"בקודש חזיתיך" - גליון ע"י מוסדות יטב לב (מהר"א) בארה"ק

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

"בקודש חזיתיך" - גליון ע"י מוסדות יטב לב (מהר"א) בארה"ק

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 29, 2014 11:10 am

אזוי ווי דא איז דא פארשידענע אשכולות איבער אויסגאבעס למיניהם, מיט קאמענטארן און שמועסן בנוגע איר תוכן, האב איך געקלערט אז עס וועט פאסיג זיין צו עפענען אן אשכול, איבער דעם גליון בשם "בקודש חזיתיך" וואס ערשיינט מידי חודש בחדשו דורך מוסדות יטב לב בארה"ק (מהר"א), און דאס ווערט געשיקט אויף די פאסט פאר די תומכים, אזוי אויך זענען דא אזעלכע וואס ערהאלטן דאס עלעקטראניש אדער טוען דאס אראפלאודען פונעם "בחצרות סאטמאר" אימעיל ווען זיי שטעלן עס ארויף.

טראץ דעם וואס דער ציל פונעם גליון איז "פאנדרעיזינג" ממילא איז עס אפשר נישט אין כלל פון די אנדערע וועכנטליכע אדער חודש'ליכע אויסגאבעס וואס ווערן דא אויסגעשמועסט בדרך כלל, פארט האט מיך דער גליון געכאפט מיט פארשידענע אינטערעסאנטע און באלערנדע קאלומס, וואס אין א וועלט ווען פאנדרעיזינג איז באזירט אויף לופטיגע מעשיות, האב איך באוואונדערט אז זיי לייגן אריין קוואליטעט דערין.

-

פארגאנגענעם חודש שבט האבן זיי געהאט דארט עטליכע בילדער פון א מעמד הנחת אבן הפנה אין ירושלים עיה"ק בשנת תש"י, בהשתתפות שרי התורה ובראשם הגה"צ רבי זעליג ראובן בענגיס זצ"ל גאב"ד ירושלים, האב איך באמערקט דארט א טעות ביים אידענטיפיצירן איינע פון די משתתפים, אני הצעיר כדרכי האב איך געשיקט א תמימות'דיגע אימעיל צו די מערכת און זיי אויפמערקזאם געמאכט אויפן טעות.
צו מיין איבעראשונג, אנדערש ווי ביי אנדערע "באצאלטע" אויסגאבעס, וואו מיינע ווערטער זענען געפאלן כמ"פ אויף טויבע אויערן, האט דער מערכת די חודש איבערגעשטעלט דעם בילד מיט די אויסגעבעסערטע אינפארמאציע, ממנו ילמדו וכן יעשו.

(יעצט ווייסט איר פארוואס איך האב געעפנט דעם אשכול?....)

בייגעלייגט איז דער בקודש חזיתיך פון חודש אדר א' - און דער אויסשניט פון די תיקון
צוגעלייגטע
BK.jpg
ht.pdf
(5.2 MiB) דאונלאודעד 146 מאל

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך ינואר 29, 2014 11:24 am

א שיינע תוכנ'פולע אויסגאבע, איך שטוין וויאזוי זיי האלטן שוין אן איבער 4 יאר יעדן חודש.

איך וואלט געזאגט די סיבה דערצו איז אז זיי ווייסן וואס זייער ציל איז, און זיי גייען אויף א קלארן מהלך, דער פראבלעם פון זייער אסאך אויסגאבעס וואס פלאגן זיך אנצוגיין איז אסאך מאל אז זיי ווייסן נישט וואס זייער ציל איז, און טוישן יעדן טאג מהלכים און דאס קען זיך נישט איינקויפן קיין באשטימטע קאסטומערס, ווייל יעדער מענטש האט ליב א צווייטע זאך איינער האט ליב די מעלות און איינער דער שטערן, אבער א אויסגאבע וואס טאנצט ארום יעדן טאג אויף א אנדערע מהלך קען זיך נישט פארזיכערן מיט א באשטימטע באזע פון קונים.

אבער ווי געזאגט איז דאס גענצליך א אנדערע סארט אויסגאבע וואס איר ציל איז פאנדרעיזינג, און צו דעם צוועק באשרייבן זיי אינטערעסאנטע ארטיקלען איבער דאס התייסדות המוסדות בשנים קדמוניות.

אלענפאלס קומט זיך זיי קרעדיט פאר'ן געבן קרעדיט פאר ידידינו הרב מיללער מסקרענטאן פא.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מיטוואך ינואר 29, 2014 1:01 pm

פישל האט געשריבן:
אלענפאלס קומט זיך זיי קרעדיט פאר'ן געבן קרעדיט פאר ידידינו הרב מיללער מסקרענטאן פא.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 29, 2014 1:39 pm

האלץ האקער האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:
אלענפאלס קומט זיך זיי קרעדיט פאר'ן געבן קרעדיט פאר ידידינו הרב מיללער מסקרענטאן פא.

און קרעדיט פאר ידידינו הרב מיללער, פארן שיקן די אינפארמאציע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך ינואר 29, 2014 1:46 pm

כ'האב אלץ מסופק געווען צו זיין נאמען איז טאקע י.ד. מיללער, יעצט איז דער אמת ארויפגעשווימען ווי בוימאויל אויף מילך לאקשן, ס'שטייט דאך דארט קלאר אין די אויסגאבע זיין פילן נאמען, אבער נאך אלץ איז ליבי נקפו אויב ער געפינט זיך אין סקרענטאן, דאס שטייט נישט דארט.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 29, 2014 1:48 pm

געוואלדיג!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך ינואר 29, 2014 2:21 pm

איזאק האט געשריבן:כ'האב אלץ מסופק געווען צו זיין נאמען איז טאקע י.ד. מיללער, יעצט איז דער אמת ארויפגעשווימען ווי בוימאויל אויף מילך לאקשן, ס'שטייט דאך דארט קלאר אין די אויסגאבע זיין פילן נאמען, אבער נאך אלץ איז ליבי נקפו אויב ער געפינט זיך אין סקרענטאן, דאס שטייט נישט דארט.

איר רעדט דאך פאר פייער און פאר וואסער.....

איך האב זיי נישט געוואלט אויסזאגן מיין פולע אידענטיטעט משום גילוי, האב איך נישט געשריבן מיין אדרעס וכו', און אוודאי נישט מיין פאסטן.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך ינואר 29, 2014 2:53 pm

מיללער האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:כ'האב אלץ מסופק געווען צו זיין נאמען איז טאקע י.ד. מיללער, יעצט איז דער אמת ארויפגעשווימען ווי בוימאויל אויף מילך לאקשן, ס'שטייט דאך דארט קלאר אין די אויסגאבע זיין פילן נאמען, אבער נאך אלץ איז ליבי נקפו אויב ער געפינט זיך אין סקרענטאן, דאס שטייט נישט דארט.

איר רעדט דאך פאר פייער און פאר וואסער.....

נא... אדר איז דאך שוין אט אט דא.

בד"וו, פון ווי האט איר טאקע פארשאפט די ריכטיגע פיקטשער צו שיקן ?
געוואלדיגע ארבייט !!!

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך ינואר 29, 2014 3:36 pm

מיללער, זייער שיין, כ'האב הנאה אז מ'דערהערט דיך איבעראל !!

וויזוי די אשכול האט אויפגעוועקט איזאק פארשטיי איך נישט.

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » מיטוואך ינואר 29, 2014 8:43 pm

ווי קען מען באקומען, קויפן, דאון-לאודן די אויסגאבע?

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 7:18 am

א נייע מעשה האט געשריבן:ווי קען מען באקומען, קויפן, דאון-לאודן די אויסגאבע?


מיללער האט געשריבן: און דאס ווערט געשיקט אויף די פאסט פאר די תומכים, אזוי אויך זענען דא אזעלכע וואס ערהאלטן דאס עלעקטראניש אדער טוען דאס אראפלאודען פונעם "בחצרות סאטמאר" אימעיל ווען זיי שטעלן עס ארויף.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 11:33 am

אויף לדעת ליגט עס ווען ס'קומט ארויס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 11:50 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:אויף לדעת ליגט עס ווען ס'קומט ארויס.

געזוכט און נישט געפונען.

איז איינער דא וואס קען עס ארויף לייגן?

בתודה מראש.

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:05 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:אויף לדעת ליגט עס ווען ס'קומט ארויס.

געזוכט און נישט געפונען.

איז איינער דא וואס קען עס ארויף לייגן?

בתודה מראש.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:11 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:אויף לדעת ליגט עס ווען ס'קומט ארויס.

געזוכט און נישט געפונען.

איז איינער דא וואס קען עס ארויף לייגן?

בתודה מראש.


איך הא בעס ארויפגעלייגט אין מיין ערשטע תגובה, טוה א קוק

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » דאנארשטאג ינואר 30, 2014 12:15 pm

ישר כח, יעצט געמערקט אז איר האט ארויף געלייגט 2 באזונדערע זאכן.

קוקט אויס אויפן ערשטן בליק אז דער לינק צו דאון-לאודן איז דער בילד וואס איר האט געלייגט העכער דעם.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » זונטאג מאי 04, 2014 3:14 pm

אין דעם גליון פון חודש אייר, לייגן זיי איבער דעם בילד מיט פרישע הגהות, וואס זיי האבן ערהאלטן פון בני משפחה פון די וואס פיגורירן אויפן בילד.

נישט געוויסט אז דער גליון איז אזוי פאפולער.
צוגעלייגטע
Yetev Lev 54 AG 13.jpg
Yetev Lev 54 AG 13.jpg (28.63 KiB) געזעהן 3676 מאל
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 3:38 pm

חודש אלול גליון מוגדל לכבוד היומדה"ל
צוגעלייגטע
YLBakoideshElul5774-LR.pdf
(3.61 MiB) דאונלאודעד 131 מאל

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 3:47 pm

מיללער האט געשריבן:חודש אלול גליון מוגדל לכבוד היומדה"ל


איך זעה זיי האבן אנגעהויבן א נייעם קאלום פון "אינטערוויוס" מיט זקני החסידים, דאס דארף צו זיין גאר א אינטערסאנטע ארטיקל. דעם חודש ערשיינט דער ערשטער חלק פון א אינטערוויו מיט הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש הי"ו פון קרית יואל, ער דערציילט גאנץ שיינע זאכן דארט. דאס מערסטע איז מיר געווען אינטערסאנט צו טרעפן ר' מרדכי אויף צוויי באקאנטע בילדער פון רבי'ן זי"ע אין ירושלים. איך קען שוין די בילדער פון קינדווייז אן, כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט ווער עס זענען די אנוועזנדע אויפ'ן בילד, זיי אידענטיפיצירן דארט נאך אנדערע אויפ'ן בילד
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 4:07 pm

דער בילד פון ר' מרדכי אלץ בחור באגלייטנדיג דעם רבי'ן
צוגעלייגטע
YLBakoideshElul5774-LR.jpg
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 4:19 pm

מיט ר' מרדכי איז דאך א מחייה צו שמועסן, כ'האב אמאל פארברענגט מיט אים אפאר שעה אין די קאר, ער האט דערציילט פון ר' מאטיל סלונימער און פון בעלזא רב מיט טרערן אין די אויגן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:54 pm

אויף דעם בילד פון זייט 7 אינעם גליון (וואס פישל האט דא ארויף געשטעלט נומער 4) , און אזוי אויך דער בילד פון זייט 15, דערקענט מען ר' מאיר ליפשיץ פון ב"פ, מען זעהט אים אויף מערערע בילדער פון די נסיעה בשנת תשט"ו.

האב איך געזעהן א מודעה, אז אין ביהמ"ד תפארת נפתלי (שארמאש) אין קרית יואל קומט היינט פאר א מסיבה לטובת מוסדות תורה ויראה ירושלים\בית שמש, און ר' מאיר גייט אויף טרעטן ענינים משייכות רביה"ק זי"ע למוסדות תורה ויראה.

איז מיר אינטערסאנט צו וויסן ווער דער ר' מאיר ליפשיץ איז, ווי דרייט ער זיך, צו וועלכע חסידות באלאנגט ער, איך האב נאך נישט געהערט זיין נאמען ביז היינט.

M Lipshitz.jpg
תכלית הידוע שלא נדע

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:11 am

ווייסעך וואס האט געשריבן:איז מיר אינטערסאנט צו וויסן ווער דער ר' מאיר ליפשיץ איז, ווי דרייט ער זיך, צו וועלכע חסידות באלאנגט ער, איך האב נאך נישט געהערט זיין נאמען ביז היינט.

ר' מאיר ליפשיץ איז א פוילישער אפשטאמיגער, און ער איז געקומען אויף אמעירקא פון תל אביב.
ער איז געווען זייער חביב ביים סאטמארער רב.
ער וואוינט אין בארא פארק, און וויפל איך ווייס ער דאווענט אין תורה ותפילה שול, וואס איז א מין פליגל פון נטורי קרתא - בני יואל.
איך קען א טייל פון די קינדער פון ר' מאיר'ן, זיי זענען נישט ממש סאטמארע חסידים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 9:38 am

פישל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:חודש אלול גליון מוגדל לכבוד היומדה"ל


איך זעה זיי האבן אנגעהויבן א נייעם קאלום פון "אינטערוויוס" מיט זקני החסידים, דאס דארף צו זיין גאר א אינטערסאנטע ארטיקל.

דעם חודש די ערשטע פון א סעריע פון גאר א געולונגענער שמועס מיט הרב הג' דבריו נשמעים ר' יוסל חיים גר"וו זז"ג תלמיד מוסדות ייט"ל בבני ברק, מלא תורה ויר"ש יעדעס ווארט איז זיך צו באלעקן, הלואי ווען מ'קאן קריגן ערגעץ די אודיאו פון דעם שמועס.

דערציילט בין הדברים פון עטליכע שמשים וואס זענען געווועזן ערליכע אידן עובדי השם ,זיי האבן געטאן מלאכתם באמונה מיט א פשטות ותמימות, אויך ווען באמת זענען זיי געוועזן ראוי פאר שענערס און חשוב'ערס, דאכט זיך מיר אז מיר האבן געקאנט אזא גאטונג בוכהאלטער.. זאל ער זיין געזונט און שטארק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » פרייטאג נובעמבער 07, 2014 9:50 am

איבסל הסבר אין די היסטאריע איבער דאס חשיבות פון די 2 סאטמארע ישיבות גדולות אין ארץ ישראל:
אין יענע צייט, ד.ה. אין די כ' יארן ביז לד - איז די סאטמארע ישיבה אין בני ברק געפירט געווארן דורך דעם ריסקווער רב זצ"ל וועלכער איז נפטר געוארן ער"פ ל"ה, און אין ירושלים איז דאס געפירט געווארן דורך הגה"צ רבי משה ארי' פריינד, דער שפעטערדיגער ירושלים רב זצ"ל.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רעסטאראנט און 7 געסט