"פערזענליכע מחאות" - במשנת רביה"ק מסאקמאר זי"ע

משהו
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 4:19 am

נקודה למחשבה בדרך אפשר

תגובהדורך משהו » פרייטאג יוני 23, 2017 5:04 am

מ'זעט יענע'וואך אין די פרשה איז דא צוויי מעשיות איינס פון די מרגלים וואס ווען יהושע מיט כלב האבן זיך אנגענומען פאר משה רבינו שטייט דעמאלטס ''ויאמרו כל העדה לרגום אותם באבנים'' די צווייטע מעשה פון דעם מקושש עצים שטייט דארט ''כי לא פורש מה יעשה לו'' פלוצלינג ווייסט שוין קיינער נישט וואס מ'דארף צ'וטוהן
ווען מ'רעדט פון רבי'ן איז וויכטיג צו באמערקן אז דער רבי איז געוועזן א טוהר המידות יחיד במינו וואס פון דעם קען מען ברענגען טויזנטער מעשיות די גאנצע חידוש פון די אלע מעשיות איז אפילו דער רבי איז געווען אזוי שארף בעניני ציונות מיט דעם אלעם איז דער רבי געוועזן אזוי נזהר

אבער מענטשן וואס בין אדם לחבירו איז ער א גרויסער קנאי צו ווען ער האט צו טוהן מיט א שכן צו סיי וואס ס'זאל נארניש'ט זיין דעמאלטס ווייסט ער גאנץ גוט וואס מדארף טוהן און וויאזוי מדארף זיך פירן אבער פלוצלינג ווען ס'קומט ביי כבוד שמים הייבט ער אן צו זוכן אפאר געציילטע מעשיות פון רבי'ן במילא ווערט עס שוין א ספק און אין קיין ספיקות וויל ער נישט אריינגיין בפרט אז מ'קען נאך זאגן שב ואל תעשה עדיף וכו'

און יעדער איינער זאל זיך אליין בודק זיין וואס באדערט אים באמת

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יוני 23, 2017 11:40 am

ס'איז אויך באקאנט א מעשה פון איינע פון די גרויסע אין מזרחי וואס ער אליינס האט עס געשריבן, (אפשר קען איינער טרעפן דעם אריגינעלן באשרייבונג?).

אז ער האט געהאט א קינד מיט וועם ער האט געדארפט קומען קיין אמעריקע פאר א אפעראציע אדער ענליכס, און שוין זייענדיג אין אמעריקע איז ער געווען זייער פארלוירן סיי ער האט נישט געהאט דאס געלט וואס ער האט געברויכט, און סיי די מעדיצינישע הילף איז נישט געגאנגען ווי ס'ברויך צו זיין, האט אים איינער גע'עצה'ט ער זאל גיין צו סאטמארער רב זצ"ל בעטן הילף, ער האט נאך קיינמאל פארדעם נישט געזעהן דעם סאטמארער רבי'ן האט ער אין אנהייב שטארק נישט געוואלט מורא האבנדיג אז ער וועט זיך אפשר אפילו נוקם זיין אין אים אלץ מזרחי'סט, אבער דער חבר האט אים דאך געשלעפט אהין.

למעשה האט אים דער רבי נישט נאר געהאלפן מיט אסאך געלט נאר האט זיך פערזענליך פיל אפגעגעבן מיט זיינע צרכים, און ער האט געהייסן די רעביצען זיך אומקוקן אז ער זאל אלעס האבן אויפן בעסטן אופן, און די פאר חדשים ווילאנג ער איז געווען דא איז ער געווען ממש א יוצא ונכנס ביים רבי'ן, און דער רבי האט קיינמאל אים נישט דערמאנט א ווארט וועגן זיינע שיטות וכדו'.

איך געדענק נישט פונקטליך דעם סוף, אבער עפעס אזוי האט ער דערציילט אז ווען ער האט שוין געהאלטן ביים צוריק אהיימפארן האט אים דער רבי עפעס נישט געוואלט געהעריג אויפנעמען, און ער האט זיך געוואונדערט אז דא בין איך דאך געווען אזוי נאנט פארבינדן מיטן רבי'ן און פלוצלינג וויל ער מיך אפילו נישט קענען, האט אים דער רבי געזאגט אז ווילאנג דו האסט דיך גענויטיגט אין הילף, נא איז דאך א מצוה צו העלפן א איד! בין איך ארויס פון מיין וועג דיך צו העלפן, אבער יעצט איינמאל דו ביסט שוין מסודר, טאר איך שוין נישט האבן מיט דיר.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » פרייטאג יוני 23, 2017 12:10 pm

הרב בשבילי
די מעשה איז נישט געווען מיט איינעם פון די מזרחי, נאר מיט איינעם פון די אגודה, כ'ווייס ווער סי'ז געווען, [די מעשה גייט אז ווען יענער איז שוין געווען פערטיג מיט זיין פראבלעם, און ער איז זיך געקומען געזעגענען פארן אהיים פארן, האט עם דער רבי אריינגעזאגט דעם פסק וואס ער איז 'עם שולדיג' געווען.....]
כ'וועל נאר צילייגן אז יענעם'ס זון איז געווארן א סאטמארער, און נישט נאר דאס, נאר ער דרוקט אויך א סעריע ספרים פונם סאטמארן רבי'ן....

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג יוני 23, 2017 4:38 pm

זבחי צדק האט געשריבן:הרב בשבילי
די מעשה איז נישט געווען מיט איינעם פון די מזרחי, נאר מיט איינעם פון די אגודה, כ'ווייס ווער סי'ז געווען, [די מעשה גייט אז ווען יענער איז שוין געווען פערטיג מיט זיין פראבלעם, און ער איז זיך געקומען געזעגענען פארן אהיים פארן, האט עם דער רבי אריינגעזאגט דעם פסק וואס ער איז 'עם שולדיג' געווען.....]
כ'וועל נאר צילייגן אז יענעם'ס זון איז געווארן א סאטמארער, און נישט נאר דאס, נאר ער דרוקט אויך א סעריע ספרים פונם סאטמארן רבי'ן....


אינטערעסאנט, דער קנייטש האב איך נאכנישט געהערט, ווער איז דאס געווען?

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » פרייטאג יוני 23, 2017 4:57 pm

הר"ר שלמה קלאגסבאלד ז"ל פון אנטווערפן

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » פרייטאג יוני 23, 2017 5:38 pm

אפאר נקודות, קודם אויף די לעצטע מעשה, דאס איז געווען געדריקט אינעם גליון "זקינך ויאמרו לך" בשם הגאון הגדול ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל, עיי"ש כל הפרטים.
דאס איז אלעס ווען ס'איז געקומען צו פריוואטע הילף, אבער ווען מ'האט גערעדט פון יענעם אנשייגעצן פאר זיינע שקצ'עריי איז זיכער אז ס'איז געווען מיטן גאנצן שארפקייט, נאר ברבים האט ער קיינמאל נישט גערעדט קעגן יחידים, ס'איז שווער צו גלייבן אז ס'האט דעם רבי'ן אזוי געבאדערט ווען מ'האט גערעדט אויף איטשע מאיר פריוואט צווישן זיך, נאר אויב ס'איז אזוי ווי הר"ר א. ש. ש. שו"ב זאגט אז דאס איז געווען ווען דער טשעבינער רב ז"ל איז נפטר געווארן איז אן אנדערע מעשה כמובן.

אויך דארף מען ארויס ברענגען אז דער רבי האט טאקע זייער אכטונג געגעבן לגבי רעדן ברבים קעגן א יחיד, אבער "אלע" צדיקים פארן קריג האבן יא זייער שארף גערעדט קעגן יחידים ביחיד וברבים, א שטייגער ווי דער הייליגער בעלזא'ער רב, נאסוד'ער רב, ר' חנה קאלאשיצער, ר' אלעזר'ל אושפיצינער, מונקאטשער רב, ציעשנוב'ער רב, סטראפקוב'ער רב, ועוד רבות וואס ליגט מיר נישט יעצט אויפן זכרון זענען אלע געווען ברייט באקאנט מיט זייער שארפע אויסגעשפראכנקייט קעגן ציונות מזרחי אגודה, און זיך נישט אפגעהאלטן צו רעדן ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט קעגן יחידים, אפילו רביה"ק איז געווען ביי איהם א חילוק ממש הימל און ערד פון פארן קריג ביז נאכן קריג לגבי זיין שארפקייט, ס'האט פארשידענע הסברים אין וואס כ'וויל נישט דא אריינגיין, רבינו הגה"ק בעל ברך משה האט כמה פעמים ארויס געטרעטן קעגן יחידים.
וואס איך מיין צו זאגן איז אז היינט אויב איינער רעדט קעגן א יחיד ברבים איז ער אינגאנצן אפגעפרעגט הלמאי ער האט משנה געווען די מסורה פון נישט רעדן קעגן יחידים, וויל איך ארויס ברענגען אז אפילו אויב ס'איז געווען דעם רבי'נס דרך בסוף ימיו מיינט נאכנישט אז איינער וואס טוט נישט אזוי ברעכט מסורה, סך הכל טוט ער אזוי ווי דעם רבי'ן און אלע אנדערע צדיקים פון פארן קריג, אויב ס'זאל נאר אזוי שטארק ברענען פאר די אלע אידן וואס זענען תמיד פארנומען צו שרייען אז מ'טאר נישט רעדן קעגן יחידים די עוולות וואס ווערן געטוהן דורך די יחידים קעגן וועם מ'איז מוחה וואלט גוט געווען.

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » מוצ"ש יוני 24, 2017 11:54 pm

זבחי צדק האט געשריבן:הר"ר שלמה קלאגסבאלד ז"ל פון אנטווערפן

הר"ר שלמה קלאגסבאלד האט קיינמאל נישט געהאט קיין קראנק קינד און די מעשה איז זיכער נישט געווען ביי איהם, ס'איז זיכער געווען מיט איינעם פון ארץ ישראל, גראדע ווען רבינו הקדוש איז געווען אין אנטווערפן האט ער געזאגט תחת אחד השיחים אויף הר"ר שלמה ז"ל "מיט דעם אגודה'איסט וועל איך מיר דורכקומען, נישט איהם האב איך געמיינט".

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג יוני 25, 2017 9:28 am

עצל פוילשטריק האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:הר"ר שלמה קלאגסבאלד ז"ל פון אנטווערפן

הר"ר שלמה קלאגסבאלד האט קיינמאל נישט געהאט קיין קראנק קינד און די מעשה איז זיכער נישט געווען ביי איהם, ס'איז זיכער געווען מיט איינעם פון ארץ ישראל, גראדע ווען רבינו הקדוש איז געווען אין אנטווערפן האט ער געזאגט תחת אחד השיחים אויף הר"ר שלמה ז"ל "מיט דעם אגודה'איסט וועל איך מיר דורכקומען, נישט איהם האב איך געמיינט".

סי'ז נישט געווען ביי זיין קינד, עס איז דאכציך געווען ביי זיין ווייב
די מעשה דערציילן זיינע קינדער (שמעתי הסיפור מן תלמידו של בנו הג"ר מיכאל שליט"א בעמח"ס מימיני מיכאל)

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג יוני 25, 2017 9:45 am

גראדע וויאזוי איך האב געהערט די מעשה, איז עס געווען מיט איינעם פון קרייזן וואס זענען זייער ווייט פון סאטמאר, און די איינציגסטע וואס ער האט געוואוסט צו זאגן פון סאטמארער רב איז געווען וואספארא שונא "ישראל" ער איז, און ער האט אים בכלל נישט קיינמאל געקענט אדער געזעהן.

ס'איז זייער מעגליך אז עס זענען במשך השנים פארגעקומען עטליכע אזעלכע מעשיות, לפי וואס מיר ווייסן דרכו בקודש פון הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

נקודה למחשבה

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג יוני 25, 2017 5:26 pm

לאמיך געבן מיינע צוויי סענטס.

עס איז באמת א הייקעלע נושא, באמת שווער צו וויסן וואס דער רבי זי"ע וואלט געטוען אין יעדע באזונדערע פאל, כידוע איז ביים רבי'ן יעדע זאך געווען דורכגעטראכט דורך און אדורך.

אבער איין נקודה למחשבה, ווען מ'וויל מדמה זיין אמאל מיט היינט, אמאל האט זיך עס געהאנדלט מיט אן אגודה וואס ברענגט אידן צו "דעות כוזבות", מאיז מקרב די דעות פון אידן שומרי תורה צו ציונות, ווערן א חלק אין זייער ממשלה וכו' וכו'

[אגב איך האב אמאל געהערט א מעשה (מפי ר' ששט), געווען א איד וואס האט זיך אויסגעדריקט גאר מיעוס אויף הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל ווייל ער הייסט גיין צו בחירות (כופר בעי.. מיין איך), און עס האט מורא'דיג פארדראסן זיין שווער, האט עס געזאגט אז דער רבי האלט אויך אזוי, זענען זיי אריין צום רבי'ן, דער רבי האט זיך צושמייכלט און געזאגט, ח"ו צו זאגן אזוי, נאר איך האלט אז ער העלפט שטיפן דעם וואגן פון כפירה ומינות...]

אבער ווען עס קומט צו רעדן פון דעם מצב היינט, האלט מען גאר אנדערש, די מצב איז פיל פיל ערגער, די חרדישע נציגים און מנהיגים האבן געגעבן זייער פולע צישטימונג צו א חוק וואס שמד'ט אויס אידן, מהאלט ביי א מצב ווי נישט נאר זיי "שטיפן דעם וואגן", אדער זענען נישט מוחה, נאר זיי זענען די גוזרי הגזירה זעלבסט, מ'איז גאר משתיק די וואס זענען מוחה אויפן חורבן!!!

וואס וואלט די רבי זי"ע געטוען אין אזא פאל? איך האב נישט קיין אהנונג!...
גראמאטיק! - דדא ביה כולא ביה, דלא דא ביה, מה ביה.

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » מאנטאג יוני 26, 2017 2:35 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
עצל פוילשטריק האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:הר"ר שלמה קלאגסבאלד ז"ל פון אנטווערפן

הר"ר שלמה קלאגסבאלד האט קיינמאל נישט געהאט קיין קראנק קינד און די מעשה איז זיכער נישט געווען ביי איהם, ס'איז זיכער געווען מיט איינעם פון ארץ ישראל, גראדע ווען רבינו הקדוש איז געווען אין אנטווערפן האט ער געזאגט תחת אחד השיחים אויף הר"ר שלמה ז"ל "מיט דעם אגודה'איסט וועל איך מיר דורכקומען, נישט איהם האב איך געמיינט".

סי'ז נישט געווען ביי זיין קינד, עס איז דאכציך געווען ביי זיין ווייב
די מעשה דערציילן זיינע קינדער (שמעתי הסיפור מן תלמידו של בנו הג"ר מיכאל שליט"א בעמח"ס מימיני מיכאל)

באשטעטיגט ביי זיינע קינדער אז ס'איז שקר, ער איז קיינמאל נישט געגאנגען נאך געלט אדער בכלל נהנה געווען פון מענטשן, אפילו אין אנטווערפן האט ער קיינמאל נישט נהנה געווען פון אנדערע, כ"ש אז ער איז נישט ארויס געפארן.
שוין אויבן געשריבן אז דער רבי האט איהם אנגעכאפט ביי די האנט און געזאגט פאר די ארומיגע "זעהט איר, מיט דעם אגודה'איסט וועל איך מיר שוין דורכקומען".
ס'איז קלאר געשטאנען אינעם גליון זקינך בשם הגאון הגדול ר' מ"ד קאהן זצ"ל אז ס'איז געווען מיט איינעם פון א"י.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג יוני 27, 2017 11:25 am

עצל פוילשטריק האט געשריבן:אפאר נקודות, קודם אויף די לעצטע מעשה, דאס איז געווען געדריקט אינעם גליון "זקינך ויאמרו לך" בשם הגאון הגדול ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל, עיי"ש כל הפרטים.
דאס איז אלעס ווען ס'איז געקומען צו פריוואטע הילף, אבער ווען מ'האט גערעדט פון יענעם אנשייגעצן פאר זיינע שקצ'עריי איז זיכער אז ס'איז געווען מיטן גאנצן שארפקייט, נאר ברבים האט ער קיינמאל נישט גערעדט קעגן יחידים, ס'איז שווער צו גלייבן אז ס'האט דעם רבי'ן אזוי געבאדערט ווען מ'האט גערעדט אויף איטשע מאיר פריוואט צווישן זיך, נאר אויב ס'איז אזוי ווי הר"ר א. ש. ש. שו"ב זאגט אז דאס איז געווען ווען דער טשעבינער רב ז"ל איז נפטר געווארן איז אן אנדערע מעשה כמובן.

אויך דארף מען ארויס ברענגען אז דער רבי האט טאקע זייער אכטונג געגעבן לגבי רעדן ברבים קעגן א יחיד, אבער "אלע" צדיקים פארן קריג האבן יא זייער שארף גערעדט קעגן יחידים ביחיד וברבים, א שטייגער ווי דער הייליגער בעלזא'ער רב, נאסוד'ער רב, ר' חנה קאלאשיצער, ר' אלעזר'ל אושפיצינער, מונקאטשער רב, ציעשנוב'ער רב, סטראפקוב'ער רב, ועוד רבות וואס ליגט מיר נישט יעצט אויפן זכרון זענען אלע געווען ברייט באקאנט מיט זייער שארפע אויסגעשפראכנקייט קעגן ציונות מזרחי אגודה, און זיך נישט אפגעהאלטן צו רעדן ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט קעגן יחידים, אפילו רביה"ק איז געווען ביי איהם א חילוק ממש הימל און ערד פון פארן קריג ביז נאכן קריג לגבי זיין שארפקייט, ס'האט פארשידענע הסברים אין וואס כ'וויל נישט דא אריינגיין, רבינו הגה"ק בעל ברך משה האט כמה פעמים ארויס געטרעטן קעגן יחידים.
וואס איך מיין צו זאגן איז אז היינט אויב איינער רעדט קעגן א יחיד ברבים איז ער אינגאנצן אפגעפרעגט הלמאי ער האט משנה געווען די מסורה פון נישט רעדן קעגן יחידים, וויל איך ארויס ברענגען אז אפילו אויב ס'איז געווען דעם רבי'נס דרך בסוף ימיו מיינט נאכנישט אז איינער וואס טוט נישט אזוי ברעכט מסורה, סך הכל טוט ער אזוי ווי דעם רבי'ן און אלע אנדערע צדיקים פון פארן קריג, אויב ס'זאל נאר אזוי שטארק ברענען פאר די אלע אידן וואס זענען תמיד פארנומען צו שרייען אז מ'טאר נישט רעדן קעגן יחידים די עוולות וואס ווערן געטוהן דורך די יחידים קעגן וועם מ'איז מוחה וואלט גוט געווען.

צי אין אנדערע פלעצער האט מען יא גרעדט -ברבים- אויף יחידים, ניתן להיאמר, אבער צו זאגן אז דעם רבי'נס שארפע מהלך איז געווען הימל און ערד פון פאר די מלחמה ביז נאך, איז אבסורד. אדרבה, ברענג מיר איינס אדער צוויי מאל פון פאר די מלחמה, וואס דער רבי איז ארויס -ברבים- פערזענליך קעגן יחידים. (פארצייל מיר אבער נישט קיין מעשה פון קיין מחלל שבת אין זיין שטאט.)
לפי ידיעתי איז דאס קיינמאל נישט געווען, אולי אני טועה.
כ'עט ענדערש געזאגט אז דיינע רייד זענען מיט אן אגענדע צו כשר'ן אנדערע זאכן, אלזא ביז ווילאנג דו ברענגסט נישט קיין ראי' לדבריך, זענען דיינע ווערטער נישט מוסכם.

קאזאבלאנקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דינסטאג יוני 27, 2017 11:36 am

בעצם איז אי רעלעווענט וואס דער רבי האט געטון אדער געהאלטן אין די נושא
די שאלה איז פארוואס ביזטו מוחה? מענטשן האבן אין זיך נטיות און מדות מגונות און מושחתות, וואלט ער געווען אן אראבער וואלט ער זיך אויפגעריסן, וואלט ער געווען א קריסט וואלט ער געשטאכן אידן, ועכשיו שנברא צו אידישע עלטערן, גיט ער זיך אויס דורך שטעכן אנדערע באדרת שער למען כחש
באקאנט דאס ווארט פון בריסקער רב אנטקעגן פאלשע קנאות, צוויי לויפן נאך די מייז, די באלעבאסטע און די קאץ, די חילוק איז די באלעבאסטע וויל דאס נישט האבן, און די קאץ זוכט דאס יא צו האבן.
קנאות איז גוט און וויכטיג, פנחס בן אלעזר האט דער רבש"ע געדאנק בקנאו את קנאתי בתוכם, אבער גלייכצייטיג האט ער באקומען דער "שלום מעדאל" בריתי שלום
דער רבי איז געווען די עצמיות פון טוב, זיין קנאות האט געשטאמט פון א אינערליכע קאך צום רבש"ע אן קיין פערזענליכע נגיעות, און די זעלבע אלע אנדערע קדושי עליון, זיי האבן די רעכט פון יא אדער נישט מבזה זיין פערזענליכע מענטשן, משא"כ אנו וואס מיר האבן נטיות און מדות רעות, דער קאך קומט נישט ביי אונז פון א קאך צו די תורה, והראי' אז דו קענסט פארנומען ביי דיר דא דארט א קליינע עבירה'לע, אדער אפילו ביי יענעם, דאן מיינט דאס אז דיין קאך איז פשוטע מדות רעות, איבריגע עמאושנס וואס האט מיט די תורה קיין שייכות, און ריעקטן צו דעם איז בלויזע מדות רעות
ודי בזה למביני מדע

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג יוני 27, 2017 12:17 pm

עצל פוילשטריק האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
עצל פוילשטריק האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:הר"ר שלמה קלאגסבאלד ז"ל פון אנטווערפן

הר"ר שלמה קלאגסבאלד האט קיינמאל נישט געהאט קיין קראנק קינד און די מעשה איז זיכער נישט געווען ביי איהם, ס'איז זיכער געווען מיט איינעם פון ארץ ישראל, גראדע ווען רבינו הקדוש איז געווען אין אנטווערפן האט ער געזאגט תחת אחד השיחים אויף הר"ר שלמה ז"ל "מיט דעם אגודה'איסט וועל איך מיר דורכקומען, נישט איהם האב איך געמיינט".

סי'ז נישט געווען ביי זיין קינד, עס איז דאכציך געווען ביי זיין ווייב
די מעשה דערציילן זיינע קינדער (שמעתי הסיפור מן תלמידו של בנו הג"ר מיכאל שליט"א בעמח"ס מימיני מיכאל)

באשטעטיגט ביי זיינע קינדער אז ס'איז שקר, ער איז קיינמאל נישט געגאנגען נאך געלט אדער בכלל נהנה געווען פון מענטשן, אפילו אין אנטווערפן האט ער קיינמאל נישט נהנה געווען פון אנדערע, כ"ש אז ער איז נישט ארויס געפארן.
שוין אויבן געשריבן אז דער רבי האט איהם אנגעכאפט ביי די האנט און געזאגט פאר די ארומיגע "זעהט איר, מיט דעם אגודה'איסט וועל איך מיר שוין דורכקומען".
ס'איז קלאר געשטאנען אינעם גליון זקינך בשם הגאון הגדול ר' מ"ד קאהן זצ"ל אז ס'איז געווען מיט איינעם פון א"י.

אויב אזוי איז 'חוזרני בי', און כ'וועל מוזן נאכאמאל מברר זיין ביי מיינע מקורות, און אויב דער אשכול וועט נאך עקזיסטירן אולי וועלן מיר עס באריכטן

אוועטאר
צםמארקשך
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 4:11 pm

תגובהדורך צםמארקשך » דינסטאג יוני 27, 2017 1:06 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:בעצם איז אי רעלעווענט וואס דער רבי האט געטון אדער געהאלטן אין די נושא
די שאלה איז פארוואס ביזטו מוחה? מענטשן האבן אין זיך נטיות און מדות מגונות און מושחתות, וואלט ער געווען אן אראבער וואלט ער זיך אויפגעריסן, וואלט ער געווען א קריסט וואלט ער געשטאכן אידן, ועכשיו שנברא צו אידישע עלטערן, גיט ער זיך אויס דורך שטעכן אנדערע באדרת שער למען כחש
באקאנט דאס ווארט פון בריסקער רב אנטקעגן פאלשע קנאות, צוויי לויפן נאך די מייז, די באלעבאסטע און די קאץ, די חילוק איז די באלעבאסטע וויל דאס נישט האבן, און די קאץ זוכט דאס יא צו האבן.
קנאות איז גוט און וויכטיג, פנחס בן אלעזר האט דער רבש"ע געדאנק בקנאו את קנאתי בתוכם, אבער גלייכצייטיג האט ער באקומען דער "שלום מעדאל" בריתי שלום
דער רבי איז געווען די עצמיות פון טוב, זיין קנאות האט געשטאמט פון א אינערליכע קאך צום רבש"ע אן קיין פערזענליכע נגיעות, און די זעלבע אלע אנדערע קדושי עליון, זיי האבן די רעכט פון יא אדער נישט מבזה זיין פערזענליכע מענטשן, משא"כ אנו וואס מיר האבן נטיות און מדות רעות, דער קאך קומט נישט ביי אונז פון א קאך צו די תורה, והראי' אז דו קענסט פארנומען ביי דיר דא דארט א קליינע עבירה'לע, אדער אפילו ביי יענעם, דאן מיינט דאס אז דיין קאך איז פשוטע מדות רעות, איבריגע עמאושנס וואס האט מיט די תורה קיין שייכות, און ריעקטן צו דעם איז בלויזע מדות רעות
ודי בזה למביני מדע

עיין בספר חיים ושלום מהר"ק ממונקאנטש פרשת פנחס
אז פאקערט א מנהיג מוז זיין בטבע א אש קנאות וז"ל
דהא מנהיג הדור
צריך להיות כלול מבחינת חסד וגבורה, ומי
שיש בו אש קנאי לה׳ כמו פנחם, שפיר יכיל
וצריך להיות מנהיג הדור, ואם יצטרך להתנהג
לפעמים בנחת ועל מי מנוחות ינהלם, הלא
יוכל לצמצם בטבעו את מדת אש גבורתו. מה
שאין כן אם ימנו מי שאין לו בטבעו אש קנאות
ללחום מלחמות ה׳ ותורתו, (גם אם הוא גדו ל
וצדיק) אם יצטרך ללחום מלחמות ה׳ ויעשה
לו אז אש ללחום בעד זה, הלא יוכל להיות
אש זרה, (מחמת שאינו מםוגל לזה בטבעו
ובעצמותו), על כן צריך להיות איש קנאי
בטבעו, ויוכל להטות ולצמצם את עצמו בעת
הצורך כנזכר, רק בכונת היוצר בראשית יתברך
שמו ויודע תעלומות מי יוכל לחקור ולידע

משה סויבל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 8:09 pm

א שטיקעלע כתב סופר בפרשתן

תגובהדורך משה סויבל » דינסטאג יוני 27, 2017 7:49 pm

,
צוגעלייגטע
כתב סופר.jpg
כתב סופר.jpg (203.15 KiB) געזעהן 1700 מאל

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג יולי 03, 2017 3:19 am

זבחי צדק האט געשריבן:הרב בשבילי
די מעשה איז נישט געווען מיט איינעם פון די מזרחי, נאר מיט איינעם פון די אגודה, כ'ווייס ווער סי'ז געווען, [די מעשה גייט אז ווען יענער איז שוין געווען פערטיג מיט זיין פראבלעם, און ער איז זיך געקומען געזעגענען פארן אהיים פארן, האט עם דער רבי אריינגעזאגט דעם פסק וואס ער איז 'עם שולדיג' געווען.....]
כ'וועל נאר צילייגן אז יענעם'ס זון איז געווארן א סאטמארער, און נישט נאר דאס, נאר ער דרוקט אויך א סעריע ספרים פונם סאטמארן רבי'ן....

ס'איז גראדע געווען אן ענליכע מעשה מיט איינער פון די גרויסע שרייבער און מוילמאכער פון די מזרחי וואס פלעגט צו יעדע געלעגנהייט גיסן פעך און שוועבל אויפ'ן רבי'ן, וואס מ'האט ארעסטירט זיין ווייב ביים אריינקומען קיין אמעריקע, און דער רבי האט איבערגעדרייט וועלטן איר צו באפרייען, זאגנדיג אז זי איז אן אשת כהן און מ'טאר איר נישט לאזן אין תפיסה. ער האט געסטראשעט יאסל אז ער גייט נישט דאווענען מנחה ביז מ'באפרייט איר....
די מעשה האט אויפגערייסלט יענעם, און כאטש וואס נישט ער און נישט זיינע קינדער זענען געווארן סאטמארע, האט ער אבער אנגעהויבן שרייבן אויפ'ן רבי'ן מיט רעספעקט.

די מעשה איז באקאנט, דער מאן אליין האט עס כמ"פ דערציילט. (איך דערמאן זיך נישט דעם נאמען אויף די מינוט)

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג יולי 04, 2017 3:05 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:הרב בשבילי
די מעשה איז נישט געווען מיט איינעם פון די מזרחי, נאר מיט איינעם פון די אגודה, כ'ווייס ווער סי'ז געווען, [די מעשה גייט אז ווען יענער איז שוין געווען פערטיג מיט זיין פראבלעם, און ער איז זיך געקומען געזעגענען פארן אהיים פארן, האט עם דער רבי אריינגעזאגט דעם פסק וואס ער איז 'עם שולדיג' געווען.....]
כ'וועל נאר צילייגן אז יענעם'ס זון איז געווארן א סאטמארער, און נישט נאר דאס, נאר ער דרוקט אויך א סעריע ספרים פונם סאטמארן רבי'ן....

ס'איז גראדע געווען אן ענליכע מעשה מיט איינער פון די גרויסע שרייבער און מוילמאכער פון די מזרחי וואס פלעגט צו יעדע געלעגנהייט גיסן פעך און שוועבל אויפ'ן רבי'ן, וואס מ'האט ארעסטירט זיין ווייב ביים אריינקומען קיין אמעריקע, און דער רבי האט איבערגעדרייט וועלטן איר צו באפרייען, זאגנדיג אז זי איז אן אשת כהן און מ'טאר איר נישט לאזן אין תפיסה. ער האט געסטראשעט יאסל אז ער גייט נישט דאווענען מנחה ביז מ'באפרייט איר....
די מעשה האט אויפגערייסלט יענעם, און כאטש וואס נישט ער און נישט זיינע קינדער זענען געווארן סאטמארע, האט ער אבער אנגעהויבן שרייבן אויפ'ן רבי'ן מיט רעספעקט.

די מעשה איז באקאנט, דער מאן אליין האט עס כמ"פ דערציילט. (איך דערמאן זיך נישט דעם נאמען אויף די מינוט)


איך קען מיך אויך נישט דערמאנען דעם נאמען, ער האט זיך געהאט געטוישט פון א אידישע נאמען צו א עיברית'ישע (למשל פון בעקער צו אופה)

דער רבי האט געקענט יענעמס טאטע פון סאטמאר. (נישט אז ווען ער קען אים ווען נישט וואלט ער אים נישט ארויסגענומען, נאר מעשה שהיה כך היה)
גראמאטיק! - דדא ביה כולא ביה, דלא דא ביה, מה ביה.

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 6:39 pm

לעצטנס געהערט פון א תלמיד חכם א שיינעם שמועס אין דעם ענין פון לוחם זיין פריוואט קעגן א יחיד.

אבער קודם כל דאס וואס איינער האט געברענגט אויבן אז מונקאטשער רב, קאלאשיצער רב וכו' פלעגן רעדן ברבים קעגן יחידים, פרעג יעדע מונקאטשע חסיד וועט דיר דאס אפלייקענען, ונקוט האי כללא בידך אז נישט אלע מעשיות וואס די האסט געהערט פון גאס איז אמת, פאר מיר האט אויך אמאל א בעלזא חסיד (האלט זיך גאר פאר א ידען) געוויסט צו זאגן קליפ און קלאר אז סאטמאר רב פלעגט רעדן ברבים קעגן יחידים, ווען איך האב אים דאס אפגעלייקנט (כידוע לכל) האט ער מיך געהאלטן פאר איינער וואס ווייסט נישט וואס ער רעדט... אמער, ער האט אלעמאל געוויסט פארקערט....

יעצט, איך ווייס נישט צו עס ווערט דערמאנט די ענין בפירוש בספרי דב"י רב, אדער נישט, אבער אפילו אויב נישט, מעשה רב יוכיח, אז במשך אלע יארן וואס רבינו הקדוש מסאטמאר איז געשטאנען בראש צבאות ה' ללחום מלחמת קודש האט ער נישט דערמאנט קיין נעמען.

ביי זיינע הונדערטער שלש סעודות תורות, דרשות, וכו' האט ער געזיכט איין זאך, דאס איז ארויסצוהאקן פון אונזערע מוחות יעדע סארט געפיל און שייכות און קירבה צו די קליפה פון ציונות וואס האט דאן געבוזשעוועט אין די גאס.

די סיבה פארוואס ער האט טאקע נישט דערמאנט קיין נעמען, איז פשוט, וויבאלד איינמאל די שלעפסט אראפ די מלחמה קעגן א פריוואטע מענטש, ווערט דאס ווי א פערזענליכע מלחמה, וואס דאס איז בכלל נישט וואס מען וויל. מען וויל נעמען דעים אמת מיט א שטארקייט און לוחם זיין קעגן דעים שקר בכל התוקף, דהיינו "מען איז נישט לוחם קעגן דעים מענטש בכלל" מען איז לוחם "קעגן די שיטות פון דעים מענטש" שיטות וואס מען האלט אז דאס איז א חורבן פון כלל ישראל. (דאס איז בדרך כלל כמו שיתבאר בסמוך שיש יוצא מן הכלל)

דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס הרה"ק מסאטמאר פלעגט פריוואט קענען ארויסהעלפון מיט געלט און עסקנות און דאקטוירישע הילף אפילו אזעלכע מענטשן וואס זייערע שיטות זענען געווען אזעלכע וואס ער האט קעגן דעים לוחם געווען כל ימיו, דאס איז וויבאלד "איך האב נישט א מערכה מיט דעים מענטש" איך האב א מערכה מיט די "שיטות וואס דרייען זיך אין די גאס" וואס קומען פון די מענטש צו פון יענע, נישט קיין נפקא מינה.

עס איז געווען א יוצא מן הכלל ביי די בריוו וואס דער רבי האט געשריבן קעגן קוק, ווי אויך ווי ער שרייבט אין ויואל משה קעגן די ראש הכופרים, דארט האט מען יא געצילט א מלחמה קעגן א מענטש.

די סיבה איז פשוט און די חילוק איז פשוט, ווען מען רעדט פון א מענטש, וואס איז א איד א שומר תורה ומצוות, נאר האט פארדארבענע השקפות וואס איז א חורבן פאר כלל ישראל, דאן איז מיין מלחמה בכלל נישט געצילט צו אים, (לדוגמא א רבי וואס מען האט נישט געהאלטן פון זיינע השקפות, לאמיר זאגן אז מען האט געהאלטן אז ביי די רבי גייט אן זיין חסידות מער ווי אידישקייט, דאס מיינט אבער נישט אז דער מענטש האט א ציל אויסצורייסן אידישקייט, בכלל נישט, דער מענטש האט א ציל צו בויען זיין פארטיי - לאמיר זאגן - און שטעלט אידישקייט נומבער 2, טאמער וועט דער מענטש זעהן אז אידישקייט שטערט נישט זיין פארטיי, דעמאלס וועט ער נישט האבן קיין פראבלעים מיט אידישקייט, אין אנדערע ווערטער "דער מענטש האט נישט דא א ציל אויסצורייסן אידישקייט" ער האט דא סך הכל א ציל צו בויען זיין רבי'סטעווע און ראטעווען די כבוד פון זיינע פארגייער'ס וכו' וכו', וואס וועגן דעים מיינט ער אז ער דארף פירן א מלחמה מיט די צד שכנגד וכו' ואכמ"ל)

ביי רוב רובם פון מענטשן וואס סאטמאר רב האט לוחם געווען קעגן זיי, איז זיין מלחמה נישט געווען קעגן זיי בכלל, נאר קעגן די שיטות פון די מענטשן, ממילא האט מען דוקא נישט געוואלט דערמאנען זייערע נעמען, ווייל עס וואלט "געטוישט" די גאנצע עיקר פון די מלחמה וואס איך בין לוחם קעגן זיי.

מה שאין כן ביי אזעלכע וואס זייער פערזענליך האט פארטרעטן א פאבריק פון אויסרייסן אידישקייט, א שטייגער ווי דער ראש הכופרים, אדער קוק וואס איז געווען פון די מייסדים פון די מדינה, פון די רבני'שע זייט, קעגן אזעלכע האט סאטמאר רב יא געשריבן דירעקט קעגן זיי, וויבאלד, ווען איך רעד קעגן זיי "אטאטמאטיש רעד איך קעגן די מדינה וואס זיי פארטרעטן" א שטייגער ווי ווען איך רעד קעגן די ראש הכופרים, רעד איך נישט קעגן אים, איך רעד קעגן די מדינה וואס ער פארטרעט כמובן.

אינטערשטע שורה, רבינו הקדוש מסאטמאר האט קלאר נישט געפירט קיין מלחמה קעגן יחידים, איך האב געהערט פון הרה"ג ר' אלעזר הורוויץ שליט"א בענין זה, אז אויף יעדע זאך האבן מיר א מסורה וויאזוי מען האט זיך געפירט ביי כלל ישראל, און אין די ענין פון נישט צו יא רעדן קעגן יחידים האבן מיר אויך א מסורה פון רבינו הקדוש וויאזוי זיך צו פירן.

(אויב איז געווען אמאל קו"ק קעגן יחידים וכו' ווער עס ווייסט האבן אסאך קנאי'שע רבנים נישט געהאלטן דערפון, ואי אפשר להאריך בזה במקום רבים, אבל כך הי' דרכו של רבינו מסאטמאר זי"ע שהמלחמה צריך להתנהג באופן שהאמת לוחם כנגד השקר, ולא שאיש זה לוחם כנגד איש זה)
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט