"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:48 pm

תגובהדורך כוכבי לכת » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:33 pm

גאר אסאך מאל שטעלן זיי אבער צי שיינע לאנגע ארטיקלן פינקי ארטיקל פאריגע וואך איז געווען אפשר פינף און צוואנציג פעיזשעס וכו דארף מען זען אינעווייניג וואס טוטצעך די וואך

אברהם פערלמאן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 5:12 pm
לאקאציע: עלי דרך

תגובהדורך אברהם פערלמאן » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 10:38 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:א פארלאשענע זון, מיינט מען די ליקוי חמה, אדער דער זון פון הייקינד?

:smile:

ליקוי החמה. קאמענטארן זענען, ווי אייביג, וועלקאם.
אידישער שרייבער, מיינונגען אייגנס

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 2:28 am

פריילעך אידל האט געשריבן:איך האב נאכנישט געליינט דעם מאמענט, אבער טיפיקל, אז זיי האבן אן ארטיקל פון מהר"א פון בלויז 4 מיט אהאלב זייטן, האלב דערפון איז אנגעפירקלט מיט הערליכע בילדער פון ניו העמפשיר פאראנאמעס, און נאך איין בלאט ווי זיי באשרייבן די מורא'דיגע רואיגע אטמאספערע וואס הערשט אין ניו העמפשיר, דערנאך ענדיגט מען דעם ארטיקל מיט עטליכע זאצן און אויסצוגן פון דעם 'שפאציר שמועס' ווייל וויפיל קען מען דען באשרייבן פון איין שמועס?..

דערנאך, אווי יעדע וואך, פילט זיך דער קונה אז עס איז נישט ווערט געווען די $5 (שוין ארויף צו 6), און אז מען איז עוד הפעם אריינגעפאלן אין דעם פאסטאקע פון א שרייענדן און ציצוענדן דעקל....



די האסט עס שוין געזען אדער שטעלסט דיך פאר ? ווייל כאב געקלערט צו קויפן די וואך די ערשטע מאל די מאמענט וועגן די דעקל ציט מיר אבער אויב איז אמת וואס די זאגסט זעט נישט אויס איך וועל עס נאכאמאל קויפן , פונקט אפאר וואכן צוריק א כאפ געטאן דעם מאמענט אין געשעפט און באטראכט די דעקל האב איך געפילט אז סאיז דין זענען זיי אראפ מיט האלב פעיזשעס? אדער מיר נאר אויסגעזען

קניידעל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 10, 2017 4:19 pm

תגובהדורך קניידעל » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:00 am

איך וואלט מייעץ געווען פאר די אלע וואס ווילען ליינען די מאמענט די וואך זאלן זאפארט גיין און געשעפט און קויפן ווייל באלד גייט שוין נישט זיין אזוי ווי לעצטע וואך וואס איז נישט געווען צו טרעפן דא אין מאנסי דאס איז טראץ די געפערליכע "עוולות" וואס זיי באגיין כסדר אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמעוסט דא אויפן סייט ווי צב"ש די "אומצווידיגטע" סמאטוכע וואס איז ממש געפערליך השם ירחם

ממש אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:03 am

קניידעל האט געשריבן:איך וואלט מייעץ געווען פאר די אלע וואס ווילען ליינען די מאמענט די וואך זאלן זאפארט גיין און געשעפט און קויפן ווייל באלד גייט שוין נישט זיין אזוי ווי לעצטע וואך וואס איז נישט געווען צו טרעפן דא אין מאנסי דאס איז טראץ די געפערליכע "עוולות" וואס זיי באגיין כסדר אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמעוסט דא אויפן סייט ווי צב"ש די "אומצווידיגטע" סמאטוכע וואס איז ממש געפערליך השם ירחם



אבי גערעדט, יעצט געווען אין עטליכע גראסעריס און עס ליגט לאדענעס און זאפאסן פון מאמענטס

בכלל נישט דומה צו לעצטע וואך. לעצטע וואך איז געווען די נפשי און העלבראנץ
האסט שוין געזען עפעס פאזעטיוו אין דיין טאג? אויב נישט דאן ווייסטו אפשר נישט די הגדרה פון ׳פאזעטיוו׳!!

תענית חלום
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 12:59 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:איך האב נאכנישט געליינט דעם מאמענט, אבער טיפיקל, אז זיי האבן אן ארטיקל פון מהר"א פון בלויז 4 מיט אהאלב זייטן, האלב דערפון איז אנגעפירקלט מיט הערליכע בילדער פון ניו העמפשיר פאראנאמעס, און נאך איין בלאט ווי זיי באשרייבן די מורא'דיגע רואיגע אטמאספערע וואס הערשט אין ניו העמפשיר, דערנאך ענדיגט מען דעם ארטיקל מיט עטליכע זאצן און אויסצוגן פון דעם 'שפאציר שמועס' ווייל וויפיל קען מען דען באשרייבן פון איין שמועס?..

דערנאך, אווי יעדע וואך, פילט זיך דער קונה אז עס איז נישט ווערט געווען די $5 (שוין ארויף צו 6), און אז מען איז עוד הפעם אריינגעפאלן אין דעם פאסטאקע פון א שרייענדן און ציצוענדן דעקל....



די האסט עס שוין געזען אדער שטעלסט דיך פאר ? ווייל כאב געקלערט צו קויפן די וואך די ערשטע מאל די מאמענט וועגן די דעקל ציט מיר אבער אויב איז אמת וואס די זאגסט זעט נישט אויס איך וועל עס נאכאמאל קויפן , פונקט אפאר וואכן צוריק א כאפ געטאן דעם מאמענט אין געשעפט און באטראכט די דעקל האב איך געפילט אז סאיז דין זענען זיי אראפ מיט האלב פעיזשעס? אדער מיר נאר אויסגעזען

געקויפט.

די ארטיקל גייט פון עמוד 32 ביז 47

טאקע אסאך גרויסע בילדער, אבער עס קוקט אויס ווי עס איז דא אינפארמאציע

איך האב עס נאכנישט געליינט. טאקע קען זיין עס שטייט אסאך פונעם שרייבערס נסיעה, עקפעריענס וכדו׳

העמער געוואר ווערן...

שמועסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 1:45 pm

איך האב שוין יא געליינט די ארטיקל, ס'איז גראדע גאר אסאך באשריבן..
און מהר"א'ס חסידים וועלן שטארק הנאה האבן דערפון.. ווי עס ווערט ארויסגעברענגט זייער אדמו"ר'ס מהלך

כ'פארשטיי נישט וואס די גאנצע געראטשקע דא,
די מאמענט האט דאך עטליכע וואכן צוריק פולי געקאווערט די כינוס הרבבות, און געווען אויפן צד פון מהרז"ל פראקציע, יעצט ברענגט ער צד שני..

פארקערט גאר, דע ארטיקל האט מיר געמאכט געטראכטן אז אין עטליכע וואכן ארום וועט זיין א לאנגע ארטיקל מיט צד שני אין די העלבראנץ סומאטוכע..

אבער זעקס טאלער איז מיר די דע וואכעדיגע מאמענט נישט ווערט געווען!
#מעיק-אייוועלט-גרעיט-עיגען

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:34 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
קניידעל האט געשריבן:איך וואלט מייעץ געווען פאר די אלע וואס ווילען ליינען די מאמענט די וואך זאלן זאפארט גיין און געשעפט און קויפן ווייל באלד גייט שוין נישט זיין אזוי ווי לעצטע וואך וואס איז נישט געווען צו טרעפן דא אין מאנסי דאס איז טראץ די געפערליכע "עוולות" וואס זיי באגיין כסדר אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמעוסט דא אויפן סייט ווי צב"ש די "אומצווידיגטע" סמאטוכע וואס איז ממש געפערליך השם ירחם



אבי גערעדט, יעצט געווען אין עטליכע גראסעריס און עס ליגט לאדענעס און זאפאסן פון מאמענטס

בכלל נישט דומה צו לעצטע וואך. לעצטע וואך איז געווען די נפשי און העלבראנץ


נישט מצליח געווען צו טרעפן היינט אין וויליאמסבורג

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:48 am

שטארק הנאה געהאט פונעם שפאציר מיטן סאטמאר רבי שליט״א.
אויך געליינט די וואך לעצטע וואכדיגע מאמענט ארטיקעל פון העלבראנץ, איך ווייס נישט די אמת, ער ברענגט אראפ די צווייטע זייט וואס דאס איז א מעגאזינס ארבעט, אין צו פסקנן דיני נפשות ווער סאיז גערעכט דארף מען צוזאם שטעלן א גאנצע בית דין, אבער ער מאכט א פיינע ארבעט, ער דארף ווען ווערן אביסל גרעסער,
איך האלט אינז אלע מיינוג זאגערס זאלן עהם ברענגן נושאים פון וואס צו רעדן, איך בין זיכער ער וועט זיך מחיה זיין דערמיט.

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:11 am

עס איז זייער מאדנע אז דער עולם איז פאראייניגט קעגן די מאמענט, פארוואס איז נישטא קיין איין אנדערע אשכול פול מיט קריטיק ממש פון אונטער די פאדלאגע?

#בייעס!
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!


ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, גם אחרי הדברים הקשים העוברים עליך, אני עומד

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:02 am

יאסעלע האט געשריבן:עס איז זייער מאדנע אז דער עולם איז פאראייניגט קעגן די מאמענט, פארוואס איז נישטא קיין איין אנדערע אשכול פול מיט קריטיק ממש פון אונטער די פאדלאגע?

#בייעס!

אינז מיינען זיין טובה ער זאל זיך פארבעסערן, איך האף ער נעמט עס נישט אהן פרעזנדליך....!

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:12 am

קען איינער ברענגען א פיקעשער פון די ארטיקעל פון שלום לעממער
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג אוגוסט 13, 2017 4:49 am

פריילעך אידל האט געשריבן:איך האב נאכנישט געליינט דעם מאמענט, אבער טיפיקל, אז זיי האבן אן ארטיקל פון מהר"א פון בלויז 4 מיט אהאלב זייטן, האלב דערפון איז אנגעפירקלט מיט הערליכע בילדער פון ניו העמפשיר פאראנאמעס, און נאך איין בלאט ווי זיי באשרייבן די מורא'דיגע רואיגע אטמאספערע וואס הערשט אין ניו העמפשיר, דערנאך ענדיגט מען דעם ארטיקל מיט עטליכע זאצן און אויסצוגן פון דעם 'שפאציר שמועס' ווייל וויפיל קען מען דען באשרייבן פון איין שמועס?..

דערנאך, אווי יעדע וואך, פילט זיך דער קונה אז עס איז נישט ווערט געווען די $5 (שוין ארויף צו 6), און אז מען איז עוד הפעם אריינגעפאלן אין דעם פאסטאקע פון א שרייענדן און ציצוענדן דעקל....

זייער נישט שיין צו געבן א ברעך ארויס אזא רימארק פארן עס בכלל ליינען

דניאל אויערבאך
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:04 am

איך בין בדרך כלל נישט א גרויסע קריטיקירער איך גלייך דער מאמענט סיי אבא חייא טויבערס דרשות, וואזנער'ס חינוך דרשות און נאך מער יואל אשר לאבינס ארטיקלען, עס רעט זייער שטארק צו מיין נפש, עטץ מעגטס האלטען אנדערש, אבער איך האב רעכט צו פילן וואס איך פיל, פאר דעם אליינס לוינט זיך מיר די פאר דאלער, (ווער רעט נאך פון נפשי)

איך האב מוראדיג הנאה געהאט סיי פון די פינקי ובנו ארטיקל לצעטע וואך און דעי וואך פון די שמועס מיט מהר"א אין ניו העמפשיר (אפילו כבין נישט בדיעה אחת מיט יעדע שורה)

באשרייבען די מיילעך קאהנ'ס אלבום איז געווען א טעות מצידם, זוי מיינעך,

יאיר גאלד
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:09 pm

יאסעלע האט געשריבן:עס איז זייער מאדנע אז דער עולם איז פאראייניגט קעגן די מאמענט, פארוואס איז נישטא קיין איין אנדערע אשכול פול מיט קריטיק ממש פון אונטער די פאדלאגע?

#בייעס!

מעיאר דיבלאזיא אשכול קוקט נישט אויס אנדערש.

יאיר גאלד
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:24 pm

שטייגען האט געשריבן:איך האלט אינז אלע מיינוג זאגערס זאלן עהם ברענגן נושאים פון וואס צו רעדן, איך בין זיכער ער וועט זיך מחיה זיין דערמיט.

יא יא, איך זאג אים גערן, פארן ריכטיגן פרייז.... איך זאל אים נאך געבן נושאים אז ער זאל נאך ארויפגיין העכער מיטן פרייז?!

שלשה אחים
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט, פר׳ ראה תשע״ז

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:18 pm

די בראקל שערורי׳! ״מאמענט״ רעדט מיט גדולי הרבנים -- די צד האוסרים און די צד המתירים -- איבער דעם בראקל האן וואס קרייט אין דער אידישער גאס. הגאון הגדול רבי משה בראנדסדארפער צו ״מאמענט״: "בראקל האט נישט קיין מסורה, מ'דארף כשר'ן די כלים!". הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש: "בראַקל עוף האָבן אידן גענוצט דורי דורות!". ברייט-דעטאלירטע און אויסשליסליכע דעקונג איבער די שערורי׳ וואס נעמט איין די אידישע גאס.


דער קאנטראווערסיאלער זכרונות-בוך! ״מאמענט״ רעדט מיט א זון פון הרה"ח ר' מנשה קעניג ז"ל -- א תלמיד פון סאטמארער רבי'ן זי״ע אין שטאט סאטמאר -- וועלכער האט געשריבן דעם קאנטראווערסיאלער ״זכרונות רמב״ח״, און איבער די צווייפלען פון הרב החסיד המפורסם רבי שמעון ווייס ז״ל איבער דער קראנטקייט פון דעם זכרונות בוך.


מיט׳ן רבי׳ן אין ארץ ישראל! לכבוד דער יארצייט דערציילט הגאון הגדול רבי יעקב קאפל שווארץ אבד"ק באיאם זיינע יוגנט-זכרונות פון סאטמארער רבי'נס לעצטן באזוך קיין ארץ הקודש, מיט גענוי 52 יאר צוריק.
צוגעלייגטע
Moment Reei 5777 Cover.jpeg
מאמענט, הויפט קאווער פר׳ ראה תשע״ז
Moment Reei 5777 Cover.jpeg (420.35 KiB) געזעהן 1169 מאל

שמועסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:22 pm

זעהט אויס אז קריטיק העלפט!

דע וואך איז שוין דא "ביידע צדדים" פונעם שערורי'
#מעיק-אייוועלט-גרעיט-עיגען

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:28 pm

שמועסער האט געשריבן:זעהט אויס אז קריטיק העלפט!

דע וואך איז שוין דא "ביידע צדדים" פונעם שערורי'


זעט אויס אז זיי ווערן ב"ה בעסער און בעסער!
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!


ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, גם אחרי הדברים הקשים העוברים עליך, אני עומד

אברהם27
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:06 pm

תגובהדורך אברהם27 » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:59 pm

ואו קען מען שאפן די זכרונות פון ר מנשה קעניג?

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 2:07 pm

איבער ר' מנשה קעניג.

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=30049

אברהם27
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:06 pm

תגובהדורך אברהם27 » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 2:10 pm

thanks

צד תמות
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 2:58 pm

שלשה אחים האט געשריבן:די בראקל שערורי׳! ״מאמענט״ רעדט מיט גדולי הרבנים -- די צד האוסרים און די צד המתירים -- איבער דעם בראקל האן וואס קרייט אין דער אידישער גאס. הגאון הגדול רבי משה בראנדסדארפער צו ״מאמענט״: "בראקל האט נישט קיין מסורה, מ'דארף כשר'ן די כלים!". הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש: "בראַקל עוף האָבן אידן גענוצט דורי דורות!". ברייט-דעטאלירטע און אויסשליסליכע דעקונג איבער די שערורי׳ וואס נעמט איין די אידישע גאס.

זייער א גוטע נושא. קען איינער ביטע שרייבן צו זיי זענען עס מברר אויף א קראנטע און תוכן'דיגע וועג (אדער סתם אנגעפילט בלעטער מיט ריזיגע בילדער פון עופות?)

חנן בן עכבור
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

תגובהדורך חנן בן עכבור » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:21 pm

אז מ'רעדט שוין יא פון דעם "זכרונות רמב"ח" קען מען עס דא ליינען, זייער אינטערעסאנט!
https://drive.google.com/file/d/0B10UmZ ... HWFhz/view
לעצט פאראכטן דורך חנן בן עכבור אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 5:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:29 pm

חנן בן עכבור האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין יא פון דעם "זכרונות רמב"ח" קען מען עס דא ליינען, זייער אינטערעסאנט!
https://drive.google.com/file/d/0B10UmZ ... HWFhz/view


ייש"כ!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט