אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

לאקשן קוגל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 11:04 pm

תגובהדורך לאקשן קוגל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 9:19 pm

קען מען ביטע דא ארויף לייגן די שיעורים ? בעיקר די לעצטע צוויי ?

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:25 am

פאראויס האט געשריבן:אין סאטמאר למשל (קווינס) געבט מען נישט קעש. כ'מיין מ'מוז זיך אויך מתחייב זיין פאר א ביליגע חתן שטריימל און אויך טיילן זיי נאר קיופאנס. איינער וואס קען זיך אן עצה געבן נעמט נישט פון זיי. און יא. ס'האלט ביי בערך 70%.

אבער קיין איין קאסע טיילט נישט אין די וועלט אריין פאר וועם ס'פעלט נישט עכט אויס.

וואס טוט זיך אין אפיסעס פון קרן חתנים ווייס איך נישט

ווען איך זעי אבער אז מ'מוז זיך מחייב זיין צו נעמען א בליגע שטריימל אה דאס איז עפעס וואס איך קענן זעין אין ביהמ"ד

איך זעי נישט 70 % קווינס בחורים זאלן טראגן ביליגע שטריימלעך

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:52 am

וויי-פיי האט געשריבן:ווי קען מען אריינלאזן א מעסעיזש? איך האב נישט געהאט א פעין

KMLIST394@GMAIL.COM

Wow a1
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:25 pm

לאקשן קוגל האט געשריבן:קען מען ביטע דא ארויף לייגן די שיעורים ? בעיקר די לעצטע צוויי ?

ר אליעזר זאגט אז ר זלמן לאזט אים נישט איי ר פינחס גלויבר לייגט עס יא אויף זיין טעלגרעם טשענל ווייס איך נישט
שמייכלן מאכט פריילך

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:35 pm

שליו ודגים האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:אין סאטמאר למשל (קווינס) געבט מען נישט קעש. כ'מיין מ'מוז זיך אויך מתחייב זיין פאר א ביליגע חתן שטריימל און אויך טיילן זיי נאר קיופאנס. איינער וואס קען זיך אן עצה געבן נעמט נישט פון זיי. און יא. ס'האלט ביי בערך 70%.

אבער קיין איין קאסע טיילט נישט אין די וועלט אריין פאר וועם ס'פעלט נישט עכט אויס.

וואס טוט זיך אין אפיסעס פון קרן חתנים ווייס איך נישט

ווען איך זעי אבער אז מ'מוז זיך מחייב זיין צו נעמען א בליגע שטריימל אה דאס איז עפעס וואס איך קענן זעין אין ביהמ"ד

איך זעי נישט 70 % קווינס בחורים זאלן טראגן ביליגע שטריימלעך

א. ווי דערמאנט, איז די פראצענט בחורים וואס געניסן פון קרן חתנים בערך פופציג, נישט זיבעציג.

ב. מען קען באקומען פון קרן חתנים אפי' אויב מ'נעמט א טייערע שטריימל, מ'באקומט נאר ווייניגער מיט א טויזנטער.

ג. לויט מיין אינפארמאציע - קען זיין אז איך בין נישט גערעכט - איז אין די לעצטע יאר-צוויי דא א שטארקער רוב פון חתנים וואס נעמען ביי "חתן שטריימל".

Wow a1
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 2:38 pm

אין קרית יואל גייען 90 % מיט די בילגע שטריימלך
שמייכלן מאכט פריילך

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:00 pm

Wow a1 האט געשריבן:
לאקשן קוגל האט געשריבן:קען מען ביטע דא ארויף לייגן די שיעורים ? בעיקר די לעצטע צוויי ?

ר אליעזר זאגט אז ר זלמן לאזט אים נישט איי ר פינחס גלויבר לייגט עס יא אויף זיין טעלגרעם טשענל ווייס איך נישט

און ווי אויך ר' שלו' יעקב וואזנער און ר' שמעון גרין... לייגט יואל פעלזן ארויף
וואס טוט מען ווען מען האט א קאמפיוטער פראבלעם, און מ'קען נישט טרעפן - באקומען א תשובה דא אויפ'ן וועלטל?
www.tenforums.com
https://forums.mydigitallife.net/

געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:17 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס 42#

הערות פון צוהערער

ביסט גערכט אז איינער וואס האט געלט קען חתונה מאכן לויט וויאזוי עס שמעקט אים, אבער פארט איז עס נישט אידיש'ליך גערעדט אויסציפליקן יענעמס אויגן און ארויף ציען די סטענדערט. איי ווער האט דיר געבעטן מיר נאכצומאכן? א גוטע טענה, אבער כלל ישראל איז געקניפט און געבינדן, און זיין ארימע שוואגער נעבעך וועט מוזן ווייזן ווען ער מאכט חתונה וואס ער קאן, מעשים בכל יום.
די זעלבע פראבלעם איז מיט בויען אויפריסערישע הייזער. די פעיר פרעשור גייט היינט עד הרקיע.
"Smile, it's free therapy"

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 2:14 pm

אמאל געברענגט אין אנאנדער אשכול א אויסצוג פון ספה"ק פלא יועץ ווי ער ברענגט דייקא ארויס דעם נקודה אז דער עושר מעג 'נישט' חתונה מאכן וויאזוי ער וויל נאר ס'מוז זיין תקנות וואס יעדער זאל פאלגן וויל אז נישט ארבעט עס נישט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אליעזר קרויס
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:26 pm

שמועס 43#

מען דאקט אויף אביסל פון די "לעזער קרויס חתונה פלאן" - וויפיל פון אונז ליידען ליידער אויף די גענעטישע מענטעל דיסארדער EWD (אי דאבעליו די)?

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:56 pm

ר' אליעזר אילו לא באת אלא לשיעור ארבעים ושלשה דיינו

דער אמת פון יעדע ווארט און יעדע נקודה איז אזוי שטארק אז ס'לאט זיך ניט זאגן

מ'קען אין יעדע זאך מאריך אף זיין אבער קודם די בזה

אבער לעיזער שא קיינער הערט נישט צווישן מיר און דיר גערעדט דער עולם ליידט ערנסט אויף א סינדראם איך ווייס נשיט צו אויף דאבעל יו אדער דאבל איי דער מצב איז הילפסלאז

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 6:05 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס 42#

הערות פון צוהערער

ביסט גערכט אז איינער וואס האט געלט קען חתונה מאכן לויט וויאזוי עס שמעקט אים, אבער פארט איז עס נישט אידיש'ליך גערעדט אויסציפליקן יענעמס אויגן און ארויף ציען די סטענדערט. איי ווער האט דיר געבעטן מיר נאכצומאכן? א גוטע טענה, אבער כלל ישראל איז געקניפט און געבינדן, און זיין ארימע שוואגער נעבעך וועט מוזן ווייזן ווען ער מאכט חתונה וואס ער קאן, מעשים בכל יום.
די זעלבע פראבלעם איז מיט בויען אויפריסערישע הייזער. די פעיר פרעשור גייט היינט עד הרקיע.

איינער וואס האט געלט קען חתונה מאכן לויט וויאזוי עס שמעקט אים דאס איז א גויאישע צוגאנג, ביי אידען קוקט מען וויאזוי העלף איך א צווייטען לפנים משורת הדין, יעצט צום מציאות, פאר 40 יאר צוריק איז א דירה מיט 2 צימערען, אן א פסח קאך אן א וואז רום אן א פארטש (בעק און פראנט?) ועוד געהייסען א נארמאלע דירה, אויב האט עס געהאט 2 ביה"כ איז עס שוין געוועהן א גרויסע פלאס, אויב האט עס געהאט די דערמאטע זאכען איז עס שוין געוועהן א ספעשעל דירה, היינט צו טאג א דירה אן 3 טוילעטס מיט נאך מער וויא די אלע זאכען איז א דירה סרוחה, וואלט מען חאטש ארויס אין די נייע געגענטער, אדרבה זאל מען וואוינען ברייט, יא אינדערהיים האט מען געוואוינט אין די דערפער איז נישט געוועהן אזא צמצום, אבער בויען לוקסוסדיג, איז א פארברעך, די ווייבער דעתן קלות שרייען "דו ביזט א שלי מזל- יעדער קען נאר דו נישט (בשעת כמעט קיינער נישט) און די חברטעס גיסען נאך אויל צום פייער, מען קויפט נאר איינמאל א דירה (אבער מען צאלט א גאנץ לעבען) וכו', והבן, האט שכל פאלגט ר' אליעזר - ווער עס האט געמופט זאל מפרסם זיין וויא ער האט אויפגעלעבט, וויא די קינדער זענען פרייליך, וויא די שלו בית איז אויפ'ן בעסטען שטאפעל, וויא שבת און יום טוב קוקט אויס, גלייבט מיר עס איז ביליגער צו וואוינען דארט און האבען א פריוואט קאר סערוויס יעדע מוצאי אדער זינטיג פאר א גאנצען טאג, צו גיין צו די עלטערען, אידען שוין צייט צו הערען דעם אמת,

געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 9:39 am

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:

נייס טא העיר פראם יו ר' טובי' מאיר, איך מיין סאיז צייט אז ר' אליעזר זאל דיך ארויף ברענגן אויפן ליין אין פראווען זיינע פוינטס אז אפילי בעל באטישע מענטשען ברעכן אינטער ביים חתונה מאכן, און קויפן לאקשערי הייזער.
"Smile, it's free therapy"

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 10:27 am

אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס 43#

מען דאקט אויף אביסל פון די "לעזער קרויס חתונה פלאן" - וויפיל פון אונז ליידען ליידער אויף די גענעטישע מענטעל דיסארדער EWD (אי דאבעליו די)?

איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף קויפן און איר האט נישט אויסגערעכנט איז ר"ת תפילין וואס איז גאנץ א טייערע זאך (קען איר האט עס אריינגערעכנט אין די 15 אלפים, איך בין נאר מעורר)

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 10:34 am

איך בין גרייט, עס זענען דא אויף מיין ליסט מענטשען וואס האבען גערודערט א וועלט, (און מיך האבען זיי נישט געוואלט קענען דאן) און זיי באקומען פון מיר שיינע סכומים זיי זאלען האבען וואס צו עסען,

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 10:34 am

שמן האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס 43#

מען דאקט אויף אביסל פון די "לעזער קרויס חתונה פלאן" - וויפיל פון אונז ליידען ליידער אויף די גענעטישע מענטעל דיסארדער EWD (אי דאבעליו די)?

איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף קויפן און איר האט נישט אויסגערעכנט איז ר"ת תפילין וואס איז גאנץ א טייערע זאך (קען איר האט עס אריינגערעכנט אין די 15 אלפים, איך בין נאר מעורר)

ווען איך האב חתונה געהאט האט נישט יעדער טאטע געקויפט ר"ת תפילין, יעך האב אליין געקויפט, פאר פיר פינף הונדערט דאללער סוף שנה ראשונה פאר צוויי אהאלב וואכן פון מיין אידענעס געהאלט (געווען אין די הויכע מ' יארן) ווייסעך נישט וויפיל ס'קאסט היינט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אליעזר קרויס
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 11:00 am

שמן האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס 43#

מען דאקט אויף אביסל פון די "לעזער קרויס חתונה פלאן" - וויפיל פון אונז ליידען ליידער אויף די גענעטישע מענטעל דיסארדער EWD (אי דאבעליו די)?

איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף קויפן און איר האט נישט אויסגערעכנט איז ר"ת תפילין וואס איז גאנץ א טייערע זאך (קען איר האט עס אריינגערעכנט אין די 15 אלפים, איך בין נאר מעורר)

איך האב עס אריינגערעכנט. סטעי טונד אלעס וויכטיג ליגט אין די פעקעדש.

געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 11:32 am

איך מיין מען דארף עפענען א נייע אשכול אינטערן נאמען:
חתונה פלאן דורך ר' אליעזר קרויס-קול מבשר, $15000 א חתונה.
ווי מזאל זיך קענען געהעריג אויסטענה'ען צי עס מאכט סענס אין ריעל לייף, הארטע נומבערס, וויאזוי צי קויפן מתנות ביליג. וואס יעדער האלט אז סאיז באמת וויכטיג.

וואס זאגט דע עולם? ווער גייט פתיחה?
"Smile, it's free therapy"

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 11:54 am

lebediger berel האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס 43#

מען דאקט אויף אביסל פון די "לעזער קרויס חתונה פלאן" - וויפיל פון אונז ליידען ליידער אויף די גענעטישע מענטעל דיסארדער EWD (אי דאבעליו די)?

איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף קויפן און איר האט נישט אויסגערעכנט איז ר"ת תפילין וואס איז גאנץ א טייערע זאך (קען איר האט עס אריינגערעכנט אין די 15 אלפים, איך בין נאר מעורר)

ווען איך האב חתונה געהאט האט נישט יעדער טאטע געקויפט ר"ת תפילין, יעך האב אליין געקויפט, פאר פיר פינף הונדערט דאללער סוף שנה ראשונה פאר צוויי אהאלב וואכן פון מיין אידענעס געהאלט (געווען אין די הויכע מ' יארן) ווייסעך נישט וויפיל ס'קאסט היינט

איך האב נישט געקויפט פאר מינע 3 זין אויך נישט, כאטש ב"ה אלע זיצען נאך איך לערנען האבען זיך אלע אליין פארשאפט ב"ה
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:11 pm

בעל דעת האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:שמועס 43#

מען דאקט אויף אביסל פון די "לעזער קרויס חתונה פלאן" - וויפיל פון אונז ליידען ליידער אויף די גענעטישע מענטעל דיסארדער EWD (אי דאבעליו די)?

איינער פון די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף קויפן און איר האט נישט אויסגערעכנט איז ר"ת תפילין וואס איז גאנץ א טייערע זאך (קען איר האט עס אריינגערעכנט אין די 15 אלפים, איך בין נאר מעורר)

ווען איך האב חתונה געהאט האט נישט יעדער טאטע געקויפט ר"ת תפילין, יעך האב אליין געקויפט, פאר פיר פינף הונדערט דאללער סוף שנה ראשונה פאר צוויי אהאלב וואכן פון מיין אידענעס געהאלט (געווען אין די הויכע מ' יארן) ווייסעך נישט וויפיל ס'קאסט היינט

איך האב נישט געקויפט פאר מינע 3 זין אויך נישט, כאטש ב"ה אלע זיצען נאך איך לערנען האבען זיך אלע אליין פארשאפט ב"ה

ס'קאסט היינט בערן $1500 , אויב ווילסטו גיין אז דער טאטע זאל נישט קויפן קען מען גיין מיט'ן חתונה פלאן וואס איינער האט ארויסגעלייגט א פאר יאר צוריק אז יעדער פארפאלק זאל זיך אליינס חתונה מאכן

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:17 pm

שמן האט געשריבן:ס'קאסט היינט בערן $1500 , אויב ווילסטו גיין אז דער טאטע זאל נישט קויפן קען מען גיין מיט'ן חתונה פלאן וואס איינער האט ארויסגעלייגט א פאר יאר צוריק אז יעדער פארפאלק זאל זיך אליינס חתונה מאכן

דאס נישט קויפן ר"ת תפילין איז נישט בלויז א פלאן. נאר ביי פילע וואס הייבן ערשט אן צו לייגן א יאר נאך די חתונה, פארשאפט מען זיך דאס אליינס.
איך האב מיר אליינס געקויפט ר"ת נאך מיין חתונה.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

בבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:46 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:איך מיין מען דארף עפענען א נייע אשכול אינטערן נאמען:
חתונה פלאן דורך ר' אליעזר קרויס-קול מבשר, $15000 א חתונה. איין זייט
ווי מזאל זיך קענען געהעריג אויסטענה'ען צי עס מאכט סענס אין ריעל לייף, הארטע נומבערס, וויאזוי צי קויפן מתנות ביליג. וואס יעדער האלט

ביידוועי איך קען נישט אנקימען צי די ערשטע מעסטיר שיעור פין חתונה נושא . עס ארבעט עפעס נישט
3
9
4
41#
עניוועי אסאך הצלחה איך קען שוין קוים ווארטן פאר די ערשטע פרייליכע חתונה. דערווייל האב איך 3 נעפיאס וואס מען דארף ציזאמשטעלן יעדער פין די משפחה 1000 $ רוב נעפיאס אין ניסעס דארף מען צאמשטען די 1000 $ לכל הפחות איך גיי נאך געלט בחפץ לב אבער די מצב בכלליות איז נישט אויסגעהאלטן
לעצט פאראכטן דורך בבל אום פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:48 pm

ר' אליעזר, איר האט מזל אז די וויזניצעררבי זי"ע לעבט שוין נישט ווייל איך וואלט אייך "פאר'מסר'ט כלשונך"... און איר וואלט געכאפט פון רבי'ן מנה אחת אפיים.

מיין רעקארד דא ווייזט איך בין א היבשע פע"ן פאר אייערע שיעורים, מ'האמיר זיך שוין גע'אישי'ט אויך... איך גלייך די אפענע שפראך אנע צענזור. "מן הזהירות שלא תרבה להיזהר (-חוה"ל). "און ס'באדערט מיר נישט ווען מ'לייגט אראפ דראמאטיש זאכן (און אפילו אביסל גוזמה'דיג, ווייל מ'וויל דאך ארויסברענגן א פוינט. סא למשל זאגן אז מ'קען קויפן א ווייכע דעקל סליחות פאר
$1.5-
גיי איך מיך נישט שטעלן דערויף.. אז א ווייכע קינות קאסט היינט דאפלט.
$3...
.
און אז א שוה פרוטה איז נישט דריי סענט נאר מער לויט כמה פוסקים..
"לאז אפ די משל, נעם די נמשל".)

ביז רוחניות'דיגע זאכן. דא דארף מען שוין גאר אכטונג געבן! "מן הזהירות שלא תרבה להיזהר" איז נישט געזאגט געווארן דא, און נאך דערצו ווען מ'רעדט לפני אלפים מבני ובנות ישראל.

נעכטן, כ'האלט אינמיטן הערן מיט זוגתי תליט"א אייער שיעור, און דו נעמסט דיך ברייט רעדן וועגן די צאנה ראנה.. כלשונך: "איז נאך דא "איין פרוי!" אינם כדור העולם וואס ליינט נאך די צאנה ראנה??!" "אנשטאט צאנה ראנה נעמט מען ארויס די עמי און די משפחה! און אנדערע קרייזן נו.. די אוצר.. די מעלות...".

מיין ווייב האט זיך צושמייכלט. יא. לעצטע וואך שבת, שבת בראשית האט זי (נישט קיין אלטע אידענע בכלל) עס געליינט. און גראדע הנאה געהאט!

און כ'האב נאכנישט קיין ווייסע האר אויפן בערדל, מ'זעמיר אינגער ווי ר' אליעזר קררויס..

סא יא, ס'איז דא א פרוי אויפן כדור העולם.

כ'בין מודה אז ס'געשעט נישט אפט. און איך עגרי אז א פרוי (רוב פרויען) וואס ווייסן זיי וועלן עס נישט אין לעבן עפענען, אז זיי האבן עס נישט פארוואס צו קויפן. אבער פארוואס רעדן אזוי גראב, און מאכן מענטשן פילן ווי ניין-און ניינציג-יעריגע אלטמאדישע אויב מ'ליינט נישט די עמי אדער משפחה אנשטאט צאנה ראנה??

זאת ועוד, (און פאר דעם וואלסטו אויך געכאפט פון וויזניצע רבי זצ"ל).

קול מבשר האט נאך קיינמאל נישט עדווערטייזד נישט די משפחה מאגעזין און נישט די עמי. אבער דיין מסיח לפי תומו האט געמאכט פילן ווי "ווער ליינט עס נישט??" יעדע נארמאלע מענטש! כלשונך: "אנשטאט צאנה ראנה נעמט מען ארויס די עמי און די משפחה! און אנדערע קרייזן נו.. די אוצר.. די מעלות..."

כ'האב נייעס פאר אייך, יא, נישט סאטמארע קרייזן ליינען די עמי און משפחה, (און אין סאטמאר איז אויך דא וואס ליינען עס, כאטש זיי ווייסן אז מ'ליינט דארט השקפות וואס איז נישט וואס סאטמאר רב זצ"ל האט געלערנט) אבער ס'דא טויזענטער קול מבשר צוהערער וואס ליינען עס. כ'מיין אז פון קול מבשר צוהערער (בדרך כלל, פרויען אנע סמארטפאן) האבן 'מער' די מעלות ווי די 'משפחה'.

מודים דרבנן היינו שבחייהו, כ'האף אז דאס גייט ווערן אויסגעמעקט. די רבי זצ"ל בגנזי מרומים וועט נישט זיין צופרידן מיט א קליינע הבהרה א וואך שפעטער. און אויך נישט דער אייבירשטער.. (א ווערטל נאר).

באמת, דאס דארף ווערן אויסגעמעקט.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:01 pm

גם אני מתמיה מאוד, איך בין א גרויסער פען פון ר' לעיזער (כאטש וואס איך אגרי נישט צו אלעס), אבער דא זעהט אויס ווי ער האט נישט געמאכט ריסוירטש כדבעי, ביי מיר אין שטוב ליינט מען צאינה וראינה, טאקע נישט וועכנטליך אבער עס דרייט זיך כסדר אינדרויסן, ספעציעל אין די בראשית שמות סדרות וואו עס איז ספעציעל אינטערעסאנט, און איך ווייס פון נאך שטיבער וואו מען ליינט דאס.

אליעזר קרויס
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 1:39 pm

פאראויס האט געשריבן:ר' אליעזר, איר האט מזל אז די וויזניצעררבי זי"ע לעבט שוין נישט ווייל איך וואלט אייך "פאר'מסר'ט כלשונך"... און איר וואלט געכאפט פון רבי'ן מנה אחת אפיים.
מיין רעקארד דא ווייזט איך בין א היבשע פע"ן פאר אייערע שיעורים, מ'האמיר זיך שוין גע'אישי'ט אויך... איך גלייך די אפענע שפראך אנע צענזור. "מן הזהירות שלא תרבה להיזהר (-חוה"ל). "און ס'באדערט מיר נישט ווען מ'לייגט אראפ דראמאטיש זאכן (און אפילו אביסל גוזמה'דיג, ווייל מ'וויל דאך ארויסברענגן א פוינט. סא למשל זאגן אז מ'קען קויפן א ווייכע דעקל סליחות פאר
$1.5-
גיי איך מיך נישט שטעלן דערויף.. אז א ווייכע קינות קאסט היינט דאפלט.
$3...

ווען איך האב עס געקויפט לעצטע מאל האט עס געקאסט 1.5 דאמאלטס האט די מפורש געקאסט אונטער 20$.
.
און אז א שוה פרוטה איז נישט דריי סענט נאר מער לויט כמה פוסקים..
מן הסתם ביסטו זיך טועה - א שוה פרוטה איז כסף כשעורה - און אזוי פיל איז עס היינט ווערט לויט די גרויסע שיעור פון חזו"א - עס גייט ארויף אראפ אבער נישט צופיל. די מערסטע וואס א פרוטה איז געווען ווערט אין מאדערן היסטארי איז געווען בערך 7 סענט.

"לאז אפ די משל, נעם די נמשל".)

ביז רוחניות'דיגע זאכן. דא דארף מען שוין גאר אכטונג געבן! "מן הזהירות שלא תרבה להיזהר" איז נישט געזאגט געווארן דא, און נאך דערצו ווען מ'רעדט לפני אלפים מבני ובנות ישראל.

נעכטן, כ'האלט אינמיטן הערן מיט זוגתי תליט"א אייער שיעור, און דו נעמסט דיך ברייט רעדן וועגן די צאנה ראנה.. כלשונך: "איז נאך דא "איין פרוי!" אינם כדור העולם וואס ליינט נאך די צאנה ראנה??!" "אנשטאט צאנה ראנה נעמט מען ארויס די עמי און די משפחה! און אנדערע קרייזן נו.. די אוצר.. די מעלות...".

מיין ווייב האט זיך צושמייכלט. יא. לעצטע וואך שבת, שבת בראשית האט זי (נישט קיין אלטע אידענע בכלל) עס געליינט. און גראדע הנאה געהאט!

און כ'האב נאכנישט קיין ווייסע האר אויפן בערדל, מ'זעמיר אינגער ווי ר' אליעזר קררויס..

סא יא, ס'איז דא א פרוי אויפן כדור העולם.

כ'בין מודה אז ס'געשעט נישט אפט. און איך עגרי אז א פרוי (רוב פרויען) וואס ווייסן זיי וועלן עס נישט אין לעבן עפענען, אז זיי האבן עס נישט פארוואס צו קויפן. אבער פארוואס רעדן אזוי גראב, און מאכן מענטשן פילן ווי ניין-און ניינציג-יעריגע אלטמאדישע אויב מ'ליינט נישט די עמי אדער משפחה אנשטאט צאנה ראנה??

זאת ועוד, (און פאר דעם וואלסטו אויך געכאפט פון וויזניצע רבי זצ"ל).

קול מבשר האט נאך קיינמאל נישט עדווערטייזד נישט די משפחה מאגעזין און נישט די עמי. אבער דיין מסיח לפי תומו האט געמאכט פילן ווי "ווער ליינט עס נישט??" יעדע נארמאלע מענטש! כלשונך: "אנשטאט צאנה ראנה נעמט מען ארויס די עמי און די משפחה! און אנדערע קרייזן נו.. די אוצר.. די מעלות..."

כ'האב נייעס פאר אייך, יא, נישט סאטמארע קרייזן ליינען די עמי און משפחה, (און אין סאטמאר איז אויך דא וואס ליינען עס, כאטש זיי ווייסן אז מ'ליינט דארט השקפות וואס איז נישט וואס סאטמאר רב זצ"ל האט געלערנט) אבער ס'דא טויזענטער קול מבשר צוהערער וואס ליינען עס. כ'מיין אז פון קול מבשר צוהערער (בדרך כלל, פרויען אנע סמארטפאן) האבן 'מער' די מעלות ווי די 'משפחה'.

מודים דרבנן היינו שבחייהו, כ'האף אז דאס גייט ווערן אויסגעמעקט. די רבי זצ"ל בגנזי מרומים וועט נישט זיין צופרידן מיט א קליינע הבהרה א וואך שפעטער. און אויך נישט דער אייבירשטער.. (א ווערטל נאר).

באמת איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב קאנסידערט אויסצושניידן א שטיקל נאכן זאגן די שמועס. פשוט ווייל איך בין גאר א קליינע חסיד (אדער א גרויסע מתנגד) פון דעי 3 אויסגאבעס. אבער נאכן קלערן און איבערהערן האב איך געטראכט אז זאגן די אמת אז מענטשן זאלן רילעיטן צו דעים איז נישט אזא פראבלעים - העכסענס העל איך זאגן נעקסטע וואך .....
די צאנה ראנה האב איך נישט אנגעקוקט אלס אישו בכלל - אבער אז דו האסט מעורר געווען האב איך יעצט גערופן איינער פון מיינע רבנים (שטארק רעכט) איך האב אים געפרעגט דערוועגן - ער האט געהאלטן אז דו האסט אביסל רעכט און איך זאל טוישן א מה-שהוא, אבער ער האט געזאגט אז עס איז נישט שרעקליך אז עס מוז יעצט באקומען א בענד-עיד, נאר מען קען עס לייגן נעקסטע וואך ביי די הערות - וועסט שוין הערן דארט וואס ער האט געאגט (עס איז מיר שווער צו טייפן). ער האט גראדע אויך געהאלטן אז די אמי וכו' איז א ערגערע סטעיטמענט - אבער איוך נישט געפערליך.

באמת, דאס דארף ווערן אויסגעמעקט.

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט