לכבוד שבועות: נאכמאכן פארבאטן!!!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

לכבוד שבועות: נאכמאכן פארבאטן!!!

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג יוני 05, 2011 3:56 pm

(דיסקלעימער: דער תגובה איז אביסל א דיפפערענט סטייל פון די געוועליכע קרעטשמע ארטיקלען, פארט אבער, היות לפי זכרוני - פון פאר צוויי יאר צוריק - ווען כהאב געשריבן אזא סטייל ארטיקל איז דער עולם צופרידן געווען, טוה איך דאס נאכאמאל. אויב באלאנגט דאס אין א צווייטן מקום, הרשות ביד המנהלים כמובן).


עס איז יו"ט שבועות, די רויזן און טוליפ'ס שמעקן א מחי' פון אלע זייטן, עטליכע בחור'ליך אין שוהל וואו דער תהילים איד דאוונט האבן היי יאר געכאפט א ספעציעלע פרישקייט, אה, א הערליכן טויער געמאכט לכבוד התורה, און דער ראה"ק האט איינגעקויפט בלומען צו די זייטן גענוג און נאך, הקיצור, די מצב איז געשמאק, ממש א נחת.

דער תהילים איד איז געווען 'אויף' די גאנצע נאכט כמעט צו תיקון ליל שבועות, וויפיל זיינע כוחות האבן ערלויבט, ער האט געזאגט דעם תיקון וויפיל ער איז אנגעקומען, און.. משטעלט זיך שוין שחרית.

זייענדיג א ארבעט'ס אינגערמאן וואס פלאגט זיך ס'גאנצע וואך צו ברענגען פרנסה אין שטוב, איז תהילים איד געווען היבש פארנומען ערב יו"ט, ער האט צופיל ספה"ק נישט געלערנט אויף יו"ט, אבער, עפעס האט ער געזעהן דא דארט אין די בלעטלעך, א שיינער שיעור האט ער אויך אויסגעהערט אויפן בלו-טוט גייענדיג צו שחרית די לעצטע פאר טעג, און ער ווייסט בערך וואס טוט זיך אויף דער וועלט.

ניין, ער האט נישט די זכי' צו זיין פון די אידן וואס תורתם אומנתם, אידן וועלכע שפורן ווי דער יו"ט איז ממש זייער חתונה, אבער פארט פארשטייט ער וואס דער יו"ט מיינט טאקע יא אים אויך.

ערשטנס, ער פריידט זיך מיטן טאג וואס השי"ת האט אונז אויסדערוועהלט אלס עם הנבחר. מיינע ערלישע שכנים דזשאני און סקאט, זיי האבן נישט קיין השגה פארוואס זיי לעבן אויף דער וועלט, זיי עסן און ארבעטן און שלאפן און שטייען אויף און עסן ווידעראמאל ביז ביז זיי פייגערן שוין ענדליך אפ נאך 80 יאר זיך מוטשען און דאס איז עס מיט אים. איך בין דאך גאר עפעס אנדערש, איך בין א איד, דער 'איך' איז א נשמה, א חלק אלוקי ממעל, וואס לעבט פאר א צוקונפט, איך זוך צו טוהן דעם רצון ה' מיט תורה ומצוות, און אזוי אויך ווייטער אויפצושטעלן דורות אויפן וועג וואס מהאט מיר געלערנט, און ווען איך ענדיג מיינע יארן, דאן הייבט זיך הערשט אן די פירות פון מיינע 90 יאר הארעוואניע. דערפאר אליינס, לויב איך היינט השי"ת מיט גרויס שמחה, אינעם טאג וואס דער מקח האט פאסירט, און 'איך' בין געווארן 'איך'.

צווייטנס, ווייסט ער - דער תהילים איד - אז דער טאג איז זייער מוסגל אויסצובעטן אויף להבא, און טראץ וואס ער שפורט אביסל פרעמד ווען מען זאגט דעם 'ובהם נהגה יומם ולילה', ווארום ער איז נישט אין די מדריגה צו זיצן און זיין עמל בתורה בייטאג און ביינאכט, אבער, ער האט דאך פארט א חלק אין די לימוד התורה פון אנדערע תלמידי חכמים מיט זיין געלט-שטיצע פאר מוסדות התורה \ כוללים וכדו', און ער איז מתפלל אז ער זאל טאקע האבן די זכי' צו האבן זיין חלק בשלימות אין די הייליגע תורה, און נאכמער, ער האט דאך פארט א שיעור יעדע נאכט א שעה, און טראץ וואס פון די שעה ווערט געווענטליך קוים א האלבע שעה, גייט ער טאקע בעטן השי"ת אז זיינע מניעות אויף קביעת עתים זאל נישט זיין אזוי שווער, און אזוי אויך אז ער זאל זוכה זיין צו לעבן אין זיין שיעור מיט א געשמאק, פארשטיין קלאר און שפורן א חיות - אזוי ווי יענע תקופה עטלכיע מאנאטן צוריק ווען עס איז געגאנגען עפעס גאר גוט, און עס ליגט אים נאך אין די ביינער יענעם לעכטיגן רחניותדיגן טעם - און ער גייט היינט בעטן השי"ת ער זאל ערפולן זיין חלק התורה ווי עס באדארף צו זיין, און אויפטוהן אויף דער וועלט וואס ער דארף מיט קיום המצוות.

נו שוין, דאס אליינס אז ער ווייסט קלאר זיין ציהל אינעם היינטיגן טאג, מיט וואס ער פריידט זיך און אויף וואס ער גייט בעטן, דאס אליינס 'מאכט אים דעם יו"ט'. ער שפורט זיך אין פלאץ, און איז אויפגעלייגט מיט א חיות און געשמאק, אז זיין "גוט יום טוב" וואס ער פארגינט פאר זיינע ידידים היינט אינדערפרי איז עפעס א לעבעדיגער זאך וואס בלזאט שמחת הנפש.

לאמיר צוקומען צום ענין, מען האלט שוין טיף אימיטן שחרית, נאך א לעבעדיגן נשמת, און מען זאגט שוין אהבה רבה. נו, ער הייבט אן בעטן השי"ת ותן בלבינו בינה, ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט, און אוודאי האט ער אינזין זיינע קינדערלעך זיי זאלן ליב האבן צו לערנען, כדי זיי זאלן חלילה נישט זוכן דרויסנדיג גליקן ה"י, ודבק לבינו במצוותיך, מיר זאלן שפורן א טעם אין א מצוה, און מקיים זיין אלע תרי"ג מצוות כדבעי און נאנט ווערן צו השי"ת.

זיצט אבער נעבן אים א איד, און יענער איד - לויט דעם תהילים איד'ס הרגשים - פארביטערט דאס לעבן פון אלע ארומגיע.

איך ווייס נישט וואס פאר יענעם איד גייט אזוי נישט גוט אין לעבן, דאער אפשר צו וואסערע הויכע כוונות האט ער אפשר מער פון מיר, אבער דער שרייט דאך מיט אזאנע קולות, ער פארגיסט טרערן ממש אן א עק אנגעפילט מיט זיפצן, ער קרעכצט און קרעכצט הויעך, אז ער צומישט מיר אינגאנצן! וואס טוט זיך דא? עכט איז היינט יא תשעה באב? ווער איז דא משוגע, איך אדער ער? אפשר מיינט דאס שבועות, אז מען ברויך זיין פארזויערט און פארקוויטשעט, און איך פארשפיל דא טאקע דאס ריכטיגע יו"ט?

וואס פאסירט יעצט? איינס פון די פאלגנדע צוויי:

אדער ווערט דער תהילים איד אויפגערעגט אויף זיין שכן מיט א פארביטערטע רעגעניש: "דו פארפומטער דו! קענסט נישט לאזן די מצב רואיג דא?! דו מיינסט טאקע אז דער אייבערשטער הערט נישט נאר ווען מען שרייט אים אן?! דו מיינסט ביסט פרום? ביסט א פשוטער פארזויערטער מענטש וואס פארביטערט דעם 'טאן' דא אין שול! זיי מוחל טראג אפ פון דא! לאז ציריה דא, קלאר מיר אויס די לופט!" אזאנע מחשבות לויפן אים אין קאפ די גאנצע צייט, ווערנדיג צומישט און נרעוועז, נאכן זיין אזוי גוטמוטיג מיט זיך ביז יעצט.

אדער קען אמאל זיין, אז דער תהילים איד וועט דאס אזוי אנקוקן: יענער - דער שכן - איז דאך יא מער א מעסיגער מענטש געווענליך, און אז ער פארגיסט דא אזויפיל טרערן, מיט אזאנע בכיות, זעהט אויס אז איך בין דא א פשוטע מוריטשקע, א יון אין די סוכה, איך שטיי דא קאלטבלוטיג אין די זייט, ווען דער אמתער באדייט פון א יו"ט שבועות מיינט טאקע דאס וואס איך זעה דא ביי מיין שכן! דאס וואס איך בין אזוי קלאט, דאס קומט ווייל איך בין נישט דאהי. צו ווייל איך האב מיך נישט צוגעגרייט, צו ווייל איך בין א קאלטער אינג, כווייס נישט וואס, אבער עפעס אזוי, איך טויג נישט.

אזוי צו אזוי, וועלכע וועג די מחשבות זאלן נאר גיין [און צומאל גייט עס מיט א צומישעניש פון ביידע והבן], איז דער פריערדיגער פרייליכער יו"ט מיטן קלארן דעת וואס האט געברענגט אויפגעלייגטקייט, פארוואנדלט געווארן צו א צומישטער זעלבס-באשולדיגטער אדער סתם גערעגטער שטימונג, און א אמתער שמחת יו"ט איז שוין היבש נישט צום ערווארטן.

וואס איז דער אמת? און וואס איז די עצה? וויאזוי ברויך מען אויפנעמען אזא מצב און בלייבן ווי מען איז געווען?

האט השי"ת צוגעפירט, אז דאסמאל, האט דער תהילים איד שוין היינט אינדערפרי, נאך 2 טעג בעפאר יו"ט געלערנט א חסידיש ספר אויף די קומענדיגע סדרה, פרשת בהעלותך, און זיך אנגעטראפן אין א לעכטיג שטיקל ערוגת הבושם, און ממש אויפגעשיינט פון די דברי אלוקים חיים.

גיימער לערנען דעם שטיקל אינאיינעם, ויונעם לנו. (דערמאנונג פאר די וועלכע ליינען אויפן ב"ב במקום שאין רשאי להרהר..)

רש"י הק' זאגט אונז די וואך, אז דערפאר איז נסמכה פרשת המנורה צו פרשת הנשיאים, ווייל ווען אהרן האט געזעהן אז אלע שבטים האבן מקריב געווען די קרבנות, אויסער זיין שבט, האט דאס אים ווייגעטוהן, האט אים השי"ת בארואיגט מיט פרשת המנורה, "שלך גדולה משלהם, שלך לעולם קיימת".

(איך בין נישט מדקדק אזוי מיט די לשונות, איך האב נישט קיין שום ספר מיט מיר יעצט דא אין אפיס).

דער ערגות הבושם שטעלט זיך אויף די רש"י, און אויך אויף די פרשת הנשיאים פון פאריגע וואך. איר האט מעביר געווען די סדרה פון נשא? די לעצטע פרשה איז געגאנגען אויף די נערוון.. הא?, צוועלעף מאל איינס נאכן צווייטן די זעלבע פסוקים נאכאמאל און נאכאמאל, מילא די פסוקים אין חומש איז נאך מיטגעגאנגען, די צונג איז געפארן א מחי', דער "אייייל אחד" האט זיך שוין געזינגען אליינס.., אבער די תרגום? אוי איז דאס שווער געוועזן, היבש עוונות אפגעקומען. נאכאמאל פארפלאנטערט און נאכאמאל פארפלאנטערט, און מהאלט נאך ביי ווייניגער ווי האלב... עכ"פ, מה פשט? פארוואס קען נישט שטיין די קרבנות איינמאל, און דערנאך "וכן הקריב שבט זבולון וכן הקריב וגו'"? מיר ווייסן אלעמאל אז מען פרעגט נישט, אלעס האט העכערע הסברים וואס מיר פארשטייען נישט. אבער וואס זאגן די ספרים טאקע דערויף?

איז ער מקדים א טייטש אויף א פסוק אין פרשת ואתחנן, די אידן האבן געזאגט פאר השי"ת ביי קבלת התורה, "קרב אתה ושמע", מיר פארנעמען נישט די קולות וברקים, מיר קענען דאס נישט דורכטראגן, מיר ווילן הערן די תורה נאר פון דיר - משה רבינו.

האט השי"ת געזאגט פאר משה "הטיבו אשר דברו", זיי זאגן גוט, און אזוי וועט טאקע זיין, דו וועסט בלייבן אויפן בארג און דו וועסט שפעטער איבערעגבן די תרי"ג מצוות פאר די אידן.

שטעלט ער זיך אויפן לשון "הטיבו" און, דוכט זיך אז ער ברענגט דאס פון א מדרש אז הטיבו גייט ארויף אויף הטבת הנירות. און ער איז מסביר, אז ביי עבודת השם דארף צו זיין אזוי ווי ביי די מנורה, שתהא שלהבת עולה מאיליה. אז דער עבודה ברויך קומען פון זיך אליינס, און נישט עס זאל זיין "געמאכט".

די אידן ביים בארג סיני וואלטן געקענט שפילן ווי כאילו זיי זענען יא דערביי, און זיי וואלטן געקענט בלייבן הערן דאס גאנצע מפי השכינה, און זיך שפורן גוט פאר אייביג... זיי האבן דאס אבער נישט געטאן. זיי האבן געשפורט אז זיי זענען שוין נישט אין די מדריגה וואס זיי זענען געווען פריער, האבן זיי געזאגט פאר משה רבינו, הער אויס, מיר זענען נישט דערביי! פשוטו כמשמעו. אז מיר זענען נישט אין די מדריגה, ווילן מיר זיך נישט פאפן, און מיר זאגן דיר קלאר אז מיר ווילן פון דא און ווייטער נאר הערן פון דיר און נישט פון השי"ת אליינס.

אויף דעם האט השי"ת געזאגט הטיבו אשר דבירו, השי"ת האט געהאט כביכול א הנאה פון דעם, אזוי ווי דער אייבערשטער וויל ביי הטיב"ו, ביי די מנורה, עס זאל זיין שלהבת עולה מאיליה, דאס וויל דער אייבערשטער! מען זאל אים דינען לויט די מדריגה וואס מען איז, ותו לא.

זאגט ער ווייטער, ביי פרשת הנשיאים שטייט אויסגערעכנט יעדנס קרבן, צו לאזן וויסן, אז ס'איז נישט "הקריב נתנאל בן צוער", און דערנאך "וכן דער און וכן יענער און וכן דער פערטער", וואס דאס וואלט געמיינט אז אזוי ווי דער ערשטער שבט האט געטוהן אזא עבודה, און עס האט אויסגעזעהן אזוי שיין און לעכטיג, האט יענער אויך נאכגעמאכט, און יענער אויך, נוי נוי, נישט דאס מיינט דער פסוק. יעדער שבט עקסטערע האט געהאט באקומען די השגה, און די כוונות, מיט די הרגשים, פון דעם סארט קרבן אקוראט, און בלויז דעפאר האט ער מיט א פרישקייט מקריב געווען אט דעם זעלבן קרבן.

איז ער ממשיך מוראדיגע וועטער:

פארוואס טאקע האט שבט לוי\אהרן נישט מקריב געווען? דאס איז שוין קיינעם נישט שווער דא לכאורה. זייער פשוט, ער האט נישט געהאט דעם הארה פון הימל אויף די עבודה, נו, זאל ער יעצט גיין נאכמאכן יענעם שבט, ווייל זיי זענען יעצט אין די הימלען מיט זייער עבודה? נאופ. דאס איז נישט עבודת השם. נישטא קיין הארה, איז נישטא קיין עבודה. אהרן איז נישט מקריב.

קומט רש"י די וואך און פארציילט אונז, אז באמת אין טיפן הארצן האט פארט ווייגעטוהן פאר אהרן הכהן, אז "פארוואס טאקע?", פארוואס טאקע האבן "אלע" שבטים געהאט דעם הארה פון הימל און פונקט איך נישט? אפשר פעהלט מיר עפעס?..

האט השי"ת אים דערמאנט די פרשה פון די מנורה, "שתהא שלהבת עולה מאיליה"! אז סקומט נישט אליינס, איז א סימן אז איך דארף עס נישט טוהן. און דער אייבערשטער האט געזאגט: "שלך גדולה משלהם, שלך לעולם קיימת", די סיבה פארוואס השי"ת האט עס טאקע אזוי געמאכט אז אהרן זאל נישט האבן די הארה, דאס איז א זאך וואס האט געהאט א גרויסן ציהל וואס איז "לעולם קיימת", אז אויף אייביג, אלע צייטן פון כלל ישראל, זאלן אידן דאס זעהן, און זיך אראפלערענען דעם געוואלדיגן יסוד, אז מען זעהט ביי איינעם א עבודה, מיינט דאס נישט אז איך מוז אויך זיין אין די מדריגה, אדער פרובירן זיך איינצורעדן אז איך קען ווען זיין אזוי, און פארלאנגען פון זיך "פארוואס שריי איך נישט...". ניין, איך בין נישט אין יענעם'ס מדריגה, און איך בין זייער רואיג מיט מיר, ווייל פון הימל פארלאנגט מען נישט איך זאל בכלל זעהן וואס יענער טוט, און אוודאי נישט איך זאל וועלן יענעם נאכמאכן. ס'איז נישטא אזא פארלאנג.

יעדער האט זיך א הארה לויט זיין מצב, און אז מיין הארה איז צו זאגן אהבה רבה מיט א רואיגקייט און פשוט אינזין האבן פירוש המילות, ברויך איך נישט וויסן פון עפעס מער. דאס איז מיין עבודה, און איך האב נישט קיין תערומות אויף א צווייטן וואס האט כנראה אן אנדערן סארט עבודה, לויט זיינע אייגענע הארות וואס האבן נישט מיט מיר קיין שייכות.

אלזא, "נאכמאכן פארבאטן..." און האטס מיר אלע א "פרייליכן יום טוב", מיט אלע גוטע השפעות!
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » זונטאג יוני 05, 2011 4:03 pm

געוואלדיג תהלימ׳ל יוד...
ס׳זכות זאלדער ביישטיין!!!
;l;p-
לעצט פאראכטן דורך זעלבסטשטענדיגער אום זונטאג יוני 05, 2011 4:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1745
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 05, 2011 4:04 pm

געוואלדיג, און היות איך האב אויך געטראכט צו אפדעיטן מיין 'ערנסט גערעדט' סעריע לכבוד יו"ט מיט מיינע געפילן, אבער דער זייגער און מיין צוברכענע קאמפיוטער איז אקעגן מיר, וועל איך מיר באגנוגן מיטן ארויסברענגען איין נקודה.

נעמליך מען קען מיינען אז די אידן ביים בארג סיני האבן אלע געקענט די גאנצע תורה ווי אשרי יושבי, און אוודאי האבן זיי געהאט א קבלת תהורה אבער איך?!, ניין רבותי זעהט די שטוינענדע ווערטער פונעם תנדב"א, יודע אהרן בעצמו שבא דבר גדול לישראל על ידו והיה קושר חבל של ברזל במתניו ומחזיר על כל פתחי ישראל, וכל מי שלא היה יודע לקרות קריאת שמע וכן מי שאינו יודע להתפלל היה מלמדו לקרות ק"ש ולהתפלל וכן מי שאינו יודע לכנוס בגופה של תורה היה מלמדו, איך ווייס נישט צו איינער דא איז אין דעם גדר פון נישט קענען קריאת שמע ליינען, אבער דאך האט מען פאר אזוינע אידן געגעבן די תורה. און אויב זיי האבן געקענט קאנען מיר אויך.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
בעל נפש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 03, 2011 6:06 pm

תגובהדורך בעל נפש » זונטאג יוני 05, 2011 4:07 pm

א שטארקער דערהער הרב תהלים איד
א יישר כח פארן נעמען די מיה און מיטטיילן מיט דיינע ידידים די הארה וואס מען האט דיר אריינגעשיינט פון הימל

כ׳האב זיך געוואונטשן עמיצער זאל שרייבן אזא סארט ארטיקל, כדי איך זאל כאטש עפעס א הוספה מער פון פאריאהר האבן לכבוד דעם הייליגן יו"ט שבועות תשע"א הבעל"ט

דיין פריינט
בעל נפש
וְשַׂמְתָּ שַׂכִּין בְּלֹעֶךָ אִם בַּעַל נֶפֶשׁ אָתָּה׃ (משלי כב, ב)

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » זונטאג יוני 05, 2011 4:15 pm

עקסעלענט עקסעלענט מאמר! איך בין ארויס פון די כלים נאך יעדע שורה,אזוי שיין, בעטעמ'ט און יסודות'דיג, הערליך הערליך.

דעס הייליג ווארט אויף הטיבו אשר דברו שטייט גראדע אויך אין אוהב ישראל אין די בעק ביי די ליקוטים לפרשת ואתחנן, נאר נישט אזוי באריכות.

אוועטאר
בעל נפש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 03, 2011 6:06 pm

תגובהדורך בעל נפש » זונטאג יוני 05, 2011 4:29 pm

תהלים איד - איך האב דיר פארגעסן צו זאגן - לגבי די נקודה פון וואס דער ערוגת הבושם רעדט.

איך האב אמאל געהערט נאכזאגן בשם צדיקים לגבי דאס ענין פון מוריד זיין דמעות ביים דאווענען, אז ווען עמיצער זארגט זיך צו ער וועט קענען וויינען ביים דאווענען צו נישט, דאס ווערט גערעכנט ווי א מחשבה זרה, און דאס בעצם איז זייער א שטארקע נקודה, ווייל טרערן - אז ס׳קומט קומט עס, אויב איז עס שלהבת עולה מאלי׳ פון זיך אליינס אנעם זיין באזארגט פון פאראויס - דעמאלטס איז עס א ריכטיגע התעוררות אין - פארשטייצעך - דאס האט א ריכטיגער ווערד.

ס׳זענען דא חתנים רבי׳ס וועלכע זענען זיך נוהג צו רעדן איבער דעם ענין מיט חתנים, אז מ׳זאל נישט דאגה׳ן צו מ׳וועט קענען נתעורר ווערן ביי די חופה צו נישט, אז מען האלט זיך נאטורליך און רואיג און מ׳זוכט נישט זיך צו דרוקן די געפיהלן, קומט עס אן אליינס, און העכסטנס אויב נישט איז אויך נישט געפערליך, דאס גאנצע ענין פון טרערן איז נאר בבחינת ׳מה טוב ומה נעים׳ אז מ׳קען מוריד זיין דמעות פארן באשעפער, ס׳פיהלט זיך פשוט בעסער, מען פיהלט מער ווי מ׳האט זיך אויסגעבעטן, אבער ס׳שטייט נישט אין ערגעץ אז נאר אויב מען וויינט מיט טרערן ווערן די תפילות נתקבל.

איז לכאורה לויט דעם קומט טאקע אויס אז דער יוד נעבן דיר האט טאקע מצליח געווען נתעורר צו ווערן אויף אזא שטארקן פארנעם ביז טרערן, אבער דאס מיינט נישט אז איך און דו - וועלכע האבן נישט געדארפט נוצן קיין טאש טיכלעך ביי אהבה רבה - זענען עפעס ווייניגער...

זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן מ׳זאלמיר האבן די זכי׳ נתעורר צו ווערן אויפן ריכטיגן אופן און ס׳זאל זיין שלהבת עולה מאלי-ה

און יישר כח נאכאמאל פארן אראפברענגען די טייערע דיבורים, יקרים מפז ומפנונים!
וְשַׂמְתָּ שַׂכִּין בְּלֹעֶךָ אִם בַּעַל נֶפֶשׁ אָתָּה׃ (משלי כב, ב)

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » זונטאג יוני 05, 2011 4:38 pm

בעל נפש האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט נאכזאגן בשם צדיקים לגבי דאס ענין פון מוריד זיין דמעות ביים דאווענען, אז ווען עמיצער זארגט זיך צו ער וועט קענען וויינען ביים דאווענען צו נישט, דאס ווערט גערעכנט ווי א מחשבה זרה, און דאס בעצם איז זייער א שטארקע נקודה, ווייל טרערן - אז ס׳קומט קומט עס, אויב איז עס שלהבת עולה מאלי׳ פון זיך אליינס אנעם זיין באזארגט פון פאראויס - דעמאלטס איז עס א ריכטיגע התעוררות אין - פארשטייצעך - דאס האט א ריכטיגער ווערד.


סתם למען הדיוק, די אויבנדערמאנטע שטייט אין ספה"ק שיחות הר"ן סימן ... (כ'האף צוריק צוקומן מיט א פונקטליכע מ"מ)

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג יוני 05, 2011 4:49 pm

איך וויל זיך נישט דינגען, אבער פארט שטייט שערי דמעות לא ננעלו,
איך ווייס אז מען קען לערנען פשט, אז דאס איז נאר ווען די דמעות קומען נאטורליך, נישט ווען עס איז געדרוקטע דמעות, מען קען זיך דערויף דינגען אויך, אבער איך שרייב נאר וואס איך קלער.

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » זונטאג יוני 05, 2011 5:11 pm

איזעי האט געשריבן:איך וויל זיך נישט דינגען, אבער פארט שטייט שערי דמעות לא ננעלו,
איך ווייס אז מען קען לערנען פשט, אז דאס איז נאר ווען די דמעות קומען נאטורליך, נישט ווען עס איז געדרוקטע דמעות, מען קען זיך דערויף דינגען אויך, אבער איך שרייב נאר וואס איך קלער.

ס׳ווענצעך ווער דער מענטש איז, איז ער א בעל בכי (אדער בעל נפש...) און עס וויינצעך אים מיט איין דרוק מיטן קנעפל אידעך גוט, ווידעראום אויב איז ער א קאלטער קוגל און עס וויינצעך נישט אזוי גרינג קענסטו נישט האבן קיין טענות צונעם ׳פארוואס וויינסטו נישט׳, גייט עס איז גוט, און אז נישט איז אויך גוט

בינעך גערעכט צו נישט?
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג יוני 05, 2011 5:16 pm

איזעי, איר האט געליינט אונזער גאנצע תגובה? לכאורה נישט.

זעלבסשטענדיגער, יא, דו ביסט גערעכט. ס'איז אמת אז שערי דמעות לא ננעלו, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די זעלבסשטענדגקיי"ט פון יעדן איד פערזענליך, הכל לפי המצב.

א יישר כח פאר אלע בא'דאנק'ער..
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג יוני 05, 2011 5:17 pm

קיינער האט נישט קיין טענות אויף איינעם וואס וויינט נישט, אבער עס איז פארט דא אן ענין צו וויינען אפי' עס קומט נישט אויפן ערשטן דרוק, און אפי' מען איז נישט מחויב, און מען וועט נישט אפגעבן קיין דין וחשבון אויפן נישט וויינען, פארט איז דא א גרויסער ענין דערביי, און עס העלפט צו לקיבול התפלות.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג יוני 05, 2011 5:23 pm

ווער האט אנדערשט געשריבן?
רבינו שאג בקול גדול וגו'

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג יוני 05, 2011 5:30 pm

און וואס טוט זיך מיט'ן מתוך שלא לשמה בא לשמה?
איז דאס נאר ביי תורה אדער אויך ביי תפלה און מצות.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג יוני 05, 2011 5:33 pm

אז איינער שפורט אז ער וויל גיין העכער, און ער וויל אנהייבן מיט שלא לשמה, איז דאס לכאורה זייער פיין. חיצוניות איז משפיע אויף פנימיות.

אבער דא רעדט מען פון איינעם וואס ווערט דערפון צובראכן, א זאך וואס פאסירט טעגליך.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 05, 2011 7:17 pm

תהלים איד
איך האב שוין אזויפיל מאל געלערנט דעם ערוגת הבשם
אבער אזוי גוט ווי דו האסט עס אפגעלערנט האב איך עס נאכנישט אפגעלערנט

פשיהא ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 05, 2011 8:13 pm

און איך האב נאך קיינמאל נישט געלערנט דעם ערוגת הבשם, אלזא א גרויסן דאנק אייך "תהלים איד" פארן אזוי שיין אראפגעבן דעם שטיקל תורה כנתינתן מסיני

משה פיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 12, 2010 3:12 pm

תגובהדורך משה פיש » מאנטאג יוני 06, 2011 9:04 am

ס'איז מיר גאר אינטערעסאנט צו הערן אז אזא מענטש ווי דו וואס קען אריין לייגן אזויפיל געפיל אונעם פעדער זאל האבן א פראבלעם מיט וויינען. געווענטליך גייט דאס אינאיינעם א שטארק געפילישע מענטש קען סך גרינגער וויינען ווי איינער וואס איז בטבע פאסיוו און קאלט.

אויב קענסטו מיט דיין מח זיך אריין לייגן אזוי גוט אונעם מצב און אראפ משל'ן אזוי שיין וויאזוי דו זיצט אין שול און דו לייגסט נאך צו מיט זאפט וויאזוי די אטמאספערע האט אויסגעזען דאן פארוואס גייסטו נישט א שטאפל ווייטער? בשעת ווען מ'זונגט די ווארימע ניגונים לאז דיין מח לויפן און פראביר צו קלערן פאר איין מינוט פון די אלע אידן וואס זיצן דא אין ב"ה מיט דיר. וויפיל פון זיי ווארטן אויף קינדער צו קענען אויפציען, וויפיל פון זיי האבן קינדער אבער זיי לאזן זיך נישט אויפציען, וויפיל פון זיי קענען ליידער נישט אויפציען צוליב וואס איינע פון די ראש המשפחה פעלט אדער גאר די קינד איז אין א מצב וואס מ'קען אים נישט אויפציען. לאז דיינע מחשבות לויפן און קוק דיין מצב אויב ביסטו א געהאלפענער און די ביסט א טאטע צו קינדער, צו געזונטע קינדער, דו האסט אן ערליכן שטוב, ברענגט דיר דאס נישט טרערן פון שמחה? טרערן פון דאנק צום בורא? טרערן וואס שרייען פון זיך 'טאטע, עד הנה.. ולא עזבינו..'

איך בין פארפארן ווייל דו האסט ערוועקט מיינע געפילן.

א לעכטיגן יום טוב.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 06, 2011 9:56 am

איך גיי מיך קודם באציען צו די ערשטע פאר שירות פונעם תהילים יוד. ניין! די ארטיקל באלאנגט זיכער נישט דא, דאס בלאנגט אין דזשורנאל! ס'באלאנגט אין סמעטענע!

אזוי שיין צונומען דעם ערוגות הבושם... באמת א שטיק חיזוק געווען פאר מיר. טענקס!

איזעי, ממש א שאד אז א יונגערמאן מיט אזעלעכע כשרונות ווי דו קענזעך נישט דערלערנען צו ליינען פאר מ'איז מגיב.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג יוני 06, 2011 11:42 am

יקוםפרקן האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט'ן מתוך שלא לשמה בא לשמה?
איז דאס נאר ביי תורה אדער אויך ביי תפלה און מצות.

הה"ד ולפעמים להיפך...

אריין אין דזשורנאל! הערליך שיין!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג יוני 06, 2011 4:13 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך גיי מיך קודם באציען צו די ערשטע פאר שירות פונעם תהילים יוד. ניין! די ארטיקל באלאנגט זיכער נישט דא, דאס בלאנגט אין דזשורנאל! ס'באלאנגט אין סמעטענע!
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג יוני 06, 2011 4:19 pm

משה פיש האט געשריבן:ס'איז מיר גאר אינטערעסאנט צו הערן אז אזא מענטש ווי דו וואס קען אריין לייגן אזויפיל געפיל אונעם פעדער זאל האבן א פראבלעם מיט וויינען. געווענטליך גייט דאס אינאיינעם א שטארק געפילישע מענטש קען סך גרינגער וויינען ווי איינער וואס איז בטבע פאסיוו און קאלט.

אויב קענסטו מיט דיין מח זיך אריין לייגן אזוי גוט אונעם מצב און אראפ משל'ן אזוי שיין וויאזוי דו זיצט אין שול און דו לייגסט נאך צו מיט זאפט וויאזוי די אטמאספערע האט אויסגעזען דאן פארוואס גייסטו נישט א שטאפל ווייטער? בשעת ווען מ'זונגט די ווארימע ניגונים לאז דיין מח לויפן און פראביר צו קלערן פאר איין מינוט פון די אלע אידן וואס זיצן דא אין ב"ה מיט דיר. וויפיל פון זיי ווארטן אויף קינדער צו קענען אויפציען, וויפיל פון זיי האבן קינדער אבער זיי לאזן זיך נישט אויפציען, וויפיל פון זיי קענען ליידער נישט אויפציען צוליב וואס איינע פון די ראש המשפחה פעלט אדער גאר די קינד איז אין א מצב וואס מ'קען אים נישט אויפציען. לאז דיינע מחשבות לויפן און קוק דיין מצב אויב ביסטו א געהאלפענער און די ביסט א טאטע צו קינדער, צו געזונטע קינדער, דו האסט אן ערליכן שטוב, ברענגט דיר דאס נישט טרערן פון שמחה? טרערן פון דאנק צום בורא? טרערן וואס שרייען פון זיך 'טאטע, עד הנה.. ולא עזבינו..'

איך בין פארפארן ווייל דו האסט ערוועקט מיינע געפילן.

א לעכטיגן יום טוב.

עיין בדבריו, אז ער איז גראדע יא אימאושענאל ביי אהבה רבה, נאר די צעמישעניש וואס דער שכן מאכט, הרג'ט די גאנצע זאך, עס טראגט דעם קאפ אריין אין א אנדערע אשכול... וע"ז נותן עצות לנפשו זיך נישט וויסענדיג מאכן בין לטוב ובין למוטב.

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » מאנטאג יוני 06, 2011 4:26 pm

ווינקל האט געשריבן:עיין בדבריו, אז ער איז גראדע יא אימאושענאל ביי אהבה רבה, נאר די צעמישעניש וואס דער שכן מאכט, הרג'ט די גאנצע זאך, עס טראגט דעם קאפ אריין אין א אנדערע אשכול... וע"ז נותן עצות לנפשו זיך נישט וויסענדיג מאכן בין לטוב ובין למוטב.

דאס איז אמת - אוי איז דאס גערעכט
תניא כוותי-ה ד׳תהלים יוד
איך קען נישט פארגעסן מיט אפאר יאר צוריק שבועות, כ׳בין נאך געווען א בחור, און כ׳האב זיך געוואלט שטארק אויסבעטן אז דאס לערנען זאל מיר גיין גרינגער און געשמאקער, איך בין געווען אין די גיסטע, און ס׳האצעך געדאווענט געשמאק, ווען פלוצלונג... א בחור (פון מיין גיל געראדע) וועלכע האט זעהצעך אויס געמיינט אז ווייל ס׳איז שבועות און מיין דארף פארברענט ווערן פאר התרגשות מוז מען שרייען יותר מכפי יכלתו (די מעשה איז אז געזינגען האט ער אויכעט יותר מכפי יכלתו... באט עניוועי) און דער האצעך גענומען צו די מלאכת הצעקה אז אלע שכנים האבן זיך אויסגעדרייט און געזעהן דעם בחור מיטן מחזור אויפן פנים זיך שאקלען ווי א לולב בוים און שרייט הההההההההה....׳׳׳׳׳ודבק לבנו אוי אוי אוי אוי במצצצותיעיעיעיעך......׳׳׳׳׳׳ און - וואס זאלעך אייך זאגן מיינע טייערע פריינט - קען זיין אז דער בחור האט עס אפשר (אין א געוויסן זיהן) געמיינט ערנסט, אבער מיין דאווענען איז געווען דעררררנאך!

נ.ב. - דער בחור איז שוין היינט א יונגערמאן און זיין מצב האלט יעצט דערווייל אז ער איז נאכנישט הייזעריג געווארן, און אויב איז נישט גענוג אז ער איז מבלבל אלע מתפללים פון זיין מנין טאג טעגליך מיט זיין אומבאנומענע קולות, האט ער נאך א מנהג אז ער גייט צו צום עמוד יעדן טאג... אקעי ס׳איבעריגע וועלעך ממשיך זיין אינעם שרייען אשכול...
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג יוני 06, 2011 6:08 pm

שלמה, דו דאווענסט אין די זעלבע ביהמ"ד ווי מיר?
צו אפשר געשעהט די זעלבע מעשה אין עטליכע בתי מדרשים
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

תגובהדורך זעלבסטשטענדיגער » מאנטאג יוני 06, 2011 6:09 pm

צו איך דאווען אין די זעלבע ביהמ"ד ווי דיר?
דו מיינסט צו זאגן אז נאר אין דיין ביהמ"ד זענען דא מענטשן וועלכע פארפירן ביים דאווענען?
שלמה דער זעלבסטשטענדיגער איז אלץ פריילעך

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג יוני 06, 2011 10:36 pm

שקויעך תהלים איד. דער רעיון איז א געוואלדיגער און עס דארף גענומען ווערן ערנסט, נישט בלויז לגבי דעם דאווענען נאר אויך אין אלע אידישקייט אספעקטן, דאס נאכמאכן אנדערע אן קיין שום אמתדיגקייט דערין, ברענגט נאר אומגעוואונטשענע נאכפאלגן.


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט