באריכט - שאבאטאן פאר WD40 ליידנדע

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:13 am

פרידן האט געשריבן:חלק א'

שבת נועם הנשמות
היינט איז איינגעפירט זייער שטארק די אלע שאבטאן'ס, פאר חיזוק ועידוד און פאר אלע סארטן מצבים און דורכגענג, פאר ישיבות מיט זייער בחורים ארגענעזאטציעס מיט זייער פאציענטען, מיט זייער נדבנים, מוסדות פאר נישט געזונטע קינדער מיט זייערע עלטערן, און אזוי ווייטער,
דור דור וטיפשיו
איז דאך נישט מער ווי יושר אז די גרעסטע חולמים גולמים די ראסטיגע WD40 ליידענע, זאלן אויך האבן א שבאטאן, און היות זייער קרענק איז טיפער און גרעסער ווי אלע אנדערע דארף זייער חיזוק קומען אין גרויסע דאזעס, און מער ווי איין קליינע שבת, ע"כ האט מען אויסגעוועלט די יו"ט פסח פאר די אלע נעבעכלעך זאלן זיך צוזאם קומען אלע אינאיינעם אין האטעל א-נשים נשים וטף, פארברענגען מחזק זיין איינער די אנדערער, יעדער האט אפאר שטארקע זיסע ווערטלעך איבער דעי אלד פעשען פסח'ס, מיט זיינע ציקערדיגע קינדערישע חכמ'לעך ממש ווי די קליינע אוצרות אין די מעלות,

מה נשתנה
פארוואס פונקט פסח אה פרעגסט גוט, איז אזוי פסח איז פאר זיי ווי אנפאנג זוממער פאר די ראז פיבער ליידענע, פסח איז די סעזאן פין די WD40 ליידענע, דעמאלטס ווערט די ראסט ממש צולאזט יעדע ריר פין פסח אין איין שטיק גיהנים פאר זיי
דע חולמים זענען בכלל ממש פאלעזירט ווען עס קומט צו פראקטעצירן ריעל ליוו בכלל אין אידישקייט בפרט, זיי ווייסן נישט ווי אזוי מען עסט דאס, חוץ לאכן אין עסן אין גרעבצען ווייסט ער דאך נישט בחייכון, די שבת טיש איז אים נאך אויסצוהאלטן מורמולט א קידוש זעצט זיך עסן, טרינק 100 דאלערדיגע באטלעך וויין איך מיין ער איז דאך א מבין, זאגט איבער אלע טיפזוניגע געדאנקען וואס ער האט באקומען אויף וואטס עפפ, אין אז זיין אינגעל מאכט צופיל משוגע וועגן די סדרה פרעגט ער די ערשטע צוויי קשיות און נעמט זיך זינגען זינגט נשמה וואו ביסטי (וואו טאקע?) מיט פארגלייזטע אויגן אין ער איז קאנעקטעדט (צו וואס ווייס איך נישט), אבער פסח איז די מצב אינגאנצען אנדערש, דעי גאנצע ניסן איז איינשטיק אידישקייט, טו מאטש איוואלבד דעהר, זייער שווער אליינס ביי זיך אינדערהיים עס צו פארגשמיות'ען, אין עס מאכן פאר א חאגע להבדיל, א סוכות פארלאנגט נישט פין דעט טריקענע האלטץ גארנישט, א סוכה קען מען באשטעלן א סחורה'נע, עני וועי ווען עס איז פארוואלקענט מעג מען עסן אינדערהיים סתם א או סי די צו עסן אין די סוכה ווען עס שטייט קלאר אין שלחן ערוך אז מען מעג עסן אינדערהיים, די שלחן ערוך ווערט נאכגעברענגט אין א בפרישער וואטס עפפ, די סעודת אליינס איז א מחיה פעסטע בהמות ממש דומה לאוכליו, חוה"מ איז פאן מען טוישט יעדע 10 מינוט די סטערעס פיקשער ווי באנטש פאן דעי קינדערגארטן בעבי האט, אין אז מען זאל ח"ו נישט מיינען אז פין די פאריגע פיקשער ביז די יעצטיגע האט ער געגעבן א גט מאכט מען זעכער מען זאל אויף די נייע פיקשער זען אז עס איז נאך תנחום שמעקהונט ורעיתו,

הלילה הזה מרור
לא כן פסח דער פסח איז עפעס אזא מין נאטש, קודם מאכט אים דעי פסח סתם בזיונות עצומות, יעדער אינקלאדיד זיינע קינדער זעהן אז ער איז דאך אזא שאינו יודע לשאול אז נאר, האט נישט קיין השגה קיין הלכות, ער ווייסט נישט צו שלחן עורך איז א צווילינג מיט שלחן ערוך צו א קאזין, גיימאך פסחיג , כשר'ן, באקן מצות, קאכן וואס ניצט מען יא, וואס נישט, וואס איז א חומרא, וואס א הלכה, ער האט נישט קאנאנונג, (בנוסח הידוע) אין אז ער ווייסט שוין יא גיי זיי ביזי מיט דעי אלע אלד פעשען זאכן, סאיז בכלל נישט קיין פאן, די אלע זויערע אידן ווילן נאר זויער מאכן אידישקייט, דעס איז נישט קיין פארט פין דעי נייע לאוולי לא לא קוש קוש אידישקייט, זייער אידישקייט ארבעט בערך ווי זייער שלום בית מיטן ווייב, ווען עס געט וואס ער האט ליב איז עס גוט אין מען איז קאנעקטעט מען פרעסט אין מען לאכט, עס לאנג מען קען עס טוען מיטן אידישקייט רוף עס א סיום א טיי אווענט א יו"ט , אבער איינמאל דער אידישקייט בעט עפעס וואס דער אומאחריות'דיגער שיכור האט נישט קיין נערווען ווייל זיין ריעל לייוו אינטערסירט אים א בוידעם הייבט ער אן בלאזן ווי א טערק אין שרייט גאר אז די ווייב איז זויער,

ווער רעדט נאך דעי סדר אליינס איין שטיק פרעשור, וואף, די קינדער האט מען אריין געבאכעט זענען גרייט אין ווארטן צו זאגן אין הערן, זיי לעכצען נאך א טאטע וואס זאל זיי זאגן אפאר אידישע ווערטער, אין דער טאטע דעי ראסטיגע למך דארף אנהייבן זיין די פירער, אויב איז דאס נישט גענוג איז נאך דא א באשטימטע סדר, ער קען נישט סתם אנהייבן פרעסן בשר וויין, ער דארף מסדר זיין א קערה גיי זיי אים מסביר דעי קאדס דארט, זאגן קדש אויסהערן יעדעם, מען זאגט מען טינק מען צוברעכט די מצה ער דארף אויסעקטען אידישקייט, ער איז זייער אנקאפטיבעל ער פילט זיך סטופיד ער דער גרויסער חכם זאל יעצט פלען ווערן ערנסט אין עקטען ווי א נאר, בקיצור די גאנצע סדר איז נישט א פארט פין דעי לא לא קוש קוש אידישקייט,
איז דאך נישט מער ווי א פאסיגע געלעגענהייט די צייט פין פסח צו מאכן די גרויסע 8 טאגעדיגע שבאטאן פאר די אלע WD40 ליידענע, אנשטאט עס זאל אריבער גיין אזוי שווער קומט זיך צוזאם אין מען איז זיך מחזק איינער דעם אנדערן שוין פאר א גאנץ יאר, ווי זאגט די וועלט צוויי פערד שלעפן בעסער, ברבים קען מען עס שוין מאכן אפי' דעם פסח א פארט פין דעי לא לא קוש קוש אידישקייט,

לאן אתה הולך
עס ווערט צוגעשטעלט מערערע אזאלעכע שאבאטאן, ווענד זיך וועלכע ראסט מען האט אויף זיך ווי מער ראסטיג וועט טרייען צו אנטלויפן ווי ווייטער פין זיך אליינס אזש קיין מעקסיקא אפריקא אין די באהאמעס, אבי די ראשע פסח זאל אים נישט פיינוגען
למקום רמה ותולעה
די הכנות הייבט זיך שוין אן חדשים בעפאר עס נעמט צייט ווי לאנג יעדער טוט זיך אליינס אפשאצן ווי קראנק מען איז, חנוכה באקט מען שוין קודם ביי איין פראגראם וואס איז 10 טויזענט דאללער (גיי הער ווי זיי שעלטן אז מצות איז טייער), העפי ביזן הימעל פארן זיך איינשרייבן אין דעי נארן הויז, אבער אפאר טעג שפעטער מאכט יענטע קאקאש חוזק אויפן גרופ אז יענע פלאטץ איז צו יאנטשי דארט קומען דעי וויליאמסבורגע (הא הא אפי דארט לויפט זיי נעבעך נאך דער זיגל) אונז זע מער אסאך מער ראסטיג, פאסט אונז נישט צו גיין מיט דעי בעגינערס, שוין נישט איז נישט ער האט עני וועי די לעצטע ווארט אין שטוב ער זאגט דאך אלטץ OK, גייט מען צו נעקסטען זאל זיין 14 טויזענט דאללער + טיקעטס פארן פליגער, וואס טוט מען נישט אריין צו ברענגן א געשמאק אין אידישקייט, דעי וואטס עפפ רבי האט דאך שוין געזאגט ביים וואסער מיטן קעטאר אז איינע פין די שטערקסטע סימנים פין אידישקייט אויב סאיז געשמאק, אז עס איז נישט געשמאק אויף דיין לעוועל ראסטיגע פארשטאנד אין געשמאק, וויל דאס פשוט די באשעפער נישט דרכיה דרכי נועם,

פרות יפות המראה
אקעי מען האט שוין די טיקעטס, געבאק די פסח יעצט דארף מען צושטעלן א פסח, נישט קלינען אין קאכן נע דאס איז סתם אנגעצויגענקייט מיט או סי די, מען דארף זיך צושטעלן צו די גרויסע פסח פעשען שאו ווי אלע קראנק האפטיגע ראסטיג מוחות גייען אויף א הארסי רעס ווער עס קען זיך בעסער אויסשטאפירן אנגעהובן ביי די טאטע מיטן נשמת נוקבא אין מאמע בלי נשמה אין אלע קינדער אראפ מוזען זיין אויסשטאפירט פאר 14 סעודות נגד פרי החג א ברענד נעם קלייד פין יעדע איינער פין די משפחה, וואס יעדע איינס קען מען אנטון צו א חתונה, וואס מען האט אנגעהאט ביים סדר ווערט דאך פסול בלינה, אין וואס מען האט אנגעהאט צופרי איז עבר זמנו ביינאכט, ח"ו אז מען וועט עס אנטון נאכאמאל קען ארויף גיין די ראסט אין זיי וועלן ווערן אראפ געקוקט אין דעי נארן הויז, די פרעשור דעס צוצושטעלן איז אין לשער 20 מאל מער ווי דעי פרעשור וואס זיי האבן ליב חוזק צו מאכן די פרעשער פין זייערע עלטערן פרעשער אויף א פסח נאר נעבעך אנו עמלים והם עמלים וכו'

עזר כנגדו
פסח ווייס מען אז די טאטע מוז ארויס העלפן וועט טאקע די טאטע זיין איוואלבד אויף די גאר שווערע דיסישענס פין די קליידער, ווי זיין טאטע וואס איז אליינס געווען ביים באקן מצות לכבוד פסח, וועט ער ארום לויפן אליינס מיטן שוטה אין די געשעפטן זונטאג ארויס העלפן זיך צושטעלן לכבוד פסח, קאפלעך וועט מען אויך האבן פאר יעדע קלייד מעטשינג מען מעג דאך עפעס ספענדן פאר אידישקייט, איז גענוג שוין געקויפט דעי שטאפיר יעצט מוז מען האבן די ריכטיגע רענצלעך אין דרעסס בעגס פין היי ענד קאמפעניס מען קען נישט אויסקוקן ראציג,

קול ענות אנכי שומע
מיינטס נישט אז איינפאקן אין צו גרייטן די גאנצע פאמיליע צו דעי פעשען שאו גייט צו מיט ווייניג פרעשור, אה גייט קולות ווייל יעדער נעמט פרעשור איינער מער איינער ווייניגער יעדער לפי תכונת נפשו די שאלה איז נאר פין וואס צו נעמען פרעשור, פרעשור נעמט מען נאר פין עפעס וואס אינטערסירט איינעם, זיין טאטע האט גענומען פרעשור פין א נדנוד איסור כריתות, אין ער פין רקב בבגדו, שוין אלעס גרייט מען לאזט זיך אין וועג אקעי יעצט דארף יעדער אנהייבן עקטען אויף א פלעי, מען ציעט ארויס א זיסע שמייכל עס איז בערך ווי די זאלסט שטיין ווי ביים פאסטען א פיקשער פאר א 9 טעג און א שאס, די טאטע קומט אן באשפריצט אין באצירט ככלה ביום חופתה אין די מאמע ווי מיין קליניג שפחה ווען זי איז אוף דוטי, אין די קינדער ווי געדינגענע פראפס צו באצירן די שאו,

מען גייט ארויף צו די שטובער פין א שיינע גרויסע הויז אינדערהיים צוטיילט מען זיך אין צוויי שטובער'לעך, מען איז זיך מסדר אין יעצט איז דיע צייט צו גיין ווייזן פאר יעדן וואס משפחות שמעקהונט האט צו פארקויפן צום פעשען שאו, אבער טראך איצי האט געגעסן א טשאקלעד אין זיין נייע טאפ איז שמוציג געווארן, וואוו ווי א שלאנג געביסענער שפרינג די מאמע אויף, גוט צוגעטראפן די שפרינג וואס איר מאמע איז אויפגעשפרינגען ווען זי איז אריין מיט א קוקי שבת הגדול אין די רום איז נאר א מעין דמעין צו דעי קולות אין געשרייעריין וואס דעי געראטענע קלאון טאכטער שטעל אהער אין האטעל רום, יא נאר אין די רום אין דעי האול וועי האט מען דאך אן די מאסק דארט לאכט מען נאר

המשך יבוא


מען ווארט נאך איינער זאל עס געהעריג אויסארבעטן אויף א PDF גליון סטייל, וזכות הרבים תלוי בו.

אז ליצנות העלפט ווען עס איז אויפן זייט פון שקר, העלפט עס אוודאי ווען עס איז אויפן זייט פון אמת.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:42 am

דער קוטשער האט געשריבן:עמיצער האט געזען פרידן ערגעץ? ס'ווערט שפעט.


יא כאב אים געזעהן, אבער נישט אויפן וועלטעל..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:33 pm

כאפ אים אהן ביים קארג און שלעפ אים צוריק אהער! ער האט דאך געזאגט אז ער איז העיר דא סטעי!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 4:19 pm

'פרידן האט יעצט מגלה געווען אז עס קומט א השלמה" #stay tuned

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג מארטש 29, 2019 9:27 am

כ'קען קוים ווארטן!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:38 pm

חלק ב'


דרכיה דרכי נועם

אפגעווישט מיט א פרעש ווייפ עד שידה מגעת, האפענטליך וועט קיינער נישט באמערקן אז איצי איז א עכטע קינד אין ער קען ווערן שמוציג.

יאלא, מען שפצירט ארויס ווי סטעטשוס מיט אויסגעצויגענע פאלטשע שמייכלען, די לאנגע שאו הייבט זיך אן, א קלייניקייט? מען גייט זיך דאך טרעפן מיט אלע חלבנה'ס! די טאטע האט אן זיין נייע קורצע באשפריצעלטע בעקיטשע, אפן אז יעדער זאל קענען זען זיין רייכע פאסיג מיט זיין שיינע העמעד'ל מיט קאפלינגס. די קינדער הייבן אן צו לויפן פאראויס כדרכו של קינדער, אבער דאס איז דאך א געפערליכע חורבן ווייל אז מען איז נישט אינאיינעם פון וואו זאל דער עולם כאפן אז יעדער מעטשט?! מען איז דאך אין האלוועי סא שרייען קען מען נישט, עס הייבט זיך אן א זיסע זינגעדיגע גערופאכטס -ווי כאילו זי האט די וועלטס געדולד צו קינדער, פארדעם האבן זיי דאך גאנצע 3 קינדער מיט 3 גויטעס זיי צו וואטשן א גאנץ יאר...- "איצי פליז קום שיין צו מאמי", פארשטייט זיך אז עס העלפט א בוידעם, קומט די צוויטע פאל פונעם ניגון "איצי מיט מינדי ענק זענען אייביג אזוי וואויל, אמת, שטיי שיין לעבן מאמי, סרח וויל זעהן ענקער שיינע קלייד", פארשטייט זיך אז אוודאי קומען זיי נישט, זיי הייבן זיך אן צו פארענטפערן פאר אלע ארומיגע כאילו איינעם אינטערעסירט עס, באמערקן נישט ווי יענער איז פונקט אזוי ביזי זיין קיוט און רופן זיסלעך זיינע קינדער און האט בכלל נישט קיין צייט צו באמערקען דיינע בזיונות, יו ניד טו אנדערסטענד דעי אר סא עקסיידיד, ריללי איי דאנט קעיר איף דעי גאט דערי, מען דארף לאזן קינדער לעבן, דזשאסט איי וואנד דעם טו איט.


וכל נתיבתיה .......

מען קומט שוין אן צום עלעוועיטאר, די קינדער טאנצען פאר שמחה מען גייט גיין אויף א עלעוועיטאר, די עלעוועיטאר איז דא די משפחה גייט אריין, הודו לשם כי טוב אז נאר זיי אליינס זענען אינעם עלעוועיטאר, וזר לא יתערב בשמחתינו, און מען האט נאך א געלעגענהייט פאר אפאר סקונדעס צוריק צוזאם ציען די מויל אין רעדן מיט די שטרענגע טאן, "איצי נאכאיינמאל דו לויפסט אוועק פון טאטי מאמי אן רשות גייסטו נישט קענען אנטוען די נייע סוט, יעדער וועט מעטשען נאר נישט דו, (וועלט'ס סטראשע פאר א 7 יעריג אינגעל, ניין?) אונז גיימער יעצט עסן, יעדער זאל וואטשען נישט צו ווערן שמוציג, ווער עס ווערט שמוציג איז נישט אונזער קינד, מאמי האט אוועק געגעבן פאר ענק שעות נאר אז ענק זאלן האבן שיינע קליידער, ענק ווילן אויסקוקען ווי די גרעסטע שלאכעס דא, מעג מען פארשעמען א טאטע אדער א מאמע?! כיבוד אב ואם!" (אמת'ע אידישע חינוך ב"ה)


נאה דורש

די עלעוועיטאר עפענט זיך אויף, פושט צורה ולובש צורה, צוריק מיט רואיגע שמייכלען, סטעי טאנד די משפחה וואקט צום מזל, איצי פאלגט שיין, ער האט זיך דערשראקען, ענדליך מען טרעפט דעם עולם, יעצט הייבט זיך אן די קאמפלימענטן אויסטויש, אלע נארנים הייבן אן צו געבן קאמפלימענטן איינער פארן אנדערן, אבער הטף למה באים? לשמוע! בעיקר וויל מען הערן וואס יענער זאגט דיר, פארשטייט זיך אז משום חוב קדוש פון נימוס און נישט ח"ו צו אויסקוקן פארנאטיש, און כדי מען זאל צוקומען צו הערן די מערסטע קאמפלעימענטן אויף זיך, איז די מנהג המקום אז סיי א-נשים און סיי נשים טוען קאמפלימעטן סיי א-נשים און סיי נשים, איי ס'איז אן איסור? נו גוט, ביזט געקומען מוחה זיין אדער הערן?... בכלל אמאל פלעגן מענער יא גריסן זייערע מומעס אויף די גאס, פארצייטישע רבנים פלעגן אויך גריסן זייערע קרובים, סאו ער איז נישט שולדיג אז די וועלט איז געווארן א פרומע וועלט, ער איז אולטרא-ארטעדאקס, טוישט נישט פון די מסורה, פון גריסן ביז קאמפלימענטן איז נישט קיין גרויסע חילוק.

בכלל איז שווער אויסצופיגערן דארט די שלום בית מצב, ווייל יעדער שמייכעלט ווען מען וואקט מיט די כנגדו, אלעס איז אזוי לאכעדיג, אבער ווען עס קומט צו שמועסן איז די מנהג עפעס דוקא צו רעדן צום חבר'ס כנגדו... ווייס איך נישט פארוואס זיי שמועסן נישט נאר מיט די אייגענע, זעהט אויס דאס האבן זיי נאך בקבלה פון זייער חסידישע זיידע נישט צו ארום לאכן מיטן ווייב און פאבליק...


קול הנערים

וילכו מחיל אל חיל, פון די טופח על מנת להטפיח קאמפלימענטס גייט מען אריבער צו די געהרגע'טע ליצנות, ווען אלע ראסטיגע הייבן אן מיט זייער לשון לימודים ארויס צוברענגען די געוואלדיגע פרייהייט וואס זיי האבן דא, דומפיגע וויצן, די שמועסן גייען בערך אזוי:
פישי: האלוי רבותי וואס וועט זיין מיט ערב פסח מצות הא הא הא... (גוטע דזשאוק, ניין?)
עי דזשי: (ראקי נאמען, העי עכט הייסט ער אליעזר יעקב.. שא..) מיין ברודער קאלט מיר נעכטן אז ער האט ערב פסח מצות פאר מיר, כ'האב אים געזאגט איך מיש מיך נישט פסח. וגעו כל העם בשחוק...
ריקי: מיין מאמע האט מיך געפרעגט פארוואס איך פאר אוועק, האב איך איר געזאגט אז פסח מישט מען זיך נישט סא זי זאל זיך נישט אריין מישן, די גאנצע לאבי פלאצט אויס אין א ספאנטאנישע געלעכטער, נישט ווייל די דזשאוק איז אזויפיל בעסער ווי די פריעדיגע, נאר עס איז א דשאוק וואס איז געהערט געווארן דורך א בת קול.
אזוי גייט עס מענין לענין מיט געוואלדיגע בליציגע רעיונות וואס יעדער וואס האט 'נאר' א טראפעלע שכל האט פון דעם הנאה.

יעצט איז געקומען די צייט צו מאכן פון דעם כלי די התעוררות. דער עולם הייבט אן מאכן א סטעטוס אויף זייער וואטסעפפ בעניני דיומא, יעדער לפי רוב שכלו ורוחב בינתו.


מים גנובים ימתקו
שוין, מען גייט שוין כאפן א צובייס, עפ"י רוב וועט דער טאטע זייענדיג ל"ע אביוזד אלטץ קינד מיט דעם וואס מען האט ביי זיי אינדערהיים נישט געגעסן קיין זויערע פיקעל פסח צוליב נישט מישן וועט די ערשטע זאך, פאר וואס ווען ווי, עסן א זויער פיקעל -מיט א קראך פארשטייט זיך- אין די לעצטע זאך פאטעטיע קוגל, למען ישמעו ויראו.

די הייליגע יום טוב פסח האט אויסגעשפרייט אירע פליגלען אויף די וועלט.


מנחת עני

צו תפלת מנחה זענען זיך נאר משתתף געווענדליך די וואס ביי זיי איז דאס זיין דארט אויף פסח שוין די סיסטעם, זיין טאטע האט שוין געגעסן זויער פיקעל, סא ער עסט שוין יא ערשט קוגל, זיי געווענדליך קומען יא צו מנחה.
ביי מעריב איז שוין דער עולם מער ווייניגער דא, נישט ממש אנפאנג מעריב מער אינמיטען, היות מען האט שוין לאנג נישט גערעדט, כאפט מען דאך א קורצע שמועס.
ווי נאר דער בעל תפלה זאגט וידבר משה הייבט מען אן, אזוי אז ביי שמונה עשרה זאל מען קענען מיטדאווענען מיטן ציבור.


הללו את ה' כל ..

נאך שמונה עשרה הייבט אן די חזן -געווענדליך א משלנו פון די WD40 געמיינדע- אראפ צולייגן א הלל כדבעי, דא ווערט שוין דער עולם מער קאנעקטעט מיט..... אוי איך כעדענק נישט וואס..... בקיצור מען איז קאנעקטעט. געווענדליך וועט דער בעל תפלה נעמען די לעצטיגע קאנעקטינג ניגונים און ארויף לייגן אויף די פסוקי הלל. למשל היי יאר ביי השמים שמים לה׳ וועט מען לכאורה צוקלעבן די שמים וארץ העי העי העי ניגון, מאך א ברכה אויף לא לנו וכו׳, דער עולם זינגט מיט ממש א נחת.


ומשארותם צרורות בשמלתם

גוט יום טוב, גוט יום טוב, מען האט שוין געענדיגט דאווענען מאכט זיך א שטיקל פאנטשער, די מאמע שרייט צום סדר זאל יעדער טוישן קליידער, נישט ווי פריער געפלאנט צו בלייבן מיט וואס מען האט אן, נאכדעם וואס זי האט געזען ווי משפחת לאנגנאז האבן זיך געטוישט צום סדר (הגם זיי האבן זיך געטוישט ווייל די בעבי האט זיך שמיציג געמאכט סא האט מען געמוזט טוישן, האט מען כדי נישט ח"ו צו אביוזען די בעיבי, שוין געטוישט די אנדערע צוויי, זיי זאלן אלע מעטשען) אונז קעמיר נישט אויסקוקן נעבעכדיג קומט זי מיט א גערעכטע טענה,

די טאטע פין זיין זייט האט א טענה ער האט דאך פערזענליך בעצם נאך פאר מען איז געקומען געהאט אויסגעוועלט פאר דער קינדער דאס וואס מען האט יעצט אן צו גיין ביים סדר, ונמיקו עמו, ווייל די טאטע וועלענדיג אזוי מהדר זיין אין דעם חייב אדם לשמח את אשתו ברגל, ובבל בבגדי צבעונים, האט זיך נישט געפוילט און מהדר געווען אלץ מצוה בו יותר מבשלוחו, אליינס צו גיין אויף זוכן און אויסוועלן, ער האט אוועק געגעבן פאר דעם אפאר שעה ביז ער האט געפונען וואס ער האלט איז פאסיג פאר דעם אמו של מלכות, ביי אזא דערהויבענע סדר נאכט, ער האט אפי' נישט געקענט גיין צו די מצות באקן פון זיין משפחה צילוב דעם, דארט שטייט דאך נישט חייב און ער האט שוין געשיקט אפילו אויף א וואטסעפפ פאר אפאר חברה א פיקטשער דערפון, אן אלע האבן פה אחד מודה געווען אז ער איז א מהדר במצוות און לויט דעי חפץ של מצוה האט ער שוין ערב יום טוב אפגעמאכט וואס די קינדער זאלן גיין עס זאל זיי דומה למלכה, ווי קען מען יעצט אלעס צושטערן?!

אבער חכמת אשה בנתה ביתה, זי איז אויף געקומען מיט א קלייד פאר די קינדער וואס קען עכט אויך מיטגיין מיט די מאמעס, די טאטע קוקט צוויי מאל איבער, יא גערעכט ס'קען גיין, די מאמע פארשטייט גוט, סוף כל סוף איז א געווארענער נישט ווי א געבוירענער.

המשך יבא
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דינסטאג אפריל 09, 2019 11:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:43 pm

שיגענער דו...

בד"וו, פונעם מנהג צו עסן קארטאפל טשאלנט מיט קארטאפל-מעהל קושקע פאר טועמי' האסטו פארגעסן?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג אפריל 05, 2019 1:06 pm

פיינע נייעס :lol: :lol: :lol:

כ'האף גייסט אונז נישט לאזן ווארטן נאך א יאר

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » פרייטאג אפריל 05, 2019 1:53 pm

יוש ביסטו גוט!!!!!!

אבער איך מוז דיך זאגן..... איימסארי.... קוקסט אויס ווי אן..... אינסיידער!!!!!!!!

יישר כח גדול מאוד!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג אפריל 05, 2019 1:59 pm

וועלקאם בעק!
מיט די גאנצע שטארקייט!!!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג אפריל 05, 2019 1:59 pm

זאג! א שמאלץ פלעק האסטו נישט? יו איז דעיס שמאלציג... צוקער זיס (ח"ו, נישט התאחדות)
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

האיש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 3:34 am

תגובהדורך האיש » פרייטאג אפריל 05, 2019 3:02 pm

PDF Version
צוגעלייגטע
חלק ב.pdf
(229.78 KiB) דאונלאודעד 91 מאל

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג אפריל 05, 2019 3:20 pm

דער שאבאטאן WD-40 איד ווי דו רופסט אים אן קוקט אויס איז פון א פאמיליע וואס די טאטע האט אייביג געהאט אזוינע קאמענטארען צו זיינע קינדער אוואו דו אין דיינע ארטיקלען. און אז אלסדינג איז סייווי נעגאטיוו, לאמיך כאטש ענדזשויען בעין ( אפילו אויב ער גלייכט עס נישט באמת) אזוי אום צו צייגען די היפך פון וואס ער האט אייביג געהערט אנע פונקטליך פארשטיין פארוואס אלעס איז נאר שווארץ
בוי זיך זעלבסט

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג אפריל 05, 2019 3:41 pm

זעלבס פארשטענדליך קיין פראגע אפי׳ נישט אפי׳ שייך אנדערש צו זאגן
זיין טאטע, רבי, מנהל, חבר, קאזין, שכן, באס דרייווער, זענען אלע חלק כחלק יאכלו אויף זיינע דורכפעלער פרעג סיי וועם פין זיי אין זיי וועלן עס קלאר באשטעטיגען
ווער האט אויסגעגאסן די מילך יעדער נאר נישט איך

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג אפריל 05, 2019 5:32 pm

כא כא כא האט געשריבן:איימסארי.... קוקסט אויס ווי אן..... אינסיידער!!!!!!!!

:lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אפריל 05, 2019 6:08 pm

פיין פיין, לכבוד שבת קודש.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש אפריל 06, 2019 9:44 pm

גאר פיין

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש אפריל 06, 2019 9:46 pm

שכח פרידן פאר די פארזעצונג. קומסט אריין שטערקער און שטערקער.
איך ווארט פאר די חול המועד האלטן...
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אפריל 07, 2019 1:35 am

הפלא!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
הויעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » זונטאג אפריל 07, 2019 2:28 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:שכח פרידן פאר די פארזעצונג. קומסט אריין שטערקער און שטערקער.
איך ווארט פאר די חול המועד האלטן...


ווי יאגסטו זיך? וואס איז מיט די סדר?
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג אפריל 07, 2019 1:06 pm

.
לעצט פאראכטן דורך נישט פשוט אום דינסטאג אפריל 09, 2019 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 07, 2019 3:01 pm

.
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מאנטאג אפריל 08, 2019 1:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2012
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:48 pm

PDF חלק א' עם חלק ב'
צוגעלייגטע
wd40 1.pdf
(190.11 KiB) דאונלאודעד 92 מאל

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:08 pm

פרידן האט געשריבן:PDF חלק א' עם חלק ב'

שכ״ח

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:22 pm

שלום לך ידידי הרב פרידן שליט"א

הגם מקירוב משפחתי גלייך איך נישט צו לאכען, ווען די נאר איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט, אבער ווען איך האב עס פאריאר געשיקט ווייטער פאר מיינע געשוויסטער (פון די אנדערע זייט) בבחינת רעדען צום טאכטער און מיינען די שנור... האבען מיר עטליכע באפאללען זייער שטארק אז דאס איז די גרעסטע שנאת ישראל וואס זיי האבען נאר אמאל געזעהן... קען איך יעצט שוין נישט משפיע זיין מאוצרך הטוב, אבער דיינע ווערטער זענען ריזיג גוט "כרגיל" די פארבלעם איז אז דו ווייסט נישט ווי גוט די שרייבסט

מיר ווארטען אויף די המשך
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט