ברוך דיין האמת - הגאון הרב שטיינמאן זצ״ל

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג ינואר 08, 2018 11:11 am

פארוואס די לעצטע נאמען שטינמאן מיט איין יוד? אויפן טאוועל נאכן באערדיגן איז געשטאנען שטיינמאן מיט צוויי יודן, די זעלבע מיט לייב.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18284
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 08, 2018 12:59 pm

דער טאוועל ווער געשטעלט דורך א ח"ק איינגעשטעלטער, משא"כ א מציבה ווערט געשטעלט דורך די משפחה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 08, 2018 1:15 pm

יאצמעך האט געשריבן:פארוואס די לעצטע נאמען שטינמאן מיט איין יוד? אויפן טאוועל נאכן באערדיגן איז געשטאנען שטיינמאן מיט צוויי יודן, די זעלבע מיט לייב.

כעין פארשלאפן. ווייל די מצבה איז נכתב עפ"י צוואתו...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג ינואר 08, 2018 2:02 pm

יעצט געזעהן אין א ניי ספר וואס איז נאר וואס ארויס געקומען, אז ווען דער רבי זי"ע איז אוועק, האט הגראי"ל זצ"ל זיך פארשפארט אין צימער און א לענגער צייט געוויינט אויף די פארלוסט, זאגענדיג אז ער האט מיט איהם גערעדט און ער האט געזעהן אז דער רבי איז געווען א גאון צי א בקי (כ'געדענק נישט די לשון) בכל התורה כולה.

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג ינואר 08, 2018 2:55 pm

יאצמעך האט געשריבן:פארוואס די לעצטע נאמען שטינמאן מיט איין יוד? אויפן טאוועל נאכן באערדיגן איז געשטאנען שטיינמאן מיט צוויי יודן, די זעלבע מיט לייב.

אין הלכה (גיטין) איז געבראכט ליב נאר מיט איין יו"ד. איז פארשטאנדיק וואס זיי שרייבן אזוי אויפן מצבה


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט