עצרת ביום כ' סיון - משנת רביה"ק מסאטמאר בענין ציונות

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דינסטאג מאי 15, 2018 5:47 pm

ווי קען איינער דא שרייבן א ווארט פארן קוקן אביסל און די ספרים.

דא האט מען וועין געדארפט ענטפערן נאר מיט קוואוט'ס פונעם סאטמאר רבי'ן.

ער פרעגט אלעס, אפילו אויף היינט, און ער ענפערט אלעס שוין אפילו מארגן.. יא, ס'זעהט אויס פאני, קוקט אריין העט איר זעהן, ער גרייט אלעס אן, שוין פאר ביז צום סוף פונעם טונקעלן גלות.

איך שרייב אלעס און ויואל משה, איך פרעג אלעס, איך ענטפער אלעס, ווער ס'פרעגט איז ווייל ער קוקט נישט. סאטמאר רבי זצ"ל.

דער רבי זאגט שוין ווער ס'איז שטערקער, די אראבער אדער די מדינה.

ווי דערמאנט, זאגט דער רבי עטליכע מאל די משל מיט די צינדער'ס און די לעשער'ס.

און איינע פון די דברים תורות איז די רבי מסופק און וואסערע זכות אידן לעבן היינט אין א"י, אויב געדענק איך גוט בלייבט ער, אולי בזכות תינוקות של בית רבן.

וואס נאך האט מען דא גערעדט? איך מיין עס איז דאך נישט נארמאל וואס מ'שרייבט דא.

איך קען אייך עפעס פרעגן??
איז די מדינה גענוג מעכטיג אפצושטעלן די זון פון גיין ווייטער???

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג מאי 15, 2018 5:49 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:פייערדיגע ווערטער פון אדמו"ר מהר"א שליט"א נעכטן מאנטאג ביים דינער לטובת מוסדותיו אין מאנסי.
עס זענען דא וואס זאגן אין די לעצטערע טעג אז מטאר נישט "רעדן" אקעגן ציונות, נאר אקעגן די גזירות, עס איז אמת מטאר נישט "רעדן" אקעגן ציונות, מען דארף "שרייען"


מען קען עס הערן אויף קול סאטמאר

וואס מענטשן זאגן איז, אז מ'טאר נישט רעדן בלויז אקעגן ציונות אן דערמאנען און רעדן אקעגן די גזירות,
כ'מיין קיינער אסר'ט נישט צו רעדן אקעגן ציונות.

די חילוק איז אז ביי פראטעסטן ווי מען גייט מיט אנדערע קרייזן קען מען נישט רעדן קעגן די מדינה אדער קעגן אגודה נאר קעגן די עצם גזירה אויף וואס די פראטעסט איז גערופן אבער דעי כינוס איז דירעקט נאר פאר סאטמארע אידן ווי מען קען ארויסברענגן אינזער גאנצע שיטה אין רעדן פין ציונית וואס מען קען נישט רעדן ביי אנדערע פרטעסטן וואס זענען פארופען צוליב א גזירה

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג מאי 15, 2018 6:06 pm

ווי האלט איך דא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:לאמיר דיר איין זאך זאגן, תשע"ד ביי די גרויסע פראטעסט אין מאנהעטן א' חקת איז דער ניגון געוועזן פונקט פארקערט, מאדנע.


עס פעלט דיר דעם יסוד

א פראטעסט אויפן גאס האט מען נאר געמאכט פאר א גזירה, דהיינו וואס אומות העולם קענען אויך פארשטיין, אזוי ווי די גמרא זאגט אי שמים למה אתה גוזר עלינו גזירות רעות והיינא טעמא אז ביז עש"ק שקלים תשכ"ח איז נאר געווען 4 פראטעסטען אין דאס איז אויך געווען איינע פון די טעמים וואס די רבי איז געווען ברוגז ווען אינגעלייט זענען געגאנגען צום יו ען א קעגען די מדינה נישט קעגן א גזירה (וואידעסלאווער רב ז"ל האט דערמאנט איינמאל ביי א פראטעסט אז די גזירה איז נאר סימפטאם פון די מחלה די שורש פון די מחלה איז ציונות)
משא"כ א כינוס יראי השם (נישט פאר די אומות העולם) זיך מחזק צו זיין אין די שיטה הקדושה דארף מען טאקע רעדן דייקא פונעם שורש הטומאה להרחיק מהם ומהמונם


עיין ספר מלחמת ה', ותראה שהרבה הרבה יותר מארבעה פעמים היו מחאות...
וגם בימי הברך משה אני זוכר כמעט בכל שנה לכל הפחות, היו מחאות נגד גזירות בחוצות מאנהעטן, פעם נגד חילול שבת, ופעם נגד חיטוטי שכבי וכו' וכו' וכו'

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג מאי 15, 2018 6:09 pm

מי יודע האט געשריבן:ווידער אום דער רב וועמענס מימרא דרייט זיך יעצט ארום אז מ'טאר נישט רעדן פון די מדינה, זאגט מען נאך אז ער האט געזאגט אז מ'האט קיינמאל נישט גערעדט פון די מדינה נאר פון די גזירות, און דאס איז נישט וואר.

אויב איז אייער כוונה אויף הגה"צ מיאוואזשנע שליט"א איז דא טאקע דער פלאץ אויסצוקלארן אז אין זיין דרשה ווערט נישט דערמאנט אזא זאך אז מ'טאר נישט רעדן פון ציונות נאר פון גיוס ס'איז א הוילע שקר, ער זאגט אז דער דרך המלחמה וואס רביה"ק האט לוחם געווען איז געווען אויף די אפענע כפירות וכדו', און ממילא איז שוין געווען לייכטער די הרחקה פון דעם עצם רעיון, אבער ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז מ'דארף נישט רעדן קעגן ציונות, והגע בעצמך ער האט דאך אויפגעטרעטן אין נתיבות עולם איבער דעם עצם הרעיון, ודי בזה למבין.
הלא תדעו הלא תבינו-
שיותר ממה שקריתי לפניכם נשאר בקולמוסי,
אי מחמת תקנת המקום אי מחמת חשש גילוי!

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » דינסטאג מאי 15, 2018 6:15 pm

דער קוטשער האט געשריבן:ווי קען איינער דא שרייבן א ווארט פארן קוקן אביסל און די ספרים.

דא האט מען וועין געדארפט ענטפערן נאר מיט קוואוט'ס פונעם סאטמאר רבי'ן.

ער פרעגט אלעס, אפילו אויף היינט, און ער ענפערט אלעס שוין אפילו מארגן.. יא, ס'זעהט אויס פאני, קוקט אריין העט איר זעהן, ער גרייט אלעס אן, שוין פאר ביז צום סוף פונעם טונקעלן גלות.

איך שרייב אלעס און ויואל משה, איך פרעג אלעס, איך ענטפער אלעס, ווער ס'פרעגט איז ווייל ער קוקט נישט. סאטמאר רבי זצ"ל.

דער רבי זאגט שוין ווער ס'איז שטערקער, די אראבער אדער די מדינה.

ווי דערמאנט, זאגט דער רבי עטליכע מאל די משל מיט די צינדער'ס און די לעשער'ס.

און איינע פון די דברים תורות איז די רבי מסופק און וואסערע זכות אידן לעבן היינט אין א"י, אויב געדענק איך גוט בלייבט ער, אולי בזכות תינוקות של בית רבן.

וואס נאך האט מען דא גערעדט? איך מיין עס איז דאך נישט נארמאל וואס מ'שרייבט דא.

איך קען אייך עפעס פרעגן??
איז די מדינה גענוג מעכטיג אפצושטעלן די זון פון גיין ווייטער???

איך ווייס נישט צי די מדינה קען, אבער ס'איז קלאר אז די סטרא אחרא קען, און אויב די מדינה וועט דאס באווייזן טאר מען אויך נישט נתפעל ווערן פון זיי, און נישט האבן דאס מינדעסטע סימפאטיע צו זיי.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג מאי 15, 2018 8:00 pm

אין שטעטל האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:און צו דיר האב איך אן אנדערע שאלה: איז דיין שנאה צו די רעפארמאר די זעלבע ווי צו ציונים?

כ'האב נישט קיין גענויע מעסטער, און ס'שווער פון מיין זעקל ביינער צו ברענגען א ראי', אבער דוכט זיך מיר אז קענענדיג א ברעקל היסטאריע ווי אזוי ביידע האבן חרוב געמאכט גאנצעטע מדינות מחוטב עציך עד שואב מימיך - אין מים אלא תורה- דוכט זיך מיר אז כ'פרוביר עכ"פ זיי ביידע צו פיינט האבן.

רעפארם איז אן אפגעשטארבענע קליפה, חוץ פון א מנין נשים ביים כותל האבן זיי גארנישט כהיום, נאר די אגודה איז כסדר פארנומען לוחם זיין קעגן זיי, אז זייערע נאכפאלגער זאלן באקומען דעם געפיל אז מען טוט עפעס פאר אידישקייט, און עס קאסט נישט גארנישט...

ציונית שניידט נאך פון אונז שטיקער, די מינות שבו איז פונקט אזוי אקטועל היינט ווי מיט פופציג יאר צוריק, קעגן דעם דארף מען פירן א קאמף און לוחם זיין.

1. איך זיך די שטיקער וואס זיי רייסן פין אונז, ווי זענען די שטיקער? אין ווילי, אין בני ברק? אנטווערפען?

וואס גענוי זוכט איר? אידן וואס האבן אפגעגאלט די בארד און אוועקגעווארפן דעם שטריימל? דו ווייסט גאנץ פיין אז נישט דאס איז די רעדע. א איד וואס זיין בליק אויף די וועלט און אויף די געשעענישן איז מיט א משהו הכרה אין די מדינה, ווער רעדט נאך פון א דאנק צו די די מדינה, 'ער' איז די שטיקער וואס דו זוכסט - ער איז פארכאפט אין ציונות.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
אין שטעטל
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

תגובהדורך אין שטעטל » דינסטאג מאי 15, 2018 8:31 pm

farshlufen האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
זאקן האט געשריבן:פון וואו קומט די שמועס וואס ׳משה11׳ האט אהערגעברענגט?
ס׳געוואלדיג!

פון ניק "כאפצעם" דא אויף אייוועלט.

האומר דבר בשם אומרו

מאדנע, הענגט דאס טאקע אין בתי מדרשים?

עניוועי, איך וואלט געוואלט איינער זאל מיר ענטפערען אויף כאפצעם לעצטע דריי שטיקלעך איידערן כינוס, אפשר נאך איך האב די תירוצים וועל איך זיך משתתף זיין.

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מאי 15, 2018 8:41 pm

farshlufen האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:1) ווען איזראעל דערלאנגט גוטע מכות פאר איראן / חיזבאללא / סיריע !

האב איך ליידער א היפשע הנאה, מער ווי ״הוציס״ ברענגען אונטער די ״טוציס״.

2) נישט ווייל איך האב עפעס א משהוא חיבה אדער אהבה צו מדינת ישראל - ניין.

נאר מגודל שנאתי לאיראן און סיריע און אלע בני ישמעאל בכלל בין איך העפי אז זיי כאפן גוטע מכות.

1) פארוואס האסטו טאקע אזא גרויסע שנאה צו די בני ישמעאל?

2) איז טאקע די שנאה צו די מחטיאים אויך אזוי גרויס ווי צו די הורגים?

גאר גוט ארויסגעברענגט

ווען איך זעה צוויי צרה לייט הרג'ענען זיך ארום און ווארפן שטיינער איינער אויפן צווייטן גייט מיך נישט אן ווער ס'געווינט
אויב אבער איינער שטייט נעבן מיין פענסטער וויל איך אז דער צווייטער זאל אויפהערן ווארפן. נישט ווייל ס'גייט מיר אן זייערע קריגעריי, כ'וויל פשוט נישט קיין אויסגעשאסענע פענסטער

ווען די אראבער מיט די ציונים זאלן זיך ווען ארומ'רצח'ענען אין אוגאנדע וואלטעך געווען רואיג אבער היות מיינע ברידער זענען אין א סכנה פריי איך מיר ווען די אראבער כאפן פעטש אבער ס'טוט מיר וויי אז די ציונים זענען די וואס גיבן די פעטש

אויב איזעס אמעריקע אדער עני אנדערע לאנד וואס געט די פעטש דאן איז די שמחה בשלימות
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » דינסטאג מאי 15, 2018 10:13 pm

מ'האט מסדר געווען א נייע נומער דירעקט צום קול הכינוס, און זיך פארשפארן דאס ארום זוכן אין די עקסטענשאנ'ס אויף קול סאטמאר.

די נומבער איז 646-585-2958

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג מאי 15, 2018 10:56 pm

אויף קול סאטמאר (קול הכינוס: 117) איז נארוואס ארויף א שמועס מיט ר' חיים אלעזר שפיצער ני"ו פון וויליאמסבורג
כ'בין שאקירט, דער באשיידן און צוריקגעצויגענער ר' חיים אלעזר וואס שפאנט בצידי דרכים, שטעלט זיך ארויס אלס שטייפער און שטאלצער חסיד פון רביה"ק זי"ע, עמיצער וועמענ'ס קינדער און אייניקלעך פארן נישט אויף ארץ ישראל ווייל ער חזר'ט מיט זיי אלעמאל דעם רבי'נס תורות, וועלכער איז מעיד אויף זיך (ער זאגט אזוי אויף יעדן, אבער עכ"פ אויף זיך זיכער) אז אלס תלמיד פונעם רבי'ן זי"ע אין די געזונטע יארן כאפט זיך קיינמאל נישט אריין א מחשבת פסול בטומאת הציונות, און מיט א גאות דקדושה שטאלצירט ער מיט זיין תורה ותפלה וואס גייט צו מיט א ברען, ווייל אזוי פירט זיך אויף א תלמיד פונעם רבי'ן זי"ע אין די געזונטע יארן!

מיטן אמת
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 10:35 pm

תגובהדורך מיטן אמת » דינסטאג מאי 15, 2018 11:06 pm

בס''ד

זייער אינטערסאנט איך הער דעם קול הכינוס איך בין ממש נתפעל געעורן עס איז דא דארט שמועסן מיט אלטע אידן וואס רעדן מיט די גאנצע קאך א שפראך וואס איך האב שוין יארן נישט געהערט למשל אזא איד ווי ר' חיים אלעזר שפיטצער ער רעדט מיט אזא פלאם מחיה נפשות מען קען עס הערן אויף קול הכינוס 117 פון די מעין מעניו פון קול סאטמאר

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך מאי 16, 2018 9:44 am

לא לנו האט געשריבן:אויף קול סאטמאר (קול הכינוס: 117) איז נארוואס ארויף א שמועס מיט ר' חיים אלעזר שפיצער ני"ו פון וויליאמסבורג
כ'בין שאקירט, דער באשיידן און צוריקגעצויגענער ר' חיים אלעזר וואס שפאנט בצידי דרכים, שטעלט זיך ארויס אלס שטייפער און שטאלצער חסיד פון רביה"ק זי"ע, עמיצער וועמענ'ס קינדער און אייניקלעך פארן נישט אויף ארץ ישראל ווייל ער חזר'ט מיט זיי אלעמאל דעם רבי'נס תורות, וועלכער איז מעיד אויף זיך (ער זאגט אזוי אויף יעדן, אבער עכ"פ אויף זיך זיכער) אז אלס תלמיד פונעם רבי'ן זי"ע אין די געזונטע יארן כאפט זיך קיינמאל נישט אריין א מחשבת פסול בטומאת הציונות, און מיט א גאות דקדושה שטאלצירט ער מיט זיין תורה ותפלה וואס גייט צו מיט א ברען, ווייל אזוי פירט זיך אויף א תלמיד פונעם רבי'ן זי"ע אין די געזונטע יארן!

איך האב עס אויסגעהערט, דאס בעסטע איז מיר געפאלן ווי ער ברענגט ארויס אז ער טיילט נישט איין זיינע קינדער וואס צו טוהן, זיי ווילן פשוט נישט פארן.
געהערט פון איינעם פון די בני המשפחה אז ביים היסטארישן שבת מירון זענען עטליכע פון זיינע איידימער יא געפארן נאר קיין מירון אין צוריק, אבער פון זיינע קינדער טראץ וואס יעדער ווייסט זענען זיי גאר שטארקע חסידים האט קיינער ניטאמאל געהאט א נסיון צופארן.
ווי אויך זעט מען די אש קודש וואס א געווייקטע תלמיד פון רביה"ק זי"ע האט לקראת הכינוס.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Braking!!

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 16, 2018 11:26 am

ברעכנדע נייעס!!
עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז
שר צבא השם גאון הגאונים מרן ראב"ד ירושלים שליט"א
וועט קומען פערזענדליך פון ארה"ק זיך משתתף זיין צום כינוס כללי כ' סיון אין וועט אויפטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה נגד שלטון הכופרים

פרטים יבואו

ס'איז אינטרעסאנט צו באטאנען אז דאס השתתפות פונ'ם ראב"ד שליט"א איז גאר אן היסטארישער נאכדעם וואס די ראב"ד איז שוין נישט געווען אין ניו יארק פאר 20 יאר זינט די מעמד יובל העשרים פון קרן הצלה

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מיטוואך מאי 16, 2018 11:42 am

ברוכים הבאים בשם ה'!
ביותרת הכבוד הננו מקדמים בברכה את פני לוחם מלחמות ה' בעוז ובגבורה, הגאון הגדול רבי משה שטרנבוך שליט"א, אשר בא יבוא להשתתף במעמד עצרת רבתי ביום כ' סיון.
יהא בואו לברכה להרמת קרן הדת!
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 16, 2018 11:57 am

התרגשות בברוקלין: מתכוננים למעמד קבלת פנים אדיר בחוצות וויליאמסבורג

לקראת הידיעה המשמחת שהגה"צ שר התורה ושר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל בירושלים, מרן הגאון ראב"ד ירושלים שליט"א ימריא לניו יורק לפאר את כינוס הכללי של תלמידי וחסידי מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, מודיעים ממשרד הביד"צ של העדה החרדית בירושלים עיה"ק שעוד גאונים שרי התורה חברי הביד"צ ישתתפו עם הגה"צ הראב"ד שליט"א בדרכו לניו יורק.

לעת עתה מדובר בהגוה"צ רבי יהודה פישר שליט"א, רבי אברהם יצחק אולמן שליט"א, רבי חיים אורי פריינד שליט"א ורבי נתן קופשיץ שליט"א, שיצטרפו מהתם להכא, לפאר ולרומם ולחזק את הני ברכים שלא כרעו לבעל הציונות בארצינו הקדושה.

מטעם ועד המכינה בניו יורק, מתכוננים לערוך מעמד קבלת פנים אדיר בחוצות וויליאמסבורג ברחוב בעדפורד, כמתכונת הקבלת פנים הנהדר שנערכה לחברי הביד"צ בשנים תשמ"ח בראשות הגאב"ד מרן המנחת יצחק זצ"ל, וכן בשנת תשנ"ח בראשות הגאב"ד הגרי"מ דושינסקיא זצ"ל.

הפרטים על משא המעמד יבואו בהמשך הימים.

צהלי ורונו יושבת ניו יורק

דער מח
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » מיטוואך מאי 16, 2018 12:15 pm

wow!!!! דער ראש בית דין וועט קומען.... דאס מיינט עפעס אויסטערליש!!!!, די טירחא פון אזא אדם הגדול בענקים, פונעם פריערדיגן דור, זקן ושבע ימים, גאו הגאונים, מקנא קנאת ה"צ, זאל זיך מטריח זיין בטלטולא דגברא רבא כמותו, מיינט עפעס אויסערגעווענליך, עס ווייזט ווי שטארק עס איז וויכטיג ביי די אויסגעקאכטע קנאים דער אויפקומענדע כינוס.

אגב מיין איך אז פאריגע מאל דער ראב"ד איז געווען אין אמעריקא איז טאקע געווען פינקטליך 20 יאר צוריק ביים דעמאלטסדיגן כינוס פאר קרן הצלה בראשות הגאוה"צ חברי בית דין הגדול שבירושלים אין שפיץ פון הגרי"מ דושינסקיא דעמאלטסדיגע י"ם רב זצ"ל
יהדות הגולה: לבשי בגדי תפארתך!!!!

דער מח
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » מיטוואך מאי 16, 2018 12:33 pm

SatmarLive@
JUST IN!! Historic Nesiah of HaGuan HuAdir, Sar HaTorah, Poisek HaDor, Reb Moshe Shternbuch Shlita, Rosh Bes Din Yerishulayim Eer HaKoidesh To attend Bez"h and be Mashmia "Dvar HaShem M'Yerishulayim", B'Makhalois Rivevois Alfei Yisrual by upcoming "Kines Kluly", Kuf Siven. DTF.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מיטוואך מאי 16, 2018 12:45 pm

כ'גלייב נישט, הרב אולמאן איז נאך נישט ארויס געפארן פון אר"י פון ווען איז אנגעקומען אלס אינגל פון ראמעניע, הרב פישר האט ניט'אמאל קיין פאספארט און וויזע.

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך מאי 16, 2018 12:59 pm

מענטשאלע האט געשריבן:כ'גלייב נישט, הרב אולמאן איז נאך נישט ארויס געפארן פון אר"י פון ווען איז אנגעקומען אלס אינגל פון ראמעניע, הרב פישר האט ניט'אמאל קיין פאספארט און וויזע.

די אנדערע חברי הביד"צ קוקט אויס ווי עמענס שפעקאלאציע
יענקל לעדערמאן

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך מאי 16, 2018 1:03 pm

ווער עס האט שוין געהערט קנאות דרשה פון ראב"ד אוי גייט גיין פייער אש להבה מנהמות לבו הטהור

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מיטוואך מאי 16, 2018 1:13 pm

תנו כבוד לתורה

יוט'דיגע טעג איז ערווארטעט ביים יהדות החרדית אין נ.י.
אזא גאון וצדיק לוחם מלחמת ה', וואס איז שוין באוויסט צענדליגער צענליגער יארן אלס א גדול בתורה
אין כהיום אלס זקן הרבנים איז זיך מטריח צו קומען מחזק זיין די תלמידי רביה"ק זי"ע איז א היסטארישע געשעעניש
יהא בואו לברכה

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מיטוואך מאי 16, 2018 1:21 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:כ'גלייב נישט, הרב אולמאן איז נאך נישט ארויס געפארן פון אר"י פון ווען איז אנגעקומען אלס אינגל פון ראמעניע, הרב פישר האט ניט'אמאל קיין פאספארט און וויזע.

די אנדערע חברי הביד"צ קוקט אויס ווי עמענס שפעקאלאציע

נישט ס'זעט אויס, נאר ס'איז, איינער וויל מאכן ווארעם די לופט.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך מאי 16, 2018 1:21 pm

מיללער האט געשריבן:התרגשות בברוקלין: מתכוננים למעמד קבלת פנים אדיר בחוצות וויליאמסבורג

לקראת הידיעה המשמחת שהגה"צ שר התורה ושר צבא ה' ההולך לפני מחנה ישראל בירושלים, מרן הגאון ראב"ד ירושלים שליט"א ימריא לניו יורק לפאר את כינוס הכללי של תלמידי וחסידי מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, מודיעים ממשרד הביד"צ של העדה החרדית בירושלים עיה"ק שעוד גאונים שרי התורה חברי הביד"צ ישתתפו עם הגה"צ הראב"ד שליט"א בדרכו לניו יורק.

לעת עתה מדובר בהגוה"צ רבי יהודה פישר שליט"א, רבי אברהם יצחק אולמן שליט"א, רבי חיים אורי פריינד שליט"א ורבי נתן קופשיץ שליט"א, שיצטרפו מהתם להכא, לפאר ולרומם ולחזק את הני ברכים שלא כרעו לבעל הציונות בארצינו הקדושה.

מטעם ועד המכינה בניו יורק, מתכוננים לערוך מעמד קבלת פנים אדיר בחוצות וויליאמסבורג ברחוב בעדפורד, כמתכונת הקבלת פנים הנהדר שנערכה לחברי הביד"צ בשנים תשמ"ח בראשות הגאב"ד מרן המנחת יצחק זצ"ל, וכן בשנת תשנ"ח בראשות הגאב"ד הגרי"מ דושינסקיא זצ"ל.

הפרטים על משא המעמד יבואו בהמשך הימים.

צהלי ורונו יושבת ניו יורק

קראנט?

קארטל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2018 4:58 pm

נייעס

תגובהדורך קארטל » מיטוואך מאי 16, 2018 2:23 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ברעכנדע נייעס!!
עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז
שר צבא השם גאון הגאונים מרן ראב"ד ירושלים שליט"א
וועט קומען פערזענדליך פון ארה"ק זיך משתתף זיין צום כינוס כללי כ' סיון אין וועט אויפטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה נגד שלטון הכופרים

פרטים יבואו

ס'איז אינטרעסאנט צו באטאנען אז דאס השתתפות פונ'ם ראב"ד שליט"א איז גאר אן היסטארישער נאכדעם וואס די ראב"ד איז שוין נישט געווען אין ניו יארק פאר 20 יאר זינט די מעמד יובל העשרים פון קרן הצלה

וויפיל טעג איז ערווארטעט אז די ראב"ד שליט"א וועט זייו און ניו יארק בעז"ה?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 16, 2018 3:03 pm

קארטל האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:ברעכנדע נייעס!!
עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז
שר צבא השם גאון הגאונים מרן ראב"ד ירושלים שליט"א
וועט קומען פערזענדליך פון ארה"ק זיך משתתף זיין צום כינוס כללי כ' סיון אין וועט אויפטרעטן מיט א פלאם פייערדיגע דרשה נגד שלטון הכופרים

פרטים יבואו

ס'איז אינטרעסאנט צו באטאנען אז דאס השתתפות פונ'ם ראב"ד שליט"א איז גאר אן היסטארישער נאכדעם וואס די ראב"ד איז שוין נישט געווען אין ניו יארק פאר 20 יאר זינט די מעמד יובל העשרים פון קרן הצלה

וויפיל טעג איז ערווארטעט אז די ראב"ד שליט"א וועט זייו און ניו יארק בעז"ה?

עס איז הערשט נעכטן שפעט ביינאכט באשטעטיגט געווארן
גלייב איך אז ס'איז נאך צו פרי פינקטליך צו וויסן


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט