נאטורליך'ס נסיעה קיין מירון, ארץ ישראל

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

נאטורליך'ס נסיעה קיין מירון, ארץ ישראל

תגובהדורך נאטורליך » פרייטאג מאי 16, 2014 12:28 am

רבותי א גריס אייך פון ישראל, דאס הייליג לאנד וואס אבותינו ורבותינו נ"ע האבן געקישט די ערד ביים אנקום, דאס לאנד וואס מיר בעטן דריי מאל א טאג ביים דאווענען, טאטע אין הימל קער אונז שוין צוריק צום הייליג לאנד מיט משיח'ן אינאיינעם, מיר ווילן דא צוריק זיין מיט א ביהמ"ק השלישי און דיר ברענגען שעפעלעך אופן מזבח.

עס איז יעצט דא אינמיטען די נאכט, נו ווי קען א אמעריקאנער צומאכען אן אויג בעת דאס ווייב אין אמעריקא איז פריש און מינטער, רעדט זיכער אויף א טרי-וועי מיט עטליכע גיטע פריינט - ווי לאונלי זי איז אנע מאן? נאכמער, ווער ווייסט וואס איך פארפאס דארט ? קען מיר איינער שנעל זאגען וואסי נייעס אויף ליע עוועניא? ווער עס מאכט א טיי אווענט האב איך שוין געזעהן אין "גיט מארגען" וואס איז מיך מזכה טעגליך צו מיין אימעיל.
אין דער אמת'ן האב איך געהאט גאנץ קנאפע צייט דורכן טאג, מיר זענען געווען נעכטען אין ירדן מיט אפאר חברים. היינט זיך געווייקט אין די בעדער ביים ים המלך, טאקע מיטן זעלבן בעידינג-סאוט וואס מיר פראווען דעם וואליבאל אין קאנטרי מוצ"ש, אויסגעגעבן היבש פון די ווייס אין בלויע ש"ח, געספענדעט אויף א מאסאדזש אין טברי' דערנאך פיינע סאשי מיט טשאקלעד מילך ביי א רעסטוראנט אין די גאס לעבן וואסער וואס מיינע פריינד האבן געצאלט. עס האט יענער טעם געהאט, נו גיי פארשעם זיי די גיטע פריינד פון ארץ ישראל אז זיי טויגן צו א גיט תבשיל ווי מיין פולישע שוויגער אין שנה ראשונה. מאך איך ליבערשט ליידיג דעם טעלער און זיי זענען גליקליך ביז גאר.

די וועטער איז דאך אומגלויבליך שיין. די בערג ארום, אויגפארציקענד. איך שטעל אפ די אויטא, גיי ארויס סתם צו קלאָצען אויף די שיינע געדרייטע וועגן און שטעגן, אזוי אויפרייצענד צו פארן ווער וויל זיך אומקערן צום הו הא פון די סיטי און צעקראכטע וויליאסבורג בריק. ווי נאך איז אזוינס פארהאן? ג-ט'ס ווינדער דרינגט אריין ביז די טיפעניש פון די נשמה. עס ווילט זיך בלייבן שטיין אין אויסשמעקען יעדעס גרעזעלע באזינדער וואס שפראצט אין צפת פון צווישען די צובראכענע שטיינער. פון דערווייטענס זעהט מען די סיין חברון, א טשיל גייט אריין אין די ביינער אט אט איז מען לעבן קברי אבות ואמהות, מען זאגט פון צדיקים אלע תפלות גייען דורך דעם מקום קדוש. דארט ביים עק פון מערת המכפלה איך לייג ארויף די האנט אויף די הייליגע שטיינער און דאס איבעריגע פארשטייט איר אליין.

אוי דו עמוקה. דאס געדרייטע וועג אנצוקומען צום תנא רבי יוב"ע איז מער ווערט ווי טויזענט מאנהעטענס. מיר זענען אנגעקומען צו א חשכות אינמיטען די נאכט אבער דאס קדושה שיינט אריין ביז אין די קושקעס און מאכט ליכטיג אויף תמיד. מיט מיין אויטא איז מיטגעקומען א איד וואס דארף נויטיג א ישועה, ער האט אזוינעס צוזאם געוויינט ער האט זיכער אויסגעפועלט א דבר ישועה.

די אטמאספערע אין גליל איז שטענדיג א גלארייכע, עס הייטערט פשוט אויף דאס מענטשהייט. יא מיר זענען אין גלות במלכות הרשעה אבער אן ארץ זבת חלב ודבש וואס מען זעהט נישט אין ערגעץ. נו שטעלט אייך שוין פאר וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, איך רעד נישט דייקא פונעם גרויסען הענגל טרויבן וואס עט וואקסען אויפן בוים אזוי גרויס ווי אין דער צייט פון כלב בן יפונה. מיר ווילן דאך אלע זיך טרעפן מיט משה רבינו און דוד המלך. מי יתן והי' ב"ב.

ביזדערווייל מען עסט און מען טרינקט און מען לאזט זיך וואול גיין ב"ה. באלד וועלן מיר זיך טובל'ן אין די אייז קאלטע מקוה פון אריה"ק, דערנאך א דאווענען אין צאנזער קלויז. שפעטער וועלמיר אפנעמען דאס עסן ביי מענדי'ס, נישט אז ער מאכט אזא גיטע קאטשעניו ווי די פרוי זז"ג. אבער עס קומט א שיינער שבת בעז"ה, אין א הייזקע נישט ווייט פון מירון, א דירה'לע מיט צוויי ביה"כ, א לוקזערי אין די געגענט, דער מסגן ארבייט אמחי' ב"ה. קעץ איז דא מיט אזא שפע, עס לאזט זיך זאגן אז אין גאנץ ארץ ישראל פעלט נישט אויס קיין בילד פון ר' ישעי'לע.
אז עך וועל כח האבן וועל מיר בלי"נ שפאנצירען שבת מיטאג קיין מירון מיט אפאר לאנדסמאן בשבת אחים. און מוצאי ש"ק וועט זיין דער הדלקה בהא הידועה בתופים ובמחולות כנהוג במקום קדוש הזה ווי עיני כלל ישראל איז משתוקק זיך אויסצובעטן ישועות וכל מילי דמיטב פאר זעך אין די גאנצע משפחה. איי די הרגשים צושפילן זיך נאר טראכטענדיג פון די טרערן וואס וועלן פליסן און נאס מאכען דאס תהלימל , עוד מעט און די השתוקקות וואקסט באופן נעלה, ווי שיין וועט דאס זיין !!
מיין שכן טוב א תושב אשדוד דערציילט אונז ער האט מיטגעברענגט זיין קליין מיידעלע מיט א גרויסע פידל. "דאס אלעס! מיט די צוויי טייערע חפצים גרייט איך זיך פאר'ן יום הגדול במחיצת מירון" עסן האט ער נישט מיטגעברענגט ווייל ער האט געהאפט צו טרעפן א גיטער איד וואס זאל אים אריין נעמען פאר די סעודת. האמיר זיי איינגעלאדענט צו אונז אויף די שבת סעודות. ער זאגט כסדר "הקדוש ברוך הוא מתוק מדבש" בסדר?

איז אזוי, בקוצר אמרים, אנשי שלומינו פון אמעריטשקא זענען היי יאר געקומען מער ווי אלעמאל, כאילו מען האט געטיילט טיקעטס בחינם, גיטע פריינט וואס איך ווייק זיך מיט זיי אין מקוה אבער גריסן מיר קיינמאל גיבן מיר היצט א ברייטען שוויציגען שלום עליכם ווי צו זאגען מיר זענען דאך אלטע פריינט פון יענער זייט ים, מעכיל אונזער שמש אין שוהל וואס האלט מיך פאר א פארגעשריטענער ווייל איך גיי נישט מיט ווייסע שטרימפ אינדערוואכן און א קבצן ווייל איך ציה נישט ארויף מפטיר יונה, ער קוקט מיך אן מיט ווינדער "וועלכע ווינט האט אים דא געברענגט? "הא יאנקעל? ביזט אויך דא? . א אידל וואס איז א שכן אויפן בלאק אינדערהיים, מיט שווארצע לאנגע אויגן ברעמען וואס גיסט זיך איבער זיין שטענדיג רויטע נעזל האט מיר א סוד דערציילט אז ער קומט יעדעס יאר נאך אביסל ח"י רוטעל, ער האט שוין זיינע ידידים אין לאנד וואס העלפן אים מיט אפאר טאלער ובשכר זאת קענען זיין איינשטיין ביי אים ווען זיי קומען אויף ארה"ב. וועלמיר זיך גיין אביסל אויסגראדן די ביינער און האטס מיר א זיסען שבת שלום ומבורך.
לעצט פאראכטן דורך נאטורליך אום פרייטאג מאי 16, 2014 9:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג מאי 16, 2014 12:37 am

נאטורליך! דיין שפראך ווערט נישט פארדזשאוועט און דיין פעדער ווערט נישט פארוועלקט..

א הערצליכן דאנק פארן היימישן גריס. בעט אויס אלדאס גוטס און קום אהיים מיט השפעות טובות.

אויב מעגליך, שטעל עפעס בילדער אויך

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מאי 16, 2014 2:15 am

נאטורליך, צום הייליג לאנד האסטו געדארפט אפפליען אז דיין פעדער זאל זיך פון פריש דערוועקן מיט דיין זיסן געשמאקן שפראך, איי האסטו מיר אויפגעוועקט מיינע געפילן פון פאריאר שבת אין צפת אין ל"ג בעומר ביי ר' שמעון, היי יאר בין איך פון די הונטערגעבליבענע אומעטיגע אידן פארבליבן אין אמעריקע פארן הייליגן יו"ט,

הוי מי יתן לי אבר כיונה.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג מאי 16, 2014 7:01 am

אוי נאטורליך! אזוי נאטורליך אראפצולייגן קען נאר נאטורליך. צוקערדיגע שפראך!

זאלסטו אויספויעלן אלעס גוטס פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל.

---
געלעגער, נאטורליך'ס א באשרייבונג מאלט אויס א בילד אסאך קלארער און שענער ווי אן אמת'ע בילד.. בעט ענדערש ער זאל באשרייבן זיין גאנצע נסיעה.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג מאי 16, 2014 8:25 am

פארשטייט זיך. ווי לאנג מ'צאלט זאל ער טון ביידע

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מאי 16, 2014 11:03 am

וויפיל יאר איז שוין אזוי פארביי זינט יענעם קאנטרי טאגבוך?.. נאך אלץ דעם זעלבן זיסען נאטורליכן שפראך?? אזוי גענוי?!

אההה... ברענגסט אריין אזא באקוועמען און רואיגן אטמעספערע מיט דיינע נאטורליכע קאמענטארן, אזויפיל זאכן געדעקט אין אזא קליינעם ארטיקל.

יישר כח!

(אפשר זאל מען דאס אפטיילן פאר א עקסטערע אשכול? עס בלאנגט נישט אינאיינעם מיט זיס.)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג מאי 16, 2014 11:21 am

אפגעטיילט

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מאי 16, 2014 11:25 am

אז ס'האט שוין א עקסטערע שנירל איז צום האפן אז כסדר'דיגע אפדעיטס וועלן נאכפאלגן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » פרייטאג מאי 16, 2014 11:38 am

יאפ נאטורליך איט איז, אויב דאס איז נאר די אנהייב דאן איז גוט, א פולע באריכט איז ערווארטעט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אור
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » פרייטאג מאי 16, 2014 11:54 am

העי כ'קען נישט גלייבן נאטולעך איז דא מיט אונז?!!
און אגב, מעכיל איז נאך אלץ שמש אין ביתמדרשל? ער מוז שוין זיין גאנץ אלט...

האב אונז אלע אינזין

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג מאי 16, 2014 1:18 pm

נאטורליך איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען דיין באשרייבונג, כאטש וואס איך בין נאך נישט געווען ל"ג בעומר אין מירון האסטו אויפגערייצט מיין אפעטיט,

האב מיך אינזין און פועל אלעס גוטס.

שרייב כסדר'דיגע אפדעיטס.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מאי 16, 2014 1:23 pm

זייער זייער פיין!
גאר קיין חידוש, עס איז אזוי ...... נאטורליך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » פרייטאג מאי 16, 2014 1:26 pm

נאטורליך בתפארתו.... לא כהתה עינו ולא נס ליחו!!!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג מאי 16, 2014 1:33 pm

אם נאטורליך כאן הכל כאן... יישר כח יו מעיד מיי דעי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מאי 16, 2014 2:46 pm

א דאנק נאטורליך!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » זונטאג מאי 18, 2014 5:16 am

פוע'לט אלעס גוט פאר גאנץ כלל ישראל.
נעמט אין אכט אז אבותינו ורבותינו זענען נישט געווען אין 'ישראל', נאר אין 'ארץ-ישראל', ושם יבנה הביהמ"ק ב"ב.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » זונטאג מאי 18, 2014 10:04 am

ווי קען מען מיטהאלטן לעבעדיג וואס טוט זיך דארט? (ביסיידס ליינען נאטורליך׳ס באריכט..)
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מאי 18, 2014 10:06 am

שמחת החיים האט געשריבן:ווי קען מען מיטהאלטן לעבעדיג וואס טוט זיך דארט? (ביסיידס ליינען נאטורליך׳ס באריכט..)

איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מאי 18, 2014 10:09 am

יישר כח ״קנאפער״ נהנתי.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » זונטאג מאי 18, 2014 10:10 am

יישר כח.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג מאי 18, 2014 10:39 am

נאטורליך

איך פיל מיך "נאטורליך" אין מירון

#קיפ איט אפ
#ווי ניד מאר

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » זונטאג מאי 18, 2014 6:20 pm

הא,הא. מיר האבן געפועלט ביי רבי שמעון א ישועה נאך יארן ווארטן. נעמליך, א נאטורליכע ארטיקל!!!

שכח. האסט גימאכט מיין היי יאריגע לג בעומר!!!

גראד דיך אויס די ביינער און קום זאפארט צוריק!! אבער שוין! דו גייסט נישט אין ערגעץ!!...מיר דארפן דיר האבן דא!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 20, 2014 11:41 pm

נאטורליך, עס גייט נישט אזוי! מען קען נישט אנרייצן דעם עולם מיט פרישע ריחות פון היימישע קיפעלעך נאר צו געבן א פארזוך דערפון און בלייבן מיט הונגעריגע אויגן ארויסגעשטעקט און א צינג ביזן קנעכל וואס לעכצט צו טרונקן נאך און נאך נאטורליכע טינט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג מאי 25, 2014 10:03 pm

פלוני האט געשריבן:פוע'לט אלעס גוט פאר גאנץ כלל ישראל.
נעמט אין אכט אז אבותינו ורבותינו זענען נישט געווען אין 'ישראל', נאר אין 'ארץ-ישראל', ושם יבנה הביהמ"ק ב"ב.

באקאנט דעם ווארט פונעם סאטמאר רב אויף על מה אבדה הארץ.

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » זונטאג מאי 03, 2015 1:21 pm

איינער האט די אדדרעס פון מענדי'ס אין צפת?


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט