"עמי" - וועכנטליכע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

"עמי" - וועכנטליכע מאגאזין

תגובהדורך קהת » מיטוואך אפריל 23, 2014 1:54 pm

איך האב געקויפט די עמי און דעיס איז בל"נ מיין לעצטע מאל וואס איך קויף עס, די שקרים אין ליגענטס וואס זיי שרייבן אלץ פאר אביסל געלט וואס האט זיי פארבלענד די אויגן. יא איך מיין די לב טהור ארטיקעלס וואס איז א שטיק ליגנט און קאווער אפס.
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס זיי שרייבען הייסע טאפיקס ריין ליגענט ווייל די אנדערע זייט צאלט זיי.
ווען איך וועל האבען אפאר מינוט וועל איך בל"נ אביסל מרחיב זיין.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מיטוואך אפריל 23, 2014 1:55 pm

קהת האט געשריבן:איך האב געקויפט די עמי און דעיס איז בל"נ מיין לעצטע מאל וואס איך קויף עס, די שקרים אין ליגענטס וואס זיי שרייבן אלץ פאר אביסל געלט וואס האט זיי פארבלענד די אויגן. יא איך מיין די לב טהור ארטיקעלס וואס איז א שטיק ליגנט און קאווער אפס.
עס איז נישט די ערשטע מאל וואס זיי שרייבען הייסע טאפיקס ריין ליגענט ווייל די אנדערע זייט צאלט זיי.
ווען איך וועל האבען אפאר מינוט וועל איך בל"נ אביסל מרחיב זיין.

;l;p-

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך אפריל 23, 2014 2:31 pm

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

און ווער רעדט נאך פונעם גראנדיעזען היסטארישן נוקלעארע אטאקע קעגן משפחה ענגליש, פאר'ן לעצטנס' שארפע ארטיקל קעגן לב טהור. מ'קען זיך דינגען אויף לב טהור בעצם. נישט דאס איז די נושא. די נושא איז וויאזוי א פרומע מאגאזין האט זיך צולאזט אזוי אגרעסיוו קעגן אייגענע ברידער און שוועסטער. איך האב נישט געליינט יענע משפחה ארטיקל קעגן לב טהור, אבער יעצט וויאזוי עמי לייגט זיי אנידער אויפ'ן טיש זעהט מען אז עס איז טאקע געווען א גרויסער פעלער מצדם.

און וויאזוי האט עמי געמאכט די אפען הארט אפעראציע? נישט אויפ'ן טעלעפאן פון ביתר עילית אדער הר נוף. דער ראביי פראנקפורטער איז ארויסגעפארן קיין אנטעריא, קאנאדא, און אפילו באשטעלט א לאקאלן פרילענס פאטאגראפיסט אים צו באגלייטן אויף טריט און שריט. מען זעהט אויף די בילדער איז עס טאפ-קוואליטי, די בילדער דירעקט, און די צווישן די שורות מעסעדזשעס פון העפי-גאו-לאקי קינדער "על אף" וואס זיי גייען ווי די קינדער פון אויבער ווישעווע צוויי הונדערט אכציג יאר צוריק. און יא, זייער נארמאלע ווייסע ציינדלעך ווערן אויך גוט קעיר גענומען, פאר ווער עס וויל וויסן.

ער האט גערעדט מיט'ן לאיער, מיט גאלדמאן, מיט העלבראנץ אליינס - און אפילו מיט'ן שארפן מיניסטער פון קוויבעק וואס פירט די מלחמה קעגן זיי. איר הערט מאגאזין און צייטונג רעדאקטארן? "אזוי קאווערט מען א סובדזשעקט...!!!" דאס מיינט אן אויסגאבע.

און פאר דעם אליינס וואלט זיך שוין געלוינט די פינעף דאלאר, אפילו זעקס, צו צעהן,

עמי סטארי סופלעמענט, ווי אייביג, זייער סטייל, דראמאטיש, פיינע שרייבערס, אבער נישט איבעראל אזוי "הייליג..."

המודיע ענגליש, נאר געליינט די סטארי סופלעמענט, גאנץ פיין,

בינה, האבן דארט א פאר גוטע ארטיקלען, סטארי סופלעמענט גאנץ פיין.

איר זאלט מיר אנטשילדיגען מאכען א אינטערוויו מיט די שמיץ אליינס מיינט נישט אדורך געטוהן די נושא אז זיי וואלטן אויך געכאפט א שמיעס מיט די אנטלאפענע אפגעליטענע אפגעשמיסענע פליטים וואלט עס געוועהן א דבר השלום. עס דרייען זיך אפאר אנטלאפענע און מאנטריאל וואס זיי זענען גרייט צו ענטפערן יעדע שאלה וואס די האסט, און פארשטייט זיך אז זיי האט מען נישט געפרעגט.

אגב איך האב געכאפט אפאר טעג צוריק א לאנגע שמיעס מיט איינער וואס איז אנטלאפען, מיין האר שטייט נאך פון דעמאלס כעל מן הסתמא באלד גיין צו די בארבער ער זאל מיר עס אראפ לייגען, איך האב געהערט ערשט האנטיג וואס עס מיינט פאטשען שמייסען בארויבען פייניגען... אויב איך וועל האבען צייט וועל איך עס אראפ שרייבען די ביסל וואס איך האב געהערט פונעם.

א פחד איום ונורא וואס דארט גייט פאר.

און אז איך זאג ענק אז יעדע ווארט וואס די עמי שרייבט איז ליגענט קענען ענק מיר גלייבן אויפן ווארט.

אגב אויב איינער האט די משפחה ארטיקעל וועל איך זיין זייער דאנקבאר אויב ער שיקט מיר עס איך וויל עס ליינען.
Normal is just a setting on the washing machine

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך אפריל 23, 2014 2:37 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:"עמי מיטן לב טהור ארטיקל גייט ער אין זיין שניט, פון זיך אננעמען פאר פרומע אידן ווען ער קען. (נישט מיך כאפן אויפן ווארט אז ער שרייבט - אדער האט אמאל געשריבן - קעגן פרומע אידן, איך רעדט אין אלגעמיין גייט ער ארויס פון וועג זיך אנצונעמען.)


נו, אוודאי אזוי.

דאס איז גראדע די הויפט מעלה פון עמי. ער איז מיסודו אויף א פרינציפ וואס ער האלט פאר די אויגן ומנה לא תזוע, זיך אנצונעמען פאר'ן יהדות החרדית קעגן די שונאי הדת למיניהם, ביי די גוים און ליידער ביי אידן.

עס לאזט זיך זאגן אז עמי האט געהאט א שיינעם חלק אינעם געווינס פון קען טאמפסאן אלס ברוקלין דיסטריקט אטוירני, און אפשר אויך אין די באפרייאונג פון די פרומע פרוי מרס. דאנג תחי' פון תפיסה אין יענעם עק אמעריקע, ועוד, ועוד.

וועלכע אנדערע אויסגאבע קען שטאלצירן מיט אזא "אגענדא"?

וואספארא קריטיק מ'קען נאר האבן קעגן עמי, איז צום שטוינען, פאזיטיוו, פון די מכות אכזריות וואס ער טיילט צו יעדע שטיק צייט פאר די רעפארמער למיניהם, די מאדערנע ארטדאקסן וואס זענען דא צו פארדארבן (נישט סתם מאד. ארט.) ער שיילט די הויט פון פארווערטס ווי דער בעסטער פיש סטאר. יענע לינקע חברה האבן נאך א געהעריגן חרדישן קעגנער נישט געהאט, און עמי שטעלט דאס צו אז ס'איז א נחת צו קוקן. שוין די העכסטע צייט.
לעצט פאראכטן דורך יוםטובערליך אום מיטוואך אפריל 23, 2014 2:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אפריל 23, 2014 2:57 pm

ר יום טוב

דיין רעוויו איז מורא'דיג הגם איך קען נישט קאמענטן ווייל חוץ מעלות מיט איינער פון די פארטייאישע צייטונגען האב איך קיין איינס נישט אנגעקוקט.

אבער זיי מיר מוחל. קהת פרעגט דיר און דו ענטפערסט נישט! זיך אננעמען קעגן שמוץ מיינט נישט נעמען א צד לטובת א קולט און קעגן די נאנחים ונאנקים פון דארט (יעצטיגע און געוועזענע)! מיט זייערע משפחות דאס איז סתם געמישט טינופת מיט א אדרת שער למען כחש.

איך וויל נישט שרייבן קיין משל צו פראוון מיין פוינט אבער דאס איז נישט זיין ערשטע מאל. ער נעמט א זייט אין א פארווייטאגטע פרשה ווי בעצם יעדע ב"ד פארשטייט אז ער איז נישט גערעכט נאר מ'מוז זיך ארייננעמען א מויל מיט וואסער ווייל קיינער גייט זיך נישט אראפלאזן צו זיין לעוול און אויפווייזן פארקערט. הגם ער טוט דאס מסתם פאר געלט איז צום שטוינען ווי אזעלכע קלוגע אידן ווי דיין ניק פאלן פאר זיין טריק...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:01 pm

מילכיגער האט געשריבן:ר יום טוב

דיין רעוויו איז מורא'דיג הגם איך קען נישט קאמענטן ווייל חוץ מעלות מיט איינער פון די פארטייאישע צייטונגען האב איך קיין איינס נישט אנגעקוקט.

אבער זיי מיר מוחל. קהת פרעגט דיר און דו ענטפערסט נישט! זיך אננעמען קעגן שמוץ מיינט נישט נעמען א צד לטובת א קולט און קעגן די נאנחים ונאנקים פון דארט (יעצטיגע און געוועזענע)! מיט זייערע משפחות דאס איז סתם געמישט טינופת מיט א אדרת שער למען כחש.

איך וויל נישט שרייבן קיין משל צו פראוון מיין פוינט אבער דאס איז נישט זיין ערשטע מאל. ער נעמט א זייט אין א פארווייטאגטע פרשה ווי בעצם יעדע ב"ד פארשטייט אז ער איז נישט גערעכט נאר מ'מוז זיך ארייננעמען א מויל מיט וואסער ווייל קיינער גייט זיך נישט אראפלאזן צו זיין לעוול און אויפווייזן פארקערט. הגם ער טוט דאס מסתם פאר געלט איז צום שטוינען ווי אזעלכע קלוגע אידן ווי דיין ניק פאלן פאר זיין טריק...


כ'וועל זיך עטוואס אנעמען...

וואס יו"טערליך שרייבט איז נאר התפעלות פון זיין ארבייט אלץ א דזשורנאליסט, ער פארט אראפ און קנעט אויס א זאך, קען זיין אז מ'האט אים באצאלט, א זאך וואס איך גלייב נישט, ווייל ער קען אסאך מער דערלייגן, איבערהויפט ביי די מער מאדערנע קרייזן, מיט'ן שרייבן דעם ארטיקל, ער האט געניג געלט און ער איז געניג געריבן. דאס אז משפחה האט געשריבן אזא שארפע ארטיקל קען זיין אסאך מער א "אגענדע" צו דעקן פאזעטיוו לב טהור.

פארוואס ער האט נישט גערעדט מיט די אנטלאפענע: לדעתי איז אינטערסאנטער צו רעדן מיט'ן באאמטער פון די רעגירונג ווי מיט אן אנטלאפענעם וואס איז זיכער מגזם אדער צומאל משקר לתועלת.

אפגעזעהן צו לב טהור איז גערעכט צו נישט, ס'איז א זאך פארזום, עמי מאגאזין האט געמאכט א גוטע ארבייט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:08 pm

שמעלקא, במחילות כבודך הרמה.. השי"ת האט אונז חונן דעת געווען פאר א סיבה... אמת אז נישט יעדער באקימט די מתנה, עס אבער פון די וואס וואס באקימען עס יא איז ערווארטעט אז זיי זאלען עס ניצען...

עס איז אמת אז עמי האט געמאכט אויף פאפיר א געלונגענע ארבייט... דערפאר? קען מען שוין נישט די אייגענע שכל מבחין צו זיין בין טוב ורע?
עס איז כדי אז זאלסט וויסען אז נישט נאר "לב טהור" קען מען פארענטפערן, נאר מען קען פארענטפערן יעדע קרומע רשעות אדער קולט מימות העלום ועד עתה, פאפיר איז א סבלן און מען קען שרייבען דערויף וואס אימער, מען קען אלעס אלעס פארענטפערן.. אבער איינער וואס זאגט דריי מאל א טאג "אתה חונן לאדם דעת" דארף וויסען מבחין צו זיין צווישען שקר און אמת און זיך עקל'ן און זיך דערווייטערן פינעם שקר..

עס איז נישט קיין נפק"מ וואס פאר טויגליכע שרייבער פראנקפוטער איז, און וואס פארא אינטערסן ער האט געהאט צו בארעכטיגען לב טהור, און ווי געלונגען ער איז געווען דערמיט, עס איז אבער נישט קיין צווייפיל וואס עס גייט פאר אין לב טהור..! און עס איז אבסורד אז פארשטענדליכע מענטשן פאלען צו די ארטיקעל, אוןאויב א גיטע זאגט ארטיקעל זאגט עפעס דאן קען איך דיר פארקויפן מדנ"י און מסביר זיין פארוואס סאטמער רב זי"ע איז נישט גערעכט געווען און די מדינה איז איז יא א א"דגאולה.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך אפריל 23, 2014 3:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:19 pm

מחותן האט געשריבן:שמעלקא, במחילות כבודך הרמה.. השי"ת האט אונז חונן דעת געווען פאר א סיבה... נישט יעדער באקימט די מתנה עס אבער פון די וואס וואס באקימען עס יא איז ערוורטעט אז זיי זאלע עס ניצען...

עס אי זאמת אז עמי האט געמאכט אויף פאפיר א געלונגענע ארבייט.. דערפאר? מען קען שוין נישט די אייגענע שכל מבחין צו זיין בין טוב ורע?
זיי וויסען אז נישט נאר "לב טהור" קען מען פארענטפערן, נאר מען קען פארענטפערן יעדע קרומע רשעות אדער קולט מימות העלום ועד עתה.. פאפיר איז א סבלן און מען קען שרייבען דערויף וואס אימער, אבער איינער וואס זאגט דריי מאל אט טאג אתה חונן לאדן דעת דארף וויסען צבחין צו זיין אין גלייבען וואס איז אמת און וואס איז קר און זיך עקל'ן פינעם שרר,


נאכאמאל: גערעכט צו נישט גערעכט, נישט פון דעם רעדט מען, מ'רעדט פון א צייטונג שטאנדפונקט, און יא, א צייטונג טוט דאס כסדר, מ'שרייבט וואס מ'וויל און "וויאזוי" מ'וויל און מ'קען פארענטפערן די גרעסטע רשעות אויף די וועלט, דאס איז א אויסגאבע בתפארתו, נאר נישט מיט העצערישע ארטיקלן נאר מיט הויכע קוואליטעט!

כ'רעדט נישט פון לב טהור יא צו ניין, וואס מיין דעת זאגט אויף לב טהור איז נישט ס'פלאץ דא צו שרייבן, ס'איז נישט היידפארק דא..., אבער אלץ עמי האט ער געמאכט א גוטע דזשאב.

אגב, ווען א צייטונג רעגט אויף מענטשן, אבער נאר ווען דער צייטונג איז קוואליטעט, מאכט ער א גוטן דזשאב...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:22 pm

ביסט נישט גערעכט, א צייטונג מעג נישט פארשרייען די פאקטן און שרייבען ליגענט צילוב פובליסעטי אדער געלט... אפגעזען ווי גוט זיי שרייבען די שקר.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך אפריל 23, 2014 3:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:24 pm

עגרי ר' יו"ט און ר' שמעלקא,

א צייטונג/זשורנאל איז נישט דער ווארטזאגער (אדער "שופר") פון כלל ישראל, זייער אחריות איז נישט צו זיין השי"ת'ס שטעלפארטרעטער בעניני פירצות וחומת היהדות, אויב זיי פארדארבן נישט האבן זיי געטאן זייער תפקיד.
יעצט פון א זשורנאליסטישען שטאנדפונקט איז דאס א ריין-בארעכטיגעטער טהאט, מ'בשרייבט "די אנדערע זייט פון די מטבע" אבער מיט דעקונג, ד.ה. געמאכט געהעריג ריסערטש און פונדערנאנט זיך איבערצייגט אין "יענע זייט".

ווען דו הערסט פון אן אנטלאפענער פון לב טהור הערסטו דאך אויך נאר איין צד, שטימט? יעצט האט "לב טהור" געהאט זיין "מאמענט אוו פעים", און שאנס אראפצולייגן זיין צד, און אויפן ליינער איז צו באשליסן עם מי הצדק, נישט אויפן אויסגאבע.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:26 pm

מחותן האט געשריבן:ביסט נישט גערעכט, א צייטונג מעג נישט צילוב פובליסעטי אדער געלט פארדרייען פאקטן און שרייבען ליגענט... אפגעזען ווי גוט זיי שרייבען די שקר.


אין א וועלט וואס מ'מעג יא אדער נישט ביזטו גערעכט, אבער ווען יעדער שרייבט וואס ער וויל פאר אינטערסן טוט עס אויך עמי, און יעדער מיינט סיי די וועלטליכע צייטונגן און להבדיל די אידישע.

דער חילוק איז אזוי: ווען צייטונג א' וואס איז קעגן פלג ב' אין לאמיר זאגן ספינקא וועט וועלן אראפרייסן א מעמד וואס פלג ב' האט געמאכט וועט מען סתם אזוי העצן, און עמי איז געגאנען און אראפגעשיקט א שרייבער, א פאטאגראפירער און גערעדט צו געניג מענטשן עס צו מאכן קאלירפול, איז כאטש געווען וואס צו ליינען, אין צייטונג א' וואלט געווען סתם העצע אין די וועלט אריין!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:28 pm

בס"ד

קהת און מחותן, לאמיר נישט לאזן די אשכול זאל פארפארן. מען רעדט נישט דא פון לב טהור בעצם ארויף צי אראפ. מען רעדט פון די צייטונגען און מאגאזינען.

אפאר יאר צוריק האט "הארץ" אין מדינת ישראל, פארשטייט זיך טריף ווי חזיר און אנטי-דת ווי הערצל ימ"ש אליינס, געהאט א גאר לאנגע, מיאוסע און שארפע ארטיקל קעגן לב טהור. פון דעם האט ארויסגעשפראצט די יעצטיגע רדיפות פון די "רעגירונג אינסטאנצן" אין קאנאדא קעגן לב טהור. אויך איז פארמישט אביסל פריוואטע משפחה פראבלעמען, אבער נאך האט זיך די יעצטיגע קריזיס אנגעהויבן מיט יענע הארץ ארטיקל, אויף איווריט און ענגליש.

די פרטים וואס טוט זיך "אין" לב טהור איז בכלל נישט רעלעוואנט דא.

משפחה ענגליש מאגאזין, מסתמא וועלנדיג ווייזן קוראזש ווי עמי אבער נעבעך מיאוס פארקירעוועט, באזירט אין הר נוף אן קיין שום "בוטס אן די גראונד," האט אראפגעלייגט זייער א שארפע אטאקע קעגן לב טהור.

איז געגאנגען עמי, און ווי א טאפ-לעוועל מאגאזין, ארויפגעשארצט די ארבל, אראפגעפארן פערזענליך, און גערעדט מיט אלע נוגעים בדבר, אויך פון די קעגנערישע זייט, און געדעקט מיט אפענע בייעס פאר לב טהור, קעגן די רדיפות וואס זיי האבן פון די אפיציעלע אינסטאנצן.

עמי שרייבט אנהויב אז זיי האבן גערעדט צו קעגנער פון לב טהור, פארבינדן מיט די בני יואל קרייזן (וועמען פראנקפורטער האט גוט מסדר געווען צו ראטעווען תו"א), און געהערט אלעס וואס זיי האבן צו זאגן. אבער עמי האט אויך גערעדט מיט די קיובעק מיניסטער פון עדיוקעישאן וואס פארפירט די גאנצע זאך. איך מיין ער וואלט געקענט דערמאנען גענוג זאכן וואס די אנטלאפענע זאגן, אויב עס וואלט געווען אמת. מען רעדט זייער אפען פון קינדער וואס האבן געליטן פון באנעצן, פאנגוס אויף די פוס, און נאך, אלעס איז אויסגעשמועסט ברחל בתך הקטנה. מען רעדט פון חתונה האבן יונג. מען רעדט פון אן איידעם ביי העלבראנץ וואס איז אנטלאפן. מען רעדט פון אלעם וואס די רעגירונג אינסטאנצן האבן חושד געווען, און נישט געפינען קיין באווייזן. מען רעדט מיט די לאיערס פון אלע זייטן.

פון אנטלאפענע וואס זוכן צו פארברענען בריקן קען א נארמאלע מאגאזין נישט בויען קיין ארטיקלען. פון רעגירונג מענטשן וואס מעסטן יעדע ווארט, וויסנדיג אלעס איז רעקארדירט, קען מען מער בויען.

גייט איינער זאגן אז עמי האט עס געטאן פאר געלט... יאפס, עס איז דא א ברוקלין בריק צו פארקויפן.

עמי איז נישט אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען דורך נעמען געלט. ער איז אנגעקומען דורך אריינגיסן געלט, הארעוואניע, אן א שיעור, און די יעצטיגע לב טהור פרשה יוכיח.

עמי האט געוויזן פאר כלל ישראל, און פאר די פרומע מידיע בכלל, וויאזוי מען "דעקט" א פרשה לשם ולתפארת.

ביסט נישט מסכים? פיין, פרידאם אוו ספיטש. אבער קענסט נישט מחולק זיין מיט די קוואליטעט פון זיין ארבייט.

און פליז, נאכאמאל, גיי נישט זאגן אז ער האט עס געטאן פאר געלט, ווייל דו לייגסט זיך צו נאר. שטארק צו נאר.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:32 pm

מיללער האט געשריבן:עגרי ר' יו"ט און ר' שמעלקא,

א צייטונג/זשורנאל איז נישט דער ווארטזאגער (אדער "שופר") פון כלל ישראל, זייער אחריות איז נישט צו זיין השי"ת'ס שטעלפארטרעטער בעניני פירצות וחומת היהדות, אויב זיי פארדארבן נישט האבן זיי געטאן זייער תפקיד.
יעצט פון א זשורנאליסטישען שטאנדפונקט איז דאס א ריין-בארעכטיגעטער טהאט, מ'בשרייבט "די אנדערע זייט פון די מטבע" אבער מיט דעקונג, ד.ה. געמאכט געהעריג ריסערטש און פונדערנאנט זיך איבערצייגט אין "יענע זייט".

ווען דו הערסט פון אן אנטלאפענער פון לב טהור הערסטו דאך אויך נאר איין צד, שטימט? יעצט האט "לב טהור" געהאט זיין "מאמענט אוו פעים", און שאנס אראפצולייגן זיין צד, און אויפן ליינער איז צו באשליסן עם מי הצדק, נישט אויפן אויסגאבע.


בקיצור ברענגט איר ארויס אז די אלע נעגאטיווע ארטיקלען קעגן היימישע אידן אין די צייטונגען איז בארעכטיגט וויבאלד צייטונגען מעגן שרייבען "איין זייט" פון די מטבע און די ליינער זאלן מחליט זיין וועם צו גלייבען.

לדעתי.. א צייטונג טאר נישט באשרייבען נאר "איין זייט" פון די מטבע און באהאלטען און נישט שרייבען די גאנצע מעשה - ווי למשל דא ווי עמי האט נישט באשריבען די שלעכטע זייט פון לב טהור - אויב יא איז די פאוסט גערעכט געווען מיט באשריבען מנחם שטארק, און די רעקארד איז גערעכט מיט באשמיצען קר"י/בלומינבערג, און די טיימס איז גערעכט מיט שרייבען קעגן חסידישע אידן, העכסטענס זאל א צווייטער שרייבען די "אנדערע זייט" פון די מטבע.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:39 pm

ווי געשריבן אריגינעל קען איך נישט גיין צו ווייט ווייל ס'וועט סייווי געמעקט ווערן... אבער לאמיר טרייען...

וואס וואלסטו געזאגט אויף אן ארטיקל וואס נעמט למשל די פאל פון א חסידות וואס מ'האט דארט ארסאנירט די פארמעגן פון א מתנגד. און ער מאכט א "מעכטיגע" ארטיקל ווי ער נעמט זיך אן פאר דעם חסידות. איז דאס זורנאליזם? נישט אין מיין בוק. אפילו ער זאל ווען האבן די בעסטע אינטערוויוס. (ס'נאר א משל...)

אונז זעמיר אזוי געוויוינט מיט איינזייטיגע זריפט אז אונז רעד מיר זיך איין אז דאס הייסט גאר זורנאליזם. די ריכטיגע נאמען פאר דעם איז פראפאגענדע.

זורנאליזם מיינט ווען ער טוט אלעס וואס ער האט געטון און ער איטערוויוט אויך ---- רב שליט"א מיט זיין געוועזענע שניר פלוס די דריי רעספעקטירטע דיינים וואס האבן אונטערגעשריבן א בריוו דעם ווינטער אז ס'איז א מצוה זיי צו רודפ'ן מיט אלע מעגליכקייטן בעולם און זיי אונטערברענגען. אויך ברענגט ער די כשר'ע עדות פון אידן וואס זענען דארטיגע פלוס נישט כשר'ע עדות פון זיין אייגענע זון און רביצן.

טאמער האט ער א שיינע מעשה ואס קומט נאר פון איין צד האב מיר שוין גענוג אין נאך. עכ"פ מיט זשורנאליזם האט עס זיכער נישט.

גענוג געשריבן?

--
מ'האקט. מער נייעס מאך די קורצע ברעיק
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:45 pm

בס"ד,

איך בין נישט קיין אגענט פאר עמי, באמת פאר קיין איינע פון די צייטונגען, און עס האט א שיעור.

אבער מ'קען זייער גוט פארשטיין און אפילו שעצן וואס עמי האט געטאן.

משפחה שרייבערס פון ערגעץ בהרי ירושלים האבן אטאקירט "א גאנצע עדה פרומע אידן." נישט באגרעניצט צו א שניר אדער שוויגער אדער רב אדער רביצין.

די "עדה אידן" זענען אונטער א האגל פון רדיפות דורך די אפיציעלע רעגירונג אינסאנצן, און זייענדיג אונטער אטאקע פון משפחה, האט עמי באשלאסן צו דעקן די פרשה פארקערט ווי די קאנאדער אינסאנצן לייגן אראפ, אן אריינגיין - דאנקע שיין - אין פריוואטע משפחה זאכן וואס קומען באמת נישט אריין.

איינער האט המבשר צו סקענען אן ארטיקל...?

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:50 pm

איך פארשטיי אמתדיג נישט וואס דא גייט פאר.

איז מיללערס טענה אז א איינזייטיגע ראפארטאזש הייסט זשורנאליזם? איז דאך מחותן 100% גערעכט. לאמיר אלע הייבן אונזערע הוטן צו דער בלאט/איד וואס האט אזוי גוט געדעקט די סאטמאר מחלוקה מיט לעבעדיגע בילדער און אינטערוויוס און רבם דקרו קעפליך...ס'איז געווען דארט אלעס וואס יום טוב רעכנט אויס. "איז געגאנגען עמי, און ווי א טאפ-לעוועל מאגאזין, ארויפגעשארצט די ארבל, אראפגעפארן פערזענליך, און גערעדט מיט אלע נוגעים בדבר" פארשטייט זיך חוץ מיט "אנטלאפענע וואס זוכן צו פארברענען בריקן"...זיי האבן געהאט רעגירונג פארשטייער מיט אלע גוטע זאכן...

איך פארשטיי אז עמי האט עס געמאכט מער פראפעשאנעל. נאך אלס איינזייטיגע רעפארטאזש. רעפארטאזש מיינט מ'ברענגט אלע פאקטן און מ'לאזט די לייענער באשלוסן. טאמער וויל מען שרייבן א אפינען נעמט מען אין באטראכט אלע צדדים און מ'שרייבט קלאר אז דאס איז נאר אפיניען.

יום טוב'ס לעצטע תגובה פארדינט א עקסטערע ענטפער
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:53 pm

משפחה האט געשריבן איין זייט.
עמי האט געשריבן די אנדערע זייט.
הצד השוה שבהן שדרכן להזיק.
ווילאנג מ'שרייבט איין זייט פון נישט קיין חילוק וועלעכע מחלוקה אדער מעשה, נישט קיין חילוק ווי שיין ס'איז באשריבן, איז עס נישט זשורנאליזם.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:57 pm

משפחה האט געשריבן ביידע זייטן. זיי האבן אראפגעברענגט ציטאטן פון די עסקני לב טהור. אוודאי האבן זיי אין דעם ארטיקל געגעבן דעם טאן אז זיי זענען קעגן דעם, אבער זיי האבן נאך אלס געגעבן דעם מייק אויך פאר די לב טהור זייט. עמי האט איגנארירט דעם דעת הציבור, און האט נאר געשריבן די זייט פון לב טהור.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:57 pm

יוםטובערליך האט געשריבן: איז געגאנגען עמי, און ווי א טאפ-לעוועל מאגאזין, ארויפגעשארצט די ארבל, אראפגעפארן פערזענליך, און גערעדט מיט אלע נוגעים בדבר, אויך פון די קעגנערישע זייט, און געדעקט מיט אפענע בייעס פאר לב טהור, קעגן די רדיפות וואס זיי האבן פון די אפיציעלע אינסטאנצן.

עמי שרייבט אנהויב אז זיי האבן גערעדט צו קעגנער פון לב טהור, פארבינדן מיט די בני יואל קרייזן (וועמען פראנקפורטער האט גוט מסדר געווען צו ראטעווען תו"א), און געהערט אלעס וואס זיי האבן צו זאגן. אבער עמי האט אויך גערעדט מיט די קיובעק מיניסטער פון עדיוקעישאן וואס פארפירט די גאנצע זאך. איך מיין ער וואלט געקענט דערמאנען גענוג זאכן וואס די אנטלאפענע זאגן, אויב עס וואלט געווען אמת. מען רעדט זייער אפען פון קינדער וואס האבן געליטן פון באנעצן, פאנגוס אויף די פוס, און נאך, אלעס איז אויסגעשמועסט ברחל בתך הקטנה. מען רעדט פון חתונה האבן יונג. מען רעדט פון אן איידעם ביי העלבראנץ וואס איז אנטלאפן. מען רעדט פון אלעם וואס די רעגירונג אינסטאנצן האבן חושד געווען, און נישט געפינען קיין באווייזן. מען רעדט מיט די לאיערס פון אלע זייטן. פון אנטלאפענע וואס זוכן צו פארברענען בריקן קען א נארמאלע מאגאזין נישט בויען קיין ארטיקלען. פון רעגירונג מענטשן וואס מעסטן יעדע ווארט, וויסנדיג אלעס איז רעקארדירט, קען מען מער בויען.

גייט איינער זאגן אז עמי האט עס געטאן פאר געלט... יאפס, עס איז דא א ברוקלין בריק צו פארקויפן.

עמי איז נישט אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען דורך נעמען געלט. ער איז אנגעקומען דורך אריינגיסן געלט, הארעוואניע, אן א שיעור, און די יעצטיגע לב טהור פרשה יוכיח. עמי האט געוויזן פאר כלל ישראל, און פאר די פרומע מידיע בכלל, וויאזוי מען "דעקט" א פרשה לשם ולתפארת. ביסט נישט מסכים? פיין, פרידאם אוו ספיטש. אבער קענסט נישט מחולק זיין מיט די קוואליטעט פון זיין ארבייט. און פליז, נאכאמאל, גיי נישט זאגן אז ער האט עס געטאן פאר געלט, ווייל דו לייגסט זיך צו נאר. שטארק צו נאר.


אויב האט די עמי ארטיקעל באוויזען צו איבערצייגען איינעם צו שרייבען אזוי פאזעטיוו איבער לב טהור דעמלאטס חבל על הזמן... און עמי איז טאקע מעכטיג,

אבער אפאר קליינע הערות

1} ער האט נישט גערעדט מיט אלע נוגעים בדבר, והא ראיה ער ברענגט נישט די צד קעגן לב טהור.
2} אויף יו-טויב קען מען טרעפן מער אמת'ע באווייזען קעגן לב טהור וופיל עמי האט באוויזען צו טרעפן ווי לאנג ער האט זיך געדרייט דארט און גערעדט מיט יעדעם איינעם..!
3} עמי האט עס געטיען פאר סיבה, מעגליך פאר געלט, און מעגליך פאר פובליסעטי וואס גייט ברענגן געלט.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך אפריל 23, 2014 4:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

עמי

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:06 pm

אנדערש ווי ביז היינט, האב איך דעם יום טוב בלויז געליינט עמי. אפילו אויסלאזענדיג די לב טהור ארטיקל איז עס געווען א גאר זאפטיגע אויסגאבע געשמאק צו ליינען, אפילו די קלענערע ארטיקלען פון איינס צוויי בלעטער זענען אויך געווען מלא וגדוש, דאס ווייזט אז די אומבא'טעמ'טע ארטיקלען אין דעם מאמענט וואס טייל האבן ערווענט איז נישט ווייל זיי זענען קורץ נאר נישט גוט געשריבען.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:08 pm

חיים צבי האט געשריבן:און אין קובץ מעין גנים האב איך געזען אז דאס האט ארויסגעגעבן ר' שלמה קלוגער.

אזוי האב איך אויך געזען אין דער איד

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:13 pm

איך האב ארויפגעברענגט דעם מאשין מצות אשכול אין זכור ימות עולם
והנה:
טראג ביטע אהין דיין תגובה און מען וועט קענען פארמעקן דעם אשכול

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:14 pm

חיים צבי האט געשריבן:אנדערש ווי ביז היינט, האב איך דעם יום טוב בלויז געליינט עמי. אפילו אויסלאזענדיג די לב טהור ארטיקל איז עס געווען א גאר זאפטיגע אויסגאבע געשמאק צו ליינען, אפילו די קלענערע ארטיקלען פון איינס צוויי בלעטער זענען אויך געווען מלא וגדוש, דאס ווייזט אז די אומבא'טעמ'טע ארטיקלען אין דעם מאמענט וואס טייל האבן ערווענט איז נישט ווייל זיי זענען קורץ נאר נישט גוט געשריבען.
עמי האט צווישן אנדערע געהאט אן ארטיקל איבער מאשין מצות - א המשך פון דעם פאראיאריגן פסח אויסגאבע - גוט ברייט באשריבען מיט מקורות.
עס האט מיר געקאסט א שמייכל ביים ליינען שפעטער די זעלבע נושא אין עטליכע גליונות, מאגער און טרוקן, אן די טענות פון ביידע זייטן.
אויך האב איך געטראפן עטליכע סתירות צווישען די ארטיקלען צב"ש אין עמי האט הרב טויב געשריבן אז 'מודעה לבית ישראל' האט ארויסגעגעבן א קראקעווער איד וואס האט אנגעדרייט די מערכה און אין קובץ מעין גנים האב איך געזען אז דאס האט ארויסגעגעבן ר' שלמה קלוגער.


הגאון רבי חיים נתן דעמביצער זצ"ל פון קראקא איז נישט "עפעס א קראקאווער איד", אבער באמת זענען ביידע גערעכט:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?19039&

דער מעין גנים ארטיקל האט נאך א גרויסע אמעראצעס, אז די צוויי שוואגערס הגרי"ש און הגרמ"ז פון לעמבערג האבן זיך צוקריגט ביי די מאשין-מצות פרשה, דאס איז נישט וואר, דער פירוד החבילה איז שוין געווען מיט עטליכע יאר בעפאר ווען דער שו"מ איז געווארןר ב אין לעמבערג והדברים עתיקים.

בכלל צו באשרייבן די מאשין מצות פרשה איז אויסגעדראשן און אלטע נייעס, אינאיינעם מיט פרשת התכלת, קליווא גט, מענדל בייליס, טיסא עסלאר, טיילונג פון אונגארן וכו'
צוגעלייגטע
getimg.jpg

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:17 pm

מילער:
דער עמי האט געגעבען דעם געפיל אז די רעדע דא איז פון א קראקאווער איד, איך בין נישט קיין גרויסע ידען והוא רחום יכפר עון
פאר מיר האט יא דער ארטיקל געהאט חידושים. אין עמי איז אויך געווען ערווענט אז דער פירוד איז געווען ביי די מאשין מצות
אגב, דער א.ד. גליון האט אין אלגעמיין אסאך טעותים

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אפריל 23, 2014 4:19 pm

יונטי

דיין גאנצע שיטה דא קומט פון עמי. דאס הייסט דו האסט אפגעקויפט זיינע פאקטן פאר גוט געלט און לויט דעם ביזטו טאקע גערעכט! סארי. איך האב נישט אנגעהויבן דעם שמועס אבער דו קענסט נישט קומען און אריינווארפן רמזים מיט פאקטן און אלעס פארווישן מיט א "לאמיר נישט פארקריכן".

איך גיי מיך זיכער נישט באציען צו אלעס וואס דו האסט געשריבן ווייל דא איז טאקע נישט דאס פלאץ. נאר אלס משל אז אפילו די פאקט וואס דו שרייבסט פאר א פשטות כאלו די הארץ ארטיקל האט אנגעהויבן די מעשה איז פלעין שקר וואס לב טהור פעדלט שוין ארום די גאנצע צייט. איך וויל נישט שרייבן די אמת'דיגע ווערסיע משום הרחק מן הכיעור.

נאר וואס דען? די סדר הדברים ביי אונז איז אז א "היימישע" אויסגאבע האט ביי אונז מער נאמנות ווי די דרויסנדיגע הגם יעדער ווייסט אז זיי זענען איינזייטיג. דער געוועליכער לייענער איז נישט באגאבט צו נאכגיין די פאקטן אליין ממילא גלייבט ער זיין צייטונג/אויסגאבע. ביי היימישע אידן האלט מען אז די גוי'ישע/פרייע איז פונקט אזוי איינזייטיג אויף די אנדערע זייט. ממילא זענען מיר פאראורטיילט אדער צו אפקויפן אלע ספינס פון אונזערע צייטונגען אדער זיך צו טונקען אין טינופת און לייענען אלע אנדערע וד"ל ואכמ"ל.

איינער וואס קלעימט צו זיין א "עכטער" רעפארטער אזש מ'זאל דא נתפעל ווערן פון אים דארף באשרייבן "אלע" פאקטן. נאכאמאל "פאקטן". נאכדעם איז בארעכטיגט אויב ער פארבט דאס מיט איינזייטיגקייט צו קאמפענסעיטן פאר די איינזייטיגקייט פון דעם צד שכנגד. מיין משל איז די ני"ט קעגן פאקס. זיי זענען ביידע ערנסטע רעפארטער הגם יעדער פארבט אויף זיין זייט.

עמי אין דעם פאל האט דאס נישט געטון. ווייט דערפון!! פון ווי איך ווייס? ווייל איך בין פערזענליך באקאנט מיט אן א שיעור אידן וואס האבן דאס יא געטון און זיי זענען ארויסגעקומען מיט פונקט פארקערטע מסקנות. און זייער אסאך פאקטן (טאמער נעם איך נישט אן אז דו האסט פשוט נישט גוט נאכגשריבן זייער אסאך פרטים) וואס דו ברענגסט זענען פלעין נישט ריכטיג און פאלש.

אלזא טאמער דארף איך רעיטן עמי מיט געלונגענע ארבייט איז זיכער אז זיי זענען מורא'דיג גוט! אבער די ארבייט הייסט נישט זשורנאליזם אדער רעפארטאזש נאר פראסט פראפאגאנדע.

(און בדרך אגב דיין אויסלאז ווי דו שטעלסט אוועק פאר א געפערליכער נאר עמיצער וואס קען חושד זיין אז ער באקומט געלט פאר אזא געלונגענע ארבייט איז א פלא. וועלכע חלק גלייבסטו נישט? ווען דו ביזט לב טהור צאלסטו נישט פאר אזא ארטיקל? נאר פשוט קענענדיג זיינע עטישע ווירדן ביזטו איבערצייגט אז ער וואלט דאס צוריקגעווארפן? אבער ס'גוט אזוי...)
לעצט פאראכטן דורך מילכיגער אום מיטוואך אפריל 23, 2014 4:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט