"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:51 am

מיט גרויס פרייד טוהן די אידישע ליינערס אויפנעמען די בשורה מיטן עפענונג פונעם נייעם אידישע מאגעזין "מאמענט"
"דער מאמענט" איז ערווארטעט צו ערשיינען אויף פסח
עס שטייען דערונטער "א בליק" בילדער מאגעזין, און די עפענונג קאמפיין ווערט געפירט דורך YHK services
אזוי אויך וועט די גאנצע אויסשטעל ווערן געמאכט דורך yhk וועלכע זענען באוויסט מיט זייערע אויג פארכאפענדע געדאנקען, א שטייגער וואו "לוח הציבור" און נאך.
ווער עס האט א סעמפעל ווערט געבעטן עס פארצושטעלן.
לעצט פאראכטן דורך מר. גרין אום מיטוואך אפריל 09, 2014 12:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:53 am

איז דאס די אויסגאבע וואס איז אויסגעשמועסט געווארן דא אויפן וועלטל?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:55 am

ניין
מהאט געהאט גערעדט פון א צייטונג וואס וואו ערשיינט וועט עס ווערן אפגעשטיפט אויף א קומענדיגע געלעגענהייט.
אצינד רעדט מען פון א "מאגעזין" א שטייגער וואו אלע ענגלישע מאגעזינען

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13824
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:56 am

מר. גרין האט געשריבן:מיט גרויס פרייד טוהן די אידישע ליינערס אויפנעמען די בשורה מיטן עפענונג פונעם נייעם אידישע מאגעזין "דער מאמענט"
"דער מאמענט" איז ערווארטעט צו ערשיינען אויף פסח
עס שטייען דערונטער "א בליק" בילדער מאגעזין, און די עפענונג קאמפיין ווערט געפירט דורך YHK services
אזוי אויך וועט די גאנצע אויסשטעל ווערן געמאכט דורך yhk וועלכע זענען באוויסט מיט זייערע אויג פארכאפענדע געדאנקען, א שטייגער וואו "לוח הציבור" און נאך.
ווער עס האט א סעמפעל ווערט געבעטן עס פארצושטעלן.

די ווערטער "אויג פארכאפענדע" קלעבט עפעס נישט דא, ס'קומט ענדערש "נאבעלע געדאנקען" עפעס אזעלכע ווערטער.

אריין אין שפראך אשכול.
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מאנטאג אפריל 07, 2014 11:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:56 am

איך בין פרייליך ביז גאר (עיין ערך "מיט גרויס פרייד" וכדו') אבער אויב מעגליך אז שטיקל באריכט דערוועגן.

וועט דאס זיין א_ווי אלע אנדערע אידישע מאגעזינען? אדער "סאמטינג דיפרענט"? וועלן "דער בליק" בילדער אריינגעלייגט ווערן אונעם מאגאזין און ווערן א חלק דערפון?

עפעס אונטער די קוליסן ווייסט איר צו דערציילן?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:00 pm

וואס האלט דער עולם אויפן נאמען?
וועט עס ווערן אויפגעפיקט ביים עולם?
מיין שפעקילאציע נעמט זיך פונעם פאקט אז אלע אנדערע מאגעזינען זענען מער פשוטע נעמען, א שטייגער וואו שטערן, בלאט, יוד, משפחה עמי משא"כ מאמענט איז נישט עפעס אזא באניצטע ווארט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:01 pm

מר. גרין האט געשריבן:וואס האלט דער עולם אויפן נאמען?
וועט עס ווערן אויפגעפיקט ביים עולם?
מיין שפעקילאציע נעמט זיך פונעם פאקט אז אלע אנדערע מאגעזינען זענען מער פשוטע נעמען, א שטייגער וואו שטערן, בלאט, יוד, משפחה עמי משא"כ מאמענט איז נישט עפעס אזא באניצטע ווארט.

דיר קוקט אויס "עמי" ווי א שטארק באנוצטע ווארט? עס האט זעראו מיטן נאמען. עס האט מיטן אינהאלט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:05 pm

צייטליך האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:וואס האלט דער עולם אויפן נאמען?
וועט עס ווערן אויפגעפיקט ביים עולם?
מיין שפעקילאציע נעמט זיך פונעם פאקט אז אלע אנדערע מאגעזינען זענען מער פשוטע נעמען, א שטייגער וואו שטערן, בלאט, יוד, משפחה עמי משא"כ מאמענט איז נישט עפעס אזא באניצטע ווארט.

דיר קוקט אויס "עמי" ווי א שטארק באנוצטע ווארט? עס האט זעראו מיטן נאמען. עס האט מיטן אינהאלט.


ביזט גערעכט אבער עס איז זייער א פלעקסיבעל נאמען און ס'זאגט זיך זייער גרונג
די האלטסט אז א צייטונג קען הייסן "פרשנדתא" און ווערן אויפגעפיקט?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:19 pm

הונדערט פראצענט! ווען די גארבעדזש טראק קומט 'פיקט' ער אלעס אויף, נישט קיין חילוק וויאזוי ס'הייסט!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:21 pm

;l;p-
אַבּערוואַס האט געשריבן:הונדערט פראצענט! ווען די גארבעדזש טראק קומט 'פיקט' ער אלעס אויף, נישט קיין חילוק וויאזוי ס'הייסט!

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:24 pm

צייטליך האט געשריבן:איך בין פרייליך ביז גאר (עיין ערך "מיט גרויס פרייד" וכדו') אבער אויב מעגליך אז שטיקל באריכט דערוועגן.

וועט דאס זיין א_ווי אלע אנדערע אידישע מאגעזינען? אדער "סאמטינג דיפרענט"? וועלן "דער בליק" בילדער אריינגעלייגט ווערן אונעם מאגאזין און ווערן א חלק דערפון?

עפעס אונטער די קוליסן ווייסט איר צו דערציילן?


ווען מ'גייט אריין אין די פרטי הדברים בין איך זייער צומישט
פון איין זייט געב איך זיי שטארקע טשאנסען פארן פאקט אז זיי האבן אינטער זיך "יולי קרויס" פון YHK וואס איז גאר א טויגליכע אינגערמאן און ער האט אין די לעצטע פאר יאר באוויזן צו ברעכען היסטאריע מיט עטליכע פון זיינע פראיעקטן [תהילים כולל, לוח הציבור ועוד]
מצד שני האט "דער בליק" א שטיקעל היסטאריע פון זיין צוקריגט מיט עטליכע חצירות, אנדערש וואו "דער וואך" וואס לעבט זיך גוט מיט יעדן, פירט "א בליק" חשבונות מיט וועם ער קען נאר.
וממיילא איז דאס ביי מיר א שטארקע חיסרון, סיי מחמת די קליענטען און סיי מצד די מארקעטינג פירמעס וואס א טייל פון זיי גייען עס בויקעטירן צוליבן פאקט אז זיי ווילן נישט האבן א שייכות מיט פאליטיק.[ דאס ווייס איך פון אינסייד]

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:39 pm

זיי קענען האבן לעגאלע אישו'ס אויך מיטן נאמען. עס איז דא א סעקולערע אידישע וועב צייטונג מיטן זעלבן נאמען.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג אפריל 07, 2014 12:42 pm

מר. גרין, איידער איר גייט אריין אין די סוגיא פארוואס יענער איז נישט גוט און גייט נישט מצליח זיין ביטע שרייבט ארויס קלאר וואס עס זענענן אייער אינטערעסן אין דעם פעלד כדי מען זאל וויסען אנצינעמען אייערע תגובות בהתאם מיט אייערע אינטערעסן.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג אפריל 07, 2014 1:11 pm

מחותן האט געשריבן:מר. גרין, איידער איר גייט אריין אין די סוגיא פארוואס יענער איז נישט גוט און גייט נישט מצליח זיין ביטע שרייבט ארויס קלאר וואס עס זענענן אייער אינטערעסן אין דעם פעלד כדי מען זאל וויסען אנצינעמען אייערע תגובות בהתאם מיט אייערע אינטערעסן.


איך מיין ס'איז גאנץ קלאר ביז יעצט אויך...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג אפריל 07, 2014 1:15 pm

יאפ, איי עגרי מיט מר. מילכי!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אפריל 07, 2014 1:21 pm

אין מאנטריאל קומט ארויס א צייטונג וואס הייסט "דער מאמענט"...

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מאנטאג אפריל 07, 2014 2:16 pm

סתם אגב, יולי קרויס פון YHK האט זילטש מיט תהלים כולל, דאס איז זיין קאזין מיטן זעלבן נאמען פון קרית יואל וואס פירט אן די גאנצען פי אר פון תהלים כולל. כהאב שוין אסאך געזען מענשטן מישן ארום מיט דעם.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מאנטאג אפריל 07, 2014 2:22 pm

איך מיין איר האט א טעות.
עס איז זיין קאזען אבער עס שטייט קלאר אויף די צעטלעך אז עס איז YHK מארקעטינג.
די כולל איז טאקע דוד המלך'ס... כ'מיין זיין קאזענס אבער די מארקעטינג און מופתים
זענען זיינע.
זאל ער מצליח זיין.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
והמבין יבין
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » מאנטאג אפריל 07, 2014 2:41 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:איך מיין איר האט א טעות.
עס איז זיין קאזען אבער עס שטייט קלאר אויף די צעטלעך אז עס איז YHK מארקעטינג.
די כולל איז טאקע דוד המלך'ס... כ'מיין זיין קאזענס אבער די מארקעטינג און מופתים
זענען זיינע.

זאל ער מצליח זיין.

וואס קאסט א מופת ?

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מאנטאג אפריל 07, 2014 2:50 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:איך מיין איר האט א טעות.
עס איז זיין קאזען אבער עס שטייט קלאר אויף די צעטלעך אז עס איז YHK מארקעטינג.
די כולל איז טאקע דוד המלך'ס... כ'מיין זיין קאזענס אבער די מארקעטינג און מופתים
זענען זיינע.
זאל ער מצליח זיין.


די מארקעטינג און מופתים איז זיין קאזין, ער איז דער דעזיינער.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג אפריל 07, 2014 2:59 pm

צייטליך האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:וואס האלט דער עולם אויפן נאמען?
וועט עס ווערן אויפגעפיקט ביים עולם?
מיין שפעקילאציע נעמט זיך פונעם פאקט אז אלע אנדערע מאגעזינען זענען מער פשוטע נעמען, א שטייגער וואו שטערן, בלאט, יוד, משפחה עמי משא"כ מאמענט איז נישט עפעס אזא באניצטע ווארט.

דיר קוקט אויס "עמי" ווי א שטארק באנוצטע ווארט? עס האט זעראו מיטן נאמען. עס האט מיטן אינהאלט.


נאמען, אויסשטעל, קאלירן און וואטעווער איז נישט מער ווי א טפל. מעגליך א וויכטיגע טפל, אבער פארט א טפל.

וואס איז דען שייך יעצט צו דיסקוסירן אויב עס וועט זיך איינגעבן.

אויב וועט עס זיין א תוכן'דיג וועט עס גיין, און אז נישט וועט פארשלאפן עס אפנעמען מיט זיי גארבידזש טראק.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מאנטאג אפריל 07, 2014 3:45 pm

זייער גרעפיקס אויף זייער עד ענדלט זייער אריין אינם 'משפחה' סטיל, און ווי עס זעט אויס פראבירן זיי צו גיין אין זייער ריכטונג. לענ''ד קען עס גראדע מצליח זיין, זיי דארפן נאר זיכער מאכן אז זיי קענען נישט נאר האבן משפחה'ס סטיל חומר, נאר אויך זייער הויכן סטיל אין שרייבן און ליטעראטור. וואס דאס איז זייער עיקר כח.

און לגבי די נאמען. עס דארף נישט זיין קיין אפהאלט. מענטשן ווערן שנעל צוגעוואוינט, און 'מאמענט' וועט זיין א באנוצטע ווארט וואס מיינט די צייטונג 'מאמענט'. און עס איז זיכער גרינגער צו זאגן ווי די ווארט משפחה וואס האט דריי סילעבולס און נישט נאר צוויי. נאר משפחה איז אייבוג געווען א באנוצטע ווארט, און מאמענט דארף נאך ווערן...

און צו מי חכם: אגב, עס איז דאכט זיך געווען אמאל א משכילישע צייטונג מיטן נאמען מאמענט, און די סעקולארע סייט איז איז ווי זייער ממלא מקום.

מנוחה ושמחה
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » מאנטאג אפריל 07, 2014 4:49 pm

מר. גרין האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:איך בין פרייליך ביז גאר (עיין ערך "מיט גרויס פרייד" וכדו') אבער אויב מעגליך אז שטיקל באריכט דערוועגן.

וועט דאס זיין א_ווי אלע אנדערע אידישע מאגעזינען? אדער "סאמטינג דיפרענט"? וועלן "דער בליק" בילדער אריינגעלייגט ווערן אונעם מאגאזין און ווערן א חלק דערפון?

עפעס אונטער די קוליסן ווייסט איר צו דערציילן?


ווען מ'גייט אריין אין די פרטי הדברים בין איך זייער צומישט
פון איין זייט געב איך זיי שטארקע טשאנסען פארן פאקט אז זיי האבן אינטער זיך "יולי קרויס" פון YHK וואס איז גאר א טויגליכע אינגערמאן און ער האט אין די לעצטע פאר יאר באוויזן צו ברעכען היסטאריע מיט עטליכע פון זיינע פראיעקטן [תהילים כולל, לוח הציבור ועוד]
מצד שני האט "דער בליק" א שטיקעל היסטאריע פון זיין צוקריגט מיט עטליכע חצירות, אנדערש וואו "דער וואך" וואס לעבט זיך גוט מיט יעדן, פירט "א בליק" חשבונות מיט וועם ער קען נאר.
וממיילא איז דאס ביי מיר א שטארקע חיסרון, סיי מחמת די קליענטען און סיי מצד די מארקעטינג פירמעס וואס א טייל פון זיי גייען עס בויקעטירן צוליבן פאקט אז זיי ווילן נישט האבן א שייכות מיט פאליטיק.[ דאס ווייס איך פון אינסייד]

למעשה, גלייך איך זייער געוויסע ארטיקלען וואס זיי האבן שוין אין דער בליק, היינט צוטאגס.
און לגבי זייער חשבונות מיט אנדערע, זענען זיי פונקט ווי אלע אנדערע פיקטשער אויסגאבעס. נאר זיי האבן געקליבן די צד וואס מאכט זיך מער צוטוהן, און גיבן זיך אפ מיט פארווארפן. אנדערש ווי די חצירות וואס די וואך און נאך דעקן, זיי האבן פשוט א שווערערע פעלד.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מאנטאג אפריל 07, 2014 5:47 pm

מאמענט האט צוויי פעלערן: איינס איז די צוויי די זעלבע אותיות אינעם ווארט: מ' און מ', און נאכאיינס זענען די צוויי אריינגעכאפטע אותיות צום סוף: נט.
דער נאמען האט זיכער א שטארקע שייכות, און מאכט אסאך אויס - לעניות דעתי. אבער נאכאלץ קען א צייטונג/מאגאזין שטארק אויפפיקן אפילו דער נאמען קלינגט נישט אזוי קנאקעדיג.
אבער נאכאמאל: דער נאמען מיינט אסאך. טראכט פון אזעלכע אידן וועלכע קויפן נישט געווענליך קיינע צייטונגען, און זאגן פאר די קינדער: קויף מיר איין צייטונג?
דאס קינד רופט אהיים: "עס איז דא די עמי, מאמענט און יפה בעתו, וועלכע זאל איך קויפן?"
"עם..." וועט דער טאטע זאגן, "קויף די עמי..."

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג אפריל 07, 2014 8:09 pm

מילכיגער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:מר. גרין, איידער איר גייט אריין אין די סוגיא פארוואס יענער איז נישט גוט און גייט נישט מצליח זיין ביטע שרייבט ארויס קלאר וואס עס זענענן אייער אינטערעסן אין דעם פעלד כדי מען זאל וויסען אנצינעמען אייערע תגובות בהתאם מיט אייערע אינטערעסן.


נישט קיין שום פערזענליכע אינטערעסע דערון
א "נוגע בדבר" קענסטו מיך יא רופען, ווייל איך האב זייער ליב צו ליינען און אטעמאטיש פלאן איך עס צו קויפן.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט