עצרת ביום כ' סיון - משנת רביה"ק מסאטמאר בענין ציונות

קדוש ונורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » דאנארשטאג מאי 24, 2018 5:50 pm

איינער האט געהערט
וועלכע צייט און טאג די כינוס גייט פארקומען

פארמיטאג? נאכמיטאג? פארנאכט'ס?

חזן שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » דאנארשטאג מאי 24, 2018 5:55 pm

דריידל האט געשריבן:
Joel האט געשריבן:מיין GPS זאגט פון קרית יואל 1.53 מינוט

יעדע צייט פון טאג איז אנדערש. כ'האב געלייגט אין גוגל מעפס אז כ'וויל מיך ארויסלאזן זונטאג דרייע נאכמיטאג, זאגט ער אז ס'נעמט צווישן אנדערהאלבן שעה און צוויי שעה מיט צען מינוט.

כהאב געטשעקט אויף גוגל מעפס נעכטן נאכט
מאכט סענס אז בייטאג זאל נעמען לענגער
מען נעמט די קריספי עק, און מען טינקט עס איין אין די קאטשעניא,,, אההההה

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » דאנארשטאג מאי 24, 2018 6:16 pm

איין שעה און 36 מינוט.
אויב מען לאזט זיך יעצט ארויס.
Capture.GIF
Capture.GIF (70.22 KiB) געזעהן 449 מאל


האף איך אז דער עולם זאל האבן די זכיה און קומען אין די מאסן.
מען דארף אוועקלייגן אלע אייגענע נגיעות און זען ס'זאל ארויסקומען א כבוד שמים.
נישט זיין ביזי צו עס איז מער ווי די פאריעריגע, אדער ווייניגער, דער עיקר מען זאל זען נאך שווערע טויזנטער אידן קלאמערן זיך בשיטתו של רביה"ק זי"ע, און דרוקן אויס זייער ווייטאג צום מדינת הציוני.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2224
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג מאי 24, 2018 7:48 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט געהערט
וועלכע צייט און טאג די כינוס גייט פארקומען

פארמיטאג? נאכמיטאג? פארנאכט'ס?

3:30
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אהבת השם
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג מאי 24, 2018 8:15 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט געהערט
וועלכע צייט און טאג די כינוס גייט פארקומען

פארמיטאג? נאכמיטאג? פארנאכט'ס?

איך האב נישט געהערט אבער איך שטעל מיר פאר אז עס גייט זיין ערגעץ צווישן נאכמיטאג און פארנאכט

עכט היימיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

יהדות הגולה לבשו בגדך תפרתך!

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג מאי 24, 2018 8:29 pm

א קורצע באריכט לקראת הופעתו של רבינו הגדול מרן שר התורה ופוסק הדור הראב"ד שליט"א לביקור ההיסטורי' בארה"ב.
פילע מוסדות התורה אריינגערעכנט קרן הצלה, כולל שומרי החומות און פיל נאך האבן ארויס געשטעלט באגריסונגען לקראת הופעתו בהדרתו.
סדר המסע לויט די יעצטיגע פלאן:
מרן הראב"ד פארלאזט ארה"ק מאנטאג שפעט ביינאכט.
לאנדעט אין נו יארק דינסטאג פארטאגס.
דינסטאג - מעמד קבל"פ במעמעד אלפי ישראל אין וויליאמסבורג, און ביקורים ביי אדמור"י ורבני וומ"ס, ב"פ.
מיטוואך - מעמד קבל"פ בקרית יואל.
דארנאשטאג - מעמד קבל"פ ושיעור בביהמ"ד גבוה לעיקוואיד
שב"ק - פרייואט במאנסי
זונטאג - כינוס האדיר
מאנטאג - קערט זיך צוריק קיין ארה"ק לנשואי נכדו קומעדיגן דינסטאג.
הנה ימים באים!
שרייב צו דער 'זאך.....'

קארטל
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2018 4:58 pm

כינוס

תגובהדורך קארטל » דאנארשטאג מאי 24, 2018 9:19 pm

חוץ די מייעסטעטישע גרויסקייט פון נעסא קאליסיעם האט עס נאך א גרויסע מעלה אז עס פארמאגט טויזענטער פארקינג פלעצער (דאס אליינס איז בעסער ווי די ארמארי וואס פארמאגט בכלל נישט קיין פארקינג פלעצער )און איך גלייב אז פאר דעם אליינס אז מענטשען ווייסן אז מקען רואיג קומען מיט קארס פאר דעם אליינס לוינט זיך מוותר צו זיין אויפן ארמארי

Joel
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

תגובהדורך Joel » דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:56 pm

געהערט אז נאכמיטאג 4:00 צייט

דריידל
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 24, 2018 11:19 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט געהערט
וועלכע צייט און טאג די כינוס גייט פארקומען

פארמיטאג? נאכמיטאג? פארנאכט'ס?


פארשטייט זיך נאכמיטאג.
וואס ווילסטי, מ'זאל ארויסשלעפן דעם עולם זונטאג עלעווע פארטאגס?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג מאי 25, 2018 7:09 am

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט געהערט
וועלכע צייט און טאג די כינוס גייט פארקומען

פארמיטאג? נאכמיטאג? פארנאכט'ס?

ס'שטייט נאך נישט קיין צייט, אבער מסתם וועט עס זיין בערך 5'ע 6'ע צייט
זוכט איר דוי?

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm

תגובהדורך פרינדזשעס.. » פרייטאג מאי 25, 2018 11:10 am

דונש האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט געהערט
וועלכע צייט און טאג די כינוס גייט פארקומען

פארמיטאג? נאכמיטאג? פארנאכט'ס?

ס'שטייט נאך נישט קיין צייט, אבער מסתם וועט עס זיין בערך 5'ע 6'ע צייט

פארשטאנען אז עס גייט פארקומען בערך דרייע צייט כדי הגה"צ דומ"צ ק"י שליט"א וועלכער מאכט חתונה אן אייניקל יענע אויפדערנאכט זאל זיך קענען באטייליגן.

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm

תגובהדורך פרינדזשעס.. » פרייטאג מאי 25, 2018 11:32 am

שוין דא פרטים פון די דרשות?

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » פרייטאג מאי 25, 2018 11:47 am

פרינדזשעס.. האט געשריבן:שוין דא פרטים פון די דרשות?


כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א שליט"א און ראב"ד ירושלים שליט"א
יענקל לעדערמאן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 25, 2018 1:53 pm

אפדעיט:

זיצן גייען קאסטן צווישן 10 און 50 דאללער, ס'גייען זיין 4 פרייזן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » פרייטאג מאי 25, 2018 2:11 pm

לך כנו"ס אל כל היהודים: היינט נאכמיטאג 3:30 - 5:30 וועט אי"ה זיין א טישל ביים ביהמ"ד ברך משה סקילמאן צו קענען איינקויפן טיקעטס, צו גרויסארטיגן כינוס כללי כ' סיון. (ווי אויך זונטאג אינדערפרי הבעל"ט)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מאי 25, 2018 2:33 pm

סוועט זיין פאר אומזינסט אויך?

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » פרייטאג מאי 25, 2018 2:39 pm

בחצרות סאטמאר: ובאו 'כולם' בברית יחד!

אין א דראמאטישער אנטוויקלונג, שטייענדיג בלויז צען טאג אפגעריקט פון דעם היסטארישן "כינוס כללי" פון כל תלמידי רביה"ק זי"ע, איז היינט באריכטעט געווארן די נייעס דורכן "וועד המארגן", אז צוליב די אומגלויבליכע ווארימקייט ביים ציבור תלמידי רביה"ק זי"ע צו קענען באשיינען דעם מעמד נשגב, וועלכע זענען אין די לעצטע טעג געווארן ארומגענומען מיט א אש קודש צום היסטארישן מאמענט פון אראפשטעלן די ווייטערדיגע המשכה פון די ריינע אמונה וואס רביה"ק האט אונז געלערנט כל ימיו במסירת נפש ובדם לבבו, און כדי צו קענען נאכקומען די ערווארטעטע פלוס פון המוני חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, האט מען זיך דערזעהן אין א קריטישע נויט צו זוכן א נייער פיהל גרעסערער צענטער וואס זאל קענען אקאמאדירן די ר-ב-ב-ו-ת א-ל-פ-י ישראל אויף א באקוועמער פארנעם בס"ד, און נאך אימערמידליכע השתדלות דורך א ספעציעלע "ועד נדיבים ובעלי בתים" וועלכע האבן געארבעט אין די לעצטע טעג און וואכן יום וליל, האט מען אין די יעצטיגע מינוטן בעזרת ה' יתברך מצליח געווען צו דינגען דעם ריזיגן זאל "נעסא קאלאסיום" אין ניו יארק. א פרעכטיגער מקום וועלכע איז אויסגעשטאט מיט הויכשטאקיגע גאלעריען וועלכע אנטהאלטן אזויפיל ווי קרוב צו 20 טויזנט באקוועמע זיץ פלעצער, פאסיג אריינצונעמען כל הקהל הקודש הזה זקנים עם נערים, אויף א מייסטערהאפטער אופן בס"ד, ויתאספו ראשי עם יחד שבטי ישראל.
ווי באקאנט און געמאלדן, איז דער ארגינעלער פלאן און האפענונג געווען צו קענען פראווען דעם הייליגן מעמד אינעם נ"י סטעיט ארמארי אין וויליאמסבורג, באותו זמן ובאותו מקום וואו רביה"ק זי"ע האט מיט גענויע 40 יאר צוריק אראפגעשטעלט דעם יסוד פאר חינוך הטהור און אויפגעשטעלט דעם מוסד הק' "קרן הצלה", און ווי רביה"ק האט זיך אויסגעדריקט "די אבות הקדושים געפינען זיך דא".
אבער וואס א טאג נענטער עס ווערט צום היסטארישן טאג כ' סיון, ובפרט נאך די פייערדיגע דברות קודש מלהבות אש אין די לעצטע וואכן דורך רבינו שליט"א איבער דעם יעצטיגן זמן גרמא זיך צו מחזק זיין בעיקרי יסודות האמונה נישט נתפעל צו ווערן פון די ציוניסטישע הצלחות, זעהט זיך אן מער און מער די אויסטערלישע ווארימקייט וואס נעמט ארום אלע תלמידי רביה"ק פון איבער ארצות חוץ לארץ, פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא, האבן די מארגנים זיך דערזעהן פאר א מציאות אז ס'וועט ממש נישט זיין מעגליך צו קענען פלאצירן דעם ריבוי עם אין די גיגאנטישע ארמארי געביידע, סיי אין די צאל זיצן און סיי מיט די פארקינג און טראנספארטאציע-אפאראט ארום דעם זאל.
נאכדעם וואס די "ועד בעלי בתים" זענען געזיצן מיט אינדשענירן און פרודאקשן פירמעס און אויסגעארבעט אלע סארט פלענער, איז מען געקומען צו די אויספירליכע החלטה אז דער פרעכטיגער בנין "נעסאו קאלאסיום" וועט בעז"ה זיין די פאסיגסטע אכסניא פאר דעם היסטארישן מעמד אדיר, און וועט בעז"ה קענען ווערן אהערגעשטעלט אויף א גאר ברייטער פארנעם לאלפים ורבבות אשר נקבצו באו לשמוע את דבר ה'.
אין די היינטיגע שעה'ן האבן די "ועד בעלי בתים" עררייכט די נויטיגע פערמיטן איבערצונעמען דעם ריזן זאל, און נאכדעם וואס די רבני 'ועד משמרת חומותיך' האבן איבערגעגעבן פארן שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו שליט"א דעם מציאות הדברים וואס וועט פארזיכערן אז יעדער ערליכער איד מתלמידי רביה"ק זאל קענען קומען הערן דעם דבר ה', איז בהסכמת קדשו יעצט געשלאסן געווארן דער קאנטראקט אויף דעם מעכטיגן צענטער, מיט אירע ארום 20 טויזנט זיץ פלעצער, וואו זקנים ונערים וועלן בעז"ה זיצן אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד און הערן די הייליגע ווערטער ממשנתו של רביה"ק, לדעת את הדרך נלך בה, און דער מעמד קידוש שם שמים וואס איז געציהלט ממשיך צו זיין דעם ריינעם דרך האמונה כפי שקיבלנו מרביה"ק זי"ע, וועט זיכער עושה רושם זיין מיט דעם הייליגן רושם, מיד ולדורות.
אין די יצטיגע מינוטן ווערט פארענדיגט די שווערע ארבעט פון אוועקשטעלן א קראנטע טיקעט-פארקויף אפאראציע, איינגעטיילט לויט די סעקשאנס פונעם ריזיגן זאל, און מ'לייגט אריין כוחות אז בעז"ה זאל מען גאר אינגיכן אנהייבן די טיקעט-פארקויף, אין אלע היימישע צענטערן איבער גרעיטער ניו יארק.
פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען דא אויף "קול הכינוס".
-שאי סביב עיניך וראי 'כולם' נקבצו באו לך. - ונועדו אליך 'כל' העדה!-

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » פרייטאג מאי 25, 2018 2:41 pm

ֲSatmerlive@ TICKETS will be selled TODAY! Prices: Ahavas Kedimem - Talmidei Rabih"k ZYU $36. Excellent Seat $50, Better Seat $20. Reguler Seat $10. DTF.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » פרייטאג מאי 25, 2018 2:42 pm

Satmar Live

"TICKETS" U/D: In Eer Oiz Luny "Kiryas Yoel", Shtuut of Rabeiny HaKudesh ZYU, will be sold TODAY afternoon 4:00-6:30pm, in Bihm"d HaGudel
Bihm"d Avnei Tzedek, Bihm"d Yismach Moshe, Bihm"d Oihel Feiga, Bihm"d Beis Burech. Other places in greater NY will follow soon!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 25, 2018 2:42 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:סוועט זיין פאר אומזינסט אויך?



ניין!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 25, 2018 3:02 pm

Joel האט געשריבן:געהערט אז נאכמיטאג 4:00 צייט


אפדעיט: די מעמד וועט זיך טאקע אנהייבן 4:00 און וועט אי"ה זיין פארטיג אויף 7:00.

ס'זענען דא 5800 פארקינג פלעצער, דעריבער קען יעדער קומען מיט זיין קאר, ס'וועט אויך זיין באסעס פון אלע געגענטער, מ'וועט פארקויפן באס טיקעטס אויף אלע פלעצער וואו מ'פארקויפט טיקעטס...

היות ס'גייט זיין זינטאג און ס'איז נישט ערווארטעד קיין מעידזשער טראפיק, דארף די וועג פון וויליאמסבורג נעמען 40-45 מינוט, און פון ק"י ארום אנדערהאלבן שעה...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 25, 2018 3:16 pm

ישר כחכם פאר אלע קראנטע באריכטן.

--

מארגן ביים לייענען קענט איר זאגן אלע וויצן פאר אייער שול שכן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » פרייטאג מאי 25, 2018 3:22 pm

פארקינג איז בחנם?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 25, 2018 3:24 pm

מיט א טיקעט אריינצוגיין אינעם זאל קען מען פארקן דארט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » פרייטאג מאי 25, 2018 3:45 pm

איז דא א פלען פון די זיצן מיט די פרייזען? סיז פשוט גרינגער צו דיסיידען פאר מגייט קויפן נישט צו דארפן טראכטן ביים קויפן די טיקעט ווען נאך מענטשען שטייען אויפן קאפ


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Joel, איסר האטלקי, וויכטיג מאכער און 10 געסט