די אידישע אויסגאבע "מעלות" און זייערע חידושים אין שפראך

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 6:23 pm

סינכראניזירן!
צוגעלייגטע
1026142342.jpg
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 6:25 pm

synchronize ?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 6:47 pm

זאל ער קומען האט געשריבן: יעדע שפראך האט - נישט מצד די שפראך נאר דוקא מצד דער קולטור פונעם שרייבער וואס נוצט די שפראך - זייער אסאך אויסדרוקן וואס קען נישט איבערגעזעצט ווערן. אסאך מאל הערט זיך נישט ריכטיג, און אין אסאך פעלער ברענגט עס ממש ארויס א געלעכטער (ווען מ'כאפט וואס די קאמישע ווערטער מיינען). אבער ביים שרייבן קודם נאר די פונקטן פאלן ארויס די ספעציפישע אויסדרוקן, און נאכדעם ביים איבערשרייבן פריש, לייגט מען אריין די אייגענע קולטורישע אויסדרוקן, און ס'קען זיין א דבר השלם.


הרמב"ם באגרת לר' שמואל אבן תבון: 'אזכיר לך כלל אחד, והוא: שכל מי שירצה להעתיק מלשון אל לשון ויכוון לתרגם המלה האחת במלה אחת וישמור גם כן סדר המאמר וסדר הדברים, יטרח מאד, ותבוא העתקתו מסופקת ומשובשת ביותר. ואין ראוי לעשות כן. אבל צריך למעתיק מלשון אל לשון, שיבין הענין תחילה, ואחר כך יספר ויפרש במה שיובן ממנו הענין ההווה בלשון ההיא ויבאר היטב; ואי אפשר לו מבלתי שיקדים ויאחר ויספר מלה אחת במלות רבות, או מלות רבות במלה אחת, ויחסר תיבות ויוסף תיבות, עד שיסודר הענין ויבואר יפה, ויובן הלשון לפי הלשון ההיא, אשר יעתיק אליה'
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 1:01 pm

איינער דא האט שוין אמאל באשטעלט אלטע מעלות אויפ'ן פאסט וואס זאל קענען אראפשרייבן ווי אזוי דאס דארף ווערן געטון ?

זיי שרייבן וויזוי צו באשטעלן אבער איך בין נייגעריג צו איינער האט דאס שוין פראקטיצירט, ווי לאנג ס'נעמט אד"ג.

א דאנק.

איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

תגובהדורך איך לאך » מאנטאג ינואר 18, 2016 4:26 pm

איך זוך אלטע מעלות, ווער עס האט און וויל עס פארקויפן/געבן, אדער ווייסט וואו איך קען עס באקומען ביטע לאזן וויסן

א דאנק

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג ינואר 18, 2016 4:32 pm

קרעפטיג האט געשריבן:איינער דא האט שוין אמאל באשטעלט אלטע מעלות אויפ'ן פאסט וואס זאל קענען אראפשרייבן ווי אזוי דאס דארף ווערן געטון ?

זיי שרייבן וויזוי צו באשטעלן אבער איך בין נייגעריג צו איינער האט דאס שוין פראקטיצירט, ווי לאנג ס'נעמט אד"ג.

א דאנק.

איך האב זיי אריינגעשיקט א טשעק פאר די גאנצע ערשטע יאר. זיי האבן מיר געשיקט פאר א יאר מיט א האלב (בערך). ווייל אין יענע יארן האט געקאסט די מעלות ביליגער.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

תגובהדורך איך לאך » מאנטאג ינואר 18, 2016 4:37 pm

בן נון האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:איינער דא האט שוין אמאל באשטעלט אלטע מעלות אויפ'ן פאסט וואס זאל קענען אראפשרייבן ווי אזוי דאס דארף ווערן געטון ?

זיי שרייבן וויזוי צו באשטעלן אבער איך בין נייגעריג צו איינער האט דאס שוין פראקטיצירט, ווי לאנג ס'נעמט אד"ג.

א דאנק.

איך האב זיי אריינגעשיקט א טשעק פאר די גאנצע ערשטע יאר. זיי האבן מיר געשיקט פאר א יאר מיט א האלב (בערך). ווייל אין יענע יארן האט געקאסט די מעלות ביליגער.

סאו זיי בעטן פולע פרייז וויפיל ס'האט דעמאלט געקאסט?

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מאנטאג ינואר 18, 2016 7:35 pm

איך לאך האט געשריבן:סאו זיי בעטן פולע פרייז וויפיל ס'האט דעמאלט געקאסט?


זיי שרייבען אז זיי בעטען מער, ״7$״ פאר אלטע!

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 8:40 am

געווענטליך אין א עיבור יאר קומט ארויס א "חזק" ביילאגע פון די מעלות פאר אדר א', די חודש איז ארויסגעקומען די געהעריגע מעלות און זיי שרייבן אז זיי האבן נישט געקענט אנקומען צו ארויסגעבן די חזק,
זיי שרייבן אז קומענדיגע חודש אדר ב' וועלן זיי ארויסקומען מיט א קינדער ביילאגע פאר פורים
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
ר' יעקל
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 28, 2015 11:17 am

תגובהדורך ר' יעקל » דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 10:33 pm

ווער עס נעמט עס צום הארצען..
זיי שרייבען אויך אז זיי האפן נאך יא ארויסצוקומען מיטן חזק דאס יאר, און מעגליך נאך אויף אדר ב'.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אפריל 17, 2016 4:51 pm

די מעלות דארף עמערדזשענסי א נייע דיזיינער פאר די לעיאוט.

די טעקסט, פאנטס, קעפלעך, די קאנטראסט פון די שווארץ/ווייס, איז ממש נישט צום ליינען, פארבלענדט די אויגן און שאפט א קאפוויי, עס איז זייער זייער נישט פראפעשאנעל.

דאס ביסל תוכן וואס איך טרעף נאך דארט אמאל ווערט פארהארגעט מיט די אויסשטעל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג אפריל 17, 2016 4:54 pm

גארנישט אזוי ביסל תוכן... אייביג קען מען ווערן בעסער אבער אזא אינהאלטסרייכע אויסגאבע מיין איך איז נישט דא אויפן היימישען מארקעט. נישט אומזינסט גייט דאס מער ווי אלע אנדערע אויסגאבעס
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אפריל 17, 2016 5:12 pm

לעצטנס זענען זיי עפעס פוחת והולך, בפרט די אדווערטייזמענט בלעטער בתחילה ובסוף ווערט אלע דיקער און דיקער און דער אינהאלט דינער און דינער....

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג אפריל 17, 2016 5:32 pm

אויך באמערקט. זיי מעגן ווען צוריקנעמען די אלטע שרייבערס א כ"ץ, ח שווארץ און נאך.

יוזשעף איז גראדע נישט צו אוועקמאכן.

אויך האב איך הנאה פון י הלויס ארטיקל יעדע חודש.

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » זונטאג אפריל 17, 2016 5:59 pm

בן נון האט געשריבן:
אויך האב איך הנאה פון י הלויס ארטיקל יעדע חודש.

י. הלוי איז א פארגאנגעהייט חבל! נאכנישט דא קיין געהעריגע ממלא מקום ניטאמאל צום טאטען ב. הלוי קומען זיי צו. חבל חבל

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » זונטאג אפריל 17, 2016 7:04 pm

איך מיין דער פראבלעם איז נישט זיי זענען געווארן שוואכער, ווי אז נאכ'ן ליינען דעם מעלות חודש איין חודש אויס, יאר איין יאר אויס, קען זיך אפשר אנהייבן שפירן א שטיקל לאנגווייליגקייט, מען טרעפט נישט קיין ספעציעלע "חידושים", אבער לכאורה איז מעלות דוקא נישט די סארט מאגאזין וואס איז דא צו מאכן רוישיג, קאלירפול (קוים דעם דעקל...) און שרייען. עס איז פשוט אז יעדעס ווארט איז שיין, קלאר, צום זאך, שכל'דיג, געפילטערט, און "מען שמועסט געמיטליך" פון דאס און פון יענס. עס איז קיינמאל נישט געווען געמאכט צו ווירבלען מיט חידושים, נאר ענדערש א הערליכע פראפעסיאנאלע ליקוט וואו יעדער קען זיך טרעפן זיינע ווינקלעך פון וועלכן ער געניסט. און פאקט איז, שווערע טויזנטער מענטשן האבן הנאה דערפון, יונג און אלט, מענער און פרויען, קליין און גרויס, און אין דעם הינזיכט - די ברייטקייט פון זייער ליינער קרייז - איז זי לכאורה איבערגעשטיגן יעדע אנדערע אויסגאבע.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אפריל 17, 2016 7:23 pm

עס איז ביטער שווער צי 'בלייבן' סטענדערד, אעפ"כ האט די מעלות אנגעצויגן די לענגסטע (ווען זיי עפענען ווען זיך פינף יאר צוריק וואלטן זיי שוין היינט נישט געשטאנען, באט...), עס איז נאך דא שטאף אבער ווייניג.

אבער די לעיאוט איז נאך ערגער ווי קינדליין פארן זיך פארבעסערן...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 17, 2016 7:28 pm

אלעס אמת אבער מעלות איז קלאר שוואכער געווארן לעצטנס אין קוואליטעט, אנדערע שרייבער און ווייניגער אינהאלט.
אגב, דעם חודש ניסן איז צום ערשטן מאל נישט געווען די לאנגע קינדער מעשה.

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » זונטאג אפריל 17, 2016 7:37 pm

מגיה האט געשריבן:איך מיין דער פראבלעם איז נישט זיי זענען געווארן שוואכער, ווי אז נאכ'ן ליינען דעם מעלות חודש איין חודש אויס, יאר איין יאר אויס, קען זיך אפשר אנהייבן שפירן א שטיקל לאנגווייליגקייט, מען טרעפט נישט קיין ספעציעלע "חידושים", אבער לכאורה איז מעלות דוקא נישט די סארט מאגאזין וואס איז דא צו מאכן רוישיג, קאלירפול (קוים דעם דעקל...) און שרייען. עס איז פשוט אז יעדעס ווארט איז שיין, קלאר, צום זאך, שכל'דיג, געפילטערט, און "מען שמועסט געמיטליך" פון דאס און פון יענס. עס איז קיינמאל נישט געווען געמאכט צו ווירבלען מיט חידושים, נאר ענדערש א הערליכע פראפעסיאנאלע ליקוט וואו יעדער קען זיך טרעפן זיינע ווינקלעך פון וועלכן ער געניסט. און פאקט איז, שווערע טויזנטער מענטשן האבן הנאה דערפון, יונג און אלט, מענער און פרויען, קליין און גרויס, און אין דעם הינזיכט - די ברייטקייט פון זייער ליינער קרייז - איז זי לכאורה איבערגעשטיגן יעדע אנדערע אויסגאבע.

לדוגמא י. הלוי געווען א באמבאסטישע חידוש פון בלויז עטליכע יאר צוריק.
אזוי אויך ב. צ. הירש איז געווען א געוואלדיגע חידוש.
עס איז קלאר אז זיי זענען שוואך געווארן, אפילו די חזק האבן זיי פארלוירן דאס חשק ארויסצוגיבן ( פארשטייט זיך אז זיי פארווישען עס מיט פוילע תירוץ... )

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 17, 2016 7:44 pm

גראדע פלעג איך זיך וואונדערן וויאזוי ב. צ.הירש קען אזוי לאנג אנגיין און נישט אויסלויפן פון נושאים.
טענות קעמען נישט האבן סאיז בלויז א שאד.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג אפריל 17, 2016 8:24 pm

די קינדער אפטיילונג איז אויך שוואכער געווארן.

און פאר די וואס זאגן אז איך בין סתם געווארן צוגעוואוינט, ווען איך נעם ארויס א אלטע מעלות באלעק איך זיך די פינגער.

מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:24 pm

תגובהדורך מייקל סעוועדזש » זונטאג אפריל 17, 2016 8:59 pm

יהיה כן האט געשריבן:לעצטנס זענען זיי עפעס פוחת והולך, בפרט די אדווערטייזמענט בלעטער בתחילה ובסוף ווערט אלע דיקער און דיקער און דער אינהאלט דינער און דינער....

איך האב יעצט א בליק געגעבן אין גראסעריי און כ'זע אז זיי האבן די זעלבע צאל אינהאלט בלעטער ווי אלעמאל, גענוי 62 זייטן, אזויפיל content זייטן האבן זיי אלעמאל
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך מאי 04, 2016 5:32 pm

׳מעלות׳ איז באדויערנד צוריקוועגס פיל מעלות...

די גוטע שרייבער - וואס מ׳פלעגט זיך באסמאקעווען מיט זייער אינהאלט-רייך ארטיקלען - שרייבן נישט מער.
איבערגענומען זייער שרייב-טישל האבן אזוינע וואס זענען היבש ווייט פון זייערע פארגייער, אין אלע אפטיילונגען.

ס׳קומט נאך לעת עתה אריין אינדערהיים. א נישטער, א בליק, א בלעטער, און ווערט תיכף באזייטיגט מיט ענטוישונג.

די ״וואו די מעלות״ פראגע, וואס פלעגט געפרעגט ווערן פון די בני הבית, גדול וקטן לפי ערכם והבנתם, הערט מען שוין נישט כמעט...
לעצט פאראכטן דורך בעאבאכטער אום מיטוואך מאי 04, 2016 5:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך מאי 04, 2016 5:33 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:׳מעלות׳ איז באדויערנד צוריקוועגס פיל מעלות...

די גוטע שרייבער - וואס מ׳פלעגט זיך באסמאקעווען מיט זייער אינהאלט-רייך ארטיקלען - שרייבן נישט מער.
איבערגענומען זייער שרייב-טישל האבן אזוינע וואס זענען היבש ווייט פון זייערע פארגייער, אין אלע אפטיילונגען.

ס׳קומט נאך לעת עתה אריין אינדערהיים. א נישטער, א בליק, א בלעטער, און ווערט תיכף באזייטיגט מיט ענטוישונג.

די ״וואו די מעלות״ פראגע וואס פלעגט צו געפרעגט ווערן פון די בני הבית, גדול וקטן לפי ערכם והבנתם, הערט מען שוין נישט כמעט...

אבי גערעדט. די קוואליטעט איז די זעלבע אויב נישט מער.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מאי 04, 2016 5:37 pm

כ'האב שוין לאאאנג נישט געקויפט קיין מעלות, אבער דעם פסח האב איך מחליט געווען צו קויפן דעם פסח אויסגאבע, און ליידער איז בעאבאכטער אזוי גערעכט.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט