עצרת ביום כ' סיון - משנת רביה"ק מסאטמאר בענין ציונות

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

עצרת ביום כ' סיון - משנת רביה"ק מסאטמאר בענין ציונות

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג מארטש 12, 2018 12:31 pm

כ"ק סאטמאר רבי (מהר''א) האט היינט גערעדט און אויפגעפאדערט איבער א גרויסע עצרת מחאה קומענדיגע ה' אייר.
צוגעלייגטע
IMG-20180312-WA0050.jpg
IMG-20180312-WA0050.jpg (167.53 KiB) געזעהן 4870 מאל

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

אסיפה גדולה חודש אייר נגע פגע הציונות בכלליות

תגובהדורך שפרינגער » מאנטאג מארטש 12, 2018 2:03 pm

היינט האט אדמו"ר מהר"א גע'דרש'נט אין די ישיבה, אז ס'גייט אי"ה זיין אן אסיפה גדולה אין די קהלה זיך נאכאמאל צו מחזק זיין אין די שיטה הקדושה בכלליות קעגן דעם נגע הציונות, צוליב וואס ס'ווערט יעצט זיבעציג יאר פון הקמת המדינה, און לעצטנס זענען די כחות הטומאה נתרבה געווארן דורכן פרעזידענטס פראקלארמירונג אז ער וועט אריבער פירן דעם אמבאסאדאר קיין ירושלים.

ס'זענען געלאדנט אויך אלע אנדערע תלמידי רבינו הק' זי"ע, ווי אויך קענען זיי אויך צושטעלן רעדנערס וואס זיי ווילן, דער עיקר ס'זאל ארויסקומען א שטארקע חיזוק פאר די שיטה הקדושה.

מהר"א האט געזאגט אז לכתחילה האט ער געקלערט דאס צו מאכן סיון, צו אפצייכענען פערציג יאר פון גרינדונג פון קרן הצלה, אבער למעשה האפט מען אז ס'וועט פארקומען אנהייב אייר, ערגעץ ארום ה' אייר.

ווער ס'האט מער פרטים ווערט געבעטן אריין צו קומען, ובשם ה' נעשה ונצליח.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 12, 2018 2:17 pm

שטארקע געדאנק!
בשם ה' נעשה ונצליח

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מאנטאג מארטש 12, 2018 2:23 pm

לאמיר האפן ס'וועט ארויסקומען א געוואלדיגע כבוד שמים

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 12, 2018 2:36 pm


אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג מארטש 12, 2018 2:47 pm

דברות קודש מהר"א, איבערגעזצט ווארט ביי ווארט צו לשה"ק:

השנה לאחר יו"ט פסח, הולך להיות 70 שנות מאז שהוקם ה"גלות הציוני", היום המר, יום אשר גבר האויב שבו הוקמה המדינה הציונית, ומאז אותו יום הסט"א מתגבר ומתחזק, לדאבון לב כל יראי ד'.
אין צורך לומר, כל אחד יודע, שלאחרונה הציונות קיבלה חיזוק גדול מהנשיא האמריקאי, בהכרה של ירושלים כעיר הבירה של המדינה הציונית. זה בשביל הציונות לצערנו הגדול חיזוק עצום, כבר שנים רבות לא היה כזה חיזוק לציונות. זה הולך ומשתלב יחד עם העתקת השגרירות לירושלים, שיתרחש יחד עם החגא לרגל 70 שנות מדינת ישראל.
התבוננתי מה התפקיד שלנו בזמן כזה? מה הדוד זצ"ל היה אומר בזמן כזה? ומה האבא ז"ל היה אומר? לענ"ד צריך לצאת בקריאה גדולה לכל התלמידים ולכל החסידים של הדוד ז"ל ושומעי לקחו, אלו שהספה"ק ויואל משה נר לרגלם, להתארגן לאסיפה גדולה לעצרת אדירה, אלפים או רבבות, של כאלה יהודים שלא כרעו לבעל הציוני, לעורר את הלבבות לא לחטוף התפעלות לא מהנצחונות הציוניים, ולא מההצלחות הציוניות, ולחזור על דברי אלוקים חיים בזמן כזה.
אני רוצה לבקש מ"ועד משמרת חומותייך" ירושלים, והעסקנים החשובים שלנו, שיבואו בקשר עם עסקנים, עם עסקנים אחרים שהולכים גם בשיטה הקדושה של הדוד ז"ל, להרבות כבוד שמים, להניח בצד את כל הפניות וכו' וכו', לאחד את כל הכוחות של היראים ולהשתתף בעצרת הגדולה ובאסיפה הגדולה.
אין כוונתי להרבות כבודי שזה יהיה מתחת השם שלי, מצידי זה יכול להיות תחת איזה שם שיהיה, למשל התאחדות הרבנים וכדומה, ובשיתוף מלא של כל מי שרוצה להשתתף, הן בנוגע למי שרוצה להגיד דרשות, והן בנוגע לעסקנות בכל העניינים.
השנה הזו, בחודש סיון יהיה 40 שנה מאז שהדוד ז"ל בשארית כוחותיו הקים את קרן הצלה. יש אפילו סברא שחשבתי לעשות את האסיפה הזו אז, בחודש סיון, שיהיה חיזוק גדול לקרן הצלה. אבל יש סברא אחרת, לעשות את זה כבר אחרי פסח בתחילת חודש אייר, בסמיכות לחגא הציונית כשהם חוגגים את החגא שלהם לרגל 70 שנות הקמת מדינת ישראל, וזה סברא חזקה שזה זמן מוכשר ביותר, שיתאספו שלומי אמוני ישראל, שנתחזק אנו וצאאצאינו, לדעת הדרך שנלך בה בדרך ה' נגד הציונות, לחזור ולדעת שעצם הקמת המדינה זה הצרה הגדולה ביותר, זה המרידה במלכות שמים בפלטרין של מלך בארצנו הקדושה, ואנו נזעק לפני כל העולם שאין לנו חלק ונחלה בה, ואנו מופרדים ומחולקים מהמדינה הטמאה ומכל העניינים שלה, וחס ושלום ליהנות משולחן איזבל למוסדות התורה, בין בתלמודי תורה, בין בישיבות, ובין בחינוך הבנות
אני מבקש מעסקני קהלתנו הקדושה, היום להתחיל בעבודה, קשה, וזה עבודה קשה בגוף, בנפש ובממון, להתחבר לעסקנים אחרים כדי שיוכלו להפיק את הענין ולהוציאו מהכח אל הפועל. להרבות כבוד שמים, והיה כאשר ירים משה ידו וגבר ישראל, בעזר שמו ית' בכנסיה לש"ש ובעזר ה' יתברך נעשה ונצליח

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 12, 2018 3:06 pm

שוין כמעט צען יאר וואס קרן הצלה וויל צוזאמברענגען ביידע קהילות פאר אן אסיפה, ב"ה עס קומט צושטאנד.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 12, 2018 4:55 pm

שיעור תהילים
צוגעלייגטע
קריאה קדושה ב ויקרא תשעח.pdf
(30.21 KiB) דאונלאודעד 116 מאל

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג מארטש 12, 2018 4:55 pm

תוכן הדרשה
צוגעלייגטע
קריאה קדושה ב ויקרא תשעח.pdf
(30.21 KiB) דאונלאודעד 102 מאל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

מעכטיג גרויס
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:52 am

תגובהדורך מעכטיג גרויס » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 12:05 pm

נךש.jpg
נךש.jpg (391.77 KiB) געזעהן 3951 מאל

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:56 pm

תשס"ח איז פארגעקומען א מעמד כ' סיון?
אזוי ווי ל"ח מ"ח נ"ח

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » זונטאג מארטש 18, 2018 1:31 pm

הרב יצחק בראך שליט"א נאט קלארער ארויס געברענגט די מטרה ליל שב"ק ביים אפיעל פאר מוסדות יטב לב
אז שיטת רבינו זי"ע איז אז ציונות איז אסור אין עס איז כפירה ומינות נישט נאר ווען די ציונים מאכען א גזירה נאר די עצם רעיון הציוני איז כפירה אפילו מען פירט זיך ווי א שומת"ומצ

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 18, 2018 6:23 pm

milech fried האט געשריבן:תשס"ח איז פארגעקומען א מעמד כ' סיון?
אזוי ווי ל"ח מ"ח נ"ח

אין אמעריקע איז גארנישט פארגעקומען, אבער אין א"י האט מען געפייערט א ריזיגן מעמד דורכ'ן צוזאמנעמען די קינדער פון אלע ת"ת.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 19, 2018 2:04 pm

milech fried האט געשריבן:תשס"ח איז פארגעקומען א מעמד כ' סיון?
אזוי ווי ל"ח מ"ח נ"ח

ניין

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:14 pm

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פון די עצרת וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן כ' סיון הבעל״ט פאררופן דורך אדמו"ר מהר"א

נעכטן נאכט איז פארגעקומען אן אסיפה בבית נאוה קודש און קרית יואל מיט די רבני פון וועד משמרת חומותיך מיט די עסקנים.

און מען האט דאן מחליט געווען אז די עצרת וועט פארקומען אין די גינגאטישע ארמארי בילדינג אין וויליאמסבורג.


פרטים וועלן נאכפאלגן!

עכט היימיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

ברעקינג!!!!!!!!!!!!!

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:16 pm

נארוואס באשטעטיגט אז מען האט יעצט נאכמיטאג געסיינט קאנטראקט אויפן גיגאנטישטן 'ארמארי בילדינג' אין הארץ פון היימישן וויליאמסבורג, אויפן ריזיגן מעמד כ' סיון - א' שלח הבעל"ט. נאכפאלגענדיג א אסיפה נעכטן אויפדערנאכט בבית כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א.
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט די מעמד בלויז זיין פאר קהילות מהר"א.
פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים.
לקדש שם שמים!
שרייב צו דער 'זאך.....'

אוועטאר
Think and Thank
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אפריל 17, 2018 8:58 pm

milech fried האט געשריבן:תשס"ח איז פארגעקומען א מעמד כ' סיון?
אזוי ווי ל"ח מ"ח נ"ח

ניין.
אין א''י איז דאן פארגעקומען א גרויסע מעמד מיט אלע קינדער פון די מוסדות אונטער קרן הצלה, אבער נישט דאהי.
“If you’ve been investigating something for almost a year, and you don’t have a general sense of where it’s likely to end up, you should be fired because you’re incompetent.” - James Comey

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:24 pm

קומט אריין די נייעס אז אי''ה זונטאג שלח כ' סיון וועט פארקומען די גרויסע מעמד אין ניו יארק סטעיט ארמארי.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:45 pm

@סאטמאר לייוו מעלדט אז די מעמד וועט אי"ה פארקומען א' שלח אין ארמארי

אהבת השם
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך אפריל 18, 2018 12:10 am

די גרויסע עצרת במעמד רבבות אלפי ישראל וועט אפגעראכטן ווערן כ סיון אינעם ניו יארק סטעיט ארמארי אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג באותו זמן ובאותו מקום פונעם מעמד התייסדות קרן הצלה בראשות רבינו הקדוש הדברי יואל זי"ע

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:17 pm

ווי עס הייסט יעצט וועט פארקויפט ווערן טיקעטס
כדי צו קענען אריינגיין צום עצרת

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » מיטוואך אפריל 18, 2018 6:23 pm

מ'קען שוין טוישן דעם קעפל צום נייעם דאטום פון כ' סיון.

געטוישט, א דאנק פארן אנווייזן
הק' גבאי שני

עכט היימיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אפריל 18, 2018 6:52 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ווי עס הייסט יעצט וועט פארקויפט ווערן טיקעטס
כדי צו קענען אריינגיין צום עצרת

די ציל פון די טיקעטס וועט זיין כדאי צו קענען דעקן די אסראנאמישע הוצאות פונעם אווענט. ווי אויך צומ זעען אויף ווי א גרויסע ציבור צו רעעכענען
ווי אויך איז ערווארטעט שטארקע סופרייזעס מיט די ערשיינוג פון גדולי הרבנים פון איבער די וועלט.
לקדש שם שמים
שרייב צו דער 'זאך.....'

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך אפריל 18, 2018 7:53 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ווי עס הייסט יעצט וועט פארקויפט ווערן טיקעטס
כדי צו קענען אריינגיין צום עצרת

וואס עפעס פארקויפן טיקעטס?? כל דכפין יתי..
פארוואס זאל נישט די טיר זיין אפן פאר יעדעם?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

עכט היימיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 9:52 am

אין די ערשטע פארברייטונגען צום עצרת וועט יעצט באריכטעט אז ר' שמואל שלמה טעללער פון קרית יואל וועט אי"ה קומעדיגן זונטאג אויפטרעטן אין סאטמאר'ע ביהמ"ד אין מאנטריאל.
שרייב צו דער 'זאך.....'


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: milech fried, אזוי וויל איך, בילדער און 13 געסט