ברוכים הבאים צום נייעם פארום

די אחראים: אחראי, געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

ברוכים הבאים צום נייעם פארום

תגובהדורך קרעטשמער » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:48 am

בס"ד

מיט גרויס פרייד טוען מיר פארשטעלן דעם שפאגל-נייעם "היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער" פארום, אלס א טייל פון אונזער הערליכע "אידישע וועלט" פון ערליכע פארומס אויפן ברייטן געוועב.

דער נייער פארום ווערט אהערגעשטעלט אויפן זעלבן שטייגער ווי די ביז איצטיגע פארומס, צו דינען אלס א פלאטפארמע אויסצושמועסן און איבערצוגיין די לעצטע אנטוויקלונגען אינערהאלב די היימישע נייעס אגענטורען און אידישע אויסגאבעס, נאכדעם וואס די טעמע האט לעצטענס געקריגען אסאך אינטערעסע אינערהאלב די "אידישע וועלט" פארומס און אשכולות. אין דעם פארום וועלן ווערן אריבערגעפירט אלע פריערדיגע אשכולות איבער די טעמעס פון; אידישע צייטונגען, זשורנאלן, מאגאזינען און אויסגאבעס, ווי אויך איבער די אנדערע נייעס קוועלער ווי "קול מבשר" אד"ג.

כמעשהו בראשון טוען מיר ווידערהאלן די פונדאמענטאלע פרינציפן אויף וועלכע "אידישע וועלט" איז באזירט, דער פלאץ טוט דינען אלס א היימישע און אנגענעמע אטמאספערע וואו יעדער ערליכער איד זאל זיך שפירן באקוועם צו ליינען און קאמענטירן, די תקנות אויף וועלכע דער פלאץ איז אהערגעשטעלט געווארן טוט געוויס אויך מחייב זיין דעם נייעם פליגל פון אונזער/אייער פלאץ, ביטע העלפט אונז האלטן דאס פלאץ ריין און געשמאק.

דא איז אויך דאס פלאץ זיך צו באדאנקען צו אלעם ערשט פארן חשוב'ען ארענדאר שיחי' פון דעם הערליכען פלאץ, וועלכער זשאלעוועט נישט קיין צייט און כח אנצוהאלטן דעם פלאץ און ארויסצוהעלפן די חשוב'ע באנוצער מיט אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, ווי אויך פאר די חשוב'ע מנהלים, אחראים און גבאים וועלכע געבן זיך פרייוויליג אוועק צו הייבן דעם ניווא און כסדר פארשענערן דאס פלאץ מיט אלעס וואס מעגליך, ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'.

ויה"ר שלא תצא מכשול ותקלה מתחת ידינו, וישמחו בנו חברינו

בכבוד רב
די פארוואלטונג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 25, 2014 11:35 am

א געוואלדיגע געדאנק! קאדוס צו די מנהלים און פאראנטווארטליכע פון דעם קאנצעפט, כה לחי!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אפריל 25, 2014 11:47 am

געוואלדיג!

דער 'מאמענט' איז אנגעקומען ווען אלע 'אידן' פון אלע 'משפחות' און 'קהילות' וועלן קענען דעבאטירן די 'מעלות' פון די היימישע 'צייטונגען' און 'בלעטער'

השי"ת זאל העלפן אז דער נייער פארום זאל 'מצליח' זיין, און פארן על 'מי מנוחות', ויה"ר שנראה כל אחד 'אוצרות' חברינו

(ווער וויל ציען ווייטער?..)
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:22 pm

זייער א גוטער געדאנק, און עס הייבט דעם ניווא פון אידישע וועלט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:30 pm

מצב כללי האט געשריבן:זייער א גוטער געדאנק, און עס הייבט דעם ניווא פון אידישע וועלט.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:03 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:זייער א גוטער געדאנק, און עס הייבט דעם ניווא פון אידישע וועלט.

אש קודש
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 24, 2014 2:33 pm

תגובהדורך אש קודש » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:46 pm

green האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:זייער א גוטער געדאנק, און עס הייבט דעם ניווא פון אידישע וועלט.


בלייבט יעצט נאר איבער צי עפענען א פארום פאר די אלע נייע שטעטלעך

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:32 pm

זייער א גיטע געדאנק, ייש"כ. אבער עס באלאנגט אביסל ארויפציר נאך די פארום פון "אידישע און וועלטליכע נייעס" וויבאלד עס האט א דירעקטע שייכות מיט יענע פארום.

{אין אז איך שרייב שוין ווי עס באלאנגט וויל שוין אריינווארפן אז די "היימישע דזשורנאל" באלאנגט נאך די "הייימישע קרעטשמע" פארום, וויבאלד נאר גאר געלונגע ארטיקלען פון קרעטשמע גייען אריין אין די דזשורנאל פארום, קרעטשמע פארום איז די עיקר פארום}

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:50 pm

גוטע שריט.

ישר כח פאר דעם, און אלע אנדערע ארבייט בכלליות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:58 pm

סתם פאר אינטערעסאנטקייט. די איידיע פונעם נייעם פארום איז נישט געקומען פון איינע פון די 'רויטע אדער גרינע' נאר פון א חשובע ניק בתוכינו.

זאל דאס דינען ווי א דערמאנונג פאר סיי ווער ס'פאלט אמאל איין א גוטע איידיע זאל דאס ביטע איבערגעבן און אויב איז עס עפעס וואס מ'קען ערלעדיגן וועט מען דאס אי"ה טון.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אפריל 25, 2014 3:02 pm

זוי העפי...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אפריל 25, 2014 5:08 pm

געלעגער האט געשריבן:סתם פאר אינטערעסאנטקייט. די איידיע פונעם נייעם פארום איז נישט געקומען פון איינע פון די 'רויטע אדער גרינע' נאר פון א חשובע ניק בתוכינו.

זאל דאס דינען ווי א דערמאנונג פאר סיי ווער ס'פאלט אמאל איין א גוטע איידיע זאל דאס ביטע איבערגעבן און אויב איז עס עפעס וואס מ'קען ערלעדיגן וועט מען דאס אי"ה טון.

יענער וויל בלייבן אנאנים?

א יישר כח פאר אלע פארשלעגער (נישט די משפחה נאמען) און אויספירער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » מוצ"ש אפריל 26, 2014 9:41 pm

זייער א שיינע געדאנק

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג אפריל 27, 2014 8:40 am

viewtopic.php?f=2&t=20424&p=714003&hilit=%D7%95%D7%95%D7%99%D7%A1%D7%A2%D7%A0%D7%A9%D7%90%D7%A4%D7%98#p714003

דא איז א פעטיציע וואס פאטאקי האט געמאכט וועגן א וויסענשאפט פארום.

זייער א פיינע איידיע.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » זונטאג אפריל 27, 2014 2:36 pm

שכח פאר דע מחשבה תחילה'ער און פאר די סוף מעשה'ער...
גוטע געדאנק, אסאך פאטענטשעל.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג מאי 18, 2014 10:54 pm

אפשר זאל מען אויפמאכען א אשכול פון יעדע מאגאזין און צייטאנג למשל

עמי וועכנטליכע מאגאזין (שוין דא)
משפחה עגלישע וועכנטליכע מאגאזין
דער בלאט וועכענטליכע צייטאנג
המודיע ענגליש טעגליכע צייטאנג
בינה ענגליש מאגאזין
המחנה החרדי וועכענטליכע צייטאנג
אא"ו

אז איינער האט הערות אויף א צייטאנג אדער אויסשמוסען א שיינע ארטיקל זאל מען נישט דארפן יעדער מאל אויפמאכען א נייע אשכול
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 19, 2014 1:04 am

אויבן אויף די רעכטע זייט איז דא אפשן צו עפענען אשכולות... עז לאנג דו האסט וואס צו שרייבן גאו אהעד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 19, 2014 1:10 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויבן אויף די רעכטע זייט איז דא אפשן צו עפענען אשכולות... עז לאנג דו האסט וואס צו שרייבן גאו אהעד...

איך וואלט נישט געמאכט מיט צייטונגען וואס וועלן ארויסרופן בייז בלוט. ה"ה דער איד, דער בלאט, מחנה החרדי. ליידער ליידער איז נאך נישט קיין עולם התיקון, און עס איז קיין ספק אז עס וועט זיין נישט בעטעמ'ט. די אנדערע נעם איך נישט קיין שטעלונג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זאל ער קומען און 8 געסט