בלאט 1 פון 1

כשר׳ע ענדרויד

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:21 pm
דורך chaimschw
וויסט אפשר איינער אויב עס עקזיסטירט אזא זאך ווי א כשר׳ע ענדרויד? אויב יא, וואס מאכט עס כשר?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:11 am
דורך leiby
וואס מיינסטו צו זאגן כשר, אז מ'פארשפארט פון אריינלייגן פרישע אפפס און די בראוזער האט א פילטער איז עס נאכנישט כשר?

אדער רעדסטו פון א אייגענע OS.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:48 am
דורך מומחה עצום
א גוטע קשיא, וואס מאכט אן ענדרויד פאון כשר?

לכאורה איז דאס ביי יעדן אנדערש, און ביי א חלק ציבור וועט א עדרויד קיינמאל נישט אנגעקוקט ווערן ווי א כשר'ע פאון.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:49 am
דורך chaimschw
למשל א טעלעפן מיט די מעגליכקייט צו ניצן עפפס אבער נישט האבן קיין בראוזער קען הייסן כשר?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:58 am
דורך ווער בין איך?
ער זוכט אן אייס קריעם סענדוויטש און דזשעלי בינס וואס האבן סי אר סי אויף דעם.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:13 pm
דורך מומחה עצום
chaimschw האט געשריבן:למשל א טעלעפן מיט די מעגליכקייט צו ניצן עפפס אבער נישט האבן קיין בראוזער קען הייסן כשר?

קען זיין, אבער ס'וועט זיין שווער איבערצוצייגן דעם עולם עס צו קויפן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:14 pm
דורך מומחה עצום
וואס איז שלעכט מיט געווענליכע פאונס און DNS פילטערינג.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 6:01 pm
דורך chaimschw
פאר מענטשן וואס דארפן בכלל נישט קיין אינטערנעט נאר עפפס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 6:03 pm
דורך leiby
אפשר קריעט מען א אידישע ראם?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 6:15 pm
דורך מומחה עצום
איך האלט שוין לאנג דערפון, ס'וואלט געווען די בעסטע עצה, נאר מ'דארף טרעפן א גוטע דעווייס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:38 pm
דורך געלעגער
חיים'ל פארוואס לייגסטו נישט א לאק אויף דיין בראוזער און די גיבסט די פעסווארד פאר א חבר אדער ווער אזוי זאלסטו עס נישט קענען ניצן?

לייבי וואס מיינט אידישע ראם?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 4:50 pm
דורך פייווישעל
יעדע פאון האט א פאלדער וואס הייסט ראם ר'יעד א'נלי מ'עמערי דאס קען מען נישט באבערן דארט ליגט די פראגרעמעניג פין די פאון וואס דארט קען מען אנשטעלען וואס די פאון זאל קענען טאן סאוי אויב מאכט מען איינס אן א בראזער מיט געציילטע כשר עפפ'ס קען עס הייסן כשר פארן המון עם

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:34 am
דורך מי חכם
אפילו אויב מען רוט דעם טעלעפאון קען מען נישט טוישן דעם ראם?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:47 am
דורך מומחה עצום
ווער זאגט אז מ'וועט קענען רוטן די ראם? און אפילו אז יא, איז דא גענוג וועגן צו פארזיכערן אז אפילו מען רוט דעם פאון קען מען נישט טוישן דעם ראם אז ס'זאל ווערן אויס כשר.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 31, 2012 6:10 pm
דורך משה יענקל
געהערט אז APROVED LINK ארבעט אויף א כשר'ע ענדרויד

געשריבן: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:16 pm
דורך kls7777
ווען גייט עס שוין זיין פארטיג...?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 17, 2014 1:12 am
דורך קנאפער ידען
שמעתי אז דער סקווירא'ער ועד לעניני טעכנאלאגיע, דוכטזיך אז ס'הייסט לטהר, זענען שוין ארויסגעקומען מיט א סאו קאלד כשר'ע ענדרויד.

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 1:09 am
דורך מי הוא זה
למעשה, איז דא אזא מין זאך ווי א כשר'ע סמארטפאן?

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 2:27 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
יא

צו באקומען אין וויליאמסבורג ביי פאון-טעך אויף סקילמאן סט.
ס'איז א rooted געלעקסי 2s, ס'האט אימעיל מיט נאך 15-20 עפפס, ס'האט נישט קיין בראוזער און מ'קען נישט צולייגן קיין שום עפפ'ס,
דאכצעך אז די פרייז איז $200