"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מוצ"ש מאי 06, 2017 10:45 pm

fiena nieas האט געשריבן:
מגיה האט געשריבן:וועגן דעם קעפל פון דעם ניר ארטיקל, זע איך אויך נישט וואו די סטראקעס קומען דא אריין. איך זע אויך נישט אז דאס זאל עס מאכן מער ציעדיג, ווייל וואס גייט מיך אן צי דער נירן-געבער גייט מיט סטראקעס אדער מיט א שניט אין רעקל?

ווייל אז די נירן געבער גייט מיט סטראקעס און די נעמער גייט אויך און נאך דערצו זענען אייניקלעך פון דעם זעלבען זיידן איז עס זיס. איך זעה נישט די פראבלעם פון דעם קעפל

אויך געהאט דעם אפשאצונג, קיין שום פראבלעם דער קעפל. פארקערט, ס'גיט צו הומאר און דערלייכטערונג צום גאנצן פראצעדור אז מ'זאל נישט נעמען די זאך וי א בוגי-מען, נאר מ'זאל זיך אפלערנען, וואס ווי איך פארשטיי איז דאס געווען דער ציהל פינעם נדבן ביים זיך לאזן אינטערוויען.

אלנפאלס, דער טאט בעצם איז ווערט צו באגריסן! ס'איז מורא'דיג!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » מוצ"ש מאי 06, 2017 10:59 pm

מאכט סענס? האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מ'טענה'ט זיך דא, אבער די מאמענט איז אן אויסגאבע וואס פארקויפט גארנישט! סארי פאר מיי עקספרעשן. חוץ מאלן וואסער און מאכן סענזעציעס פון לופט, טוען זיי גארנישט.

עס איז לכאורה פון די ערגסטע אידישע אויסגאבעס וואס זענען נאר ארויסגעקומען אין די לעצטערע יארן. נאריש שבנאריש, אנגעפילט מיט שטויב, און איינמאל א יאר ווען זיי האבן שוין יא עפעס אינטערעסאנט וועלן זיי אבער אלס זיכער מאכן אריינצואווארפן עפעס וואס זאל זיין קאנטערווערסיאל, און אויפרעגן מענטשן...

איך בעט איבער אלע באצאלטע ארבעטער וואס זענען געטראפן געווארן פון מיינע ווערטער.

נישט אז איך בין דער גרויסער פען פון דער מאמענט אבער אזוי אראפצורייסן דאס שמעקט שוין ווי דו ביסט איינעמס באצאלטע ארבעטער...
מאמענט איז נאך אין יעדע צייט בעסער ווי דער בליץ טריביון און נאך בארוהיגט רייך רעב איד

גראדע האב איך געקויפט דער מאמענט טאקע צוליב דיין תגובה, און איך האלט אז זיי האבן די וואך אראפ געלייגט א שיין שטיקל ארבעט
באטעמט רייך אינטרעסאנט
איך האף אז נעקסטע וואך וועט מקוים ווערן ולשבת הבא כן...


נ"ב די ווערטל פון וויזניצער רבי וואס זיי האבן געברענט איז צוקער זיס!
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מוצ"ש מאי 06, 2017 11:10 pm

:lol: איך האב דאך איבערגעבעטן אלע באצאלטע ארבעטער...

צום נושא: ס'מיר נישט ווערד די טענה'ריי. קען זיין אז די וואך איז עס געווען בעסער ווי געווענדליך. כ'האב עס נישט געקויפט, ממילא ווייס איך נישט. אבער כ'בין זיכער אז זיי האבן אויך די וואך באוויזן אויפצורעגן ליינער, א שטייגער ווי מיט די באשרייבונג פון פאשקאן. (עיין בהאשכול טעותים אין אונזערע צייטונגען).

דאס איז חוץ מזה וואס ווארט אויף קומענדיגע וואך און וועסט דיך ווידער אמאל טרעפן קייען שטרוי און מאלן וואסער...

איך קען נאר ווידערהאלטן מיינע ווערטער אז דאס איז פון די ערגסטע אויסגאבעס. אז איך וויל דוקא קען איך דורכגיין קאלום נאך קאלום, און ווייזן וואס איך מיין. כ'קען אויסרעכענען פילע פרטים וואס זיי זענען ערגער ווי א צווייטן. פילע זאכן וואס זיי האבן געבראכן. וכו' וכו' . אבער כ'וועל עס בעז"ה נישט טוהן.

דער עיקר איז אז דו האסט עס געקויפט וועגן מיר... און זאלסט האבן א פרייליכע, לעכטיגע וואך.
לעצט פאראכטן דורך מאכט סענס? אום מוצ"ש מאי 06, 2017 11:42 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש מאי 06, 2017 11:19 pm

רעד איך היינט מיט איינעם וואס האט ספעציעל געקויפט די מאמענט די וואך, זאגט ער מיר אז ער האט עס געקויפט ווייל ער געדענקט זיך אלס קינד לערנענדיג ביי ר' שלום יוסף האלפערין אין מונקאטשער קעמפ, און די קינדערלעך זיינע זענען מיטגעזיצן מיט אים אין חדר נאכדעם וואס קיין שום מוסד האט זיי נישט געוואלט אננעמען צוליב זייערע גייסטישע באגרעניצונגען (ווי אויסגעשמועסט באריכות אינעם אינטערוויו).
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מוצ"ש מאי 06, 2017 11:36 pm

שבתי בוים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:

ס'איז נישטא קיין ברית כרותה אז ענגלישע ארטיקלען זענען בעסער ווי אידישע. אין די אידישע מאגאזינען קען מען טרעפן אויספירליכע און ברייטערע ארטיקלען ווי דער סטאנדארט אין ענגלישע.

איך פלעג צו קויפן וועכנטליך דעם מאמענט פון דעם טאג וואס עס איז ארויסגעקומען, איך בין א שטארקער ליינער אין אידיש. איינמאל האב איך דורכגעליינט עפעס אן אינטערעסאנטער ארטיקל אין משפחה, זינט דאן, קיין אידישער מאגאזין טרעט נישט איבער דאס שוועל פון מיין טיר.

איך ליין שנעלער און גרינגער אידיש, צייטונגען ליין איך נאר אין אידיש, אבער אין אידישע מאגאזינען איז נישט דא וואס צו ליינען. היינט צוטאגס ליין איך משפחה, עמי און המודיע, ווענד זיך ווי א וואך.
איך רעד נישט לגבי די אויסשטעל, גראמאטיש, ספעלינג, ווייל איך בין נישט קיין ספעציעלער מבין אויף ענגליש שרייבעריי. אבער אויף תוכן בין איך שוין איינמאל א מבין.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מוצ"ש מאי 06, 2017 11:49 pm

קודם קומט די באקאנטע פארווארט אז איך האב נישט קיין השגה ווער די ארויסגעבער איז אן איך האב נישט קיין שום שייכות מיטן מאמענט

יעצט, די העצערס דא אקעגן דעם מאמענט טוען א גוטע ארבעט מיטן מאכן פיהלן דעם מאמענט קאסטומער ווי א שוטה לעמעך וואס מיינט נעבעך אז ער קויפט עפעס א אינטערעסאנטע אויסגאבע און עכט ספענדן זיי נעבעך זייער אויסגעהארעוועטע געלט פאר א גלאט שטיקל פוסטע ליידיגע פאפיר,

איך בין א מאמענט ליינער פון דעי וואן, און איך גיי נישט זאגן אז מאמענט איז עפעס א מוראדיגע אינטעליגענטע מאגאזין וואס גייט דיך בארייכערן דיין חכמה און וויסנשאפט אדער אפילו דיין אידישקייט, אבער איז א פערפעקטע געשמאקע אויסגאבע פארן פשוטן עמך איד, א פשוטע קול מבשר צוהערער וואס זיכט צו ליינען און וויסן איבער אלס און אלעמען,

דאס וואס מאנכע דא האבן גענומען א היימישע לשון הרע פרייע פארום און עס פארוואנדעלט אין א פלאטפארמע אקעגן א היימישע אויסגעבע איז נישט גערעכט און רשעותדיג.

ובזה יצאתי

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מוצ"ש מאי 06, 2017 11:53 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:קודם קומט די באקאנטע פארווארט אז איך האב נישט קיין השגה ווער די ארויסגעבער איז אן איך האב נישט קיין שום שייכות מיטן מאמענט

יעצט, די העצערס דא אקעגן דעם מאמענט טוען א גוטע ארבעט מיטן מאכן פיהלן דעם מאמענט קאסטומער ווי א שוטה לעמעך וואס מיינט נעבעך אז ער קויפט עפעס א אינטערעסאנטע אויסגאבע און עכט ספענדן זיי נעבעך זייער אויסגעהארעוועטע געלט פאר א גלאט שטיקל פוסטע ליידיגע פאפיר,

איך בין א מאמענט ליינער פון דעי וואן, און איך גיי נישט זאגן אז מאמענט איז עפעס א מוראדיגע אינטעליגענטע מאגאזין וואס גייט דיך בארייכערן דיין חכמה און וויסנשאפט אדער אפילו דיין אידישקייט, אבער איז א פערפעקטע געשמאקע אויסגאבע פארן פשוטן עמך איד, א פשוטע קול מבשר צוהערער וואס זיכט צו ליינען און וויסן איבער אלס און אלעמען,

דאס וואס מאנכע דא האבן גענומען א היימישע לשון הרע פרייע פארום און עס פארוואנדעלט אין א פלאטפארמע אקעגן א היימישע אויסגעבע איז נישט גערעכט און רשעותדיג.

ובזה יצאתי

איך האב נישט גערעדט קעגן מאמענט, עס איז פיין וויאזוי עס איז, איך פלעג עס קויפן וועכנטליך.
פאר איינער וואס קען בלויז ליינען אידיש, און עס איז אים שווער זיך אויסצולערנען ענגליש, זאל טאקע ליינען מאמענט.
און די מערכת, ווילאנג זיי האבן נישט קיין קאמפעטישן וואס קען זיי איבערנעמען, זאלן זיי טון וואס זיי ווילן.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מוצ"ש מאי 06, 2017 11:54 pm

דיסקלעימיר: איך ארבעט נישט פאר קיין שום אנדערע אידישע מאגאזין. אויב די הנהלה פילט אז מען איז דא עובר אויף לשון הרע, צו סיי וועלכע דבר האסור, זאלן זיי ביטע פארמעקן מיינע תגובות.
לעצט פאראכטן דורך מאכט סענס? אום זונטאג מאי 07, 2017 12:52 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש מאי 06, 2017 11:54 pm

לכאורה האט געשריבן:רעד איך היינט מיט איינעם וואס האט ספעציעל געקויפט די מאמענט די וואך, זאגט ער מיר אז ער האט עס געקויפט ווייל ער געדענקט זיך אלס קינד לערנענדיג ביי ר' שלום יוסף האלפערין אין מונקאטשער קעמפ, און די קינדערלעך זיינע זענען מיטגעזיצן מיט אים אין חדר נאכדעם וואס קיין שום מוסד האט זיי נישט געוואלט אננעמען צוליב זייערע גייסטישע באגרעניצונגען (ווי אויסגעשמועסט באריכות אינעם אינטערוויו).


איך האב - ווי פאראויס געשריבן - געקויפט די מאמענט לכבוד ידידי היקר נעים הליכות הרב ר' יואל שליט"א דער ניר-נדבן, און איך מוז ארויסברענגען לשבח אז איך בין געווען צופרידן-איבערראשט פון די שיינע ארבייט.

איך וועל אנהייבן מיטן היילפרין ארטיקל אלס 'קאווער סטארי', עס איז א סופער ארבייט! עמאציאנעל, דעטאלירט, גוט געשריבן, און זייער א שטארקע מעסעדזש. דער ראדומישלער רב קומט זיך אסאך קרעדיט, אבער דער שרייבער מאכט א געלונגענע ארבייט, און איז ווערט א באגריסונג.

די ניר/סטראקעס ארטיקל, איז מיר נישט געווען קיין איבערראשונג, קענענדיג דעם נדבן און זיין פעדער, האב איך געוואוסט וואס צו ערווארטן, און אוודאי האט ער מיך נישט דיסעפאונטעד. אויסער די עצם אקט פון זיין מסירת נפש ומסירת אבר, איז זיין פענע פון גאלד און אירע טינט פון גינגאלד! זיינע טאג-בוך איינטראגעס, זיין סענס אוו הומאר, זיינע מליצות און גוטע טרעפליכע ווערטער, הלוואי שרייבט ער אפטער (איך געב זעראו קרעדיט פארן מאמענט אין דעם ארטיקל, דאס איז כל כולו ר' יואל שליט"א, לדעתי - ובפרט נאכן מי מנוחות ניר-ארטיקל).

איך וואלט אראפגעשריבן דא מיין קריטיק אויך, אבער איך וויל נישט מ'זאל מיינען אז איך קען בלויז קריטיקירן. נאר איין הערה, נישט דוקא קריטיק, די עצם רעיון פון אן הכנסת ספר תורה דורך ספעציעלע נשמות איז כלל נישט קיין נייע, און נישט דער חידוש פון רב היילפרין. איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן לכה"פ פינף אזעלכע הכנס"ת אין די לעצטע דריי-פיר יאר, און ביי יעדע פאל איז עס טאקע געווען באזונדער עמאציאנאל וויאזוי די נפשות האומללות האבן געשפירט ווי דאס איז זייער חתונה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 07, 2017 12:02 am

איבער די חששות פון לשה"ר והלבנת פנים איבער אן אשכול ווי משמועסט אויס א פאבליק פראדוקט, ווי אן אויסגאבע (יעדע אידישע אויסגאבע האט דא איין אדער מער אשכול, און אלע ווי איינע זענען אויסגעשטעלט אייניג צו קריטיק און קאמפלעמענטארן, נישט דוקא מאמענט), אדער א נייע סידי, א נייע געגנט וכ'

דער מענטשליכער שכל זאגט אז אויסשמועסן דא, כשזה בונה וזה סותר, יעדער האט א שאנס ארויסצוברענגען זיין מיינונג און רעאקציע צו די זאכן, איז בעצם א טובה פארן פראדוקט, לכל הפחות פון א ביזנעס שטאנדפונקט. א יעדע ביזנעס זוכט 'פידבעק' אנדערש ווייסט ער נישט צו ער זאל אינוועסטירן דא אדער דארט, צו די קאנסומער איז צופרידן אדער נישט.

דאס איז אויסער די פאבליסיטי וואס קומט מיט די שמועסן, וואס איז אלעמאל גוט פאר ביזנעס, מ'רעדט פונעם 'מאמענט' איז פשט אז ער איז א 'יש', ווען קיינער קריטיקירט נישט ברענגט עס ארויס אדער אז ווייניג ליינען עס, אדער אז מ'ערווארט נישט בעסער פון אים.

א גוטע ביזנעסמאן נעמט די קריטיק און 'קעשט' עס איין, און צום סוף איז ער נאר מרויח.

לענין הלכה דארף מען פרעגן א שאלה, אבער פראקטיש זעה איך נישט קיין חסרון דערינען, ואדרבא.

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » זונטאג מאי 07, 2017 9:34 am

גראדע האב איך פארברענגט שבת הגדול מיטן ניר נדבן אין איך האב שטארק הנאה געהאט פינעם ארטיקל. דעס טוט די מאמענט. זיי ברענגען ארויף אויפן טיש מענטשען וועם די קענסט אדער די קענסט קענען. נישט איינעם אין יעהאפעצוויל. כי לחי.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

evernote
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

תגובהדורך evernote » זונטאג מאי 07, 2017 9:54 am

פאר יעדן יום טוב הייבט זיך אן די פראפעגאנדע אין דעם אשכול ווי מעכטיג געוויסע ארטיקלען פונעם מאמענט זענען און וואספארא געלונגענע אויסגאבע דאס איז.

איך פאל פאר דעם יעדעס מאל באזונדער... אבער ווער מייסטענס אנטוישט דערנאך.

מאמענט ארבייטער, איך ווייס נישט איבער דעם אויסגאבע זעלבסט, אבער אויף פראפעגאנדע זענט איר זיכער טאפ אף דע ליין.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מאי 07, 2017 10:42 am

די באלעבאסטע גיבט איבער, אז אין די "באלעבאסטע" אפטיילונג פון די מאמענט איז געווען צוויי רעצעפטן וואס זענען געווען אין די "לבית" אפטיילונג פון די "משפחה" אויף פסח.

די פראבלעם איז, אז איין רעסעפי קומט מיט פאטעטע סטארטש (ווייל די רעסעפיס זענען ספעציעל געמאכט פאר פסח) אבער מאמענט טראנסעלעט די רעסעפיס פון היבראו און מ'גיט עס פאר די ליינערס, און פארטיג.

דאס איז אביסל טו מאטש...

און נאך א ארטיקל וואס איז דארט געווען, האט מען פאראידישט און אהערגעשטעלט.

כ'שטעל זיך פאר אז זיי האבן עפעס א דיעל, און ווי ס'קוקט אויס איז 'ר' סלאנים' פון מאמענט 'אביגיל מייזליק' פון משפחה.

[כ'האב שוין יוצא געווען מיין חלק פון קריטיקירן די מאמענט...]


גראדע פונעם יו"ט מאמענט האמיר זייער הנאה געהאט, מ'האלטס עס נאך אינמיטן ליינען.

און פון די וואכעדיגע מאמענט האמיר אויך הנאה געהאט.

מ'קען זאגן אז די צוויי הויפט ארטיקלעך (פון הרב האלפרין און הרב מייזליש) איז מער געווען א רוף צו מאכן א חשבון הנפש, ס'האט געמאכט א שטיקל אויפשאקלונג אין מח, ווי בין איך? ווי בין איך צו העלפן פאר א צווייטע איד? ווי בין איך צו זיין צופרידן און דאנקן השי"ת פאר די געזונטע לעכטיגע קינדער? די באשריבענע אין די ארטיקל זענען געווארען און א געוויסע זין מיינע מלמדים בבחינת "הלומד מכל אדם - מכל מלמדי השכלתי".

די ארטיקל פון דער מחנך איז אויך נישט אוועקצומאכן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » זונטאג מאי 07, 2017 11:16 am

מיללער האט געשריבן:איך געב זעראו קרעדיט פארן מאמענט אין דעם ארטיקל, דאס איז כל כולו ר' יואל שליט"א, לדעתי - ובפרט נאכן מי מנוחות ניר-ארטיקל
וואו איז דער ארטיקל פארשווינדן געווארן?
#איך_בין_זייער_הינגעריג

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מאי 07, 2017 3:07 pm

יענקעלע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך געב זעראו קרעדיט פארן מאמענט אין דעם ארטיקל, דאס איז כל כולו ר' יואל שליט"א, לדעתי - ובפרט נאכן מי מנוחות ניר-ארטיקל
וואו איז דער ארטיקל פארשווינדן געווארן?

די מי מנוחות ניר ארטיקל איז ביז היינט נישט געווען אויף אייוועלט, יעצט האב איך געבעטן ר' הערליך זאל עס ארויפשטעלן, עס ליגט אין די היימישע דזשורנאל אפטיילונג.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך מאי 10, 2017 4:27 pm

די וואך שוין ווייטער מיט קאנטראווערסואלע פאלעמיק'ס, [פויבסט]
.. די חברה קלעבן ווי בינען צי האניג ..

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 10, 2017 4:31 pm

זבחי צדק האט געשריבן:די וואך שוין ווייטער מיט קאנטראווערסואלע פאלעמיק'ס, [פויבסט]
.. די חברה קלעבן ווי בינען צי האניג ..

איך האב עס נאכנישט געליינט, אבער דאסמאל גראדע געפעלט מיר די עפראוטש - רעדן צו הרב גלאק זעלבסט און צום סקווירא דיין פון ב"פ, וואס קען זיין א בעסערע זאך פון דעם?

די וועלט קייעט שוין א וואך צייט די נושא און דא האסטו א שאנס צו הערן פון זיי זעלבסט! קודאס פאר די מאמענט פארן כאפן די אפארטוניטי - און געבן א שאנס פאר הרב גלאק זיך ריינצואווואשן

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך מאי 10, 2017 4:35 pm

מיללער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:די וואך שוין ווייטער מיט קאנטראווערסואלע פאלעמיק'ס, [פויבסט]
.. די חברה קלעבן ווי בינען צי האניג ..

איך האב עס נאכנישט געליינט, אבער דאסמאל גראדע געפעלט מיר די עפראוטש - רעדן צו הרב גלאק זעלבסט און צום סקווירא דיין פון ב"פ, וואס קען זיין א בעסערע זאך פון דעם?

די וועלט קייעט שוין א וואך צייט די נושא און דא האסטו א שאנס צו הערן פון זיי זעלבסט! קודאס פאר די מאמענט פארן כאפן די אפארטוניטי - און געבן א שאנס פאר הרב גלאק זיך ריינצואווואשן


איי, א שאד ס'געפעלט דיר ....
כ'האב שוין אזוי געווארט ס'זאל ווערן לעבעדיג דא ..

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך מאי 10, 2017 4:46 pm

.[/quote]
איך האב עס נאכנישט געליינט, אבער דאסמאל גראדע געפעלט מיר די עפראוטש - רעדן צו הרב גלאק זעלבסט און צום סקווירא דיין פון ב"פ, וואס קען זיין א בעסערע זאך פון דעם?
[/quote]
רעדן צו מר. שיינער?
אגב, איינער קען אפשר מיטטיילן אביסל זיין ביאגראפיע? אגענדע?

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך מאי 10, 2017 4:47 pm

Moment Amor 5777 Main Cover copy.jpg
פראנט קאווער ״מאמענט״, פר׳ אמור תשע״ז
Moment Amor 5777 Main Cover copy.jpg (653.57 KiB) געזעהן 2100 מאל

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך מאי 10, 2017 5:04 pm

איינער קען ביטע ארויפלייגן דעם קאווער פון פאריגע וואך?
זוכט איר דוי?

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך מאי 10, 2017 5:12 pm

איך קויף נישט די מאמענט יעדע וואך (פשוט ווייל אינדערוואכען ליין איך די איי וועלט און שבת איז נישטא קיין צייט צו ליינען) אבער פאריגע וואך, זעהנדיג דעם דעקל פון שמואל נחום, מיט זיין פאטער מיטען פאכטריאלישער צורה, וואס שרייט ארויס ליבליכקייט מיט קאנפידענץ באנאזאם, האב איך עס געקויפט, אין איך האב עס געליינט חנוק בדמעות,
איך האב עס געגעבען פאר אלע מיינע קינדער צו ליינען, מיר האבען געמאכט א דיקוסיע פון דעם,
און צו שווערע קינדער העלפען די סיבלינגס אין שטוב, אדער צוברעכט זיי וכו' ,
עכ''פ סאיז א געוואלדיגע ארבייט, און איך בין מורעדיג איבערגענומען פון דעם איד הרב היילפערין,
איין זאך וואס האט מיר געמאכט לאכען, ווי ער שריבט אז נאך זיין חתונה האט ער זיך געדרייט אין וויליאמפעסט,
פרעגט מען אים ווער בוזטו? זאגט ער ר' חנה'ס, פרעגט מען אים ער קומט צום רעבין? פארוואס קומט ער נישט צום רעבין???
וועמענס איידעם בוזטו?
ר' ברוך אברהם האלבערשטאם, אה ער מאכט פרייליך דעם רבי'ן,,,

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך מאי 10, 2017 6:12 pm

מיללער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:די וואך שוין ווייטער מיט קאנטראווערסואלע פאלעמיק'ס, [פויבסט]
.. די חברה קלעבן ווי בינען צי האניג ..

איך האב עס נאכנישט געליינט, אבער דאסמאל גראדע געפעלט מיר די עפראוטש - רעדן צו הרב גלאק זעלבסט און צום סקווירא דיין פון ב"פ, וואס קען זיין א בעסערע זאך פון דעם?

די וועלט קייעט שוין א וואך צייט די נושא און דא האסטו א שאנס צו הערן פון זיי זעלבסט! קודאס פאר די מאמענט פארן כאפן די אפארטוניטי - און געבן א שאנס פאר הרב גלאק זיך ריינצואווואשן


טריסקער האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:איך בין נישט מקנא יעצט דעם דיין הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א
כ'גלייב אז זיין טעלעפאן הערט נישט אויף צו קלינגען .....
שכוח 'מאמענט' ....

ס'באדערט אים זייער אז מאמענט האט דאס ארויפגעלייגט, ער האט געכאפט א שאק ווען כ'האב אים פארציילט אז מאמענט שרייבט דערוועגן. ער זאגט אז מ'האט אים אנגעקלינגען פרעגן וועגן זיין פסק, ער האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס גייט ווערן מפורסם אין מאמענט.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך מאי 10, 2017 6:22 pm

דאס איז א חוצפה שאין כדוגמתו, ער הייבט אן נאכצומאכן טריביון מיט זיינע שטיק?!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4972
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 10, 2017 6:29 pm

איך האלט אז זיי האבן געטוען זייער א גיטע זאך .
ס'וואלט שוין לאנג געמעגט זיין אזא זאך וואס ארבעט דורך אלע קאנטערווערשעל אידישע זאכען
KEEP ON WITH THIS WE R REALLY ENJOY IT !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: היימישער הייקער, מה ידידות און 13 געסט