נייעס און אפדעיטס פונעם כינוס הרבבות תשע"ז - בארקלעיס צענטער

די אחראים: נאך עפעס, חיים נחום

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג מאי 28, 2017 4:28 pm

הערש האט געשריבן:ווען גייט זיין אסיפת רבנים .?

די וואך
ווען קען עס זיין?
אדער היינט אדער מארגן
איי איי,-וועלט

פלא והפלא
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 8:17 pm

תגובהדורך פלא והפלא » זונטאג מאי 28, 2017 4:36 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
הערש האט געשריבן:ווען גייט זיין אסיפת רבנים .?

די וואך
ווען קען עס זיין?
אדער היינט אדער מארגן

וואס גייט פאר מיט די אסיפה בבית סקולען ??

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג מאי 28, 2017 5:00 pm

לגבי די פראגע וואס עס טוט אויף, בין איך אליין נישט זיכער, און איך בין מיך מסביר.

באמת גערעדט, ווען עס איז געווען דער גזירת גיוס בנות אין א"י, און דער חזון איש וכו' האבן געזאגט אז עס איז ביהרג ואל יעבור, איז די גזירה בטל געווארן טשיק-טשאק, פארוואס? ווייל מען קען נישט ארעסטירן 100,000 מענטשן.

פשוט און גראד. יעדער איז געווען גרייט צו גיין אין תפיסה, און מען קען פשוט נישט ארעסטירן יעדן. עס איז אפילו נישטא אזויפיל פלאץ אין די תפיסות.

ווען יעצט זאל אויך זיין אזוי, אז אלע גדולים זאלן ארויסקומען זאגן, אז קיינער זאל זיך נישט מאבעליזירן, און אפילו נישט גיין נעמען א פטור. אויב יעדער וואלט געפאלגט, אדער אפילו אויב נאר א גרויסער רוב וואלט געפאלגט, איז די גזירה בטל איבערנאכט, ווייל מען קען נישט ארעסטירן 100,000 מענטשן.

קומט אויס אזוי, אז אזא עצרת הסברה, אפילו עס איז נישט קיין פראטעסט, נאר פשוט א הסברה פאר אידן אליין, אויב וואלט מען דערביי ארויסגעברענגט אט די נקודות, און עס וואלט געשאפן א גרויסע ווינט ביי אידן אין ארץ ישראל זיך צו האלטן פעסט און בכלל נישט גיין, וואלט עס אויפגעטאן אט דאס, אז די גזירה מוז בטל ווערן, ווייל מען קען נישט יעדן ארעסטירן.

איז דאך אבער די מעשה, אז די דרשות וועלן מוזן זיין צענזורירט, אז עס זאל יוצא זיין אלע שיטות פון אלע קרייזן, וועט מען דאך למעשה נישט אויפטאן אט דאס, אויב אזוי, דארף איך אויך א הסבר, וואס מען וועט צום סוף אויפטאן?

אפשר, איז די רעדע, אנצואווארימען דעם עולם, אז מען זאל געבן געלט. איז עס מער אן אפיעל, ווי אן עצרת הסברה. ולרבותי אני צריך.

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » זונטאג מאי 28, 2017 5:03 pm

בסתר המדריגה האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:דער עולם זאך זיך פרייען
אין מארגן וועט מען געוואיר ווערן אז מען האט נאך נישט געגבן קיין דיפאזעט...
בעצם פארטיי איך נישט וואס איז פשט אז מען איז געבליבן ביי די זעלבע מספר זיצן?


און דארט איז געווען די חלום וועגן סאיז נאנט צו ליטווישע ,למעשה האבן זיך די דמיונות שנעל אפגעשטעלט

די חשבון שטימט נישט עס איז כמעט די זעלבע ווייט
223.PNG
223.PNG (25.65 KiB) געזעהן 3227 מאל

22222.PNG
22222.PNG (24.83 KiB) געזעהן 3227 מאל

[image]


זעקס מינוט חילוק איז נישט א קלייניגקייט פאר ליטווישע. די גאנצע נישט זאגן הויעך שמו״ע איז דאך נישט מער צייט...
לעצט פאראכטן דורך בּרזל אום זונטאג מאי 28, 2017 5:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מאי 28, 2017 5:11 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:די מלחמה וואס די כופרים מיטן כח פון זייער שולטן האבן אויסגערופן קעגן מאמינים בה׳ אויסצורייסן די אמונה באשטיין פון צוויי חלקים.

1. שרייען אויף די כופרים לאז מיך אפ!
2. מחזק זיין די שומרי תורה נישט ווערן געבראכן.

עס מוז זיין ביידע.

פראטעסטן אויף די גאס איז איין זאך.
אסיפות מיט כינוסים איז פונקט אזוי וויכטיג.

כבוד הרב גליטשעדיג דעס אויף "וואס" מען שרייט ווייס איך אויך, מיין שאלה איז נאר געוועהן וואס גייט עס אויפטוהן?
איך קוק עס אן, אזוי ווי מען וואלט פאר די צווייטע וועלט מלחמה געמאכט א ריזן עצרת פון 25,000 אידן קעגן די רדיפת וואס אידן האבן אין יוראפ, וואס געט אן עצרת צו, צו די מצב.
די שרייבסט "שרייען אויף די כופרים לאז מיך אפ"! כאילו נאכן שרייען גייען זיי זאגן: יא! אינז לאזן אפ?!? די האסט דא צוטהון מיט רשעים שלעכטע מענשטען, וואס איך האב שוין אויבן געשריבן זיי גייען ניטאמאל וויסן פון די כינוס, אזוי ווי זיי ווייסן נישט אז סאי'ז געוועהן א מעמד כ"א כסליו דער יאר אין סאטמאר, גייען זיי נישט וויסן פון דעם, אין לו יצויר אין וויסטען חלום אז זיי גייען יא וויסן, וואס? וואס? גייט עס אויפטוהן?
אין צוויטנס "מחזק זיין די שומרי תורה נישט ווערן געבראכן". איז פינקט ווי איך האב פריער געשריבן אז עס איז אזוי ווי אן עצרת קעגן די רדיפת וואס אידן האבן געהאט אין יוראפ, ווייל אין א וואך נאך די עצרת, גייט נאך אלס די גזירה זיין אויף די טיש, אין מען גייט ווייטער פייניגען, איז די חיזוק גוט פונקט ווי לאנג מען גייט האלט די וואך אדער די בליק וואס גייען האבן פיקשטערס פון די מעמד. אבער חוץ פון דעם גייט זיך גארנישט טוישען!!
האלטס אז יא? אדברה זיי דיך מסביר!

נישט אז איך האלט איין סקונדע אז די ביזסט גערעכט מיט דיינע טענות,
אבער לאמיר רעדען אפי' לשיטתך אז מ'טוט גארנישט אויף, אלזא וואס זאל מען טוהן אז מ'שמד אפ בחורים? צירוקגיין צו טראמפ און קאומי און א גיטען טאג?
ניין?
דערמאלס קריטיקיר נישט ווען מ'האט מטכס עצה געווען וואס צו טוהן און מ'האט געמאכט א באשלאס אז דאס איז וואס פעלט זיך יעצט אויס פאר סאם גאאד ריזען



איך האפט די פארשטייסט האסט מיך גארנישט גענפערט, ווייל נאך די עצרת גייט מען נאך אלס אפשמד'ן בחורים, די כינוס גייט דעס נישט סטאפ'ן
עס גייט שווערער מאכן פאר די רשעים, ווען דער עולם ווערט נישט נסתגל זענען זיי אויף צרות
איז קום איך צוריק צו מיין אלטע שאלה, וואס גייט דער כינוס אויף טוהן? הייליגע באשעפער וואס?
עס גייט שווערער מאכן פאר די רשעים, ווען דער עולם ווערט נישט נסתגל, מען נעמט נישט איין שלאף פילן, דעמאלטס קענען זיי שווערליך ריקן די גזירה פאראויס
איך וויל פשוט א הסבר, וואס וועט זיך לייגען אויפען שכל, וואס וויל מען, אין וואס גייט מען דא אויפטוהן?
אין ביז דארווייל ווארט איך נאך אויף תשובה!
עס גייט שווערער מאכן פאר די רשעים, ווען דער עולם ווערט נישט נסתגל זענען זיי אויף גרויסע צרות, דאס מערסטע וואס רעגט אויף די רשעי ישראל איז ווען דער עולם האלט נישט ביים איינרוען וועגן די גזירה

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » זונטאג מאי 28, 2017 5:15 pm

שואלכענין האט געשריבן:
אפשר, איז די רעדע, אנצואווארימען דעם עולם, אז מען זאל געבן געלט. איז עס מער אן אפיעל, ווי אן עצרת הסברה. ולרבותי אני צריך.


פונקט געטראכט, אויב זאלן נאר צעהן טויזענט מענטשן ביים עצרת זיך אויפסיינען אז ביי יעדן ארעסט פון א בחור אדער אינגערמאן וועלן זיי תורם זיין '"איין דוללער" וועט אריינקומען 10,000 פאר יעדע קעיס. מ'וועט מיט די געלט קענען העלפן זיין משפחה, לויערס,אדער א פייערליכען קבלת פנים. הכל לפי המקום והמצב. דאס גייט מאכן א גאר שטארקן פראנט. און פון די אנדערע זיחט וועלן זיי טראכטן צוויי מאל פאר זיי ארעסטירן..

מ'קען עס מאכן אויף
Go fund me..

מ'זעהט יעצט ווי זיי שעלטן איבער די געלט פאר דעם אינגערמאן פון סית שמש.

די חברה וועלן עס נישט אדורכטראגן.

הלוואי זאל מען מאכן עפעס אזא סארט זאך.

אגב, די חברה זענען אין א ספאט. פון איין זייט איז יעצט וויכטיג פאר זיי ס'זאל ווי שטילער, יעצט איז תקופות ההסתגלות, זיי קענען זיך נישט ערלויבן צופיל ארעסטן. פון די אנדערע זיחט, היות ס'איז נישט דא קיין הונדערטער ארעסטן -דערווייל-, געבט
עס די מעגליכקייט צו מאכן גרויסע קבלת פנים'ס און אטענשן פאר יעדן קרבן. און יעצט מיט די אמעריקאנע "קיצונים"וואס שיקן געלט פאר די אסורים.
לעצט פאראכטן דורך בנציון יאזעפאוויטש אום זונטאג מאי 28, 2017 5:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

טעגליכער דער איד א' נשא ג' סיון תשע"ז

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג מאי 28, 2017 5:18 pm

"כינוס הרבבות" קעגן גזירת גיוס וועט זיין אין "בארקלעיס צענטער"

unnamed (45).jpg
unnamed (45).jpg (78.02 KiB) געזעהן 3243 מאל


פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז אין ניו יארק געמאלדן געווארן, אז דער כינוס הרבבות און ריזיגע עצרת מחאה - וואס ווערט שוין צוגעגרייט א שטיק צייט אין ניו יארק, מיט'ן ציל צונויפצוברענגען צענדליגער טויזנטער אידן און אינאיינעם אויסשרייען דעם וויי-געשריי קעגן דער ביטערער גזירת גיוס אין ארץ ישראל און אויסדריקן סאלידאריטעט מיט די אחים לדעה וואס ווערן געפירט אין די תפיסות צוליב'ן קעמפן קעגן דער גזירת שמד פון גיין אין ציוניסטישן מיליטער - וועט פארקומען אינעם ריזיגן סטאדיום "בארקלעיס צענטער" אין ברוקלין, און וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן צוויי וואכן ארום, זונטאג פרשת שלח, אין שפיץ פון גדולי וצדיקי הדור וראשי ישיבות שליט"א, באגלייט מיט פייערדיגע דרשות איבער חובת השעה. היו נכונים!
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג מאי 28, 2017 5:20 pm

פלא והפלא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
הערש האט געשריבן:ווען גייט זיין אסיפת רבנים .?

די וואך
ווען קען עס זיין?
אדער היינט אדער מארגן

וואס גייט פאר מיט די אסיפה בבית סקולען ??

וועט געוויס זיין נאך בעפאר די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט...

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג מאי 28, 2017 5:21 pm

רבותי, רבותי!!! עס זענען נאך דא פילע פרטים וואס קענען נאכנישט ווערן מפורסם, איר פרעגט וואס מען גייט אויפטוען? די עסקנים ארבעטן אויף פארשידענע סטראטעגיעס, ווארטס צו אביסל!!!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אויך גוט
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 05, 2017 3:05 pm

תגובהדורך אויך גוט » זונטאג מאי 28, 2017 6:18 pm

איינער ווייס מער וועגן די נייע פלאץ?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג מאי 28, 2017 7:22 pm

בּרזל האט געשריבן:
בסתר המדריגה האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:דער עולם זאך זיך פרייען
אין מארגן וועט מען געוואיר ווערן אז מען האט נאך נישט געגבן קיין דיפאזעט...
בעצם פארטיי איך נישט וואס איז פשט אז מען איז געבליבן ביי די זעלבע מספר זיצן?


און דארט איז געווען די חלום וועגן סאיז נאנט צו ליטווישע ,למעשה האבן זיך די דמיונות שנעל אפגעשטעלט

די חשבון שטימט נישט עס איז כמעט די זעלבע ווייט
223.PNG

22222.PNG

[image]


זעקס מינוט חילוק איז נישט א קלייניגקייט פאר ליטווישע. די גאנצע נישט זאגן הויעך שמו״ע איז דאך נישט מער צייט...

;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » מאנטאג מאי 29, 2017 1:14 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:די מלחמה וואס די כופרים מיטן כח פון זייער שולטן האבן אויסגערופן קעגן מאמינים בה׳ אויסצורייסן די אמונה באשטיין פון צוויי חלקים.

1. שרייען אויף די כופרים לאז מיך אפ!
2. מחזק זיין די שומרי תורה נישט ווערן געבראכן.

עס מוז זיין ביידע.

פראטעסטן אויף די גאס איז איין זאך.
אסיפות מיט כינוסים איז פונקט אזוי וויכטיג.

כבוד הרב גליטשעדיג דעס אויף "וואס" מען שרייט ווייס איך אויך, מיין שאלה איז נאר געוועהן וואס גייט עס אויפטוהן?
איך קוק עס אן, אזוי ווי מען וואלט פאר די צווייטע וועלט מלחמה געמאכט א ריזן עצרת פון 25,000 אידן קעגן די רדיפת וואס אידן האבן אין יוראפ, וואס געט אן עצרת צו, צו די מצב.
די שרייבסט "שרייען אויף די כופרים לאז מיך אפ"! כאילו נאכן שרייען גייען זיי זאגן: יא! אינז לאזן אפ?!? די האסט דא צוטהון מיט רשעים שלעכטע מענשטען, וואס איך האב שוין אויבן געשריבן זיי גייען ניטאמאל וויסן פון די כינוס, אזוי ווי זיי ווייסן נישט אז סאי'ז געוועהן א מעמד כ"א כסליו דער יאר אין סאטמאר, גייען זיי נישט וויסן פון דעם, אין לו יצויר אין וויסטען חלום אז זיי גייען יא וויסן, וואס? וואס? גייט עס אויפטוהן?
אין צוויטנס "מחזק זיין די שומרי תורה נישט ווערן געבראכן". איז פינקט ווי איך האב פריער געשריבן אז עס איז אזוי ווי אן עצרת קעגן די רדיפת וואס אידן האבן געהאט אין יוראפ, ווייל אין א וואך נאך די עצרת, גייט נאך אלס די גזירה זיין אויף די טיש, אין מען גייט ווייטער פייניגען, איז די חיזוק גוט פונקט ווי לאנג מען גייט האלט די וואך אדער די בליק וואס גייען האבן פיקשטערס פון די מעמד. אבער חוץ פון דעם גייט זיך גארנישט טוישען!!
האלטס אז יא? אדברה זיי דיך מסביר!

נישט אז איך האלט איין סקונדע אז די ביזסט גערעכט מיט דיינע טענות,
אבער לאמיר רעדען אפי' לשיטתך אז מ'טוט גארנישט אויף, אלזא וואס זאל מען טוהן אז מ'שמד אפ בחורים? צירוקגיין צו טראמפ און קאומי און א גיטען טאג?
ניין?
דערמאלס קריטיקיר נישט ווען מ'האט מטכס עצה געווען וואס צו טוהן און מ'האט געמאכט א באשלאס אז דאס איז וואס פעלט זיך יעצט אויס פאר סאם גאאד ריזען

איך האב געבעטען צום סויף פון מיינע ווערטער "אדרבה זיי דיך מסביר", איך האב געמיינט מיט דעם אז איך בין נישט דא ח"ו קאלט צו מאכן דעם עולם, נאר איך וויל פשוט וויסען וואס גייט עס אויף טוהן.
דעס וואס דו שרייבסט: "נישט אז איך האלט איין סקונדע אז די ביזסט גערעכט מיט דיינע טענות".
זיי דיך מסביר פארוואס איך בין נישט גערעכט מיט מיינע טענות, נישט סתם שיסען כללותדי'ג 'ביסט נישט גערעכט' אדרבה זאג מיך פרוואס איך בין נישט גערעכט.
דעס וואס די שרייבסט: :אבער לאמיר רעדען אפי' לשיטתך אז מ'טוט גארנישט אויף, אלזא וואס זאל מען טוהן אז מ'שמד אפ בחורים? צירוקגיין צו טראמפ און קאומי און א גיטען טאג?
ניין?".
איך האפט די פארשטייסט האסט מיך גארנישט גענפערט, ווייל נאך די עצרת גייט מען נאך אלס אפשמד'ן בחורים, די כינוס גייט דעס נישט סטאפ'ן (די האלסט אז יא, זיי מסביר ווי אזוי?), איז קום איך צוריק צו מיין אלטע שאלה, וואס גייט דער כינוס אויף טוהן? הייליגע באשעפער וואס?
לאמיר מיך איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן, איך האלט פונקט ווי ענק אז עס איז א שרעקליכע גזירה, אין מען שמד אפ בחורים, וכו' וכו' וכו', מיינטס נישט איך בין אזא ציוני ח"ו, אין וועל אפילו גיין צום כינוס צו איך פארשטיי יא צו איך פארשטיי נישט, איך וויל פשוט א הסבר, וואס וועט זיך לייגען אויפען שכל, וואס וויל מען, אין וואס גייט מען דא אויפטוהן?
אין ביז דארווייל ווארט איך נאך אויף תשובה!

עס איז כדאי אויפצומערקן א נקודה, עס איז קלאר ביי אלעמען אז די מדינה קען נישט דורכפירן די גזירת הגיוס אן די צוזאמען ארבייט פונעם ציבור, און דאס איז די סיבה פארוואס די מדינה האט נישט ארויסגעגעבן די חובת גיוס אויף איינמאל פאר יעדען
ווער עס ווייסט איז לויט די פסק פון בג"ץ פון עטליכע יאר צוריק מוז יעדע חרדי גיין אין מיליטער
די מדינה האט אבער געמאכט די געזעץ אז עס זאל זיין א "תקופת הסתגלות" דהיינו א מספר פון יארן [ביז תשפ"ג] וואס במשך די יארן זאל מען צוגעוואינען דעם ציבור צו גיין אין מיליטער און נאכדעם וועט שוין נישט העלפן קיין מעמד בן ישיבה יעדע בחור וועט מוזן גיין אין מיליטער פונקט ווי די פרייע רח"ל היל"ת
די בג"ץ הציוני האט אנגעקלאגט די מדינה אז די געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן וויבאלד עס איז נישט און איינקלאנג מיטן פסק פונעם בג"ץ
די מדינה האט גענטפערט פאר די בג"ץ א לענגערע תשובה ווי די מדינה איז מסביר אז די וועג פון תקופת התגלות איז די איינציגע וועג וויאזוי מען קען אויספירן די געזעץ ווייל אויס נישט וועט די גאנצע געזעץ קראכן

תשובת המדינה לבג"ץ
די סך הכל איז
עס איז קלאר אז די אסיפה וואס גייט זיין [אפילו נאר די הכנות דערצו] וועקט אויף די אידישע גאס צו פארשטיין די מצב
וואס דאס באדייט א שטער פארן תקופת ההסתגלות
וואס דאס באדייט א שטער פארן חוק הגיוס
די מציאות ווייזט אז ווען עס זענען געווען מחאות - די וועלט האט גערידערט זענען ווייניגער בחורים אריין אין מיליטער פינטעל

אמת מען קען נישט זאגן אז א טאג נאכן כינוס וועט מער נישט זיין קיין גזירה פונקט ווי מיר ארבייטן אויף די זייט נאך סאך מער ארבייטן די ציונים אויף פארקערט
די גאנצע כינוס איז ווערד אפילו עס גייט נאר איין בחור ווייניגער אין מיליטער און ק"ו אז עס טוט אויף פאר אסאך מער
ולא עליך המלאכה לגמור אבער לאמיר נישט פארגעסן ואי אתה בן חורין ליפטר הימנה
לעצט פאראכטן דורך בסתר המדריגה אום מאנטאג מאי 29, 2017 2:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » מאנטאג מאי 29, 2017 1:37 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:די מלחמה וואס די כופרים מיטן כח פון זייער שולטן האבן אויסגערופן קעגן מאמינים בה׳ אויסצורייסן די אמונה באשטיין פון צוויי חלקים.

1. שרייען אויף די כופרים לאז מיך אפ!
2. מחזק זיין די שומרי תורה נישט ווערן געבראכן.

עס מוז זיין ביידע.

פראטעסטן אויף די גאס איז איין זאך.
אסיפות מיט כינוסים איז פונקט אזוי וויכטיג.

כבוד הרב גליטשעדיג דעס אויף "וואס" מען שרייט ווייס איך אויך, מיין שאלה איז נאר געוועהן וואס גייט עס אויפטוהן?
איך קוק עס אן, אזוי ווי מען וואלט פאר די צווייטע וועלט מלחמה געמאכט א ריזן עצרת פון 25,000 אידן קעגן די רדיפת וואס אידן האבן אין יוראפ, וואס געט אן עצרת צו, צו די מצב.
די שרייבסט "שרייען אויף די כופרים לאז מיך אפ"! כאילו נאכן שרייען גייען זיי זאגן: יא! אינז לאזן אפ?!? די האסט דא צוטהון מיט רשעים שלעכטע מענשטען, וואס איך האב שוין אויבן געשריבן זיי גייען ניטאמאל וויסן פון די כינוס, אזוי ווי זיי ווייסן נישט אז סאי'ז געוועהן א מעמד כ"א כסליו דער יאר אין סאטמאר, גייען זיי נישט וויסן פון דעם, אין לו יצויר אין וויסטען חלום אז זיי גייען יא וויסן, וואס? וואס? גייט עס אויפטוהן?
אין צוויטנס "מחזק זיין די שומרי תורה נישט ווערן געבראכן". איז פינקט ווי איך האב פריער געשריבן אז עס איז אזוי ווי אן עצרת קעגן די רדיפת וואס אידן האבן געהאט אין יוראפ, ווייל אין א וואך נאך די עצרת, גייט נאך אלס די גזירה זיין אויף די טיש, אין מען גייט ווייטער פייניגען, איז די חיזוק גוט פונקט ווי לאנג מען גייט האלט די וואך אדער די בליק וואס גייען האבן פיקשטערס פון די מעמד. אבער חוץ פון דעם גייט זיך גארנישט טוישען!!
האלטס אז יא? אדברה זיי דיך מסביר!

נאך א נקודה ווען עס טוט וויי שרייט מען, ווי איר ערווענט איז די מצב אייניג צו די מצב בשעת די צווייטע וועלט מלחמה , אדרבה פרעגט אייך אליין בשעת די צווייטע וועלט מלחמה ווען מען וואלט געמאכט א פראטעסט אפגעזעהן צו עס וועט העלפן צו נישט [גראדע קען מען לכאורה מחולק זיין צו עס וואלט געהאלפן אדער נישט, אבער לו יצוייר אז נישט] וואלט איינער דן געווען פארוואס נעמט מען זיך צוזאם ? יא אויפטוען - נישט אויפטוען? איך מיין אז קיינער וואלט נישט געפרעגט, אז מען הרג'ט אידן די ערשטע זאך שרייט מען אויס די וויי געשריי,
מיר גלייבן אין דברי חז"ל אז גדול המחטיאו יותר מן ההורגו - אז יעדן טאג פאלן רח"ל אריין בחורים אין מיליטער איז א קושיא פארוואס משרייט? עס איז נאר א קושיא פארוואס שטייט מען שטיל ?
נאך א נקודה ווי מיר ווייסן אז א מחאה איז נישט נאר לויטן פאליטשען חשבון א מחאה איז אויך כלפי שמיא אז עס נעמען זיך צוזאם טויזענטער אידן און שרייען און ווייזען אז עס טוט אונז וויי די צער השכינה וועט עס זיכער אויפטוען בשמי מרום
נאך א נקודה די ציונים זענען טאקע שלעכטע מענטשן זיי זענען גרייט אויס צו שמד'ן יעדן טאג אלע ערליכע אידן, די מציאות איז אז זיי קענען זיך נישט אהערשטעלן מיטן אמת'ן פנים אין די היינטיגע דעמקראטישע וועלט במילא האלטן זיי אביסל איין די לייצעס
ווען זיי זעהן אז עס איז שטיל איז עס פאר זיי א גרין לייט צו גיין ווייטער דאקעגן ווען עס איז דא א קול מחאה אויף די וועלט האלט עס זיי אפ פונעם שנעלען געלויף פון ממשיך זיין ביתר שאת און אמאל ציען זיי אפילו אביסל צוריק
במילא איז מיושב דעס וואס איר פרעגט וואס עסגייט אויפטוען ווען זיי וועלן וויסען
דעס וואס איר זענט שטארק איבערצייגט אז זיי וועלן נישט וויסען פונעם כינוס מגזירה שוה פון די כ"א כסליו מעמד איז א שאד צו מאריך זיין די ציונים זענען כופרים און גלייבען נישט אין די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן און בכלל אין אדם דן גזירה שוה אלא אם כן קיבלה מרבו
די מציאות איז אז עס קומט אן די מעסידזש פון די מחאות אויף א געוויסע פארנעם, פארשטייט זיך אז מען דארף סייעתא דשמיא עס זאל האבן ווי א גרעסערע און ווי א שטערקערע אפקלאנג, עס איז קלאר אז עס איז דא מעגליכקייטן בדרך הטבע עס זאל אנקומען צו וועם עס דארף אנקומען
די דעת תורה איז געווען פון אלע אונזערע רבי'ס אז מען דארף גיין מוחה זיין און שרייען כאטש זיי האבן אויך געוויסט פון די אלע צדדים
עס איז נאך די פיל צו שרייבען אבער מען דארף עפעס לאזן פאר א צוויטען אויך

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג מאי 29, 2017 9:50 am

הרב "בסתר המדריגה" שליט"א

אייערע ווערטער זענען זייער ריכטיג, אויב די רעדע איז פון א מחאה.

צוליב די קאלירפולער עולם, וואס אין דיעותיהן שוות, גייט עס נישט זיין קיין מחאה. אפילו אנצייגן וואס א בחור אין ארץ ישראל דארף טאן למעשה - קען מען נישט, צוליב דעם זעלבן טעם אז אין דיעותיהן שוות. ביטע נעם דאס אין אכט.

בלייבט נאר איבער דער געדאנק פון "אז עס טוט וויי, שרייט מען". נו, מסכים.

בסתר המדריגה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm

תגובהדורך בסתר המדריגה » מאנטאג מאי 29, 2017 9:54 am

שואלכענין האט געשריבן:הרב "בסתר המדריגה" שליט"א

אייערע ווערטער זענען זייער ריכטיג, אויב די רעדע איז פון א מחאה.

צוליב די קאלירפולער עולם, וואס אין דיעותיהן שוות, גייט עס נישט זיין קיין מחאה. אפילו אנצייגן וואס א בחור אין ארץ ישראל דארף טאן למעשה - קען מען נישט, צוליב דעם זעלבן טעם אז אין דיעותיהן שוות. ביטע נעם דאס אין אכט.

בלייבט נאר איבער דער געדאנק פון "אז עס טוט וויי, שרייט מען". נו, מסכים.

א מחאה מיינט נישט דוקא שרייען שעמאניו
די עצם צוזאמקום צו רעדן איבערן גזירת הגיוס איז א הילכיגע מחאה

אויך גוט
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 05, 2017 3:05 pm

תגובהדורך אויך גוט » מאנטאג מאי 29, 2017 9:58 am

איינער מיט נייעס איבער די כינוס
ווער עס קומט ?
וויפעל זיצען די נייע פלאץ האט ?
וואס איז נעכטן געווען די אסיפה אין סקולען?
אין בעצם מער פרטים איבער די
כינוס רבבות

שווימט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 11:04 am

תגובהדורך שווימט » מאנטאג מאי 29, 2017 10:00 am

בסתר המדריגה האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:הרב "בסתר המדריגה" שליט"א

אייערע ווערטער זענען זייער ריכטיג, אויב די רעדע איז פון א מחאה.

צוליב די קאלירפולער עולם, וואס אין דיעותיהן שוות, גייט עס נישט זיין קיין מחאה. אפילו אנצייגן וואס א בחור אין ארץ ישראל דארף טאן למעשה - קען מען נישט, צוליב דעם זעלבן טעם אז אין דיעותיהן שוות. ביטע נעם דאס אין אכט.

בלייבט נאר איבער דער געדאנק פון "אז עס טוט וויי, שרייט מען". נו, מסכים.

א מחאה מיינט נישט דוקא שרייען שעמאניו
די עצם צוזאמקום צו רעדן איבערן גזירת הגיוס איז א הילכיגע מחאה

א חלק פין די עיקר וואס די מדינה וויל איז אז עב איז נישט א גזירה אין דעס גייט מען אויסשמיסען אפילו מגייט עם נישט ריפען עוקר הדת

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג מאי 29, 2017 10:04 am

א גוט יאר אלע מיינע חשובע ברודער דאהי אויף אייוועלט

אויבן אויף דרייען זיך דא רוב רובם אחים לדעה חסידי ותלמידי סאטמאר (אלע דריי) וואס זענען בדעה אחד איבער די מדינה השמד און איבער די גזירה נוראה רח"ל.

כ'וויל וויסן צו כ'בין דער איינציגער וואס קען קוים ווארטן אויף די געלעגנהייט אז מיר זאלן זיין אויף איין זייט. א' חוקת איז געווען א מחייה, דער שמעק פון שלום, פון צוזאמארבייט, פון האבן איין דעה, לב אחד לאבינו שבשמים איז געווען אזוי געשמאק, אז כ'קען קוים ווארטן עס צו שפירן נאכאמאל. (והאמת, צוליב א סיבה בינעך נישט געווען דענמאלט ביים מחאה, כ'האב געדארפט פארוויילן אין די מרחקים, אבער נאר פון ליינען, פון מיטהאלטן, פון הערן די דרשות וכו', זעהן די עסקנים פון איין זייט זענען ביים צווייטן אין ביהמ"ד און העלפן אנגרייטן סיינ'ס וכו', ממש א מחייה געווען)

כ'זאג נאר עניית דעתי, אויב מ'וויל מצליח זיין דארפן זיך די צוויי גרויסע טאטעס צוזאמקומען. איר ווייסט וויאזוי ס'קען צומאל גיין ווען קינדער מאכן פלענער און סוכ"ס לאזט זיך אויס מיט גארנישט ווייל זייערע עלטערן זאגן ניין, מ'דארף נישט, כ'וויל נישט, כ'האלט נישט וכו'.

בנידן דידן, אויב מ'וויל מצליח זיין, ווי ביי א' חוקת, דארף בעיקר די טאטעס, די מנהיגי הקהילות וואס פירן זייער ציבור, וואס על פיהם יושק כל דבר, זיין די וואס זענען מחליט. פארשטייט זיך אז עסקנים זענען מתווך, ווייל ליידער איז אזוי אז מ'קען נישט האבן קיין אויג אויף אויג אסיפה, וד"ל, אבער דאס איז דער ציהל, אז די טאטעס זאלן צושטיין, גענוי ווי א' חוקת, אזוי וועט זיין א גרויסע קידוש השם.

נאך עפעס, אין מיין קליינע מיינונג איז דער כינוס א אויפוואכונג אז עס איז דא א גזירה, אז גיוס איז נישט קיין אפציע, אז די מיליטער איז טרייף, אז די מדינה פייניגט אויס ערליכע אידן. און איינער פרעגט אויב די חברה ווייסן דערפון, איז אינטערסאנט, כ'בין לעצטנס געוואר געווארן אז אין כנסת המינים איז דא א לייבערי ווי אלע צייטונגען ווערן געברענגט דבר יום ביומו, און אויך די היימישע צייטונגעון פון ניו יארק, און יא, די חברי כנסת המינים זעהן עס, און עס שמעקט נישט פאר קיינעם צו זעהן א בילד פון טויזענטער היימישע אידן וואס שרייען אויס: רוצחים גזלנים עוכרי ישראל!

ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג מאי 29, 2017 11:19 am

יענקעל משה האט געשריבן:נעכטען איז געגאנגען צום דריק א גאר אינהאלטסרייכער אין אינפארמאטיווער בראשאר פון 48 זייטן מיטן נאמען "הכינוס" ווי עס ווערט זייער קלאר ארויסגעברענגט די מצב נוראה פונעם גזירות הגיוס באגלייט מיט פאקטן ציפערן בילדער אין דאקומענטען
אזוי אויך די קלארע ציהל פונעם יעצטיגן כינוס הרבבות א' שלח הבעל"ט
עס ווערן געדריקט אריבער 70 טויזענט קאפיס וואס וועלן פארשפרייט ווערן אין אלע חרדישע געגענטער קימענדיגע יו"ט שביעות אין אזוי אויך אויף די פאסט אין אלע געגענטער
האפמיר ארויפצושטעלן בקרוב דער גאנצע זאך ווען די צייט וועט ערלויבן


Hakines 25.png


יישר כח ר' יענקל משה, איז מעגליך צו זעהן דעם קונטרס דא אויפ'ן וועלטל?

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג מאי 29, 2017 12:35 pm

ווער איז די מארקערטער?

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג מאי 29, 2017 12:41 pm

א. טראכטער האט געשריבן:ווער איז די מארקערטער?

לכאורה YHK יצחק שטערן מאכט געווענדליך אלעס ביי אים

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » מאנטאג מאי 29, 2017 1:24 pm

א. טראכטער האט געשריבן:ווער איז די מארקערטער?

איך הער נעכטען איז געווען נאך אן אסיפת עסקנים אין לעיקוואד צווישן די ראשי העסקנים פון דאהי אין פון די ליטווישע קרייזן,
עס איז דא א לאקאלע באזינדערע גרופע וואס געבט זיך אפ מיט די PR ביי די ליטווישע קרייזן אויף זייער שפראך אין גאנג

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » מאנטאג מאי 29, 2017 1:44 pm

פרידן האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:ווער איז די מארקערטער?

לכאורה YHK יצחק שטערן מאכט געווענדליך אלעס ביי אים

לויט ווי איך האב געהערט איז די מארקערטער יצחק פריעד פון YF Marketing

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג מאי 29, 2017 1:53 pm

זארג_נישט האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:ווער איז די מארקערטער?

לכאורה YHK יצחק שטערן מאכט געווענדליך אלעס ביי אים

לויט ווי איך האב געהערט איז די מארקערטער יצחק פריעד פון YF Marketing

איך האב מיך בעיקר באצויגן צו די גרעפיקס חלק YF מאכט נישט גרעפיקס

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » מאנטאג מאי 29, 2017 1:58 pm

פרידן האט געשריבן:
זארג_נישט האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:ווער איז די מארקערטער?

לכאורה YHK יצחק שטערן מאכט געווענדליך אלעס ביי אים

לויט ווי איך האב געהערט איז די מארקערטער יצחק פריעד פון YF Marketing

איך האב מיך בעיקר באצויגן צו די גרעפיקס חלק YF מאכט נישט גרעפיקס

גרעפיקס ווערט געמאכט ביי המעתיק


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט