נייעס און אפדעיטס פונעם כינוס הרבבות תשע"ז - בארקלעיס צענטער

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

תגובהדורך דענק און דאנק » מאנטאג יוני 19, 2017 11:30 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מאדנע ווי מ'זוכט זיך די לעצטערע יארן צוריק צו גיין צו די בלוטיגע ערד פון וואו אונזערע עלטערן זענען אנטלאפן.

די שנאת ישראל אין יענע לענדער איז נאך היינט גאר גרויס

הרב גרינוואלד א גרויסער חוקר און שרייבער האט פארפאסט א בוך, וואס טראגט דעם נאמען: טויזנט יאר אידישן לעבן אין אונגארן, ער ברענגט דארט זייער ארויס, אז אידן האבן געהאט זייער גוטע צייטן אין אונגארן ביזן קריג, מה שאין כן אין פולין און אוקריינע זענען פיל מאל געווען פאגראמען און גזירות.



ער רעדט מיט גרויס ווייטאג אז על אף מען האט זיך אזוי גוט פארשטאנען מיט די אלגעמיינע שכנים, דאך ווען עס איז געקומען ביים קריג האבן זיי ארויס געוויזן זייער אמת'דיגע פרצוף מיט אזא רשעות און אכזריות און מיט געארבעט מיט די דייטשן געהעריג אן קיין שום רחמנות. ער האלט עס ממש נישט אויס...

המגיד ר' יענקעלע גאלינסקי פלעגט זאגן פשט אינעם מאמר פון רשב"י הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב, לכאורה דער לשון הלכה קומט נישט אריין, ער וואלט געדארפט זאגן "בידוע...", האט ער געזאגט אז אן הלכה מוז מען איינהאלטן צו מען פארשטייט דעם טעם צו נישט, דאס האט ר' שמעון ארויס געברענגט, אז דאס שנאה פון עשו צו יעקב האלטן זיי ווי אן הלכה כאטש על פי רוב האט עס נישט קיין שום פשט, דאך האלטן זיי איין די הלכה זייער ערליך, ואין לחלק בזה בין גוי לגוי, אודאי יש שמראים פרצופיהם תמיד בגלוי, ויש מסתירים השנאה שלהם, אבער ווען עס קומט די געלעגנהייט קומט ארויס די אמת'ע שנאה, ביי יעדן אן אויסנאם

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג יוני 19, 2017 12:11 pm

הרב וויל זיין, 'הרב גרינוואלד' מיינסטו רב גר"וו פון קאלאמבוס אהייא?

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יוני 19, 2017 12:32 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:הרב וויל זיין, 'הרב גרינוואלד' מיינסטו רב גר"וו פון קאלאמבוס אהייא?


לכאורה.

הרב יקותיאל יהודא גרינוואלד וואס האט ארויסגעגעבן דעם בוך 'טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן', און נאך אינטערעסאנטע ספרים ווי די ספר וואס באהאנדלט וויאזוי די גמרא איז צושטאנד געקומען.

אוועטאר
שופר
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מאנטאג יוני 19, 2017 2:22 pm

היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו?!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 19, 2017 2:26 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
הרב יקותיאל יהודא גרינוואלד

viewtopic.php?f=54&t=4646
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג יוני 19, 2017 2:52 pm

דענק און דאנק האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מאדנע ווי מ'זוכט זיך די לעצטערע יארן צוריק צו גיין צו די בלוטיגע ערד פון וואו אונזערע עלטערן זענען אנטלאפן.

די שנאת ישראל אין יענע לענדער איז נאך היינט גאר גרויס

הרב גרינוואלד א גרויסער חוקר און שרייבער האט פארפאסט א בוך, וואס טראגט דעם נאמען: טויזנט יאר אידישן לעבן אין אונגארן, ער ברענגט דארט זייער ארויס, אז אידן האבן געהאט זייער גוטע צייטן אין אונגארן ביזן קריג, מה שאין כן אין פולין און אוקריינע זענען פיל מאל געווען פאגראמען און גזירות.



ער רעדט מיט גרויס ווייטאג אז על אף מען האט זיך אזוי גוט פארשטאנען מיט די אלגעמיינע שכנים, דאך ווען עס איז געקומען ביים קריג האבן זיי ארויס געוויזן זייער אמת'דיגע פרצוף מיט אזא רשעות און אכזריות און מיט געארבעט מיט די דייטשן געהעריג אן קיין שום רחמנות. ער האלט עס ממש נישט אויס...

המגיד ר' יענקעלע גאלינסקי פלעגט זאגן פשט אינעם מאמר פון רשב"י הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב, לכאורה דער לשון הלכה קומט נישט אריין, ער וואלט געדארפט זאגן "בידוע...", האט ער געזאגט אז אן הלכה מוז מען איינהאלטן צו מען פארשטייט דעם טעם צו נישט, דאס האט ר' שמעון ארויס געברענגט, אז דאס שנאה פון עשו צו יעקב האלטן זיי ווי אן הלכה כאטש על פי רוב האט עס נישט קיין שום פשט, דאך האלטן זיי איין די הלכה זייער ערליך, ואין לחלק בזה בין גוי לגוי, אודאי יש שמראים פרצופיהם תמיד בגלוי, ויש מסתירים השנאה שלהם, אבער ווען עס קומט די געלעגנהייט קומט ארויס די אמת'ע שנאה, ביי יעדן אן אויסנאם


אזוי איז אלעמאל געווען אין גלות, אין די לענדער ווי אידן וואוינען היינט איז דער מצב גארנישט בעסער, עס איז נישטא קיין סיבה נישט צוריקצוגיין אויף אונגארן, אזוי ווי עס איז נישטא קיין סיבה נישט צו וואוינען אין אמעריקע (אויסער פאר די וואס פארשטייען אז די מדינה איז א גאולה פאר אידן, און דארט וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלע צרות פון גלות, וואס דאס איז כפירה גמורה).

מיר האבן נישט קיין אויסוואל, מיר קענען וואוינען צווישן די גוים אדער צווישן די אנדערע גוים...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג יוני 19, 2017 9:30 pm

ר' אומאפיציעל, די סיבה פארוואס זיי גייען(?) קיין אונגארן איז ווייל די קאסט אף לייף אין אמעריקע איז משוגע הויך.

עבודת_הבורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דינסטאג יוני 20, 2017 11:41 am

איז דא עפעס א נייע בריוו געשיקט פון ארץ ישראל צו אמעריקע?

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג יוני 20, 2017 11:44 am

משהזוךמיר האט געשריבן:ר' אומאפיציעל, די סיבה פארוואס זיי גייען(?) קיין אונגארן איז ווייל די קאסט אף לייף אין אמעריקע איז משוגע הויך.


ווי אויך כדי צו באקומען אמעריקאנער בירגערשאפט מאכט מען מיט שבעה מדורי ביוקראטיע.

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » דאנארשטאג יוני 22, 2017 9:43 am

שומו שמים
צוגעלייגטע
63a1b944-ebe3-48c9-9c39-334a3ab47c0a.jpg
63a1b944-ebe3-48c9-9c39-334a3ab47c0a.jpg (83.15 KiB) געזעהן 2036 מאל
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דאנארשטאג יוני 22, 2017 1:53 pm

פארופן דורך דעם אלט-באקאנטן שנה ופירש'ניק, יהודה משי זהב, אנפירער פון זק"א
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אבן יקרה
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג יוני 22, 2017 5:46 pm

א בושה
צוגעלייגטע
IMG-20170622-WA0046.jpg
IMG-20170622-WA0046.jpg (147.5 KiB) געזעהן 1727 מאל

אויפן שפיץ גאפל
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 21, 2016 5:11 pm

תגובהדורך אויפן שפיץ גאפל » פרייטאג יוני 23, 2017 2:24 am

די וואך איז ערשינען אן אפיציעלע אנטשולדיגונג אויף דעם וואס מען האט זיך באנוצט מיט די סקרינס ביים כינוס, טראץ דעם אז עס איז נגד די פסק פון בד"ץ עדה החרידית זיך צו באנוצן מיט ווידעאו, אנגעבנדיג אז דאס איז טאקע געווען נגד רצונם פון די מארגנים און מען האט זיך נישט געקענט אקעגן שטעלן די סטאדיום פארוואלטער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 25, 2017 9:30 am

אויפן שפיץ גאפל האט געשריבן:די וואך איז ערשינען אן אפיציעלע אנטשולדיגונג אויף דעם וואס מען האט זיך באנוצט מיט די סקרינס ביים כינוס, טראץ דעם אז עס איז נגד די פסק פון בד"ץ עדה החרידית זיך צו באנוצן מיט ווידעאו, אנגעבנדיג אז דאס איז טאקע געווען נגד רצונם פון די מארגנים און מען האט זיך נישט געקענט אקעגן שטעלן די סטאדיום פארוואלטער.
צוגעלייגטע
Dvar_Yoim_6_23_171.jpg
Dvar_Yoim_6_23_171.jpg (76.06 KiB) געזעהן 1721 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג יוני 25, 2017 4:56 pm

אבן יקרה האט געשריבן:א בושה

עס האט כלומר'ישט געדארפט זיין א מארש ווי "חרדים" נעמען זיך אן פאר די חרדקי"ם, למעשה זענען אנגעקומען אויפן ארט א נישטיגע 40 פרייע און 3-4 פרומע...
DC98ApAWsAAPEjb.jpg
DC98ApAWsAAPEjb.jpg (729.42 KiB) געזעהן 1388 מאל
גראמאטיק! - דדא ביה כולא ביה, דלא דא ביה, מה ביה.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט