די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 6:57 am

דעי חודש אלול אויסגאבע שטארקע ארטיקל, חיזוק פאר עלטערן פון אפגעפארענע קינדער. אינטרעסאנט די וועג ווי אזוי ׳ערכים׳ איז געגערינדעט געווארן.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:21 pm

נכד האט געשריבן:אמת זיי זענען טאקע מגיה אלע ארטיקלן לויט זייער געשמאק, אויך ווען אן ארטיקל קומט אן צו זיי וועלן זיי דאס צעשניידן און צעהאקן עס זאל זיין לויט זייער גאנג.

#קיין פראבלעם, נאר א פאקט.


אוודאי אזוי, און נישט אז עס איז "קיין פראבלעם", נאר אזוי דארף זיין. שרייבערס און שרייבערינס שיקן פארשידנס און די רעדאקטארשע דארף אלעס איבערגיין צו זיכער מאכן אז זייער תוכן איז "מעלות'דיג", אזוי אויך זייער שפראך און גראמאטיק.

האב איך למשל באמערקט אין יעצטיגן חודש אן ארטיקל וואס אין דעם קעפל שטייט וועגן א פאסטרעגער, אבער אינעווייניג אין ארטיקל שטייט פאסטטרעגער (צוויי מאל ט'). נו, וועלכע האלט די מעלות פאר ריכטיג? מעגליך אז אין דעם ארטיקל איז געבליבן ווי דער אריגינעלער שרייבער האט געשריבן, אבער אין דעם גרויסן קעפל - וואו עס ווערט נאטורליך צוגעלייגט מער קאפ - האט זי געטוישט צו דעם מער אפיציעלן אויסלייג. ענליך, שרייבט מעלות אויערינגל, נישט אויעררינגל, אויב דענק איך גוט. ביידע אין שפאן פון די אפיציעלע ווערטערביכער, ווי איידער די היינטיגע חסידישע געשרייבעכץ.

האסטו נאך א סיבה פארוואס עס איז וויכטיג מען זאל איבערגיין יעדעס ווארט, ווייל אויסער פארהיטן פון אן אומריכטיגן אויסלייג, דארף מען זיכער מאכן אלעס לויפט אויפ'ן זעלבן שניט און מיט'ן זעלבן אויסלייג. (פארהאן אייניגע ווערטער וואס מ'קען דערווייל טרעפן דארט געשריבן אמאל אזוי און אמאל אזוי, ווי דערמאנט לעצטנס דעם ביישפיל פון פלוצלונג/פלוצלינג. אבער דאס זענען אויסנאמען.)

אגב, די צוויי ארטיקלען פון "בטל רצונך" זענען אויסערגעווענליך. מיר דארפן זיין דאנקבאר אז עס איז דא איינע וואס קען שרייבן פון אזעלכע וויכטיגע טעמעס, און ווייסט גענוי וואס און וויאזוי זיי צו שרייבן.
לעצט פאראכטן דורך מגיה אום זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:24 pm

פארוואס זאל מען נישט שרייבן דעם צווייטן ט׳ און ר׳?
וואו איז דָוִי?

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:45 pm

אזוי ווי ביי אנדערע כללים, דארפן מיר לאזן פאר לינגוויסטן צו פארשטיין דעם 'פארוואס', אבער דאס איז אפט דער אפיציעלער כלל ביי אזעלכע סארט ווערטער. אן אנדערע ביישפיל איז שטארקייט, מיט איין ק', נישט שטארקקייט (כאטש רוב ביי אונז שרייבן געווענליך יא אזוי. נישט צוליב א סיבה, פארשטייט זיך, נאר סתם חסרון ידיעה).
לעצט פאראכטן דורך מגיה אום זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 3:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 3:13 pm

קען זיין ס'האט א אנדערע הסבר, אבער מיך וואלט שרעקליך נערוועז געמאכט ווען מ'שרייבט ווען צוויי ק, צוויי ט' וכ'.

ביי לשון הקודש וועט אויך קיינמאל נישט שטיין צוויי.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 31, 2017 5:54 pm

די מעלות שבט האט אויך אויסגעניצט די מעשה אין בארא פארק סעמעטוכע איבער רופן הצלה
viewtopic.php?f=91&t=32191
אין עס געניצט אויפצוקלערן איבער סמארט פאוןס

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 31, 2017 5:55 pm

ניס קראכער האט געשריבן:די מעלות שבט האט אויך אויסגעניצט די מעשה אין בארא פארק סעמעטוכע איבער רופן הצלה
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=91&t=32191
אין עס געניצט אויפצוקלערן איבער סמארט פאוןס


:shock: :shock: :shock:

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג ינואר 31, 2017 9:48 pm

זייער שארף געגאנגען

(א. כץ אליין, שוין געבענקט צו אירע ארטיקלען)
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג פאברואר 27, 2017 1:49 pm

מגיה האט געשריבן:אזוי ווי ביי אנדערע כללים, דארפן מיר לאזן פאר לינגוויסטן צו פארשטיין דעם 'פארוואס', אבער דאס איז אפט דער אפיציעלער כלל ביי אזעלכע סארט ווערטער. אן אנדערע ביישפיל איז שטארקייט, מיט איין ק', נישט שטארקקייט (כאטש רוב ביי אונז שרייבן געווענליך יא אזוי. נישט צוליב א סיבה, פארשטייט זיך, נאר סתם חסרון ידיעה).

ריכטיג איז: "שטארקהייט", איי "מעלות" שרייבט נישט אזוי, ווילסט באמת אן אנטווארט?

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מיטוואך מארטש 01, 2017 1:25 pm

האט מעלות אויפגעגעבן זייער מגיה? אדער אפשר געטוישט מגיה? אין די מעלות פון אדר האב איך געטראפן עטליכע טעותים.
חוץ פון דעם וואס די פורים אפטיילונג איז אויסגעמישט מיט די געווענליכע אפטיילונג אזוי אז דו קענסט נישט וויסן אויב עס דרוקט טאקע פאר איינעם אדער ס'נאר א וויץ.

אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

תגובהדורך אוי אוי אוי » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 8:23 pm

דא דארף מען קיין ווערטער נישט צולייגן , די ווארט מעלות רעד פין זיך אליינס!!

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 8:47 pm

פארוואס נישט האט געשריבן:האט מעלות אויפגעגעבן זייער מגיה? אדער אפשר געטוישט מגיה? אין די מעלות פון אדר האב איך געטראפן עטליכע טעותים.
חוץ פון דעם וואס די פורים אפטיילונג איז אויסגעמישט מיט די געווענליכע אפטיילונג אזוי אז דו קענסט נישט וויסן אויב עס דרוקט טאקע פאר איינעם אדער ס'נאר א וויץ.

מעלות די חודש האט מיר נערווירט, נארמאל ליין איך עס, די חודש מיין איך איז דא ווייניגער געהעריגע ליין מאטריאל רוב איז פון פורים, און סאום האו בין איך נישט אין די מאוד פון די אלע קארני דזשאוקס, איך האב עס אין דער בלאט א גאנץ יאר, און פאר א סיבה קויף איך עס נישט, מ'מעג לייגן לכבוד אדר, אבער נישט אז ס'איז אויסגעמישט און ס'איז צלתו מרובה מחמתו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

תגובהדורך אוי אוי אוי » זונטאג אפריל 02, 2017 11:40 am

מעלות איז שוין ערשינען מיט זייער ״מעשיות פאר יונגלעך״ אויסגאבע עס איז א ליקוט פין זייער שטיין העכער אפטיילונג ,
פרייז איז $10

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך אפריל 05, 2017 2:48 pm

מי יודע האט געשריבן:
פארוואס נישט האט געשריבן:האט מעלות אויפגעגעבן זייער מגיה? אדער אפשר געטוישט מגיה? אין די מעלות פון אדר האב איך געטראפן עטליכע טעותים.
חוץ פון דעם וואס די פורים אפטיילונג איז אויסגעמישט מיט די געווענליכע אפטיילונג אזוי אז דו קענסט נישט וויסן אויב עס דרוקט טאקע פאר איינעם אדער ס'נאר א וויץ.

מעלות די חודש האט מיר נערווירט, נארמאל ליין איך עס, די חודש מיין איך איז דא ווייניגער געהעריגע ליין מאטריאל רוב איז פון פורים, און סאום האו בין איך נישט אין די מאוד פון די אלע קארני דזשאוקס, איך האב עס אין דער בלאט א גאנץ יאר, און פאר א סיבה קויף איך עס נישט, מ'מעג לייגן לכבוד אדר, אבער נישט אז ס'איז אויסגעמישט און ס'איז צלתו מרובה מחמתו


זיי לעבן אין זייער אייגענעם וועלטל...
דאס רוב ווערט געשריבן דורך די עזרת נשים.

אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

תגובהדורך אוי אוי אוי » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 6:56 pm

שוין דא פין חודש אייר אין די געשעפטן? וועגן נעכטן איז עס נאכנישט געווען

אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

תגובהדורך אוי אוי אוי » מאנטאג מאי 01, 2017 12:28 pm

נכד האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
פארוואס נישט האט געשריבן:האט מעלות אויפגעגעבן זייער מגיה? אדער אפשר געטוישט מגיה? אין די מעלות פון אדר האב איך געטראפן עטליכע טעותים.
חוץ פון דעם וואס די פורים אפטיילונג איז אויסגעמישט מיט די געווענליכע אפטיילונג אזוי אז דו קענסט נישט וויסן אויב עס דרוקט טאקע פאר איינעם אדער ס'נאר א וויץ.

מעלות די חודש האט מיר נערווירט, נארמאל ליין איך עס, די חודש מיין איך איז דא ווייניגער געהעריגע ליין מאטריאל רוב איז פון פורים, און סאום האו בין איך נישט אין די מאוד פון די אלע קארני דזשאוקס, איך האב עס אין דער בלאט א גאנץ יאר, און פאר א סיבה קויף איך עס נישט, מ'מעג לייגן לכבוד אדר, אבער נישט אז ס'איז אויסגעמישט און ס'איז צלתו מרובה מחמתו


זיי לעבן אין זייער אייגענעם וועלטל...
דאס רוב ווערט געשריבן דורך די עזרת נשים.


זיי לעבן שוין גארנישט אין קיין אייגענע וועלטל....
זיי גייען נאך די שטערקסטע אין יודיש ליין מאטריאל פאר ערוואקסענע!
אסאך שטערקער פין די אלע היינטיגע אויסגאבעס וואס פארקויפן נישט גארנישט!

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג מאי 28, 2017 9:36 am

פון א בריוו אין די חודש (סיון) מעלות:
״מען זאגט אז איינע פון די סיבות פון חורבן אייראפע איז געווען עס זאלן געשען אסאך שידוכים, שידוכים וואס וואלטן קיינמאל נישט געווארן זענען צושטאנד געקומען ווייל מען האט זיך געפריידט צו טרעפן א ערליכן איד. וויפיל ליטווישע האבן חתונה געהאט מיט חסידיש׳ע,פולישע מיט אונגארישע אד״ג, און מיט מסירות נפש אויפגעשטעלט אידישע שטיבער אן דער מחשבה צו ס׳איז פאסיג אדער נישט?״
האט נאך איינער אמאל געהערט דעם אויבן דערמאנטן סיבה פארן חורבן אייראפע?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג מאי 28, 2017 12:18 pm

זאג, ווער פונקטליך ווייסט די סיבה?

דאס איז געווען איינע פון די פילצאליגע אפעקטס
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג מאי 28, 2017 1:15 pm

א לייענער/ן האט געשריבן, אן ענין, א מעססעדזש, וואס די מימרא איז אגב גררא אריין, טא וואס איז דער פילפול ארום דעם? יא, ניין..

והאמת, דער גרויסער באשעפער האט געפירט וואס ער האט געפירט. פארוואס ער האט געפירט האבן טייל גדולי ישראל געזאגט, א טייל, פארדעם און נאכדעם.
א טייל איז פארהוילן פון אונז עד היום (חלילה נישט פארהוילן, אז צדיק וישר הוא).

ברור כשמש, נישט בלויז דאס וואס ער יתב' האט געפירט איז געוועהן אויסגערעכנט און מיט א חשבוון בהשגחה על כל איש ואיש, פרט ופרט. נאר אלע נאכווייען עד היום און אלע (אומדירעקטע) פארדינסטן, איז נישט "זייט-ווירקונגען" אדער "געפונען אויפן וועג" נאכן מורא'דיגן חורבן, חלילה! אלעס אלעס, אבער אלעס, איז געוועהן במחשבה תחילה!


וועגן די מימרא, האט זיך ווארשיינליך דער לייענער/ן טועה געוועהן מיט די גזירות ת"ח ת"ט, וואס מ'זאגט נאך מעין אזא מימרא פון בעש"ט הק' (?)
דער ווארט איז לכאורה דער זעלבער מה שאמרנו.
לעצט פאראכטן דורך בעאבאכטער אום זונטאג מאי 28, 2017 1:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג מאי 28, 2017 1:15 pm

״אפעקט״ איז אפשר די ריכטיגע ווארט, נישט ״סיבה״ ווי יענער האט געשריבן.
לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום זונטאג מאי 28, 2017 1:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג מאי 28, 2017 1:17 pm

ביים גרויסן באשעפער איז נישט דא דאס מין זאך "עפעקט", חלילה לומר כן!!!

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » זונטאג מאי 28, 2017 1:21 pm

בעאבאכטער, לייק פאר דיין תגובה!
זוכט איר דוי?

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 1:47 pm

אין מעלות דע חודש אב, איז דא א מעשה ביי מזונותיו של אדם,
א אינגערמאן האט געהאלטן אינמיטן דאווענען ווען ער האט געזעהן איינער האט א סמארטפאון, ער איז אים געגאנגען מעורר זיין..
און ער איז צוריקגעגאנגען לערנען מיט זיין חברותא

לכאורה האט מען געוואלט טוישן געוויסע פרטים פון די מעשה, און אויף איין פלאץ נישט געטוישט..
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 10:36 am

מעלות חשון ע''ח

די צוואה פון דעם בעל תשובה צימערמאן איז עפעס מורא'דיגע ממש א לעבעדיגע מוסר השכל.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג נובעמבער 03, 2017 2:12 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:מעלות חשון ע''ח

די צוואה פון דעם בעל תשובה צימערמאן איז עפעס מורא'דיגע ממש א לעבעדיגע מוסר השכל.

היינט איז די יארצייט.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בריוועלע און 16 געסט