בלאט 25 פון 27

געשריבן: זונטאג יוני 04, 2017 10:32 pm
דורך מאטכע
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:אזעלכע ארטיקלען ווי רבי נפתלי לעבאוויטש

פרויען זענען אינטערסירט אין אזאלעכע ארטיקלן?

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2017 1:06 am
דורך אוי אוי אוי
זעה איך אז דער עולם איז ביזי מיט די אינטערוויא פין די וואך מיט ר נפתלי לעבאוויטש ווי גוט עס איז געווען ,
מיינע צוויי סענס : איך זעה נישט די חידושים פינעם אינטערוויא אין עז איז לדעתי זייער נישט ציענט אראפגעלייגט , קען זיין איך בין ראנג ......

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 7:52 pm
דורך אוי אוי אוי
שוין דא צו באקומען פין די חודש ?

אין אנדערע נייעס , עס איז דא די לעצטע פאר טאג סיי אין דבר יום אין סיי אין גוט מארגן מערכות קעגן עמי - בינה - משפחה

עמי - משפחה פארשטיי איך אז עס איז אן עוולה אבער וואס קען שוין זיין שלעכט מיט בינה וואס פארציילט אפאר מעשהלעך אויפן חודש - פרשה מיט אפאר באבע מעשיות צו האלטן די בני בית ביזי?

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 8:15 pm
דורך צו געזונט
מיר שטימען צו. די בינה האט נישט קיין געגנזייטיגע השקפה ארטיקלן

געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2017 10:20 pm
דורך בנציון יאזעפאוויטש
נישטא אזא זאך. אז זיי זענען פון מקורות וואו איזראעל איז דאס "אידיש לאנד" ביזטו אויסגעשטעלט צו זייערע השקפות. געליינט אמאל דעם השגחה פרטיות ביכל ונפלאותיו לבני אדם(איבערגעשריבן פון "המודיע" מעשות) וואס זענען אוך פיינע וואוילע מעשות פון באבעס און זיידעס, איבער השגחה פרטיות, און זיך מער ווי איינמאל אנגעשטויסן און השקפה-לאזע סחורה. השקפה-לאזה, וווייל ביי די פרעמדע גאס איז נישט קיין צווייטע "שיטה" ס'איז פשוט נישט דא קיין התבוננות איבער די נושא.

אגב,
זונטאג ביי די ציוניסטישע (אגב, שרעקליך פריצות'דיגע ) ה' אייר מארטש האבן מארשירט "ישיבות" און וואוילע אידן. אפילו OU איז דארט געווען. געהערט אז אפילו אגודת ישראל דאמעריקע אויך. איז דא איין מייסד האדודה וואס זאל חלום'ן צו גיין פייערן די מדינת השמד? וואוילע אידן אבער נעבעך אומוואוסנד. פאלן פאר די געפילישע "אידיש לאנד" ווערטער

געשריבן: זונטאג יוני 11, 2017 12:13 am
דורך מאטכע
זייער אן אינטערסאנטע מעשה אין די חודשדיגע פאמיליע אוצרות וועגן א חלום מיט די צדיק ר אהרן קארלינער זי״ע ,
מיט איינער וואס האט געזונגן אין תפיסה קה אכסוף
האט שוין איינער געהערט דערפון ?

געשריבן: זונטאג יוני 11, 2017 1:02 am
דורך מי יודע
מאטכע האט געשריבן:זייער אן אינטערסאנטע מעשה אין די חודשדיגע פאמיליע אוצרות וועגן א חלום מיט די צדיק ר אהרן קארלינער זי״ע ,
מיט איינער וואס האט געזונגן אין תפיסה קה אכסוף
האט שוין איינער געהערט דערפון ?

שוין געווען באשריבן אין קינדליין פאר א יאר, און דאכט זיך אויך אין 'דער אוצר' פון וועלוול שמעלצער

געשריבן: זונטאג יוני 11, 2017 1:09 am
דורך אוי אוי אוי
די בני בית רעדן לעצטנס מוראדיג שטארק אויף די וואקסן איאיינעם סעריע ,
זאגן אז עס ברענגט ארויס זייער שטארקע פוינטס אויף א פאזיטיווע מהלך

געשריבן: זונטאג יוני 11, 2017 1:22 am
דורך Amazing
מי יודע האט געשריבן:
מאטכע האט געשריבן:זייער אן אינטערסאנטע מעשה אין די חודשדיגע פאמיליע אוצרות וועגן א חלום מיט די צדיק ר אהרן קארלינער זי״ע ,
מיט איינער וואס האט געזונגן אין תפיסה קה אכסוף
האט שוין איינער געהערט דערפון ?

שוין געווען באשריבן אין קינדליין פאר א יאר, און דאכט זיך אויך אין 'דער אוצר' פון וועלוול שמעלצער

זיי שרייבן אז די מעשה האט זיך אפגעשפילט תשע''ז... :lol:

געשריבן: זונטאג יוני 11, 2017 10:32 am
דורך farshlufen
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:,
זונטאג ביי די ציוניסטישע (אגב, שרעקליך פריצות'דיגע ) ה' אייר מארטש האבן מארשירט "ישיבות" און וואוילע אידן. אפילו OU איז דארט געווען. געהערט אז אפילו אגודת ישראל דאמעריקע אויך. איז דא איין מייסד האגודה וואס זאל חלום'ן צו גיין פייערן די מדינת השמד? וואוילע אידן אבער נעבעך אומוואוסנד. פאלן פאר די געפילישע "אידיש לאנד" ווערטער

ששש.. אויך פון סאטמאר'ן חדר, אויב נישט ביים מאשירן דאן ביי די פארטי פארדעם, פרעגט אייך נאך.

געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2017 12:58 am
דורך מאטכע
אוי אוי אוי האט געשריבן:די בני בית רעדן לעצטנס מוראדיג שטארק אויף די וואקסן איאיינעם סעריע ,
זאגן אז עס ברענגט ארויס זייער שטארקע פוינטס אויף א פאזיטיווע מהלך

עכט שיין ארויסגעברענט די נושא וועגן געבן פאר יענעם - מיט גוטהארציקייט אדער נאר וועגן ממוז , כדי צו ליינען - הגם עס איז געשריבן מיט דוגמאות וואס איז מער גאנגבאר פאר די נשים קען מען פין עס אסאך ארויסנעמן

געשריבן: דאנארשטאג יוני 15, 2017 8:04 pm
דורך אוי אוי אוי
גייט נאך אן די סובסקריבשן סעיל?

געשריבן: פרייטאג יוני 16, 2017 10:59 am
דורך קאץ און מויז
אוי אוי אוי האט געשריבן:גייט נאך אן די סובסקריבשן סעיל?


יא ביז ראש חודש תמוז

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 5:00 pm
דורך אוי אוי אוי
שוין דא צובאקומען די חודש ?
אויב יא ווי קען מען עס קויפן אין די קאנטרי׳ס ?

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 5:11 pm
דורך דונש
אוי אוי אוי האט געשריבן:שוין דא צובאקומען די חודש ? יא
אויב יא ווי קען מען עס קויפן אין די קאנטרי׳ס ? איני יודע

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 5:11 pm
דורך ענדע צדיק!
די ערשטע ארטיקל אינעם ״קוק ווינקל״ אפטיילונג דעם חודש איז לדעתי א טעות פארן אריינלייגן.

געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2017 5:35 pm
דורך מאטכע
ענדע צדיק! האט געשריבן:די ערשטע ארטיקל אינעם ״קוק ווינקל״ אפטיילונג דעם חודש איז לדעתי א טעות פארן אריינלייגן.

דהיינו ? וואס האלסטו איז א טעות דארטן?
איך האלט אז עס ברענגט ארויס א שטארקע פוינט וועגן אמונה אין זיך פארלאזן אויפן באשעפער אן איבעריגע o.c.d

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 10:51 pm
דורך געשמאקע ווינטל
געליינט דעם חודש. זייער הנאה געהאט. אומבאקאנטע אינטערעסאנטע מעשיות פון סאטמארער רבי ז''ל, און נאך שיינע ארטיקלען.

תשרי אויסגאבע

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 10:53 pm
דורך אוי אוי אוי
איינער האט די דעקל פין די תשרי אויסגאבע ?

געשריבן: זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:14 pm
דורך יונה
נאט אייך

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 15, 2017 12:09 am
דורך אוי אוי אוי
האט נאך איינער באמערקט אז זיי האבן אראפ גענומען די ווארט אוצרות פין די לאגא ? עס שטייט נאר ״פאמיליע״

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 15, 2017 12:06 pm
דורך שמואל בארג
מיר האבן דאס אריינגעברעגט אינדערהיים דעם חודש צום ערשטן מאל, ס'איז א געוואלדיגע ארבייט, איר האט פארדינט א קאסטומער.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 15, 2017 2:29 pm
דורך בנימין
דאס איז די נייע לאגא

געשריבן: זונטאג דעצמבער 03, 2017 1:02 am
דורך מאטכע
שוין היבשע צייט נישט דא געווען ,

איז דא עפעס נייע חידושים אין די אוצרות ?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 03, 2017 9:26 am
דורך farshlufen
מאטכע האט געשריבן:שוין היבשע צייט נישט דא געווען ,

איז דא עפעס נייע חידושים אין די אוצרות ?

יא, פיל פיל אדוועטייזמענטס און דאס רוב ארטיקלען זענען מיר עפעס נישט אינטערעסאנט.