נעמען בילדער/ארטיקלען פון אייוועלט, איז דאס יושר?

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג נובעמבער 13, 2015 3:24 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:HUH? נישט מחייב?????????

אוי ניין.. נישט דאס געמיינט...
געמיינט צו זאגן אז די אינו יהודים רישן זיך אויף קאנסיקווענצן שיבאו אויב נעמען זיי זאכן אן רשות פון א אנדערע פלאץ, אבער ביי אונז איז נישט אזוי.
והמפורסם אין צריך ראי'...
הק' איש ימיני

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » פרייטאג נובעמבער 13, 2015 3:38 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:ווען איינער גיבט ארויס א ביכל און שרייבט אנפאנג כל הזכיות שמורות, מעג מען קאפי'ען דערפון גאנצעטע חלקים אדער בילדער דערפון?
אויב נישט ליינט ביטע די לעצטע שורה דא אויף דעם סייט.

גערעכט גערעכט, איך האב נישט באמערקט אז אז איי וועלט האט טאקע ארויף געלייגט א קאפי רייט.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג נובעמבער 13, 2015 3:47 pm

קיינמאל נישט באמערקט אז מען זאל צושרייבן א קרעדיט אויף די אלע בילדער וואס מען ברענגט דא, צב"ש די אינטערעסאנטע בילדער אשכול וכדומה...


(עההה... עכט האלט איך מיט דיר חילי..)
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מוצ"ש נובעמבער 14, 2015 10:01 pm

באמת מיין הארץ זאגט מיר פונקט ווי לכתחלה, אבער מען ברויך קודם גוט אפלערנען די גדרים פון "זה נהנה וזה לא חסר", וואס מ'איז כופה אויף דעם ווייל ס'איז מדת סדום, און די גמרא זע מיר פארשידנע דוגמאות וואס איז גאר ווייט פון אונזער געדאנקען גאנג, למשל, ווען איינער גייט אריין וואוינען בחצר חבירו שאינה עשויה להשכיר, איז דער דין, איז אז דער בעה"ב קען נישט בעטן קיין געלט דערויף, וויבאלד ס'איז נישט עומדת להשכיר און ער דערלייגט גארנישט, און יענער האט הנאה דערפון, צווינגט מען עם דערויף.
איז ממילא אז איינער לייגט ארויף זאכן ניטש למטרת רווח, און א צוייטער האט הנאה דערפון, מעגליך אז ס'נישט תורה'דיג צו פארלאנגען געלט דערויף אפילו יענער גייט פארדינען דערפון.
#נקודה למחשבה.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2015 10:07 pm

גערעכטער האט געשריבן:@חילי, די חלק פון לייגן קרעדיט איז סאך גרינגער צו אדורכפירן ווי באצאלן געלט, ווייל דאס אז א צייטונג נעמט א בילד און גיבט נישט קיין קרעדיט איז ניכר לעין כל, און ווען מען רייט אויף דעם און מ'פארשעמט זיי דערמיט האט עס א עפעקט, ווידער מיטן באצאלן איך דאס נישט דא.

ועוד, דאס אז עס איז לעגאל איז נישט מחייב קיין איין אידישע צייטונג, ווייל זיי ווייסן איז מסירה איז נישט קיין אפציע פאר די אייוועלט ליינער כמובן.

סא זאגסטו אז זיי נעמען עדווענטעדזש ווייל אידן טארן נישט מסרן.

נא, יעדעס מאל א צייטונג\מאגעזין\גליון אדער סיי וועלכע אויסגאבע וועט ברענגען א בילד אן רשות, וועט מען דא אריינקומען און אריינשרייבן:

"פלוני צייטונג האט די וואך גענומען עדווענטידזש פון אידישקייט אז אידן טארן נישט מסר'ן"!

גלייב מיר עס וועט נישט לאנג נעמען, און זי וועלן פראבירן זיך אויסקומען. כ'טראכט א פלאן אז א אויסגאבע וואס וויל נעמען בילדער, זאל דארפן אריינצאלן א יערליכע מעמבערשיפ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2015 10:09 pm

פלטיאל האט געשריבן:קיינמאל נישט באמערקט אז מען זאל צושרייבן א קרעדיט אויף די אלע בילדער וואס מען ברענגט דא, צב"ש די אינטערעסאנטע בילדער אשכול וכדומה...


(עההה... עכט האלט איך מיט דיר חילי..)

ווער קען נעמען אחריות אויף א יחיד, און עס איז נישט די אחריות פון די בעלי בתים פון די סייט נאכצוגיין יעדע בילד צו עס איז אייגענס. אבער א עמטליכע אויסגאבע האט אן אחריות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2015 10:19 pm

@חילי, גענוי דאס האב איך ארויסגעברענגט אז זיי נעמען עדווענטעדש.

און כ'גלייב אויך אז ביום מן הימים וועט זיך עס איינגעבן און זיי וועלט טראכטן צוויי מאל פאר זיי טוען אזא זאך, אויב וועט מען זיי פארשרייען יעדע מאל, אבער עס וועט ווארשיינדליך נישט גיין אזוי שנעל.

לגבי דיין מעמבערשיפ פלאן, בין איך זייער סקעפטיש אויב אפי' איין צייטונג וועט עס אננעמען, ווייל זיי נעמען נישט אזוי סאך מאטריאל פון דא אז עס זאל זיך זיי לוינען צו אינראולען אין די מעמבערשיפ.

חוץ פון דעם וואס עס וועט זיי נישט פאסן דאס צו טון...
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2015 10:39 pm

קען זיין עס וועט ארבייטן קען זיין נישט. אבער מען דארף פראבירן. גלייב מיר אז צו שרייבן קרעדיט וואלט איך פיל ווינציגער געגלויבט אז זיי גייען טאן, און נאכן פארפירן דא עטליכע מאל האבן זיי נשיט געהאט קיין ברירה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מוצ"ש נובעמבער 14, 2015 10:42 pm

גלאזער האט געשריבן:מאמענט
דערמאנט "אידישע וועלט"
בילד

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2015 11:00 pm

חילי, מ'קען טון סך בעסער. אריין פעיסטן דא שטיקער פון די צייטונגען וואס נעמען פון דא, פארשטייט זיך אז מיר וועלן שרייבן קרעדיט...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2015 11:55 pm

געלעגער האט געשריבן:חילי, מ'קען טון סך בעסער. אריין פעיסטן דא שטיקער פון די צייטונגען וואס נעמען פון דא, פארשטייט זיך אז מיר וועלן שרייבן קרעדיט...

חחחח!! ס'ארא פלאן!! אבער פון וואו באקומט מען די סחורה.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » זונטאג נובעמבער 15, 2015 12:48 am

ווילאנג די הנהלה לייגט נישט ארויס א פארמאלע פארלאנג צו ווערן באצאלט, ווי צו קאנטאקטן אויב איינער וויל ניצן סחורה (פארמעגליכע פרייזען) קען מען קיין טענות נישט האבן.

אז די הנהלה וועט ארויסלייגן די פארלאנג וועט עס ווארשיינליך ווערן א מציאות.

פארשטייטצעך די הנהלה מוז צולייגן א דיסקלעימער צום סייט אז זיי ווערן אטארעזירט צו מאכן געלט פון סחורה וואס די ניקים לייגן דא ארויף.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 12:48 am

הרב לכתחילה,

אחרי קידה וועל איך זיך דאסמאל ערלויבן מחולק צו זיין אויף אייער באהויפטונג, באמת אידישע וועלט איז א 'פארוויילונגס פארום' מענטשן קומען אריין דא צו פארברענגען צווישן אנדערע קאלעגעס, איינער גלייכט קארענט איווענטס און פאליטיק, אן אנדערער זוכט היסטאריע, א דריטער דארף הילף אין ביזנעס, אא"וו

רובא דרובא אקטיווע שרייבערס זענען בגדר נונתנים ונהנים, ער ברענגט ממה שיש לו און קויפט פון וואס אנדערע האבן צוצגעבן, און ווילאנג דער געמיינזאמער אינטערעסע איז דא, מיינט קיינער נישט צו מאכן קיין געלט פון זיין סחורה, ווייל אז יא וואלט ער לכתחילה עס געשריבן פאר עמיצן וואס באצאלט.

יעצט אז א שרייבער פון אן אויסגאבע ארבייט אויף אן ארטיקל איבער ריבניצער רבי (למשל) און ער מאכט אייגענע ריסערטש וכדו' אבער אויף רייכער צו מאכן זיין ארטיקל וויל ער זיך באנוצן מיט בילדער אדער דאקומענטן פון דאנעט, מיין שכל זאגט אז אן אלגעמיינער באשטייערער אויף אייוועלט וועט 99 מאל פון הונדערט גערן מסכים זיין דערצו, אמער ער האט דאך עס פארדעם געשטעלט אז אנדערע אידן זאלן נהנה זיין דערפון, און נישט ווייל ער וויל געלט אדער עפעס אנדערש.

דא רעדט מען בעיקר פון די מענטשליכקייט, דאס ערשטע איז זיך פארבינדן באישית מיטן ניק וועמענס ארבייט מ'וויל נוצן, בעטן רשות און זיך באדאנקען, דאס איז דאך א אידישע מדה פון הכרת הטוב, זיי מכיר יענעם, אנערקען זיין ארבייט און גיב אים די געפיל אז דו פארשטייסט און שעצט זיין באשטייערונג צו סאסייעטי און אז דו ביסט נהנה דערפון.

והשנית, גיב קרעדיט, פארגין פאר 'אידישע וועלט' זייער פארדינטע קרעדיט, דא זענען דא אדמיניסטראטארס, מנהלים, אחראים און סתם גוטע אידן וואס ארבייטן בלי ליאות שלא ע"מ לקבל פראסק, נאר א דאנק זיי שטייט דער פלאץ לשם ולתפארת, נאר א דאנק די אידן האסטו דעם בילד אדער דעם ארטיקל, זיי א מענטש און גיב זיי קרעדיט, זיי זענען מענטשן פון פלייש, בלוט און געפילן און ווען זיי זעהן דעם קרעדיט גיט עס א געפיל אנצוגיין, עס צייגט אז מען איז נהנה, עס ווייזט פרעסטידזש וכו'

די סעלפישקייט פון נעמען און נוצן כאדם העושה בתוך שלו איז מיאוס און נידריג.

דאס איז די מיינונג פון צאמווייניגסטענס איין מאן

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:37 am

בויבעריקער האט געשריבן:ווי לאנג די בעלי בתים פון די סייט אדער די בילדער ארויף לייגער לייגן נישט קיין קאפי רייט אויף די בילד איז נישט קיין שום פראבלעם עפ״י געזעץ צו פובליצירן די בילדער אפילו פאר ביזנעס צוועקן, פונקט ווי מקען נעמען א בילד וואס איינער האט ארויף געלייגט אויף זיין פעיסבוק אדער טוויטער אקאונט. די אלע צייטונגען וואס האבן געשריבן קרעדיט פאר איי וועלט האבן דאס געטון לפנים משורת הדין, זיי זענען בכלל נישט געווען מחיוב עפ״י הלכה אדער געזעץ דאס צו טון. אז איינער וויל דוקא זאל ער ארויף לייגן זיין נאמען אויף די בילד זעלבסט אדער קלאר ארויס שרייבן אז ער לייגט ארויף א קאפי רייט אויף די בילד.


למעשה נאכן ליינען אביסל איבער די געזעצן פון קאפירייט זעה איך אז איך בין לגמרי נישט גערעכט, די געזעץ אין רוב לענדער לויטעט אז ווי נאר איינער שאפט / קאמפאזירט סיי וואס פארא ארטיקל ווי למשל א מוזיקאלישער שטיקל, מעלעריי, באשרייבונג, אדער בילד האט ער אוטאמאטישע קאפירייט רעכטן, עס פעלט אפילו נישט אויס ארויף צו לייגן אדער ארויף צו שרייבן די באקאנטע קאפירייט סימבאל, די סימבאל לייגן מענטשן ארויף אדער ווייל זיי ווייסן נישט פון די געזעץ, אדער פשוט צו לאזן וויסן אז איינער האט קאפירייט רעכטן אויף די ארטיקל.

די געזעץ גייט אן אפילו נאכדעם וואס דער שאפער האט עס פובליצירט סיי ווי, ווי למשל אויף די אינטערנעט אפילו אויף אזעלכע סייטס ווי טוויטער אדער פעיסבוק, אפילו אזוי האט קיינער נישט די רעכט צו קאפירן די בילד אן רשות פונעם שאפער, (אין די פרט האט אפילו די גרויסארטיגע נייעס אגענטור BBC זיך אמאל טועה געווען ווען זיי האבן אמאל פובליצירט בילדער פון טוויטער וואס פריוואטע מעמטשן האבן געכאפט און ארויף געלייגט, ווען א געוויסע זשורלאניסט האט זיי פארגעהאלטן פאר דעים האט א ווארט זאגער זייערער געזאגט אז וויבאלד די בילדער איז פובלוצירט געווארן אין פאבליק סייטס ווי יעדער האט סייווי צוטריט צו דעם איז עס כאילו ווי די בעלי בתים האבן אויפגעגעבן די רעכטן, למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז זיי זענען נישט גערעכט געווען און די געזעץ איז בכלל נישט אזוי).

עכ״פ לויט דעם כאפ איך נישט וואס איז די אויפטו בכלל וואס מען האט דא פארפירט אז צייטונגען און מאגאזינען וואס נעמען בילדער אדער סיי וואס פון דא זאלן צושרייבן קרעדיט פאר אייוועלט דאס העלפט נאך גארנישט מחמת צוויי סיבות 1) ווייל מיטן שרייבן קרעדיט האסטו נאך בכלל נישט קיין רעכט צו קאפירן די בילד אדער ארטיקל, 2) צווייטענס איז אייוועלט בכלל נישט בעה״ב אויף די בילדער אדער ארטיקלען, נאר דער וואס האט עס פאטאגראפירט אדער געשריבן, און אן זיין בפירוש׳ע רשות האט קיינער נישט קיין רעכט דאס צו קאפירן, און קיינער אויסער אים קען נישט שטעלן תנאים ווי אזוי די בילד מעג יא אדער נישט געקאפיט ווערן, א חוץ אז ער האט איבער געגעבן די רעכט פאר א צווייטן.

בפרט די זאך פון בעטן געלט האט נישט קיין שום זין וויבאלד ווי געשמועסט איז אייוועלט בכלל נישט בעה״ב אויף די בילדער און זיי קענען נישט געבן קיין רשות פאר קיינעם דאס צו פובלוצירן און אודאי נישט בעטן קיין געלט פאר דעים.

די איינציגסטע זאך וואס א צייטונג אדער מאגאזין ברויך צו טון צו קענען פובלוצירן א בילד וואס עמיצער האט ארויף געלייגט דא, איז זיך שיינערהייט פארבינדן מיט יענעם אין אישי אדער סיי ווי אזוי און אים פערזענליך בעטן רשות און פארהאנדלען מיט אים.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:05 am

מיללער האט געשריבן:הרב לכתחילה,

אחרי קידה וועל איך זיך דאסמאל ערלויבן מחולק צו זיין אויף אייער באהויפטונג, באמת אידישע וועלט איז א 'פארוויילונגס פארום' מענטשן קומען אריין דא צו פארברענגען צווישן אנדערע קאלעגעס, איינער גלייכט קארענט איווענטס און פאליטיק, אן אנדערער זוכט היסטאריע, א דריטער דארף הילף אין ביזנעס, אא"וו

רובא דרובא אקטיווע שרייבערס זענען בגדר נונתנים ונהנים, ער ברענגט ממה שיש לו און קויפט פון וואס אנדערע האבן צוצגעבן, און ווילאנג דער געמיינזאמער אינטערעסע איז דא, מיינט קיינער נישט צו מאכן קיין געלט פון זיין סחורה, ווייל אז יא וואלט ער לכתחילה עס געשריבן פאר עמיצן וואס באצאלט.

יעצט אז א שרייבער פון אן אויסגאבע ארבייט אויף אן ארטיקל איבער ריבניצער רבי (למשל) און ער מאכט אייגענע ריסערטש וכדו' אבער אויף רייכער צו מאכן זיין ארטיקל וויל ער זיך באנוצן מיט בילדער אדער דאקומענטן פון דאנעט, מיין שכל זאגט אז אן אלגעמיינער באשטייערער אויף אייוועלט וועט 99 מאל פון הונדערט גערן מסכים זיין דערצו, אמער ער האט דאך עס פארדעם געשטעלט אז אנדערע אידן זאלן נהנה זיין דערפון, און נישט ווייל ער וויל געלט אדער עפעס אנדערש.

דא רעדט מען בעיקר פון די מענטשליכקייט, דאס ערשטע איז זיך פארבינדן באישית מיטן ניק וועמענס ארבייט מ'וויל נוצן, בעטן רשות און זיך באדאנקען, דאס איז דאך א אידישע מדה פון הכרת הטוב, זיי מכיר יענעם, אנערקען זיין ארבייט און גיב אים די געפיל אז דו פארשטייסט און שעצט זיין באשטייערונג צו סאסייעטי און אז דו ביסט נהנה דערפון.

והשנית, גיב קרעדיט, פארגין פאר 'אידישע וועלט' זייער פארדינטע קרעדיט, דא זענען דא אדמיניסטראטארס, מנהלים, אחראים און סתם גוטע אידן וואס ארבייטן בלי ליאות שלא ע"מ לקבל פראסק, נאר א דאנק זיי שטייט דער פלאץ לשם ולתפארת, נאר א דאנק די אידן האסטו דעם בילד אדער דעם ארטיקל, זיי א מענטש און גיב זיי קרעדיט, זיי זענען מענטשן פון פלייש, בלוט און געפילן און ווען זיי זעהן דעם קרעדיט גיט עס א געפיל אנצוגיין, עס צייגט אז מען איז נהנה, עס ווייזט פרעסטידזש וכו'

די סעלפישקייט פון נעמען און נוצן כאדם העושה בתוך שלו איז מיאוס און נידריג.

דאס איז די מיינונג פון צאמווייניגסטענס איין מאן

איך בין כמעט אינגאנצן איינשטימיג מיט אלעס וואס דו שרייבסט. מיט איין אויסנאם.

אין הכי נמי, אז מען שרייבט דא אלס ונתנו, מען גיט און מען נעמט, און 99 פראצענט פון די געבער, זענען מסכים אז מען זאל נעמען, דאס איז נאר ווילאנג יענער נעמט אלס הנאה.

אויב נעמט יענער אלס ביזנעס, זיי מוחל איך אין א שותף אין די ביזנעס.

אין "נעמען אין געבן" בין איך א שותף, אמאל גיסטו און אמאל גיב איך. און אויב איז עס א "געלט" ביזנעס, וויל איך אויך זיין א שותף, דו מאכטס געלט, איך וויל אויך מאכען געלט.

דיסקלעמער, איך מיין נישט מיך, ווייל איך לייג נישט געווינדליך קיין בילדער אדער אזאלעכע זאכן וואס איך אדרעסיר דא. איך האב אנגעכאפט איין משל מיט מציבות שטעלער, און איך מיין די סארט זאכען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:06 am

בובעריק, דו ביסט גערעכט. און אז איך רעדט פון נעמען געלט איז עס פארשטייט זיך מיט די רשות פון די אייגענטימער פון די בילדער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:10 am

"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:31 am

אין מיין פריערדיגע תגובה האב איך אביסל אויסגעשמועסט די ליגעל סטאטוס פון בילדער אדער באשרייבונגען וואס ווערן דא ארויף געלייגט דורך די ניקים, א וויכטיגע זאך וואס איך האב פארגעסן צו צולייגן איז אז דאס רעדט זיך נאר פארשטייט זיך פון בילדער וואס דער ניק האט אליין געכאפט, דוגמת די וואס לייגן ארויף בילדער פון מצבות וואס זיי האבן אליין גענומען, אדער באשרייבונגען וואס ער האט אליין געשריבן.

דארף מען אבער דן זיין וואס טוט זיך מיט אלטע היסטארישע בילדער וואס געוויסע ניקים קראצן אפיר און לייגן דאס ארויף.

לויט די אמעריקאנע געזעץ -און אזוי בערך איז די געזעץ אין אלע אנדערע ציוויליזירטע לענדער- איז יעדע ארטיקל וואס איז געווארן פובלוצירט בעפאר 1923 האט שוין עקספייערט די קאפירעכט און גייט אריין ווי מען רופט עס אין ״פאבליק דאמעין״. א בילד וואס עס איז נאכנישט פובלוצירט געווארן עקספייערט די קאפירעכט 70 יאר נאכן טויט פונעם אייגענטומער. עס דארף אונטערגעשטרייכט ווערן אז לויט די געזעץ ווען איינער דיגיטילייזט א בילד למשל ער סקענט עס, ווערט ער נאך נישט די בעלים פון די בילד, אדרבא, אויב האט אויף די בילד נאך נישט עקספייערט די די קאפירייט געזעצן איז אויב איינער סקענט עס און באנוצט זיך דערמיט נישט פארן פריוואטן באנוץ אדער אויף סיי וואס נישט קיין בארעכטיגטע אופן האט ער עובר געווען אויפ׳ן קאפירייט געזעץ.

לויט דעם קומט אויס אז ממ״נ ווען א צייטונג פובלוצירט אן אלטע היסטארישע בילד וואס איינער האט דא פובלוצירט קען אייוועלט אדער די ניק בכלל נישט האבן קיין טענות, ווייל אויב האט די קאפירייט נאכנישט עקספייערט איז די תביעה בכלל נישט קעגן אייוועלט אדער די ניק, נאר קעגן דער וואס האט עס פאטאגראפירט, דאס הייסט אז דער ספעציפישער ניק אדער אייוועלט זענען בכלל נישט די בעלי דברים דא. און אויב האט די קאפירעכט שוין עקספייערט דאן קענט איר בכלל נישט האבן קיין טענות, און דער צייטונג אדער מאגאזין האט די פילע רעכט דאס צו פובלוצירן.

עכ״פ לויט די דינא דמלכותא קענט איר נישט האבן קיין שום טענות, וזה פשוט דעפ״י דיני תורה איז בכלל נישט דא אזא מושג ווי קאפי רעכטן א חוץ אויב א בי״ד האט ארויף געלייגט אן איסור ווי עס פלעגט אמאל זיין די מנהג.

איך פארשטיי אז געוויסע וועלן דא טענה׳ן אז נאך אלץ מן הנימוס קומט זיך צו געבן קרעדיט פאר אייועלט וואס שטעלט צו אזא שיינע הערליכע פלאץ אדער פאר די ניק וואס האט זיך געפלאגט אפיר צו קראצן די בילד, און לכאורה זענט איר טאקע גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט קענט איר נישט האבן קיין טענות, און אודאי האט איר נישט קיין שום רעכט צו פארשעמען און מבזה זיין יענעם ברבים אויף א זאך וואס ער האט געטון וואס איז 100% אויסגעהאלטן לויט די דיני התורה ולהבדיל די חוקי המדינה.

(ווי אויך פארשטייט זיך איז בעטן געלט אין אזא פאל בכלל נישט בארעכטיגט און אדרבא אויב בעהט מען געלט דאן קען אייוועלט אדער די ניק זיין אליין דער וואס איז עובר אויף די קאפירייט געזעצן ואכמ״ל)
לעצט פאראכטן דורך בויבעריקער אום זונטאג נובעמבער 15, 2015 12:33 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג נובעמבער 15, 2015 11:54 am

נא_שכל האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1134360#p1134360

א מין פרעכהייט דאס, מ׳שרייבט נאך @אלף בית ווארט ביי ווארט און מ׳פעיסט עס אריין אוואו אייגנס
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 4:01 pm

בויבעריקער האט געשריבן:אין מיין פריערדיגע תגובה האב איך אביסל אויסגעשמועסט די ליגעל סטאטוס פון בילדער אדער באשרייבונגען וואס ווערן דא ארויף געלייגט דורך די ניקים, א וויכטיגע זאך וואס איך האב פארגעסן צו צולייגן איז אז דאס רעדט זיך נאר פארשטייט זיך פון בילדער וואס דער ניק האט אליין געכאפט, דוגמת די וואס לייגן ארויף בילדער פון מצבות וואס זיי האבן אליין גענומען, אדער באשרייבונגען וואס ער האט אליין געשריבן.

דארף מען אבער דן זיין וואס טוט זיך מיט אלטע היסטארישע בילדער וואס געוויסע ניקים קראצן אפיר און לייגן דאס ארויף.

לויט די אמעריקאנע געזעץ -און אזוי בערך איז די געזעץ אין אלע אנדערע ציוויליזירטע לענדער- איז יעדע ארטיקל וואס איז געווארן פובלוצירט בעפאר 1923 האט שוין עקספייערט די קאפירעכט און גייט אריין ווי מען רופט עס אין ״פאבליק דאמעין״. א בילד וואס עס איז נאכנישט פובלוצירט געווארן עקספייערט די קאפירעכט 70 יאר נאכן טויט פונעם אייגענטומער. עס דארף אונטערגעשטרייכט ווערן אז לויט די געזעץ ווען איינער דיגיטילייזט א בילד למשל ער סקענט עס, ווערט ער נאך נישט די בעלים פון די בילד, אדרבא, אויב האט אויף די בילד נאך נישט עקספייערט די די קאפירייט געזעצן איז אויב איינער סקענט עס און באנוצט זיך דערמיט נישט פארן פריוואטן באנוץ אדער אויף סיי וואס נישט קיין בארעכטיגטע אופן האט ער עובר געווען אויפ׳ן קאפירייט געזעץ.

לויט דעם קומט אויס אז ממ״נ ווען א צייטונג פובלוצירט אן אלטע היסטארישע בילד וואס איינער האט דא פובלוצירט קען אייוועלט אדער די ניק בכלל נישט האבן קיין טענות, ווייל אויב האט די קאפירייט נאכנישט עקספייערט איז די תביעה בכלל נישט קעגן אייוועלט אדער די ניק, נאר קעגן דער וואס האט עס פאטאגראפירט, דאס הייסט אז דער ספעציפישער ניק אדער אייוועלט זענען בכלל נישט די בעלי דברים דא. און אויב האט די קאפירעכט שוין עקספייערט דאן קענט איר בכלל נישט האבן קיין טענות, און דער צייטונג אדער מאגאזין האט די פילע רעכט דאס צו פובלוצירן.

עכ״פ לויט די דינא דמלכותא קענט איר נישט האבן קיין שום טענות, וזה פשוט דעפ״י דיני תורה איז בכלל נישט דא אזא מושג ווי קאפי רעכטן א חוץ אויב א בי״ד האט ארויף געלייגט אן איסור ווי עס פלעגט אמאל זיין די מנהג.

איך פארשטיי אז געוויסע וועלן דא טענה׳ן אז נאך אלץ מן הנימוס קומט זיך צו געבן קרעדיט פאר אייועלט וואס שטעלט צו אזא שיינע הערליכע פלאץ אדער פאר די ניק וואס האט זיך געפלאגט אפיר צו קראצן די בילד, און לכאורה זענט איר טאקע גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט קענט איר נישט האבן קיין טענות, און אודאי האט איר נישט קיין שום רעכט צו פארשעמען און מבזה זיין יענעם ברבים אויף א זאך וואס ער האט געטון וואס איז 100% אויסגעהאלטן לויט די דיני התורה ולהבדיל די חוקי המדינה.

(ווי אויך פארשטייט זיך איז בעטן געלט אין אזא פאל בכלל נישט בארעכטיגט און אדרבא אויב בעהט מען געלט דאן קען אייוועלט אדער די ניק זיין אליין דער וואס איז עובר אויף די קאפירייט געזעצן ואכמ״ל)

זייער ריכטיג וואס דו שרייבסט, אבער אויפזיכען די זאכן איז ווערט געלט. מען צאלט גרויס געלט פאר אזעלעכע ריסערטש. מענטשן ואוס זיכען אויף זאכען ווי די בילדער צייטונגען וכדו' איז א געהעריגע פראפעשאן.

ווילסט נישט מאלן פאר די בילד - ווייל עס איז פאבליק דאמעין וכדו' - גוט, צאל אבער פאר די ארבייט פון עס אויסזיכען. דאס איז אויך געלט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 2:03 am

הרב לכתכילה איר זענט גערעכט אז די ארבעט פון ריסורטש איז ווערט געלט, די זאך איז אבער אז אויף ״ארבעט״ איז נישט שייך קיין בעלות הן עפ״י דיני התורה והן עפ״י חוקי המדינה, הלכות און דיני בעלות קענען נאר חל זיין אויף א מציאות ווי א בילד, באשרייבונג, אדער אפילו א מוזיקאלישער קאמפאזישאן, (און עפ״י תורה קען בעלות חל זיין נאר אויף א חפץ ממש). דאס איז אזוי ווי איינער וואס האט אויפגעקערט די גאס פון שניי פאר זיין באקוועמליכקייט זאל נאכדעם גיין פאדערן געלט פון יעדער וואס נוצט די אויפגעקערטע פעט אויף די גאס, הגם די שטאט צאלט טייער געלט פאר ארבעטער צו קלינען די שניי.

ממילא אפילו אייוועלט וועט פאדערן געלט האבן זיי נישט קיין שום וועג געזעצליך תובע צו זיין איינער וואס וועט זיך אנפייפן און נעמען בילדער אן רשות, ווי אויך וועלן די ניקים און אייוועלט דארפן זיין גאר פארזיכטיג נישט צו פובליצירן בילדער וואס האט נאכנישט עקספייערט די קאפירייט, הגם די פרייז וועט נאר זיין א ״סימבאלישער״׳ און נישט עכט פאר ביזנעס, אבער ווען עס קומט צו טריקענע געזעצן פארשטייט יעדער אז מען קען נישט מאכן קיין חילוקים.

עס וואלט טאקע אינטערסאנט געווען נאך צו גיין און זעהן וואס אנדערע אזעלכע ענליכע סייטס טוען, פון איין אזא סייט ווייס איך און דאס איז די באקאנטע ״ייווא ענציקלאפעדיע״ וואס זיי האבן למשל געמאכט אז די היסטארישע בילדער אויף זייער סייט איז נישטא א וועג צו דאונלאודן, און לכאורה האבן זיי עס געטון מחמת די סיבה ווייל אויב וועט איינער קומען און זיך באנוצן מיט די בילד קענען זיי נישט האבן קיין שום תביעה.

סאו די איינציגסטע עצה וועט זיין אז אייועלט זאל טון די זעלבע זאך און מאכן אז מען זאל נישט קענען דאונלאודן די בילדער...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 2:08 am

איך רעד נישט פון בעטן געלט ביין גיין אויפן גאס ווי איך האב אויפגעקערט פון שניי. איך רעד פון "מאכען געלט" אויף דעם וואס איף האב אויפגעקערט די שניי.

דאס הייסט, איך וועל אויפקערן די שניי, און א צווייטער וועט זיך אראפזעצן מיט א טישן און בעטן געלט פון יעדעם וואס גייט אריבער' ווייל עס איז שיין אויפגעקערט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 2:20 am

וואס מיינסטו בעטן? פאדערן? דאס קען מען טאקע נישט טון

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:14 am

בויבעריקער האט געשריבן:
איך פארשטיי אז געוויסע וועלן דא טענה׳ן אז נאך אלץ מן הנימוס קומט זיך צו געבן קרעדיט פאר אייועלט וואס שטעלט צו אזא שיינע הערליכע פלאץ אדער פאר די ניק וואס האט זיך געפלאגט אפיר צו קראצן די בילד, און לכאורה זענט איר טאקע גערעכט, אבער פון די אנדערע זייט קענט איר נישט האבן קיין טענות, און אודאי האט איר נישט קיין שום רעכט צו פארשעמען און מבזה זיין יענעם ברבים אויף א זאך וואס ער האט געטון וואס איז 100% אויסגעהאלטן לויט די דיני התורה ולהבדיל די חוקי המדינה.

(ווי אויך פארשטייט זיך איז בעטן געלט אין אזא פאל בכלל נישט בארעכטיגט און אדרבא אויב בעהט מען געלט דאן קען אייוועלט אדער די ניק זיין אליין דער וואס איז עובר אויף די קאפירייט געזעצן ואכמ״ל)

אויב טוהוען זיי גארנישט ראנג דעמאלטס מיט פארשעמט מען זיי?
און עס איז נאר מן הנימוס צו געבען קרעדיט אדער ווער עס טוט עס נישט איז א פשוטע אומענטש

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 4:43 am

ר׳ משנה זייט מיר מוחל איך פארשטיי נישט וואס איר פרעגט אדער זאגט, ווארשיינליך א ספעלינג מיסטעיק אדער פארפעילט א ווארט וכדומה, ביטע שרייבט איבער קלארער.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 4 געסט