בג"ץ פסל'ט גיוס געזעץ

ברוכים תהי'
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 1:48 pm

תגובהדורך ברוכים תהי' » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:24 pm

דער איד דעלי איז אביסל צומישט מיטן נישט ארויסברענגן די ריכטיגע מעסעדש, אויף מערכת סאטמאר איז דא זייער א קלארע ביאור איבער וואס איז געווען ביז יעצט און וואס איז יעצט געשעהן מיט די בג"ץ פסק

718-831-7000

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 1:29 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:חיים, א חשובה אינגערמאן וואס וואוינט אין אשדוד, וועקט זיך אויף היינט צום ביטערע מציאות, אוי וויי די בג״ץ האט מבטל געווען דאס אז א בן ישיבה קען בלייבן לערנען אין מ׳מיז גיין אין מיליטער רח״ל, ס׳כאפט אים אן א שרעק, ער האט צוויי בחורים אין ישיבה גדולה, ס׳נישט קיין ווערטעל, וואס וועט זיין?
ער זוכט אן היימישע פלאץ ווי ער קען ליינען די נייעס, אה! אייוועלט, דארט וועט מען זעכער אראפ ברענגן די נייעס פין די ביטערע גזירה אויף כלל ישראל,
ער סיינט אריין אין גלייבט נישט וואס זיין אויגן זעהן, הודי לד׳ כי טוב... א גרויסע שמחה... וואס? כ׳זעה גוט? איז דאס מעריב איבערגעטייטש אויף אידיש?

יא חיים טייערע, ס׳דא אידן ליידער וואס וואוינען ווייט אוועק פין אייך, האבן נישט קיין פילינג פאר אייער פראבלעם, אין אלעס איז פאליטיק פאר זיי, חוץ ליינען אפאר צייטונגן מיט אפאר בלעטער האבן זיי נישט קיין השגה וואס די מצב איז ביי אייך.

די חשבון זייער איז, אז אויב עס טוט וויי פאר די אגודה קרייזן איז אוטומאטיש דארפן אונז זיך פרייען... דערנאך גייט מען אנהייבן זוכן פשעטלעך פארוואס מאכן מער גזירות אויף אידן איז עכט א טובה פאר זיי,
אבער חיים, רובא דרובא כלל ישראל פילט אייער צער, מ׳איז מתפלל פאר אייך, די רשעים זאלן האבן א מפלה, ביז אונז ווערן גענצליך אויסגעלייזט מיט משיח׳ן אינאיינעם

פארן בג''ץ
משה, א חשוב'ער ת"ח וואוינט אין ביתר ווערט זיך אויף, אוי וויי מיין זון דארף זיך שטעלן צום מיליטער,? אפשר וועט ער זיין פון די באטראפענע יעדי גיוס קרבנות וואס וועט זיין? איך וואלט אים געזאגט זיך נישט שטעלן, אבער די גדולים האבן געזאגט מ'זאל זיך יא שטעלן.
נאכן בג''ץ
משה, א חשוב'ער ת"ח וואוינט אין ביתר ווערט זיך אויף, אוי וויי מיין זון דארף זיך שטעלן צום מיליטער,? מיין נחמה איז כאטש אז ער איז נישט אליין ווייל אלע גדולים האבן געזאגט מ'זאל זיך נישט שטעלן, זיי וועלן סייווי נישט ארעסטירן טויזנטער בחורים.

ווען משה פון ביתר וואלט באמת געוואלט אז זיין זוהן זאל נישט פאלן, וואלט ער נישט געפאלן, ער וואלט ציגעשטעלט אלע נויטיגע פאפירן אויפן מינוט, פונקט ווי ער האט ווען א געריכט, נישט אז ער שטעלט נישט צי קומט איהם ארעסט, אבער דאך איז די נייע גזירה א פולפאכיג ערגער, א גזירת כליה, א גזירת שמד

און דא קומען ענק משתיק זיין און שרייען אין גירה, און ענק פרייען זיך גאר, שומו שמים על זאת

פרידן
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

לשמחה מה זה עושה

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:45 pm

איך פארשטיי די וואס פארשטיין נישט, פארוואס עס איז דא יודן וואס עס איז בבחינות ויחד יתרו,
עס איז זייער פאני פאר א יוד וואס זיין זון האט שוין לאנג א דיחו אין יעצט איז אלעס אויס אן וויסן וואס גייט מארגן זיין, זאל זעהן ווי אנדערע יודן זאגן גאר הודו לה' אין די מסקנה איז נאר אז זיי פארשטיין די פראבלעם אבער היות פאליטיש איז גוט פרייען זיי זיך
אבער טייערע יוד ביטע פראביר אויך צו פארשטיין די אנדערע זייט
ברייט מיינט ווען מען פארשטייט ביידע זייטן אפי' מען האט א זייט, נישט ווען מען איז פארהאקט אויף איין זייט אפי' עס האט בכמות מער מענטשן

צד הלוחמים בדרך דיפלעמאטיע

עס איז געווען א גזירה פין לפיד כפיה מיט פה רך אינאיינעם, א מצב כליה ממש
גיין אין פולע מלחמה וואלט געקענט מיינען אפאר גאר שווערע יארן סיי פארן יחיד אבער בעיקר פאר מוסדות התורה נאכדעם וואס מען וועט אפהאקן די געלטער אין ווי איך האב דעמאלטס געהערט פין י. א. חבר הכנסת איז די עיקר זארג געווען אז די גרויסע קהלות וועלן זיך א עצה געבן מיט געלט אין וועלן עס דורך שוויצען אבער די קלענערע קבלות אין שוואכערע קהלות וועלן אינטער ברעכן,
פאר זיי וואס עס איז אנגענומען צו נעמען געלט איז עס נישט אנדערש ווי למשל אין אמעריקא ווי עס איז שוין יא דא אסאך עשירים זאל די רעגירונג סטאפן יעדע איינציגסטע פראגראם פאר מוסדות, אין שניידן פין פראגרעמס ווי פאד סטעמפס אין וכו',
קען זיין נאך אפאר יאר וואלט מען עס געקענט צוביסלעך מסדר זיין, אבער אפאר גאר שווערע יאר וואלט זיכער געווען, ע"כ האבן זיי געהאלטן אז די בעסטע וועג ראטעווען וויפל מען קען פאליטיש.

למעשה דעמאלטס זייענדיג אינדרויסן פין די קאליציע אין לפיד האט עני וועי געוואלט שניידן וויפל עס גייט, איז נישט געווען אסאך וואס צוטון, חוץ טאקע קעמפען אדער עכ"פ זאגן אז מען גייט גיין מיט דעי מהלך, אין ווארטן עפעס זאל זיך טוישן אין די קאליציע,

נאכדעם וואס זיי זענען געווען צירוק אין די קאליציע, האבן זיי אנגעהויבן ארבייטן אויף א מהלך צו ראטעווען וויפל מען קען, האבן זיי געמאכט א פשרה וואס איז די חוק גיוס המתוקן, געלאזט לעכער ווי אסאך וועלן טאקע אריין פאלן, בפרט די אן א רוקן ביין קהלה, אויפגעהערט קעמפן קעגן די עצם מציאות פין חרדים אין מיליטער, איינס האפענדיג צו האלטן דע פרייע רואיג, אין צוויי אז אזוי זאלן ווי מער היימישע מסכים זיין מרצונם, אין די וואס טוען עס מרצונם זענען געווענדליך נישט די מתמידים, איי למעשה גיין אסאך אנקומען אהין אין עס מיינט שמד פאר אסאך, אבער דאס איז געווען די בעסטע אין די אומשטענדען אז נישט וועלן דאס די אלע שוואכע מוסדות אין נחשלים סיי ווי פאלן צו צוליב די אפגעהאקטע געלט פאר מוסדות אין יחידים, ע"כ זאל מען כאטשיג ראטעווען וואס מען קען

קוקענדיג לויט זייער השקפה אין מהלך היות דאס איז די איינציגסטע מהלך איז נאר די חוק גיוס המתוקן געהייסן אז די גזירה איז בטל עכ"פ וויפל עס איז שייך, פארשטייט ווען מען מאכט א פשרה אין מען לאזט אויס געוויסע גייט מען נישט זאגו יענעם אין פנים ר' איד דיר האבן איך געלאזט אליין פשוט ווייל נאר אזוי האב איך געקענט ראטעווען, האט מען פראבירט ברבים צו זאגן אז יעדער איז מסודר אין אלעס קלאפט, אבער ביחידיות האט מען יא געזאגט אז אמת עס איז דא פראבלעמען אבער דאס איז די בעסטע וואס מען קען טוען, אין די וואלטן געהאט די פראבלען אן דעם אויך כאטשיג האבן נישט אנדערע

אויך האבן זיי איינגעגאנגן אויפן שפעטערע יארן מיטן חשבון אז עס וועט ליגן אין די הענט פונעם שר אין ממה נפשך אויב וועט ער זיין גוט צו די חרדים איז דאך גוט, אין אז נישט וועט מען דעמאלטס קעמפען צו וואס דארפן יעצט נעמען די מהלך וואס איז לשיטתם נישט גוט ווען מען האט צייט דעמאלטס, בכלל האבן זיי געהאלטן אז די פרייע וואס פארפירן אז מען קומט זיך דורך וועלן זיי זיך בארואיגען

פארשטייט זיך יעצט ווען די גזירה איז צירוק בתוקף איז א מוראדיגע ווייטאג ווייל פשט איז אז יעצט איז "פריש" דא א גזירה
געוויסע פרטים וועלן טייל נישט וועלן מודה זיין אפען אבער דאס איז די אמת אינטערן טיש, איך בין נישט אריין אין זייטיגע פאקטארן פין אנדערע נגיעות עס איז אפשר וואס האט געברענגט צו די מהלך אבער יעצט רעדט מען פין די מהלך

צד הלוחמים בדרך מלחמה לה' בעמלק

אין אריין גיין אין כמה גדולים דברי חכמים אין ווען מען גייט ווען לכתחלה מיטן שיטות התבדלות אין בויעט נישט מוסדות אויף זייער געלט, אין מען שטיפט זיך נישט די נאז וואלטן אנדערש געווען למעשה ווי מען שטייט יעצט איז את הנעשה אין להשיב עכ"פ למפרע, וועל מיר נישט פין דעם יעצט רעדן

עס איז געווען א גזירה פין לפיד כפיה מיט פה רך אינאיינעם, א מצב כליה ממש

ווען גאנץ יהדות החרדית גייט אין מלחמה אין פשוט טוען איגנערירן די גאנצע גזירה, וואלט שוין לאנג נישט געווען קיין גזירה, איי זיי וועלן אפהאקן די געלטער איינס, פשוט בהשקפה נישט אויסגעהאלטן אפי' לו יהא כדברם, אין זייער מהלך ארבייט ווען, אונז קען מיר נישט פארהאנדלן פארן באשעפער, אונז מצדינו דארפן טוען מה שבידינו אנקעגן די גזירה אין מיר טארן נישט אויף די אייגענע האנט איבער געבן קיין איין אידיש נפש, איי די מעטעמאטיקס זאגט אז אויב געב איך נישט נאך וועל איך צום סוף צאלן מער, אויף דעם היצץ עליו בעל הבירה ואמר אני בעל הבירה זיי נישט די באשעפערס בוקקופער ער קען זיך אליינס א עצה געבן,

והשנית פשוט אין פאקט די מהלך איז א טעות מעיקרא, מען רעדט זיך איין אז זיי זענען גרייט נאכצוגעבן א אינטש, מען רעדט זיך איין אז מען קען זיי בארואוגען, דאס איז געווען די גרעסטע טעות, זיי די רשעים האבן אלע יארן געוויסט אז דאס איז א הארטע וואנט וואס מען קען נישט רירן, ווען עס האט זיך אנגעהויבן די רודערייען אנשטאט צורוק ווייזן אז דאס איז ווייטער נישט צו דעבאטירן, האט מען זיך איינגערעדט אז מען וועט עס קענען בארוהוגען מען וועט צו ווארפן א ביינדל, אין אזוי האט זיך עס געריקט, זיי האבן די לוחמים שיטה אויף פארקערט נישט גרייט נאכצוגעבן א אינטש אפשר אמאל אויפן מינוט אבער דאס איז נאר אנצוקומען צו זיין ציל, אין לשון קודש זאגט מען אתה ישן והוא ער לך, ע"כ די לוחמים האלטן אז די מהלך איז נישט קיין מהלך בכלל אפי' ווען מען מעג ווען נעמען אזא מהלך, מען קען נישט מאכן פשרות (ווען עס ווען אויסגעהאלטן) ווען די צד שכנגד האלט נישט דערביי

ע"כ די איינציגסטע מהלך איז נאר א געהעריגע אפענע מלחמה אין ווי לאנג מען זיצט מיט זיי אין מען געט נאך אפי' נאר א ביסל איז פשט אז די גזירה גייט געהעריג אן, אין מען האט נאר געטוישט די מהלך ווי אזוי עס אויסצופירן,
אין מיט דעם וואס מען האט געמאכט די חוק הגיוס המתוקן איז בעיני הלוחמים די גזירה באמת אסאך אסאך ערגער געווארן, ווייל די לוחמים זענען דא בכלל נישט באמת קיין ביטול פאר קיינעם, נאר א טויש אינעם אויספיר, אבער די גזירה איז געווארן אסאך גרינגער צו אינפאסירן היות עס איז מיט די הסכמה פין די חרדים שבכנסת האלטענדיג אז מען וועט העלפן דא וועט זיין גרינגער מיט די אנדערע, אין די ערגסטע חלק וואס אפי' עס איז מותר אין אפי' עס ארבייט די פשרה האבן זיין נישט געהאט קיין רעכט מיטצוארבייטן מיט די עצם הסתגלות וואס דאס אפקילן די עצם פראבלעם אין העלפן אריין ברענגן די רעיון ביים היימישע ציבור איז א חורבן וואס מען קען נישדט פארשאצן די תוצאות, מען מאכט שווערער אויב מען וועט יא דארפן פירן א מלחמה אין תשפ"ב, דאס איז א עוולה וואס האט נישט קיין תירוץ, דאס הייסט בעצם נישט קיין פשרה נאר נאכגעגעבן אלעס אויף א גאלדענע טאץ אזאך וואס אליינס וואלט ער קיינמאל נישט געקענט דערגרייכן,

דאס איז וואס מען איז שוין לוחם די לעצטע יאר אז די מהלך איז נישט אויסגעהאלטן אין עס האט קיינמאל נישט געארבייט אין די איינציגסטע עצה איז נאר א פאראייניגטע מלחמה

ע"כ יעצט ווען עס איז צירוק געווארן די חוק הלפיד פרייען זיך די לוחמים היות בעיניהם איז קיינמאל נישט געווען אויס די גזירה אין מען האט זיך קיינמאל נישט בארואהיגט אז מען זאל יעצט אנהייבן נאכאמאל וויינען, עס איז נאר געווארן בטל די הכרה אין די גזירה, אין אז די מהלך איז נישט קיין מהלך וואס וועט ארבייטען

די שמחה האט גארנישט אין נצחון פאליטיש קעגן די אגודה ח"ו, נאר יעצט איז די גזירה וואס איז קיינמאל נישט בטל געווארן נאר אסאך ערגער געווארן באקומענדיג הילף פין אינעווייניג, אין איז נישט באקעמפט געווארן מיט די איינרידעניש אז עס איז בטל, איז צירוק צו איר ארגענעלע פארבן אלטץ א גזירה, אן קיין הילף פין די וואס דארפן לוחם זיין, אין אז עס איז צירוק א אפענע גזירה אין מען זעט אז די רשעים וועט מען נישט אין קען מען נישט צפרידן שטעלן, אין זיי דארפן נישט קיין ביינדלעך נאר גאנצע שטיקער פלייש האפענטלעך וועט מען פירן א פאראייניגטע מלחמה
איי וואס וועט זיין מיט די מוסדות דאס איז פארן אויבשטער צו זארגן
אגב איז א חידוש פארוואס כאטש פראבירן אניהייב זיין אינדיפענדעט פין די רעגורונג צוביסלעך ווען מען זעט אז עס מאכט אזויפיל חרבנות


לסיכום באמת בשורש איז די חילוק אז זיי קוקן אן די גזירה ווי א פאליטישע מלחמה פין די פרייע אנקעגן די פרומע, לינקע קעגן רעכטע א אלטע מחלוקה וואס איז נוגע כמעט יעדע ענין אין אר"י, אין אז מען דארף פראבירן בארואיגען די אנגעצויגענקייט, אין אויפקומען מיט פאליטשע מהלכים, נאכגעבן אביסל באקומען אביסל
אין מיר קוקן עס אן עס האט גארנישט מיט פאליטיק פשוט די שטן המשחית וואס האט אין אלע דורות געארבייט צו שמד'ן כלל ישראל קעמפט מיט די קדושה אין מיט עם ה' היושב בציון אין די מלחמה לה' בעמלק איז נאר תמחה זכר מער טאר זיי נישט נאכגעבן גארנישט אזוי ווי אין אלע מלחמות אין אלע דורות ולה' הישועה

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:42 pm

קומט אריין די נייעס


*ראשוני וחשיפה בלעדית*
הוראת האדמו''ר מגור שליט''א לשר ליצמן: בחוק הגיוס הבא אין שום פשרות ולא נתפשר על שום יעדי גיוס ונילחם עד הפלת הממשלה ועד בכלל

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:46 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:קומט אריין די נייעס


*ראשוני וחשיפה בלעדית*
הוראת האדמו''ר מגור שליט''א לשר ליצמן: בחוק הגיוס הבא אין שום פשרות ולא נתפשר על שום יעדי גיוס ונילחם עד הפלת הממשלה ועד בכלל

אויב איז עס אמת איז מורא'דיג, דאס מיינט נאך נישט אז עס גייט טאקע אזוי זיין, אבער אז מען רעדט אביסל די שפראך איז אויך 'עפעס', אבער איך גלייב נאך נישט אז די לופט איז אזוי, ביז איך וועל עס הערן קראנט.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:46 pm

עס איז קלאר אז דאס נעמט צוזאם יעדעם, האפענטליך אז קיינער וועט נישט מאכן קיין פשרות וועט די גאנצע זאך בטל ווערן, זיי קענען זיך נישט שלאגן מיט אלע חרדים

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:47 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:עס איז קלאר אז דאס נעמט צוזאם יעדעם, האפענטליך אז קיינער וועט נישט מאכן קיין פשרות וועט די גאנצע זאך בטל ווערן, זיי קענען זיך נישט שלאגן מיט אלע חרדים

ריכטיג, און דאס איז די 'איינציגסטע' סיבה פאר וואס מען האט דורכאויס אלע יארן נישט גענומען דעם חרדי'שן ציבור אין מיליטער.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:49 pm

ווען די לאפיד גזירה איז ארויסגעקימען איז יעדער געווען פאראייניגט, די עיקר צרה האט זיך אנגעהויבן ווען די חרדישע מיטגליג=דער האבן אנגעהויבן מיט פשרות, אטאמאטיש מיינט עס אז אויף געוויסע האבן זיי יא מסכים געווען און פארקיקט

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:57 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:קומט אריין די נייעס


*ראשוני וחשיפה בלעדית*
הוראת האדמו''ר מגור שליט''א לשר ליצמן: בחוק הגיוס הבא אין שום פשרות ולא נתפשר על שום יעדי גיוס ונילחם עד הפלת הממשלה ועד בכלל

אויב איז עס אמת איז מורא'דיג, דאס מיינט נאך נישט אז עס גייט טאקע אזוי זיין, אבער אז מען רעדט אביסל די שפראך איז אויך 'עפעס', אבער איך גלייב נאך נישט אז די לופט איז אזוי, ביז איך וועל עס הערן קראנט.


אין די לעצטע תקופה איז 'גור' שטארק נישט צופרידן געווען מיט די חוק הגיוס, אונטערן טיש האבן זיי געבונטעוועט (דאס איז שוין נאכן נאכגעבן פאר זיי אז גור'ע בחורים דארפן זיך נישט שטעלן מיט קיין נשים).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:04 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:קומט אריין די נייעס

קאפי פעיסט האט געשריבן:*ראשוני וחשיפה בלעדית*
הוראת האדמו''ר מגור שליט''א לשר ליצמן: בחוק הגיוס הבא אין שום פשרות ולא נתפשר על שום יעדי גיוס ונילחם עד הפלת הממשלה ועד בכלל


ביטע שרייב ארויס מבטן מי יצא הדברים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:23 pm

פרידן האט געשריבן:איך פארשטיי די וואס פארשטיין נישט, פארוואס עס איז דא יודן וואס עס איז בבחינות ויחד יתרו,
עס איז זייער פאני פאר א יוד וואס זיין זון האט שוין לאנג א דיחו אין יעצט איז אלעס אויס אן וויסן וואס גייט מארגן זיין, זאל זעהן ווי אנדערע יודן זאגן גאר הודו לה' אין די מסקנה איז נאר אז זיי פארשטיין די פראבלעם אבער היות פאליטיש איז גוט פרייען זיי זיך
אבער טייערע יוד ביטע פראביר אויך צו פארשטיין די אנדערע זייט
ברייט מיינט ווען מען פארשטייט ביידע זייטן אפי' מען האט א זייט, נישט ווען מען איז פארהאקט אויף איין זייט אפי' עס האט בכמות מער מענטשן
ה

אינטערסאנט פארוואס פלוצלינג דארף מען זיין ברייט, און אפילו ווען מען זעהט קלאר א גזירת שמד, דארף מען גלייבען אז עס ווייט זיין גוט, אבער ווען די ביז יעצטיגע חוק הגיוס המתוקן - וואס אין טוה דאס נישט פארטיידיגען - אבער קלאר אז מען האט געקענט זעהן אין דעהם פארשידענע גוטע טיילן, אבער איינער האט דאס פראבירט צי פארטיידיגען, איז נישט נאר ער האט נישט געהייסן ביירט, נאר יענער איז פשוט פארכאפט, אינטערגעקויפט, משתיקים, קאפוי, און וואס נישט.

ולגופו של ענין, ווילסט מיינען אז די יעצטיגע מצב איז בעסער ווי ביז יעצט, קענסט האלטן אזוי, גראדע בין איך מחולק, אבער מיר זענען דאך ברייט.... אבער פון דא ביז שאלן פאר פרייד, יאמערען פאר נצחון, אינדערצייט וואס עס קומט ארויס א גזירת הקוטנטוניסטן ר"ל, איז די וועג זייער ווייט, און ווער עס פריידט זיך איז א סימן אז אינטערסירט איהם בכלל נישט אידישקייט, וד"ל.

יא, איך ווייס ענק וואוינען אין אמעריקא, ענק אינטערסירט עס נישט באמת, עס איז נישט נוגע פאר אייערע קינדער, נאר דא אזעלכע וואס טוט זיי ווי כבוד שמים, און זיי קלאגן יעצט פונקט ווי ביז יעצט, איך בין אויך ב"ה פארזיכערט כי לא יטוש ה' עמו, און מיינע קינדער שיחי' זענען נאך גאנץ ווייט פון די גיל הגיוס, און איך בין במוך ובטוח אז ביז דעמאלט וועט שוין די מדינה אינטערגיין בביאת גו"צ בב"א, אבער דאך האט מיר די נעכטיגע בשורה א שטאך געגעבן.


אינטערסאנט אז טייל פון די וואס זענען אזוי בשמחה דא, האבן פאר א פאר טאג צוריק באשולדיגט געוויסע ערליכע אידן אז עס קימער זיי נישט כבוד שמים, גיי פארשטיי, זיי קומערט עס דען יא?...

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:28 pm

farshlufen האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:קומט אריין די נייעס

קאפי פעיסט האט געשריבן:*ראשוני וחשיפה בלעדית*
הוראת האדמו''ר מגור שליט''א לשר ליצמן: בחוק הגיוס הבא אין שום פשרות ולא נתפשר על שום יעדי גיוס ונילחם עד הפלת הממשלה ועד בכלל


ביטע שרייב ארויס מבטן מי יצא הדברים.

גא"מ
א געזוך אויפ'ן געוועב פירט נישט אינערגעץ.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:33 pm

איינער פון די ריכטער מיטן נאמען מעלצער שר"י האט געשריבען אין די אורטייל אז דינען אין מיליטער איז נישט קיין סתירה צי אידישקייט, והא ראי' אז אויך אין שווייץ איז דא א חוק גיוס חובה, און די מיליטער שטעלט צי געהעריגע געברויכען פאר די רעליגיעזע סאלדאטן, און די פרומע אידן גייען דינען,
א שווייצער איינוואוינער האט אויפדעהם געענטפערט אויפן ראדיא, אז קיין איין פרומער איד גייט נישט דינען אין די ארטיגע מיליטער, און די מיליטער פארשטייט זייער גוט אז די מיליטער איז נישט קיין פלאץ םאר א איד, און באפרייט יעדער איד וואס שטעלט זיך אינעם זעלבן טאג.
נאר אין מדינת ישראל קען א ריכטער זאגן אזא פרעכע ליגענט.


ח"כ יענקל ליצמן האט געעגבן צי הערן היינט אז סיי די ריכטערין ביינש שר"י וואס האט גע'פסל'ט די חוק טל פאר 5 יאר צוריק, און סיי די ריכטער ארור אשר לא יקום רובינשטיין (וואס גייט מיט א קאפל) וואס האט יעצט געגעבן די אורטייל, האבן דאס געטוהן אין די לעצטע טאג פון זייער קאדענציע, ער רופט עס אהן א היט און ראן, נאר צי קענען לאזן זייער סטעמפל פארן גיין.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:35 pm

תמהני ווי אזוי איינער מיט א מילי ליטטער דעת קען האבן א הו"א צו שאלן פון פרייד.

ועוד, ווען די .... פאלט דורך מיט עפעס און עס שטעלט זיך ארויס אז דער רעכטער לאגער איז גערעכט מיט וכו' מעג מען דען זיך פרייען?

ווער ס'גרויסט זיך אין אזא פאל צייגט ער אז נישט די תוה"ק אןן כבוד השם נר לרגליו, וקצרתי.

כמבואר בספרי קודש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:41 pm

די נייעס איבער גור איז זייער אינטערעסאנט, ספעשל אז נישט ביבי און זיין רעגירונג האבן מבטל געווען דעם יעצטיגן חוק הגיוס נאר ס'קומט פון די בג"ץ, און א בעסערע רעגירונג אויסשטעל פאר זייערע אינטערעסן קען נישט געשעהן בדרך הטבע.
1 + 1 = חלה דעקל...

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:45 pm

לחם לשובע האט געשריבן:אינטערסאנט פארוואס פלוצלינג דארף מען זיין ברייט, און אפילו ווען מען זעהט קלאר א גזירת שמד, דארף מען גלייבען אז עס ווייט זיין גוט, אבער ווען די ביז יעצטיגע חוק הגיוס המתוקן - וואס אין טוה דאס נישט פארטיידיגען - אבער קלאר אז מען האט געקענט זעהן אין דעהם פארשידענע גוטע טיילן, אבער איינער האט דאס פראבירט צי פארטיידיגען, איז נישט נאר ער האט נישט געהייסן ביירט, נאר יענער איז פשוט פארכאפט, אינטערגעקויפט, משתיקים, קאפוי, און וואס נישט.

...

וואס איז שייך צו קוקן ברייט ווען בשעת מעשה פאלט שטיקער פון כלל ישראל?

פרידן
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:55 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:איך פארשטיי די וואס פארשטיין נישט, פארוואס עס איז דא יודן וואס עס איז בבחינות ויחד יתרו,
עס איז זייער פאני פאר א יוד וואס זיין זון האט שוין לאנג א דיחו אין יעצט איז אלעס אויס אן וויסן וואס גייט מארגן זיין, זאל זעהן ווי אנדערע יודן זאגן גאר הודו לה' אין די מסקנה איז נאר אז זיי פארשטיין די פראבלעם אבער היות פאליטיש איז גוט פרייען זיי זיך
אבער טייערע יוד ביטע פראביר אויך צו פארשטיין די אנדערע זייט
ברייט מיינט ווען מען פארשטייט ביידע זייטן אפי' מען האט א זייט, נישט ווען מען איז פארהאקט אויף איין זייט אפי' עס האט בכמות מער מענטשן
ה

אינטערסאנט פארוואס פלוצלינג דארף מען זיין ברייט, און אפילו ווען מען זעהט קלאר א גזירת שמד, דארף מען גלייבען אז עס ווייט זיין גוט, אבער ווען די ביז יעצטיגע חוק הגיוס המתוקן - וואס אין טוה דאס נישט פארטיידיגען - אבער קלאר אז מען האט געקענט זעהן אין דעהם פארשידענע גוטע טיילן, אבער איינער האט דאס פראבירט צי פארטיידיגען, איז נישט נאר ער האט נישט געהייסן ביירט, נאר יענער איז פשוט פארכאפט, אינטערגעקויפט, משתיקים, קאפוי, און וואס נישט.

ולגופו של ענין, ווילסט מיינען אז די יעצטיגע מצב איז בעסער ווי ביז יעצט, קענסט האלטן אזוי, גראדע בין איך מחולק, אבער מיר זענען דאך ברייט.... אבער פון דא ביז שאלן פאר פרייד, יאמערען פאר נצחון, אינדערצייט וואס עס קומט ארויס א גזירת הקוטנטוניסטן ר"ל, איז די וועג זייער ווייט, און ווער עס פריידט זיך איז א סימן אז אינטערסירט איהם בכלל נישט אידישקייט, וד"ל.

יא, איך ווייס ענק וואוינען אין אמעריקא, ענק אינטערסירט עס נישט באמת, עס איז נישט נוגע פאר אייערע קינדער, נאר דא אזעלכע וואס טוט זיי ווי כבוד שמים, און זיי קלאגן יעצט פונקט ווי ביז יעצט, איך בין אויך ב"ה פארזיכערט כי לא יטוש ה' עמו, און מיינע קינדער שיחי' זענען נאך גאנץ ווייט פון די גיל הגיוס, און איך בין במוך ובטוח אז ביז דעמאלט וועט שוין די מדינה אינטערגיין בביאת גו"צ בב"א, אבער דאך האט מיר די נעכטיגע בשורה א שטאך געגעבן.


אינטערסאנט אז טייל פון די וואס זענען אזוי בשמחה דא, האבן פאר א פאר טאג צוריק באשולדיגט געוויסע ערליכע אידן אז עס קימער זיי נישט כבוד שמים, גיי פארשטיי, זיי קומערט עס דען יא?...

לכאורה איז געווען צו שווער צו דורך ליינען וואס איך האב געשריבן, נאך די שורות וואס די ציטירסט, אין פארשטענדליך עס איז זייער לאנג, אין היבש אסאך גרייזן איך האב אויך נישט געהאט געהעריג קיין כח צו שרייבן, אבער דארט האב איך שוין אלעס גענפערט אפי' די נייע קשיות וואס די פרעגסט, אז די ווילסט א תשובה, נאר טאמיר די ווילסט, ליין יענע תגובה
מיט דאנק
שלום
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:04 pm

ס'האט נעכטן איינער מסביר געווען, אז סטראשען מיטן פארלאזן די קאאליציע וועט יעצט לכאורה נישט ארבעטן, ווייל ס'קומט פונם בג"ץ, וואס איז העכער די ממשלה [א שטייגער ווי דער סופרים קאורט אין אמעריקא וואס איז העכער אלעס און אלעמען], וואר אדער נישט?

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:08 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:אינטערסאנט פארוואס פלוצלינג דארף מען זיין ברייט, און אפילו ווען מען זעהט קלאר א גזירת שמד, דארף מען גלייבען אז עס ווייט זיין גוט, אבער ווען די ביז יעצטיגע חוק הגיוס המתוקן - וואס אין טוה דאס נישט פארטיידיגען - אבער קלאר אז מען האט געקענט זעהן אין דעהם פארשידענע גוטע טיילן, אבער איינער האט דאס פראבירט צי פארטיידיגען, איז נישט נאר ער האט נישט געהייסן ביירט, נאר יענער איז פשוט פארכאפט, אינטערגעקויפט, משתיקים, קאפוי, און וואס נישט.

...

וואס איז שייך צו קוקן ברייט ווען בשעת מעשה פאלט שטיקער פון כלל ישראל?

אמן, וכן למר.

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:15 pm

השכינה מקוננת ואומרת אוי לי! ווי קענען מענטשן מזרע ישראל אשר אבותם עמדו על הר סיני, צווינגן אנדערע אידן צו אויפגעבן זייערע ווירדן, און זיך אויסמישן אינעם שמעלץ טאפ פון טומאה וכפירה, אללי לי!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:16 pm

די גזירת גיוס בנות איז בטל געווארן א דאנק די פראטעסטן פונדרויסן.
how?
אז יענער קען קענסטו אויך

ggg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:43 pm

א איד פון א"י איז נעכטען געווען ביי מיר נאך געלט האט ער מיר מסבר געוען אז ער קיקט עס אן אין א וועג אז סוועט זיין גרינגער זיך צושלאגן ווייל נישט ער וועט זיך מיזן שלאגן ביזן סוף "אליין" נאר אפי' זיינע שכינים און אלע ערליכע אידן וועלן זיך שלאגן (עכ"פ אזוי האפט ער וד"ל) און ער זאגט מיר אז זיין גרויסער בחור האט עם געזאגט די זעלבע ווען ער האט עם געריפן קיין אמעריקא צו פארציילן די נייעס פון די פסק הבג"ץ הציוני, אבער נישט ח"ו אז איינער איז בשמחה מיט די נייע גזירה זיי ווייסן גאנץ גיט אז סוועט קאסטן אסאך עגמת נפש ווייניג געזאגט פאר "אלע" ערליכע אידן פון "אלע" קרייזן.

און א בחינה "צרת רבים חצי נחמה" פארוואס איז עס אזוי ווערט דען די צרה קלענער ווען נאך אידן מאכן ח"ו מיט די זעלבע צרה? נאר סאיז א וועג גרינגער זיך מחזק צו זיין אזוי איז מיט די גזרה יעצט, אבער יעדער איז מודה סאיז געהעריג א שעת שמד ממש רח"ל.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:49 pm

"פרידען" טייערער, זיי מיר מוחל, אבער פון זיין צופרידן ביז שמחה איז די מהלך גאר ווייט.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:50 pm

זבחי צדק האט געשריבן:ס'האט נעכטן איינער מסביר געווען, אז סטראשען מיטן פארלאזן די קאאליציע וועט יעצט לכאורה נישט ארבעטן, ווייל ס'קומט פונם בג"ץ, וואס איז העכער די ממשלה [א שטייגער ווי דער סופרים קאורט אין אמעריקא וואס איז העכער אלעס און אלעמען], וואר אדער נישט?

א ודאי.

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:48 pm

@פרידן, ייש"כ פאר דיין תגובה. קילורין לעניים


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט