מיין חנוכה פאדי ! (פארטי)

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג דעצמבער 18, 2011 4:41 pm

שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.

טשיקען פיט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 2:56 pm

תגובהדורך טשיקען פיט » זונטאג דעצמבער 18, 2011 5:03 pm

ווינקל האט געשריבן:שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.


אינטרעסאנט הרב קארנער שיחי'
זאגט די הייליגע מחבר און סי' תר"ע סעיף ב', ריבוי הסעודות שמרבים בהם הם סעודות הרשות, שלא קבעום למשתה ושמחה,
זאגט דערויף די הייליגע רמ"א ויש אומרים שיש קצת מצוה בריבוי הסעודות וכו' ונוהגין לומר שירות ותשבחות וכו', שטייט יא אדער שטייט נישט???
דער נושא אויפ'ן צעטיל שרייט פון זיך אליינס ארויס מ'זאל זיין ווי מער דיפרעסט, ולמה?? פארוואס פארגינט מען נישט אביסעל שמחה בימי האורות הללו??
אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???
רש"י האט דאך געזאגט בפרשה העבר פרשת וישב ד"ה וכל בנותיו , כלותיו שאין אדם נמנע מלקרוא לחתנו בנו ולכלתו בתו

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג דעצמבער 18, 2011 5:05 pm

די ערשטע מאל געליינט די ארטיקל פון אלטע בחור'ל

LOL

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג דעצמבער 18, 2011 5:15 pm

א גוט יאר הרב דיפרעסטער.

ערליכע אידן שטייען אוועק פון כלערליי עצבות. עס איז קענטליך אז איר האט דא אן אגענדע וואס באלאנגט נישט אין דעם אשכול נאר דא.
---
ביסט מעתיק פון שו"ע שלא קבעום למשתה ושמחה און די רמ"א ברענגט א יש אומרים אז ס'איז קצת מצוה, און דו שרייסט הויך שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה אתמהה?
דער צעטל שרייט ארויס פון זיך מען זאל זיין וואס מער בשמחה און זיך פירן ע"פ תורה! פארוואס פארגינט מען נישט אביסל שמחה של מצוה בימי אורות הללו?

אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???
גיי קוק! אטי כי רוכלי..
רש"י האט דאך געזאגט בפרשה העבר פרשת וישב ד"ה וכל בנותיו , כלותיו שאין אדם נמנע מלקרוא לחתנו בנו ולכלתו בתו. און?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג דעצמבער 18, 2011 5:27 pm

טשיקען פיט האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:שטייט דען נישט בפירוש ארויסגעשריבען און שלחן ערוך מ'זאל מרבה זיין בסעודה און ימי החנוכה?? אין שו"ע שטייט מען מאכט נישט קיין סעודות.
שטייט דען נישט מ'זאל זיך פרייען מיט די נס בימי החנוכה, און ח"ו נישט זיין דיפרעסט?? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.
שטייט דען נישט מ'זאל טיילין חנוכה געלט פאר די קינדער און אייניקלעך בימי החנוכה??? דער נושא ווערט נישט דערמאנט אויף יענעם צעטל.

און שו"ע'ס צייטן ווי אזוי האט מען געמאכט א סעודה און דער משפחה?? אזוי ווי אלע ערליכע אידן מאכן עס היינט.
איז מען שוין בימים ההם געוועהן צוקריגט איינער מיט'ן אנדערע??? ביי ערליכע אידן נישט. ביי די בעלי מחלוקה פון יענע צייטן, יא.


אינטרעסאנט הרב קארנער שיחי'
זאגט די הייליגע מחבר און סי' תר"ע סעיף ב', ריבוי הסעודות שמרבים בהם הם סעודות הרשות, שלא קבעום למשתה ושמחה,
זאגט דערויף די הייליגע רמ"א ויש אומרים שיש קצת מצוה בריבוי הסעודות וכו' ונוהגין לומר שירות ותשבחות וכו', שטייט יא אדער שטייט נישט???

נישט געוויסט אז א פאדי פון געימס אדער גרעב בעגס איז א סעודה פון וואס די רמ"א רעדט....
טשיקען פיט האט געשריבן:דער נושא אויפ'ן צעטיל שרייט פון זיך אליינס ארויס מ'זאל זיין ווי מער דיפרעסט, ולמה?? פארוואס פארגינט מען נישט אביסעל שמחה בימי האורות הללו??

איר האלט אז הלכות זענען מונע שמחה? איר האלט אז דער בעל הגליון איז אויפגעשטאנען אויפן לינקן זייט און אויפגעקומען מיט נייע הלכות שלא שערום אבותינו?
די הלכות זענען אלטע הלכות שוין פון זמן מתן תורתינו הקדושה ביים בארג סיני. ס'איז קיינמאל נישט געטוישט געווארן, חסרון ידועה טוישט נישט קיין הלכה.
טשיקען פיט האט געשריבן:אדרבה ווי אזוי מאכען עס די """ערליכע""" יודען בימינו?? אן די פרויען און שנורען??? אזעלכע רעסיסט צו זיין???

ערליכע אידן מאכן סעודות וויזוי די הלכה פארלאנגט.... ווי א סעודת מצוה פון וואס די רמ"א רעדט....
---
ווינקל האקט,
גוט געזאגט.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג דעצמבער 18, 2011 8:45 pm

;l;p- סאיז מיר דאס אלעס געלעגן אויפן צונג

נאר פשוט נישט געהאט קיין כח צו ענטפערן

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 6:22 am

מען שפילט נאך קוויטלעך בזמן הזה?
איר ווייסט די קוויטלעך פון וויען
פערדינאנד פיאטניק
מיט די קעסטעלעך ארום די נומערען צוויי און עלף
און ווי א צוועלף האט א דין פון ניין אדער צעהן אדער צוועלף....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג דעצמבער 19, 2011 12:31 pm

נעוואדי ווייס מיר, מ'שפילט דאס ערליך יעדעס יאהר מיט די קינדער כמנהג אבותי שיחי'
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:41 am

איז ביי ענק אויך א חיוב צו שפילען באנקא אויב מען האט א צוועלף?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:31 pm

יעצט אויף דער נאכט, גייט מיר אויס קומען מיין ערשטע נסיון אין דעם געביט,
איך וועל דארפען גיין ציווישען די טראפען,
מיט די אלע הלכות וועט מיר זיין שווער בייצוקומען,
היינט אינדערפרי שטארק מכוון געוועהן ביי "ואל תביאנו וכו' ולא לידי נסיון..."

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 5:05 pm

תגובהדורך לובלין » דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:41 pm

זאל איינער אפירברענגען די "חיים חעזקי ארטיקל" ביטע

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג דעצמבער 20, 2011 3:45 pm


מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 7:59 pm

לכבוד יום טוב
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:29 pm

די טענה אז א פארטי על פי תורה איז "נישט אינטערעסאנט", איז באמת אן אלטע.
אלע פרייע, און אפגעפארענע, און משכילים למיניהם, טענה'ן אזוי אויף אלע הלכות.
לויט זיי וואלט מען בכלל געדארפט קענען געבן די האנט פאר א פרעמדע פרוי, און מען דארף נישט זיין אזוי דעפרעסד און צוריקגעצויגן...
וואו לעבט מען אבער מער צופרידן, פריילעך, און זיכער מיט די אייגענע ווייב אז זי איז באמת געטריי?
נאר ביי ערליכע אידן!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג דעצמבער 06, 2015 8:13 pm

יו די אלטע בחורעל ביסטו גיט,

די בחורסט נאך? קוקט אויס אז נישט,ווייל מ'זעטעך שוין נישט דא
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » זונטאג ינואר 01, 2017 9:15 am

כאב אמאל געהערט פון א גוטן איד (כ'געדענק נישט ווער)

די איידיע פון חנוכה פרעזענטס קומט פון די קראצמעך פרעזענטס

מ'קען דן זיין איבער דעם אבער ס'איז חומר למחשבה

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:10 pm

א פריילעכן חנוכה.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:52 pm

אזא ארטיקל האט מען נישט ארויפגעברענגט חנוכה?

וואט עי שעים!

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 10:18 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אזא ארטיקל האט מען נישט ארויפגעברענגט חנוכה?

וואט עי שעים!

מ'האט דאך יא!

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:א פריילעכן חנוכה.
זוכט איר דוי?

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 10:21 am

העי, דאנאש מיט פאטאש גראמט בשעת הדחק, יעצט פארשטיי איך שוין פשט...

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 6:38 pm

דונש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אזא ארטיקל האט מען נישט ארויפגעברענגט חנוכה?

וואט עי שעים!

מ'האט דאך יא!

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:א פריילעכן חנוכה.

שמעלקי, איך האב דיר שוין איינמאל געזאגט אז די ברויכסט דיר צוזאם נעמען דאס בארדע דיינע ווייל דו קענסט נישט געהעריג לעזען אזוי,
אפשר איז דאס טאקע די סיבה פארוואס דו זוכסט א פרישע אוועטער.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 6:40 pm

קראמפעלע, האסט מיר אפשר ביטע א ראבער פאר מיין בארדעניא?!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט