"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג יוני 25, 2017 9:50 am

געהאט א קורת רוח ביים ליינען דעם ארטיקל פון מורשת איבערן ביהמ"ד הגדול.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2493
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג יוני 25, 2017 11:03 am

רחש לבי האט געשריבן:
טראכט איבער האט געשריבן:עס איז פארהאן נאך א סיבה פארוואס עס איז נישט פארהאן קיין קאמפעטישען אויף די מאמענט ווייל ארויסצוגעבן א וועכניטליכער מאגאזין [אפגעזען מיט אלע חסרונות איאיינעם] פארלאנגט זיך א געוואלדיגער אוימגעהוירע אייזענעם רצון און אומבויגזאמער דיציפילין צו קענען דאס דעליווירען וועכענטליך פארן ציבור [און אויך פארשטייט זיך נישט ווערן אפגעשראקן פון די וועכענטליכע פלייץ פון אטאקעס ]
די גרעסטע הוכחה איז אז אלע קריטיקרער צוזאמען האבן זיך נאכנישט זיך געקענט צוזאמקלויבן ארויסצוגעבן עפעס בעסער [אדער עפעס שוועכער] :grin: :grin: :grin:


די סיבה פ"וו די קריטיקירער געבן נישט ארויס עפעס בעסער איז פשוט ווייל ס'איז נישט במציאות שייך אזא סארט אויסגאבע/מאגאזין אויף א אויסגעהאלטענעם אופן, די גאנצע געדאנק איז פסול מעיקרא.

האבן מיר געהערט מאחורי הקלעים אז איינער - גאר א טויגליכער, האלט שוין ערנסט ביים ארויס געבן א וועכענטליכער דז'ורנאל.
כ'האב נאר מורא אז עס וועט נישט זיין קיין קאמפעטישאן פארן מאמענט, וויבאלד עס איז בכלל נישט קיין צוגלייך....

ימים [חדשים] יגידו

לעמפלעך
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 10:02 am

תגובהדורך לעמפלעך » זונטאג יוני 25, 2017 12:26 pm

שווער צו גלייבן.... איינער מיט מער פרטים?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג יוני 25, 2017 3:33 pm

קען מען ערגעץ נעמען דעם מאמענט "סורוועי" אנליין?
איך וויל געבן מיין אינפאט, (איך קויף מאמענט פון צייט צו צייט, און וואלט אויך געקענט באשטיין אז זיי זאלן זיך פארבעסרן, אזוי ארום קענען זיי האפן מיר צו האבן אלס א וועכענטליכער קאסטומער) אבער איך האלט נישט ביים צאלן 5-6 דאללער צו נעמען א סורוועי... (די תוכן איז נישט עפעס צי ציענד פאר מיר די וואך)
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג יוני 25, 2017 3:39 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:האבן מיר געהערט מאחורי הקלעים אז איינער - גאר א טויגליכער, האלט שוין ערנסט ביים ארויס געבן א וועכענטליכער דז'ורנאל.
כ'האב נאר מורא אז עס וועט נישט זיין קיין קאמפעטישאן פארן מאמענט, וויבאלד עס איז בכלל נישט קיין צוגלייך....


וועכנטליך?! אדער חודש'ליך?!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2493
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג יוני 25, 2017 4:41 pm

לויט ווי איך האב פארשטאנען איז עס וועכנטלעך.

צופיל מער פרטים ווייס איך נישט, וועגן דעם האב איך עס נישט דערמאנט ביז אהער, אבער ווען כ'האב גיזעהן אז דר'עולם שרייט אז קיינער האלט נישט ביים מאכן עפעס בעסער'ס האב איך זיך אנגערופן, אדרבה לאמיר ווארטן אין זעהן...

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » זונטאג יוני 25, 2017 5:17 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
בסתר המדריגה האט געשריבן:
טראכט איבער האט געשריבן:עס איז פארהאן נאך א סיבה פארוואס עס איז נישט פארהאן קיין קאמפעטישען אויף די מאמענט ווייל ארויסצוגעבן א וועכניטליכער מאגאזין [אפגעזען מיט אלע חסרונות איאיינעם] פארלאנגט זיך א געוואלדיגער אוימגעהוירע אייזענעם רצון און אומבויגזאמער דיציפילין צו קענען דאס דעליווירען וועכענטליך פארן ציבור [און אויך פארשטייט זיך נישט ווערן אפגעשראקן פון די וועכענטליכע פלייץ פון אטאקעס ]
די גרעסטע הוכחה איז אז אלע קריטיקרער צוזאמען האבן זיך נאכנישט זיך געקענט צוזאמקלויבן ארויסצוגעבן עפעס בעסער [אדער עפעס שוועכער] :grin: :grin: :grin:

איך וואלט געוואלט וויסען מיט וואס איז מאמענט אנדרש פון אלע אויסגאבעס וואס איז דא אויף די פאליצעס [10 - 20]
איך נעם נישט א מיינונג איך וויל פשוט וויסען

אין אידיש? אדרבה, גיב נעמען?
קיין איין אויסגאבע קאסט נישט אהערצושטעלן וויפיל מאמענט לייגט אריין וועכנטליך. (אפשר קינדליין, איך ווייס נישט גענוי).

דער איד
די צייטונג
דער בלאט
שטערן
שפאקטיוו
בליץ
אוצר
אוצרות
בעלייכטונגען
מעלות
אידישע ליכט
ליכטיגע היים
וכו'
כמובן האט יעדע איינע זאכן מה שיש בזה אין בזה אבער וואס איז די "מאמענט" בולט אנדרש ווי יעדעם אז מען רעכנט עס אז עס האט נישט קין קאמפעטישען אדער אז מדארף מאכן קאמפעטעישן

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 25, 2017 7:54 pm

בסתר המדריגה האט געשריבן:די צייטונג
דער בלאט
שטערן
שפאקטיוו
בליץ
אוצר
אוצרות
בעלייכטונגען
מעלות
אידישע ליכט
ליכטיגע היים
וכו'
כמובן האט יעדע איינע זאכן מה שיש בזה אין בזה אבער וואס איז די "מאמענט" בולט אנדרש ווי יעדעם אז מען רעכנט עס אז עס האט נישט קין קאמפעטישען אדער אז מדארף מאכן קאמפעטעישן

צייטונגען זענען נישט קיין מאגאזינען, און ווי פארשטענדליך אז צייטונגען קויפן מענטשן וועכנטליך וואך איין וואך אויס, נישט קיין חילוק וואס די נייעס איז. משא"כ א מאגאזין ווענד זיך עפי"ר אויפן קאווער, (ביי מענער. פרויען זענען מאגאזינען פונקט ווי א צייטונג ביי מענער). אזוי אויך, אז עס גייט מער סחורה זענען די עדס טייערער און מער.
שפאקטיוו איז שוין פארמאכט, און שטערן איז שוין געוווען פארמאכט און עס גוסס'ט אין גרויסן, בליץ גלייב איך נישט אז ער מאכט עפעס געלט, חוץ אויב עס קאסט אים נישט קיין געלט.

מעלות, אוצרות וכו' זענען נישט קיין מאגאזינען, עס זענען ליבערשט גליונות וואס קאסט נישט אהערצושטעלן וואס עס קאסט פאר מאמענט און יעדע געווענליכער מאגאזין.
די אלע דערמאנטע צייטשריפטן דארפן לייגן מעשיות וואס האט נישט מיטן צייט פון יאר און נייעס פון חודש/וואך, זיי קענען איבערלייגן אלטע זאכן און נאך אסאך זאגן וואס באלאנגט נישט אין קיין מאגאזין. אויסער דעם, זייערע פאפיר זענען נישט די טייערע וואס א מאגאזין האט, נאר פשוטע פאפיר. נישט קאלערד.

ויש עוד הרבה לדבר, ואכמ"ל. אפשר איז פארהאן א פאסיגערער אשכול להרחיב הדברים.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 25, 2017 7:56 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:לויט ווי איך האב פארשטאנען איז עס וועכנטלעך.

צופיל מער פרטים ווייס איך נישט, וועגן דעם האב איך עס נישט דערמאנט ביז אהער, אבער ווען כ'האב גיזעהן אז דר'עולם שרייט אז קיינער האלט נישט ביים מאכן עפעס בעסער'ס האב איך זיך אנגערופן, אדרבה לאמיר ווארטן אין זעהן...

כמעט זיכער אז איך ווייס פון וואס דו רעדסט, עס האט נאך א ווייטער וועג צו גיין. כהיום איז עס בלויז א חלום, גראדע שיינט עס צו זיין א גוטער חלום, אבער נאכנישט אקטועל...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג יוני 25, 2017 8:20 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:קען מען ערגעץ נעמען דעם מאמענט "סורוועי" אנליין?
איך וויל געבן מיין אינפאט, (איך קויף מאמענט פון צייט צו צייט, און וואלט אויך געקענט באשטיין אז זיי זאלן זיך פארבעסרן, אזוי ארום קענען זיי האפן מיר צו האבן אלס א וועכענטליכער קאסטומער) אבער איך האלט נישט ביים צאלן 5-6 דאללער צו נעמען א סורוועי... (די תוכן איז נישט עפעס צי ציענד פאר מיר די וואך)

דאנט ווארי אז דו ווילסט שטארק געבן דיין קאמענט קענסטו עס שרייבן דא . די מאמענט שטאב ליינט עס

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 25, 2017 11:35 pm

ב"ה

מורשת צום צווייטן וואך אין א רייע, א תוכנ'פולער ארטיקל, ר' אהרן האט צולאזט דעם פעדער און באגאסן גאלדענע טינט, און אין די ראמען פון א פארהעלטנסמעסיגער קורצע ארטיקל, אפגעשריבן יארן הארעוואניע פון ברעקל נאך ברעקל חומר וואס האט צאמגעשטעלט דעם טיילווייזער פאזל פון 'בית המדרש הגדול.

און א יישר כח פאר די אכסניא 'מאמענט' פארן שעצן די ארבייט פון מורשת און שענקען אירע בלעטער פאר אט דעם וויכטיגען און היסטארישער ארטיקל און ציל.

א קליינע באמערקונג, די גראפיקס און בילדער דארפן א תיקון ואכמ"ל

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ חוקת תשע״ז

תגובהדורך שלשה אחים » דאנארשטאג יוני 29, 2017 12:16 am

״געשפארט 130 טויזנט דאלאר!״ די העראאישע מחותנים ר׳ משה ארי׳ שניטצלער און ר׳ אהרן וועבערמאן רעפלעקטירן זייערע געדאנקען און געפילן איבער ״רעוואלוציאנערישער״ חתונה אין בית המדרש --- א באשיידענע חתונה וואס האט געמאכט א שטורעם אין דער חרדישער גאס.

באפרייט פון רוסישער טורמע: ערשטהאנטיגער אינטערוויו מיט די עלטערן און עסקנים פון הבחור יצחק בן שולמית יאסלאווסקי וועלכער איז אומגעראכטן באפרייט געווארן. אן אריגינעלער שילדערונג!

יושע דאסקאל האט לעצטענס געהאט א צוויי שעה׳יגע רייזע מיט אן ״אובער״ האט ער געכאפט אן ״אפענער שמועס״ מיט דעם UBER דרייווער.

הרב משה יחזקאל מייזליש מיט ערשטהאנטיגע דעטאלן איבער דעם דראמא און שרעק פארלאפענעם שבת אין אידישן קווארטאל אין נייעם בלומינגבורג.

א וויי-געשריי פון מאנסי: ר׳ אהרן בנציון ווידער איבער דער געפארפולער רוט 59

און נאך...
צוגעלייגטע
Moment Chikas 5777 Main Cover.jpeg
מאמענט, הויפט קאווער, פר׳ חוקת תשע״ז
Moment Chikas 5777 Main Cover.jpeg (432.8 KiB) געזעהן 3356 מאל

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דאנארשטאג יוני 29, 2017 12:30 am

די אלע נושאים גייען זיין אדער זענען געווען די וואך אין בלאט/איד.
אה, אנטשולדיגט, כמעט נישט באמערקט, אן אפענער שמועס מיט אן אובער דרייווער!
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » דאנארשטאג יוני 29, 2017 11:51 am

יאיר גאלד האט געשריבן:די אלע נושאים גייען זיין אדער זענען געווען די וואך אין בלאט/איד.
אה, אנטשולדיגט, כמעט נישט באמערקט, אן אפענער שמועס מיט אן אובער דרייווער!

און? :roll:
ער האט נישט קיין רעכט צו שרייבן וואס די בלאט און איד "גייט" שרייבן?
(בד"וו, א אובער דרייווער איז דעפענעטלי א שיינער נושא, מאכט מיר נייגעריג צו ליינען, כגיי עס קויפן נאר וועגן דעם)
איך שטוין ווי וואך איין וואך אויס רייסט מען אים אראפ, אסאך מער ווי סיי וועלכע אויסגאבע\צייטונג,
איך טריי צו טרעפן א הסבר דערויף, מיין איינציגסטע הסבר איז אז איינער האט דא א ציל אים אונטערצוברענגען און עס איז נישט שווער צו כאפן ווער דאס איז, ווייל כאטש יענעמ'ס אויסגאבע איר 100 מאל מער לער און פול מיט לופט דאך רעדט מען נישט פון יענעם.
מאמענט צווינגט קיינעם נישט צו קויפן, האסט עס נישט ליב? קויף עס נישט!
פון ווי שטאמט די היתר צו גיין וואך איין וואך אויס צו אראפרייסן א איד'ס ביזנעס ברבים? וואלט איר געוואלט מען זאל עס אייך אויך טון?
מילא אמאל א הערה'לע, פיין אבער אזוי יעדע וואך אן קיין שיעור?
עס איז נישט מענטשליך נישט תורה'דיג נישט גארנישט. פאסט נישט פאר אייוועלט.
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג יוני 29, 2017 12:02 pm

ישעי בלום האט געשריבן:איך טריי צו טרעפן א הסבר דערויף, מיין איינציגסטע הסבר איז אז איינער האט דא א ציל אים אונטערצוברענגען און עס איז נישט שווער צו כאפן ווער דאס איז, ווייל כאטש יענעמ'ס אויסגאבע איר 100 מאל מער לער און פול מיט לופט דאך רעדט מען נישט פון יענעם.


מאכסט מיר לאכן... וואלט דאס געווען א ציל פון יענעם אינטערצובערענגען מאמענט, וואלט ער כאטש געדארפט עפעס שרייבן צו ווייזן ווי גוט זיין אויסגאבע איז! ניין?

קיינער האט נישט קיין אגענדעס, ווילסט וויסן פארוואס מ'רייסט אראפ מאמענט מער ווי אנדערע אויסגאבעס, קוק אהער:

איסר האטלקי האט געשריבן:צייטונגען זענען נישט קיין מאגאזינען, און ווי פארשטענדליך אז צייטונגען קויפן מענטשן וועכנטליך וואך איין וואך אויס, נישט קיין חילוק וואס די נייעס איז. משא"כ א מאגאזין ווענד זיך עפי"ר אויפן קאווער, (ביי מענער. פרויען זענען מאגאזינען פונקט ווי א צייטונג ביי מענער). אזוי אויך, אז עס גייט מער סחורה זענען די עדס טייערער און מער.
שפאקטיוו איז שוין פארמאכט, און שטערן איז שוין געוווען פארמאכט און עס גוסס'ט אין גרויסן, בליץ גלייב איך נישט אז ער מאכט עפעס געלט, חוץ אויב עס קאסט אים נישט קיין געלט.

מעלות, אוצרות וכו' זענען נישט קיין מאגאזינען, עס זענען ליבערשט גליונות וואס קאסט נישט אהערצושטעלן וואס עס קאסט פאר מאמענט און יעדע געווענליכער מאגאזין.
די אלע דערמאנטע צייטשריפטן דארפן לייגן מעשיות וואס האט נישט מיטן צייט פון יאר און נייעס פון חודש/וואך, זיי קענען איבערלייגן אלטע זאכן און נאך אסאך זאגן וואס באלאנגט נישט אין קיין מאגאזין. אויסער דעם, זייערע פאפיר זענען נישט די טייערע וואס א מאגאזין האט, נאר פשוטע פאפיר. נישט קאלערד.

ויש עוד הרבה לדבר, ואכמ"ל. אפשר איז פארהאן א פאסיגערער אשכול להרחיב הדברים.


פון א פראדוקט וואס שטעלט זיך אהער אלס א אויסשליסליכער "פרעסטישפול מאגאזין", פארלאנגען מענטשן אביסל "קוואליטי"! זהו.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6384
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 29, 2017 12:45 pm

שלשה אחים האט געשריבן:״געשפארט 130 טויזנט דאלאר!״ די העראאישע מחותנים ר׳ משה ארי׳ שניטצלער און ר׳ אהרן וועבערמאן רעפלעקטירן זייערע געדאנקען און געפילן איבער ״רעוואלוציאנערישער״ חתונה אין בית המדרש --- א באשיידענע חתונה וואס האט געמאכט א שטורעם אין דער חרדישער גאס.

באפרייט פון רוסישער טורמע: ערשטהאנטיגער אינטערוויו מיט די עלטערן און עסקנים פון הבחור יצחק בן שולמית יאסלאווסקי וועלכער איז אומגעראכטן באפרייט געווארן. אן אריגינעלער שילדערונג!

יושע דאסקאל האט לעצטענס געהאט א צוויי שעה׳יגע רייזע מיט אן ״אובער״ האט ער געכאפט אן ״אפענער שמועס״ מיט דעם UBER דרייווער.

הרב משה יחזקאל מייזליש מיט ערשטהאנטיגע דעטאלן איבער דעם דראמא און שרעק פארלאפענעם שבת אין אידישן קווארטאל אין נייעם בלומינגבורג.

א וויי-געשריי פון מאנסי: ר׳ אהרן בנציון ווידער איבער דער געפארפולער רוט 59

און נאך...

איינער קען מיר ביטע געבן די נומערן, ווי אזוי שפארט מען 130 טויזענט דאלער ווען מ'מאכט חתונה אין א ביהמ"ד? ווען דאס גאנצע חתונה מאכן קאסט נישט אזויפיל?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » דאנארשטאג יוני 29, 2017 1:01 pm

יעדע קינד 10,000 (אזויפיל קאסט די חתונה נאכט) פאר 13 קינדער.

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דאנארשטאג יוני 29, 2017 1:24 pm

ער האלט שוין ביים דרייצנטען? אינטערסאנט פארוואס פונקט יעצט שמועסט ​מען דערפון מער ווי ביי די אנדערע,
אויפן פיקטשער זעהט ער גראדע נישט אויס אזוי אלט, קען טאקע זיין ווייניגער דאגות...

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג יוני 29, 2017 1:26 pm

די שמועס איז יעדע וואך מיט א פרישקייט פון אנהייב...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דאנארשטאג יוני 29, 2017 2:45 pm

ישעי בלום האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:די אלע נושאים גייען זיין אדער זענען געווען די וואך אין בלאט/איד.
אה, אנטשולדיגט, כמעט נישט באמערקט, אן אפענער שמועס מיט אן אובער דרייווער!

און? :roll:
ער האט נישט קיין רעכט צו שרייבן וואס די בלאט און איד "גייט" שרייבן?
(בד"וו, א אובער דרייווער איז דעפענעטלי א שיינער נושא, מאכט מיר נייגעריג צו ליינען, כגיי עס קויפן נאר וועגן דעם)
איך שטוין ווי וואך איין וואך אויס רייסט מען אים אראפ, אסאך מער ווי סיי וועלכע אויסגאבע\צייטונג,
איך טריי צו טרעפן א הסבר דערויף, מיין איינציגסטע הסבר איז אז איינער האט דא א ציל אים אונטערצוברענגען און עס איז נישט שווער צו כאפן ווער דאס איז, ווייל כאטש יענעמ'ס אויסגאבע איר 100 מאל מער לער און פול מיט לופט דאך רעדט מען נישט פון יענעם.
מאמענט צווינגט קיינעם נישט צו קויפן, האסט עס נישט ליב? קויף עס נישט!
פון ווי שטאמט די היתר צו גיין וואך איין וואך אויס צו אראפרייסן א איד'ס ביזנעס ברבים? וואלט איר געוואלט מען זאל עס אייך אויך טון?
מילא אמאל א הערה'לע, פיין אבער אזוי יעדע וואך אן קיין שיעור?
עס איז נישט מענטשליך נישט תורה'דיג נישט גארנישט. פאסט נישט פאר אייוועלט.

איך האב געזאגט ער האט נישט קיין רעכט צו שרייבן וואס ער וויל? ער מעג שרייבן און איך מעג פרעגן און יעדער מעג ענטפערן.
איך בין דא מיט א ציל? איך האב שוין אויבן געשריבן, איך בין א גרויסע ליינער, און איך קויף אסאך מאגאזינען, אבער איך קויף נישט קיין שום מאגאזין אין אידיש, בלויז צייטונגען, און איך זוך און וויל קויפן עפעס צום זאך אויף אידיש, אבער עס איז נישט דא וואס.

פון קיין אנדערע מאגאזינען רעד איך ניטאמאל, ווייל איך האלט נישט אז זיי קענען עפעס דליווערן, מאמענט האט שוין עטליכע מאל באוויזן שיינע הערליכע ארטיקלן, גוטע נושאים און שיינע געשריבן, אבער אלץ פארקריכן זיי ערגעצוואו איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס. פארוואס נעמען זיי צייטונג נושאים? ברענג אהער פרישע סחורה נישט קיין אויסגעקייעטע נושאים!

אזוי שווער צו פארשטיין?
אז מען בעט דוקא וועל איך אויפהערן צו קריטיקירן און אויפגעבן דערויף, אבער איך האלט אז מאמענט קען דעליווערן עפעס תוכן וועכנטליך, אויב מען קען אין ענגליש קען מען אין אידיש, אפילו די קלייענטעל איז שוואכער. מען דארף נישט צושטעלן אזוי סאך, אפילו א דריטל פון 'משפחה' וואלט איך צופרידן געווען. אבער עפעס צום זאך, ביטע.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג יוני 29, 2017 3:03 pm

גוט געזאגט יאר יאיר

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » דאנארשטאג יוני 29, 2017 3:44 pm

עס איז באמת א גרויסען נפקמ''נ צווישן דער בר דעת ןןאס גיט קונסטרקוטיווע קריטיק [ביקורות בונה] ביז דער וואס גיט סתם א נעגעטייוע הערה [ביקורות הירוס] ווי עס דינט ווי סתם ארויסגעלאזטע אראפרייסנדע הערה
ווי ארטיקעל פלוני איז מיר נישט געעווען אינטערסאנטנט
וועם גייט אן צו עס איז דיר יא געווען אינטערסאנט צו נישט ...??
וועם מ'דריקט עפעס פאר א רבים קומט אייביג אויס אז פאר איינעם איז אינטערעסאנט עפעס וואס איז פאר צווייטען נישט
ווי יעדער בר דעת פארשטייט ןק''ל
נ.ב
נישט אייביג איז עפעס וואס איז ''נישט אינטערעסאנט'' א סימן אויף איבריגע קליגשאפט פינקט אזוי ווי למשל צו זיין א שרייבער אויף איי וועלט מיינט נישט אלס אז מ'איז דער חכם הדור
עס קען זיין אז יא איז עס איז אויך מעגליך אז ..... עס איז 'אינו מוכרח' ודו''ק

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג יוני 29, 2017 4:10 pm

זעהט אויס זייער אינטערסאנט.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דאנארשטאג יוני 29, 2017 4:45 pm

עס שפילט זיך איבער מיט א פרישקייט יעדע פאר וואכן... אבער אז די מאמענט שטאב פילט נישט פאר וויכטיג צו טוישן זייער מהלך, אויב אזוי וועל איך בעז"ה ווייטער שרייען ביז עמיצער וועט מיך דערהערן.

סתם אזוי, איינער האט פריער דערמאנט דא וועגן אגענדעס. עס וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט צו כאפן א בליק דא און דא, אויך דא און דא...

עס איז דא נאך אסאך אבער דאס איז פאר יעצט...

בדרך אגב,פאר די וואס ווילן וויסן מיין אגעדע דא

איך ערווארט שוין די זעצעס אויף צוריק... (נישט אומזיסט צאלט מען אייך...)

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג יוני 29, 2017 5:43 pm

איי עם דאן. איך בין א גאר גרויסע ליינער, איך ליין אדורך ממש אלע אויסגאבע'ס יעדע וואך, דעי וואך האט די מאמענט זוכה געווען אז איך זאג זיי הצלחה רבה, אן אויסגאבע וואס האלט נישט ביים הערן קיין ווארט וואס מ'רעד צו זיי, די זעלבע אויסגדראשענע מינע ארטיקלען, ממש נישט ווערט אוועק צו געבן א רגע דערפאר, געטראכט יעדע וואך אז אפשר דעי וואך גייען זיי שרייבן עפעס גוטץ, אבער דאס איז קיינמאל נישט אנגעקומען.

אלץ גרויסע ליינער ווייס איך כאטש עפעס וואס איך רעד
ביטע הערט אויס וואס מ'רעד צו אייך און הייבט אייך אן אהערשטעלן.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי יודע און 7 געסט