עצרת ביום כ' סיון - משנת רביה"ק מסאטמאר בענין ציונות

קראון הייץ
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 8:45 pm

תגובהדורך קראון הייץ » דאנארשטאג מאי 03, 2018 10:49 pm

אדמו"ר מהר"א האט יעצט ביי די ל"ג בעומר סעודה אין וויליאמסבורג געזאגט אז די עולם ווייסט נישט די יסודות וואס ציונות באדייט.

עכט היימיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג מאי 04, 2018 10:01 am

האדמ"ר מהר"א ביום ל"ג בעומר ביי דברי הכנה צום בעפארשטייענדע כינוס:

"ווער ווייסט וואס עס איז די פראבלעם צו גיין צו די וואלן אין ארץ ישראל? ווער ווייסט? איך האב מורא אז 95 פארצענט דא ווייסן נישט. איך וויל פרעגן נאך א שאלה וואס איז ארגער פארן מיט אלעל אדער גיין צו די וואלן?"
שרייב צו דער 'זאך.....'

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » פרייטאג מאי 04, 2018 4:02 pm

איך האב בערך א שטיק צייט צוריק געטראפן אין א ספרים סטאר א ספר ויואל משה אין אידיש
דאס איז א ספר פון ר' בנימין הערש בערקאוויטש ז"ל איך האב דאס געקויפט און איך לערן דאס יעדע וואך מיט מיינע קינדער ב"ה. ווייל זיי פלעגן מיר אלץ פרעגן קשיות יא גיין צום כותל נישט גיין צום פאר וואס מעג מען ווער מעג יא ווער מעג נישט, די ספר איז זייער א גוט ספר עס איז זייער קלאר אין אידיש און איז מסביר אלעס בטוב טעם ודעת

עכט היימיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג מאי 06, 2018 10:25 am

הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א במח"ס שו"ת אגלי דבש האט זיך די שבת געפינען אן וויליאמסבורג לרגל די קידושא רבה פון נכדו הרב יקותיאל יהודא ט"ב בן הגה"צ אב"ד סאטמאר וומ"ס שליט"א און האט אויפגעטרעטן ביי פרקי אבות מיט פייערדיגע ווערטער לקראת די היסטארישע כינוס כללי, ארויס ברענגענדיג אלץ א תלמוד פון רבין ז"ל אז דאס איז די חוב אין די יעצטיגע טעג. זיך צוזאמנעמען חזרן די יסודות האמונה.
שרייב צו דער 'זאך.....'

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג מאי 06, 2018 3:57 pm

עכט היימיש האט געשריבן:הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א במח"ס שו"ת אגלי דבש האט זיך די שבת געפינען אן וויליאמסבורג לרגל די קידושא רבה פון נכדו הרב יקותיאל יהודא ט"ב בן הגה"צ אב"ד סאטמאר וומ"ס שליט"א און האט אויפגעטרעטן ביי פרקי אבות מיט פייערדיגע ווערטער לקראת די היסטארישע כינוס כללי, ארויס ברענגענדיג אלץ א תלמוד פון רבין ז"ל אז דאס איז די חוב אין די יעצטיגע טעג. זיך צוזאמנעמען חזרן די יסודות האמונה.


דער דיין שליט"א האט אויך אפגעלערענט א שטיקעל ויואל משה ווי דער רבי שמועסט אויס אז אפילו די חברי כנסת וואלטן געווען קדושים וטהורים איז אויך די מדינה פאר זיך אן העברה אויף די שלש שבועות און א געפערלך הארבער עוון

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג מאי 06, 2018 7:24 pm

על מה אנו נאספים ? זייער קלאר ארויסגעברענגט אינעם בייגעלייגטן ארטיקל.

www.bechatsrossatmar.com/PDF/425Emoir-5 ... -Emoir5778

ווייס פרעזידענט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2016 2:03 pm

תגובהדורך ווייס פרעזידענט » מאנטאג מאי 07, 2018 1:10 pm

קען איינער צוברענגען די טעקסט פונעם דרשה פון הגאון הדומ"ץ

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מאי 07, 2018 1:17 pm

עכט היימיש האט געשריבן:האדמ"ר מהר"א ביום ל"ג בעומר ביי דברי הכנה צום בעפארשטייענדע כינוס:

"ווער ווייסט וואס עס איז די פראבלעם צו גיין צו די וואלן אין ארץ ישראל? ווער ווייסט? איך האב מורא אז 95 פארצענט דא ווייסן נישט. איך וויל פרעגן נאך א שאלה וואס איז ארגער פארן מיט אלעל אדער גיין צו די וואלן?"


לפענ״ד קעמען פרעגן נאך בעסער; וואס איז אערגער, אנטיילנעמען אין די בחירות אדער גיין צום כותל?
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מאי 07, 2018 1:21 pm

ס׳איז פאהאן אסאך חשובע רבנים און משפיעים וואס זענען איינשטומיג מיטן שיטה ה״ק, און שרייען אויס אין לנו חלק ונחלה במדינות הציונות, זיי גייען נישט די בחירות, אבער צום כותל גייען זיי יא. דאס נישט גיין צום כותל איז מער קנאות. נישט פארן מיט אלל איז די זעלבע דערהער
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 07, 2018 1:30 pm

ווייס פרעזידענט האט געשריבן:קען איינער צוברענגען די טעקסט פונעם דרשה פון הגאון הדומ"ץ

א טעקסט פון א שבת'דיגע דרשה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 07, 2018 1:32 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז פאהאן אסאך חשובע רבנים און משפיעים וואס זענען איינשטומיג מיטן שיטה ה״ק, און שרייען אויס אין לנו חלק ונחלה במדינות הציונות, זיי גייען נישט די בחירות, אבער צום כותל גייען זיי יא. דאס נישט גיין צום כותל איז מער קנאות. נישט פארן מיט אלל איז די זעלבע דערהער

אין די ווארהייט איז אויך פארהאן אזעלכע וואס פארן "נישט" מיט אל-על אבער גייען "יא" צו די בחירות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

העניך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » מאנטאג מאי 07, 2018 1:50 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז פאהאן אסאך חשובע רבנים און משפיעים וואס זענען איינשטומיג מיטן שיטה ה״ק, און שרייען אויס אין לנו חלק ונחלה במדינות הציונות, זיי גייען נישט די בחירות, אבער צום כותל גייען זיי יא. דאס נישט גיין צום כותל איז מער קנאות. נישט פארן מיט אלל איז די זעלבע דערהער

כותל איז נישט די זעלבע דערהער ווי אל-על, כותל האט די רבי זי"ע קלאר געזאגט אז נישט משא"כ אל-על.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מאי 07, 2018 1:53 pm

farshlufen האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז פאהאן אסאך חשובע רבנים און משפיעים וואס זענען איינשטומיג מיטן שיטה ה״ק, און שרייען אויס אין לנו חלק ונחלה במדינות הציונות, זיי גייען נישט די בחירות, אבער צום כותל גייען זיי יא. דאס נישט גיין צום כותל איז מער קנאות. נישט פארן מיט אלל איז די זעלבע דערהער

אין די ווארהייט איז אויך פארהאן אזעלכע וואס פארן "נישט" מיט אל-על אבער גייען "יא" צו די בחירות.

וועמעס שיטה איז דאס? ס׳האט מיר געקאסט א שמייכל.
!...Jobs Jobs Jobs

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מאי 07, 2018 2:20 pm

farshlufen האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז פאהאן אסאך חשובע רבנים און משפיעים וואס זענען איינשטומיג מיטן שיטה ה״ק, און שרייען אויס אין לנו חלק ונחלה במדינות הציונות, זיי גייען נישט די בחירות, אבער צום כותל גייען זיי יא. דאס נישט גיין צום כותל איז מער קנאות. נישט פארן מיט אלל איז די זעלבע דערהער

אין די ווארהייט איז אויך פארהאן אזעלכע וואס פארן "נישט" מיט אל-על אבער גייען "יא" צו די בחירות.

דאס איז אלס חילול שבת, נישט אלס קנאות.

איך האב אגב געטראפן א ראיה אז זיי פארן טאקע שבת, ווען איך בין געפארן מיט זיי האבן זיי אויסגעטיילט נאכן עסן קליינע בענטשערליך, עס איז געהעריג געשטאנען 'רצה' אין דעם!!
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג מאי 07, 2018 2:47 pm

זייער א גוטע ארטיקל פוןן מ.י.י. ווייס ערשינען די וואך איבער'ן מצב און געברויך פונעם כינוס...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מאי 07, 2018 3:02 pm

העניך האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז פאהאן אסאך חשובע רבנים און משפיעים וואס זענען איינשטומיג מיטן שיטה ה״ק, און שרייען אויס אין לנו חלק ונחלה במדינות הציונות, זיי גייען נישט די בחירות, אבער צום כותל גייען זיי יא. דאס נישט גיין צום כותל איז מער קנאות. נישט פארן מיט אלל איז די זעלבע דערהער

כותל איז נישט די זעלבע דערהער ווי אל-על, כותל האט די רבי זי"ע קלאר געזאגט אז נישט משא"כ אל-על.

די רבי זי״ע האט אונז געלערנט הלכות. ס׳איז אויפגעשטאנען א מדינה הטמאה, האט ער פאר אינז איבערגעלאזט דעם ספר הק׳ ויואל משה אויף הלכה למעשה. דארט שרייבט ער אז איינטיילנעמען און די בחירות איז טייטש אז מ׳אנערקענט די גאווערמענט, און די גאווערמענט איז עובר אויף די שלוש שבועות. גוט. פארן מיט על-אל מיינט נישט אז מ׳אנערקענט עפעס, ס״ה האט דאס די מד״י פאָן אויף זיך, און ס׳איז א ערליין וואס ווערט קאנטראלירט דורך די גאווערמענט. (כ׳ווייס נישט אויב נאכאלטס) און אפילו אויב יא, אויב פארן מיט עפעס וואס ווערט קאנטראלט דורך די גאווערמענט מיינט אנערקענט, איז לכאורה טאר מען זיך נישט אפשטעלן ביי א רויט לייט, דעמ אנערקענסט.

וואזשע דען. ארגינעלע סאטמאר׳ע בלוט קען פשוט נישט סובל זיין פארן מיט א אזא פליגער, אלטס קנאות, ס׳עקלט אים, מ׳רעדט אויף דעם פליגער עברי איש, א שפראך וואס איז טמא. ס׳פאסט נישט פאר אים ארויפצוטרעטן אויף אזא פליגער. ״אסור״ איז עס (מיינעך) נישט.

דאס ענין פונעם כותל איז שוין מער ווי סתם קנאות, ווייל נאך אלעמען איז עס וואס ס׳איז אינטער מד״י איז עס התגרות באומות, אבער גיין אהין מיז נישט זיין אסור ע״פ הלכה, אדער עכ״פ א דין פטור אבל אסור.. כ׳ווייס נישט. פאר עפעס א סיבה האט די רבי זי״ע געזאגט, לדעתי, לדעתי צוויי מאל.. און אזא החלטה איז פארן רבין געווען נישט קיין גרינגן עסק. אזוי דערציילן די עלטערע.

————————-
כ׳קען נישט ויואל משה אויסענווייניג (ליידער). כ׳וויל פרעגן א שאלה, נישט ברוגז ווערן. ס׳קען זיין ס׳איז אמעראציש. מעג מען גיין צו די בחירות און וועלן א פאלעסטינער קאנדידאט?
!...Jobs Jobs Jobs

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג מאי 07, 2018 3:26 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כ׳קען נישט ויואל משה אויסענווייניג (ליידער). כ׳וויל פרעגן א שאלה, נישט ברוגז ווערן. ס׳קען זיין ס׳איז אמעראציש. מעג מען גיין צו די בחירות און וועלן א פאלעסטינער קאנדידאט?



אודאי נישט! מיט וואס איז א פאלעסטינער ח"כ אינעם "מדינת ישראל" פארלימענט מער כשר ווי א חרדישער דעפוטאט?
מפתח צו מיינע אשכולות.

שליו ודגים
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג מאי 07, 2018 3:37 pm

איך וואלט געזאגט אז די כינוס גייט באנייען די מלחמה קעגן רעיון הציוני א זאך וואס שלאפט פשוט ביים צבור אזוי ווי יעדע זאך וואס שלאפט איין עס איז דא אסאך צו שרייבן איבער דעם איך האלט אז דער עולם שאצט נישט גענוג וואס דער מעמד מיינט איך קוק עס אן פאר א געוואלדיגע היסטארישע מינוט מ'גייט רעדן פון מלחמה קעגן דעם רעיון "ארגינעל" אזוי ווי מ'האט גערעדט דערפון אין די י' יארן כ' יארן פון דעם פשוטן משנאיך ד' אשנא ווי מהרא האט שטארק ארויסגעברענגט ביי זיין לג בעומר דרשה פרעגענדיג וויפיל האט דיר געבאדערט דעם אמעריקאנעם פרעזידענטס אנערקענונג אין ירושלים אלס הויפט שטאט פון די ממשלת הכופרים ? דעס איז אזא ציפעדיגע קשיא אז ס'לאט זיך נישט זאגן כהנה וכהנה

עוד חזון

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5586
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מאי 07, 2018 3:42 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ס׳איז פאהאן אסאך חשובע רבנים און משפיעים וואס זענען איינשטומיג מיטן שיטה ה״ק, און שרייען אויס אין לנו חלק ונחלה במדינות הציונות, זיי גייען נישט די בחירות, אבער צום כותל גייען זיי יא. דאס נישט גיין צום כותל איז מער קנאות. נישט פארן מיט אלל איז די זעלבע דערהער

אל על האט גארנישט מיט קנאות, אל על איז א געפיל זאך, אזוי ווי אונזערע זיידעס האבן נישט געקויפט קיין דייטשע פראדוקטן, ס'איז דא מער מענטשן וואס פארן מיט אל על און גייען נישט צום כותל, ווי מענטשן וואס גייען צום כותל אדער בחירות און פארן נישט מיט אל על, כותל האט די רבי קלאר געזאגט, און פון על אל האט ער נישט גערעדט
אוי דארף מען א כינוס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

לדעתי
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג מאי 07, 2018 3:55 pm

די פלאץ איז אפשר נישט דא.
אויב איינער קען ארויפלייגן דא די ספה"ק ויואל משה, על הגאולה.

יישר כח למפרע.

HelpMe
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג מאי 07, 2018 3:56 pm

שליו ודגים האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די כינוס גייט באנייען די מלחמה קעגן רעיון הציוני א זאך וואס שלאפט פשוט ביים צבור אזוי ווי יעדע זאך וואס שלאפט איין עס איז דא אסאך צו שרייבן איבער דעם איך האלט אז דער עולם שאצט נישט גענוג וואס דער מעמד מיינט איך קוק עס אן פאר א געוואלדיגע היסטארישע מינוט מ'גייט רעדן פון מלחמה קעגן דעם רעיון "ארגינעל" אזוי ווי מ'האט גערעדט דערפון אין די י' יארן כ' יארן פון דעם פשוטן משנאיך ד' אשנא ווי מהרא האט שטארק ארויסגעברענגט ביי זיין לג בעומר דרשה פרעגענדיג וויפיל האט דיר געבאדערט דעם אמעריקאנעם פרעזידענטס אנערקענונג אין ירושלים אלס הויפט שטאט פון די ממשלת הכופרים ? דעס איז אזא ציפעדיגע קשיא אז ס'לאט זיך נישט זאגן כהנה וכהנה

עוד חזון

דעם פשוטן משנאיך ד' אשנא

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מאי 07, 2018 3:58 pm

וויפיל ס׳האט דיר געבאדערט ווען טראמפ האט דערקלערט ירושלים אלטס מד״י הויפשטאט.. דאס איז נאך א גרינגן טעסט. פאר [כמעט] יעדע סאטמאר׳ע תלמיד האט דאס געבאדערט. אפשר נישט גענוג.

די ריכטיגע ניסיון מיט וואס מיר מיטשען זיך יעצט איז, זייער פארגעשריטנקייט ווען ס׳קומט צו מיליטער. די סאקסעס׳ן פון מד״י באמבעדירונגען און סיריע. געב א קוק, ביבי האט פאריגע וואך אנגעמאכט ביזי בזיונות פאר איראן, ווען ער האט פרעזענטירט ״ארגינעלע דאקעמענטן״ וואס איז געשווערצט געווארן ארויס פון איראן׳ס געהיימסטע ארכיון. ס׳איז מאמת א שווערע צייט זיך צו פעסט אנהאלטן און נישט ווערן פארבלענד און ציוניזעם.
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18892
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 07, 2018 4:09 pm

לדעתי האט געשריבן:די פלאץ איז אפשר נישט דא.
אויב איינער קען ארויפלייגן דא די ספה"ק ויואל משה, על הגאולה.

יישר כח למפרע.

געפונען אויף עפעס א אידישע היימישע וועב-סייטל:
ספרי עצי התמרים

scy4851 האט געשריבן:----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
ספרי כ"ק אדמו"ר מהר"י ט"ב זצוק"ל אבדק"ק סאטמאר יצ"ו בענין ציונות ואביזרייהו

ספר ויואל משה
ספר על הגאולה ועל התמורה
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מאי 07, 2018 4:27 pm

עטץ מישטס דא צוזאם ציונות מיט מדינה.

זייט די חורבן הבית האט כלל ישראל געהאט איין זאך וואס איז זיי מאחד: די תורה. ציונות איז געווען א תנועה (מאוומענט) צו מאכן פון די אידישע פאלק ווי אלע פעלקער, שפראך קולטור און א לאנד אויך, אז אידן זאלן זיך קענען אידענטיפעצירן פונקט ווי א פראנצויז, א רוסישער און אן אינדיאנער וועלכע האבן אן אייגן שפראך אין קולטור.(דאס איז געווען א סתירה צו די ריפארמער באוועגונג וועלכע האבן געוואלט אז אידן זאלן זיך איינגלידערן אין די לאנד ווי זיי געפינען זיך).

ציונות האט אריינגעכאפט פולע אידן ספעציעל אזעלכע וועלכע האבן זיך געשפירט אינטערדריקט אין די לאנד ווי זיי האבן געוואינט, און די געדאנק פון ווערן זעלבסשטענדיג האט שטארק אפעלירט צו די מאסן. אפילו שומרי תורה ומצוות זענען געווארן אריינגעשלעפט וויבאלד אויבן אויף איז עס נישט געווען א סתירה צו די תורה. מיט די צייט אבער האבן זיי צעביסלעך נאכגעלאזט פון תורה ומצוות און בפרט זייערע קינדער וועלכע מ'האט געפרעדיגט אז מ'קען זיין א איד אן תורה ומצוות אויך, דורכ'ן רעדן די שפראך און בויען די לאנד.
בימים ההם האבן רוב גדולי ישראל מלחמה געהאלטן מיט די רעין הציונות און מיט די געדאנק פון לאומית קלארשטעלענדיג אז אידישקייט אן תורה איז גארנישט. אויך זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן געשריגן אז בויען א לאנד און אראפווארפן די עול הגלות איז כפירה בביאת המשיח, אבער דאס איז שוין געווען תלי במחלוקת ווייל געוויסע גדולי ישראל האבן געהאלטן אז טאמער די לאנד ווערט געפירט עפ"י תורה איז נישט קיין פראבלעם.

תש"ח איז געגרינדעט געווארן די מדינה אין ארץ ישראל און מ'האט זיך דערזעהן מיט א נייע מציאות אויף וואס די פריעדיגע גדולי ישראל האבן נישט אוועקגעשטעלט מיט א קלארקייט וויאזוי זיך אומצוגיין. די סאטמאר רב האט זיך ארויסגעשטעלט בראש פון די וואס האבן געשריגן אז ס'האט זיך גארנישט געטוישט און די זעלבע התבדלות וואס מ'האט געהאט פון די ציונים אינדערהיים, דארף ווייטער אנגיין. רובא דרובא כלל ישראל איז אבער געווען אזוי איבערגענומען פון די ציונית'טישע הצלחה און נישט פארשטאנען וואס ער זאגט. דאן האט ער ארויסגעגעבן די ספר ויואל משה ווי ער איז מברר אז עפ"י הלכה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן און ווער ס'נעמט א חלק דערין איז א מסייע לעוברי עבירה. רוב גדולי ישראל האבן אבער געהאלטן אז ס'נישטא קיין ברירה און מ'דארף אריינוועלן חרדי'שע חברי הכנסת צו ראטעווען וואס מ'קען.
האמיר צוויי באזינדערע זאכן: ציונות און מדינה. ציונות איז די געדאנק פון לאומית - זיין א איד/ישראלי אן תורה און מדינה איז האבן א לאנד וואס לפי הויואל משה ועוד גדולי ישראל איז כפירה בביאת המשיח.

איך האב דאס געדארפט ארויסברענגן ווייל איך זעה אסאך שרייבער מאכן איין גרויסע קיגל פון ציונות און מדינה. די אמת איז אבער אז די רעיון הציונות איז שוין לאנג נישטא, ס'איז אינטערגעגאנגן. די פרייע זענען סתם פורקי עול וואס זענען נישט אינטערעסירט זיך בכלל צו אידענטיפעצירן אלס אידן און אודאי כאפט מען נישט אריין קיין פרומע אידן אין די רעיון הציוני. פארן מיט אלעל, גיין צום כותל און בחירות האט גארנישט מיט ציונות. איינער וואס האט הנאה ווען מדנ"י באמבעדירט אן איראנע באזע האט אויך נישט מיט ציונות. די אלע זאכן האט פשוט מיט התבדלות מרשעים ווי מ'דארף זיך מונע זיין פון האבן א שייכות מיט זיי ווייל זיי זענען רשעים, נישט ווייל זיי זענען ציונים. (לגבי בחירות איז אויך דא א הלכה'דיגע שאלה און לפי הויואל משה איז דא ביי דעם אן איסור פון מסייע לעוברי עבירה און שליח של אדם כמותו).

ועוד יש להאריך בזה

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » מאנטאג מאי 07, 2018 4:29 pm

שליו ודגים האט געשריבן:וויפיל האט דיר געבאדערט דעם אמעריקאנעם פרעזידענטס אנערקענונג אין ירושלים אלס הויפט שטאט פון די ממשלת הכופרים ? דעס איז אזא ציפעדיגע קשיא אז ס'לאזט זיך נישט זאגן כהנה וכהנה

איך ווייס נישט פון וועלעכע בית מדרש איר רעדט, אבער די ביהמ''ד וואס איך דריי מיר האט די תמימותדיגע שאלה געהויבען ברעמען ביי רוב ציבור,
וועים פאלט ביי זיך צו פרייען?
ביי יעדען סאטמארער תלמיד איז עס א מילתיה דפשיטא, אז מ'טאר זיך נישט פרייען מיט זייערע נצחונות, ווער ס'האט נאר אמאל געעפענט דעים רבין'ס ספרים זעהט דא נישט קיין נסיון בכלל,
אפגערעדט פון די נשא (בנש''ק) תורות, ווער ס'פריידט זיך מיט זייערע נצחונות פריידט זיך מיט די נצחונות פון די ס''ם ר''ל, וכ''ו, דעם רבין'ס ספרים זענען פיל מיט דעים מרישא ועד גמירא
וזיל קרא בי רב
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט