שמועסן און קאמענטארן איבער די כינוס.

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יוני 08, 2017 5:26 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:מיין מיינונג בנוגע די עדיטאריעל
עס איז א שיינע אילוזיע צו זאגן אז עס איז דא מעגליכקייט עפעס צו טון אינאיינעם מיט די אינדרויסענדע קרייזן וואס מיט די וואפן פון כבוד התורה קען מען ביי זיי פארשויייגן אפילו ווען די שלש חמורות שטייט אויפן וועג.


הגה''צ דומ''ץ ור''מ סאטמאר מאנטריאל שליט''א ביי זיין פייערדיגע דרשה בהיכל הישיבההאט שטארק ארויסגעברענגט די פוינט

פארוואס דעמאלטס האט מען אזוי שטארק געוואלט זיי זאלן קומען צום כינוס ?
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אבגדהוזחטי
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » דאנארשטאג יוני 08, 2017 5:31 pm

רצון טוב האט געשריבן:מיין מיינונג בנוגע די עדיטאריעל
עס איז א שיינע אילוזיע צו זאגן אז עס איז דא מעגליכקייט עפעס צו טון אינאיינעם מיט די אינדרויסענדע קרייזן וואס מיט די וואפן פון כבוד התורה קען מען ביי זיי פארשויייגן אפילו ווען די שלש חמורות שטייט אויפן וועג.

ג, תשובות בדבר ערשטענס פארוואס דעמאלטס האט סאטמאר רב זי"ע זיך יא פארלאזט אויף והשנית די ברייוו פון די ראשי ישיבות באמעריקא יוכיח אז סאיז יא דא איוף וואס צו האפן והשלישית לו יהא אז סאיז נאר א ספק לוינט זיך דען נישט צו ווארטן ?
יענקל לעדערמאן

בּרזל
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » דאנארשטאג יוני 08, 2017 5:32 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:נאטרוליסט דער תירוץ איז פשוט. אין עניני הכלל האט נישט אלעמאל דער חזון איש געפירט מערכות אויף דער גאס, אמאל יא און אמאל נישט, בעיקר געווען א ווארט דא א ווארט דארט, וואס האט אויך נישט צו יעדעם גערעדט די זעלבע ממש, והכל לפי המבייש והמתבייש.

משא"כ סאטמאר רב ז"ל האט געפירט מערכות ישראל גלוי לכל, ער האט גערעדט ברבים אויסצושמועסן זיינע שיטות, ער האט כסדר איבערגעגעבן ענינים פאר ר' נתן יוסף וואס איבערצוגעבן אין ישיבה, ער האט פארשריבן די יסודות אין זיינע ספרים.

דעריבער פארשטייסטו אליין אז דער חילוק איז בולט.

גליטשעדיג האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:סאטמאר רב דרך דארף מען נישט זיין קיין תלמיד צו וויסן זיין דרך ער האט עס אפען געזאגט צינד אן א טעיפ וועסט עס הערן
מש"כ חזון איש וואס האט נישט גערעדט ברבים פין זיין דרך
אין אז די וועסט דורך לערנען אלע ספרים פין חזון איש 1000 מאל מיינט נאך נישט אז די וועסט וויסן זיין דרך אין הנהגה


גוט געזאגט!
די יסודות פון הרה״ק מסאטמאר זענען פארשריבן
אין ויואל משה. על הגאולה. דברי יואל
און דעם קול און פייער דעם ביטערן געווען וצערו הגדול פאר חורבן הכלל ישראל, קען מען הערן און לערנען פון די רעקארדירנגס.
ווען איינער לערנט דורך
וישלח תשי״ז
נשא בהעלותך שלח קרח תשכ״ז
כינוס הכללי תשכ״א ועוד האט קלאר ארויס די יסודות.

פארשטייט זיך אז ס׳איז קען זיך מאכן ספיקות וואס עס מיינט פונקטליך התחברות לרשעים אדער כבוד לרשעים וכדומה. און דאס דארף מען פרעגן תלמידיו.
אבער די עצם יסודות פון שמירת הדת והאמונה והמלחמה בעוברי רצונו זענען קלאר פארשריבן און יעדער קען דאס לערנען


און ווי די רבי אליין האט שוין געזאגט אויף דעם וואס בריסקער רב ז״ל האט אים געזאגט אויף זיך אז יעדער ווייסט וואס ער האלט מילא דארף עס נישט זאגן און שרייבן, און למעשה נישט צו לאנג נאך ער איז נסתלק געווארן איז שוין ארויסגעקומען הוראות אין זיין נאמען על דא ועל דהא, אז ער זעהט אז מ׳מוז זאגן און שרייבן וואס מ׳האלט גענוג קלאר און הויעך אז קיינער זאל עס נישט קענען לייקענען
לעצט פאראכטן דורך בּרזל אום דאנארשטאג יוני 08, 2017 5:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » דאנארשטאג יוני 08, 2017 5:35 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:מיין מיינונג בנוגע די עדיטאריעל
עס איז א שיינע אילוזיע צו זאגן אז עס איז דא מעגליכקייט עפעס צו טון אינאיינעם מיט די אינדרויסענדע קרייזן וואס מיט די וואפן פון כבוד התורה קען מען ביי זיי פארשויייגן אפילו ווען די שלש חמורות שטייט אויפן וועג.


הגה''צ דומ''ץ ור''מ סאטמאר מאנטריאל שליט''א ביי זיין פייערדיגע דרשה בהיכל הישיבההאט שטארק ארויסגעברענגט די פוינט

פארוואס דעמאלטס האט מען אזוי שטארק געוואלט זיי זאלן קומען צום כינוס ?

נאכן צוזעהן די געוואלדיגע דרוק וואס יענע קרייזן האבן פארלייגט צו שטערן, און עכ"פ אז זייערע קרייזן זאלן נישט משתתף זיין, ווערט קלאר אז ס'נישט פארהאן בכלל מיט וועמען צו גיין צום טיש. לויט זיי איז קיין גיוס נישט דא בכלל.

פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

תגובהדורך פרומער יוד » דאנארשטאג יוני 08, 2017 5:45 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:מיין מיינונג בנוגע די עדיטאריעל
עס איז א שיינע אילוזיע צו זאגן אז עס איז דא מעגליכקייט עפעס צו טון אינאיינעם מיט די אינדרויסענדע קרייזן וואס מיט די וואפן פון כבוד התורה קען מען ביי זיי פארשויייגן אפילו ווען די שלש חמורות שטייט אויפן וועג.


הגה''צ דומ''ץ ור''מ סאטמאר מאנטריאל שליט''א ביי זיין פייערדיגע דרשה בהיכל הישיבההאט שטארק ארויסגעברענגט די פוינט

פארוואס דעמאלטס האט מען אזוי שטארק געוואלט זיי זאלן קומען צום כינוס ?

נאכן צוזעהן די געוואלדיגע דרוק וואס יענע קרייזן האבן פארלייגט צו שטערן, און עכ"פ אז זייערע קרייזן זאלן נישט משתתף זיין, ווערט קלאר אז ס'נישט פארהאן בכלל מיט וועמען צו גיין צום טיש. לויט זיי איז קיין גיוס נישט דא בכלל.


אין אויך איז פשוט אז ווען סאטמאר מהר"א שטעלט זיך ווען יא צי וואלטן זיי באקומען נאך מער דריק נישט צי קומען

אבגדהוזחטי
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » דאנארשטאג יוני 08, 2017 5:47 pm

באמת לאזט זיך זאגן ביידע סברות און אזא החלטה באלאנגט צו ווערן געמאכט לכאורה ביי אן אסיפת הרבנים און נישט אסיפת עסקנים
יענקל לעדערמאן

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג יוני 08, 2017 8:33 pm

ביים פריערדיגן פראטעסט און פאלי סקווער איז יא געלונגען צו פאראייניגן אסאך ליטווישע און חסידישע קרייזן אפילו די וואס זענען ווייט פונעם סאטמארן שיטה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 11, 2017 2:44 am

אין די אפדעיט אשכול האבעך געזעהן א צעטל פון רב אויערבאך צו גיין צום כינוס... איז דא א קאפי פון דעם בריוו מיט זיין חתימה?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג יוני 11, 2017 3:14 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין די אפדעיט אשכול האבעך געזעהן א צעטל פון רב אויערבאך צו גיין צום כינוס... איז דא א קאפי פון דעם בריוו מיט זיין חתימה?

דאס קענסטו לכאורה טראסטן אנע חתימה אויך...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 11, 2017 4:25 am

איך טראסט שוין נישט קיין חתומות אויך נישט... סיז מיר דזשאסט געווען א חידוש אז סיז א טאג פארן כינוס און פונעם הויפט מחותן זעהט מען נישט קיין בריוו... פלוצלונג זעה איך דאס... האבעך געקענט באשטיין צו זעהן די ארגינעלע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » זונטאג יוני 11, 2017 4:59 am

[image][/image]
צוגעלייגטע
222.PNG
222.PNG (177.81 KiB) געזעהן 2024 מאל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג יוני 11, 2017 6:42 am

אינטערסאנט אז לעצטנס הערט מען שוין שטילע קולות ביי די נישט קנאי'שע קרייזען אז נישט אלעס איז גלאטיג דא.
ווי עס ווערט באריכטעט נעכטן ביי די וועכטנליכע שיעור פונעם ראשל"צ הג"ר יצחק יוסף שליט"א, האט דער 'רב המקדים' (ווי ס'דער מנהג דארט אז יעדער וואך איז דא א רב המקדים, א רב וואס גיבט א שיעור פאראויס) הג"ר יהודה כהן שליט"א ר"י יקירי ירושלים געזאגט אז ס'זיכער דא פיתויים מצד דער מדינה פאר בחורים צי אריינגעכאפט וווערן אין מיליטער, און דער עצה צי דעהם איז צי מתפלל זיין.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג יוני 11, 2017 9:49 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך טראסט שוין נישט קיין חתומות אויך נישט... סיז מיר דזשאסט געווען א חידוש אז סיז א טאג פארן כינוס און פונעם הויפט מחותן זעהט מען נישט קיין בריוו... פלוצלונג זעה איך דאס... האבעך געקענט באשטיין צו זעהן די ארגינעלע...

קענסט שרייבן הויפט מחותן וויפיל דו ווילסט, ס'האט קיין שום שייכות מיט אים.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 11, 2017 11:58 am

האט נישט די עדה געשריבן לאור קריאת פון רב אויערבאך?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 11, 2017 12:01 pm

אידער וועי, סימער נישט נוגע, איך גיי סייווי נישט צום כינוס איך פאלג מיין רבין און דער וואס זיין רבי הייסט גיין גייט סייווי... איך האב אבער געזעהן גאר אסאך בריוון אלעס האט עטליעסט א סיגניטשור, ווידער רב אויערבאך'ס בריוו האט ניטאמאל דאס... האבעך געוואלט זעהן א קאפי אויב ס'דא... ס'מאכט נישט אויס צו ער רופטעס צו נישט... ער האט ארויסגעגעבן א בריוו קענעכעס באשטיין צו זעהן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

בעיביסיטער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

תגובהדורך בעיביסיטער » זונטאג יוני 11, 2017 12:05 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אידער וועי, סימער נישט נוגע, איך גיי סייווי נישט צום כינוס איך פאלג מיין רבין און דער וואס זיין רבי הייסט גיין גייט סייווי... איך האב אבער געזעהן גאר אסאך בריוון אלעס האט עטליעסט א סיגניטשור, ווידער רב אויערבאך'ס בריוו האט ניטאמאל דאס... האבעך געוואלט זעהן א קאפי אויב ס'דא... ס'מאכט נישט אויס צו ער רופטעס צו נישט... ער האט ארויסגעגעבן א בריוו קענעכעס באשטיין צו זעהן...

די הפלס ברענגט די בריוו
דארפסט נאך א ראיה ?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 11, 2017 12:14 pm

ס'סאונדט ווי איינער מיינט אז איך לייקן דעם בריוו... לגמרי נישט! סיז פשוט פאני אז סינישטא מיט זיין סיגניטשור...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג יוני 11, 2017 12:15 pm

לחם לשובע האט געשריבן:אינטערסאנט אז לעצטנס הערט מען שוין שטילע קולות ביי די נישט קנאי'שע קרייזען אז נישט אלעס איז גלאטיג דא.
ווי עס ווערט באריכטעט נעכטן ביי די וועכטנליכע שיעור פונעם ראשל"צ הג"ר יצחק יוסף שליט"א, האט דער 'רב המקדים' (ווי ס'דער מנהג דארט אז יעדער וואך איז דא א רב המקדים, א רב וואס גיבט א שיעור פאראויס) הג"ר יהודה כהן שליט"א ר"י יקירי ירושלים געזאגט אז ס'זיכער דא פיתויים מצד דער מדינה פאר בחורים צי אריינגעכאפט וווערן אין מיליטער, און דער עצה צי דעהם איז צי מתפלל זיין.



יא יא...

נאך וואס אן אייניקל פון רב עובדיה איז פארפלאנטערט געווארן און זיין פעטער האט אים נישט געקענט (?) העלפן און מרכז הצלה האט אים געראטעוועט...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג יוני 11, 2017 12:27 pm

כ"ק אדמ"ר מתלדות אברהם יצחק
צוגעלייגטע
1.JPG
1.JPG (72.28 KiB) געזעהן 1436 מאל
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

חדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג יוני 11, 2017 12:29 pm

לחם לשובע האט געשריבן:אינטערסאנט אז לעצטנס הערט מען שוין שטילע קולות ביי די נישט קנאי'שע קרייזען אז נישט אלעס איז גלאטיג דא.
ווי עס ווערט באריכטעט נעכטן ביי די וועכטנליכע שיעור פונעם ראשל"צ הג"ר יצחק יוסף שליט"א, האט דער 'רב המקדים' (ווי ס'דער מנהג דארט אז יעדער וואך איז דא א רב המקדים, א רב וואס גיבט א שיעור פאראויס) הג"ר יהודה כהן שליט"א ר"י יקירי ירושלים געזאגט אז ס'זיכער דא פיתויים מצד דער מדינה פאר בחורים צי אריינגעכאפט וווערן אין מיליטער, און דער עצה צי דעהם איז צי מתפלל זיין.

קלאר אזוי.

רבי אהרן שעכטער, רבי חיים לייביש ראטענבערג, רבי אהרן וואזנער, רבי יעקב כהן (חתן רבי שלום כהן ראש ש"ס), רבי מלכיאל קאטלער, רבי יהודה עדס, רבי צ"מ זילבערבערג ועוד ועוד זענען נישט דוקא פונעם רעכטען קנאישען לאגער אבער זענען פייער בענין גיוס. און דאס אלעס פון די וואס מען ווייסט, עס איז דא נאך אומצאליגע וואס ציטערן נאך ובמסתרם תבכה נפשם.

א גולם
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » זונטאג יוני 11, 2017 12:35 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ס'סאונדט ווי איינער מיינט אז איך לייקן דעם בריוו... לגמרי נישט! סיז פשוט פאני אז סינישטא מיט זיין סיגניטשור...


פין ר' יעקב מאיר שעכטער, האסטו יא געזען א סיגניטשור?

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג יוני 11, 2017 12:47 pm

א גולם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ס'סאונדט ווי איינער מיינט אז איך לייקן דעם בריוו... לגמרי נישט! סיז פשוט פאני אז סינישטא מיט זיין סיגניטשור...


פין ר' יעקב מאיר שעכטער, האסטו יא געזען א סיגניטשור?

עס הייסט אז ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א גייט רעדן מיט א הוק-אפ, איך קען עס נישט באשטעטיגן
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג יוני 11, 2017 12:53 pm

עס זעהט זיך אויס, אז מען דארף אפשר יא צוגרייטן די פלעצער אונטן אויפן פלאהר, נאך וואס אין די לעצטע מינוט האבן זיך אנגעשלאסן נאך רבנים אדמורי"ם און קהלות, אויב איז עס מעגליך, דורך פארקויפן טיקעטס ביים אריינגאנג וכדו' וואלט געווען א געוואלדיגע זאך, אבער איך גלייב שווער אז עס איז נאך שייך.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג יוני 11, 2017 12:56 pm

איינער האט די בילד פון דעים זאל איצט אנגעגרייט צום מעמד?
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 11, 2017 12:57 pm

א גולם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ס'סאונדט ווי איינער מיינט אז איך לייקן דעם בריוו... לגמרי נישט! סיז פשוט פאני אז סינישטא מיט זיין סיגניטשור...


פין ר' יעקב מאיר שעכטער, האסטו יא געזען א סיגניטשור?



נישט באטראכט... סיז מיר לגמרי נישט נוגע... נאר פון די ענטפערס וואס איך באקום קוקט אויס אז כאב געפרעגט עפעס א האקעלע פראגע... כ'פארשטיי נישט פארוואס, אבער פון מיר אויס קענעס בלייבן דא...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט