"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:50 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:טראכט פון אזעלכע אידן וועלכע קויפן נישט געווענליך קיינע צייטונגען, און זאגן פאר די קינדער: קויף מיר איין צייטונג?
דאס קינד רופט אהיים: "עס איז דא די עמי, מאמענט און יפה בעתו, וועלכע זאל איך קויפן?"
"עם..." וועט דער טאטע זאגן, "קויף די עמי..."

גערעכט.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:55 pm

איינער האט שוין דערמאנט אז אין מאנטריאל קומט שוין ארויס א "מאמענט" זיי פלעגן עס לייגן אנליין עס איז באמת זייער שיין און רייך (זיי האבן אויף אידיש און אויף ענגליש צוזאמען) http://issuu.com/dermoment/docs/volume48

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אפריל 08, 2014 1:03 am

אזוינס האב איך נאכנישט געזעהן..
די מאנטריאלער מאמענט פרייז איז 50 צענט..
עס דערמאנט מיך פון די אלטע היים.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אפריל 08, 2014 11:14 am

לויט וואו איך הער גייט מען באקומען די נייע אויסגאבע צוזאמען מיט "א בליק" במשך די ערשטע פאר וואכן
דערנאך גייט מען עס קענען קויפן אלס א באזינדערע אויסגאבע

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אפריל 08, 2014 11:19 am

אויב איז עס וואר;
איין מעלה אז ס'קען זיך אויפכאפן טאמער ס'גוט
איין חסרון ביי וועם די בליק איז שוין סיי ווי אפגעפרעגט, אדער ער קויפט נישט קיין בילדער מאגאזינען וועט עס נאר אפ'הרג'נען
ועוד ועוד

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אפריל 08, 2014 11:23 am

און א געוויסע וועג ביזטו גערעכט
פון די אנדערע זייט, איז עס ממיילא א סוד פאר גאנץ בראד ווער עס שטייט דערינטער, און די חצירות וואס זענען קעגן "א בליק" גייען עס סייווי נישט קויפן
אזוי ארום, אז די אקט קען זיי נאר ברענגען גוטע פאבליסעטי

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דינסטאג אפריל 08, 2014 11:35 am

אסותא האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:טראכט פון אזעלכע אידן וועלכע קויפן נישט געווענליך קיינע צייטונגען, און זאגן פאר די קינדער: קויף מיר איין צייטונג?
דאס קינד רופט אהיים: "עס איז דא די עמי, מאמענט און יפה בעתו, וועלכע זאל איך קויפן?"
"עם..." וועט דער טאטע זאגן, "קויף די עמי..."

גערעכט.

אזוי ? ס'ווענד זיך ווער, איך וואלט געזאגט יפה בעתו.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג אפריל 08, 2014 11:42 am

קרעפטיג האט געשריבן:
אסותא האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:טראכט פון אזעלכע אידן וועלכע קויפן נישט געווענליך קיינע צייטונגען, און זאגן פאר די קינדער: קויף מיר איין צייטונג?
דאס קינד רופט אהיים: "עס איז דא די עמי, מאמענט און יפה בעתו, וועלכע זאל איך קויפן?"
"עם..." וועט דער טאטע זאגן, "קויף די עמי..."

גערעכט.

אזוי ? ס'ווענד זיך ווער, איך וואלט געזאגט יפה בעתו.

גם אני מצטרף...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דינסטאג אפריל 08, 2014 1:15 pm

'געזאגט' יפה בעתו וואלט איך אויך, אבער 'געקויפט' וואלט איך עמי...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג אפריל 08, 2014 1:18 pm

מר. גרין האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:איך בין פרייליך ביז גאר (עיין ערך "מיט גרויס פרייד" וכדו') אבער אויב מעגליך אז שטיקל באריכט דערוועגן.

וועט דאס זיין א_ווי אלע אנדערע אידישע מאגעזינען? אדער "סאמטינג דיפרענט"? וועלן "דער בליק" בילדער אריינגעלייגט ווערן אונעם מאגאזין און ווערן א חלק דערפון?

עפעס אונטער די קוליסן ווייסט איר צו דערציילן?


ווען מ'גייט אריין אין די פרטי הדברים בין איך זייער צומישט
פון איין זייט געב איך זיי שטארקע טשאנסען פארן פאקט אז זיי האבן אינטער זיך "יולי קרויס" פון YHK וואס איז גאר א טויגליכע אינגערמאן און ער האט אין די לעצטע פאר יאר באוויזן צו ברעכען היסטאריע מיט עטליכע פון זיינע פראיעקטן [תהילים כולל, לוח הציבור ועוד]
מצד שני האט "דער בליק" א שטיקעל היסטאריע פון זיין צוקריגט מיט עטליכע חצירות, אנדערש וואו "דער וואך" וואס לעבט זיך גוט מיט יעדן, פירט "א בליק" חשבונות מיט וועם ער קען נאר.
וממיילא איז דאס ביי מיר א שטארקע חיסרון, סיי מחמת די קליענטען און סיי מצד די מארקעטינג פירמעס וואס א טייל פון זיי גייען עס בויקעטירן צוליבן פאקט אז זיי ווילן נישט האבן א שייכות מיט פאליטיק.[ דאס ווייס איך פון אינסייד]


איר מיינט צו זאגן מיט'ן וויכטיג מאכער (נד"נ) פון די חצרות וואס האלטן אן שטארק אן די בילדער? דאס מיינט נישט אז די חסידים פון יענע חצר וועלן יא אדער נישט קויפן דעם מאגאזין!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אפריל 08, 2014 1:28 pm

[
tיר מיינט צו זאגן מיט'ן וויכטיג מאכער (נד"נ) פון די חצרות וואס האלטן אן שטארק אן די בילדער? דאס מיינט נישט אז די חסידים פון יענע חצר וועלן יא אדער נישט קויפן דעם מאגאזין!
[/quote]

לויט ווייל איך פארשטיי, נעמען עס די חסידים פון געוויסע חצירות אן וואו א פערזענליכע עוולה, און אנדערש וואו די וואך מאגעזין וואס דעקט א יעדעם איינעם, פורט "א בליק" חשבונות מיט געלט וואס זיי באקומען נישט צו דעקן אנדערע
איך וואלט געזאגט אז די אלע חצירות וואס מען דעקט זיי נישטגייען אויסנוצן די געלעגענהייט זיך אפצורעכענען מיט זיי. און אנדערש וואו געוויסע וואס וועלן געוויס טענן אז עס איז א קינדערישע אקט, געב איך זיי גערעכט.
לאמיר דיך פערזענליך פרעגן, ווען א מאגעזין וואלט נישט געדעקט דיינס א רבי וואלסטו אויסגעגעבן א 5'ער עס צו קויפן?
און א פערזענליכע שמועס וואס איך האב די וואך געהאט מיט איינער פון די גרעסטע היימישע עידשענסיז וואס פארמאגט זייער אסאך קאמפעניס אונטער זיך האט ער מיך קלאר געזאגט, אז ער קען אפי' נישט גיין מציע זיין זיינע קליענטען צו לייגן אינעווייניג עדס, מיטן חשבון אז עס גייט אויפרעגן אלע חצירות'ן וואס זענען ברוגז אויף "א בליק.
העמיר צו ווארטן און זעהן וואס וועט זיך אויסקאכען.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג אפריל 08, 2014 2:24 pm

מר. גרין האט געשריבן: לויט ווייל איך פארשטיי, נעמען עס די חסידים פון געוויסע חצירות אן וואו א פערזענליכע עוולה, און אנדערש וואו די וואך מאגעזין וואס דעקט א יעדעם איינעם, פורט "א בליק" חשבונות מיט געלט וואס זיי באקומען נישט צו דעקן אנדערע
איך וואלט געזאגט אז די אלע חצירות וואס מען דעקט זיי נישטגייען אויסנוצן די געלעגענהייט זיך אפצורעכענען מיט זיי. און אנדערש וואו געוויסע וואס וועלן געוויס טענן אז עס איז א קינדערישע אקט, געב איך זיי גערעכט.
לאמיר דיך פערזענליך פרעגן, ווען א מאגעזין וואלט נישט געדעקט דיינס א רבי וואלסטו אויסגעגעבן א 5'ער עס צו קויפן?
און א פערזענליכע שמועס וואס איך האב די וואך געהאט מיט איינער פון די גרעסטע היימישע עידשענסיז וואס פארמאגט זייער אסאך קאמפעניס אונטער זיך האט ער מיך קלאר געזאגט, אז ער קען אפי' נישט גיין מציע זיין זיינע קליענטען צו לייגן אינעווייניג עדס, מיטן חשבון אז עס גייט אויפרעגן אלע חצירות'ן וואס זענען ברוגז אויף "א בליק.
העמיר צו ווארטן און זעהן וואס וועט זיך אויסקאכען.



היבש מוגזם לדעתי
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דינסטאג אפריל 08, 2014 2:44 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:'געזאגט' יפה בעתו וואלט איך אויך, אבער 'געקויפט' וואלט איך עמי...

לא זכיתי להבין.

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

תגובהדורך Elmo » דינסטאג אפריל 08, 2014 2:59 pm

יוראפ האט געשריבן:אויב איז עס וואר;
איין מעלה אז ס'קען זיך אויפכאפן טאמער ס'גוט
איין חסרון ביי וועם די בליק איז שוין סיי ווי אפגעפרעגט, אדער ער קויפט נישט קיין בילדער מאגאזינען וועט עס נאר אפ'הרג'נען
ועוד ועוד


ביי מיר מיינעך סע וועט האבן א NEGATIVE EFFECT

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג אפריל 08, 2014 3:56 pm

אויב פלאנען זיי זיך אפצוגעבן מיט "ספּעלינג" גענוי ווי אין "א בליק", איז עס לדעתי א דורכפאל מעיקרא.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג אפריל 08, 2014 4:49 pm

פארשריבן האט געשריבן:אויב פלאנען זיי זיך אפצוגעבן מיט "ספּעלינג" גענוי ווי אין "א בליק", איז עס לדעתי א דורכפאל מעיקרא.

ספעלינג און גרעממער כצ"ל.

ס'א שרעק..

מנוחה ושמחה
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » דינסטאג אפריל 08, 2014 6:33 pm

ידיד האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן:אויב פלאנען זיי זיך אפצוגעבן מיט "ספּעלינג" גענוי ווי אין "א בליק", איז עס לדעתי א דורכפאל מעיקרא.

ספעלינג און גרעממער כצ"ל.

ס'א שרעק..

עס ווענדט זיך פון וועלכע שרייבער

קוקט פאראויס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2014 4:12 am

תגובהדורך קוקט פאראויס » דינסטאג אפריל 08, 2014 8:19 pm

מר. גרין האט געשריבן:מיט גרויס פרייד טוהן די אידישע ליינערס אויפנעמען די בשורה מיטן עפענונג פונעם נייעם אידישע מאגעזין "דער מאמענט"
"דער מאמענט" איז ערווארטעט צו ערשיינען אויף פסח
עס שטייען דערונטער "א בליק" בילדער מאגעזין, און די עפענונג קאמפיין ווערט געפירט דורך YHK services
אזוי אויך וועט די גאנצע אויסשטעל ווערן געמאכט דורך yhk וועלכע זענען באוויסט מיט זייערע אויג פארכאפענדע געדאנקען, א שטייגער וואו "לוח הציבור" און נאך.
ווער עס האט א סעמפעל ווערט געבעטן עס פארצושטעלן.

אלץ א גאר שטארקע פען פון "מאמענט" מאגאזין וויל איך אויפמערקן אייער טעות (טעות לעולם חוזר, אפילו א לאנגע צייט דערנאך), אז די מאגאזין הייסט "מאמענט" אן די ווארט "דער"

קוקט פאראויס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2014 4:12 am

תגובהדורך קוקט פאראויס » דינסטאג אפריל 08, 2014 8:23 pm

מר. גרין האט געשריבן:און א געוויסע וועג ביזטו גערעכט
פון די אנדערע זייט, איז עס ממיילא א סוד פאר גאנץ בראד ווער עס שטייט דערינטער, און די חצירות וואס זענען קעגן "א בליק" גייען עס סייווי נישט קויפן
אזוי ארום, אז די אקט קען זיי נאר ברענגען גוטע פאבליסעטי

בארואיגט אייך רבותי, לויט מיינע אינפאו וואס איך האב באקומען פון איינע פון זייערע גרעסטע קאמפיינער'ס פלאנען זיי אנצוהאלטן א בליק אינאיינעם מיט מאמענט, זיי טענה'ן אז זיי לוינט ענדערש אזוי,

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » דינסטאג אפריל 08, 2014 11:17 pm

אויב לייגן זיי עס צוזאמען מיט א בליק דעמאלטס זענען זיי ריכטיגע מאבד עצמו לדעת! זיי נעמען אזאך וואס קען זיך גוט אויפכאפן אין קען בדרך הטבע שיין מצליח זיין אין לייגן עס צופארקויפן צוזאמען מיט פארדארבענע פיש... ס'איז דא הינדערטער מענטשען וואס וועלן עס נישט קויפן נאר פאר די נאמען " א בליק" ! במשך די יארן האט ער זיך אייגעקויפט אזויפיל אייגענע שונאים וואס זענען פרזענליך ברוגז אויף איהם צוליב פאליטיק'ס וואס ער האט געפירט מיט פיל חסידות'ר וואס ער האט חוזק געמאכט (דאס איז אפילו עס זאל ווען זיין א הערליכע אויסגאבע, וואס ער איז ווייט פון דעם)
קומט מען יעצט ארויס מיט א נייע אויסגאבע אויף אידיש וואס ווי געשמיסט איז די יודיש רעדנדיגע צאל גענוג ווייניג אין פון דעם שנייט אראפ האלב פון יעדע חסידות וואס קען עס נישט קויפן האלב פון סאטמער-באבוב קלויזענבורג-וויזניץ וכו בלייבט מען איבער מיט גארנישט!!!
אדרבה איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז א ס'קען עפעס ברענגען מיטן גיין אינאיינעם מיט א בליק?? פארוואס זאל ער עס נישט ארויסגעבן עקסטער מיט א נייע נאמען ער קען נאר פארדינען כ'זעה נישט וואס ער קען דערלייגן?

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מיטוואך אפריל 09, 2014 8:15 am

הערט אויס. נאך איין טאג געבליבן צו שפעקולירן, ווייל נאכדעם זע'מיר אונז שוין די בעלי דעה איבער דעם מאגאזין

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » מיטוואך אפריל 09, 2014 10:19 am

נאך א צייטינג מיט די נאמען מאמענט
http://www.momentmag.com/

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7485
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אפריל 09, 2014 10:24 am

קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א צייטינג מיט די נאמען מאמענט
http://www.momentmag.com/

שוין דערמאנט פריער אין אשכול:
אסותא האט געשריבן:אגב, עס איז דאכט זיך געווען אמאל א משכילישע צייטונג מיטן נאמען מאמענט, און די סעקולארע סייט איז איז ווי זייער ממלא מקום.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך אפריל 09, 2014 10:51 am

קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א צייטינג מיט די נאמען מאמענט
http://www.momentmag.com/

און די ארויסגעבער פון די נייע מאגאזין האבן נישט געהאט קיין בעסערע דאמעין ווי פלעין נוצן די זעלבע נאר טוישן פון .com צו .org?!
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

קוקט פאראויס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2014 4:12 am

תגובהדורך קוקט פאראויס » מיטוואך אפריל 09, 2014 12:13 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א צייטינג מיט די נאמען מאמענט
http://www.momentmag.com/

און די ארויסגעבער פון די נייע מאגאזין האבן נישט געהאט קיין בעסערע דאמעין ווי פלעין נוצן די זעלבע נאר טוישן פון .com צו .org?!

די נאמען מאמענט איז זייער א שטארקע נאמען וואס האט כמעט נישט קיין פאסיגערע סלאוגען וואס שטימט אזוי גוט סיי אויף היינטיגע אידיש און סיי אלטע אידיש, און אויך אויף ענגליש
און לגבי די אנדערע אויסגאבע "דער מאמענט" איז דאס נישט קיין שטער ווייל יענץ הייסט "דער מאמענט" און דאס הייסט "מאמענט" אליין אן די ווארט 'דער'


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט