ברוך דיין האמת - הגאון הרב שטיינמאן זצ״ל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

ברוך דיין האמת - הגאון הרב שטיינמאן זצ״ל

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:03 am

הגאון הראש ישיבה ר' אהרן יהודא לייב בן הרב נח צבי שטיינמאן זכר צדיק לברכה.

נסתלק לגנזי מרומים

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

תגובהדורך קרעטשמער » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:07 am

מורי ורבותי, טיייערע קאלעגעס פון אונזער זייטל איי-וועלט, מלפנים היימישע קרעטשמע.

ווי יעדער זעט איז געקומען די שמועה לא טובה, איבער די פטירה פון הרב שטיינמאן פון בני ברק.
היות דער מענטש איז - טראץ זיין גרויסקייט בתורה ויראה - זייער א קאנטערווערסיאלער פיגור אין דעם עולם היהדות, און אז עס זענען דא וואס האלטן פון אים עולם ומלואה, זענען דא אנדערע וואס האלטן פונקט פארקערט און נאך מער. און צו אונזער גוט מזל, האבן מיר - לויט ווי מיר האבן געזען אין די עבר - פון ביידע צדדים דא אין אונזערע פארומס.

די גמרא זאגט אין בבא בתרא "לעולם אל יספר אדם בטובתו של חבירו שמתוך טובתו בא לידי רעתו" און אזוי אויך דער רמב"ם אין הלכות דעות, און דער רבינו יונה אויף משלי, און ווי אויך אלע שפעטערדיגע ספרי מוסר ווארענען נישט צו רעדן פון א מענטשן'ס שבח, כדי נישט צוצוקומען צו רעדן פון יענעמ'ס גנאי.

אלזא מיט פארשטענדעניש פונ'ם ציבור, וועלן מיר נישט לאזן שרייבן בשבחו, כדי עס זאל נישט צוקומען אז אנדערע זאלן שרייבן בגנות פון הרב שטיינמאן. צי איז דאס פון חסידים וואס זענען קעגן די ליטווישע גדולים, צי איז דאס פון קנאים. יעדער מיט זיינע טענות, און צומאל אפשר ריכטיגע. און פון די אנדערע זייט וועלן זיין בעניצערס וואס וועלן ווערן אנגעווייטאגט אויף דעם. וועלן מיר נישט צולאזן קיין שום שבח, און קיין שום גנאי.

די נאמען מיט די טיטול הגאון, אדער הרה"ג און ז"ל אדער זצ"ל, און ווי אויך טרוקענע נייעס פון די לוי' און די הספדים (נישט די תוכן, פארשטייט זיך) וועלן יא אפראווד ווערן; און מיר וועלן פרובירן דאס צו מאשר זיין דאס שנעלסטע וואס שייך.

יעדע אנדערע סארט הערכה אדער תגובה סיי וואו אויפ'ן וועלטל, וועט באלד פארמעקט ווערן אן קיין טענות ומענות.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:11 am

הגראי"ל זצ"ל בעל ה'איילת השחר' נולד בתרע"ד, נפטר בן 104. יטמן בביה"ח פוניבז' לצד הרבנית ע"ה.

הגראי"ל זצ"ל כתב כמה צוואות בחייו, הוא ביקש שלא להספיד ולמעט בכבוד אחר פטירתו, "כפשוטי העם" ולמנוע ככל האפשר ביטול תורה בגלל ההלווייה.

ע"פ הצוואה אין להמתין יותר מ-6 שעות מהפטירה עד לקבורה הלוויה ב11:30

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:12 am

ברוך דיין האמת.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:15 am

ווער זענען זיינע קינדער? זיהן און איידעמער?

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:15 am

היערכות מיוחדת לקראת הלוויה שלא נראתה בהיקפה מפטירת מרן הרב וואזנר זצוק"ל.
יש צורך לסיים מוקדם עקב הצורך לאפשר לציבור להדליק נרות חנוכה לפני השקיעה.
הנושא נבדק כעת מול גדולי הדור שליטא.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2782
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:16 am

מיט האדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל בשנת תשנ"ח
צוגעלייגטע
שטיינמן - סאטמר.jpg
שטיינמן - סאטמר.jpg (95.84 KiB) געזעהן 4545 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:17 am

זעה איך אז זיין רעבעצין לעבט שוין נישט, ווער איז זי געווען? אין די זעלבע עלטער ווי איר מאן, אדער יונגער?

ODOM
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:20 am

מען ווייס שוין פון ווא די לווי' גייט ארויס?
איך זעה אז מען ווייס שוין די צייט.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:20 am

לויה 12 אזייגער א"י צייט

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:20 am

איינפאכער איד האט געשריבן:ווער זענען זיינע קינדער? זיהן און איידעמער?



מרן זצוק"ל הותיר אחריו את שלושת ילדיו: רבי משה, ר"מ בישיבת עטרת שלמה; רבי שרגא, ראש ישיבת קהילות יעקב לצעירים בבני ברק וחתנו של מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי; הרבנית טובה, אשת הגאון רבי דב שפירא, ראש ישיבת יד הלוי בירושלים.

לפני כשבועיים נפטרה באורח פתאומי בתו הבכורה של מרן ראש הישיבה זצוק"ל, הרבנית רחל דבורה ברלין, אשת הגאון רבי זאב ברלין, ראש ומייסד ישיבת 'גאון יעקב', כשהיא בגיל 72.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:21 am

שיינע בילדער
צוגעלייגטע
IMG_8364.JPG
IMG_8364.JPG (129.93 KiB) געזעהן 4544 מאל
IMG_8363.JPG
IMG_8363.JPG (132.28 KiB) געזעהן 4544 מאל
IMG_8362.JPG
IMG_8362.JPG (103.41 KiB) געזעהן 4544 מאל

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:21 am

איינפאכער איד האט געשריבן:ווער זענען זיינע קינדער? זיהן און איידעמער?

1. מרת רחל דבורה ע"ה אשת הרב זאב בערלין שליט"א ר"י 'גאון יעקב' בבני ברק (זי איז אוועק 2 וואכן צוריק)
2. הרב משה שליט"א ר"מ בישיבת 'עטרת שלמה' (חתן הרב ישראל אשר וואלעס חתן המגיד רבי בן ציון יאדלער זצ"ל)
3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק)
4. מרת טובה צפורה תחי' אשת הרב דוב שפירא שליט"א ר"י 'יד הלוי' בירושלים

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:24 am

ODOM האט געשריבן:מען ווייס שוין פון ווא די לווי' גייט ארויס?
איך זעה אז מען ווייס שוין די צייט.


פון זיין שטוב אויף חזון איש.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:24 am

ווערעצקי האט געשריבן:זעה איך אז זיין רעבעצין לעבט שוין נישט, ווער איז זי געווען? אין די זעלבע עלטער ווי איר מאן, אדער יונגער?

זיין רעביצין האט געהייסן מרת תמר ע"ה בת הרב שמאי קארנפעלד ז"ל, אן אייניקל פון א ברודער פונעם חידושי הרי"ם זי"ע, זי איז אוועק כ"ה סיון תשס"ב.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:25 am

טריסקער האט געשריבן:3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק)


דעם ר"י טאטע האט געהייסן "נח צבי", פארוואס האט ער זיין זוהן נישט גערופן מיט דעם נאמען?

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:25 am

ODOM האט געשריבן:מען ווייס שוין פון ווא די לווי' גייט ארויס?
איך זעה אז מען ווייס שוין די צייט.


מסע ההלויה הענק ייצא מבית מרן ברחוב חזון איש 5 בשעה 11:30 לעבר ביה"ח של נציבי פוניביז. הקבורה בשעה 2

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:32 am

דער ראש ישיבה זצוק"ל האט געלזאט א צוואה ס'זאל נישט נעמען 6 שעה פון זיין פטירה ביז נאכ'ן קבורה, און קיין שום הספד נישט בפניו און נישט שלא בפניו. [אינטרעסאנט צו מ'גייט די חלק פאלגן].

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:34 am

ווערעצקי האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:3. הרב שרגא נח שליט"א ר"י לצעירים 'קהילות יעקב' בבני ברק (געווען אן איידעם ביי הרב חיים קאניעווסקי שליט"א, זיין ווייב איז אוועק 3 יאר צוריק)


דעם ר"י טאטע האט געהייסן "נח צבי", פארוואס האט ער זיין זוהן נישט גערופן מיט דעם נאמען?

ווייל ער האט נישט געהאט עדות אז זיין טאטע איז אוועק ביים קריג [געווען צוזאמען מיט אלע קדושי בריסק ביים געטא, אבער קיינער האט נישט איבערגעלעבט], האט ער נישט געוואלט נאך געבן די פילע נאמען.

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:42 am

בהוראת מרן ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין על תלמידי הישיבות הקטנות והגדולות ואברכי הכוללים מכל הארץ להגיע להלוויה.

לגבי הת"תים מכל הארץ: לא למנוע ממלמדים לנסוע וכן הורים שרוצים לקחת את הילדים - אין למנוע מהם.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

אין קורצן - דאס לאנגע לעבן פון הרב שטיינמאן זצ״ל

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:44 am

הגאון הגדול מגדולי התורה וראשי ישיבה חו״פ
רבי אהרן יהודה לייב (הגראי״ל) שטיינמאן זצ״ל


נולד בי״ד חשון בשנת תרע״ד לפ״ק
לאביו הרב ר׳ נח צבי ולאמו גיטל פייגא ע״ה בעיירה בקמניץ ווי זיין זיידע אבי אמו האט געוואוינט.

זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין בריסק בשעתו ווען הגאון רבי וועלוועל מבריסק האט געדינט אלס רב, זיין טאטע איז געווען א מלמד און שמש אין בריסק.

און די יונגע יארן האט ער געלערענט און ישיבת תורת חסד דארט אין בריסק, ביי הגאונים רבי משה סוקולובסקי ורבי אברהם יעקב גארדאן זצ״ל. און שפעטער איז די ישיבה געפירט געווארן דורך הגאון רבי ישראל חיים קפלאן זצ״ל

אין בריסק איז ער געווען נאנט מיט די קינדער פונעם בריסקער רב הגאונים רבי יוסף דוב ויבלחט״א רבי דוד שליט״א ער פלעגט לערנען מיט זיי בחברותא און צומאל פלעגט אים דער בריסקער רב פארהערן צוזאמען מיט זיינע קינדער

בקיץ תרצ״ז צוליב דעם פראבלעם פון מיליטער איז ער געגאנגען קיין שווייץ לערנען אין די ישיבה און מאנטרעי מיט נאך חברים אייניקלך פונעם בריסקער רב.

בעתן צווייטן וועלט קריג איז ער גענומען געווארן צו ארבייטן אין שווייץ אבער נאך א קורצע צייט איז ער באפרייט געווארן.

ווינטער תש״ד האט ער חתונה געהאט עם הרבנית תמר קארענפעלד א ילידת פוילן, (נפטרה כ״ה סיון שנת תשס״ב לפ״ק) זיי האבן זיך באזעצט אין לוגאנו שווייץ.

קיץ תש״ה איז ער ארויף קיין ארה״ק - זיך באזעצט אין פתח תקווה, בפקודת מרן החזון איש זי״ע איז געווארן אויפגענומען אלס ראש ישיבה חפץ חיים אין כפר סבא.

באלול תשט״ו איז ער אויפגענומען געווארן דורך הגאון רבי יוסף שלמה כהנמן זצ״ל אלס ראש ישיבת פאנאוויזש לצעירים,

בשנת תשל״ח האט ער גערינדעט ישיבתו ישיבת ״גאון יעקב״ און שפעטער מיט די צייט נאך ישיבת.

בשנת תשל״ט האט מען אים אנגעבאטן מטעם העדה החרדית צו ווערן ראב״ד אין די עדה, וואס ער האט אבער צום סוף נישט אנגענומען.

ער איז נסתלק געווארן היינט כ״ד כסלו תשע״ח לפ״ק אין די צופרי שטונדען אין מעיני הישועה במעמד קהל רב בניו ונכדיו

ער איז געווען בצליל הדעת עד רגע האחרונה
אפי ער האט געגרייכט א געבענטשטן טיפן עלטער אין די מאה שנים אריין.

זכות התורה תגן עליו ועלינו אמן.

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:54 am

בב"ב כבר נערכה ברית והרך הנולד נקרא אהרן יהודה לייב.

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 1:54 am

ביטול מלאכה
צוגעלייגטע
IMG-20171212-WA0018.jpg
IMG-20171212-WA0018.jpg (84.91 KiB) געזעהן 4246 מאל

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 2:04 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:בב"ב כבר נערכה ברית והרך הנולד נקרא אהרן יהודה לייב.

WOW ;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 2:09 am

פון ווען זענען די אויבנדערמאנטע בילדער? וואס איז געווען די אסיפה מיטן גור'ער רבי און הרב שטיינמאן און דעם ברך משה?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט