רבי יואל מארגענשטערן משארמאש זצ"ל - כ' תשרי תשע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 6:54 pm

ביים מעמד יציקת הבורות אצל מקוה טהרה החדש בקרית יואל
צוגעלייגטע
IMG-20171010-WA029.jpg
IMG-20171010-WA029.jpg (267.03 KiB) געזעהן 2635 מאל
kraitchmah עט גימעיל

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 7:35 pm

מיט יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
צוגעלייגטע
IMG-20171010-WA0048.jpg
IMG-20171010-WA0048.jpg (196.71 KiB) געזעהן 2782 מאל

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 8:34 pm

אוי וויי אוי וויי,
הצדיק אבד ואין איש שם על לב, כי מפני הרעה נאסף הצדיק
מהאט אלץ געפילט א רואיגקייט, אז אזא איד וואוינט אין די שטאט, און איז מגין אויף די שטאט, מיט זיין תורה וקדושה
אוי מי יתן לנו תמורתו,
הושענא למענך אלוהינו הושענא,
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

real estate
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 9:17 pm

שטיגליץ האט געשריבן:בד"ה הרה"ג רבי יואליש מארגענשטערן מ'שארמאש זצ"ל

זעהט אויס די עולם פראוועט יום טוב קיינער שרייבט נישט,

עס וואלט זיך באמת פארדינט אז מען זאל עפענען אן עקסטער אשכול פאר אזא גברא רבה. צדיק. ותלמוד חכם מופלג.

איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין כיתה ח. מס. פסחים האט מיין מלמד פארציילט ווי ער געדענקט אין קעמם אלס אינגל איז ר' יואליש געלעגן אין בעט מיט הויך פיבער אין געחזרט גאנץ מס. פסחים אויף אויסענווייניג אויפן לשון אינטערן דאכענע. זי"ע

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 9:43 pm

האט זיך באטייליגט ביי יעדע שמחה וואס מהאט עהם געריפן,
ביי מיין עלטערע ברידערס בר מצוה איז מיין טאטע עהם געגאנגען איינלאדענען האט ער געפרעגט מיין טאטע צו ביי די קינד איז ער אויך געווען סנדק, דערביי צולייגענדיג אז ער געדענקט נישט אזוי גוט אהער הו אלעס אפ געשריבען, ביי די בר מצוה איז ער געקומען אין אויפגעטרעטן מיט א דרשה.
א יעדע איז האט זיך געפילט אזוי גוט אז שארמאשע רב קומט זיך משתתף זיין, יא האט געקענט זיין א נאכט ביי 10 שמחות.

שטיגליץ
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 10:01 pm

אוי מי יתן לנו תמורתו
צוגעלייגטע
IMG-20171010-WA0119.jpeg
IMG-20171010-WA0119.jpeg (480.75 KiB) געזעהן 2606 מאל
IMG-20171010-WA0117.jpeg
IMG-20171010-WA0117.jpeg (483.03 KiB) געזעהן 2606 מאל

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » מיטוואך אוקטובער 11, 2017 4:30 am

איי וויי..... נפלה עטרת ראשינו או נא לנו חטאנו..... איש שר וגדול נפל בישראל.....
אן א עמוד התורה ועבודה.. מי יתן לנו תמירתו
זיין אהבת והתמדת התורה איז געווען באוויסט פאר יעדן
ווי אנדערע האבן שוין געשריבן האט ער געזאגט כמה פעמים אז מיום עמדו על דעתו האט ער נישט פארפעלט מחבר צי זיין יום ולילה מיט תורה,
און ער פלעג צי פארציילן כמה השגחה פרטיות וואס ער האט געהאט אז ער זאל נישט פארפאסן דעם עלות,
די לעצטערע יארן האט ער אנגעהויבן אביסל צי פארלאנגען פון זיינע גאר נאנטע זאלן דאס אויך נאכטוהן, ער פלעגט זאגן מיט א שמייכל, די מחבר אין די ערשטע סיעף שרייבט יתגבר כארי און ער פלעגט איבער זאגן דעם יתגבר כארי מיט א געשריי עטליכע מאל,
איך בין געווען פארגאנגענעם כ״ו אב אין ק״י בינעך אריין דאווענען מנחה און מעריב ביים רב זצ״ל, און נאך מעריב איז געווען א שטיקל לחיים און סאיז געווארן אזא היימישע שמיעס מיט׳ן רב זצ״ל, אין בתוך הדברים איז אריינגעקימען אין שמיעס דער ענין פון אויפשטיין פארן עלות האט ער פארציילט איין דוגמה פון וואס מען קען זעהן דאס חשיבות הענין, האט ער פארציילט אז ער האט געהאט ליגן עטליכע גלאזענע פלעשלעך סעלצער שוין א לענגערע צייט און איין אינדערפרי בשעתן מחבר זיין יום ולילה האט ער געהערט א גאר שטארקע גרידער, ובלשונו עס האט זיך מיר געדאכט ווי דער דאך איז איינגעפאלן און איך האב שוין געוואלט גיין זעהן וואס עס האט פאסירט אבער ער האט זיך מתגבר געווען און געלערענט א פאר מינוט און דערנאך געגאנגען קיקן און געזעהן אז די באטלעך האבן אויפגעפלאצט, און ער האט אויסגעפירט אז מען זעהט דערפון ווי דער שטן פארלייגט זיך דעראויף,
אוי.....ווען מען דערמאנט זיך זיין עבודת התפילה דאס מתיקות און חן וואס דאס האט געהאט, ער פלעגט אריינלויפן אין בית מדרש מיט א פרישקייט ווי א אינג בחור׳ל און גלייך צי גיין צי זיין מקום קבוע און לייגן טלית און תפילין און זאגן ברכות מיט זיין אייגענארטיגע ניגון, אידן וואס האבן אים געקענט נאך פון אלס בחור האבן מעיד געווען אז אויפ׳ן זעלבען שטייגער פלעגט ער דאווענען די לעצטע פיפציג יאר, עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן די עטליכע פלעצער ווי ער פלעגט זיך טעגליך צישרייען, ובפרט ביי ודרך רשעים יעות און ואתה מחי׳ את כולם, אה.. א מין מתיקות געווען יעדע תפילה יעדע קדיש יעדע ברכה וואס ער האט געזאגט מען האט געקענט זעהן ווי זיין ליבשאפט צי השי״ת איז אן קיין גרעניץ, און ווער רעדט נאך פון א שבת, זיין זיסע נוסח וויפיל מאל מען האט דאס נאר געהערט איז מען קיינמאל נישט מיעד געווארן דאס צי הערן,
די ה׳ מלך ביי שלש סעודות איז געווען עפעס וואס מען האט נישט געזעהן ערגעץ אנדערש, ער האט דאס געזאגט מיט אזא מין השתוקקות צום אייבערשטן אז עס האט זיך ציגאסן אויף אלע מתפללים אין בית מדרש,
א פשוט׳ע מוצאי שבת׳דיגע מעריב ווען ער פלעגט דאווענען פארן עמוד האט אריינגעגעבן א פרישקייט פאר א גאנצע וואך
איי דאס גוט שבת און א גיטע וואך זאגן פארן עולם נאכן דאווענען מיט זיין ליכטיגע צורה דאס וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן
אוי וויי די ימים טובים און שיינע שבתים דאס איז דאך עפעס וואס נאכן זיך אוועקציען פון ק״י האבעך זיך אלעמאל געבענקט אנגעהויבן פון סליחות זאגן מיט זיינע אייגענארטיגע קנייטשן, דאס מתיקות און ערענסקייט ביינעזאם וואס עס האט געהערשט דארט די הייליגע טעג, דאס האבעך נישט געטראפן ערגעץ אנדערש, און דאס הייליגקייט וואס מען האט געזעהן אויף זיין ליכטיגע צורה ביי די תקיעות ראש השנה ברענט נאך אין מיינע ביינער, און אזוי אויך די עטליכע מאל א יאר וואס ער פלעגט אליינס ליינען ווי למשל פרשת יתרו די עשרת הדיברות און שביעי של פסח די שורה פינקען פייער האבן געשפריצט פון זיין הייליגע צורה
איי.... זלגו עני דמעות הושענה רבה אוי הושענה רבה ווי ער פלעגט פארלענען דעם רבין ז״ל הייליגע תורה און דערנאך זאגן די הושענות בדמעות שליש אוי דאס האט איבער גענימען יעדן איינעם אפילו אן אייז קאלטע איד!
אוי וואס האמיר פארלוירן ווען מען האט געזעהן ווי דער לעבעדיגער ספר תורה פריידט זיך מיט די הייליגע תורה אום שמחת תורה, ווי קען מען פארגעסן דעם רב ז״ל צורה ווען ער פלעגט אויפהייבן זיין הייליגע אויגן און הענט צום הימל דאנקענדיג דעם אייבערשטן פאר די זיסע מתנה וואס ער האט געגעבן פאר אונז אידן און ער האט דאס טאקע אויסגעניצט מיט מורא׳דיגע מדרגות, ובפרט ביי די פערטע הקפה נצח משה שפיר קאמרת איז געווען עפעס נורא נוראות,
מען קען מאריך זיין שעות על גבי שעות אבער די דאזיגע שפיצן זענען מיר פשוט אדורך געלאפן אין קאפ בשעתן שרייבן,

איין מינוט! ווי קען מען דען אויסלאזן זיינע מדרגות אין צפית לישועה ווי ער האט אזוי געבענקט און גערעדט אלץ פון דעם אחכה לו בכל יום שיבא, איי ווי ער פלעגט שרייען ביי די הויעכע שמונה עשרה ותחזינה ענינו במהרה וכו׳
ווער עס געדענקט נאך שנת נחש״ת ווען עס איז געווען א שנת פקידה ווי ער איז געווען זיכער אז משיח קימט אט אט, ער פלעגט ביי יעדע שבת הגדול דרשה און שבת שובה דרשה אוועקגעבן אסאך צייט אויף צי זאגן רמזים אז משיח וועט קימען נאך היי יאר
איי ווער וועט ווארפן ישעות מוצאי שמחת תורה ביי די עפל ווארפן אן עקסטערע חן האט דאס געהאט, און אידן פלעגן זיך שטיפן צי כאפן ווייל מען האט געהאט געהערט א היבש ביסל מעשיות און ישועות פון אידן וואס זענען געהאלפן געווארן נאכן כאפן אן עפל
אוי וויי און דאס אלעס האבן ליידער פארלוירן.... ווי אזוי וועל מיר דאס אויסהאלטן....
זאל השי״ת העלפן ער זאל אונז אויסלייזן פונעם ביטערן גלות און מיר זאלן זוכה זיין צי התגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן
לעצט פאראכטן דורך גיכער אום זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
zibala
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:54 am

יאפס, דענק מיר גוט דעם שנת נחש"ת,

מיינע מלמדים פלעגן כסדר איהם נוצן פאר א דוגמה פון שקדנות און התמדת התורה,
שבעה מי יודע!?

קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » זונטאג אוקטובער 15, 2017 10:25 am

די פטירה פון הגה"צ משארמאש זצ"ל איז א פארלוסט וואס איז פשוט אומבאשרייבלעך, אזא גדול א מתמיד און עובד ה' וואס מ'טרעפט נישט, הוי מי יתן לנו תמורתו!

קאווליר
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm

תגובהדורך קאווליר » זונטאג אוקטובער 15, 2017 10:59 am

שווער זיך צוזאמקליובן א אוצר רב האב איך פארצייכענט פין אים "אוי מי יתן לנו תמירתו" אפאר נקידות דערמאנען דא ער איז א חתן געווארן די זעלבע נאכט פין זיין פטורה אושפיזא דיוסף נאכן טיש פין רבינו הקדוש האט מען אים געזעהן גיין לערנען אין ביהמ"ד(אפאר שעה נאכן שידוך) ווער געדענקט א ספירות העומר. א שיר היוחוד נאך מוסף בנוסח מתוק.א הושענות אפילו א חול המועד טאג.א פארהער ביי אים.זיין מסירות נפש צו פארלערנען ספרי רבינו הקדוש זי"ע עד שבת האחרון .א קידוש לבנה. אוי שווער צו גלייבן אז ער שוין נישט דא (נאך געוואלט זאגן די רמז "פקוד פקדתי" גימטריא תשע"ח.געהערט פין נכדו)

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:17 pm

מ'האט דערמאנט ביי די לוויה דעם רמז וואס ער האט היי יאהר געזאגט ביים שבת תשובה דרשה, האט עס איינער?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

קאווליר
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm

תגובהדורך קאווליר » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:24 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:מ'האט דערמאנט ביי די לוויה דעם רמז וואס ער האט היי יאהר געזאגט ביים שבת תשובה דרשה, האט עס איינער?

ער האט געזאגט עטליכע

אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

תגובהדורך נישט אלעס איז אמת » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:25 pm

בשובי את "שבותיכם"
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק

קאווליר
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm

פין די לעצטע בילדער(מוצאי שבת לפני כו'אב העבר)

תגובהדורך קאווליר » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:32 pm

Picture0813171202_1 (1).jpg
Picture0813171202_1 (1).jpg (183.69 KiB) געזעהן 1436 מאל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:39 pm

אוי ווי קען מען זיך צוזאם קלויבן , מבאב מיר געהאפט אז דער אייבישטער וועט אונז שענקען דעם צדיק וקדוש פאר נאך לאנגע יארן , אוי געוואלד וואס גייען מיר ווייזן פאר אונזערע קינדער ווי אזוי קיקט אויס א איד וואס לעבט מוטן באשעפער יעדע רגע פון טאג און נאכט ??? מקען מיר זיך נישט צוזאם קלויבן סאיז נישט מעגליך בכלל....

וועל מיר נאר דערמאנען א זאך וואס איך האב געזען יעצט א טאג פאר יום כיפור, נאכדעם וואס די רב ז"ל איז צוריק געקימען פון תשליך קוים וואס דער צדיק האב געלעבט, פאר ווער ס'ווייסט וואס די מצב איז דעמאלטץ שוין געווען , נעבעך צוליב אונזערע עבירות ליידער , קוים וואס ער האט געהאט כח צו וואקן, האט ער געבעטן אז מזאל עם טראגן ווי שנעלער צו זיין פלאץ און בית המדרש, ווייל סאיז שוין שפעט, סאיז שוין באלד נאכט, און מיט מסורת נפש ממש האט ער זיך געשלעפט ווי שנעלער, צו זיין פלאץ, און גענימען א משניות און אנגעהויבן צולערנען מיט זיין זיסע ניגון ווי גלייך ספעלט עם גארנישט אויף די וועלט, אזוי האט ער געלערענט אויפן קול ביז נאכן זמן, אוי ווי נעמט מען עס צוריק געוואלד!! הייליגע טאטע און הימעל וואס נאך ווילסטו פון אונזער שוואכער דור, אוי געוואלד!

ווער ס'האט נישט געהערט ווי די רב ז"ל זאגט מיט אזא זיסע ניגון און קרעכטץ - וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין- ווער ער האט זיך שוין ליידער געמיזט אנלאנען אויף צוויי מענטשן ארויס צו גיין פון שיל, יעצט צווישן ראש השנה און יום כיפור, און ער האט באמערקט ווי אזוי ר' יודל האלענדער נ"י , לערענט זיך אזוי און די זייט און א ספר, און די רב האט געבען זיך אזא ריפ אן "אוי אזוי זיס ווען מ'קען לערנען... ס'דאס שענסטע זאך און בעסטע זאך אויף די וועלט.... און ליידער איז נישט יעדער זוכה אייביג צו קענען לערנען ... אוי אוי אוי איז דאס זיס דאס לערנען... אוי אוי אוי איז דאס געשמאק... " אזוי האט די רב ז"ל צוויי דריי מינוט געקרעכטץ ברבים, אויף דעם וואס ער קען שוין ליידער נשיט צופיל לערנען -וואס באמת האט ער אפי' און זיינע לעצטע חדשים נישט א רגע נישט געלענרנט, אפי' דעמאלטץ ווען ער איז ווייטער ארויף צו זיך אהיים איז די מויל געאנגען ווי און די געזינטע יארן און געלענט עפעס אויסנוויינינג- אבער מיט דעם אלעמען האב אזוי געקערכטס מיט אזוי בענקשאפט צו די תורה, סאהאט געשניטן שטיקער פון יעדעם ארים.... אוי ווי גייט מען פון דא ווייטער ??? ווי גייט מען ???

קאווליר
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm

תגובהדורך קאווליר » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:43 pm

נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:בשובי את "שבותיכם"

"מלך רופא נאמן ורחום"-אויך געזאגט

קאווליר
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm

תגובהדורך קאווליר » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:56 pm

טאקע די לעצטע וואכן ווען ער איז געגאנגען אנגעלאנט אויף 2 מענטשען פלעגט ער ביי די טרעפ זינגען א ניגון געזאגט אז דאס האט מען געזינגען ביי זיין חתונה ער פלעגט דערמאנען די ווערטלעך וואס די בדחן האט געזאגט והיה לפלא

הערה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2013 5:33 pm

ניחום אבלים

תגובהדורך הערה » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:01 pm

ניחום אבלים
צוגעלייגטע
20171015_125644.jpg
20171015_125644.jpg (516.61 KiB) געזעהן 1264 מאל

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:38 pm

שווער זיך צוזאמצוקלויבן,

איבער 50 יאר איז דאס געווען א דוגמא "זאלסט וואקסן א ת"ח און יר"ש ווי ר' יואלי'ש", געווען א דוגמא וואו מען קען אנקומען מיט התמדה כאטש מען האט נישט אזאליכע כשרונות,

זיין ברידער פארציילט, אז ביי די 11 יאר איז ער שוין יעדן פארטאגס 2 אזייגער געווען און ביהמ"ד, זיין מאמע פלעגט זיך בעטן ביי אים אויף נאך א האלבע שעה (ער איז שוין געווען א יתום מאב ביי די 3 יאר).

ער פלעגט זאגן אז ער האט אלס בחור גע'חזר'ט אסאך אויף אויסענווייניג, ווייל אז ער וועט דארפן גיין ארבעטן נאך די חתונה זאל ער קענען לערנען בשעת'ן ארבייטן,

זיין פרישקייט, זיין לעבעדיגקייט, ער פלעגט קומען פארהערן און געווען די שטערקסטע סעמפל פאר אונז יונגע קינדער וואס פארא סיפוק הנפש תורה קען ברענגען.

זיין אויסקוק און אייגענארטיגקייט איז געווען א דוגמה ווי א פארצייטישע רב פון דער אלטער היים.

וועגן מחבר זיין די נאכט מיט די טאג מיט תורה, האט ער אמאל פארציילט אז ער איז אמאל פארשלאפן פלוצלינג הערט ער א פייגל קלאפן אין פענסטער, ווען ער האט זיך אויפגעכאפט האט ער געזעהן אז עס איז שוין ממש פארן עלות, און ער האט עס פארציילט ווי אינטרעסאנט עס איז געווען ווייל עס איז נישט דא דארט קיין פייגל נעסט.

פלעגט אויפהייבן יעדן טעלפאן רוף צו אים אהיים, אין אלע זמנים, ווייל אפשר רופט איינער פרעגן א שאלה.

לכאורה ווען מען האט אים געפרעגט ביים בית דין של מעלה קבעת עתים לתורה, האט ער געדארפט טראכטן א מינוט, קביעות עתים פאר עסען האט ער געהאט, קביעות עתים פאר שלאפן האט ער געהאט, אבער פאר לערנען איז נישט געווען קיין באשטימטע צייט.

זיין צפיה לישועה, מ'קען זאגן אז ער איז געווען די ישמח משה בדורינו (לפי נוסח המאמענט...) ער האט נישט מסיח דעת געווען דערפון קיין רגע, א קליינע דוגמה, מען דערציילט אז בשנת תשנ"ח, וואס כידוע האט ער פארארבעט מעשים אויף נחש"ת שוין אפאר יאר פאר דעם, אז משיח וועט קומען, יענע יאר פאר סוכות איז געווען א שריפה און שטעטל, ער איז דאן געווען פארטאגס ביי ר' אייזיק גליק'ן אין מקוה, און עס איז אנטשטאנען א שטיקל מהומה ווען מען האט געהערט אז עס ברענט, ער האט אויפגעכאפט אז עס טוט זיך עפעס א בהלה איז ער געווארן דערציטערט און ער איז ארויסגעלויפן שפעטער האט ער געזאגט אז ער איז געווען זיכער אז משיח איז געקומען.
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:53 pm

אאמו"ר שליט"א געדענקט אלס אינגער בחור האט מען שוין גערעדט פון "יואליש מארגענשטערן" מיט התפעלות. פלעגן זיך שטעלן אינגע בחורים אין אראפקוקן פון ווייבער שול אין גרויסן סאטמארער בית המדרש אויף בעדפארד עוועניו און באטראכט ווי ר' יואליש שפאצירט ביים דרום וואנט ארויף און אראפ פאר א צוואנציג מינוט איידערן זיך שטעלן דאווענען און ער חזר'ט מסכת פסחים.

אגב, שמעתי אז יעצט איידער די פטירה האט ער געהאלטן ביים 800'סטן מאל חזרן פסחים.

1cpw
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:35 pm

תגובהדורך 1cpw » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:19 pm

בס"ד
לן יאות למבכי. לויט מיין קליינעם השגה.
מיר האבן פארלוירן, א יוד וואס האט כל ימיו געהארעוועט אויף קדושה און טהרה, ריינקייט ביי אמונת ודיעות, א יוד פאר וועם וואס עס איז געשטאנען אין אונזערע הייליגע ספרים, איז געווען וואס עס איז מחייב 'אינגאנצן', געווען מקושר צום הייליגן רבינ'ס ספרים 'אינגאנצן' נישט אמאל יא, און אמאל נישט. מיר דארפן זיך אפלערנען וואס עס מיינט ריינקייט, וואס עס מיינט אז די הייליגע תורה איז 'מחייב אינגאנצן', געדינט דעם הייליגן באשעפער ווי א יונג בחור'ל מיט'ן גאנצן כח, מיט א פשטות אן קיין התחכמות, "מ'טוט 'אינגאנצן' וואס ס'שטייט!" דאס ענין פון קדושה און אפגעהיטנקייט. ער האט געפאדערט און געמאנט ביי די ענין פון טעכנאלאגיע, ביי יעדע געלעגנהייט. ונזכה לטהר לבבינו, ויהיה לעילו נשמתו הטהורה.

דביר ביתך
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:24 am

הרב משארמאש זצוק''ל

תגובהדורך דביר ביתך » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:22 pm

אוועק אשפוזא דיוסף געווען א חסיד ופרוש במלוא מובן המלה. דענק איך ווי ער איז אלץ געזיצן אויפן שפיץ בענקל

שה אחד
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובהדורך שה אחד » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:23 pm

ווערעצקי האט געשריבן:
גיי שוין גיי האט געשריבן:האט מען איינעם אויפגענומען?


אויפגענומען אויף וואס? אויף צו לערנען 18 שעה א מעת לעת? אויף צו קענען ד' חלקי שו"ע ישר והפוך?
אה, מיינסט אויף צו פירן די ביהמ"ד שארמאש, דוכט זיך אז שארמאשער רב זצ"ל איז נישט געווארן קיין משהו גרעסער ווייל ער האט געהאט א ביהמ"ד, און רוב סאטמארער אידן וועלכע האבן אים מעריץ געווען עד להפליא, האבן נאך קיינמאל נישט געדאווענט אין זיין ביהמ"ד.
שארמאשער רב איז געווען חשוב און אנערקענט צוליב זיין אייגענע מהות, און דאס איז נישט שייך צו "אויפנעמען" קיין "ממלא מקום".
ווידער ווער ס'וועט זאגן ה' מלך און עולה זיין שישי אין שארמאשער ביהמ"ד מהיום והלאה, דוכט זיך אז כמעט קיינעם איז דאס נישט מעלה ומוריד, אפשר פאר די אידן וועלכע דאווענען דארטן, אבער נישט פאר די פילע הונדערטער - און אפשר טויזענטער - וועלכע האבן היינט באגלייט די מיטה פון דעם "ספר תורה שנשרף".


א תגובה צו די זאך!

דביר ביתך
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:24 am

תגובהדורך דביר ביתך » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:26 pm

יא א תלמיד חכם מופלג ומתמיד עצום ועובד השם מנעיריו און איבער אלעם מלא חן. חוט של חן וחסד הי' משוך עליו כל הימים

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » זונטאג אוקטובער 15, 2017 4:03 pm

דביר ביתך האט געשריבן:אוועק אשפוזא דיוסף געווען א חסיד ופרוש במלוא מובן המלה. דענק איך ווי ער איז אלץ געזיצן אויפן שפיץ בענקל

געווארן א חתן אושפיזא דיוסף פונקט פופציג יאר פריער. פלא.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט