בג"ץ פסל'ט גיוס געזעץ

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:29 pm

רצון טוב האט געשריבן:די נחשלים און שוואכלינגע ספרדים און ליבאוויטשע בחורים וואס זענען געווען אין געהאקטע צרות, נאכדעים וואס די גזירת לפיד איז צוריק וועלן ווייניגער ספרדים און ליבאוויטשע פאלן צום מיליטער
די פריידיגע מציאות איז בעסער ווי דאס אז די ראשי המפלגות פילן אהן די מויל מיט וואסער צום שמד הנורא.

אדרבה, יעצט זיי זענען פול מער אין געהאקטע צרות, נאך וואס מען האט ציגענומען די מינדעסטע רעכט פאר א ערליכער איד זיך צי ארויס דרייען, פארשטייט זיך אז די חוק גיוס חובה וועלן זיי אינפארסירען צום ערשט אויף די שוואכערע.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:11 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:די נחשלים און שוואכלינגע ספרדים און ליבאוויטשע בחורים וואס זענען געווען אין געהאקטע צרות, נאכדעים וואס די גזירת לפיד איז צוריק וועלן ווייניגער ספרדים און ליבאוויטשע פאלן צום מיליטער
די פריידיגע מציאות איז בעסער ווי דאס אז די ראשי המפלגות פילן אהן די מויל מיט וואסער צום שמד הנורא.

אדרבה, יעצט זיי זענען פול מער אין געהאקטע צרות, נאך וואס מען האט ציגענומען די מינדעסטע רעכט פאר א ערליכער איד זיך צי ארויס דרייען, פארשטייט זיך אז די חוק גיוס חובה וועלן זיי אינפארסירען צום ערשט אויף די שוואכערע.

ווי געשריבן פריער די גזירה מצד הממשלה איז אסאך ערגער יעצט אין עס בלוטיגט יעדן יוד די גלות וואס אחינו שבארץ מאכן מוט אין די גלות הערב רב, פאר מעין סטריט טאטעס איז יעצט דא אסאך מער קאפ וויי
די מחלחה אין ווידערשטאנד מצד העולם החרדי קעגן די גזירה איז יעצט גרינגער געווארן די פשרה פין אויפגעבן האלב צוו ראטעווען האלב איז יעצט אויס
סא די וויינסט אויף די ערשטע חלק אין ביזט גערעכט, אין גאנץ כלל ישראל וויינט מיט
אין אונז פריי מיך זיך אויף די צווייטע חלק נאך שטיין אין קעמפען א מלחמה מיט אזדויפיל שוועריקייטן ווערענדיג אונטער געהאקט מער מבית ווי מבחוץ אין יעצט וועט די מלחמה גרינגער ווערן האפענטלעך צו א גענצליכע נצחון

למשל אז צפון קאריע זאל זיך יעצט אנהייבן רייצן מיט טשיינע איז די וועלט מער אין אסאך א גרעסערע סכנה בעצם, אבער אויך מיט אסאך מער מעגליכקייטן אים צו דערשטיקן אין בייקומען

יואל שרייבער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:27 pm

אימפעט האט געשריבן:די לינקע שרייען אז ווען די רעכטע זאלן אויך מיטשווייגן די גאנצע צייט וואלט מען נישט געוועקט דעם בער...

פארשטייט זיך אז ס'איז שוא ושקר...

וייל די רעכטע האבן געשריגן אז דער מצב איז געפערליך ממילא האבן זיך די רשעים אויפגעוועקט אז דער מצב איז נישט געפערליך?

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3493
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:38 pm

כיהודה ועוד לקרא
לאמיר האפן אז די חברי הכנסת אין זייערע שליחים וועלן איינזעהן אז מיט פשרות קומט מען אין ערגעץ נישט אן למעשה איז די בג"ץ פולקאמע בעל הבית אין זיי וועלן זיך צושטעלן צו די מלחמת קודש אין אזוי וועט בקרוב די גזירה ווערן בטל בעזרת השם.
#כולנו למערכה
#בשם השם נעשה ונצליח
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:04 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:ווער עס פריידט זיך זענען יאיר לפיד מיט התנועה לאיכות השלטון, מיט אלע שונאי הדת וואס קענען נישט זין ווי דער עולם התורה בליהט (איז צי זייער ששמחה פארהאן שותפים אין אייוועלט?)

איך מיין אז איר האט א טעות קיינער דא אויף אייוועלט פרייד זיך נישט רח"ל
נאר.. מהאפט אז דורך די יעצטיגע פסק הבג"ץ וועלן זיך אויפהערן די פשרות אין די הסכימים דורך די וואס זענען אינעווייניג אין כנסת.

די פאר תגובות וואס עס איז געשריבען געווארן נאך דיי תגובה, ווייזט אויף, אז עס זענען דא אידן וואס ר"ל טועהן זיף פרייען אז עס גייט זיין א גזירה צי אפ'שמד'ען כלל ישראל כפשוטו ממש, א גזירת כליה.

שמו האט געשריבן:אין קורצן איז אזוי

כולי עלמא מודי, אז דער לפיד איז א רשע מרושע שר"י, און זיין כוונה איז נאר אונטער צו ברענגען כלל ישראל

וואס דען, פאריגע מאל, האט מען זיך געפרייט אז כלל ישראל וואס איז אלעמאל געווען מסירות נפש אידן, וועלן זיך נישט לאזן פון אים, און מ'וועט גיין באש ובמים אפצושרייען די גזירה, (צו דורך אינגאנצן מבטל זיין דעם חוק גיוס חובה, צו דורך אנדערע וועגן) הצד היוצא ס'זאל ווערן א פאקט, אז די פרומע גייען נישט אין מיליטער און שוין.


למעשה, די אגודה האט א פראבלעם מיט דעם
א) לשיטתם איז נישטא קיין פראבלעם צו גיין אין צבא (מ'איז אלעמאל געגאנגען)

ב) איינער וואס וויל טרעפן א ארבייט אין א"י מוז דאך קודם דינען אין מיליטער, איז אדרבה זאל ער גיין דינען, (פארשטייט זיך, ער זאל זיך אויסוועלן רב צבאי, אדער ח"ק אדער משגיח וכו', און נישט חלילה ביי תערובות וכו', כאילו מ'קען זיך וועלן היינט פונקט ווי אמאל)

ג) דער שוואכער בחור, זאל ענדערש גיין אין צה"ל (זיין א שייגעץ מיט א טיטל, בהסכמת הגה"צ שליט"א) ווי איידער זיך דרייען אויף די גאסן, (און קיילע מאכן אנדערע וכו').

ד) דער מיליטער איז גארנישט אזוי שלעכט, און זיי פארשטייען אויך, אז אויב וויל מען באקומען געלט, קען מען נישט זיין א אוכל ואינו עושה, מוז מען אויך מקריב זיין אביסל קרבנות צו די צה"ל,

ה) מ'וויל נישט אנערקענען, אז די גאנצע גזירת הגיוס, איז נאר 'לחלן את החרדים', און האט כמעט גארנישט צו טון מיט 'מיליטער' און וואוילזיין פון די מדינה

דעריבער האבן זיי נישט געהאט א פראבלעם מיט די עצם מציאות פון גיין אין צבא, נאר מיט די שארפקייט פון לפיד, דעריבער האבן זיי פרובירט אויסארבייטן געוויסע זאכן, צו מאכן ווייניגער בחורים גיין, אדער אנדערע סארט מיטלען, אבער נישט געזוכט צו אפרופן די גזירה אינגאנצן, ווייל לדעתם איז בכלל קיין גזירה נישטא

לאידך גיסא, פארשטייען מיר (רויף דאס די רעכטע לאגער, אדער ווי אזוי דו ווילסט), אז דער עצם מציאות פון אריין רעדן אין בני הישיבות, איז איין חורבן, דער עצם מציאות פון וועלן נעמען בחורים בכפיה אין מיליטער איז א צווייטע חורבן (יא מ'נעמט קיינעם נישט בכפיה, נאר קודם זעצט מען אים איין פאר פארלעצן עפעס א שטות, און דערנאך כופין אותו עד שיאמר רוצה אני, און מ'צווינגט קיינעם נישט, ואכהמ"ל), מפקיר זיין אידישע בחורים, אויף די חשבון פון אנדערע איז אויך א חורבן, און געבן א גושפנקא אויף די צבא איז נאך א חורבן, און דעריבער איז לפיד'ס גזירה בעסער, ווייל קעגן דעם וועלן די אגודה קרייזן אויך גיין באש ובמים.

דאס איז די יעצטיגע הודיה לה', אז די אגודה קרייז וועט אויך מוזן נעמען שפרינגען קעגן די גזירה, און זאל דער רבוש"ע העלפן, זיי זאלן אויך אנערקענען אז מיט די רשעים קען מען נישט און מ'טאר נישט מאכן קיין פשרות, נאר גיין עד הסוף, ובשם ה' נעשה ונצליח.


(נ.ב. ס'איז צום האפן, אז דער מוגה"ת וואס האט אין די לעצטע יארן נישט געזעצן וועגן דעם גיוס, אבער יא וועגן חילול שבת ערגעץ וואו (כאילו די מדינה איז ביז היינט נישט מחלל שבת בשאט נפש), וועט יעצט שוין האבן די צייט און רצון צו זיצן אויף די גזירה, און וועלן טון צו די זאך).


רצון טוב האט געשריבן:איינע פון די חכי"ם האבן מיט ביטער גע'מגיבט צום פסק הבג"ץ אז פארוואס קומט אינז אזא פסק? מיר האבן אזוי שיין צוגעשטעלט יעדים מיט שיינע ציפערן,
די ערליכע ציבור שלא כרעו לבעל הכפרני זאגט צום ח"כ אז צוליב דעם טאקע קומט דער פסק הבג"ץ אויב אידן הנקראים חרדים שטעלן צו יעדים וועט אינז די בורא עולם נישט לאזן אינטער אזא ביטערע צרה, יעצט ווען די אגודה שרייט הויעך אז סע צרות וועט אביסל לייכטער גזירה
די וואס קענען אביסל אפאטעמען יעצט זענען די חלושים ביי די ספרדים און ליבאוויטשע בחורים וואס זענען געווען ממש הפקר פארן צה"ל, נאכן מאכן הסכמים אז פון זייערע מענטשן וועט מען לאזן פאלן ווי די פליגן
געלויבט ד' אז די ביז איצטיגע פשרה און הסכם צו שיקן אידן לשמד האט גליטן א וויסטע מפלה, כן יאבדו כל אויבי ד'.


וועהם אינטעסירט וואס יענער ספרד'ישער ח"כ האט זיך אויסגעדריקט, און וואס אינטערסירט עס מיר וואס די ח"כ'ים פון די אגודה האבן געזאגט, איך האב מיט זיי גארנישט, איך האב פאר זיי נישט געוועלט, און איך בין נישט זייער ווארט זאגער.

די פאקט איז אז ביז יעצט האט ווער עס האט געוואלט בלייבען אין ישיבה, האט געקענט בלייבן, זיצן און לערנען, און דאס איז יעצט בטל, איך האב קינדער אין ארץ ישראל, און איך האב וואס צי דאגה'נען, און ענק?...

אמת, עס איז געווען פראבלעמען אויך ביז יעצט פאר שוואכערע נישט בני תורה, אדער בחורים מיט לעכער אין זייער מעמד בן ישיבה, און עס איז א שווערע צרה, נישטא וואס צי רעדן, אבער יעצט איז דאס פולפאכיג שווערער, א גזירת כליה אויף כלל ישראל היל"ת, אויף דעהם פרייען ענק זיך?

ווי וועלן די ספרדי'שע בחורים יעצט קענען אפאטעמען, זיי זענען דאך יעצט פולפאכיג מען אין פעקל, קלאר אז אויב די מיליטער וועט נישט אויספירען די געזעץ אויף די פעסטע ערליכע אידן, וועלן זיי זיך אבער פארלייגען אויף די שוואכע.

איך האב אלע אל געמיינט אז עס באדערט אייך טאקע די מצב פון גיוס, יעצט בין איך אינגאנצען מסופק, אויב מען קען פריילעך זיין מיט אזא צרה צרורה...

די מערסטע אומפארשטענדליך איז די פאלגענדע שטיקל

געלויבט ד' אז די ביז איצטיגע פשרה און הסכם צו שיקן אידן לשמד האט גליטן א וויסטע מפלה, כן יאבדו כל אויבי ד'.

ממש א מפלה, נישט אזוי, גיי פארשטיי...


אויב כלל ישראל איז אינאיינעם אויף די באשולדיגונג באנק וועט אלעס בענעזאם באקעמפן די צרה
אויב איז אינעם שיף דא לעכער טרינקט רח"ל די שיף.

יוסף משה
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:25 am

תגובהדורך יוסף משה » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 6:34 pm

eller האט געשריבן:כיהודה ועוד לקרא
לאמיר האפן אז די חברי הכנסת אין זייערע שליחים וועלן איינזעהן אז מיט פשרות קומט מען אין ערגעץ נישט אן למעשה איז די בג"ץ פולקאמע בעל הבית אין זיי וועלן זיך צושטעלן צו די מלחמת קודש אין אזוי וועט בקרוב די גזירה ווערן בטל בעזרת השם.
#כולנו למערכה
#בשם השם נעשה ונצליח

ס'איז נישט שייך אז זיי זאלן זיך צושטעלן, ווייל אפילו אויב זיי ווערן רעכט, ווערן אלס די רעכטער מער רעכט.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 7:09 pm

איך האב קשיות, ווער וויל ענטפערן?

וויאזוי קען א קאורט איבערדרייען א חוק? דא אין אמעריקע מאכט מען א חוק און דאן דארף די בית דין פסקענען לויט די חוק. א חוץ טאמער די נייע חוק גייט אנטקעגן די קאנסטיטוציע און צו טוישען די קאנסטיטוציע פעהלט זיך אויס צוויי דריטעל. איז עס אזוי דא?

וואס איז די פרישע פראבלעם פאר די אגודה? זאלען זיי אויך זאגען פאר זייערע מענטשען אז מען שטעלט זיך נישט און פארטיג? וואס טוהט זיך מיט מסירת נפש פאר די תורה?

פרישע הינדערט טויזענט בחורים און זייערע תפיסות איז א גוטע עצה אויב וויל מען אינטערברענגען די גאנצע מדינה, זעהט נישט אויס שלעכט.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

הער
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 05, 2017 1:22 pm

תגובהדורך הער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:19 pm

נא_שכל האט געשריבן:ס'איז א שווערע גזירה פאר אחב"י היושבים בארה"ק.

אבינו מלכינו בטל מעלינו כל גזירות קשות!


דאס איז די שמחה, אז אז אלע האבן זיך ב''ה דערוועקט.

און אויב דאס וועט האבן אן המשכה... - וועט בעז"ה נישט בלייבן קיין שריד ופליט פון די גזירות מיט דעם כח אז "יש גזירה".

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:17 am

מסתבר איז אז איינמאל די פראנט איז פאראייניגט שטארק אינאיינעם קעגן די גזירה
קען מען די גזירה ניצן פאר טישו פאפיר, אדער לצור על פי צלוחית.

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:33 am

יעצט באקומען
צוגעלייגטע
מכתב רממ שפירא לפני 16 שנה שצפה מה יקרה.PNG
מכתב רממ שפירא לפני 16 שנה שצפה מה יקרה.PNG (185.23 KiB) געזעהן 1313 מאל

oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 27, 2011 12:00 am

תגובהדורך oko » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 7:52 am

ס'איז דברים פשוטים מאוד, !!
היינט זעהט מען עס אפען אז נאר די פשרות - האט געעפנט די וועג, און די לאך ווערט רח"ל ברייטער און טיפער..
יעדער בר דעת פארשטייט אפי' ס'זאל זיין די גרעסטע ביי די פרייע, אפי' לפיד. אז צוריק אין יאר 1980 און ביפאר איז נישט געווען וואס און צו וועמען צו רעדן איבער גיוס, אזוי ווי גיוס נשים, (השי"ת זאל שומר ומציל זיין אז קיין חרדישע זאל נישט מאכן דארטן קיין פשרות)
די מחלוקת איז נאר אז איינמאל די לאך איז געמאכט, ווי שנעל מ'קען אריינגראבן, לפיד שר''י האלט אז מ'גייט צו שטייט, אויף אזא אופן וועט עס נאך נעמען א 20 יאר ביז מ'וועט צילן ביז ווי זיי ווילן אנקומען, ממילא ס'איז דא סנקציות וכו' וואס וועט צוטרייבן, און אנדערע זייט טענה'ן אז ס'איז נישטא קיין ברירה מ'מוז גיין שטייט.. .. ..

ממילא מיר דארפן זעהן בעוד מועד, !! - מ'האלט שוין ביי די לעצטע סטאנציע, די קרייזן וואס וועלן נישט ארויסגיין אויף א מלחמת חורמה ממש ממש, זענען פארשפילט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:17 am

ס'איז א ווייטאג און א שאנד א מ'ווייסט נישט מבחין צו זיין צווישן א ביטערע גזירה אשר לא היתה מאז היתה "ישראל" ל"גוי", און חילוקי דעות וויאזוי מ'דארף פירן א מלחמה מיט די ציונים.

ס'איז ברור אז דער רבי זי"ע וואלט געוויינט ביטערע בכיות און אזא טאג וואס קומט ארויס א גזירה וואס איז אינגאנצן מבטל די רעכטן פון יעדען ערליכע איד אין ארץ ישראל נישט צו גיין אין מיליטער. די גזירה כשלעצמה איז א שרעקליכע זאך, ותוצאותיו מי ישורינה?

זאגסט אז אזוי וועט מען זיך נישט לאזן און מ'וועט זיכער מנצח זיין די רשעים. אדער יא אדער נישט, די מלחמה דערקעגן איז נאכנישט דא, און די זיג זיכער נישט, אבער די גזירה נוראה איז דא! און דאס איז קיין פרייד!

לויט די מהלך פון די געשרייבעריי וואלט מען אויך אויפגענומען מיט "פרייד" ווען די אראבער'ס זיגן די מלחמות מיט ארץ ישראל, און וואס דער רבי זי"ע האט געהאלטן אויף דעם איז באקאנט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:41 am

נא שכל, דאס הייסט גערעדט מיט שכל!

ייש"כ פארן ארויסברענגען וואס איז מיר געליגן אויפן צינג!
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:52 am

חיים, א חשובה אינגערמאן וואס וואוינט אין אשדוד, וועקט זיך אויף היינט צום ביטערע מציאות, אוי וויי די בג״ץ האט מבטל געווען דאס אז א בן ישיבה קען בלייבן לערנען אין מ׳מיז גיין אין מיליטער רח״ל, ס׳כאפט אים אן א שרעק, ער האט צוויי בחורים אין ישיבה גדולה, ס׳נישט קיין ווערטעל, וואס וועט זיין?
ער זוכט אן היימישע פלאץ ווי ער קען ליינען די נייעס, אה! אייוועלט, דארט וועט מען זעכער אראפ ברענגן די נייעס פין די ביטערע גזירה אויף כלל ישראל,
ער סיינט אריין אין גלייבט נישט וואס זיין אויגן זעהן, הודי לד׳ כי טוב... א גרויסע שמחה... וואס? כ׳זעה גוט? איז דאס מעריב איבערגעטייטש אויף אידיש?

יא חיים טייערע, ס׳דא אידן ליידער וואס וואוינען ווייט אוועק פין אייך, האבן נישט קיין פילינג פאר אייער פראבלעם, אין אלעס איז פאליטיק פאר זיי, חוץ ליינען אפאר צייטונגן מיט אפאר בלעטער האבן זיי נישט קיין השגה וואס די מצב איז ביי אייך.

די חשבון זייער איז, אז אויב עס טוט וויי פאר די אגודה קרייזן איז אוטומאטיש דארפן אונז זיך פרייען... דערנאך גייט מען אנהייבן זוכן פשעטלעך פארוואס מאכן מער גזירות אויף אידן איז עכט א טובה פאר זיי,
אבער חיים, רובא דרובא כלל ישראל פילט אייער צער, מ׳איז מתפלל פאר אייך, די רשעים זאלן האבן א מפלה, ביז אונז ווערן גענצליך אויסגעלייזט מיט משיח׳ן אינאיינעם
נודה לך האט געשריבן:גיב אויס דיינע כשרונות אין "ריעל לייף"!! דא אויפן וועלטל קומט מען אריין זיך געבן ליפטער אויס און געגאנגען וויייטער.

אבגדהוזחטי
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:32 am

לע"ד די וואס ווארפן אריין די זאך אין פאליטיק מאכן בלי שום ספק חרוב די מערכה.
יענקל לעדערמאן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:01 am

אבגדהוזחטי האט געשריבן:לע"ד די וואס ווארפן אריין די זאך אין פאליטיק מאכן בלי שום ספק חרוב די מערכה.

נישט בלויז ביי גיוס און ציונות וכדו', נאר ביי יעדע פעולה, ווי מער נגיעות און שלא לשם שמים איז אריינגעמישט, אלס גרעסער איז די שאנס פאר א דורכפאל עט די ענד אויף די געים צומאל נאך צענדליגע יארן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:04 am

אזוי ווייניג שכל צו האבן. עס הערשט א גזירת כליה רח"ל אין כלל ישראל. אבער עס איז א גוטע זאך ווייל יעצט וועלן זיי זיך אויפוועקן...

און אויב האבן זיי נישט קיין וועג ארויס? אויב וועלן פשרות נישט נאכאמאל ארבעטן? אויב וועט מען עס נישט קענען באקעמפן בכפיה?

אפילו לאמיר זאגן אז אלע רבנים וועלן שרייען אז מען דארף זיך לאזן ארעסטירן/שלאגן/באהאלטן, מיינט עטס אז אלע בחורים זענען בכח דאס צו טון? אויב קומט מען נישט אויף מיט קיינע לעזונגען גייט פאלן שטיקער פון כלל ישראל היל"ת. ווער עס פריידט זיך יעצט גייט לכאורה נישט באקומען קיין שכר פארן גיין צום בארקלעיס, אפילו ער האט געפאלגט די רעקלאמעס וואס האבן געשריגן "מי לה' אלי". אויב האסטו נישט קיין אידיש הארץ פאר צרות ישראל דאן איז דיין קנאות גארנישט ווערד

איי, מען קען "טאקע" אויפטון בעסער יעצט ווי לעצטע וואך? א. מען דארף נאכאץ האבן גרויס סיעתא דשמיא מען זאל וויסן וואס צו טון און עס זאל אויפטון. ב. זיך פרייען ביי א צרות הכלל - אפילו עס קען ברענגען גוטס - קומט נישט פון קיין גוטס.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:08 am

מטעמים האט געשריבן:איך האב קשיות, ווער וויל ענטפערן?

וויאזוי קען א קאורט איבערדרייען א חוק? דא אין אמעריקע מאכט מען א חוק און דאן דארף די בית דין פסקענען לויט די חוק. א חוץ טאמער די נייע חוק גייט אנטקעגן די קאנסטיטוציע און צו טוישען די קאנסטיטוציע פעהלט זיך אויס צוויי דריטעל. איז עס אזוי דא?

וואס איז די פרישע פראבלעם פאר די אגודה? זאלען זיי אויך זאגען פאר זייערע מענטשען אז מען שטעלט זיך נישט און פארטיג? וואס טוהט זיך מיט מסירת נפש פאר די תורה?

פרישע הינדערט טויזענט בחורים און זייערע תפיסות איז א גוטע עצה אויב וויל מען אינטערברענגען די גאנצע מדינה, זעהט נישט אויס שלעכט.

א. אין רוב דעמאקראטישע לענדער האט די סופרים קאורט א רעכט צו אלעמינירן א געזעץ. (ווער האט צוניש געמאכט דעם טראוועל בען אין אמעריקע?)
ב. נישט יעדער האט כח פאר מסירות נפש פאר די תורה. זיי קענען הייסן, נישט יעדער גייט פאלגן. האבן נישט די רבנים גע'אסר'ט אינערנעט? האט יעדער געפאלגט?
ג. דיין דריטע שורה שרייט ארויס אז דו זיצט אין אמעריקע על סיר הבשר מיט אלע באקוועמליכקייטן (אזוי ווי איך...). עס זעט טאקע נישט אויס שלעכט ווען יענער זיצט, רח"ל פאר א איד אזוי צו זאגן.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:52 am

אויבער-חכם האט געשריבן:חיים, א חשובה אינגערמאן וואס וואוינט אין אשדוד, וועקט זיך אויף היינט צום ביטערע מציאות, אוי וויי די בג״ץ האט מבטל געווען דאס אז א בן ישיבה קען בלייבן לערנען אין מ׳מיז גיין אין מיליטער רח״ל, ס׳כאפט אים אן א שרעק, ער האט צוויי בחורים אין ישיבה גדולה, ס׳נישט קיין ווערטעל, וואס וועט זיין?
ער זוכט אן היימישע פלאץ ווי ער קען ליינען די נייעס, אה! אייוועלט, דארט וועט מען זעכער אראפ ברענגן די נייעס פין די ביטערע גזירה אויף כלל ישראל,
ער סיינט אריין אין גלייבט נישט וואס זיין אויגן זעהן, הודי לד׳ כי טוב... א גרויסע שמחה... וואס? כ׳זעה גוט? איז דאס מעריב איבערגעטייטש אויף אידיש?

יא חיים טייערע, ס׳דא אידן ליידער וואס וואוינען ווייט אוועק פין אייך, האבן נישט קיין פילינג פאר אייער פראבלעם, אין אלעס איז פאליטיק פאר זיי, חוץ ליינען אפאר צייטונגן מיט אפאר בלעטער האבן זיי נישט קיין השגה וואס די מצב איז ביי אייך.

די חשבון זייער איז, אז אויב עס טוט וויי פאר די אגודה קרייזן איז אוטומאטיש דארפן אונז זיך פרייען... דערנאך גייט מען אנהייבן זוכן פשעטלעך פארוואס מאכן מער גזירות אויף אידן איז עכט א טובה פאר זיי,
אבער חיים, רובא דרובא כלל ישראל פילט אייער צער, מ׳איז מתפלל פאר אייך, די רשעים זאלן האבן א מפלה, ביז אונז ווערן גענצליך אויסגעלייזט מיט משיח׳ן אינאיינעם

פארן בג''ץ
משה, א חשוב'ער ת"ח וואוינט אין ביתר ווערט זיך אויף, אוי וויי מיין זון דארף זיך שטעלן צום מיליטער,? אפשר וועט ער זיין פון די באטראפענע יעדי גיוס קרבנות וואס וועט זיין? איך וואלט אים געזאגט זיך נישט שטעלן, אבער די גדולים האבן געזאגט מ'זאל זיך יא שטעלן.
נאכן בג''ץ
משה, א חשוב'ער ת"ח וואוינט אין ביתר ווערט זיך אויף, אוי וויי מיין זון דארף זיך שטעלן צום מיליטער,? מיין נחמה איז כאטש אז ער איז נישט אליין ווייל אלע גדולים האבן געזאגט מ'זאל זיך נישט שטעלן, זיי וועלן סייווי נישט ארעסטירן טויזנטער בחורים.

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:52 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך האב קשיות, ווער וויל ענטפערן?

וויאזוי קען א קאורט איבערדרייען א חוק? דא אין אמעריקע מאכט מען א חוק און דאן דארף די בית דין פסקענען לויט די חוק. א חוץ טאמער די נייע חוק גייט אנטקעגן די קאנסטיטוציע און צו טוישען די קאנסטיטוציע פעהלט זיך אויס צוויי דריטעל. איז עס אזוי דא?

וואס איז די פרישע פראבלעם פאר די אגודה? זאלען זיי אויך זאגען פאר זייערע מענטשען אז מען שטעלט זיך נישט און פארטיג? וואס טוהט זיך מיט מסירת נפש פאר די תורה?

פרישע הינדערט טויזענט בחורים און זייערע תפיסות איז א גוטע עצה אויב וויל מען אינטערברענגען די גאנצע מדינה, זעהט נישט אויס שלעכט.

א. אין רוב דעמאקראטישע לענדער האט די סופרים קאורט א רעכט צו אלעמינירן א געזעץ. (ווער האט צוניש געמאכט דעם טראוועל בען אין אמעריקע?)
ב. נישט יעדער האט כח פאר מסירות נפש פאר די תורה. זיי קענען הייסן, נישט יעדער גייט פאלגן. האבן נישט די רבנים גע'אסר'ט אינערנעט? האט יעדער געפאלגט?
ג. דיין דריטע שורה שרייט ארויס אז דו זיצט אין אמעריקע על סיר הבשר מיט אלע באקוועמליכקייטן (אזוי ווי איך...). עס זעט טאקע נישט אויס שלעכט ווען יענער זיצט, רח"ל פאר א איד אזוי צו זאגן.

אקעי זיי נישט אזוי סענסעטיוו, מיין לעצטע שירה איז סארקאסטיש, ווייל עס גייט נישט פאסירען.

די חוק האט נאך א יאר צו ווארטען ביז עס גייט אריין אין עפעקט, וואס איז די פלאן?
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3493
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:27 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך האב קשיות, ווער וויל ענטפערן?

וויאזוי קען א קאורט איבערדרייען א חוק? דא אין אמעריקע מאכט מען א חוק און דאן דארף די בית דין פסקענען לויט די חוק. א חוץ טאמער די נייע חוק גייט אנטקעגן די קאנסטיטוציע און צו טוישען די קאנסטיטוציע פעהלט זיך אויס צוויי דריטעל. איז עס אזוי דא?

וואס איז די פרישע פראבלעם פאר די אגודה? זאלען זיי אויך זאגען פאר זייערע מענטשען אז מען שטעלט זיך נישט און פארטיג? וואס טוהט זיך מיט מסירת נפש פאר די תורה?

פרישע הינדערט טויזענט בחורים און זייערע תפיסות איז א גוטע עצה אויב וויל מען אינטערברענגען די גאנצע מדינה, זעהט נישט אויס שלעכט.

א. אין רוב דעמאקראטישע לענדער האט די סופרים קאורט א רעכט צו אלעמינירן א געזעץ. (ווער האט צוניש געמאכט דעם טראוועל בען אין אמעריקע?)
ב. נישט יעדער האט כח פאר מסירות נפש פאר די תורה. זיי קענען הייסן, נישט יעדער גייט פאלגן. האבן נישט די רבנים גע'אסר'ט אינערנעט? האט יעדער געפאלגט?
ג. דיין דריטע שורה שרייט ארויס אז דו זיצט אין אמעריקע על סיר הבשר מיט אלע באקוועמליכקייטן (אזוי ווי איך...). עס זעט טאקע נישט אויס שלעכט ווען יענער זיצט, רח"ל פאר א איד אזוי צו זאגן.

נאר אין א"י איז די גאנצע בג"ץ א שטיק לינקע וואס ווערן גישטיצט און געשטומט דורך די רעפארום אידן אלוועטליך אין זיי מאכן צונאר כמעט אלע געזעצען פון די רעכטע ביבי קאליציע.
יעצט פשוט האסטו עס געהערט ווייל ס'איז נוגע די ערליכע אידן אבער די אלע רעכטע שעמפען טאג איין טאג אויס.... די בגץ מאכט א שטיק לצנות פון די גאנצע רוגירונג..
#מדינה של גיהנם
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:28 am

אויבער-חכם האט געשריבן:חיים, א חשובה אינגערמאן וואס וואוינט אין אשדוד, וועקט זיך אויף היינט צום ביטערע מציאות, אוי וויי די בג״ץ האט מבטל געווען דאס אז א בן ישיבה קען בלייבן לערנען אין מ׳מיז גיין אין מיליטער רח״ל, ס׳כאפט אים אן א שרעק, ער האט צוויי בחורים אין ישיבה גדולה, ס׳נישט קיין ווערטעל, וואס וועט זיין?
ער זוכט אן היימישע פלאץ ווי ער קען ליינען די נייעס, אה! אייוועלט, דארט וועט מען זעכער אראפ ברענגן די נייעס פין די ביטערע גזירה אויף כלל ישראל,
ער סיינט אריין אין גלייבט נישט וואס זיין אויגן זעהן, הודי לד׳ כי טוב... א גרויסע שמחה... וואס? כ׳זעה גוט? איז דאס מעריב איבערגעטייטש אויף אידיש?

יא חיים טייערע, ס׳דא אידן ליידער וואס וואוינען ווייט אוועק פין אייך, האבן נישט קיין פילינג פאר אייער פראבלעם, אין אלעס איז פאליטיק פאר זיי, חוץ ליינען אפאר צייטונגן מיט אפאר בלעטער האבן זיי נישט קיין השגה וואס די מצב איז ביי אייך.

די חשבון זייער איז, אז אויב עס טוט וויי פאר די אגודה קרייזן איז אוטומאטיש דארפן אונז זיך פרייען... דערנאך גייט מען אנהייבן זוכן פשעטלעך פארוואס מאכן מער גזירות אויף אידן איז עכט א טובה פאר זיי,
אבער חיים, רובא דרובא כלל ישראל פילט אייער צער, מ׳איז מתפלל פאר אייך, די רשעים זאלן האבן א מפלה, ביז אונז ווערן גענצליך אויסגעלייזט מיט משיח׳ן אינאיינעם


שמך נאה לך 'אויבער חכם', די מעשה קען אפילו קיין משל נישט זיין, ווייל ס'נאך דא א יאר ביז דאס גייט אריין אין קראפט, און בעז"ה ביז דעמאלט'ס וועלן שוין אלע רבנים פון אלע קרייזן צוזאמען זיין אויף איין פעיטש, און מיט א גרויסע כוח און א פאראייניגטע כוח קען מען בעז"ה זיגן.

איסר האטלקי האט געשריבן:אזוי ווייניג שכל צו האבן. עס הערשט א גזירת כליה רח"ל אין כלל ישראל. אבער עס איז א גוטע זאך ווייל יעצט וועלן זיי זיך אויפוועקן...

און אויב האבן זיי נישט קיין וועג ארויס? אויב וועלן פשרות נישט נאכאמאל ארבעטן? אויב וועט מען עס נישט קענען באקעמפן בכפיה?

אפילו לאמיר זאגן אז אלע רבנים וועלן שרייען אז מען דארף זיך לאזן ארעסטירן/שלאגן/באהאלטן, מיינט עטס אז אלע בחורים זענען בכח דאס צו טון? אויב קומט מען נישט אויף מיט קיינע לעזונגען גייט פאלן שטיקער פון כלל ישראל היל"ת. ווער עס פריידט זיך יעצט גייט לכאורה נישט באקומען קיין שכר פארן גיין צום בארקלעיס, אפילו ער האט געפאלגט די רעקלאמעס וואס האבן געשריגן "מי לה' אלי". אויב האסטו נישט קיין אידיש הארץ פאר צרות ישראל דאן איז דיין קנאות גארנישט ווערד

איי, מען קען "טאקע" אויפטון בעסער יעצט ווי לעצטע וואך? א. מען דארף נאכאץ האבן גרויס סיעתא דשמיא מען זאל וויסן וואס צו טון און עס זאל אויפטון. ב. זיך פרייען ביי א צרות הכלל - אפילו עס קען ברענגען גוטס - קומט נישט פון קיין גוטס.


גזירת כליה??? דאס איז שוין געווען ביז יעצט, ווען זיי זענען געגאנגען אויף א סיסטאמאטישע אויפן, פון אריין ריקן אלע פרומע רח"ל ביז אפאר יאר אין דעם כור ההיתוך הציוני, אבער יעצט וועלן זיך דאך אלע שטעלן קעגן דעם בחרב ובחנית, וועלן זיי קענען גיין בארן קלאפן, קיינער וועט מער נישט זיין אין א סכנה.

די בחורים דארפן מער נישט האבן אליינ'ס כוח זיך קעגן צו שטעלן, ווייל די מינוט די רבני ומנהיגי העדה וועלן זיך שטעלן קעגן, וועלן זיי שוין נישט דארפן אזויפיל כוחות זיך אויך צו שטעלן קעגן צה"ל, און אויך קעגן די א.ג. רבנים.

ודי בזה למבין (ופשוט הדבר, אז יעדן טוט וויי די ביטערע גזירה, און קיינער פרייד זיך נישט חלילה, אז די פרומע האבן געכאפט א ביטערן פראסק חלילה וחס, הס מלהזכיר, נאר מיר פרייען זיך אז די אלע פשרנים, זעהען יעצט איין ווי מ'קומט אן מיט פשרות, און וועלן פון יעצט שטיין מיט אונז צוזאמען פעלזן פעסט קעגן די ביטערע גזירה) ולה' הישועה
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:31 am

1 די טראוועל פארבאט איז נישט א געזעץ נאר א עקזעקוטיוו ארדער

2 די סופריעם קאורט האט עס נישט מבטל געווען, נאר נידריגערע געריכטן, די סופריעם קאורט האט עס צוריק געשטעלט

3 די טענות זענען געווען אז ס'איז קעגן די קאנסטיטושן-אדער קעגן געזעצן פון קאנגרעס וואס דער עקזעקוטיוו קען נישט ברעכן.

גיוס בנות
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:53 pm

תגובהדורך גיוס בנות » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 12:14 pm

יוסף משה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כיהודה ועוד לקרא
לאמיר האפן אז די חברי הכנסת אין זייערע שליחים וועלן איינזעהן אז מיט פשרות קומט מען אין ערגעץ נישט אן למעשה איז די בג"ץ פולקאמע בעל הבית אין זיי וועלן זיך צושטעלן צו די מלחמת קודש אין אזוי וועט בקרוב די גזירה ווערן בטל בעזרת השם.
#כולנו למערכה
#בשם השם נעשה ונצליח

ס'איז נישט שייך אז זיי זאלן זיך צושטעלן, ווייל אפילו אויב זיי ווערן רעכט, ווערן אלס די רעכטער מער רעכט.

ס'איז נאר דא די איין וועג פון זיך נישט שטעלן צום לשכה (כעת איז יעדער מודה ) אזוי ווי זיי אליין די אגודה האט געשריגן ביים עצרת המיליון.. סוי ס'גלייבט נישט אז די רעכטע וועלן גיין מער רעכט

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3493
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

פון דער איד דעלי

תגובהדורך eller » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 12:33 pm

שטורעם און דראמא ווען ציוניסטישער בג"ץ פאראלאזירט גענצליך 'חק הגיוס'

ירושלים — נעכטן אין די נאכמיטאג שטונדן אויפן ארץ–ישראל'דיגן זייגער, האט דער ציוניסטישער בג"ץ פראקלאמירט אן אורטייל פון 8 קעגן 1 ריכטער צו מבטל זיין די לעצטיגע ווערסיע פונעם 'חק הגיוס', וואס האט געהאט פארמינערט דעם פליכט פון פרומען ציבור זיך צו מאביליזירן צום מיליטער פאר 'בלויז' עטליכע טויזנט יעדן יאר, בעת אנדערע צענדליגער טויזנטער קענען בלייבן לערנען אין די ישיבות.

הגם דער אורטייל איז גענצליך מבטל אויך דעם פריערדיגן חק הגיוס פון לפיד'ס צייטן, איז דאס זייער א שווערער קלאפ און פארלוסט פאר די פארטייאישע ציוניסטישע קרייזן, היות דער 'חק הגיוס המתוקן', ווי די לעצטיגע ווערסיע פונעם געזעץ איז גערופן, איז געווען דער שטארקסטער כח און פאדערונג וואס זיי האבן געשטעלט איידער'ן אריינגיין אין דער קאאליציע פון דער רעגירונג, אז מען זאל ווייכער מאכן דעם צוגאנג פון ארייננעמען די פרומע אין מיליטער, און אז מ'זאל מער אינוועסטירן מיט פרידליכע און פסיכאלאגישע מעטאדן ווי איידער מיט צוואנגס מיטלען.

אינעם 'פסק דין' ווערט אנגעגעבן די סיבה פון פסל'ען דאס געזעץ, היות דאס מיליטער איז אן 'ערך עליון' פאר אלע מדינת ישראל בירגער אן קיין אינטערשייד צו וועלכן לאגער מען באלאנגט, און דאס געזעץ גייט נישט גענוג שארף און גיט אן עפענונג פאר בני ישיבות זיך ארויסצודרייען פון דינען אין צה"ל, איז עס דעריבער נישט קיין "שוויון בנטל" צווישן די פרומע און פרייע בירגער אין מדינת ישראל

דערביי ברענגען זיי ציטאטן פון 'רבנים' וואס זענען משבח די סאלדאטן און געבן צו אז מיט'ן אריינקלערן אין די רייד וועט מען קענען צוקומען צו א הסכמה און מאביליזירן דעם פרומען ציבור אין מיליטער, היל"ת.

נאכדעם וואס דער בג"ץ האט מיט עטליכע יאר צוריק אפגעשאפן דעם פריערדיגן חוק טל, האט עס געברענגט די שטורמישע מערכה פונעם יהדות החרדית אין די לעצטע 5 יאר, וויבאלד דער כנסת המינים האט דאן דורכגעפירט א פרישן געזעץ אונטער דער פירערשאפט פונעם פרייען יאיר לאפיד, וואס יענער געזעץ האט גערופן פאר אייניגע דינסט פון די פרומע און פרייע, אן דעם וואס בני ישיבות זאלן זיך אפילו עפעס קענען ארויסדרייען.

דאס געזעץ איז שפעטער געטוישט געווארן צו זיין מער ענליך צום פריערדיגן חק טל, און אצינד האט עס דער בג"ץ אויפגעלעזט, זאגנדיג אז דער איצטיגער חק טוישט נישט פאקטיש דעם פריערדיגן חוק טל, און דעריבער מוז עס בטל ווערן ביז א יאר, וואס דאן דארף שוין זיין אין קראפט א פרישע געזעץ, וואס זאל אויף א וועג צווינגען חרדישע אידן צו גיין אין צה"ל.

פאקטיש וועט דאס יעצטיגע געזעץ נאך אנהאלטן א גאנץ יאר, און אויך דערנאך איז שווער צו גלייבן אז עס וועט קומען א גרינגערע געזעץ, אבער דאס איז זיכער, אז די אלע פארטייאישע קרייזן וועלכע האבן טריאומפירט מיט'ן 'דערגרייכן' געזעצן, האבן יעצט געזען ווי ס'איז ווערד כקליפת השום, און דער איינציגסטער וועג צו ראטעווען אחינו בני ישראל בארה"ק פונעם געפאר פון מיליטער איז נאר דורך 'מלחמה פון אינדרויסן', ווי דאס יהדות הנאמנה נוצט שטענדיג, און אויך די גזירת גיוס בנות איז בטל געווארן א דאנק די פראטעסטן פונדרויסן.

עס ווייטאגט דאס הארץ צו זען אז פון די מערהייט קאמענטארן פון די פרומע חברי כנסת המינים זעט מען נאר ווי זיי ווילן זיך נאך מער צובינדן צו די בענקלעך אין כנסת המינים, און זיי שטרעבן דורכצופירן די 'פסגת ההתגברות,' אז דער בג"ץ זאל נישט קענען אפשאפן קיין געזעצן פון כנסת המינים, ולא לקחו מוסר פון דער לאנג-יעריגער היסטאריע פון דורכפעלער אן קיין מינדערוויכטיגע דערגרייכונגען אין כנסת המינים להגנת הדת.

"הרשעים כים נגרש השקט לא יכלו", רעאגירט דער אומאפהענגיקער ארטאדאקסישער אידנטום איבער דער גארער וועלט צום פרישן בג"ץ אורטייל! ערליכע אידן שלומי אמוני ישראל וועלן ווייטער פארזעצן דעם שטורמישן קאמף קעגן די ביטערע גזירות נגד הדת אין דער ציוניסטישער מדינה, און דאס יהדות החרדית וועט נישט צולאזן מ'זאל חלילה אריינצווינגען ערליכע בחורים צום טמאנעם מיליטער רח"ל!

כולנו למערכה!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט