מדינת ישראל וואלן - חשון תשע״ט - ווארענונג: טראכט פארן שרייבן!

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:52 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:ברקוביץ גיט נישט אויף. ער קאנסידט נישט. ער זאגט אז ס׳איז פארגעקומען פראוד.

פלארידא עליך ירושלים!!!

לענ''ד איז זיכער געווען פראוד. ביי א סיבוב שני איז געווענליך דא האלב די מענטשן פון סיבוב ראשון. די נומערן טויגן נישט פון די ערשטע מינוט.

דגל מיט ש"ס האבן געארבעט היינט איבער אלע כוחות, אין אלע בנינים פון די חרדי'שע געגענטער זענען ארום געגאנגען בחורים און געקלאפט ביי די טירן פרעגן צו מען האט שוין געגאנגען קלייבן.
מען האט געשלעפט אלטע זקנים און אלטע באביטשקעס צו די וואלן, זיי האבן געארבעט מיט אלע כוחות ממש.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 7:57 pm

פון וואו ווייסטו וויפיל מענטשן עס וואלטן געדארפט שטימען, איך הער דאך אז אין ירושלים איז קיינמאל נישט געווען קיין ראנאף?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 8:06 pm

יירסת התעוררות:


פער של 6,153 קולות.

נשארו 8,400 קולות החיילים והמעטפות הכפולות.

בפעם הקודמת 70% מהקולות הללו היו עבור עופר ברקוביץ' לראשות, כשהיו 4 מועמדים.
עכשיו יש 2.

אם עופר יקבל מהם שוב 70%, ליאון לוקח.
אם 75%, עופר לוקח.\

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 8:28 pm

ככר השבת וועבסייט האט אצינד שוועריקייטן, זעהט אויס צוליב די וואלן.

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 9:46 pm

אבזערוואציע פון פרעמדע אנאלעטיקער זעהן דא א נייע פארטיי, א שטארקע און מאסיווע פראנט קעגן דגל:


אין ספק שליצמן הוכיח שיש לו ערוץ ישיר עם הפלג הירושלמי ואתם תראו שבשבעות הקרובים ליצמן ידרוש את הורדת אחוז החסימה בכדי להתמודד לכנסת אגודת ישראל יחד עם הפלג שהם שווים מנדט שלם - והנה התוצאה לפניכם מפלגה חדשה בציבור החרדי.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 9:54 pm

די קולות פון חיילים גייט לכאורה גיין פאר בערקאוויטש. די 70 פראצענט וועט זיכער בלייבן ביי אים, ער וועט נאך באקומען נאך. סיבוב ראשון איז געווען ארום 9 טויזנט חיילים וכדו', כמעט וויפיל יעצט.

זאג פאר די דגל בחורים וואס טאנצן נאך אז זיי זאלן זיך גוט אויסטאנצן ווייל אין געציילטע טעג גייען לכאורה אנדערע אידן טאנצן.

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 11:23 pm

מיט 75% קאווערט ער נאר די יעצטיגע דיפערענץ פון 6,300, אבער ליאון וועט נאך אלס זיין פאראויס מיט די איבריגע 2,100.
כדי צו געוואונען דארף ער מינומום 87% פון די 8,400

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 11:51 pm

עס איז נאר דא דאס מאל אביסל מער ווי דריי טויזענט מיליטערישע בעלאטס. It's over.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:31 am

כתמר יפרח האט געשריבן:כ'הער זאגן אז אסאך חסידים זענען יא געגאנגן וואויטן פאר ליאון

א ודאי, די מער אחריות'דיגע ערוואקסענע זענען געגאנגען פאר איהם, חוץ ביי גור
מן הסתם געווען א פאר טויזענט חסיד'שע קולות, דאס וואס האט מכריע געווען די כף לטובתו של ליאון

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:32 am

נישט כדאי לעבן אין דמיונות
די גאנצע קולות החיילים אין די סיבוב, שטייט אויף גענוי 3820 קולות. אפילו אויב 100% פון זיי זענען ברקוביץ, איז ליאון ראש העיר.
אבער סתם אזוי, איינער ווייסט נישט דא קיין חשבון, אפילו ס'וואלט געוועהן 8000 חיילים [וואס איז כולל אויך נכים, וואס א גרויס טייל פון זיי זענען עלטערע חרדישע אידן], אין לאמיר טאקע זאגןן אז ברקוביץ וואלט געברענגט דארט 75% פראצענט, איז אויכעט נאך ווייט פון איהם צו באקומען די בענקל. 25% פון די קולות וואלטן גהעכערט ליאון מיט נאך 2000 קולות, אין ממילא וואלט ברקוביץ געדארפט האב נאך און נאך...
שוין, ס'איז דערנאך. נעקסט.

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:38 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די קולות פון חיילים גייט לכאורה גיין פאר בערקאוויטש. די 70 פראצענט וועט זיכער בלייבן ביי אים, ער וועט נאך באקומען נאך. סיבוב ראשון איז געווען ארום 9 טויזנט חיילים וכדו', כמעט וויפיל יעצט.

זאג פאר די דגל בחורים וואס טאנצן נאך אז זיי זאלן זיך גוט אויסטאנצן ווייל אין געציילטע טעג גייען לכאורה אנדערע אידן טאנצן.

ס'איז מיר זייער אינטרעסאנט ווי אזוי די ליאון פארטיי קען פראווענען אזא היליכיגע זיג, ווען מ'האלט פארן אפציילן די קולות פון די חיילים, נכים, וכו', כדי צו געווינען דארף ער האבן כאטשיג צוויי טויזענט פון די שטימען פון די חיילים, והוא לפלא!

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:36 am

די מעשה מיט די חיילים איז אזוי, פון חיילים ממש איז דא העכער 3000, פון דעם באקומט ער 2200 זיכער.

אויסער דעם איז דא איבער 5000 קראנקע אידן ל''ע, פון דעם באקומט ער ארום האלב - לאמיר זאגן 2500. האלט ער ביי כמעט 5000 פרישע קולות. דאס איז נישט גענוג פאר אים צו געווינען.

אויב די חשבונות זענען אמת, איז 95 פראצענט זיכער אז בערקאוויטש איז דערנאך.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:25 am

2000 פון 9000 איז נישט א סך

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:39 am

די ווילדע טאנצערייען נעכטן פון די דגל׳יסטן ״ליצמאן הביתה״ וועט נאר פארשארפן דעם ריס, און מאכן דעם געשלעג אומפארהיילבאר.

וואו איז זייער שכל?

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:06 pm

נאך די אלע "נכים" איז ליאון נאך אלס מיט 6 טויזנט קולות פאראויס:

ברקוביץ עופר הת התעוררות 106020 %48,62
ליאון משה יד ירושלים שלנו 112029 51,38%



ס'איז געבליבן יעצט נאר די 3800 חיילים. דארט ליאון האט זיכער אויך ארום טויזנט חאטש. ד"ה ס'וועט בלייבן ארום 5 טויזנט קולות דיפערענץ לטובת ליאון

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:13 pm

פערציג יאר האט מען זיי איינגערעדט אז זיי זענען די מיעוט, און זיי האבן דיר געפראווט ראנג, וואס איז שווער צו פארשטיין.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:35 pm

די שמחה ביי די ליטווישע איז עפעס אבנארמאל...
נעכטן ביי די טענץ אין די ליטווישע הויפטקווארטירן האבן טויזענטער ווייסע-העמדער ליטווישע געפייערט און גע'יובל'ט זינגענדיג און טאנצענדיג, צווישן אנדערן האבן זיי געזינגען א בחירות ווערסיע פון דעם קנאות ניגון 'בדרך התורה נלך', האבן זיי געזינגען 'בדגל התורה נלך'... איך ווייס נישט צו ס'פריש ערפונדן יעצט, אדער אן אלטן קאדאטשקע.
https://www.kikar.co.il/abroad/296806.html

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 4:53 pm

ווייזער האט געשריבן:אבזערוואציע פון פרעמדע אנאלעטיקער זעהן דא א נייע פארטיי, א שטארקע און מאסיווע פראנט קעגן דגל:


אין ספק שליצמן הוכיח שיש לו ערוץ ישיר עם הפלג הירושלמי ואתם תראו שבשבעות הקרובים ליצמן ידרוש את הורדת אחוז החסימה בכדי להתמודד לכנסת אגודת ישראל יחד עם הפלג שהם שווים מנדט שלם - והנה התוצאה לפניכם מפלגה חדשה בציבור החרדי.

הורדת??
כ'פארשטיי נישט. אן נידערן קומט ער דען נישט אריין אליינס? איז דאך זיכער אז צוזאמען מיט פלג איז ער גוט. פארקערט אפשר, ער וועט בעטן צו העכרן כדי נאר אגודה מיט פלג זאלן אריין און נישט דגל.
ביטע ערקלער.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 4:59 pm

אט דאס איז (זייער) קנאות

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:02 pm

אהער און אהין האט געשריבן:די שמחה ביי די ליטווישע איז עפעס אבנארמאל...
נעכטן ביי די טענץ אין די ליטווישע הויפטקווארטירן האבן טויזענטער ווייסע-העמדער ליטווישע געפייערט און גע'יובל'ט זינגענדיג און טאנצענדיג, צווישן אנדערן האבן זיי געזינגען א בחירות ווערסיע פון דעם קנאות ניגון 'בדרך התורה נלך', האבן זיי געזינגען 'בדגל התורה נלך'... איך ווייס נישט צו ס'פריש ערפונדן יעצט, אדער אן אלטן קאדאטשקע.
https://www.kikar.co.il/abroad/296806.html

איך געדענק עס נאך פון די בחירות אין יאר תשמ"ט, ווען עס האט זיך געגרונדעט די דגל התורה פארטיי, דאס איז דאן געווען די לידל פון דגל.

איך הער אז נעכטן ביינאכט האלב צוויי א זייגער, אין מיטן די טאנצעריי, איז געקומען א טעלעפאן פון דעם סלאבאדקא'ער ראש ישיבה רבי משה הלל הירש מיט א שארפן פארבאט נישט צו זינגען דארט נצחון'דיגע ניגונים.

חמרא
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:28 pm

ווייזער האט געשריבן:די ווילדע טאנצערייען נעכטן פון די דגל׳יסטן ״ליצמאן הביתה״ וועט נאר פארשארפן דעם ריס, און מאכן דעם געשלעג אומפארהיילבאר.

וואו איז זייער שכל?

זיי האבן געבארגט שכל פון די ׳דידן נצח׳ זינגערס פון תשמ״ט

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 5:33 pm

אין פאליטיק דארף מען לעבן גענוג לאנג צו זעען אז נצחונות און דורכפעלער גייען פארביי, כשזה קם זה נופל איז א רעדעלע וואס דרייעט זיך אן אויפהער.

דאס איז געזאגט געווארן סיי אין אמעריקע וואס מאנכע באוויינען שוין די רעפאבליקאנער, און אזוי אויך אין א"י ווי מען מאכט אוועק אגודה.

ווער עס האט נאר אמאל שטודירט פאליטישע סייענס ווייסט אז די שטערקסטע זאך וואס קען נאר בויען א פארטיי איז ווען די מיטגלידער האבן מאיזה סיבה א דראנג צו באווייזן עפעס. מען קען אזוי עררייכן דאפלט און טריפלט שטימען און איבעראשן די גרעסטע אפטימיסטישע שאצונגען.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:43 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:אין פאליטיק דארף מען לעבן גענוג לאנג צו זעען אז נצחונות און דורכפעלער גייען פארביי, כשזה קם זה נופל איז א רעדעלע וואס דרייעט זיך אן אויפהער.

דאס איז געזאגט געווארן סיי אין אמעריקע וואס מאנכע באוויינען שוין די רעפאבליקאנער, און אזוי אויך אין א"י ווי מען מאכט אוועק אגודה.

ווער עס האט נאר אמאל שטודירט פאליטישע סייענס ווייסט אז די שטערקסטע זאך וואס קען נאר בויען א פארטיי איז ווען די מיטגלידער האבן מאיזה סיבה א דראנג צו באווייזן עפעס. מען קען אזוי עררייכן דאפלט און טריפלט שטימען און איבעראשן די גרעסטע אפטימיסטישע שאצונגען.

און דאס טאקע האט דגל יעצט געטון.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 1:43 am

מען רעדט דא פון מאכן א שותפות פלג מיט אגודה?
קען דען דער פלג גיין אינאיינעם מיט חב"ד?
און אויב יא, וועלן זיי דאך מן הסתם בעטן דאס דריטע אדער פערטע בענקל, וועט דאס דען אגדוה געבן?
און אויב יא, וועט דען דאס נישט אפהאלטן די חב"ד'סקע אקטיוויסטן צי העלפן אגודה אזוי ווי אין תשמ"ט?


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט