"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #10 - אב תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:30 am

חודש׳ליכע תורה זשורנאל ״לבלר #10״ לחודש אב — וועט זיין בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך

צוגעלייגטע
לבלר 10 - אב תשע״ט.jpeg
לבלר 10 - אב תשע״ט.jpeg (117.89 KiB) געזעהן 1480 מאל

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:38 am

דער איד האט פאריגע וואך געהאט א הערליכער ארטיקל איבער'ן בעל הכוזרי, דער מחבר פונעם קינה 'ציון הלא תשאלו'.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

סובסקריבשאן פאר'ן מאמענט

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:10 pm

וואס זאגט די עולם. זאל איך מאכן א סובסקריבשן פאר'ן מאמענט? פון איין זייט וועט עס אויסקומען ביליגער, אבער פון די צווייטע זייט קומט עס אן שפעט?
כ'וויל הערן וואס די עולם האלט.
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

שמעון לעווי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm

תגובהדורך שמעון לעווי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:16 pm

בעיקר ליינט מען דאך עס שבת. נו אז ס'וועט זיין פאר שבת לוינט זיך עס

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:22 pm

איך בין א צופרידענער סובסקרייבער. קומט אן פרייטאג, אבער ס'ווערד אלע געלטער. מאמענט איז א געוואלדיגע געשמאקע מאגאזין.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:09 pm

ברעטל האט געשריבן:איך בין א צופרידענער סובסקרייבער. קומט אן פרייטאג, אבער ס'ווערד אלע געלטער. מאמענט איז א געוואלדיגע געשמאקע מאגאזין.

וויפול שפארט מען זיך?
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:15 pm

כ'ווייס נישט וועגן געלט, אבער אסאך פרעשור און קאפ ווייטאג פון לויפן אין גראסערי זיכער...
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:22 pm

ברעטל האט געשריבן:כ'ווייס נישט וועגן געלט, אבער אסאך פרעשור און קאפ ווייטאג פון לויפן אין גראסערי זיכער...

נישט קיין פרעשור אויב עס איז אפשינעל אין די דארפסט עס.
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:13 pm

בעל הנס האט געשריבן:די קדושים ארטיקל די וואך איז געווען תוכנ'דיג און שיין געשריבן. אנדערש ווי זייער געווענליכע שניט.

אודאי געוויס אזוי, ווען איך וואלט אויך נישט געוואוסט די אמת'ע פאקטן ארום דעם, וואלט איך אויך געזאגט אז ס'איז תוכן'דיג.

פאר א טשענדש האב איך געקויפט דעם מאמענט, נאך א צייט אפשניט פון א שיינע פאר יאהר, און והנה, דאס זעלבע סיבה פארוואס כ'האב עס געקויפט נאר אין אנהויב, אט פאר דעם סיבה גלוסט מיר עס נישט מער צו קויפן.

געמאכט די מאמרים אויף די קדושים פשוט קאפי-פעיסט פון ווייס-איך-וואו, גרייזנדיג פשוטע ידיעות. לדוגמא, שרייבן זיי אז דער סלאנימער רבי הי"ד איז געווארן רבי אלץ אינגערמאן, בשעת יעדער וואס ווייסט נאר 'אביסל' פון די סארט זאכן, ווייסט צו זאגן איבער דעם חידוש שבו, אז ער איז געווארן רבי אלץ בחור. כהנה וכהנה.
לחיים ולברכה!

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:45 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
בעל הנס האט געשריבן:די קדושים ארטיקל די וואך איז געווען תוכנ'דיג און שיין געשריבן. אנדערש ווי זייער געווענליכע שניט.

אודאי געוויס אזוי, ווען איך וואלט אויך נישט געוואוסט די אמת'ע פאקטן ארום דעם, וואלט איך אויך געזאגט אז ס'איז תוכן'דיג.

פאר א טשענדש האב איך געקויפט דעם מאמענט, נאך א צייט אפשניט פון א שיינע פאר יאהר, און והנה, דאס זעלבע סיבה פארוואס כ'האב עס געקויפט נאר אין אנהויב, אט פאר דעם סיבה גלוסט מיר עס נישט מער צו קויפן.

געמאכט די מאמרים אויף די קדושים פשוט קאפי-פעיסט פון ווייס-איך-וואו, גרייזנדיג פשוטע ידיעות. לדוגמא, שרייבן זיי אז דער סלאנימער רבי הי"ד איז געווארן רבי אלץ אינגערמאן, בשעת יעדער וואס ווייסט נאר 'אביסל' פון די סארט זאכן, ווייסט צו זאגן איבער דעם חידוש שבו, אז ער איז געווארן רבי אלץ בחור. כהנה וכהנה.


1) איר וואלט געקענט ברענגן א מקור אז ער איז געווארן רבי אלץ בחור? 2) "כהנה וכהנה" וועלכע נאך טעותים האט איר געטראפן?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:25 pm

איר קענט מיר ברענגן א מקור אז סאטמארער רב האט געוואוינט אין וויליאמסבורג? אויף זיין מצבה שטייט גארנישט דערוועגן.
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:29 pm

2) א ישיבה וואס איז נתייסד געווארן אין די תר"ע יאהרן און ארויסגעגעבן הונדערטע תלמידים (זעה זכרון קדוש ועוד), שרייבט מען נישט אז דער מוהרשד"י האט דאס געגרינדעט, וואס דאס מיינט אין די מיטעלע תר"צ יאהרן.
לחיים ולברכה!

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:44 pm

נחמן נתן האט געשריבן:2) א ישיבה וואס איז נתייסד געווארן אין די תר"ע יאהרן און ארויסגעגעבן הונדערטע תלמידים (זעה זכרון קדוש ועוד), שרייבט מען נישט אז דער מוהרשד"י האט דאס געגרינדעט, וואס דאס מיינט אין די מיטעלע תר"צ יאהרן.


איז אזוי, קודם כל אז דו זאגסט כהנה וכהנה ווארשיינליך מיינסטו צוויי, יא? איז האלטן מיר ביי צוויי טעותים. א חוץ פון אפאר טעותים ביי מוהרשד״י האסטו געטראפן ביי אנדערע רבי׳ס אויכעט?

דערנאך, א גאנצע ארטיקל ווערט אפגעפסקנ׳ט דורך אפאר טעותים?, ועוד, א גאנצע מאגאזין ווערט אפגעפסל׳ט פון איין ארטיקל? ועוד, ועוד, פון איין מאל קויפן מאכט מען אפ א דראסטישע באשלוס?

קוקסט מיר אויס ווי איינער וואס פארשטייט ״אביסל״, דו האלסט אז עס מאכט סענס?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:45 pm

וואס איז דאס מבזה זיין און אויספויקן דעם שרייבער ברבים, דאס קען יענעם קאסטן זיין פרנסה. א מין רשעות דאס.

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:36 pm

דעפרעסט האט געשריבן:וואס איז דאס מבזה זיין און אויספויקן דעם שרייבער ברבים, דאס קען יענעם קאסטן זיין פרנסה. א מין רשעות דאס.

גערעכט שרייב א קעגן א יחיד אויף אייוועלט איז א עוולה און איז א גויאישע זאך בפרט ווען עס קען קאסטן די פרנסה פון א איד

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:04 pm

חנוך האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר' דברים תשע"ט

יא יא. מען האלט שוין צוויי טויזענט ניינצן.

מען קען שוין שרייבר א קעפל ״חורבן בית המקדש - וואס גייט מיך אן?״

איך האב נישט געליינט די ארטיקל, אבער איך בין זיכער אז מען ווואלט עס געקענט ארויסברענגען אויף א אופן אז עס גייט מיך ״יא״ אן.


די ארטיקל נישט געליינט, די קעפל שלעכט אפגעליינט און ער טיילט שוין קריטיק .נאר אין צוויי טויזענט ניינצן.

יא יא. אזוי ווי איך האב געשריבן. נישט געליינט די ארטיקל, אבער אזא קעפל קומט נאר וועגן מען האלט שוין 2019. עס פאסט נישט אז אין א היימישע מאגאזין זאל זיין אזא קעפל. חורבן בית המקדש האט מיט יעדן איד. ווען ער רעדט דא צו בעלי תשובות און ער וויל מסביר זיין אז יעדע איד האט א חלק און כלל ישראל - און אז כל ישראל ערבים זה לזה און אז מיר אלע האבן א שייכות צום פארגאנגענהייט, החרשתי, אבער פאר היימישע אידן חסידישע אידן שרייבט מען נישט אזוי.

גראדע, און 2019 קומט נישט צו זאגן קריטיק. מען האלט דאך אינמיטן די ״קירוב״ ״לאוו עוורי דזשו נאו מעטער וואט״ מאוומענט…… ודי בזה.

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:34 pm

הרב דפה האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:וואס איז דאס מבזה זיין און אויספויקן דעם שרייבער ברבים, דאס קען יענעם קאסטן זיין פרנסה. א מין רשעות דאס.

גערעכט שרייב א קעגן א יחיד אויף אייוועלט איז א עוולה און איז א גויאישע זאך בפרט ווען עס קען קאסטן די פרנסה פון א איד


גם אני מצטרף להנ״ל, ס׳איז נישט קיין גוי׳אישע וועג אויך נישט, ס׳איז פלעין אוממענטשליך.

איך האלט נישט אז עס וועט קאסטן זיין פרנסה אבער עס קען אים פארשעמען און עס איז לכאורה נישט פאראן קיין גרעסערע הלבנת פנים ברבים ווי אייוועלט וואס טויזענטער מענטשן קענען דאס זען.

האסט וואס צו זאגן אויף דעם ארטיקל שרייב אריין צום מערכת און זיי וועלן עס לייגן אינעם אפטיילונג פון די הערות. ס׳נישט קיין עולה צו קריטיקירן, אבער פארשעמען? דאס איז אן עולה!!
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:51 pm

תענית חלום האט געשריבן:
חנוך האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר' דברים תשע"ט

יא יא. מען האלט שוין צוויי טויזענט ניינצן.

מען קען שוין שרייבר א קעפל ״חורבן בית המקדש - וואס גייט מיך אן?״

איך האב נישט געליינט די ארטיקל, אבער איך בין זיכער אז מען ווואלט עס געקענט ארויסברענגען אויף א אופן אז עס גייט מיך ״יא״ אן.


די ארטיקל נישט געליינט, די קעפל שלעכט אפגעליינט און ער טיילט שוין קריטיק .נאר אין צוויי טויזענט ניינצן.

יא יא. אזוי ווי איך האב געשריבן. נישט געליינט די ארטיקל, אבער אזא קעפל קומט נאר וועגן מען האלט שוין 2019. עס פאסט נישט אז אין א היימישע מאגאזין זאל זיין אזא קעפל. חורבן בית המקדש האט מיט יעדן איד. ווען ער רעדט דא צו בעלי תשובות און ער וויל מסביר זיין אז יעדע איד האט א חלק און כלל ישראל - און אז כל ישראל ערבים זה לזה און אז מיר אלע האבן א שייכות צום פארגאנגענהייט, החרשתי, אבער פאר היימישע אידן חסידישע אידן שרייבט מען נישט אזוי.

גראדע, און 2019 קומט נישט צו זאגן קריטיק. מען האלט דאך אינמיטן די ״קירוב״ ״לאוו עוורי דזשו נאו מעטער וואט״ מאוומענט…… ודי בזה.

תענית חלום, וועקט אייך אויף פון שלאף אי אפשר לחלום בלא דברים בטלים, מאמענט האט גארנישט קעגן היימישע חסידישע אידן אין איך האב אויך געליינט די ארטיקל אין איך זעה גארנישט וואס פאסט נישט פאר חסידישע אידן צו ליינען. אין יא, ואהבת לרעך כמוך איז נאך גילטיג תש19..
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
א. לערנער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:17 am

שלשה אחים האט געשריבן:חודש׳ליכע תורה זשורנאל ״לבלר #10״ לחודש אב — וועט זיין בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך


וואו איז די מעין קאווער?
בדרך אגב, איך באטראכט אזוי דעם לבלר דעקל קוקט אויס ווי עס האט זיך היפש געטוישט פון ווען עס האט זיך אנגעפאנגען, פון אנפאנג געדענק איך פלעגט עס זיין דורכצוטוהן געוויסע לומדישע ענינים, יעצט קוקט עס אויס מער השקפה ארטיקלען (אויפן דעקל)

אוועטאר
א. לערנער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

תגובהדורך א. לערנער » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 2:22 am

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:וואס זאגט די עולם. זאל איך מאכן א סובסקריבשן פאר'ן מאמענט? פון איין זייט וועט עס אויסקומען ביליגער, אבער פון די צווייטע זייט קומט עס אן שפעט?
כ'וויל הערן וואס די עולם האלט.

איך האב א סובסקריפשאן און איך האב זייער הנאה. כ'בין נישט זיכער ווען עס קומט צו די סטארס. איך באקום עס געווענטליך נישט שפעטער פון דאנערשטאג פירע פינעווע. כ'ליין עס עניוועי נישט פאר דאנערשטאג נאכט. פארשטייט זיך עס נעמט אוועק דעם טירדא פון גיין יעדע וואך זוכן וואו עס איז נאך דא צו באקומען, און ווי אויך שפארט עס אינאיינוועגס ארום זיבעציג/אכציג דאלער פער יאר

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 6:41 am

1565865642315.jpg
1565865642315.jpg (120 KiB) געזעהן 576 מאל

קרן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 21, 2019 8:13 pm

תגובהדורך קרן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:29 am

ידעתי האט געשריבן:
1565865642315.jpg

שוין באלד א טראדיציע אז אויף נחמו איז די פראנט קאווער אזינגער.
וואס איז געשען דעם יאר?!?

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:09 am

דער פרישער שטערן אין עולם הנגינה, הרב ר׳ מאיר זעליג ריספלער, ביי זיין קאווער אינטערוויו מיט מאמענט, שבת נחמו תשע״ח.


20BA8594-7CA6-4D07-8E3D-396D62DB2F6D.jpeg
20BA8594-7CA6-4D07-8E3D-396D62DB2F6D.jpeg (335.63 KiB) געזעהן 463 מאל

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 1:15 pm

רופא נפשות האט געשריבן:דער פרישער שטערן אין עולם הנגינה, הרב ר׳ מאיר זעליג ריספלער, ביי זיין קאווער אינטערוויו מיט מאמענט, שבת נחמו תשע״ח.


20BA8594-7CA6-4D07-8E3D-396D62DB2F6D.jpeg

אין הרב כ"ץ ווערט ראש הקהל??
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

קרן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 21, 2019 8:13 pm

תגובהדורך קרן » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 7:44 pm

רופא נפשות האט געשריבן:דער פרישער שטערן אין עולם הנגינה, הרב ר׳ מאיר זעליג ריספלער, ביי זיין קאווער אינטערוויו מיט מאמענט, שבת נחמו תשע״ח.


20BA8594-7CA6-4D07-8E3D-396D62DB2F6D.jpeg

האסטו דארט אהרן שלמה כץ אבער דאס יאר איז נישט דא גארנישט מיט די עולם הנגינה


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש ברירה און 15 געסט