ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 9: די הויז אויף מאסטאווע

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג ינואר 09, 2017 9:41 pm

בעזרת השם מיט ענקערע חיזוק און קאמפלימענטן.

(איך האף נאר אז דו וועסט נישט האבן קיין שווערע קשיות)
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג ינואר 10, 2017 10:29 am

איינער וויל זיך מנדב זיין צו געבן א קורצע חזרה אין קורצן פון פריער?
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג ינואר 10, 2017 10:49 am

די הויז אויף מאסטאווע

צווייטער פארזעצונג:

אין קורצן פון פריער:

מאטי א אמעריקאנער אינגערמאן פאלט אריין אין א ריזקאלישער געראנגל פארכאפט צווישן דריי באוואפענטע גרופעס. אלעס הייבט זיך אן נאכן זיך אריינלייגן אפיר צו זוכן פארלוירענע פארמעגנס אין קראקא פון בעפאר דעם צווייטן וועלט קריג, און דאן פארטשעפעט ער זיך מיט א העסליכע גרופע נעא נאציס. אין האטעל פארבלאנדזשעט ער אין רום פון צוויי אמעריקאנע אגענטן, וועלכע רעקרוטירן אים צו א שעדליכע מיסיע, אנטקעגן רוסישע שפיאנען וועלכע געפינען זיך אויך אין די זעלביגן האטעל, דאן ווערט ער פארכאפט פון ....
די שרעקליכע סאדיסטן די נעא נאציס.



* * *
א האלבע שעה פריער:

אין רום 358 האט זיך געטוהן פיבערהאפטיגע מיטונגען פארבינדען מיטן קאמאנדיר איבער די אקציע פון מאסקעווע, באריס די קאפ פון די קליינע גרופע, האט געזעהן שוין צוויי מאל דורך די קוקער פונעם האטעל טיר, א דריטער פארשוין גיין און קומען צו די רום פון די אמעריקאנער, אזא איינער פון וועמען ער האבן נישט געהאט קיין שום אינפארמאציע פון זייער אינפארמאנט אינערהאלב די פוילישע רעגירונג, דאס האט אים ארויס געברענגט בייז בלוט, פון גרויס צארן, דאס טייטש די חברה האבן אונז איבערגעקליגט מיט א דריטער אגענט אקטיוו אונטער אונזער נאז.

ביז א קורצע צייט האט שוין באריס געהאט די פולע ערלויבעניש פון זיינע אויבערהארן צו טוהן וואס ער פארשטייט צו דערגיין ווער דער דריטער אגענט איז, די ערשטע זאך, האט באריס אנגעהויבן טיילן באפעלן ווי א קאמאנדיר אויפן שלאכטפעלד, סערגעי צו די מיני ווען, שטעל דיר קעגן דעם אריינגאנג צום האטעל, און די סקונדע וואס דער קליינבאבערדעלטער פארשוין שטעלט ארויס א טריט פון האטעל, לאז מיר זאפארט וויסן אויף די קאמיניקאציע אפאראט, צינד אן דעם מאטאר גרייט נאך צו פאלגן זיינע טריט.

באריס מיט וולאדמיר זענען געבליבן אויבן אין האטעל צימער זיך אנלאדענען די געפעק אויף די לענדן, זיין גרייט מיט די אקציע ווען עס ברויך אריין גיין אין קראפט.

ער האט זיך יעצט אריינגעזעצט אין זיין מערצעדעס, האט זיך געהערט אין די רוסישע קאמיוניקאציע אפאראט, א האלבע מינוט שפעטער זענען שוין באריס און וולאדמיר געזעצן אין די מיני ווען, און א מינוט שפעטער האבן זיך די רעדער פון א רוסישע מיני ווען גענומען דרייען אויפן אספאלט פון די קראקעווער גאסן נאכפאלגענדיג א טינקל בלויער מערצעדעס.

* * *


9:00 אין די קראקאווער שטאטישע פארק, א לייכטער שניי פאלט אן אויפהער, און דעקט צו מיט איר אינהאלט יעדן באשטאנד, ווען א קאלט ווינטל בלאזט צווישן די אפגעהוילטע צווייגן, אויף א באנק ביים ווינקל פון פארק זיצן און לאזן זיך אביסל לופטערן נאך א טאג ארבעט צוויי גוטע פריינד און שמועסן גאר פריינטליך ווען צווישן איין ווערטל אין צווייטן ליידיגט זיך אויס איין פלעשל ביר נאכן צווייטן אריינגיסענדיג איר אינהאלט צו דעם טריקענעם גארגל. אזוי האט אויסגעזעהן די סצענע פאר סתם א דורך גייער.

דיק און דזשעק זיצן און ווארטן מיט גרויס געמאכטע רוהיגקייט, אויף זייער פריש איינגעשפאנטער אגענט, וועלכער האט שוין געדארפט זיין צוריק פון זיין ערשטן מיסיע אין זיין נארוואס געקרוינטע קארעריע.

9:10 איז שוין די שניי ארום די גאנצע באנק געווען צווישט און צוקלאפט פון זייערע נערוועזע שטיוול, אבער פון מאטי איז נישט דא קיין זכר, די חברה הייבן אן ווערן אנגעצויגן, די גלידער הייבן זיך אן צאמציען און די הענט ווערט ווי אטאמאטיש געווענדט צום פאסיג ווי עס ווארעמט זיך אן אנגעלאדנטער רייפל.

9:15 דזשעק, רופט זיך אן דיק, איך מיין עס איז געפארפול צו בלייבן דא זיצן, ער איז אויסגעלאפן פון צייט, געגאנגען, עס קען גאר זיין אז ער האט דעם טרעף פונקט ארויס געגעבן פאר אומגעווינטשענע עלמענטן, אונז ברויך מיר אפציען פון דא, גיי מיר איינטשעקן אין א צווייטן האטעל און דאן וועל מיר זעהן וואס זענען אונזער קומענדיגע שריט.


* * *


א שנעלן בליק אויפן שפיגל צו די אונטערשטע זיץ, האט פאר מאטי קלאר געמאכט אז מיט דעם יעניגן מיטן רעוואלווער אין די האנט, לוינט נישט זיך אנצופאנגן, זיין מערדערליכע מינע אויפן געזיכט איז געווען ווי צוגעפאסט צו זיין קאלטבלוטיגן פרצוף, אונטערגעשטיצט פון א צוקאליטשע מארדע און א שורה אויסגעהאקטע ציין, וואס האט עדות געזאגט אויף נישט ווייניג ביטערע געשלעג.

א שרעקליכע צומישעניש האט געהערשט ביי מאטי אין קאפ, ווער איז דער באנדיט, ער זעהט נישט אויס ווי סתם א רויבער, פון וועם איז ער אהער געשיקט געווארן דא מיר פארכאפן. די אמעריקאנער, נע קען נישט זיין, איך האב דאך קוים ממש בעפאר געשלאסן מיט זיי א דיעל, זיי האבן אויסגעקוקט ווי ווארטס מענטשן. אפשר גאר די רוסישע, ניין אויך נישט איך האב דאך נאך נישט געהאט קיין שום פארקער מיט זיי.

א שרעקליכער געדאנק האט אויפגעבליצט ביי מאטי אין מח, איך בין פארכאפט ביי בלוט דארשטיגע חיות, אבער נישט פשוט, נאר ספעציעל אידן פיינט, די זענען דאך אוודאי פון די מאסטאווע גאס, איין איינציגער באשעפער, ווי זעה איך מיך ארויס פון זייערע ברוטאלע נעגל.

מאטי האט געהאפט מיטן בעסטן ווילן, אז מיט עפעס א פארלעצונג אין די געזעץ וועט פון ערגעץ ווי ארויס וואקסן א פאליציאנט און אים אפשטעלן, און אנטפלעקן זיין פארכאפער וועלכער הויערט אים פון אונטן באוואפענטערהייט, אבער להכעיס יעצט ווען ער האט זיי געברויכט, נישט קיין חילוק וויפיל ער האט געספיד איבער די מאס, איז נישט געווען צו געפינען קיין געזעץ היטער פאר קיין נויט.

נאך עטליכע ווילדע מאנעוורעס, איבער די קראקאווער גאסן, מיטן ציל אפצושאקלן סיי וואס פאר א נאכשלעפערס, האט זיך מאטי געזעהן ביים עק שטאט ווערן ארויסגעפירט אויפן וועג ארויף צום הויפט שאסיי וועלכער פירט מזרח פוילן, א סקרוך איז אים אריבער אין די ביינער ווער ווייסט ווי ער גייט מיר דא פארפירן אז קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן ווי איך בין אהינגעקומען.

*

פון א היבש ביסל דיסטאנץ אפגעריקט האט זיך מיט געכאפט ארויף צום הויפט שאסיי א מיני ווען פראבירנדיג זיך צו האלטן אין שפאן פון דעם ווילד געפירטער אויטא אן צו באמערקט ווערן.

נאך א צוואנציג מינוט ווילדע פארן אויפן הויפט שאסיי, האט זיך מאטי געזעהן פאלגן ווי א וואוילע שעפעלע דעם באוואפענטער פארשוין, און אראפ פארן דעם עקזיט.
אין א ליידיגער פארשנייטער פארקינג לאט איז געשטאנען פארקירט א מיליטערישע דזשיפ מיט נאך א באנדיט און זיך געווארעמט, אנגעצינדן די מאטאר גרייט אפצופארן, שטעל דיך אין די זייט, מאטי האט געהארכט דעם באפעל ווי א קליין קינד.

נאכן דורך גיין א גרינטליכע רעוויזע איבערן גאנצן קערפער, אריינכאפענדיג אזוי בדרך אגב עטליכע געזונטע שטויסעס, האבן די באנידטן אים קאנפסקירט אלע זיינע פריוואטע חפצים ווי סעלפאון בערזל, שליסלעך און וואס נישט, דו וועסט דאס שוין נישט דארפן האט ער זיך געקוילערט פאר געלעכטער פון זיין אייגענע גוטס.

זעץ דיך אריין אינם דזשיפ אן קיין חכמות, קיין אנדערע ברירה האט מאטי סיי ווי נישט געזעהן פאר די אויגן, לויפן ווי, אינם וויסטן חלל פון דעם ליידיגן פארקינג לאט, ווי עס וועט זיי נישט קאסטן מער ווי איין קויל אים צו דעריאגן, ניין נישט דא.

אינם דזשיפ איז שוין עמיצער געזעצן ביים רעדל און געווארט ווי אפגעשמועסט פאר דעם ליפערונג, פארזעצט די טירן, דער פארכאפער האט זיך אריינגעזעצט פון פארנט נעבן דעם דרייווער און ויסעו.

מאטי קוקט זיך אים אין זיין פארשפארטע קאבינע אין די אונטערשטע זיצן פון דעם דזשיפ ווי ער איז אריינגעשליידערט געווארן, פארהאקט און פארזעצט אן קיין שום מעגליכקייט זיך ארויס צו זעהן פון דעם פארעדיגן תפיסה, ביטערע קרעכטצן האבן זיך ארויס געריסן פון טיפעניש פון הארץ, אוי הייליגער באשעפער נעם מיך ארויס אומגעשעדיגט פון די גרויזאמע נעגל.


* * *

די מיני ווען האט זיך זייער געמוטשעט צו האלטן אן אויג אויף דעם סוספעקט, איינמאל די מערצעדעס האט זיך ארויס געגליטשט אינם עקזיט, וויבאלד מיט א קליינער טעות אין אזא ליידיגן געגענט, וואלט ער גאנץ שנעל באמערקט געווארן, א דערנעבענדיגער געז סטאנציע איז געווען זייער בייהילפיג פון ווי מען האט געקענט מיט האלטן וואס עס שפילט זיך אפ נישט ווייט אין דעם פארקינג לאט, גענוג צו זעהן אז די פאסאנזשירן פונעם מערצעדעס גייען אריבער צו א דזשיפ און נעמען צוריק דעם עקזיט ארויס, באריס האט נישט געקענט פארשטיין וואס די דאזיגע טרענספער מיינט, אבער ביז דערווייל ווי לאנג איך האב אים נישט פארלוירן איז אלעס אקעי.


*


נאך א גוטע פאר שעה פארן גראד אויפן צענטראלן שאסיי, ווען די זין האט זיך שוין אנגעהויבן נייגן צו מעריב אנזאגענדיג אז אט אט פאלט שוין צו דער טונקעלער נאכט, האט זיך שוין אנגעהויבן צו זעהן אויפן האריזאנט דער לעמבערגער געגענט נישט ווייט פונעם אוקריינישן גרעניץ, ווי דער דזשיפ האט אנגעהויבן פארשטאטערן דעם ספיד פון איר ווילדע גאלאפ, און דאן אראפ געפארן פונעם שאסיי, זיך ווענדענדיג צו א לאקאלן שאסיי וועלכער פירט אריין אין א פוסטער אומבאוואוינטער געגענט צווישן פעלדער און וועלדער.

באריס עקספערטיוו פון לאנגע יאר אין נאכפאלגונג איז אים גוט צוניץ געקומען אין די פאר שעה, אבער אלעס ביז אהער, נישט דא קיין צוויי ברירות אהער מיט די נאכט וויזיע ברילן, אויסגעלאשן די העד לייטס, און זיך נאכגעשלעפט נאכן דזשיפ אויף די ליידיגע שטרעקעס.

אבער דאס איז אויך געקומען צו אן ענדע ווען דער דזשיפ האט מיט א שארפער דריי זיך גענומען אריינקריכן מיט אירע מאסיווע רעדער אין א מאראסטיגן שטעגל אין א געדוכט באוואקסענעם וואלד צווישן ריזיגע ביימער, און דארט פארשווינדען געווארן.

די דזשיפ האט געקלעטערט און זיך געווארפן אין די פייכטע זומפן, מיט אירע מעכטיגע פראדזשעקטארן אויפן דאך, וואס האבן געשיינט און לעכטיג געמאכט דעם גאנצן האריזאנט ווי אין מיטן העלן טאג, נאך א שיין ביסל מינוט'ן פארן איז זי געקומען צו א האסטיגן אפשטעל.



*


מאטי האט זיך ערוועקט פון זיינע טינקעלע מחשבות ווען צוויי פעסטע הענט האבן אים ארויסגעשלעפט פונם דזשיפ און אראפגעשטעלט אויף די פייכטע ערד.

מאטי האט זיך געדארפט רייבן די אויגן זיך צו צוגעוואוינען צו די מאדנע סצענע וואס האט זיך אנטפלעקט פאר זיינע אויגן, מאטי האט זיך געזעהן שטיין ביים אריינגאנג צו א טיפישע פרימיטיווע דערפל פונעם אור אלטן פארצייטישער פארגאנגענהייט, וואס ער האט נאר געקענט פון די געמאלענע מעשה ביכלעך.

די שארפע גערוך פון די ארומיגע באמיסטיגטע פעלדער האט זיך דערטראגן צו זיינע נאז לעכער און באגלייטונג פון הירזשען פון פערד, מעקען פון ציגן און קיען, וואען פון שאקאלן פון די ארומיגע געדוכטע וועלדער, און פארשטייט זיך עטליכע מעכטיגע בילן פון גרויסע שרעק אנווארפענדע הינט.

מאטי איז ממש ווי פארשיכור'ט געווארן פאר א וויילע געפינענדיג זיך אינם שיינקייט פונעם נאטור, שמעקן און זעהן אזא אלט פארצייטישע דערפל פון ווי עס דערהייבט זיך רויטע שינדלן דעכער פון איבער די פויערישע הייזקעס, שטרויענע כאטקעס אין יעדן ווינקל, ווי די קלארע בערגיגע לופט איז געווען עפעס וואונדערבאר,
א געזונטע דזשאכע אין די פלייצע האט אים צוריק געברענגט צו די ווירקליכקייט, ווי זיין ביטערע צושטאנד האט אים געזעצט אין פנים אריין מיט איר פילן קראפט.

קאומען זי שוויין, האט אים די גראבע שטומע פון זיינע פארכאפער ערוועקט, מאטי האט זיך געזעהן שטיין ביים ערשטע כאטקע פון דערפל וועלכער האט געדארפט צו דינען ווי אלץ וואכפונקט פון דארף.

א פויערטע מיט א לאפעטע אין די האנט, געקליידעט אין א ברייטן לאנגער גרין רויטער געקעסטלטער קלייד, וואס איר זוים דערגרייכט ביז צו די נאסע ערד, ווען פון אונטערן קליינטשיגן פיצעלע טיכל פארבינדען אויפן קאפ, שלענגלט זיך אראפ א לאנג צוזאמען געפלאכטענער צאפ, האט אנגעהויבן פרעגן איבעריגע שאלות, הערין, וועם שלעפט איר דא אזוי מיט.

א שרעקליכער געברים פון די מערדער, פון וואס איר זעהל האט כמעט אויסגעהויעכט און פארלאזט אירע קערפער, האט זיכער געמאכט אז זי האט שוין געפענט ברייט דעם האלצערנעם צוים וואס האט געדינט אלס טויער פון דארף, צו מאכן פלאץ פאר די גרופע געסט וועלכע זענען ווי עס שיינט געווען קענטבאר פאר איר.


*


מאטי איז געשלעפט געווארן צו א איינזאמע הייזקע ביים עק פון דארף, וואס קעגן אלע אנדערע הייזקעס וועלכער האבן שוין געזעהן אסאך בעסער צייטן, האט דאס געמאכט א רושם שוין ממש ווי א פאלאץ,
די טיר איז באלד צוברעקלט געווארן אין א הויפן שפענדלעך פון די צוויי געזונטע זעצעס פון מאטיס פארכאפער אויף דעם איינגעבויגענעם ברעט וואס האט געדינט אלס טיר צו די הייזקע.

א געזונטער פויער וואס פון זיין עהרנסטן מינע אונטער די דיקע וואנצעס וועלכע האבן זיך צונויפגעדרייט ביז די גראבע אויערן זיינע, האט אויס געזעהן ווי ער טראגט דא א עהרנסטן פאסטן, דער פארזיצער פונעם דארף, דער שוויין דארף האבן ביי דיר קווארטיר ביז אין די שפעטע נאכט שעות, האבן זיינע פארכאפער געדינערט.

כא כא כא, האט דער אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער אנטפלעקנדיג א מויל אזוי גרויס ווי א גרוב, וועלכע האבן ענהאלטן פארבלייבענישן פון עטליכע געבויגענע געלע ציין, דער שוויין וועט האבן ביי מיר א פיינעם גאסטהאזע, דא האט ער זיך שוין ממש געשטיקט פון געלעכטער.

מיט זיינע געביילטע פויסטן האט ער א כאפ געטוהן מאטי ווי מען טראגט א הינדל צו די שחיטה, און אים אוועק געשלעפט אונטער זיין הייזקע ווען פון זיינע אויגן שפריצן א אומפארמיידבארע האס צו דעם יודע וואס איז אריינגעפאלן אין זיינע הארטנעקיגע הענט.

מאטי האט אנגעהויבן ארויס צו געבן און א אומקאנטראלירטע ברעכן, אלעס וואס זיינע קישקעס האבן ארייגענומען אין זיך זינט ער איז אויפגעשטאנען, היינט צופרי אין קראקא, פון גרויס אפשיי און עקל, צו די שרעקליכע פארגרוילטע קווארטיר וואס זיין גוט הארציגער גאסט געבער, האט אים צוגעטיילט.

ער האט אים אריינגעשליידערט אין א שטרויענע ביידל צווישן א גרופע חזירים וועלכע האבן געפאשעט און גענישטערט אין די מיסט ארום דעם ביידל, און דאן פארהאקט דעם טיר און פארשלאסן אויף שלאס און ריגל מיט אפאר געזונטע ברעטער און קלעצער וואס נאר א געזונטער בער האט געקענט רירן פון פלאץ.

מאטי איז געווען זיכער אז ער וועט עס נישט קענען אריבער טראגן די שרעקליכע עקל און גרויל וואס האט אים באנומען פון זיך צו געפינען אין געגענווארט פון די מיאוס'ע בעל חי'. נאך אפאר מינוט שווער אטעמען אויסגעשטרעקט אויף דעם זאק שטרוי וואס ער האט געפינען אין דעם ביידל האט ער דערזעהן א אמפער וואסער, מיט וואס ער האט זיך אביסל ארום געוואשן דאס פנים, און אנגעהויבן קומען צו זיך.

געזאלצערנע טרערן האבן זיך אנגעהויבן אראפ קייקלן אויף זיינע באקן, און גאנץ שנעל אריבער געגאנגען צו א ביטערע אומפארמיידליכע געוויין, ווי עס האט זיך געגאסן טייכן טרערן פון בענקשאפט צו זיין ליבע היים, זיינע זיסע קינדערלעך, וועלכער ער גייט אזוי פריצייטיג פארלירן.

מאטי האט אנגעהויבן זיך עהרנסט גרייטן צו זיינע לעצטע פארבליבענע שעות אויף דעם עולם השפל, ער האט אנגעהויבן ממש שוועבן אין העכער ספערן וואס מען פארגעסט זיך פונם פארגרעבטן גוף און מען טראכט נאר פון העכערקייט, פון תשובה חרטה און חשבון הנפש, ביז ער איז אזוי אנטשלאפן געווארן אויף די זאק שטרוי אין א אומרוהיגע שלאף.

* * *

פארזעצונג וועט נאפאלגן בע''ה.

האט איר הנאה געהאט דאן לאזט אייך הערן.
אזוי אויך פאר סיי וועלכע קאמענטארן און הערות לאזט עס נישט ביי אייך.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 10, 2017 11:30 am

אומגלויבליך, א באשרייבונג מיט אזא איינצלהייטליכע שילדערונג פון יעדן באשטאנדטייל אין געגנווארט איז א זעלטנהייט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:09 pm

Wow! דו אנטוישט נישט! אנטויש טאקע נישט און שרייב ווייטער! האסט א רייכן פעדער און דמיון.

נאדיר א ;l;p- אויף דיין חתימה...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:46 pm

פלאי פלאים!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:49 pm

WOW
מיט דיין דמיון פארסטו פון די היינטיגע סאפיסטיקירטע שפיאנאזש ביז די אמאליגע פויערען און פויערטעס מיט זייערע האלב אנגעפאלענע ביידל און אלעס אינדערמיט,

געוואלדיג!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:52 pm

wow this is massive can't wait till the end

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 10, 2017 2:36 pm

אומגלויבליך בערי, לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן ביטע, האב רחמנות!!!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג ינואר 10, 2017 2:37 pm

אין איין אטעם אפגעליינט די גאנצע זאך.... איך מעג שוין אטעמען??? אפשר וועלן זיי הערן און מיר אויך פארכאפן...
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

תגובהדורך שלום זכר » דינסטאג ינואר 10, 2017 2:40 pm

מעכטיג! מעכטיג! מעכטיג!
ר' בערל פון קראקע יישר כח, אזוי גוט צו זיין, ממש מורדיג!
איך מעג וויסן ווי לאנג גייט זיך ציען דעי מעשה?
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » דינסטאג ינואר 10, 2017 3:31 pm

amazing

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג ינואר 10, 2017 3:54 pm

wow wow wow
keep it up
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג ינואר 10, 2017 4:12 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן: געזעהן פאלגן ווי א וואוילע שעפעלע דעם באוואפענטער פארשוין, .




דו מיינסט טאקע אז איך פאלג אזאנע פארשוינען?!

איך העל זיך נאך ארויסגערשנאפן פון אונטער אייערע נעזער אין שאטן פון די פינסטערע סוף חודש לבנה...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 10, 2017 4:28 pm

וואס זאל איך זאגען ? אז אויב זעהן נאר דאס אויף אייוועלט האט זיך עס געלוינט !
זעהט עפעס אויס גאר גאר דערמאטיש און שפאנענד אין הערליך !
נאך מיטן פולישען טעם ....
מיר קוקן שטארק ארויס אויף נאך !
ביי אונז פלעגט מען זאגען דאנקע שיינע !!!!! (און אידיש מיינט עס באמת א גרויסן דאנק !!!)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג ינואר 10, 2017 11:17 pm

eller האט געשריבן:וואס זאל איך זאגען ? אז אויב זעהן נאר דאס אויף אייוועלט האט זיך עס געלוינט !
זעהט עפעס אויס גאר גאר דערמאטיש און שפאנענד אין הערליך !
נאך מיטן פולישען טעם ....
מיר קוקן שטארק ארויס אויף נאך !
ביי אונז פלעגט מען זאגען דאנקע שיינע !!!!! (און אידיש מיינט עס באמת א גרויסן דאנק !!!)

גם אני מצטרף, פלאי פלאים!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מיטוואך ינואר 11, 2017 6:50 am

יאפס
בערל האלט ווארט
ווייטער געגאנגען מיט די געשיכטע

בערל, לאמיר רעדן גאנץ אפען מיט דיר
וואס האלסטו זאל איך עס אנהייבן ליינען אדער דו געבסט אזעלכע הבטחות אזוי ווי אישי און דערנאך וועלן אונז אלע בלייבן פישי?

האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

תגובהדורך האבגרויסהצלחה » מיטוואך ינואר 11, 2017 11:24 am

פרוביר אויך האט געשריבן:wow wow wow
keep it up

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 6:16 pm

ס'קומט נאך נאך ? אדער ביסט פארטיג ????
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » פרייטאג ינואר 13, 2017 1:34 am

קעניינע הארע

אויב איך מעג פרעגן, און בעטן
ווען קומט די קומענדיגע פארזעצונג???????????????
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג ינואר 13, 2017 11:30 am

די ראש הקהל איז זיייער ביזי !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג ינואר 13, 2017 11:37 am

אזוי ווי איר זאגט.
איר מוזט פארשטיין א נייער ראש הקהל זיצט יעדן טאג מיט די אלטגעזעצענע באזיצער פונעם גאנצן פלאטפארמע, און באקומט גאר געהיימע אינהאלטספולע בריפינגס, דעקומענטן, און וואס נישט, אלעס וואס מען ברויך וויסן אנצופירן מיטן גאנצן גלאבאלן מאסיוון אפאראט, אלעס זאל ווייטער גיין כשורה על צד היותר טוב, שלא יבוש המעין ולא יקוץ האילן עד שיקוצו וירננו שוכני עפר, אנטשולדיגט ווי בין איך פארפארן..........אה יא בקיצער זעמיר זייער זייער דיזי.
אבער זייט נישט באזארגט אנהייב די בעפארשטיינדע וואך וועלן מיר אייך נאס מאכן אייערע לעפצן און אויפהייבן אייערע אויערן איבער נאך א פארזעצונג און אפשר סוף וואך מיט נאך איינ'ס.

ביזדערווייל אלע חסידים ידידים ומעריצים בית קדשנו האסט מיר און זייטס מיר, א זאפטיגן טשאלנט און א לעכטיגע וואוילער מומחדיגער שבת פאר אלע אונזערע מעמבערס און אונזער מעכטיגער גרויסארטיגער אלוועלטליכע קהילה בכל קצוי תבל און פאר אלע אידישע קינדער אמן.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

דריטער פארזעצונג

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג ינואר 15, 2017 11:39 am

דריטער פארזעצונג:

חברה אונז גייען מיר נישט אזוי שנעל אויפגעבן אויף זיי, האט באריס געשטורעמעט זיינע קאלעגעס, ארויף מיט די טארבעס אויף די פלייצעס, און גיי מיר קלעטערן אין וואלד אריין.

באוואפענט פון קאפ ביז פוס, מיט די נויטיגע סקיען געצייג האבן די די דריי רוסן זיך אריינגעלאזט סקיען אין וואלד אריין אין די טיפע שנייען נאך די טיפע קריצן וואס דער דזשיפ האט איבער געלאזט נאך זיך.

דערנענטערדינג זיך צו די ליידיגע שטחים נאכן וואלד, האט באריס ארויס געצויגן פון זיין טארבע אפאר לאנגע פעסטע נעגל, א פעקל שטריק, אין ארויפגעווארפן אויף זיך א טייערע פארגעשריטענע שפאקטיוו.

סערגעי זיך מיר אונטער א פעסטן שטאנדהאפטיגער בוים.

אט האסטו וואס דו מיינסט, האט סערגעי אנגעוויזן אויף א דיקן בוים, די חברה האבן אריינגעזעצט אין בוים די נעגל, אריבער געווארפן די שטריק איבער א פעסטן צווייג, נאך א געזונטער שפרינג, עטליכע טריט אויף די נעגל האט זיך באריס באפעסטיגט אויף א באקוועמע פאזיציע, אויף א ברייטן צווייג, און מיטן שפאקטיוו צו די אויגן אנגעהויבן דורך זיפן דעם גאנצן געגענט ווי ווייט זיין אויגן זענען ערמעגליכט געווארן.

די דארפישע ווירטשאפט וואס האט זיך אנטפלעקט פאר אים אויף א פוסטע און וויסטע לאנדשאפט איז געווען פאר אים א חידוש ביז גאר.

מיט זיין געניטן שפיאנאזש אויג האט ער גאנץ שנעל אנגעמערקט עפעס צופיל מאדערנעזירטע איינריכטונגען אין דעם דארף, די פרימיטיווע דארף איז נאר א קאמפלוזש פאר אסאך טיפערס אונטער דעם.

וואס טוהט זיך דא אונטער דעם שלייער פון א קליין פארווארפן דערפל, איז דאס אן אמעריקאנע מיליטערישע באזע דא אין פוילן, האט אים געבורעט די פראגע אין קאפ.

באריס האט זיך געמאכט א שנעלן סקיצע פונם גאנצן דארף, וועלכע איז באשטאנען מער ווייניגער פון די זעלביגע גרויסע הייזקעס און שטאלן, דאן האט אים עפעס אויפגעבליצט.

ביים עק דארף איז געשטאנען אסאך א גרעסערע שטאל הויז מיט א שיפן רויטן דאך, אט איז עס, איז געקומען זיין באשלוס, דארט דארף עס צו זיין די געהיימניס פון דארף.

באריס האט פראבירט אריינצוזומען מיט שפאקטיוו, אפשר וועט ער קענען כאפן א טיפערן בליק דורך די גרויסע טירן, אבער אן קיין גינסטיגע רעזולטאטן.

באריס האט זיך גענומען איבערבליקן די גאנצע ארום, ארום דעם רויטן שטאל, ווען פלוצלונג האט ער אנגעהויבן אנצומערקן אז עס ציעט זיך א פאכמאניש קאמפלוזשירטער אויסגעפלאסטערטער וועג פון די צוויי גרויסע אונטערשטע טירן פונעם שטאל וועלכע טראגט אריין אינעם דערנעבנדיגן וואלד.

באריס שטייט און שטוינט וואס האט זיי דא אויסגעפעלט אויסצופלאסטערן דעם אסאפאלט מער ווי אינעם גאנצן דארף, נאכדערצו אזוי מאדנע און ברייט אריין אין וואלד אריין אונטער הויכע ריזיגע ביימער.


*

נישט דא קיין צווייטער ברירה איז באריס געקומען צום ריזקאלישן באשלוס, חברה אונז גיי מיר אריין אין דארף כאפן א שיינעם שפאציר.

סערגעי און וולאדמיר האבן אנגעהויבן שטעלן א ווידערשטאנד, ביז אהער, האבן די צוויי רוסקיס געווילדעוועט, אפילו ביז יעצט איז געווען נישט מער ווי א ווילדער שגעון פון נאכיאגן אזוי פיל שעות און פוסטעווען די צייט פאר עפעס אן אומבאקאנטער נישט געשטויגענער אגענט, וואס ווער ווייסט צו עס הייבט זיך אן אפילו, אפשר איז עס גאר א פוסטער דמיון פון איינגערעדטע שפיאנאזש איוזליעס.

אבער נישט מיט באריס, באריס דרייט זיך נישט צוריק אינמיטן א מיסיע אומפארענדיגט, נישט מיט באריס, איך וועל אויספירן ביז צו די ענדע.

סערגעי און וולאדמיר האבן געוויסט אז מיט דעם ווילדן מח איז נישט דא וואס צו מאכן, אונטערטעניגטערהייט, האבן די חברה אנגעהויבן מאכן זייער וועג אין די פינסטערניש פון די נאכט.
די ליידיגע צווייגן אראפהענגענדיג פון די הויכער ביימער, האבן גערוישט פון די קאלטע ווינטן אויף די הויכע בערג, אין די פינסטערע נאכט האט עס געווארפן שאטנס ווי ריזיגע באשעפענישן וועלכע ווארענען מיט די הענט און דראען מיט לאנגע שפיציגע פינגערס, ווי אנצוזאגן עס ווארט ענק א דראמאטישער נאכט.


*
גערוישן פון רעדער אקערן אין די שטעגן אין וואלד האט געמאכט באריס און זיינע באגלייטער'ס אויפציטערן, אין א בליץ סקונדע זענען אלע דריי געלעגן אויסגעשטרעקט בפישוט ידים ורגלים קישענדיג די ערד, איינגעזינקן אין די טיפע שניי.

א דזשיפ וועלכע האט געקלעטערט מיט גרויס שוועריקייטן אין וואלד, האט זיך אנטפלעקט פאר זייערע אויגן, און אריבער געפארן ממש אונטער זייער נאז, אבער צו זייער גוט מזל זיי נישט אנדעקט.

נאך עטליכע מינוט ליגן אזוי, איז די שטילקייט פון די נאכט ווידער אמאל איבער געריסן געווארן, און ווידער נאך א דזשיפ קומט צו קלעטערן און אויך געווענדעט צו דעם זעלביגן ציל.

מיטן שפאקטיוו האט באריס געקענט בעאבאכטן ווי אלע איינס ביי איינס קומען צו א האסטיגן אפשטעל ביים אריינגאנג צום דארף, און דאן גיסט זיך דער אינהאלט פונעם דזשיפ אויס אין פארמאט פון א מאסע יוגנטליכע אלע מיט אפגעגאלטע קעפ, און די זעלבע מונדירן, און שטראמען אריין צום דארף און ווענדען זייערע טריט צו, יא, די גרויסע רויטע שטאל.

באריס האט שוין אנגהויבן באגרייפן אז דא קומט פאר היינט נאכט א עהרנסטן צוזאמקנופט אין דעם רויטן שטאל, און פון נישט א קליין געזעמל, אבער עס האט אים נישט אפגעהאלטן פון גיין ווייטער מיט זיין אקציע און קראפט.

נאך א שטיק צייט וואס עס האט זיך אפגעשטעלט די איבערפליסונג פון געסט, האט באריס אנגהויבן ארום נעמען דעם דארף, מיטן ציל צו דערגרייכן די אונטערשטער אריינגאנג צום רויטן שטאל.


*
ביי מרת מאטי אין דערהיים, איז די אנגעצויגענקייט שוין אויף די העכסטע שטאפלען, מאטי הייבט נישט אויף די סעלפאון זינט היינט צופרי, מרת מ. ווייסט זיך נישט ווי זיך אהינצוטוהן פאר גרויס נערוועזיקייט.

די קלימאקס איז געקומען שפעט נאכמיטאג ניו יארק צייט. מרת מ. איז איינגעפאלן זיך צו פארבינדען מיטן האטעל, וועלכער נומער זי האט געפינען אויף איינע פון די פארבליבענע פאפירן וואס מאטי האט איבער געלאזט בשעת די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו די נסיעה.

די פוילישע סעקרעטארשע'ס נישט פריינטליכקייט האט נישט צופיל צוגעגעבן צום אטמאספער, נאכן ארויסבאקומען די עקסטענשן צו איר מאן'ס רום, און עטליכע מאל רופן אבער אן קיין רעזולטאטן, האט זי זיך ענדליך איינגעבעהטן אז עמיצער זאל ארויף גיין צו דעם רום און אים אפיר זוכן, איינע פון די האטעל איינגעשטעלטע האט מיט א מעסטער שליסל אפגעשטאט א באזוך אין זיין רום, וועלכע איז געפינען געווארן ליידיג פון איר גאסט.

גענוג איז גענוג, א שרעקליכע פארגעפיל איבער עפעס שרעקליכס האט געבוזשעוועט ביי איר אין מח, אליין נישט וויסענדיג וואס איז די איבערמענטשליכע טרייבקראפט איבער צו דרייען א שטאט געבויעט אויף הוילע געפילן, איך ווייס נישט וואס, אבער עפעס שרעקליכס קומט פאר מיט מיין מאן.

נאך א גוטע פאר טעלעפאון קאלס מיט די ארטיגע אינסטאנצן און ביוקראטישע אפטיילונגען האט מרת מ. אויף זייער אינצאטיוו זיך פארבינדען מיטן קאנסולאט פון אמעריקא אין פוילן, מיט א היסטערישע הילפס רוף איבער איר פארשווינדענעם מאן, וועלכער ריספאנד שוין נישט באלד א טאג צייט, נישט ווי זיין געוואוינהייט צו רופן כאטש צוויי מאל א טאג פון די פרעמד, נישט קיין חילוק ווי פארנומען ער זאל נאר זיין, און דא איז ער נישט צו געפינען אפילו אין זיין האטעל רום אינמיטן די נאכט אין קראקא, ווי געפינט ער זיך יעצט.

א מידער סעקרעטאר מיט א גרויסן געניץ האט איר גענטפערט דעם הילפס רוף, און פארשפראכן צו טוהן וואס ער קען, יעצט אין די שפעטע נאכט שעות דא אין פוילן.

מרת מ. האט שוין נישט געקענט טראכטן פון זיך לייגן שלאפן, א תהלים'ל אין אירע הענט האבן זיך געטראפן ווערן אדורך גענעצט מיט אירע הייסע טרערן וועלכע זענען געפלאסן אן קיין אפהאלט.

* * *

10:00 ביינאכט, פוילן צייט. דיק און דזשעק האבן איינס צוויי איינגעטשעקט אין א האטעל אין אנדערן עק קראקא, טאקע נישט אזוי רייך און געשמאק ווי די אויפן סטאביטיאסגיע גאס אבער מער פארזיכערט. נישט וויסענדיג אז אין א פאר שעה וועט עס זיי שוין אסאך נישט אויסמאכן, עס וועט זיי מער נישט אויספעלן.

דיק און דזשעק זענען געווען היבש באזארגט איבער די אום פאראנטווארטליכקייט פון דעם מאטי, פארן זיך נישט באווייזן אין צייט, אפשר איז ער גאר יא א שפיאנאזש אגענט, און ער האט פשוט געמאכט פליטה, געהויבן פוס און פארשווינדען געווארן.

א שטיקל זארג האט זיך אויך באוויזן צו דערגרינטעווען ביי זיי, אפשר גאר האט ער זיך פארפלאנטערט אין דורך געפאלן מיט זיין מיסיע, אבער דאס האבן זיי פראבירט אפצווארפן מיט א טעאריע אז דאס וואלטן שוין די רוסן זיכער געמאכט עס זאל שוין זיין אין די נייעס אז זיי האבן אנדעקט א שפיאן און נאכדערצו אן אמעריקאנער.

דיק האט קוים עספיעט אין עטליכע מינוטן אויפצוסעטן א גאנצער אפיס אין זייער רום, שוין איז ארויפגעטאנצן אויפן סקרין א מעסידזש באגלייט מיט א פריוואטער נאטיץ פון זייער קאמאנדיר און טשיף.

די מעסידזש האט געלויטעט: פון די אמעריקאנער אמבאסאדער אין פוילן, צו יעדער פאראנטווארטליכער אמעריקאנער אגענט וועלכער איז אין דינסט אין די יעצטיגער שעות אויף די פולישע טעראריע, אין די קראקאווער אומגעגענט.

וויבאלד עס איז אריינגעקומען א הילפס רוף איבער א פארשווינדענער אמעריקאנער בירגער דא אין קראקא איז ווער עס איז עוולעבעל צו ריספאנדן צו דעם קאל זאל זיך פארבינדען מיט די און די נומבער פאר מער אינפארמאציע.

א פריוואטער נאטיץ פון זייער קאמאנדיר און טשיף האט געלויטעט, עס האט טאקע נישט אזוי ווייט צו טוהן מיט ענקער מיסיע, אבער אזוי ווי עס איז אריינגעקומען אינם ארטיגן קאנסולאט די הילפס רוף איבער א פארשווינדענעם בירגער אין קראקא, איז די באמטע דארטן האבן אריינגערופן פאר אלע אפטיילונגען וואס זענען אין קראפט אין די צייט, אין יענעם געגנט, ווער עס איז עוועליבעל אנצונעמען דעם קאל.

איז איך ווייס אז איר געפינט זיך יעצט אין קראקא נישט אזוי איבערגעשטרענגט מיט ארבעט, איז אפשר זאלט איר אראפ גיין צו דעם האטעל און א בליק טוהן וואס עס האט געקענט פארקומען מיט אים.

איז אויב איר וועט עפעס קענען דערגיין וועט עס מיר זיין א ניצן אז מיינע אגענטן זענען אזוי סוקסעספול, און קומען צוניץ אפילו אזוי אומאפיצעל ווי אימער זיי געפינען זיך.

איז לאמיר אראפ נעמען אלע אינפארמאציע ריפלייעט דיק. איך שיק דיר שוין אריין זיינע אינפארמאציע באגלייט מיט זיין פאספארט בילד וואס איך האב באקומען פון די אימעגראציע אגענטור, האט דער קאמאנדיר גענטפערט.


*

ווען די בילד פון מאטי איז ארויף געטאנצן אויפן סקרין, האבן די חברה געכאפט א שטיקל שאק, דער איז אונזער חברה מאן וואס איז ווי פארשווינדען געווארן פונעם האריזאנט.

אויב אזוי איז עס גאר אונזער קרעדיט אינגאנצן, אין די צייט וואס אונז האב מיר אים איינגעמיירעט אן קיין שום רעכטן צו א ריזקאלישער מיסיע, גיי ווייס צו די רוסן האבן אים נישט פארשלעפט ערגעץ קיין קאזאכסטאן צו אוזבעקיסטאן, אים אביסל צו געבן צו קאסטן פון זייערע באוויסטע פיינוגונגס מעטאדן, וואס אזא האקעלע יונגערמאנטשיג קען אויסגיין פון נאר זיך באגעגענען מיט זיי.

אויב אונזער טשיף האט געמיינט אז די מיסיע וואס ער האט ארויף געלייגט אויף אונז איז נאר פאר זיין ניצן, חלום'ט ער נישט אז אויב מיר וועלן אים נישט דערגרייכן און עס וועט ארויסרינען אז עס איז געווען אונז צו פארדאנקען, זענען מיר אויף געהאקטע צו געבראטענע באנקעס, אוי וועט ער אונז אנלערנען די ביינער.

די מצב איז נישט גוט, אונז מוזן מיר שוין נאכקומען נאך אים, האט דיק געווילדעוועט.

דיק וואס ביסטו אזוי פארלוירן, לאכט דזשעק פון זיין יונגען קאלעגע. איך פארשטיי נישט וויאזוי קענסטו יעצט לאכן דו גרוי האריגער, שוימט שוין דיק מיט א ווייסן שוים אויף זיינע לעפצן, דו ווילסט טאקע פארלירן דיין פענסיע איבער אזא נערישע איבערגעאיילטער שריט, איך מיין נישט גארנישט, אבער דו ביסט שוין דארט נענטער ווי ווייטער.

דיק, דו ראצער דו ריהסט איין, דו מיינסט איך בין היינט געבוירן, אביסל רעספעקט פאר אן עלטערער אגענט ווי דיר, עס איז דיך נישט ביי געפאלן אז ביי זיין געשמאקע באזוך אין אונזער צימער, האט א קליין פיצעלע טרעקער געפינען איר מקום מנוחה אין זיין ווייסן קאלנער.

כא כא כא האט זיך שוין דיק דאן אויך מיט געכאפט מיט די שטורעמישע געלעכטער פון דזשעק, דזשעק איז געגאנגען נעם איבער דעם רעדל און געגאנגען לאמיר שוין ארויף גיין נאך זיינע שפירן.

*

נאך עטליכע מינוט ארבעט איבערן קאמפיוטער, האט זיך א עהרנסטן מינע פארשפרייט איבער דזשעק'ס געזוכט.

אהא עס איז נישט אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס, צימבעלט שוין ווייטער דיק, ניין ניין, איך כאפ אים שוין ממש אן ביים קארג, זאגט דזשעק, עס איז דא נאר איין קליינע פראבלעם, דער איז א היבש שיין מהלך אפגעריקט פון דאנעט, די טרעקער שיקט מיר זיינע סיגנאלן פון א פארשטויסענעם געגענט נישט ווייט פונם אוקריינישן גרעניץ.

דאס טייטש דער איז עהרנסט פארכאפט און פארשלעפט געווארן, די שאלה איז ביי וועם, און עס איז נאר א פראגע פון צייט, אויב ער איז נאך נישט געשעדיגט, אדער חלילה פאטאל, אונז זענען מיר אין א פארמעסט מיטן זייגער יעצט, מיר מוזן אים פאר יעדן פרייז אפנעמען גאנץ מיט אלע גלידער פון זיינע פארכאפערס.

דיק האט שוין ארויס געשיקט א מעסידזש צו די נענטסטע אמעריקאנע מיליטערישע באזע. אין איינקלאנג צו די זוך אקציע וואס גייט אריין אין קראפט אין די יעצטיגע שעות, מוזן מיר האבן גרייט פאר אונזער באנוץ א העליקאפטער.

גאנץ שנעל איז צוריק געקומען אן ענטפער, א סטעלט בלעק הואט העליקאפטער קען זיין גרייט מיט א פילאט ביז א שעה צוויי.

ניין ניין האט שוין דזשעק געהאקט מיט געביילטע פויסטן אויפן קליינעם האטעל טישל, ביז פופצן מינוט מוז ער שוין הויערן איבער די קראקאווער הימלען.

מיר האבן נישט קיין צוויי ברירות, מיר גייען מיר דא מוזן ניצן אונזערע אומגעהויערע מאכט וואס אונז האב מיר אין באזיץ.

די נויטיגע גאר געהיימניספולע קאודס וועלכע זיי האבן געהאט גרייט אין באזיץ אין פאל פון אן עמערדזשענסי איז זיי דאן גאר גוט צוניץ געקומען.

ווי נאר די איינגעשטעלטע אפיצירן אין די מיליטערישע באזע האבן דערזעהן די קאודס וואס דיק האט אריינגעיאגט, האבן זיי באגריפן מיט וועם זיי האבן דא צוטוהן, האבן זיי זיך א פאכע געטוהן, אלעס האט זיך גענדערט אויף א מאסן פארנעם, עס האט זיך אנגעהויבן רירן זאכן אויף גאר א שנעלן טעמפאו.

זיי האבן שוין אפיר געזוכט א העליפארט אינם אומגעגענט. די איינציגסטער זאך וואס האט געקענט ארבעטן יעצט אין די שנעליקייט, איז געווען א לאנדונגג אויפן דאך פונם קראקאווער שפיטאל.

קאנפאורמט איז צוריק געקומען די מעסידזש, ביז פופצן מינוט וועט הויערן א סטעלט בלעק הואט העליקאפטער העכער די קראקאווער הימלען און לאנדן אויפן קליינעם לאנדונג עיריע פונעם קראקאווער שפיטאל.

דיק און דזשעק האבן נישט געהאט מיט דעם קיין שום פראבלעם, א כאפ געטוהן די באגאזשן, און זיך א לאז געטוהן מיטן גרעסטן מאס ווילדקייט איבער די קראקאווער גאסן.
צוויי ברייטביינערדיגע פארשוינען זענען ביז צען מינוט געווען אויפן דאך פונם קראקאווער שפיטאל.

עס האט נישט גענומען לאנג ביז עס האט זיך שוין געהערט די גראגערן פונעם העליקאפטער העכערן שפיטאל, און זיך אנגעהויבן אראפלאזן צום לאנדונג עריע אויפן דאך, נאך פאר דער פילאט האט געהאט געהעריג צייט זיך אנידערצוזעצן, זענען שוין צוויי חברה געשטאנען ביי די אויפגעריסענע טירן, און געשריגן געגאנגען, מיר לויפן אויס פון צייט.

ווי גייט מען, פרעגט דער פילאט מיט גרויס ווינדער, ארויף, אונז וועל מיר דיר שוין ווייזן, דיק האט ארויסגעצויגן דעם לעפטאפ אנגעצינדן צו טרעיקן דעם קליינעם טרעקער אויף מאטי, די פילאט האט אויף זייערע אנווייזונגען אנגעהויבן אהין צו פלאטערן.

ביז א צוואנציג מינוט פליען האט זיך שוין אנגעהויבן זעהן דעם פארשטויסענעם געגנט פון די לופטן, דיק האט אנגהויבן פראבירן אויפצוכאפן סיגנאלן פונם טרעקער און זיך קאנעקטן, אבער די שטורמישע לופט כוואליעס וועלכע האבן געבוזשעוועט אין די נאכט איבער די בערג האט עס נישט צוגעלאזט.


*

דיק און דזשעק האבן אנגעהויבן ווערן אנגעצויגן, אונז קענען מיר זיך נישט ערלויבן קיין דורכפאל, אזוי נאנט צום ציל, די טרעקער זייערע האט געהאט פראבלעמען אויפצוכאפן די סיגנאלן פונם טרעקער אויף מאטי פון די לופט כוואליעס וועלכע איז צו שנעל צושאקלט געווארן, און נישט עספיעט אויפצוכאפן די פונקטליכע דעסטינאציע.

דו האסט נישט קיין צוויי ברירות האט דיק באפוילן דעם פילאט דו מוזט מיר געבן עטליכע רואיגע מינוטן אויפצוכאפן קלארע סיגנאלן פון אונזער געזוכטער סוספעקט.

אבער די פויליש - אוקריינישן גרעניץ האט זיי אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, דער פילאט האט זיך גענומען פארפירן אז ער קען זיך נישט ערלויבן צו פליען אזוי נאנט צום גרעניץ אן קיין געהעריגע ערלויבענישן פון די גרעניץ פאטראל, ווייל ער קען געשאסן ווערן פון א גרעניץ פאטראל העליקאפטער, פארן פליען און א גרעניץ זאנע אן די נויטיגע פערמיטן.

סתם אריבערפליען דא איז טאקע גענוג די מעכטיגע מעכאניזים פונם סטעלט בלעק האוט העליקאפטער וועלכע פארמישן די ראדארן, און פארמיידט פון אויפגעכאפט ווערן, אבער זיך אויפהאלטן פאר עטליכע מינוט ביז ענק וועלן אויפכאפן די פונקטליכע דעסטינאציע ווי ענק ווילן זיך אראפלאזן, איז ממש אומפארמיידבאר נישט אנטפלעקט צו ווערן דורך די ראדארן און דאן איז א פראגע פון געציילטע מינוט'ן ביז א מיליטערישע העליקאפטער צו גאר א פליגער וועט אונז א שנעלקע געבן אין די נאז.

די איינציגסטע עצה האט די פילאט געזאגט איז פארשאפן בליץ שנעל א פערמיט צו פליען דא אין דעם פארבאטענעם זאנע,
די אנגעצויגענקייט האט זיך געשפירט אין די לופט אין יענע אנגעצויגענע סעקונדען, האפענדיג און ווארטענדיג אז עני סקונדע וועט זיך הערן די אזוי ערווארטעטעט קליק פון די קאנעקשן פון די צוויי מאשינדלעך וועלכע וועט זיי ווייזן די פונקטליכע ארט ווי די טרעקער איז.

אינצווישן האט דיק'ס מח פיבערהאפטיג געארבעט פאר סיי וועלכע אויסוועג פון דעם פלאנטער, וויסענדיג אז אונז זענען פשוט און א ענגשאפט פון צייט, ווייל מיט צוויי רואיגע מינוט שוועבן אויף איין פלאץ אן ארום פליען וועט זיך צוזאם פארן די טרעקער מיט זיין מאשין און א בליץ סקונדע, און דאן וועט מען זיך קענען אראפלאזן אהין.

אה, האט אויפגעבליצט ביי דיק אין קאפ, דא גייען מיר מוזן ניצן אונזער פריינטשאפט אין מיטארבעט מיטן דעטעקטיו סטאפנאווסקי.

דיק און דזשעק האבן נישט געוויסט אז דאס איז די ערגסטע זאך וואס זיי קענען טוהן יעצט.

אה, דעטעקטיוו סטאפנאווסקי ער איז דאך א מאכטפולער מענטש אין אלע מיליטערישע אפטיילונגען, ער וועט אונז זיכער קענען ארויסהעלפן בליץ שנעל מיט א פערמיט צו פליען אין דעם זאנע.

ער האט דאך אונז געגעבן זיין פריוואטען סעלפאון נאמבער, אז מיר קענען זיך פארבינדען מיט אים פאר סיי וועלכע הילף.

נאך עטליכע קלינגעס האט סטאפנאווסקי אויפגעהויבן מיט גאר א אנגעצויגענע שטימונג, יא, מיט וואס קען איך ענק עפעס העלפן, יא אונז ברויך מיר פון דיר ממש א קלייניקייט, אבער שוין יעצט זאפארט ביז געציילטע סקונדען, עס רעדט זיך פון א ערלויבעניש צו פליען העכער די פוליש אוקריינישע גרעניץ.

איין מינוט נאך אמאל פונקטליך, האט שוין סטאפנאווסקי זיך געהערט מער וואכזאם, יא וואס איז, האט דיק נישט פארשטאנען זיין גרויס ווינדער, העכער די פוליש אוקריינישע גרעניץ, וואס, האט שוין סטאפנאווסקי געשריגן.

אינצווישן האט דזשעק זיך דערמאנט עפעס, ער ציעט ארויס פון זיין בעק טאש, די מאפעס וואס זיי האבן קאנפעסקירט פון מאטי היינט צופרי אין האטעל רום, און כאפט דערין א בליק.
איך האב עס, האט דיק געהערט ווי אין א חלום פון דזשעק זיין קאלעגע, דיק לייג אראפ מיט אים, די גרין לייט איז דא, די מאשינדלעך האבן זיך צוזאמען געכאפט אונז גייען מיר שפרינגען ביז צוויי מינוט, אקעי ביי גענעראל איך וועל רעדן מיט דיר שפעטער האט דיק אראפגעהאקט.

איין מינוט וועלכע מאשינדלעך האט זיך דיק געווינדערט, די טרעקער ווייזט נאך גארנישט, אלעס ווייזט שוין האט דזשעק גענטפערט, אין א פאר מינוט וועסטו שוין אלעס פארשטיין.

* * *
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » זונטאג ינואר 15, 2017 12:26 pm

אפפפססס

ס'יז דא א פארזעצונג, קודם כל א שכויעח און גיימער עס ליינען....

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 15, 2017 1:04 pm

די פראפעסיאניליזם פון די ווערק איז אומגלויבליך
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט