געהויבענער מעמד "קביעת מזוזות" אויף אָפיס "יד להושיע" שע"י "קרן הגיוס" בארה"ק

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

געהויבענער מעמד "קביעת מזוזות" אויף אָפיס "יד להושיע" שע"י "קרן הגיוס" בארה"ק

תגובהדורך בסתר המדריגה » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:49 am

געהויבענער מעמד "הרחיבי מקום אהלך" און "קביעת מזוזות" אויף אָפיס פון "יד להושיע" שע"י "קרן הגיוס" בארה"ק
באַשיינט דורך רבותינו הגדולים נשיאי הקרן, כ"ק גדול הדור מרן גאב"ד ירושלים שליט"א און כ"ק מרן הגה"צ המקובל רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און די רבני הקרן
נייער אָפיס ווירבלט טעגליך מיט נאָענט צו 30 אַרבעטער וואָס באַקעמפן מיט גרויס מומחיות אַלע פאַרצווייגטע דעטאַלן פון דער גזירת הגיוס
געשריבן דורך : סענדר שור
ירושלים. — מיט גרויס התרוממות ווערט אויפגענומען ביים חרדישן ציבור די פרייליכע מעלדונג אויף דער פאַרברייטערונג פון דער וועלט-באַרימטער אָרגאַניזאַציע "קרן הגיוס", דער צענטער פון די מלחמה קעמפערס קעגן דער ביטערער גזירת השמד פון גיוס בני ישראל צום טריפה'נעם מיליטער, אַז דעם זונטאָג איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַ געהויבענער מעמד "קביעת מזוזות" אויף די אָפיסעס פון דער פעסטונג "יד להושיע" וואָס ווערט געפירט דורך "קרן הגיוס", און דער מעמד איז באַשיינט געוואָרן דורך רבותינו הגדולים נשיאי הקרן, כ"ק מרן גדול הדור גאב"ד ירושלים שליט"א און כ"ק מרן הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און די רבני הקרן שליט"א.
ווי באַקאַנט שטייט שוין "קרן הגיוס" יאָרן לאַנג אין שפּיץ פון דער מעכטיגער אַקציע צו באַקעמפן די גזירה וואָס שוועבט אויף אחינו בני ישראל בארץ הקודש, עס זאָל געטון ווערן די ריכטיגע פעולות אויפצושאָקלען דעם עולם התורה והחסידות צו ראַטעווען אונזערע ברידער פון אַלע שיכטן און קרייזן.
"קרן הגיוס" איז באַרימט מיט'ן אויסשטרעקן די הצלה האַנט אין אַלע שטעט אין ארץ ישראל, און אפילו אויף בחורים און יונגעלייט וואָס גייען לערנען אָדער וואוינען אין חוץ לארץ און אַלס איזראַעלישע בירגער זענען זיי אונטער דעם לאסט פון דער ביטערער גזירה. "קרן הגיוס" זעט אַז קיינער זאָל נישט אַרויספאַלן פון דער הצלה שיף, נישט דערטרונקען ווערן אין די בושעווענדיגע כוואַליעס וואָס פּרובירן צו דערטרענקען און דערשטיקן און מאַכן פאַרגעסן דעם קול קול יעקב, צו פאַרשניידן חלילה דעם שם ושארית בישראל, און אויסרייסן דעם אמונה פּינטל וואָס טליעט נאָך אין אידישע הערצער, מאמינים בני מאמינים. די פעולות פון "קרן הגיוס" נעמען אַריין דאָס ראַטעווען אַ יעדן איד, וואו נאָר ער וואוינט, וואו נאָר ער לערנט, וואָס אַלעס וועט געטון ווערן צו ראַטעווען זיין אידישע נשמה.
די באַרימטע אָרגאַניזאַציע "קרן הגיוס" שטייט און ווערט געפירט מיט שטאָלץ אין ליכט פון אונזערע וועגווייזערס, מרנן ורבנן גדולי מאורי הדור, רבן של ישראל כ"ק מרן הגה"ק הגאב"ד ירושלים שליט"א און כקש"ת פאר הדור הגה"צ המקובל רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואָס זיי זענען די פייער–זיילן וואָס גייען לפני המחנה בראש מערכות ישראל, און שטייען מיט אַ שטאַרקייט און פעלזן-פעסטקייט צו זען מ'זאָל נישט מוותר זיין קיין קוצו של יו"ד פון דעם הייליגן וועג כמסורה לנו מדור דור בדרך ישראל סבא.
צום ערשט האָבן רבותינו גדולי הדור שליט"א געזען פאַר וויכטיג כאוויר לנשימה אַוועקצושטעלן און גרינדען אַן עקסטערן אָפיס, וואָס זאָל שטיין להצלת הכלל והפרט מיט'ן צונויפברענגען אַלע מומחים און טוערס פאַר הצלת בני ובנות ישראל משמד, אין איין פּלאַץ זאל מען עפענען עקסטערע פיילס און האָבן עסקנים וואָס זאָלן ענטפערן טעלעפאָנען אויפצוקלערן די וואָס דארפן זיך שטעלן אָדער חלילה וחס, אַריינגעפאַלן ל"ע אין מיליטער, און אַזוי אויך די וואָס זיצן אין די מיליטערישע טורמעס מאחורי סריג ובריח גאַנצע חדשים, זיי זאָלן וויסן וויאַזוי זיך צו באַגיין מיט די אַלע שוועריקייטן און פּראָבלעמען וואָס ווערן געשטעלט צו אַ שטרויכלונג אין זייער וועג.
צו דער וויכטיגקייט פון אַזאַ אָפיס און צו דעם גרויסן אחריות וואָס פאָדערט זיך פאַר אַזאַ איידעלע אַרבעט, האָבן רבותינו שליט"א נשיאי הקרן געשטעלט אונטער זיך די דריי גרויסע מנהיגים פונעם יהדות הנאמנה און פון די קרייזן פון דער עדה החרדית, הגה"צ רבי יהושע ראָזנבערגער שליט"א, חבר בי דינא רבא ורב ואב"ד קרית הרמ"א בית שמש און כ"ק אדמו"ר דקהל חסידי ירושלים שליט"א און הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד ור"מ דקיט"ל דסאַטמאַר ירושלים בעיה"ק ת"ו.
נאָך עטליכע וויכטיגע אסיפות פון די נשיאי ורבני הקרן שליט"א וואָס זענען אַריין טיף בעובי הקורה אין דער נושא פון גיוס, איז געגרינדעט געוואָרן דער אָפיס "יד להושיע", וואָס האָט שוין באַוויזן אויפצושאָקלען און אויפצוטרייסלען די גאַנצע וועלט מיט אירע געוואַלדיגע פעולות, עס אַנטהאַלט שוין איבער 400 פיילס וואָס זענען גענצליך מסודר געוואָרן בלויז אין לעצטע האלבע יאר דורך די איבערגעגעבענע עסקנים און מומחים פון דעם אפיס, וואָס האָבן אַוועקגעגעבן זייער לייב און לעבן זיך אָפּצוגעבן מיט יעדן פון די אַלע באַזונדער ביז'ן מאַכן זיכער די גענצליכע באַפרייאונג.
די אַרבעט האָט געקאָסט פאַר די עסקנים אַרבעט פון שעות אויף שעות, טעג, וואָכן און חדשים לאַנג, אַלעס מיט דעם ריינעם לויטערן ציל צו מקדש זיין שם שמים ברבים און אויסרופן בקול רעש גדול: "השם הוא האלוקים"! יהודים נאמנים אנו לה' ולתורתו הקדושה!
נאָכ'ן אויפשטעלן דעם צענטראַלן "יד להושיע" אָפיס, תל תלפיות שהכל פונים אליו, און נאָך ווי ס'האָט זיך אַרויסגעוויזן און זיך אַרויסגעשטעלט קבל עם ועולם, די אויסטערלישע מומחיות פון דעם "יד להושיע" אָפיס, האָבן טאָג נאָך טאָג זיך אָנגעהויבן ווענדן פרישע מענטשן מיט פּראָבלעמען, און צו די הונדערטער פיילס פון אַרבעט וואָס דער אָפיס איז שוין געווען אָנגעלייגט, זענען צוגעוואַקסן אַזויפיל אַז ס'איז געשאַפן געוואָרן אַן אומדערטרעגליכער מצב, פון 'אין הקומץ משביע את הארי', און מ'האָט געמוזט צונעמען נאָך אַרבעטער וואָס זאָלן טון די מלאכת הקודש, און אין דער זעלבער צייט האָט אויך דאָס פּלאַץ מער נישט געקענט אַקאָמאָדירן די ברייטע פּראַכטפולע אָפיס.
איז דעריבער נישט געווען קיין ברירה, און מ'האָט זיך געמוזט נעמען פאַרברייטערן די גבולי הקדושה, וואו די פילע אַרבעטער זאָלן קענען פלייסיג זיך אַריינטון אין דער מלאכת הקודש צו ראַטעווען נאָך און נאָך, באַגלייטן יעדן עקסטער מיט אַ מורא'דיגן אחריות פון איין זייט און בסבר פנים יפות פון דער צווייטער זייט, אויסהערן יעדנ'ס "וויי געשריי" און נאָכגיין ביז'ן עס גענצליך פאַרשליסן צו דער ענדע.
ס'איז אָנזעבאַר די גרויסע סייעתא דשמייא און השגחה פרטית על כל צעד ושעל צוצופּאַסן די ריכטיגע מענטשן פאַר דעם און אויך די ערנסטקייט צו דער אַרבעט, ווען טאָג טעגליך קומען אַריין נאָענט צו דרייסיג אַרבעטער צו באַהאַנדלען מיט האַרץ די וואָס בעטן זיך צו זייער נויטיגע לעבנס הילף, וואָס דער וואָס ווייסט אָפּצושאַצן פאַרשטייט אַליין אַז דאָס איז אַ משונה'דיגע הצלחה בכל קנה מידה אין אַזאַ האַסטיגן קאַמף, און דאָס נייע פּלאַץ איז געווען אַ מינימאַלע הכרחיות צו אַזאַ גראַנדיעזן אָפיס.
עס זענען גלייך געברענגט געוואָרן רבותינו נשיאי הקרן שליט"א און אויך די רבני הקרן שליט"א, וואָס האָבן אויסגעדריקט גרויס צופרידנהייט אויף די אַלע אַנטוויקלונגען פון דער הייליגער אָרגאַניזאַציע "קרן הגיוס", און נאָך פיל וואונטש און חיזוק רייד האָבן זיי פאַררופן אַ גרויסאַרטיגן מעמד "הרחיבי מקום אהלך" צוזאַמען מיט דעם קביעת מזוזות אויף די טויערן פון דעם פעסטונג "יד להושיע."
"גדול יהיה המעמד לכבודה של תורה ולחיזוק המערכה הכבירה", "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב", האָבן ליכטיגע קאָלירטע שילדן אַרומגענומען דעם נייעם אָפיס. אין אַלע צימערן און אָפּטיילונגען פונעם אָפיס האָט גערוישט פון פרייד לקראת דעם הייליגן מעמד וואָס מ'האָט באַשטימט צו פייערן ברוב פאר והדר און מיט אַ גייסט פון קדושה, אויף דעם זונטאָג ט"ו אב שנת תשע"ז.
און ווי ס'איז אָנגעקומען דער גרויסער טאָג, און אַלע אַרבעטערס און עסקנים האָבן זיך צוזאַמגענומען אין דעם נייעם אָפיס, האָט יעדנ'ס האַרץ געקלאַפּט פון גרויס התרגשות. ס'איז דאָך נישט קיין פשוט'ע זאַך, גדולי ומאורי הדור קומען זיך דאָ צונויף צו זיין אַ טייל פון געבן חיזוק פאַר די מקדשי שם שמים, הלא דבר הוא..
ס'האט נישט לאַנג געדויערט און ביים שוועל פון דער טיר פון אָפיס האָבן זיך באַוויזן רבותינו הגדולים, נשיאי קרן הגיוס, אין באַגלייטונג פון מקורבים און פילע עסקנים פון יהדות החרדית. מ'האָט געקענט שניידן מיט מעסערס די שטילקייט וואָס האָט געהערשט אויפ'ן פּלאַץ. אַ מורא'דיגע חרדת אלקים האָט זיך געשפּירט, און כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א האָט זיך אַרומגעדרייט און באַקוקט אַלע צימערן פונעם אָפיס, אויסדריקנדיג זיך מיט גרויס באַגייסטערונג פון דער אַרבעט
נאָכדעם וואָס די עסקנים האָבן גענומען שלום און ברכות און חיזוק פון די רבנים, איז מען אַריבער צום מעמד קביעת מזוזה, וואו יעדער פון די רבנים האָט געקלאַפּט אַ מזוזה אויף איינע פון די טויערן פון דעם אָפיס. אַ מוראדיגע התרגשות האָט אַדורכגעשניטן אַלעמענ'ס ביינער, דאָ און דאָרט האָט מען געזען אויגן רינען מיט טרערן פון התרגשות. עוד רד ישראל עם א- ל ועם קדושיו נאמן. פון אַלעמען האָט זיך געהערט די הייסע האָפענונג, אַז דער נייער פּלאַץ וואָס די רבנים באַנייען דאָ זאָל זוכה זיין אַרויסצוהעלפן אידישע קינדער צו קענען ממשיך זיין דעם הייליגן שושלת עד ביאת משיח צדקינו.
גלייך דערנאָך האָבן זיך די רבנים אַראָפּגעזעצט אויף אַ מעמד לחיים ביי אַ רייכן טיש וואָס איז געגרייט געוואָרן לכבוד דעם מעמד, ווען אַלע שילדן אַרום און אַרום געבן אויך אַרויס די שמחה, "וכל עצי השדה ימחאו כף".
נאָכדעם וואָס רבותינו הגדולים שליט"א האָבן געמאַכט אַ לחיים און מכבד געווען דעם ציבור צו מאַכן אַ לחיים, האָט מען זיך געוואונטשן מיט אַלע ברכות, אַז דאָס זאָל זיין אַ מקום פון השראת השכינה, מ'זאָל קענען ריכטיג אָנגיין מיט דער עבודת הקודש, ורבותינו בראשינו, ביז מ'וועט זוכה זיין נתבשר צו ווערן בביטול רוע הגזירה, כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.
דערנאָך זענען געהערט געוואָרן פלאַמפייערדיגע ווערטער פון איינעם פון די מנהלים פון אָפיס, וואָס האָט געשילדערט די מורא'דיגע מחזה וואָס יעדער דאָ זעט און שפּירט, און מיט קורצע ווערטער אָנגעוויזן וואָס די פעולות פון דעם אָפיס זענען, בטוב טעם ודעת.
דאַן איז נתכבד געוואָרן הגה"צ רבי יהושע ראָזנבערגער שליט"א, חבר הביד"צ ורב ואב"ד דקרית הרמ"א בית שמש מרבני הקרן, וואָס האָט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים און אַרויסגעגעבן דעם ביטערן מצב פונעם דור, און דערביי זיך צעוויינט אויפ'ן שרעקליכן גורל פון די נשמות וואָס זענען נעבעך פאַרפאַלן געוואָרן. דער רב שליט"א האָט מחזק געווען די פעולות פון "קרן הגיוס" ביתר שאת וביתר עוז," און אַרומגערעדט איבער דער גרויסקייט און די זכי' פון יעדן וואָס איז עוסק בהצלת נפשות מישראל, אויספירנדיג אַז "דער באַשעפער וועט זיכער העלפן", חזקו ואמצו ה' עמכם גיבורי החיל.
דאָ האָט יעדנס האַרץ פאַרפעלט אַ קלאַפּ, ווען מ'האָט אויפ'ן טיש אַוועקגעשטעלט אַ בוך פון די איבער 400 פאַרשלאָסענע טעקעס!!! די פיילס פון דער מורא'דיגער עבודת הקודש וואָס מ'האָט שוין באַוויזן אַלס אָפּצוצייכענען אין אָפיס פון "יד להושיע" מיט סייעתא דשמיא.
די רבנים האָבן זיך נישט געגלייבט וואָס זייערע אויגן זעען, אָבער דאָס לעבעדיגע מציאות איז געשטאַנען פאָרנט פון פנים, זעענדיג פרי עמלים פון די נושאים בעול, און ווי מ'האָט בשעת מעשה אַרויסגעברענגט, אַז ווען נישט דער הילף און די באַגלייטונג פון די רבנים על כל צעד ושעל, וואָלט מען נישט געקענט צוקומען צו די מורא'דיגע געבענטשטע פעולות.
דערנאָך האָט מען מכבד געווען איינעם פון די עסקנים פון אָפיס, וואָס שטייט אין שפּיץ פון דער "בני הישיבות" אָפּטיילונג און האַלט אויפזיכט אין דעם הינזיכט, וואָס ער האָט צעלייגט די אַלע פעולות נשגבות וואָס ווערן געטון פאַר די בני הישיבות פון גאַנץ ארץ ישראל, און וויאַזוי מ'אַרבעט צו באַקעמפן די מכשולות, וואָס דער משרד הביטחון פּרובירט זיי איבערצוקלוגן מיום ליום און אַרויסשלעפן די בחורים פון די היכלי התורה און פאַרברענען רח"ל זייערע נשמות אינעם איזראַעלישן שמעלץ-טאָפּ. ער האָט דערביי דערציילט אַ פּאָר מאורעות וואָס האָט פּאַסירט אין די לעצטע תקופה (זע עקסטער באשרייבונג)
הגה"צ הגרי"מ שעכטער שליט"א איז דערביי מורא'דיג נתרגש געוואָרן פון די ווערטער, וואָס ס'איז געווען ניכר אַז דאָס קומט פון האַרץ פון איינעם וואָס שלאָפט נישט רואיג ביינאַכט פון צער וואָס די הייליגע נשמות גייען אַריבער, און ער האָט באַלד געגעבן נאָכאַמאָל דעם עסקן די האַנט און אָנגעוואונטשן הצלחה.
דערנאָך האָט מען געהערט די ווערטער פון ר' יואל מאָזעס, וואָס פירט אָן די "שלום אסיריך" אָפּטיילונג, וואָס ער האָט אין קורצן דערציילט די פעולות וואָס מ'טוט אַלץ פאַר די בחורים וואָס פאַלן אַריין אין די תפיסות וואָס מ'שטייט אונטער זיי און מ'גיט זיי חיזוק און שטאָלץ. ער האָט דערציילט אַז ווען איינער גייט אַרויס פון תפיסה באַקומט ער פערצן טעג צו מסדר זיין אַלעס, און אַז נישט איז ער אין אַ סכנה צו פאַלן אין מיליטער, וואָס אויף דעם פּרובירט מען פאַר זיי אַרבעטן, זיי זאָלן זיך נישט ברעכן בשום אופן, און בלייבן פונעם חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו. ער האָט אויך געשילדערט ווי מ'שיקט פאַר זיי אַריין אין תפיסה אַלע געברויכן, אפילו סידיס און טעיפּס פון שיעורי תורה, זיי זאָלן זיך שטאַרקן דעם גייסט און נישט דאַרפן געשטערט ווערן פון לערנען – זייער חיות.
נאָך אַלע מוראדיגע דיבורים זענען די רבנים אַרום אין די אַלע אָפּטיילונגען פון דעם אָפיס, וואו מ'האָט זיי צוגעוויזן און מסביר געווען אויף פרטי פרטים די פעולות הכבירות און זיי זענען ממש אַרויס פון התפעלות צו זען וויפיל כח און מח עס ווערט געשטעלט צו ראַטעווען די נשמות ישראל פון גזירת הגיוס.
נאָך אַ שטיק צייט וואָס די רבנים האָבן אַלעס באַטראַכט האָבן זיי פאַרלאָזט דאָס פּלאַץ, ויציאת צדיק מן המקום עושה רושם, אַז די אַרבעט און די פאַרצווייגטע פעולות האָבן יעצט באַקומען אַ פילפאַכיג גרעסערן באַדייט ווייטער ממשיך צו זיין די "עבודת הקודש" ומעלין בקודש.

צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט