קול מבשר ביזנעס אפטיילונג - עקספיריענס און סוקסעס (135)

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

עקספיריענס און סוקסעס (#68)

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:16 pm

67 - ר' נתן ציטראנענבוים, סקול און אפיס סופליי ביזנעס King Stationary אין מאנסי, וויאזוי ער האט מצליח געווען דורך מאכן קאסטומער סערוויס די העכסטע פריאריטעט.

68 - ר' חיים דוד דעססער פון "פועל גרופ" איבער די מצב פון די היימישע עקענאמיע, וואס אינגעלייט קענען טון צו זיין מער סוקסעספול אין ביזנעס און נאך.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 8:06 am

הרב דעססער איז נישט קיין פנים חדשות צו קול מבשר און עס איז תמיד געשמאק צו הערן זיין ברייטע שפראך מיט גוטע הסברה, אבער יעצט האט מיר צומערסטענס געכאפט זיינע געלונגענע פלאג-אין׳ס, נישט צו דיק אבער אויך נישט זייער דין, נאר א ווארף אריין דא דארט, גענוג bold אז דער צוהערער זאל אים וועלן געבן א פרעג ״?what's in it for me״.

נאר א קליינע הערה, ס׳איז אלץ וויכטיג אריינציווארפען די וועבסייט בתוך הדברים כדי אהינצוברענגען נייגעריגע צוהערער.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

עקספיריענס און סוקסעס (#69)

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2015 8:20 pm

69 - ר' הערשל טישלער, GreenLine פירמע וואס פארטרעט ריעל עסטעיט אייגנטימער און קאנטראקטער ביי ניו יארק סיטי buildings department און האט שוין סוקסעספול באקעמפט העכער פינף טויזנט violations שפארנדיג מיליאנען דאלארן.
לעצט פאראכטן דורך פארבינדן אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

70

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:55 am

70 - ר׳ יודא גורוביץ און ר׳ משה העכט, אייגנטימער פון Charidy.com א crowd funding network וואס האט שוין געהאלפן אויפטרייבן 32 מיליאן דאלער פאר איבער 450 מוסדות און ארגאנעזאציעס.
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

71

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:52 pm

ר' דוד שטערן (באקאנט אלס קאוטש שטערן) וויאזוי סעילסלייט און ארבייטער קענען צוריקגיין צו די ארבייט מיט א פעסטקייט נאך אזא לאנגע יו"ט און זיך גרייטן צו זיין סוקסעספול צו די קומענדיגע ווינטער.

שוין געהאט א א געשמאקע און באלערנדע אינטערוויו אויף קול מבשר ביזנעס אפטיילונג - עקספיריענס און סוקסעס (#14)
צוגעלייגטע
ג ד.jpg
ג ד.jpg (20.45 KiB) געזעהן 3308 מאל
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג אוקטובער 13, 2015 11:35 pm

לייב ירק האט געשריבן:דער עולם האט געהערט יונה לאנגער פון פלארידא איבער ריעל עסטעט און איבער אידן זאלן פרובירן צי טין אליינס נישט זיין ארבעטער פאר יענעם?

אויסגעהערט א גרויס חלק, זייער א גוטער אינטערוויא, ליין דורך דעם ביכל Rich Dad Poor Dad א גרויס חלק קומט פון דארט, און שטייצעך ער צולייגט עס מיט זיין אייגענע עקספיריענס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 12:16 am

מאן, נישט געוואוסט אז דער עולם דא איז באהאווענט מיט דעם ראבערט קיאסאקי דער אויטאר פון ריטש דעיד פור דעיד.

איך האב עס געקויפט פאר בערך דריי חדשים צוריק און געצאלט פאר דעם אוידיא $9.99 און שוין פארדינט דערפון גלייך פאר די ערשטע יאר א באדייטענדע סומע מער און איך צייל נאך.

איך ווייס אז עס איז שווער צו גלייבען אבער נכון הדבר הוא. איך האף דער עולם פארשטייט אז איך מאך נישט קיין רויעלטי דערויף.
לעצט פאראכטן דורך מטעמים אום מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 12:26 am

מטעמים האט געשריבן:מאן, נישט געוואוסט אז דער עולם דא איז באהאווענט מיט דעם ראבערט קיאסאקי דער אויטאר פון ריטש דעיד פור דעיד.

איך האב עס געקויפט פאר בערך דריי חדשים צוריק און געצאלט פאר דעם אוידיא $9.99 און שוין פארדינט דערפון גלייך א באדייטענדע סומע מער און איך צייל נאך.

איך ווייס אז עס איז שווער צו גלייבען אבער נכון הדבר הוא. איך האף דער עולם פארשטייט אז איך מאך נישט קיין רויעלטי דערויף.


זיי דיך בעסער מסביר ביטע, וואס הייסט האסט פארדינט דערפון?

איך האב עס שוין געליינט צען יאר צוריק און נאכאלס גארנישט פארדינט דערפון...
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:02 am

ער פארדינגט די אודיאו-בוק פאר $20 א טאג מאכט ער געלט דערויף....

ערענסט, מטעמים אפשר גיבסטו איבער פארן ציבור דא וואס האסט געטוהן און וויאזוי דו מאכסט געלט? (קנ"א עקספיריענס און סוקסעס אינטערוויא)
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:28 am

גוט, איך וועל פרובירען. פליז פארשטייטס איך בין אויף א פאבליק פארום און עס איז שווער צו שרייבען פרטים...

לשיטתו, דארף א מענטש ארבייטען בעיקר אויף די עסעט קאלום און נישט אויף די אינקאם קאלום.

נאכען ליינען די בוק האב איך מיך געכאפט אז די עמאונט אויף ארבייט וואס איך לייג אריין ביי די פלאץ ווי איך ארבייט (מיין אינקאם קאלום) דימענד פון מיר הינדרעט פראצענט פון מיין צייט.

האב איך געוואלט אראפנעמען איין פערטיקילער טעסק פון מיר כדאי צו קענען אנפאנגען טראכטען פון מיין עסעט קאלום, מה עשה הקב"ה די קאמפעני ווי איך ארבייט צאלט מיר צו מיט א באדייטענדע סומע מער פער חודש אז איך זאל ווייטער טוהן יענע געוויסע טעסק.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:33 am

ביזטו ווייטער ביי דיין אינקאם און נישט ביי קיין עסעט, ריכטיג?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:36 am

מאנ-יימער האט געשריבן:ביזטו ווייטער ביי דיין אינקאם און נישט ביי קיין עסעט, ריכטיג?

גערעכט! מיטען אויבערשטענס הילף וועל מיר זיכער מאכען צוטרעפן די צייט דערצו.

מען טאר נישט אויפגעבן חלילה.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:40 am

איינער קען אפשר מסביר'ן וואס עס מיינט עסעט קאלום

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 9:02 am

עסעטס איז נכסים, די פונקט וואס יענער ברענגט ארויס אינעם בוך איז אז צו לעבן אויף א וועידזש איז כמעט אוממעגליך, ממילא אנשטאט פאוקעסן אויף באקומען א רעיז, טרעפן א דזשאב מיט א גרעסערע וועידזש, זאל מען זיך אריינלייגן דעם קאפ אין פארמערן די עסעטס, איינקויפן נכסים וואס זענען וווערד, נכסים וואס וועלן אליינס פראדעצורן אינקאם צב"ש פראפערטי.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 9:27 am

אהא שכוח מאן יימר
הייסט מטעמים'ס הצלחה פון די בוך איז נישט קיין דיירעקטע נאר אלס השתלדות האט עם השם צוגעשיקט א גרעסערע וועידש

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 7:06 pm

72 - ר' יודל וואסערמאן, אייגנטימער פון Direct Connect א באקאנטע low voltage company מיט לאקאלן אין ברוקלין און אפסטעיט, וויאזוי ער האט פארוואנדעלט זיין האבי אין א ערנסטע ביזנעס. (נעמט א האלבע שעה)

73 - ר' חיים קעלנער, א job recruiting פירמע וואס העלפט ארויס ארבייטער טרעפן הויעך באצאלטע שטעלעס ארבעטנדיג מיט ריזיגע פירמעס, אויך נוצליכע עצות פאר ביזנעס אייגנטימער און ארבייטער. (ענגליש) (45 מינוט)

74 - ר' נפתלי הורוויץ, האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס סעילסמאן מיט $250 אויף זיין ערשטע סעיל, און איז היינט מענעזשינג דירעקטאר פון jp morgen chase אינוועסטמענט וואס באהאנדעלט מיליאנען דאלער אין אינוועסטמענטס פון די רייכסטע אמעריקאנער, און אויך גאר אינטרעסאנטע ביזנעס טיפס. (איינס און א האלב שעה)

פאר קאממענטארן אדער פארשלאגן פאר די אפטיילונג:
646-535-2434
פאר קריטיק דריקט דא

לעב און לאך
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2014 10:14 am

תגובהדורך לעב און לאך » מאנטאג נובעמבער 09, 2015 9:43 pm

דער האראוויץ אינטערוויו איז אייזן. עס איז א חוב קדוש פאר יעדער ביזנעסמאן עס אויסצוהערן. איך האב אים שוין עטליכע מאל געהערט רעדן אין פאבליק אבער דאס איז די ערשטע מאל וואס איך הער אן אינטערוויו מיט אים. גוטע פראגעס און גוטע ענטפערס.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 6:51 pm

75 - ר׳ איתמר גינזבורג, בארימטער ביזנעס און מארקעטינג קאנסאלטענט. (45 מינוט)
פאר קריטיק דריקט דא

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:37 pm

פארבינדן האט געשריבן:75 - ר׳ איתמר גינזבורג, בארימטער ביזנעס און מארקעטינג קאנסאלטענט. (45 מינוט)

א זויערע מעסעדש פון 30 סקונדעס איז נישט קיין עדווערטייזינג און אויך נישט מארקעטינג

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 10:39 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
פארבינדן האט געשריבן:75 - ר׳ איתמר גינזבורג, בארימטער ביזנעס און מארקעטינג קאנסאלטענט. (45 מינוט)

א זויערע מעסעדש פון 30 סקונדעס איז נישט קיין עדווערטייזינג און אויך נישט מארקעטינג

אויך אזוי געטראכט אין אנהויב, אבער למעשה האט ער מיר געמאכט דרוקן נומער 7....
יא מארקעטינג צו נישט?
הנותן לשכוי בינה...

לייב ירק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 9:13 pm

תגובהדורך לייב ירק » פרייטאג נובעמבער 13, 2015 9:37 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
פארבינדן האט געשריבן:75 - ר׳ איתמר גינזבורג, בארימטער ביזנעס און מארקעטינג קאנסאלטענט. (45 מינוט)

א זויערע מעסעדש פון 30 סקונדעס איז נישט קיין עדווערטייזינג און אויך נישט מארקעטינג

ער האלט ווי מיאוסער די עד אלס מער עטרעקט עס די קאסטעמערס

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג נובעמבער 17, 2015 11:46 am

76 - ר' אברהם יצחק האלצלער פון די בארימטע עסן פירמעס Quality Choice - Bakers Choice וויאזוי ער האט געגרינדעט די בינעס 20 יאר צוריק ביי זיך אינדערהיים און וויאזוי עס איז אויסגעשטיגן צו א וועלט בארימטע ביזנעס.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג נובעמבער 17, 2015 10:06 pm

פארבינדן האט געשריבן:76 - ר' אברהם יצחק האלצלער פון די בארימטע עסן פירמעס Quality Choice - Bakers Choice וויאזוי ער האט געגרינדעט די בינעס 20 יאר צוריק ביי זיך אינדערהיים און וויאזוי עס איז אויסגעשטיגן צו א וועלט בארימטע ביזנעס.

נישט געוואוסט אז רבי ישעי'לע קערעסטיער האט געהאט א טאכטער אין סקווירא. דו יא?
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 11:41 am

פערפעקט האט געשריבן:
פארבינדן האט געשריבן:76 - ר' אברהם יצחק האלצלער פון די בארימטע עסן פירמעס Quality Choice - Bakers Choice וויאזוי ער האט געגרינדעט די בינעס 20 יאר צוריק ביי זיך אינדערהיים און וויאזוי עס איז אויסגעשטיגן צו א וועלט בארימטע ביזנעס.

נישט געוואוסט אז רבי ישעי'לע קערעסטיער האט געהאט א טאכטער אין סקווירא. דו יא?

טאקע געפרעגט א אייניקל פון רבי ישעי'לע, זאגט ער אז האלצלער מאכט א טעות, זי איז געווען א משמשת ביי רבי ישעי'לען אין שטוב.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 11:51 am

פארבינדן האט געשריבן:76 - ר' אברהם יצחק האלצלער פון די בארימטע עסן פירמעס Quality Choice - Bakers Choice וויאזוי ער האט געגרינדעט די בינעס 20 יאר צוריק ביי זיך אינדערהיים און וויאזוי עס איז אויסגעשטיגן צו א וועלט בארימטע ביזנעס.



זייערא געשמאקע רייכע תוכנדיגע אינטערוויו


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מחי' און 13 געסט