בלאט 2 פון 2

געשריבן: זונטאג דעצמבער 18, 2011 4:41 pm
דורך ווינקל
שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 18, 2011 5:03 pm
דורך טשיקען פיט
ווינקל האט געשריבן:שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.


אינטרעסאנט הרב קארנער שיחי'
זאגט די הייליגע מחבר און סי' תר"ע סעיף ב', ריבוי הסעודות שמרבים בהם הם סעודות הרשות, שלא קבעום למשתה ושמחה,
זאגט דערויף די הייליגע רמ"א ויש אומרים שיש קצת מצוה בריבוי הסעודות וכו' ונוהגין לומר שירות ותשבחות וכו', שטייט יא אדער שטייט נישט???
דער נושא אויפ'ן צעטיל שרייט פון זיך אליינס ארויס מ'זאל זיין ווי מער דיפרעסט, ולמה?? פארוואס פארגינט מען נישט אביסעל שמחה בימי האורות הללו??
אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???
רש"י האט דאך געזאגט בפרשה העבר פרשת וישב ד"ה וכל בנותיו , כלותיו שאין אדם נמנע מלקרוא לחתנו בנו ולכלתו בתו

געשריבן: זונטאג דעצמבער 18, 2011 5:05 pm
דורך צים פינטעל
די ערשטע מאל געליינט די ארטיקל פון אלטע בחור'ל

LOL

געשריבן: זונטאג דעצמבער 18, 2011 5:15 pm
דורך ווינקל
א גוט יאר הרב דיפרעסטער.

ערליכע אידן שטייען אוועק פון כלערליי עצבות. עס איז קענטליך אז איר האט דא אן אגענדע וואס באלאנגט נישט אין דעם אשכול נאר דא.
---
ביסט מעתיק פון שו"ע שלא קבעום למשתה ושמחה און די רמ"א ברענגט א יש אומרים אז ס'איז קצת מצוה, און דו שרייסט הויך שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה אתמהה?
דער צעטל שרייט ארויס פון זיך מען זאל זיין וואס מער בשמחה און זיך פירן ע"פ תורה! פארוואס פארגינט מען נישט אביסל שמחה של מצוה בימי אורות הללו?

אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???
גיי קוק! אטי כי רוכלי..
רש"י האט דאך געזאגט בפרשה העבר פרשת וישב ד"ה וכל בנותיו , כלותיו שאין אדם נמנע מלקרוא לחתנו בנו ולכלתו בתו. און?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 18, 2011 5:27 pm
דורך למעלה משבעים
טשיקען פיט האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.


אינטרעסאנט הרב קארנער שיחי'
זאגט די הייליגע מחבר און סי' תר"ע סעיף ב', ריבוי הסעודות שמרבים בהם הם סעודות הרשות, שלא קבעום למשתה ושמחה,
זאגט דערויף די הייליגע רמ"א ויש אומרים שיש קצת מצוה בריבוי הסעודות וכו' ונוהגין לומר שירות ותשבחות וכו', שטייט יא אדער שטייט נישט???

נישט געוויסט אז א פאדי פון געימס אדער גרעב בעגס איז א סעודה פון וואס די רמ"א רעדט....
טשיקען פיט האט געשריבן:דער נושא אויפ'ן צעטיל שרייט פון זיך אליינס ארויס מ'זאל זיין ווי מער דיפרעסט, ולמה?? פארוואס פארגינט מען נישט אביסעל שמחה בימי האורות הללו??

איר האלט אז הלכות זענען מונע שמחה? איר האלט אז דער בעל הגליון איז אויפגעשטאנען אויפן לינקן זייט און אויפגעקומען מיט נייע הלכות שלא שערום אבותינו?
די הלכות זענען אלטע הלכות שוין פון זמן מתן תורתינו הקדושה ביים בארג סיני. ס'איז קיינמאל נישט געטוישט געווארן, חסרון ידועה טוישט נישט קיין הלכה.
טשיקען פיט האט געשריבן:אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???

ערליכע אידן מאכן סעודות וויזוי די הלכה פארלאנגט.... ווי א סעודת מצוה פון וואס די רמ"א רעדט....
---
ווינקל האקט,
גוט געזאגט.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 18, 2011 8:45 pm
דורך צים פינטעל
;l;p- סאיז מיר דאס אלעס געלעגן אויפן צונג

נאר פשוט נישט געהאט קיין כח צו ענטפערן

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 19, 2011 6:22 am
דורך msp
מען שפילט נאך קוויטלעך בזמן הזה?
איר ווייסט די קוויטלעך פון וויען
פערדינאנד פיאטניק
מיט די קעסטעלעך ארום די נומערען צוויי און עלף
און ווי א צוועלף האט א דין פון ניין אדער צעהן אדער צוועלף....

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 19, 2011 12:31 pm
דורך פארדינט
נעוואדי ווייס מיר, מ'שפילט דאס ערליך יעדעס יאהר מיט די קינדער כמנהג אבותי שיחי'

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:41 am
דורך msp
איז ביי ענק אויך א חיוב צו שפילען באנקא אויב מען האט א צוועלף?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:31 pm
דורך ישלהוסיף
יעצט אויף דער נאכט, גייט מיר אויס קומען מיין ערשטע נסיון אין דעם געביט,
איך וועל דארפען גיין ציווישען די טראפען,
מיט די אלע הלכות וועט מיר זיין שווער בייצוקומען,
היינט אינדערפרי שטארק מכוון געוועהן ביי "ואל תביאנו וכו' ולא לידי נסיון..."

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:41 pm
דורך לובלין
זאל איינער אפירברענגען די "חיים חעזקי ארטיקל" ביטע

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:45 pm
דורך למעלה משבעים

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 7:59 pm
דורך מטעמים
לכבוד יום טוב

געשריבן: זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:29 pm
דורך שואלכענין
די טענה אז א פארטי על פי תורה איז "נישט אינטערעסאנט", איז באמת אן אלטע.
אלע פרייע, און אפגעפארענע, און משכילים למיניהם, טענה'ן אזוי אויף אלע הלכות.
לויט זיי וואלט מען בכלל געדארפט קענען געבן די האנט פאר א פרעמדע פרוי, און מען דארף נישט זיין אזוי דעפרעסד און צוריקגעצויגן...
וואו לעבט מען אבער מער צופרידן, פריילעך, און זיכער מיט די אייגענע ווייב אז זי איז באמת געטריי?
נאר ביי ערליכע אידן!

געשריבן: זונטאג דעצמבער 06, 2015 8:13 pm
דורך געשמאקער
יו די אלטע בחורעל ביסטו גיט,

די בחורסט נאך? קוקט אויס אז נישט,ווייל מ'זעטעך שוין נישט דא

געשריבן: זונטאג ינואר 01, 2017 9:15 am
דורך פון יעצט
כאב אמאל געהערט פון א גוטן איד (כ'געדענק נישט ווער)

די איידיע פון חנוכה פרעזענטס קומט פון די קראצמעך פרעזענטס

מ'קען דן זיין איבער דעם אבער ס'איז חומר למחשבה

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:10 pm
דורך ראפאט קראמפלי
א פריילעכן חנוכה.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:52 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
אזא ארטיקל האט מען נישט ארויפגעברענגט חנוכה?

וואט עי שעים!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 10:18 am
דורך דונש
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אזא ארטיקל האט מען נישט ארויפגעברענגט חנוכה?

וואט עי שעים!

מ'האט דאך יא!

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:א פריילעכן חנוכה.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 10:21 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
העי, דאנאש מיט פאטאש גראמט בשעת הדחק, יעצט פארשטיי איך שוין פשט...

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 6:38 pm
דורך ראפאט קראמפלי
דונש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אזא ארטיקל האט מען נישט ארויפגעברענגט חנוכה?

וואט עי שעים!

מ'האט דאך יא!

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:א פריילעכן חנוכה.

שמעלקי, איך האב דיר שוין איינמאל געזאגט אז די ברויכסט דיר צוזאם נעמען דאס בארדע דיינע ווייל דו קענסט נישט געהעריג לעזען אזוי,
אפשר איז דאס טאקע די סיבה פארוואס דו זוכסט א פרישע אוועטער.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 6:40 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
קראמפעלע, האסט מיר אפשר ביטע א ראבער פאר מיין בארדעניא?!