"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך אפריל 09, 2014 11:33 pm

קוק פאראויס.
אויב ווייסטו יא טא זאג עפעס, ווער זענען די שרייבער? און אויף וועלכע שניט לויפן ענק אין פארגלייך צו אנדערע מאגעזינען? אין וויפיל ביילאגעס וועט ארויס קומען וועכנטליך? און וויפיל בלעטער? ביטע, דערצייל עפעס...

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך אפריל 09, 2014 11:39 pm

הרב קוק פאראויס, איך האב מורא מען וועט אייך באהאנדלען ווי דער נחלתינו דינער אשכול ז"ל.

איך מיין אז בעסער איז זיך א נאמען צו געבן "מאמענט" וכדומה, ווייניגער געשפילט קריכט ווייניגער.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך אפריל 09, 2014 11:43 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:הרב קוק פאראויס, איך האב מורא מען וועט אייך באהאנדלען ווי דער נחלתינו דינער אשכול ז"ל.

איך מיין אז בעסער איז זיך א נאמען צו געבן "מאמענט" וכדומה, ווייניגער געשפילט קריכט ווייניגער.

זיי מעגן ווען האבן אן אפיציעלע ניק, פאר קאמענטארן, קריטיק און הערות

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך אפריל 09, 2014 11:43 pm

איינער שפילט דא?
יא, ער איז פון די מאמענט. למעשה זעט אויס ווי די עולם איז העכסט אינטערסירט דערין. איז וואס גייט דיר אן אז די מיר וועלן האבן אביסל מער אינפארמעישן? לאז געמאך.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 12:41 am

פון אונטער די קאליסן דרייט זיך איבער די וועלט
הרב א. הגר שליט"א האט נישט געגעבן קיין רשות צו לייגן זיין בילד אויפן דעקל און עס איז געווען אויסגענומען פון פאראויס.
עס האט געזאלט הייסן אז עס גייט ארויסקומען א בריוו אקעגען די מאגעזין
למעשה גייט מארגן ארויסקומען אן אפעציעלע התנצלות פון די רעדאקציע פארן לייגן די בילד.
יא, די טאג האט זיך אנגעהויבן .......

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 12:58 am

ווינקל האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:עניוועי, דאס אמאל זיכער אז די מאמענט איז הערליך שיין גראפירט, יעצט ברויך מען וויסן צו ס'איז אינהאלטפולע ארטיקלען און גוט געשריבן. (דערנאך העט מען דארפן וויסן צו ס'איז דא גענוג געלט אנצוגיין..)

געלט איז נישט די גרעסטע פראבלעם, צו האבן גיטע ארטיקלען יעדע וואך איז פול א גרעסערע פראבלעם.
מיר זענענן געפערליך געצוימט וועלכע ארטיקלען מען קען שרייבען, אויב עס איז צו גוי'עש קימט א איסור, צו ערליך ווערט יאנטשי, פרויען נושאים איז א פראבלעם, פיקטשערס איז א פראבלעם, היסטאריע קען זיין א פראבלעם, אקטועלע נייעס גאר ברייט באשריבען קען זיין א פראבלעם, חינוך ארטיקעלען קען זיין א פראבלעם במילא די אויסוואל איז זייער קליין, די "צייטשריפט" ז"ל האט זיך געמיטשעט מיט די פראבלעם און זינט דעמלאטס איז עס נאר געווארען שווערער וויבאלד עס איז שוין צוגעקימען איסורים אויף מאגאזינען.


עיין ערך אייוועלט... אז מ'וויל קען מען.


פון אייוועלט איז נישט קיין ראיה וויבאלד דא איז דא צענדליגער שרייבער אזוי אויך איין האנט וואשט די אנדערע, משא״כ ביי אויסגאבע מוז ״יעדע וואך״ זיין פרישע סחורה דרוך איינס צוויי שרייבער. (אחוץ אויב איר מיינט מרמז צו זיין אז דא איז דא א אפענע לייבערי פון ווי מען קען נעמען אומזינסט סחורה...)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:25 am

מחותן דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מיין באליבטער צייטשריפט האט זיך פארמאכט?

קוקט פאראויס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2014 4:12 am

תגובהדורך קוקט פאראויס » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 12:15 pm

מר. גרין האט געשריבן:פון אונטער די קאליסן דרייט זיך איבער די וועלט
הרב א. הגר שליט"א האט נישט געגעבן קיין רשות צו לייגן זיין בילד אויפן דעקל און עס איז געווען אויסגענומען פון פאראויס.
עס האט געזאלט הייסן אז עס גייט ארויסקומען א בריוו אקעגען די מאגעזין
למעשה גייט מארגן ארויסקומען אן אפעציעלע התנצלות פון די רעדאקציע פארן לייגן די בילד.
יא, די טאג האט זיך אנגעהויבן .......

איך האב קלאר געהערט פון הרב רבי אליעזר שליט"א אז ער האט קלאר געגעבן די אינטערוויוא מיט א ווילן נאר די בילדער איז געווען א טעות וואס דער איטערוויוא'ער האט נישט אויפגעכאפט אז ער וויל נישט קיין בילדער, למעשה בס"ה איז רבי אליעזר שליט"א זייער העפי דערמיט וואס ער ערוועינט אין די אינטערוויוא אסאך וויכטיגע ידיעות פארן ציבור

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 12:19 pm

קוקט פאראויס: איר זאגט גענוי וואס מר. גרין האט געזאגט אז די בילד איז נגד רצונו ושלא ברשותו
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

קוקט פאראויס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2014 4:12 am

תגובהדורך קוקט פאראויס » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 12:25 pm

מחותן האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:עניוועי, דאס אמאל זיכער אז די מאמענט איז הערליך שיין גראפירט, יעצט ברויך מען וויסן צו ס'איז אינהאלטפולע ארטיקלען און גוט געשריבן. (דערנאך העט מען דארפן וויסן צו ס'איז דא גענוג געלט אנצוגיין..)

געלט איז נישט די גרעסטע פראבלעם, צו האבן גיטע ארטיקלען יעדע וואך איז פול א גרעסערע פראבלעם.
מיר זענענן געפערליך געצוימט וועלכע ארטיקלען מען קען שרייבען, אויב עס איז צו גוי'עש קימט א איסור, צו ערליך ווערט יאנטשי, פרויען נושאים איז א פראבלעם, פיקטשערס איז א פראבלעם, היסטאריע קען זיין א פראבלעם, אקטועלע נייעס גאר ברייט באשריבען קען זיין א פראבלעם, חינוך ארטיקעלען קען זיין א פראבלעם במילא די אויסוואל איז זייער קליין, די "צייטשריפט" ז"ל האט זיך געמיטשעט מיט די פראבלעם און זינט דעמלאטס איז עס נאר געווארען שווערער וויבאלד עס איז שוין צוגעקימען איסורים אויף מאגאזינען.


עיין ערך אייוועלט... אז מ'וויל קען מען.


פון אייוועלט איז נישט קיין ראיה וויבאלד דא איז דא צענדליגער שרייבער אזוי אויך איין האנט וואשט די אנדערע, משא״כ ביי אויסגאבע מוז ״יעדע וואך״ זיין פרישע סחורה דרוך איינס צוויי שרייבער. (אחוץ אויב איר מיינט מרמז צו זיין אז דא איז דא א אפענע לייבערי פון ווי מען קען נעמען אומזינסט סחורה...)

פון וואו נעמט די משפחה און די עמי אדער בינה אזוי סאך ארטיקלן? איר ווייסט אז יעדע מינוט זייט די וועלט שטייט פאסירן אויסנאמע אינטרעסאנטע זאכן וואס מען קען באשרייבן, (און די וועלט שטייט שוין 5774 יאר, גיי רעכן אויס וויפיל מינוט דאס איז), - אין 1 מינוט קען א מענטש רעדן 200 וועטער. גיי טראכט אריין וויפיל שעדליכע טעותים מענטשן מאכן אין די 200 ווערטער. גיי טשעק עס אויס אז יעדע מינוט (אבער יעדע איינציגע מינוט) פונעם טאג דרייען זיך איבער גאנצע וועלטן (ביזנעס - לענדער פאליטיק - שלום בית - חברים - חבר'טס וכו' וכו') און פאסירן גאנצע מעשיות דורכדעם וואס מענטשן מאכן טעיתים מיט זייער דיבור אליין און כש"כ דורך פעילות וכו', - דאס איז נאר טייל פון די זאכן וואס מען קען באשרייבן איבער די נושאים וואס האבן פאסירט! אזוי אויך איז דא נאך הונדערטער נושאים וואס איז דא צו באשרייבן, אדרבה ונזכה ונחיה ונראה

קוקט פאראויס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2014 4:12 am

תגובהדורך קוקט פאראויס » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 12:27 pm

הלשון האט געשריבן:קוקט פאראויס: איר זאגט גענוי וואס מר. גרין האט געזאגט אז די בילד איז נגד רצונו ושלא ברשותו

ריכטיג אז אויב וואלט מען געווען א נושא צו מען מעג לייגן וואלט ער זיכער נישט געוואלט אבער למעשה איז ער דאך מעגליך די פארנומענסטע מענטש אויף די וועלט איז זעהט אויס האט ער נישט געכאפט אז ער האט פארפעלט צו אנזאגן אז אנדערש וואו יעדע אינטערוויוא גייט מיט א בילד זאל דאז נישט גיין, אזוי לייגט זיך מיר אויפן שכל אז עס האט פאסירט
אדרבה אז איר ווילט הערן פינקטליך רופט אן זייער האטליין # און פרעגט זיי גראד די ריכטיגע סיבה

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:17 pm

אסותא האט געשריבן:1) איינער שפילט דא?
2) יא, ער איז פון די מאמענט. למעשה זעט אויס ווי די עולם איז העכסט אינטערסירט דערין. איז וואס גייט דיר אן אז די מיר וועלן האבן אביסל מער אינפארמעישן? לאז געמאך.

1) יא.

2) טא פארוואס ברויך ער צוקומען צו די טובות פון די רעדאקציע און זיך כסדר בעטן ביי זיי צו שיקן עפעס סחורה ביז עס קומט ענדליך אן...

איך שיהיה, א איסור איז שוין דא? עני רב הביהמ"ד פון וומ"ס, מאנרא, מאנסי, ב"פ, חומת הדת, קול מלחמה, קול הדור האחרון, עפעס?
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:38 pm

וויפעל גייט עס קאסטן?

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:45 pm

יעצט געהערט פון הרב אליעזר'ס האגער'ס זוהן אז זיין טאטע איז געפערליך ברוגז ער פארציילט אז מ'האט איהם אנגערופן אויפן טעלאפאן אין געזאגט אז מ'וויל באשרייבן שפיטעלער אין זיי ווילן וויסן אינפארמאציע פון איהם ער האט זיי גערן גענטפערט צום סוף פרעגן זיי איהם צו זיי מעגען שרייבן זיין נאמען? זאגט ער פארוואס נישט אבער נישט קיין פיקטשער'ס, ער האט אין וויסטן חלום זיך נישט פארגעטעלט אז זיי גייען שרייבן אז ער וויזניץ רבי'ס זוהן האט זיך אראפגעזצט מיט א אינטערוויא מיט א אויסגאבע! נאך דערצו א ריזיגע פראנט פעטש מיט א גרויסן בילד אויפן גאנצען דעקל וואס איז קלאר קעגן די רצון פון זיין טאטע'ן כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א, און ער האט קלאר זיך אויסגענומען מ'זאל נישט לייגן קיין בילד אזוי ווי קוקט פאראויס האט אויך מודה געווען,
בקיצור פון א טעלאפאן קאל וועגן שפיטעלער האט מען איהם צונאר געלייגט מיט אן אויסשליסלעכע ערשטמאליגע אינטערוויא מיט א ריזיגע בילד!

אבער הא קעיר'ס ? לאמיר האפן אז ס'איז כאטש אינטערסאנט אין ס'וועט זיין וואס צוליינען דערווייל זעה איך עס נאכנישט אין די ווימ"ס געשעפטן, איינער ווייסט ווען ס'וועט זיין צובאקומען?
לעצט פאראכטן דורך יונהלע אום דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:54 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:46 pm

קוקט אויס אז דאס אויספיקען בן האדמו''ר מ'וויזניץ און הגה''ק מ'סקולען פאר'ן קאווער איז צו כאפען די פרומערע סארט מענטשען אויס פחד פון זיך אנשטויסען און פראבלעימען מיט די פרומערע גייסט.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

קוקט פאראויס
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 06, 2014 4:12 am

תגובהדורך קוקט פאראויס » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:46 pm

private האט געשריבן:וויפעל גייט עס קאסטן?

זעה אויף די דעקליך מער אויבן אין דעם אשכול

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:50 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:קוקט אויס אז דאס אויספיקען בן האדמו''ר מ'וויזניץ און הגה''ק מ'סקולען פאר'ן קאווער איז צו כאפען די פרומערע סארט מענטשען אויס פחד פון זיך אנשטויסען און פראבלעימען מיט די פרומערע גייסט.


אויפיקען בן אדמו"ר מ'וויזניץ גייט נאר בעיקפייערן, די וויזניץ'ע חסידים זענען געפערליך קעגן בילדער נאכדערצו ווען מ'ניצט די רבי'ס זוהן אלט'ס א פשוטע אינטערוויא

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:52 pm

קוקט פאראויס האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:קוקט פאראויס: איר זאגט גענוי וואס מר. גרין האט געזאגט אז די בילד איז נגד רצונו ושלא ברשותו

ריכטיג אז אויב וואלט מען געווען א נושא צו מען מעג לייגן וואלט ער זיכער נישט געוואלט אבער למעשה איז ער דאך מעגליך די פארנומענסטע מענטש אויף די וועלט איז זעהט אויס האט ער נישט געכאפט אז ער האט פארפעלט צו אנזאגן אז אנדערש וואו יעדע אינטערוויוא גייט מיט א בילד זאל דאז נישט גיין, אזוי לייגט זיך מיר אויפן שכל אז עס האט פאסירט
אדרבה אז איר ווילט הערן פינקטליך רופט אן זייער האטליין # און פרעגט זיי גראד די ריכטיגע סיבה

וואס איז זייער האט-ליין נומבער?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:54 pm

עמיצער ווייסט ווי מען קען עס קויפן? כ'האב'ס נישט געטראפן אין מיין לאקאלע געשעפט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 1:56 pm

יונהלע האט געשריבן:
חסיד נלהב האט געשריבן:קוקט אויס אז דאס אויספיקען בן האדמו''ר מ'וויזניץ און הגה''ק מ'סקולען פאר'ן קאווער איז צו כאפען די פרומערע סארט מענטשען אויס פחד פון זיך אנשטויסען און פראבלעימען מיט די פרומערע גייסט.


אויפיקען בן אדמו"ר מ'וויזניץ גייט נאר בעיקפייערן, די וויזניץ'ע חסידים זענען געפערליך קעגן בילדער נאכדערצו ווען מ'ניצט די רבי'ס זוהן אלט'ס א פשוטע אינטערוויא

נאך אלע גערעגעכצער וועט אבער למעשה בלייבען די טעם האפיקומן אז דער איז דא צו סערוון די 'היימישע' און ער האפט עס וועט אויסמיידען די אומאייגענעמע געפיל פון ברויכען אפשפארען אדער אריבערגיין צו אן אנדער שפראך.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 2:06 pm

איך קלער יעצט, אז איינס פון די פראבלעמען פארוואס אונזערע ארגאנען מוטשענען זיך געפערליך צו טרעפן יעדע וואך/חודש אינטערעסאנטע חומר פאר די ליינער, אין די צייט וואס די אנגלא-אידישע האבן א גרינגערן פעלד דערין, איז וויבאלד ביי אונז וועט א פערזענליכקייט זיך שפירן געטראפן צו פיגורירן אויפן דעקל פון אן אויסגאבע אדער אין א פערזענליכע שמועס אויף די שפאלטענעס פון אן אויסגאבע, דאקעגן די ענגלישע אויסגאבעס האבן נישט דעם פראבלעם פאר צוויי סיבות, איינס, ווייל מייסטענס פון זייערע פערזענליכקייטן האבן נישט קיין פראבלעם צו פיגורירן און באשריבן ווערן. און צוויי, ווייל אפילו ווען זיי באשרייבן היימישע פערזאנען, האבן די באטרעפענדע און/אדער זייערע נאכפאלגער, נישט קיין פראבלעם דערמיט אזוי ווי מען האט מיט די אידישע אויסגאבעס.

צום ביישפיל, פארוואס וועט מען נישט הערן קיין מחאה פון סקולענער הויף ווען די משפחה באשרייבט דעם רבי'ן מיט בילדער אויף די פאדערשטע זייט, און ווען א היימישע מאגאזין טוט דאס איז עס אן עולה? פארוואס וועט למשל ר' משה פריעדמאן משב"ק נישט האבן קיין פראבלעם צו געבן א פערזענליכע אינטערוויו פאר די משפחה, אבער וועט אויף קיין פאל נישט געבן קיין אינטערוויו פאר אן אידישע מאגאזין.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 2:12 pm

א גוטער געדאנק אויפריכטיג, וועל סעיד.

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 2:21 pm

מ'קען יא ארויסגעבן שיינע אויסגאבע'ס אהן אריינמישן חסידות, למשל שטערן, מעלות, מצליח, ועוד מ'דארף נאר ניצען שכל צו וויסן ווי אזוי מ'גייט צוווישען די טראפן,

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 2:23 pm

א צייטונג קען נישט ארויסקומען אהן אריימישן חסידות אבער א אויסגאבע קען שיין מצליח זיין אויב ווייסט ער ווי אזוי צו דרייווען...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אפריל 10, 2014 3:18 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:קוקט אויס אז דאס אויספיקען בן האדמו''ר מ'וויזניץ און הגה''ק מ'סקולען פאר'ן קאווער איז צו כאפען די פרומערע סארט מענטשען אויס פחד פון זיך אנשטויסען און פראבלעימען מיט די פרומערע גייסט.


ביי די קרייזן פון וויזניץ ביזטו גערעכט, סקולען האט אבער נישט קיין קרייז און מ'ווערט נישט בארואיגט פון זעהן א פיקטשער פון א ערליכע איד!

-

איבער הרב האגער: א עכטע צייטונג קערט נישט וואס יענער לאזט יא אדער נישט, א שטארקע צייטונג ציעט ארויס א ווארט פון יענעם. ווען די ניו יארק טיימס רופט פאר קאמענטס פרעגן זיי צו מ'קען עס לייגן?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט