בלאט 1 פון 9

צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל - ה' חלקים

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:06 pm
דורך פריילעך אידל
נארט קארעא א נאמען וואס שטעלט מיט זיך פאר רציחה, פחד, אנגסט, און ארעמקייט, אבער מיט דעם אלעם איז אלעס איבער דעם לענדל פארשלייערט אין א מיסטעריע.

די גרויסע וועלט ווייסט גאנץ ווייניג וואס טוט זיך אין דעם לאנד, ווייל ווי אין יעדע דיקטאטורשאפט, איז די אינפארמאציע וואס קומט אריין און גייט ארויס גאר באגרעניצט, און ווערט פולשטענדיג קאנטראלירט דורך די רעגירונג, וועלכע זוכט אויסצובאהאלטן זייערע שיינע מעשים פון די אויגן פון די וועלט.

צפון קארעא איז אפן פאר טוריסטן און דזשורנאליסטן וועלכע ווילן באזוכן דעם לאנד, אבער אלעס גייט צו מיט א שטרענגן קאנטראל. קודם מוז מען באקומען א באשטעטינגונג פון די רעגירונג אריינצוקומען, און דורכאויס דער גאנצע נסיעה מוז מען ווערן באגלייט דורך צוויי באגלייטער וואס די רעגירונג שטעלט צו. דער נסיעה ווערט פולשטענדיג אויסגעפלאנט דורך די רעגירונג, פונקטליך ווי צו גיין, און וואס מען מעג אפכאפן, עפי"ר ערלויבן זיי צו באזוכן בלויז דעם הויפט שטאט פיאנגענג, וועלכע איז עטוואס שיין און אויפגעבויט.

פאלגנד ברענגען מיר אייך אראפ א דעטאלירטן בילדער באריכט פון א פאטאגראפיסט וועלכע האט באזוכט צפון קארעא, און טיילט מיט וואס זיינע אויגן האבן געזען.

ליינט און האט הנאה!


פארענדיג אויף די שאסייען אין צפון קארעא איז אן אינטערעסאנטע איבערלעבעניש, ווי מיר האבן א מעגליכקייט צו זעהן די טאג טעגליכע לעבן פון די בירגער, נישט קאַנטראָלירט דורך די רעגירונג ווי אין פּיאָנגיאַנג. דער דרייווער פארט דייקא אויף א שנעלן ספיד, און א פראוו צו באהאלטן וואס מען זעהט, פארט האבן מיר א געלעגנהייט אויפצוכאפן פארשידענע אינטערעסאנטע אנאקדאטן איבער די לאקאלע לעבנסשטייגער.

די שאסייען פארבינדן די הויפּט שטעטלעך פון דעם לאנד און זענען טאָטאַל קאר-פריי. דאס גיבט א זייער מאדנע אַטמאָספער, זינט די שטראזן זענען אזוי גרויס ווי ערעפלאן ראנוועיס, אָבער אין א נאכגעלאזטער צושטאנד מיט פילע באמפס און לעכער.

אַלץ איז פלאנירט ווען איר באַזוכן צפון קארעא, אַפילו די בתי הכבוד אפשטעלן. עטליכע קליינע געשעפטן וועלכע קומען כאילו ארויס פון ווייסעכווי, באגריסן אייך מיט אַ רואיגן מאמענט, ווי ווידער וועט איר האבן די געלענהייט צו לייענען פראפאגאנדע אויף די ווענט. עס וועט אויך גיבן דיין שאפער א געלעגנהייט צו קויפן א טרינק.

#1
א פארנומענער טאג אויפן שאסיי...
איך פרעג מיין שאפער: איך דארף ארויסגיין, קענען מיר זיך דא אפשטעלן אין די זייט?
זאגט ער: ניין! עס איז א סכנה זיך אפצושטעלן אינמיטן א שאסיי.
איך: אבער איך האב נישט געזען קיין קאר פאר א שעה?!
שאפער: מיר האבן א געפלאנטן סטאפ, ביי א האלבן וועג!
בילד

#2
יא, אין צפון קארעא איז ערלויבט צו דרייוון א ביציקל אן פחד אויף די שאסייען...
בילד

#3
א קינד מיט זיינע קאטשקעס אויף די זייט פונעם שאסיי.
רוב צייט נוצן מענטשן די שאסייען פאר זייערע טעגליכע אקטיוויטעטן, וועגן דעם ווערן זיי אזוי איבערראשט צו זעהן א קאר אדער באס אריבערפארן...
בילד

#4
עס איז פארבאטן אריינצופארן אין פיאנגענג מיט א שמוציגער קאר, איז נאך א לאנגער וועג אויפן שאסיי, ברויכן די קארן און באסעס ווערן געוואשן בעפארן אריינקומען אין שטאט.
ווי דער שאפער ערקלערט איז דאס א מיטל צו צייגן דעספעקט פארן "פירער".
בילד

#5
די וועגן אויף די שאסייען לאזן אונז זען די ריאליטעט פון דעם לאנד, און די אומאנטוויקלונג. עס קוקט אויס ווי צייט האט זיך געפרוירן אין די פופציגער יארן.
בילד

#6
די שאסייען זענען אזוי ברייט, אז ערעפלאנען קענען אפילו לאנדן דערויף.
בילד

#7
טאקע נישט פארהאן קיין טאול בודקעס אין צפון קארעא, אבער איר קענט נישט פארלאזן פיאנגענג אן א ספעציעלע ערלויבעניש.
בילד

#8
אין א געפלאנטן אפשטעל, טרעפן מיר זיך פלוצים אינמיטן שאסיי, אין קליין געשעפט ווי מען פארקויפט אלקעהאל.
(ווארשיינליך האבן נישט די פשוט'ע בירגער קיין ציטריט דערצו, נאר די טוריסטן)
בילד

#9
א לייוו ארקאסטרא שפילט אויפן ראוד וואס מען האלט אינמיטן איבערמאכן.
בילד

#10
א שאסיי אינטערסעקשאן וואס ווערט ממש קוים גענוצט, אזש קינדער קענען טריקענען קארן דערויף!
בילד

#11
דאס זעהט מען די גאנצער צייט ביים שאסיי נאנט צום גרעניץ מיט דרום קארעא, אזאלכע ריזיגע צעמענט בלאקס. זיי קענען גענוצט ווערן צו פארשפּארן די שאסיי אין פאל פון אן אמעריקאנער אינוואזיע.
בילד

#12
קוים וואס איך האב געזען קארס אויף די שאסייען פון צפון קארעא בעת אלע מיינע זעקס רייזעס. איצט בין איך מזל'דיג צו געפינען אן "אמעריקאנער" ... האמווי!
(מיינע שאופערס זענען דווקא געשטערט דערפון, ווי זיי ווייסן ווי סימבאליש דער קאר איז אין זייער לאַנד, ווי מען פראבירט דאך צו באהאלטן יעדעס ברעקל פארגעשריטנקייט, און אז עס עקזיסטירט א גרויסע וועלט... עס איז דער ערשטער מאל וואס איך הערן זיי קריטיקירן עפעס פון זייער סיסטעם.)
בילד

#13
אינמיטן שאסיי שטעלן מיר זיך אפ אין א שיינער רואיגער ווינקל.
בילד

#14
אסאך מענטשן שטייען פאר א "טרעמפ", אבער זיי קענען ווארטן שעות...
איך פרעג מיין שאפער אויב ער קען אפשטעלן אונזער ליידיגער טאור באס פאר זיי,
זאגט ער מיר, ער קען נישט, עס איז ממש אוממעגלעך פאר אים דאס צו טוען.
בילד

#15
א קליין פעדלער טישל אויף די זייט פון דעם שאסיי. זיי פארקויפן אויך אפאר עפלעך. איין יורא פאר איין עפל. דאס איז די ערשטע מאל איך פארזוך פרוכט, זייט מיין צוויי וואכיגען באזוך.
בילד

#16
אין מיין לאנד קען מען צומאל אנטרעפן חיות אריבערגיין דעם ראוד, אין צפון קארעא קענט איר זעהן די לאקאלע קינדער אריבערשפרייזן דעם ריזיגן שאסיי...
בילד

#17
איראניש, די איינציגע אדווערטייזמענט בילבאורדס ערלויבט אין פיאנגענג, זענען וועגן... קארס! (וועמען אינטערעסירט דאס, קיינער קויפט דאך סייווי נישט...)
בילד

#18
דער טעגליכער לעבן.
בילד

#19
אסאך לעכער זענען פארהאן אויף די שאסייען, ממילא ברויך מען אסאך ארבייטערס זיי צו פאררעכטן...
(זיכערהייט איז נישט זייער הויפט פאיאריטעט, זיי לייגן דעם 'העזארד' שילד גלייך נעבן די ארבייטערס, נישט 200 פיס ארויפציר...)
בילד

#20
דער טעגליכער לעבן.
בילד

#21
ארבייטער ביים פאררעכטן די שאסיי.
בילד

#22
די סצענעס קען מען זעהן ביי די זייטן פון דעם שאסיי.
אן איבערגעפילטן טראק גייט שלאפן, בשעת רויעך קומט ארויס...
איך האב געהאט די געלעגנהייט צו נעמען די בילדער בלויז ווייל... נאך א לאנטש, טוען מיינע שאופערס געניסן פון די באקוועמליכקייט פון די באס זיצן, און שנארכן אריין...
בילד

#23
פילע פראפעגאנדע בילבאורדס קענט איר טרעפן ביי די זייט פון די שאסייען. א היפש גרויסע אינוועסטמענט און קאנטראסט צו די טראנספארט...
לייעט זיך בערך ווי פאלגנד: לאמיר מאכן מיין לאנד שיינען מער פאר דעם גרויסע גענעראל קים יאנג אן! (ענדלט עפעס ווי מעיק ... גרעיט...)
בילד

#24
דער טעגליכער לעבן.
בילד

#25
דער טעגליכער לעבן.
בילד

#26
דער טעגליכער לעבן. (וואס?)
בילד

#27
א שילד גיבט אנצודייטן אז סעאל (הויפט שטאט פון דרום קארעא) איז בלויז 64 קילאמעטער פון צפון קארעא.
בילד

#28
"אומאפהענגיק, פרידן, פאראייניגונג" אויף דעם צעמענט בלאק אויפן DMZ שאסיי.
בילד

#29
דער טעגליכער לעבן.
בילד

#30
ביים אפשטעל פאר בתי כבוד, ווי עס איז אגב נישט פארהאן קיין וואסער שטראם, קענט איר זיך מחי' זיין מיט אביסל פראפעגאנדע אויף די ווענט.
בילד

----
חלק ב
חלק ג
חלק ד
חלק ה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:18 pm
דורך וואוילע שעפעלע
WOW!!!

סארא ארבעט דער האט אונז דא ארויס געווישט אזוי פון אונטער די ארבל...

טענקס!



(און פון זיי ציטערט מען...)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:21 pm
דורך א. טראכטער
;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:35 pm
דורך יאסעלע
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:WOW!!!

סארא ארבעט דער האט אונז דא ארויס געווישט אזוי פון אונטער די ארבל...

טענקס!



(און פון זיי ציטערט מען...)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:36 pm
דורך פעיק נוז
WOW ;l;p- ;l;p- ;l;p- מעסיוו

איך גלייב אבער אז פיאנגעינג קוקט נישט אזוי אויס

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:49 pm
דורך טראבל מעיקער
;l;p- ;l;p-
איך מיין אז כ'האב עס ערגעץ געליינט א יאר צוריק בערך. אבער אין מאמע לשון איז עס גאר עפעס אנדערשט!!
טענקס!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:44 pm
דורך Efroiach
Wow! ברייטע שאסייען, זיי רופט מען צוריקגעשטאנען?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:15 am
דורך איסר האטלקי
א גריס פון יענע זייט וועלט. דאס הייסט אינטערעסאנט. ברענג וויפיל עס איז דא!!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:21 am
דורך שאהן הענניטי
איך האב אזוי רחמנות אויף די פענימער פון די בילדער

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:31 am
דורך גאפל
;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:46 am
דורך תן חיוך
Wow!
Thanks
Very nice
וואלט געווען אינטערעסאנט מיטצולעבן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:59 am
דורך שמחת עולם
א גרויסן דאנק! זייער הנאה געהאט!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 1:29 am
דורך לכאורה
א דאנק אייך פארן ברענגן די שיינע בילדער און באשרייבונג

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 9:21 am
דורך דונש
ייש"כ פריילעך אידל!

העכטס אינטערעסאנט, סיי די באשרייבונג און סיי די בילדער!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 10:49 am
דורך שירה פען
;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 10:59 am
דורך אלט מאנרא
זייער אינטערעסאנט ייש"כ

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:17 am
דורך טעם וריח
גאר אינטרסאנט, א שיינעם דאנק

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:19 am
דורך טראנספארט
שיין, הנאה געהאט.

ייש"כ

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:20 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
זייער אינטערעסאנט און א רחמנות אויף די איינוואוינער, סתם נייגעריג האבן יודן אמאל געוואוינט בכלל אין איינע פון די קארעא'ס?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:28 am
דורך אויסגערעכנט
זייער אינטערסאנט, איך האב מיר געשפירט ווי אויף א טור.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:36 am
דורך Bookkeeper
יישר כח זייער שיין , פארט ראט איך קיינעם נישט צו פארן אהין , איך מיין איר ווייסט פארוואס......

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:41 am
דורך סאכדעס
זייער שיין און אינטערסאנט, דאנקע שיין.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:48 am
דורך באקסער בוים
מעסיוו שיין, און אינטערעסאנט!

אויב האסטו נאך, זיי נישט קיין כובש נבואתו, לייג עס ביטע שיין ארויס.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:57 am
דורך פלטיאל
גאר אינטערעסאנט, יישר כח

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:00 pm
דורך האסט נייעס
שכח. הנאה געהאט,