מיזעלס אויסברוך אין וויליאמסבורג

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג אפריל 30, 2019 10:38 am

רבותי, אונזערע מוסדות ווערן פארמאכט! יעדן טאג א צווייטע.
יא, לגבי וואקסינס איז ב"ה אמעריקא ווי רוסלאנד און כלל ישראל'ס בקשה איז צו די קליינע גרופע אנטי וואקסינערס: אנטלויפט פון רוסלאנד - אמעריקא מיט אירע קאמיניסטישע געזעצן, און מופט קיין אפריקא און אנדערע דריטע וועלט לענדער ווי יעדער איז פריי צו קענען אליין באשליסן וואס יא און וואס נישט צו טון מיט זיין קינד.
און לאזט אונז האבן אונזערע מוסדות אפען ביטע. אזט פאר די אידן וועלעכע ווילן וואוינען אין די קאמיניסטישע אמעריקא כאטש לערנען תורה מיט זייערע קינדער!
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 30, 2019 11:29 am

אהא! א נייע סקאנדאל; די MMR ארבייט נישט...
ווער דען האט כמעט גענצליך פארניכטעט מיזעלס און מאמפס אין אמעריקא, אויב נישט MMR?!
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

בבל
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג אפריל 30, 2019 12:10 pm

דממה דקה האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:איז אמת א שמיעה.? אז עס איז דא 2 ברעין טויט ל''ע רח''ל פין היימישע אידן במשך פסח פון מיזעלס.?


השם ישמרינו

איז עס אמת?

עס איז נישט באריכטעט ביי קיין שום אפיציעלע נייעס קוואל, ווארשיינליך א געבעקס פון היימישע פרא-וועקסערס, .

ב'' ה.
איך האב אויך געטראכט אז די היימישע גאס וואלט גערידערט אויב עס וואלט געווען אמת .
איך האב עס געהערט 2 טעג יו'' ט בשם א הצלה אלץ א נייעס וואס א מעמבר האט געברענגט יו"ט קימענדיג פון האספיטאל

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג אפריל 30, 2019 1:05 pm

נעכטען האבן זיי פארמאכט צוויי סקולס,
תפארת בנות און נייטרא. אויך געקלאפט אויף טירן און געטיילט סאמענס׳ס צו קומען אין קורט.

אגב אויב איינער קען מסביר זיין ווי ס׳קומט אריין צו גיין א קורט, פארוואס מען קען דאס נישא סתם אזוי גיבן א צאל אפ און שוין
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אפריל 30, 2019 2:44 pm

אויפן האטליין בעטן די אנטי וועקסערס אז מען זאל נישט עפענען טירן פאר די וואס קלאפן אהן
איז עס ליגאל נישט צו עפענען דעם טיר ?

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג אפריל 30, 2019 3:33 pm

בבל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:איז אמת א שמיעה.? אז עס איז דא 2 ברעין טויט ל''ע רח''ל פין היימישע אידן במשך פסח פון מיזעלס.?


השם ישמרינו

איז עס אמת?

עס איז נישט באריכטעט ביי קיין שום אפיציעלע נייעס קוואל, ווארשיינליך א געבעקס פון היימישע פרא-וועקסערס, .

ב'' ה.
איך האב אויך געטראכט אז די היימישע גאס וואלט גערידערט אויב עס וואלט געווען אמת .
איך האב עס געהערט 2 טעג יו'' ט בשם א הצלה אלץ א נייעס וואס א מעמבר האט געברענגט יו"ט קימענדיג פון האספיטאל

שבת הגדול איז געווען א היציגע וויכוח איבער די נושא אין די שוהל ווי איך דאווען, (איך האב נישט גענומען קיין צד) די צד פון פרא איז געווען א הויכע שישקע אין הצלה, וואס גראדע ארבעט ער אין די ארגעניזאציע וואס דער עולם באשולדיגט אין אריינברענגען די גאנצע סומאטוכע ווי עס האלט יעצט, ער האט געזאגט פארשידענע סטעיטמענטס איבער די מיזעלס וואס איך האט דערנאך מברר געווען און עס האט זיך מיר ארויסגעשטעלט צו זיין שקר.

איין זאך האט ער געזאגט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת, ער האט געזאגט אז די העלט דיפארטמענט לייגט נישט יעצט קיין דרוק ווייל זיי ווייסן אז עס איז פאר פסח און די מיידלעך האבן נישט קיין סקול (פון ווי ווייסען זיי?), אבער נאך פסח גייען זיי זיך נעמען דערצו מיט כוח, איך קען אים נישט אזוי גיט פערזענליך, באט ער זעהט מיר נישט אויס צו זיין א בעל רוח הקודש.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג אפריל 30, 2019 5:23 pm

וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.
נאט אייך א גרינע...


eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג אפריל 30, 2019 5:56 pm

היינט האבן זיי באלאגערט כמעט אדער גאר אלע חדרים און סקולס אין ווילי מיט א גאר שטרענגע אינספעקציע...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג אפריל 30, 2019 7:01 pm

פליגל האט געשריבן:וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.

ביי די גאווערמענט איז איינגעפירט אז איין האנט ווייסט נישט וואס די צווייטע האנט טוט, אינפארמאציע וואס די עדוקעישאן דיפארטמענט האט אין באזיס האט די העלט דיפארטמענט נישט קיין צוטריט.

איך וואונדער מיר, וואו אזוי האט דער שוויצער געוואוסט צו דערציילן אז די העלט דיפארטמענט גייט זיך נעמען נאך יו"ט איבער די מוסדות התורה, איך הייב אן טראכטן אז עס געפונט זיך בתוכינו אזוינע וואס דרייען זיך אין די קארידארן פון...און ווייזן צו.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 30, 2019 7:56 pm

דממה דקה האט געשריבן:איין זאך האט ער געזאגט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת, ער האט געזאגט אז די העלט דיפארטמענט לייגט נישט יעצט קיין דרוק ווייל זיי ווייסן אז עס איז פאר פסח און די מיידלעך האבן נישט קיין סקול (פון ווי ווייסען זיי?), אבער נאך פסח גייען זיי זיך נעמען דערצו מיט כוח, איך קען אים נישט אזוי גיט פערזענליך, באט ער זעהט מיר נישט אויס צו זיין א בעל רוח הקודש.

ווייל ווען ס'נישטא קיין סקול מעלדט מען זיי איין און מ'נעמט נישט קיין משלוח מנות, וואוטשערס און לאנטשט פראגרעמס פאר יענע טעג, אויב מעלדט מען זיי נישט און זיי ווערן געוואויר איז צרות צרורות. זיי זענען אומשטאנד אפצושפארן די פראגרעמס פאר יענע מוסד.

קיינער מסר'ט נישט קיינעם. הער אויף מיט די קאנספיראציעס געבויט אויף קאנספיראציעס.
קבלתי על עצמי לשמור על ה'שלש שבועות' ~ I accepted the three weeks challenge

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » דינסטאג אפריל 30, 2019 9:02 pm

פומפדותא האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.

ביי די גאווערמענט איז איינגעפירט אז איין האנט ווייסט נישט וואס די צווייטע האנט טוט, אינפארמאציע וואס די עדוקעישאן דיפארטמענט האט אין באזיס האט די העלט דיפארטמענט נישט קיין צוטריט.

איך וואונדער מיר, וואו אזוי האט דער שוויצער געוואוסט צו דערציילן אז די העלט דיפארטמענט גייט זיך נעמען נאך יו"ט איבער די מוסדות התורה, איך הייב אן טראכטן אז עס געפונט זיך בתוכינו אזוינע וואס דרייען זיך אין די קארידארן פון...און ווייזן צו.

אדער יא אדער ניין, ווייל עס איז נישט קיין גרויסע זאך צו וויסן די מוסד'ס סקעדזשועל, מען דארף נאכנישט קיין אינסיידער פארדעם. קען זיין די העלט דעפט האט עס פארלאנגט פון די מוסד, און צווייטנס, דאס וואס דו זאגסט אז איין דעפט ווייסט נישט פון די צווייטע, מיר האלטן ביי תש19 אין א דידזשיטעל עפאכע, קענסט גארנישט וויסן וויפיל זיי שערן צווישן זיך...
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג אפריל 30, 2019 10:10 pm

כ'פארשטיי נישט די גאנצע זיך ברעכן קאפ וויזוי די העלט דעפארטמענט ווייסט אז פאר פסח איז א יוד ביזי. יעדע דריטע גוי - עכ"פ וואס וואוינט אין ברוקלין - ווייסט צו זאגן אז פורים טרינקט מען און מ'טיילט געלט. סוכות מאכט מען בודקעס און מ'הענגט אויף שיינע לייטס. חנוכה צונדט מען יעדען טאג א פרישן לעכטל און מ'האקט פאנקעס ביי די פארטי. און פסח קלינט מען אויף די גאנצע הויז ספאטלעס און מ'איז ביזי ביז גאר און מ'עסט די גאנצע 8 טעג נאר flat bread.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

גיט
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דינסטאג אפריל 30, 2019 10:19 pm

פומפדותא האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.

ביי די גאווערמענט איז איינגעפירט אז איין האנט ווייסט נישט וואס די צווייטע האנט טוט, אינפארמאציע וואס די עדוקעישאן דיפארטמענט האט אין באזיס האט די העלט דיפארטמענט נישט קיין צוטריט.

איך וואונדער מיר, וואו אזוי האט דער שוויצער געוואוסט צו דערציילן אז די העלט דיפארטמענט גייט זיך נעמען נאך יו"ט איבער די מוסדות התורה, איך הייב אן טראכטן אז עס געפונט זיך בתוכינו אזוינע וואס דרייען זיך אין די קארידארן פון...און ווייזן צו.

וואס איז די גרויסע חידוש זיי האבען עס געזאגט קלאר פאר יעדע מוסד אז זיי גייען נישט אויפהערן צו קומען ביז ווילאנג עס וועט נאך זיין איין מיזעלס קעיס אין ווילי

בארד אין פיאות
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:53 pm

תגובהדורך בארד אין פיאות » דינסטאג אפריל 30, 2019 10:47 pm

פשוט פארשטענדליך געווען אז זיי גייען זייןfull force נאך פסח.
דרך אגב זיי האבן שוין אנגעהויבען זייער מרכה מיט די קעמפ׳ס גייען זיין גאר שטרענג.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך מאי 01, 2019 12:10 am

געהערט פון א קראנטער מקור, אז א פיצעלס איז יעצט אין ICU אויף א רעספערעטאר אנגעשטעקט מיט מיזעלס.

עס זעט אויס אז ווילאנג עס זאל נישט האלטן חלילה ביי ....., וועלן די אנטי'ס קיינמאל פארשטיין.

שוין זאל שוין זיין וילמדו תועים בינה.

מחנך
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מיטוואך מאי 01, 2019 10:43 am

אין ארץ הקודש זענען דא צוויי פאציענטן אין שפיטאל פון מיזעלס, איינע איז רח"ל ברעין דעד, די אנדערע איז נישט ווייט ה' ירחם, (געווען באריכטעט אין די איזריעלי פרעס)
עד מתי פתאים תאהבון פתי???

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג מאי 03, 2019 11:15 am

פומפדותא האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:וואנעט זיי ווייסן? ווייל זיי האבן א פונקטליכער סקעזשועל פון איעדע תלמוד תורה און סקול ווען עס'ז אפען אדער פארמאכט, מיד ווינטער און חנוכה וועקעישאן. צי דאס קומט פון פראגראמען וואס גיבן שטיצע פאר די טעג וואס זענען אפען, צי פון די באורד אוו עדיוקעישאן.

ביי די גאווערמענט איז איינגעפירט אז איין האנט ווייסט נישט וואס די צווייטע האנט טוט, אינפארמאציע וואס די עדוקעישאן דיפארטמענט האט אין באזיס האט די העלט דיפארטמענט נישט קיין צוטריט.

איך וואונדער מיר, וואו אזוי האט דער שוויצער געוואוסט צו דערציילן אז די העלט דיפארטמענט גייט זיך נעמען נאך יו"ט איבער די מוסדות התורה, איך הייב אן טראכטן אז עס געפונט זיך בתוכינו אזוינע וואס דרייען זיך אין די קארידארן פון...און ווייזן צו.


יעדער מלמד דארף יעדן טאג אויספילן אן attendence צעטל פון די העלט דעפארטמענט פונקטליך וועלכעס קינד איז היינט יא אדער נישט געקומען, אזוי אז ווען די גאנצע מוסד איז פארמאכט ווייסן זיי זיכער.

חוץ מזה , איז גאנץ קלאר אז זיי ארבעטן מיט עסקנים, אין מאנסי האט די פרעסע געשריבן אז די עסקנים האבן גאר טענות פארוואס מען האט עס נישט דורכגעשמועסט מיט זיי.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מאי 05, 2019 6:04 am

דממה דקה האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:איז אמת א שמיעה.? אז עס איז דא 2 ברעין טויט ל''ע רח''ל פין היימישע אידן במשך פסח פון מיזעלס.?


השם ישמרינו

איז עס אמת?

עס איז נישט באריכטעט ביי קיין שום אפיציעלע נייעס קוואל, ווארשיינליך א געבעקס פון היימישע פרא-וועקסערס, אין ארץ ישראל איז געווען באריכטעט איבער א אל-על נורס וואס איז און ערנסטע קאנדישאן, און די נורס האט געהאט צוויי MMRs, און יעצט כלומרשט זאגען אויך איבער א 10 יעריג קינד אין ארץ ישראל, אבער זיי האבן נישט ארויסגעגעבן קיין פרטים, און מען מוז נעמען ארץ ישראלדיקע באריכטן מיט א גרעין אוו סאלט, זיי האבן שוין געהאט איין קעיס וואס זיי האבן שטילערהייט צוריקגעצויגן און געמאכט א שתיקה כאילו לא היה, ווארשיינליך געווען א געזינטע פלאפ פון די דאקטוירים דארט.

און ווייטער שטעלט זיך דער וואונדער פארוואס די פאקט אז די MMR ארבעט נישט ווארט דערשטיקט.

די נוירס האט געהאט בלויז איין ממר.

איך קען עטליכע אידן וואס טיילענאל ארבעט נישט ביי זיי (אנדערע פעין קילערס יא). איך וואונדער זיך אויך פארוואס די פאקט אז טיילענאל ארבעט נישט 100% ווערט דערשטיקט. סאט דיר איינער אמאל געזאגט אז די ממ"ר ארבעט 100%?! ס'דא איין מעדיצינישע פראדוקט - אדער פראדוקט בכלל - אין די גאנצע וועלט וואס ארבעט 100%?! אדרבה, די פאקט אז עטליכע און ניינציג פראצענט אנגעשטעקטע זענען נישט וואקסינירט ווייזט אז די ממר האט גאר א הויכע סוקסעס רעיט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מאי 05, 2019 9:21 am

Think and Thank האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:איז אמת א שמיעה.? אז עס איז דא 2 ברעין טויט ל''ע רח''ל פין היימישע אידן במשך פסח פון מיזעלס.?


השם ישמרינו

איז עס אמת?

עס איז נישט באריכטעט ביי קיין שום אפיציעלע נייעס קוואל, ווארשיינליך א געבעקס פון היימישע פרא-וועקסערס, אין ארץ ישראל איז געווען באריכטעט איבער א אל-על נורס וואס איז און ערנסטע קאנדישאן, און די נורס האט געהאט צוויי MMRs, און יעצט כלומרשט זאגען אויך איבער א 10 יעריג קינד אין ארץ ישראל, אבער זיי האבן נישט ארויסגעגעבן קיין פרטים, און מען מוז נעמען ארץ ישראלדיקע באריכטן מיט א גרעין אוו סאלט, זיי האבן שוין געהאט איין קעיס וואס זיי האבן שטילערהייט צוריקגעצויגן און געמאכט א שתיקה כאילו לא היה, ווארשיינליך געווען א געזינטע פלאפ פון די דאקטוירים דארט.

און ווייטער שטעלט זיך דער וואונדער פארוואס די פאקט אז די MMR ארבעט נישט ווארט דערשטיקט.

די נוירס האט געהאט בלויז איין ממר.

אנפאנג איז געווען באריכטעט אז זי האט געהאט צוויי ממר שאטס, יעצט די וואך האבן זיי געטוישט אז כלומרשט האב זיי געמאכט א בלוט טעסט און זיי זעהן אז זי האט געהאט נאר איינס, גיי גלייב די חברה

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מאי 05, 2019 9:53 am

יאך האב געזען די נייעס איבער איין ממר שאט תיכף ווען די נייעס איז ארויסגעקומען. כאב אפי' געהאט א דעבאטע מיט איינעם דערוועגן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » זונטאג מאי 05, 2019 12:22 pm

אויב איז געוועהן באריכטעד צוויי, דארף זיין א לינק

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 14, 2019 12:18 am

פאר עטליכע וואכן צוריק בין איך געווען אויף א חתונה אין וומ"ס און היינט באקום איך א בריוו פון די סיטי אז איך בין דארט אויסגעשטעלט געווארן צו מיזעלס ה"י
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-05-14-00-17-32.png
Screenshot_2019-05-14-00-17-32.png (655.55 KiB) געזעהן 980 מאל

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » דינסטאג מאי 14, 2019 9:18 am

די חברה וואס גייען ארום פארשפרייטן מיזעלס זענען א ווירקליכער געפאהר, זיך נישט פארשטענדיגן און רעכענען מיט אנדערע לייט, א בושה!

בעיביסיטער
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

תגובהדורך בעיביסיטער » דינסטאג מאי 14, 2019 9:44 am

דריידל האט געשריבן:פאר עטליכע וואכן צוריק בין איך געווען אויף א חתונה אין וומ"ס און היינט באקום איך א בריוו פון די סיטי אז איך בין דארט אויסגעשטעלט געווארן צו מיזעלס ה"י

פון ווי ווייסט די העלט דעפארטמענט אז די ביסט געווען ביי די חתונה ??

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 14, 2019 9:57 am

בעיביסיטער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פאר עטליכע וואכן צוריק בין איך געווען אויף א חתונה אין וומ"ס און היינט באקום איך א בריוו פון די סיטי אז איך בין דארט אויסגעשטעלט געווארן צו מיזעלס ה"י

פון ווי ווייסט די העלט דעפארטמענט אז די ביסט געווען ביי די חתונה ??

ווען איינער איז אנגעשטעקט דערמיט, ווערט ער אויסגעפרעגט ווי ער האט אלץ באזיכט אין די פארגאנגענע טעג. ווען יענער האט געזאגט ער איז געווען אויף די חתונה, האבן זיי ווארשיינדליך געבעטן די מחותנים פאר די מעילינג ליסט פון אלע וואס זענען געלאדענט געווארן. ווען כ'האב באקומען די ענוועלאפ איז מיר געווען זייער מאדנע אז די סיטי האט עס אדרעסירט צו מיין אידישע נאמען, נישט מיין לעגאלע נאמען אזויווי אייביג, ווייל זיי האבן באקומען די ליסטע פון די מחותנים.

אגב, איך מיין ס'האט נישט אויסגעפעלט צו פארמעקן די נאמען ווייל די מחותן איז גארנישט שילדיג, אבער אז די הויכע פענסטער האבן אזוי מחליט געווען וועל איך שווייגן.


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינוני, בריווח און 5 געסט