטערוויאוס מיט געלונגענע ביזנעסלייט,
וויאזוי זיי האבן אנגעהויבן זייערע ביזנעס, וואס מען איז אלץ אדורך געגאנגען ביז מען האט אנגעויבען צו זעהן פירות וכו'.

די אפטיילונג געפינט זיך אויף קעסטעל 3-4-0 פון די מעין מעניו, און וועט אי"ה ווערן אפדעיטעד יעדען מאנטאג.

יעדעס מאל ס'דא א פרישע אינטערוויו, קען מען עס דא שרייבן, און כ'וועל דאס אי"ה צולייגען אין דעם תגובה (חוץ אויב די מנהלים ואחראים וועלן טוהן א גענאדע און דאס טוהן פאר מיר). (קרעדיט: 1x1)

1 - אריינפיער
2 - ר' נחום וועלץ, 25 יאר אין פערסטער היטן געשעפט און פארבריק (דרעזנער)
3 - ר' אברהם ברייער, וויאייפי-טא-גא (ברייער)
4 - ר' ישראל גרין, עווערגרין אינשורענס (געשטעטנער)
5 - ר' פרץ קליין, השומר אלארם, (דרעזנער)
6 - ר' יצחק ווייס וומ"ס, פרעסטידזש בילדונג סערוויסעס (ברייער).
7 - הרה"ח הישיש ר' פייש הערצאג, פון די בארימטע קדם וויין פירמע (דרעזנער).
8 - ר' יעקב יושע ווערצבעגער, יענקל'ס דעמאלישן און ראביש רימאוועל (ברייער).
9 - הרוצה בעילם שמו, טוט אין עסן אינדוסטריע (געשטעטנער).
10 - הרה"ח הישיש ר' ישראל דוד עסרייכער, עסטרייכער קוקיס (דרעזנער).
11 - ר' יוסף לאנדא, לאנדאוס עקספרעס, א שיפינג קאמפאני
12 - ר' משה באדנער פון פלעטבוש, די בעה"ב פון L&R דיסטריביושן (ענגליש)
13 - ר' משה יצחק שטיין, ביזנעס קאוטש און קאנסאלטינג
14 - ר' דוד שטערן, קאוטש סטערן
15 - ר' שלמה אש (Sam Ash), א ברענדינג עקספערט וואס שטייט אונטער פאמעגרענעט, באזז, עווערגרין ועוד.
16 - ר' מנחם לובינסקי פון לוביקאם, א מארקעטינג פירמע
17 - ר' ארי בערקאוויטש, פון גריל אן לי אין וויליאמסבורג
18 - ר' קלמן לאנדא, קעי על קאלינג ענד היעטינג, א סענטראל עירקאנדישאן קאמפאני
19 - ר' יואל וואגשאהל, לייסענסד CPA אקאונטענט אין קרית יואל
20 - ר' משה וואלף עסטרייכער, פעטש-מען, 9 יעריגע שיעטראק ביזנעס, איבער קאנסטראקטינג אינדוסטריע.
21 - ר' ישכר מרדכי ליכטמאן, קרית יואל 15 יעריגע, טריי עסטעיט אונינגס, די ערשטע יאר'ן אין ביזנעס.
22 - ר' חיים דוד דעסער, פועל גרופ, אויפנעמען און אפזאגען ארבעטער.
23 - יעקב ענגעל, ביזנעס קאנסולטינג אין מאנסי, קודם ביי זיין טאטע און היינט אליינס.
24 - ר' עזרא פריעדלאנדער, חרד'ישע לאביאיסט און בעה"ב פון די פרידלענדער גרופ.
25 - ר' יואל קליין, ביזנעס קאוטש, אימידיעט מארקעטניג, און ארויסגעבער פונעם ביכעל "איך וויל מצליח זיין", איבער עפענען א ביזנעס, און פירען ווייטער עס זאל מאכען געלט.
26 - ר' יעקב הארוויץ, קעפיטעל ראופינג ענד סיידינגס, איבער עפענען א נייע ביזנעס, וויאזוי זיך אויסברייטערן מיט אויפנעמען די ריכטיגע ארבעטער.
27 - ר' חנני' לעבאוויטש פון מיסטער סיין, אין וויליאמסבורג, דרייסיג יעריגע ביזנעס אמאל ביז היינט.
28 - ר' יצחק נייווירט, געארבעט און עמבער ענערדזשי, איבער "מולטי לעוועל מארקעטינג ביזנעס".
איך האב צוגעלייגט לינקס צו די געשעפטן מדעת עצמי, איך ווייס נישט אויב ס'איז גוט, (איי טרייעד...) אויב נישט לאזט מיר וויסען און מיר וועלן בעזהש"ת פארעכטן
לעצט פאראכטן דורך יאפין אום דינסטאג מאי 27, 2014 7:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג מאי 20, 2014 9:15 pm

איך האב שוין געהערט א גרויס חלק פונעם אינטערוויו מיט גרין, דאס איז א מאסט פאר איינער וואס וויל האבן סוקסעס.

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דינסטאג מאי 20, 2014 9:23 pm

זאל ער אינטערוויען די ריכטיגע, למשל שרייבער פון B&H
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג מאי 20, 2014 9:26 pm

וואס זאל איך אייך זאגן, דער גרין האט מיר אוועקגענומען יעדע פיצעלע חשק צו זיין א ביה"ב פון א ביזנעס, עס איז באמת א שרעק צו הערן וואסערע חבלי לידה די צוויי שותפים זענען דורך, אם כן, למה זה אנכי?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4766
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מאי 20, 2014 9:30 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן, דער גרין האט מיר אוועקגענומען יעדע פיצעלע חשק צו זיין א ביה"ב פון א ביזנעס, עס איז באמת א שרעק צו הערן וואסערע חבלי לידה די צוויי שותפים זענען דורך, אם כן, למה זה אנכי?


קיינער לייקנט נישט אז מען דארף סטראגלען פאר פרנסה... אבער די לימוד דערפון איז ריזיג!

ער האט אנגעהויבן אין גאראדזש, און אין מאנהעטן ביי די בעיסמענטס פון די אפארטמענט בילדינגס (האסט שוין אמאל אריינגעאטעמט דארט...?), און יעצט איז ער שיין מצליח! (עכ"פ לויט די אינטערוויא)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג מאי 20, 2014 9:44 pm

פאריגע וואך זאגט מר. ברייער, אז ער, נאכן דורכגיין די אלע שוועריקייטן פון עפענען א ביזנעס, וואלט נישט רעקאמנדירט פאר א איד וואס פארדינט 75,000 א יאר צו גיין אליין אין ביזנעס, וטעמו עמו, אז א גוי וואס עפענט א ביזנעס קען זיך איינצוימען ס'לעבן צו א מינומים שבמינומים, משא''כ א איד, וואס אלעס דארף ווייטער אנגיין, דהיינו שבתים, ימים טובים, שכר לימוד וכו'

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » דינסטאג מאי 20, 2014 9:45 pm

באלאנגט ענדערש דא
viewforum.php?f=26

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דינסטאג מאי 20, 2014 9:50 pm

אדם לעמל יולד..
כל התחלות קשות..
ווען מען איז שוין מצליח דארף שוין צו זיין לייכטער, דער עיקר שוועריגקייטן זענען נאר ביים אנהייב, וואו מען רופט עס Teething problems

-----------
פריי זיך האקט
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 20, 2014 10:35 pm

אזוי גייט עס.

די וועלט זאגט אז נאר די ערשטע 50 מיליאן, און די ערשטע 85 יאר איז שווער....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך מאי 21, 2014 1:30 pm

זייער א שיין ווינקל, הגם איך גלייב נישט אז די אדער יענע פעולה האט געברענגט זייער סוקסעס, איז מיר פארט אונטערסאנט צו הערן וויאזוי זאכן אנטוויקלן זיך.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

תגובהדורך ליבעריל קויבעק » מיטוואך מאי 21, 2014 1:34 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:פאריגע וואך זאגט מר. ברייער, אז ער, נאכן דורכגיין די אלע שוועריקייטן פון עפענען א ביזנעס, וואלט נישט רעקאמנדירט פאר א איד וואס פארדינט 75,000 א יאר צו גיין אליין אין ביזנעס, וטעמו עמו, אז א גוי וואס עפענט א ביזנעס קען זיך איינצוימען ס'לעבן צו א מינומים שבמינומים, משא''כ א איד, וואס אלעס דארף ווייטער אנגיין, דהיינו שבתים, ימים טובים, שכר לימוד וכו'

די אינטערוויא מיט אברהם ברייער איז ספיצעיל גוט ווייל ער איז זיין ברידער אין ער ווייסט וואס איהם צו פרעגן אין וואס נישט

ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

תגובהדורך ליבעריל קויבעק » מיטוואך מאי 21, 2014 1:37 pm

מצב כללי האט געשריבן:איך האב שוין געהערט א גרויס חלק פונעם אינטערוויו מיט גרין, דאס איז א מאסט פאר איינער וואס וויל האבן סוקסעס.

איך האב אבער נישט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט אז זיין אינשורענעס איז נישט געמאכט פאר נארמאלע מענטשן וייל איך געדענק אז איך האב געקויפט פין איהם טרעוועל אינשורענס פארנדיג קיין לאנדון

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך מאי 21, 2014 1:41 pm

ער זאגט אז אין אנהייב פלעגט ער מאכן אלע סארטן אינשורענס, אבער שפעטער האט ער אויפגעהערט און זיך אריינגעלייגט נאר אין קאמערשעל פראפעטי אינשורענס.

ליבעריל קויבעק
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 08, 2014 2:43 pm

תגובהדורך ליבעריל קויבעק » מיטוואך מאי 21, 2014 1:44 pm

אהא זעיהט אויס איך בין איינגעשלאפן אינמיטען

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך מאי 21, 2014 3:25 pm

איין זאך באדערט מיר היבש ביי די עווערגרין אינטערוויו, אז עס ווערט ממש נישט דערמאנט א ווארט איבער סייעתא דשמיא אדער אמונה וכדו'

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מאי 22, 2014 12:15 pm

מאך א ריזיגע מחאה, עפן נאך א אשכול און זעה עס זאל בלייבן אויבן אן פאר די נעקסטע דריי וואכן, אז די נעקסטע זאלן זיך אויסלערנען אז מען טוט נישט אזאנס

ווי אויך דארף מען מאכן פאני קאלס פאר קול מבשר ער זאל עס אראפנעמען ווי שנעלער
kraitchmah עט גימעיל

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג מאי 27, 2014 6:43 pm

שוין עוועילעבל די פרישע אינטערוויו, היינטיגע וואך איז עס מיט ר'.. קליין , אייגנטומער פון השומר אלארם , דער אינטערוויער איז כבוד הרב דרעזנער ( וואס האט אים, אגב, אויף זיין ספיד דיייעל, און טרייט צו האבן א אינטערוויו מיט אים לפחות איינמאל א חודש ) 3-4-0 פון די מעין מעניו.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך מאי 28, 2014 12:55 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:איין זאך באדערט מיר היבש ביי די עווערגרין אינטערוויו, אז עס ווערט ממש נישט דערמאנט א ווארט איבער סייעתא דשמיא אדער אמונה וכדו'


כמיין פליז...
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך מאי 28, 2014 1:48 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:איין זאך באדערט מיר היבש ביי די עווערגרין אינטערוויו, אז עס ווערט ממש נישט דערמאנט א ווארט איבער סייעתא דשמיא אדער אמונה וכדו'

געהערט אמאל כלפי צייטונגען, די קליינע בס"ד אויבן ביים ערשטן עמוד דעקט אלע נאכפאלגענדע בלעטער, און ספעלט נישט אויס נאכמאל צו שרייבן ביי יעדע ארטיקל באזונדער, אבאמא איז פאריגן מאנטאג בס"ד אנגעקומען קיין מאנהעטן, און פאמאגרענט סופערמארעקט וועט בעז"ה שליסן עש"ק 2 שעה פאר'ן זמן, און רבבות אלפי וועלן אי"ה באגלייטן מוצאי יו"ט, און דעם וויקענד האט מען ב"ה ווידער אנגעהויבן גראבן אויף ליע עוועניו.

פארשטייט זיך, די אלע זאכן געשעען נאר דורכ'ן בורא ומנהיג לכל הברואים, און זייער חשוב ווער עס חזר'ט דאס כסדר.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך מאי 28, 2014 2:44 am

די אינטערוויוס זענען געוואלדיג! נישטא קיין גרויסהאלטערישקייט אדער איינגערעדטקייט דערינען, נאר פשוט אפירגענומען פראקטישע מענטשן מיט אן אייזערנעם רצון וואס האבן געטון למעשה, און בע"ה געזען דעם וברכתיך בכל אשר תעשה.

עמיצער וואס פארשטייט אביסל וויאזוי ביזנעס ארבעט קען זען די קאממען דינאמינעיטאר ביי אלע, אה! ס'גיט אסאאך חיזוק.

און ס'קומט די אידן באמת א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די קוראזש ארויסצוקומען אזוי אין פאבליק צו רעדן פון די אייגענע ביזנעס נאר כדי ארויסצוהעלפן דעם ציבור, ס'נישט גרינג אבער ס'שרייט ארויס דער מי כעמך ישראל, און דער זכות וועט זיי אוודאי אנטקעגן קומען.

יישר כחכם ותזכו למצוות!!!


_______

אבי גערעדט האקט

איך פארשטיי דיין געפיל (איך האב עס אויך באמערקט בשעת מעשה), אבער איך קוק עס אן זייער פאזיטיוו און פארשטיי אויך אז ביי די אינטערוויוערס/אינטערוויואיס איז פונקט אזוי זעלבסט פארשטענדליך אז אן סייעתא דשמיא הייבט זיך גארנישט אן, דער ציל דא איז נאר ארויסברענגן די גשמיות'דיגע למעשה'דיגע פרטים, והבן.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך מאי 28, 2014 6:52 am

If you don't take risks you will always work for someone who does

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך מאי 28, 2014 8:33 am

פאטאקי08 האט געשריבן:If you don't take risks you will always work for someone who does

There's a saying in English on this

if you take risks you have a "chance" to fail.
if you don’t, you're a failure right there!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך מאי 28, 2014 9:30 am

שרייטס נישט אזוי אויף ״אבי גערעדט״, ער מיינט לכאורה נישט קיין מחאה דא, עס איז א גוטע פיעדבעק פאר קול מבשר אויף להבא, אז די אינטערוויוס זאלן האבן דער ריכטיגן חן און מען זאל פארשטיין אז ביזנעס האט גאר אסאך מיט ״מזל״ - אין די אלגעמיינע וועלט, און ביי אונז אידן ווייסט מען ווער עס מאכט אלע מזלות... אז עס הייסט סייעתא דשמיא.

פרעגטס יעדן ביזנעסמאן צו ער איז אנגעקומען צו זיין יעצטיגן פאזיציע בכוונה מתחילה, דער ענטפער גייט אייביג זיין ניין, איין זאך האט געפירט דאס צווייטע, בקיצור ״עפעס האט זיך דא געפירט ארויס פון מיין קאנטראל, וואס איך האב נישט געקענט אריינרעדן גארנישט״... און אלץ אידן ווייסן מיר וואס דער עפעס איז...

דעריבער האלט איך אויך אז כאטש ביי נייעס קומט נישט אייביג אריין רוחניות, אבער ביים לערנען וויאזוי מצליח צו זיין איז דאס א גאר וויכטיגע כלל, צו האבן די ריכטיגע קאנעקשאנס צו דער ״יעניגער״ וואס מאכט אז זאכן זאלן זיך פירן ריכטיג. ווייל אפילו אין די סעקולער וועלט קען מען נישט מצליח זיין אן ארויסהאבן אז ״מען דארף נאר טון, און נאכדעם פירן זיך זאכן אליינס״...

אגב, איך פראביר צו הערן די אינטערוויוס אין קאר אויף ספיקער, עס איז אבער מוראדיגע אומקלאר אויף א סעלפאון ספיקער, קען מען ערגעץ האבן די דיגיטאלע פיילס עס צו הערן מיט די קאר סידי פלעיאר?

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך מאי 28, 2014 12:58 pm

איך 'לייק' גרויזאמערס פונקט
קול מבשר וואלט שוין געמעגט האבן א וועבסייט וואו מען קען אראפלאדענען די אודיא. אויף א אייפאד וכדו' קען מען געשמאקער הערן מיט earphones און פארווארדן, ריוויינדן מען קען דארט זען קלאר ביי וועלעכע מינוט מען האלט און ווילאנג מען האט נאך צו גיין.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך מאי 28, 2014 1:41 pm

ואדווערטייזמענט מה תהא עליה?
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט