אלע צוזאמען לויפן אין... וואסער אריין!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » פרייטאג פאברואר 03, 2012 7:30 am

wow שכוח הרב גראדער
אין א שכוח פאר דיר מוטשע
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג פאברואר 03, 2012 8:52 am

איך האב געמאכט היבש תיקונים אויפן לעצטן שטיקל האב איך עס געלייגט נאכאמאל.

ויבאו בתוך הים ביבשה

''רבש''ע'' האט משה רבינו זיך געבעטן, ''די אידן זענען צומשיט און צובראכן, אפילו זיי האבן געזעהן די אלע ניסים וואס דו האסט זיי געמאכט אין מצרים האבן זיי יעצט מורא אז זיי זענען נישט ווערט פאר נאך ניסים, זיי האבן מורא זייערע חטאים וועלן גורם זיין אז זיי זאלן נישט ניצול ווערן פון פרעה" (אוה''ח)

דער אויבערשטער האט געענטפערט פאר משה רבינו, ''יעצט איז נישט די צייט מאריך צו זיין מיט תפילות, כלל ישראל איז אין א צרה און מ'דארף טון למעשה.'' (שמו''ר כא, ח.)

''וואס זאל איך טון?" האט משה רבינו געפרעגט.

''די ערשטע זאך דארפסטו וויסן אז ס'איז אמאל דא א צייט וואס צדיק גוזר והקב''ה מקיים, אנשטאט מתפלל זיין און בעטן קענסטו זאגן און איך וועל מקיים זיין!'' (שמו''ר כא, ב.)

''יעצט הער זיך גוט צו משה, ע''פ מדת הדין קען איך יעצט גארנישט טון, ס'נישטא וואס צו ענטפערן פאר די מקטרגים וואס שרייען אז די אידן זענען פונקט אזוי אין די מ''ט שערי טומאה ווי די מצריים און זיי זענען נישט ראוי מ'זאל זיי מאכן ניסים, ממילא קען איך גארנישט טון ע''פ דין ווייל די וועלט ווערט געפירט מיט צדק, איך קען דיר אבער זאגן איין זאך, אויב די אידן וועלן האבן אמונה אז זיי גייען געהאלפן ווערן און זיי וועלן אריינגיין אין ים אריין, וועט זיך דער ים שפאלטן! אז זיי וועלן אריינגיין אין ים מיט אמונה פשוטה וועט דאס אליינס זיין גענוג אז דער ים זאל זיך שפאלטן צוליב דעם!" (אוה''ח יד, טו.)

''איך האב דאך פריער געזעהן אז ס'איז נאך דא היבש אידן וואס זענען גאנץ שוואך מיט די אמונה, וואס וועל איך טון אויב די אידן וועלן נישט וועלן אריינגיין אין וואסער פאר ס'שפאלט זיך?"

"זיי נישט קיין חושד בכשרים, וועסט זיך איבערצייגן אז כולם קדושים, זיי וועלן אלע אריינשפרינגען אין ים מיט אמונה!" (ספורנו יד, טו.)

כדי דער קידוש ה' זאל טאקע זיין אינגאנצן ביזן סוף און אלע זאלן טאקע גלייבן אז אלעס אויף די וועלט ווערט געפירט מיט א השגחה פרטית פון אויבערשטן אליינס, האט דער אויבערשטער געהייסן פאר משה ער זאל אוועקלייגן זיין שטעקן מיט וואס ער האט געמאכט אלע מכות, דער הייליגער שטעקן וואס איז באשאפן געווארן נאך פון ששת ימי בראשית און האט געהאט אויף זיך אויסגעקריצט דעם שם המפורש, די ר''ת פון די צען מכות, די נעמען פון די אבות און שבטי קה, (תרגום יונתן יד, כא.) זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך איינגערעדט אז דער שטעקן גאר מאכט די ניסים, האט דער אויבערשטער געהייסן משה אוועקלייגן דעם שטעקן און שפאלטן דעם ים מיט די בלויזע הענט! (שמו''ר כא, ט. ועי' כלי יקר יד, טו.)

''ריבונו של עולם, באשעפער פון די וועלט'' האט דער שטן זיך גענומען בעטן, ''דו פירסט דאך די וועלט מיט גערעכטיגקייט, דיינע קינדער האבן געזינדיגט, זיי דינען פרעמדע אפגעטער, זיי זענען נישט מיט צופיל חשובער פון די מצריים, פארוואס זענען זיי ווערט ס'זאל געשען ניסים פאר זיי?"

''גיי צו איוב!'' האט אים דער אויבערשטער געזאגט, יעצט גיב זיך אפ מיט אים, לאמיר זעהן צו די קענסט אים מאכן זינדיגן קעגן מיר." (שמו''ר)

דער שטן האט געכאפט הענט און פיס און איז אנטלאפן.

א שטארקער שטורעם ווינט האט זיך גענומען בלאזן, במשך אלע שעות פון די נאכט האט דער ווינט געשטורעמט, דער ווינט האט גורם געווען אז דער אונטערשטער חלק ים איז געווארן געפרוירן, די אידן זאלן נישט דארפן אראפגיין ביז גאנץ אונטן פונעם ים. (אוה''ח יד, כא.)

אויך האט זיך אראפגעלאזט א שטארקער נעפל וואס האט ארויסגעשעפט גאר אסאך וואסער פונעם ים. (כלי יקר יד, כא.)

משה רבינו האט איבערגעזאגט פאר כלל ישראל וואס דער אויבערשטער האט אים געזאגט, ''אידן די איינציגסטע עצה איז זיך מחזק צו זיין מיט אמונה, מיר דארפן אריינשפרינגען אין ים גלויבנדיג אז דער אויבערשטער וועט אונז העלפן און שפאלטן דעם ים!''

משה האלט נאך אינמיטן רעדן און א העפטיגער פלאטשקע הערט זיך... נחשון בן עמינדב איז אריינגעשפרינגען אינעם קאלטן ים אריין, א רגע נאכדעם האט זיך געהער נאך איינס און נאך איינס און נאך און נאך... ס'האט זיך אנגעהויבן א גאנצער וויכוח צווישן די שבטים ווער ס'זאל קודם אריינשפרינגען, שבט בנימין האט אויסגעפירט און זיי זענען געווען די ערשטע אין וואסער, שבט יהודה וואס האט אויך געוואלט האבן די זכי' און זיין די ערשטע האב זיי נאכגעווארפן שטיינער... (עי' במכילתא מחלוקה מי קדם למי במים)

די וואסער איז שוין אנגעקומען ביז די העלזער און דער ים האט זיך נאכנישט געשפאלטן...

משה רבינו הייבט אויף די הענט צו שפאלטן דעם ים, אבער דער ים שפאלט זיך נישט... ''שפאלט זיך'' האט משה רבינו געשריגן צום ים. ''אביסל דרך ארץ, איך בין עלטער פון דיר...'' האט דער ים געענטפערט, ''איך בין באשאפן געווארן אינעם דריטן טאג און דו אינעם זעקסטן, דער עלטערער דארף זיך נישט רוקן פארן אינגערן...''

משה רבינו האט געזעהן אז ס'איז צרות, דא זענען שוין דא אזויפיל אידן אין ים מיט וואסער ביז די נאז (שמו''ר כא י. לא נקרע הים עד שבאו לתוכו עד חוטמן) און דער ים שפאלט זיך נישט, האט ער שנעל געזאגט ''רבש''ע, דער ים האלט זיך נישט ביים שפאלטן!'' ''זארג זיך נישט'' האט אים דער אויבערשטער געזאגט, ''גלייך ווען דער ים איז באשאפן געווארן, נאך איך די ששת ימי בראשית, האב איך זיך שוין אויסגענומען מיט אים אז ער וועט זיך שפאלטן פאר די אידן!"

''ים טייערער!" האט משה רבינו געשריגן, דו דארפסט איינהאלטן דעם תנאי וואס דער אויבערשטער האט זיך אויסגענומען מיט דיר אין די ששת ימי בראשית! שפאלט זיך שוין!''

''ס'נישט אינגאנצן אזוי'' האט דער ים גע'טענה'ט, ''ס'איז דא נאך א ים אויפן וועג קיין פלישתים, דער פשוטער וועגן פון מצרים קיין ארץ ישראל איז דאך דורך דארט, הייסט עס אז יענער ים זאל זיך שפאלטן, וואס עפעס איך? דיינע אידן דא זענען פונקט אזעלכע עובדי עבודה זרה ווי די מצריים...''

משה רבינו האט אים געוויזן דעם ארון פון יוסף הצדיק, ''די אידן האבן דעם זכות פון מצוות מילה, אלע אידן האבן זיך גע'מל'עט פאר ארויסגיין פון מצרים! די אידן וועלן בקרוב מקבל זיין די תורה! זיי זענען אייניקלעך פון אברהם יצחק ויעקב!''

משה רבינו האט שוין אנגעהויבן צו טראכטן אז אפשר איז ער גאר נישט ראוי אז דער ים זאל געשפאלטן ווערן דורך אים, פונקט ווי ער האט נישט געקענט שלאגן דעם ים ביי מכת דם, אלס הכרת הטוב. (ילמ''ל)

די נאכט האט זיך שוין געהאלטן ביים ענדיגן, צוויי דריטל נאכט איז שוין געווען אריבער, די מלאכים האבן זיך שוין אנגעהויבן גרייטן צו די שירה פון צופרי. "זאגט נישט קיין שירה יעצט!" האט דער אויבערשטער זיי געזאגט, ''מיינע קינדער זענען אזוי בצער דארט אונטן און איר ווילט זאגן שירה?"

פלוצלונג האט דער אויבערשטער כביכול ארויפגעלייגט זיין האנט אויף משה'ס האנט, ווען דער ים האט עס דערזעהן איז ער אנטלאפן...

''וואו לויפסטו יעצט?'' האט משה רבינו געפרעגט, ''וואס הייסט וואו'' האט דער ים געענטפערט, איך אנטלויף פון אויבערשטן...'' (שמו''ר כא, ו. הים ראה וינס וגו' מלפני אלקי יעקב.)

לאנג דריי הונדערט מיל (תרגום יונתן יד, כב.)זענען געווארן צוועלעף באזונדערע וועגן, א ספעציעלער וועג פאר יעדן שבט, מיט פרייד און לויב צום אויבערשטן זענען די אידן אריין אין ים אריין, יעצט האבן שוין אלע געזעהן אז דער אויבערשטער מאכט דא גאר גרויסע ניסים, ס'איז געווארן ששון ושמחה, מיט לויב און טענץ האבן די אידן אריינשפאצירט אין ים.

''מאמי, כ'בין הונגעריג...'' האט א קינד געוויינט, ''פארוואס צושטערסטו די שמחה מיטן וויינען דא'' האט די מאמע זיך געבעטן, וואס דארפסטו שעפעלע, קוק ווי שיין ס'וואקסט דא אין די ווענט, א עפעלע? א מילגרוים? זאג שיין וואס דו ווילסט, אפשר אביסל געשמאקע וואסער פון די וואנט?..." (שמו''ר כא י. והיתה בת ישראל עוברת בים ובנה בידה ובוכה, ופושטת ידה ונוטלת תפוח או רימון מתוך הים.)

דער נס איז געווען גאר גרויס, אלע וואסער אין די גאנצע וועלט האבן זיך געשפאלטן, וואו ס'איז געווען א שיסל, א גרוב, א גלאז, וואס האט געהאט וואסער אין זיך, איז עס פלוצלונג געווארן צושפאלטן, ''וואס גייט פאר?'' האבן זיך אלע געוואונדערט, ''א צונאמי?!'' האבן מענטשן געשריגן, ''אוי, גיב א קוק, דער שיף דארט אינמיטן ים איז צובראכן געווארן!'' (בעה''ט יד, כא.) וואס קומט פאר אין די וואסערן?"

"דער באשעפער פון די אידן ראטעוועט זיי יעצט פון פרעה'ס גרויזאמע הענט" האבן אלע געזאגט.

און די אידן זענען געגאנגען אינמיטן ים מיט שמחה און מיט פרייד...



וירדפו מצרים ויבואו אחריהם.

ווען פרעה מיט די מצריים האבן געזעהן וואס דא קומט פאר איז זיי אריין א משוגעת אין קאפ. (רמב''ן יד, ד. וזה באמת שגעון להם...) אנשטאט זיי זאלן פארשטיין אז דער אויבערשטער מאכט דא ווידער ניסים פאר די אידן און זיי האבן נישט קיין שום שאנס זיי בייצוקומען, האבן זיי גאר געזאגט, ''ס'נישט געפערליך, דער מזל האט זיי פשוט אביסל צוגעשפילט אז פונקט איז געווען גאר א ווינטיגער נאכט און ס'האט אוועקגעבלאזן אביסל וואסער.''

''אדוני המלך, איך האב א פשוטן פלאן!'' האט זיך אויפגעשטעלט דער קריגס מיניסטער, ''אפילו אויב ס'איז יא די ארבעט פון דעם גרויסן אידישן גאט וועט אונזער פלאן אויך מצליח זיין!"

"נו לאמיר הערן, רעד שנעל פאר די עבריים ווערן אינגאנצן נעלם פון אונזערע אויגן דא!"

ווי ס'קוקט אויס גייען די עברים נישט אריבער דעם ים קעגן איבער, דער ים האט זיך נאר געשפאלטן אזוי ווי א האלב רינג, ווי א לבנה, זיי קומען ארויס דא אביסל ארויפצור, מיר האבן דאך גענוג און נאך מיליאנען סאלדאטן דא, לאמיר זיך צוטיילן אויף צוויי מחנות, איין מחנה סאלדאטן זאל נאכלויפן די עבריים פון אונטער זיי, און די צווייטע זאל אריבער לויפן דא אביסל ארויפצור וואו די עבריים דארפן ארויסקומען פון ים און אריינלויפן קעגן זיי, אזוי וועט מען זיי כאפן אינדערמיט און מאכן מטעמים פון זיי... (עי' ערבי נחל בשלח)

''בראווא!'' האבן אלע איבריגע גענעראלן געשריגן, ''געזאגט און געטון!'' לאמיר שוין צוטיילן די מיליטער.

איין מעסיגער עלטערער גענעראל האט זיי שנעל שטיל געמאכט, ''זייט מיר נאר מסביר איין זאך, וויאזוי קענען מיר אריינפירן מיליאנען סאלדאטן אין וואסער אריין, ס'קען דאך פארט זיין אז דער גרויסער עברישער גאט מאכט דא ניסים און ער האט זיי געשפאלטן דעם ים, דערנאך ווען מיר וועלן זיין אינעווייניג וועט דער ים צוריק קומען און מיר וועלן אלע בלייבן אינעווייניג, איך הייב אן צו שמעקן אז עפעס שטימט נישט דא!''

''קען טאקע זיין, האט זיך א צווייטער צוגעשטעלט צו אים, די אלע מכות וואס מיר האבן באקומען איז דאך געווען מדה כנגד מדה אויף די זאכן וואס מיר האבן געפייניגט די עבריים, אפשר וויל ער אונז יעצט אריינווארפון אין וואסער אזוי ווי מיר האבן זיי אריינגעווארפן אין וואסער?!"

''נע, וואספארא שטותים רעדט איר דא צוזאם!'' האט זיך דער אינגער גענעראל אויפגערעגט, ערשטנס, מיר האבן שוין דעמאלס גערעדט אז ער קען אונז נישט שטראפן מיט וואסער ווייל ער האט שוין געשוואוירן נאכן מבול אז ער וועט עס נישט טון.

צווייטנס לייג צו אביסל קאפ, אז מיר לויפן אריין פון קעגן זיי וועלן מיר דאך זיין אין וואסער די זעלבע צייט ווי די עבריים, קען ער דאך נישט צוריק מאכן דעם ים ווייל דעמאלס וועלן די עבריים זיך אויך דערטרינקען מיט אונז צוזאמען!''

ביז געציילטע מינוטן זענען אלע מצריים געווען אויפן וועג אריין אין ים פון ביידע זייטן...

ס'איז נישט אריבער קיין לאנגע צייט און אלע מצריים זענען געווען אינעם ים, א חלק אונטער די אידן און א חלק פון פאר זיי, די אידן האבן געשריגן צו משה רבינו "וואס וועט דא זיין יעצט! וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון דא?!"

''איר זעהט דאך אז דער רבש''ע מאכט אייך ניסים, ווארט צו נאך איין רגע וועט איר שוין זעהן די וואונדערליכע זאכן וואס פאסירן...

צום ערשט זענען די מצריים בלינד געווארן! (בעה''ט יד, כא)

''יוחנא!"

''ממרא"

''דו זעסט?"

"ניין, און דו?"

"ניין! עפעס שרעקליך קומט דא פאר, ס'האט דאך שוין אנגעהויבן צו ווערן ליכטיג פריער!"

"קוקט אויס אז זייער גאט האט פארט עפעס א פלאן צו דערטרינקען נאר אונז...''

"אוי, איך שפיר מיר קומען יעצט אן קעגן די עבריים, לאמיר זיי אריבער לויפן און ארויסלויפן פון דא וואס שנעלער!"

"געגאנגען!"

"יוחנא, ס'איז צרות, מיין פערד האט זיך גענומען גיין גאר שווער, ווי גלייך ער קריכט אין בלאטע!''

''ממרא! גיב א בינד אפ דעם וואגן, אזוי וועסטו קענען שנעלער פארן מיט פערד אליינס" (אב''ע יד, כה)

"אוי יוחנא, איך האב מורא מיר זענען גוט אריינגעפאלן, דא, די עבריים זענען שוין ארויס און מיר זענען נאך דא, לאמיר לויפן!''

''ממרא! איך קען נישט אויסדרייען מיין פערד צו אנטלויפן! יעדער וויל אויסדרייען דעם פערד אין די זעלבע צייט און ס'נישטא קיין פלאץ! בעל צפון וואו ביזטו ווען מ'דארף דיר! העלף אונז דא! ס'קומט א חורבן!''

''אוי, איך הער ווי די וואסער הייבט זיך אן אויפצולאזן... קוקט אויס אז דער עמוד האש פון די עבריים הייבט אן אויפצולאזן די אייז, גיב שנעל אן עצה, וואס טוט מען?!"

"אוי, איך ברעך, וואס גייט פאר מיט מיר? די קאפ שווינדלט מיר, דער מאגן דרייט זיך מיר, נאך דאס האט מיר יעצט אויסגעפעלט...'' (ספורנו יד, כד, ויהם, במיני חולאים)

''און וואס זענען די קולות דא! וואס שרייעט דער עולם אזוי, מ'קען דאך טויב ווערן! פון דעם אליינס קען מען דערטראנקען ווערן!" (רשב''ם ויהם, מהומות קול)

"איי!, וואס איז מיר געפאלן אויפן קאפ? א שטיק אייז! דער האגל איז צוריק דא!"

"אוי, און אויף מיר איז געפאלן א שטיק פייער! איך ווער פארברענט! וואס טוט זיך דא?!" (מכילתא, התחילו מלאה''ש לזרוק עליהם חיצים ואבני אלבגיש)

"איך פארשטיי נישט, וואו איך לויף שפיר איך וואו דער וואסער לויפט קעגן מיר...'' (כל מקום שהיו מצרים נסים הי' הים רץ כנגדם. מכילתא)

"איך גיב אויף, איך ווייס שוין נישט וואס צו טון!'' (ולא היו יודעים מה הן עושין, מכילתא)

"אאוו, אאוו, לאמיך שוין דערטראנקען ווערן איינמאל פאר אלעמאל! יוחנא איך פארשטיי נישט וואס דא קומט פאר, דער וואסער לאזט זיך נישט אויף, ס'ווערט נישט רינענדיג צוריק, ס'ווערט נאר שטיקער אייז ווי שטיינער, איך שפיר ווי איך ווער פארשטיינערט...'' (מכילתא)

די מצריים האבן זיך שוין געוואונטשן צו שטארבן, דער אויבערשטער האט זיי אבער געגעבן באזונדערע כוחות איבערצולעבן די שטערבליכע יסורים, כדי זיי זאלן ליידן אזוי ווי זיי האבן געפייניגט די אידן די אלע יארן.

"וואו איז עוזא? אונזער שר וואו איז? יוחנא, מאך שוין עפעס א כישוף ער זאל אונז קומען העלפן דא!"

"דו ווייסט נישט ממרא? ער איז דער ערשטער וואס איז דערטראנקען געווארן, דער גרויסער עברישער גאט האט אים אומגעברענגט נאך פאר ער הרג'עט אונז אלע אויס דא.'' (שמו''ר הטביע שרן תחילה)

ענדליך האט משה געגעבן א לייג זיין האנט איבער ים און דער וואסער איז אינגאנצן צוריק געגאנגען איבער אלע מצריים, דער וואסער איז אבער געווען גאר ווילד, ס'האט געשטורעמט און געקאכט, די מצריים זענען געפלויגן ארויף און אראפ, אפילו די בעסטע שווימערס האבן זיך נישט געקענט אן עצה גיבן מיט אזא ווילדן ים. (אוה''ח יד, כז.)

אינטערעסאנט איז געווען אז אין די זעלבע צייט זענען נאך נישט אלע עבריים געווען אינדרויסן, דארט ווי די אידן זענען געגאנגען איז דער ים נאך געווען געשפאלטן, און דארט ווי די מצריים זענען געווען איז שוין דער ים געווען צוריק... (אב''ע, ספורנו)

ווען דער לעצטער אידיש קינד איז אנגעקומען אינדרויסן, האבן זיך די אידן ארומגעקוקט און געזעהן דעם גרויסן נס וואס דא איז פארגעקומען, הונדערטער מיליאנען מצריים דערטרינקען זיך אין וואסער און יעדער איינציגער עברי איז אנגעקומען אינדרויסן, ''אוי האבן מיר א גרויסן באשעפער!'' האבן אידן געשריגן מיט פרייד און גליק.

''און אויך אן אמת'ן מנהיג און רבי'ן, משה רבינו!'' האבן אלע געזאגט.

א רוח הקודש האט גערועט אויף אלע אידן. (מכילתא)

''לאמיר זינגען שירה" האט זיך געהערט קולות פון אלע זייטן, ''לאמיר אפגעבן א שבח והודי' פאר גרויסן באשעפער אויף די אלע ניסים!"

''הערט אויס אידן'' האט משה רבינו געזאגט, ''קומט, איך וועל אייך אויסלערנען א שירה! (אב''ע טו, א.) איך וועל זאגן און איר וועט נאכזאגן!'' (מכילתא)

אז ישיר משה ובני ישראל...


ויה''ר שנזכה בקרוב לראות בישועתן של ישראל וכימי צאתנו מארץ מצרים נראה ניסים ונפלאות בגאולתנו ופדות נפשנו בב''א
א גוט שבת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » פרייטאג פאברואר 03, 2012 9:09 am

מוטשע וואס וועט זיין מיטן פדף לייג עסביטע איבער אויב איז עס נישט שווער שכוח
א גוט שבת
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג פאברואר 03, 2012 9:09 am

די לוח אויפן PDF איז אביסל אומקלאר ווייל די סייז איז געווען צו גרויס

גוט שבת
צוגעלייגטע
מדרש בשלח.pdf
(242.31 KiB) דאונלאודעד 374 מאל

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » פרייטאג פאברואר 03, 2012 9:10 am

שכוח נאכאמאל מוטשע
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » פרייטאג פאברואר 03, 2012 10:05 am

WOW, שכוח נאכאמאל גראדער פארן באשרייבונג, און ספעציעל פארן ענדיגן ס'גאנצע פאר שבת...
שכוח מוטשע פארן PDF, שוין ארויסגעפרינט, מען וועט עס אי"ה דורכטוהן שבת.

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » פרייטאג פאברואר 03, 2012 10:14 am

צו רבי גראדער,
משה האט זייער שיין דערציילט די סדרה די וואך, ער האט זייער גוט געקענט אלעס דערציילן בטוב טעם ודעת.
א גרויסן שקויעך פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס איר לייגט אריין,
הק' אולי יאכעס

נ.ב. לעצטענס. איז זיין גאנצע התנהגות סאאך פארבעסערט, ספעציעל נאך אייער געלונגענע אפעראציע, נאכאמאל א שקויעך!!

אולי
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » פרייטאג פאברואר 03, 2012 11:07 am

מוישע_יאכעס האט געשריבן:צו רבי גראדער,
משה ........

נ.ב. לעצטענס. איז זיין גאנצע התנהגות סאאך פארבעסערט, ספעציעל נאך אייער געלונגענע אפעראציע, נאכאמאל א שקויעך!!

אולי


;l;p- ;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

קונצען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:50 pm
לאקאציע: נעבען די כלי

תגובהדורך קונצען » פרייטאג פאברואר 03, 2012 11:22 am

באמת ישר כח מהאב מיר וואס צי געבען פאר די קינדערלעך לכבוד שבת שירה

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג פאברואר 03, 2012 11:53 am

ווען גראדער נעמט זיך רעדן גראד צו די נקודה, קומט ארויס א גראדע זאך.
ממש געוואלדיג, איך וועל שוין קענען זיין דער מגיד מישרים אין ביהמ"ד

און ש'כוח ר' מוטשע נישט פארן PDF.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג פאברואר 03, 2012 11:56 am

מוישע_יאכעס האט געשריבן:צו רבי גראדער,
משה האט זייער שיין דערציילט די סדרה די וואך, ער האט זייער גוט געקענט אלעס דערציילן בטוב טעם ודעת.
א גרויסן שקויעך פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס איר לייגט אריין,
הק' אולי יאכעס

נ.ב. לעצטענס. איז זיין גאנצע התנהגות סאאך פארבעסערט, ספעציעל נאך אייער געלונגענע אפעראציע, נאכאמאל א שקויעך!!

אולי


לכאורה טעות וצ"ל

הק' מרת יאכעס

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 03, 2012 12:58 pm

שוין פונדערווייטנס זענען זיי אויפגעשפרינגן "אה, ס'איז דא א מדרש" ביים זעהן דעם טאטען זיך ארומדרייען מיט די 7 ארויסגעדרוקטע צעטלעך אויפן וועג צום שענקל נעמען א 'סטעיפלער' זיי צו באהעפטן.

יישר כח רבי גראדער, די זכות זאל דיר ביישטיין צו מצליח זיין אין אלע אפעראציעס...

יישר כח מוטשע נישט, די וואך האסטו געארבעט דאפעלט, זאלסטו באקומען דאפעלט שכר.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » פרייטאג פאברואר 03, 2012 1:09 pm

ישר ישר ישר כח באמת א ריייייזיגע שכוח

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » פרייטאג פאברואר 03, 2012 1:10 pm

נאך א מזל איך האב זיך אריינגעגנבעט אין היימישע קרעטשמע ווייל איך בין א גאנצע צייט אריין נאר און היימישע דזשורנאל עס זוכן

א ריזיגן שכח מו"ר גראדער שליט"א
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אפשר
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » פרייטאג פאברואר 03, 2012 1:17 pm

ישר כח הרב גראדער שליט''א
גוט שבת.

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » פרייטאג פאברואר 03, 2012 1:43 pm

מיין טאטע האט געבעטן איך זאל זאגן פאר "מוטשע נישט" א עקסטערע שקויעך פאר מאכן די פי די עף, ער האט ניש געוויסט ווי צו שיקן זיין שקויעך, ווער ס'טרעפטעים זאלעם פליז איבערגעבן, שקויעך
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » פרייטאג פאברואר 03, 2012 2:51 pm

יש"כ הרב גראדער
און שכח מוטשע נישט פאר פדפ
גוט שבת

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » פרייטאג פאברואר 03, 2012 3:26 pm

יש"כ הרב גראדער
און שכח מוטשע נישט פאר פדפ
גוט שבת
איך בין ספעציעל יעצט אריין אין אפיס עס ארויסצופרינטען
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מוצ"ש פאברואר 04, 2012 7:26 pm

אהה גדאדער, געהאט אן אמת'ער עונג שבת, מיר ער ווארטען יעדע וואך אי"ה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש פאברואר 04, 2012 9:26 pm

גראדער. זיכער געמיינט אז איך גיי טרעפן בלעטער אויף בלעטער פון די "על הים לקו חמשים ומתאים מכות".

אבער זארג נישט. מיר האבן זיך מחי' געווען מיט יעדעס ווארט. א גרויסן און הערצליכן יישר כח.

מוטשע נישט. דיין ארבעט פארן פי די עף איז ווערט אן עקסטערע באגריסונג. יישר כח

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3881
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מוצ"ש פאברואר 04, 2012 11:23 pm

יישר כחכם הרב גראדער & מר. מוטשע נישט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » זונטאג פאברואר 05, 2012 1:22 am

ייש כח גראדער, שטארק הנאה געהאט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג פאברואר 05, 2012 1:35 am

איי האמיר. געהאט א לאאאנגע פרייטאג צו נאכטס טיש דעם וואך... די קינדער האבן נישט מוותר געווען ביז מען האט דערציילט די גאנצע מדרש וואס. טאטי ברענגט אהיים....

יישר כח
כברכת ידידך ווינקל

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג פאברואר 05, 2012 12:34 pm

גראדער
אזוי ממחיש צו זיין די סיפור יציאת מצרים
געוואלדיג
מיין געזינדל איז ווי פארשיכור'ט געווארן פון די דערציילונג און ספיציעל
פון דער "עמלק'ישער וויסקי"
לחיים! לחיים!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג פאברואר 05, 2012 12:42 pm

זיך נישט געקענט איינהאלטן מ'האב מיר אריין געסיינט צי קענען זאגן א גרויסער ישר כח. זייער געשמאק געווען צי ליינען איבערהויפט נאך א וואך פון האקן האלץ!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט