דער ברודער-קריג

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 12:09 pm

א הארציגן דאנק הרב גראדער שליט"א (צוביסלעך וואקסן די טיטלן, פארפאלן, עס פאסט נישט אנדערש צו באטיטלן א איד וואס לערנט דורך חומש רש"י מיט אזויפיל מפרשים און לערנט עס פאר פאר אזא ציבור מיט אזא געשמאק).

איך האב א שטיקל פראבלעם - מעגליך אז יעדער האט דאס - מיט די פי.די.עף. וואס דו שטעלסט ארויף, אז די אונטערשטע שורה ווערט צומאל איבערגעהאקט ביים פרינטן. אפשר דארפסטו קורצער מאכן די 'מארדזשין' פון דיין פאפיר אויסשטעל.

----
פראגע: האסטו אפשר געזען איינער זאל רעדן פון די שאלה וואס איז מיר היינט נולד געווארן, 'וואס האט מען געטוהן מיט די איבריגע פארציע וואס עשו האט געברענגט' (מספקי מזון האט שוין עקזיסטירט?)

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 12:10 pm

אמת'דיג א יישר כח גראדער
פונקט היינט ביים לערנען חומש איז מיר שווער געווען ווי האט יעקב נישט מורא געהאט זיך איינצושטעלן, און פארוואס האט ער נישט נאכגעמאכט עשו'ס קול

און דו פארענטפערס דאס אזוי שיין כמין חומר


די הוספות און תיקונים אין פדפ איז אויך דא דא אין אשכול?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 12:12 pm

יויש!!! וואס שרייבעך??? דער גראדער שטייגט יעדע וואך איבער מיינע עקספעקטעישנס, און איך פארליר די ווערטער מגיב צו זיין...

אבער חיזוק אויף ווייטער קענעך יא געבן. רב גראדער, גיי אן! ס'איז א געוואלדיגע זאך!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 12:30 pm

געט א קוק סליגט שוין אויף לדעת מיט 164 הורדות!!!
סליגט דארטן שיין אויסגעשטעלט אבער מהדורא ראשונה
http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4cd3a8fcba6e4.pdf

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 12:50 pm

קליקו האט געשריבן:געט א קוק סליגט שוין אויף לדעת מיט 164 הורדות!!!
סליגט דארטן שיין אויסגעשטעלט אבער מהדורא ראשונה
http://www.ladaat.net/siteimages/fl_4cd3a8fcba6e4.pdf



גלגל האט אויך ארומגעשיקט דער מהדורא.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 12:56 pm

באקומען אין אישית (איך פארשטיי נישט יענעמס התנצלות, אבער שוין...)

קרעמער האט געשריבן:
איך האב א שטיקל פראבלעם - מעגליך אז יעדער האט דאס - מיט די פי.די.עף. וואס דו שטעלסט ארויף, אז די אונטערשטע שורה ווערט צומאל איבערגעהאקט ביים פרינטן. אפשר דארפסטו קורצער מאכן די 'מארדזשין' פון דיין פאפיר אויסשטעל.

זיין סייז פאפיר איז א A4, ער דארף עס טוישן צו א Letter, אבער בכל אופן ביים פרינטן קענסטו אנשטעלן אדער אויף Fit to printable area אדער אויף Shrink to printable area, און נישט אויף None.
---
איך שרייב עס אין פרטי, ווייל איך האב נישט די ווערטער אים צו באדאנקען און א פשוטע דאנק איז ממש לעכערליך צו שרייבן, בפרט ווען ער איז אזוי איבערגעגעבן אז ער שרייבט עס תמידים כסדרן (ווען עס וואלט געווען א קנעפל 'תודה' וואלט איך עס שוין איינמאל געדריקט).


---------
און יעצט א ווארט וועגן 'גלגל'

ווי איך פארשטיי איז דאס א נאן-פראפיט זאך וואס איז עוסק אין פארשפרייטן גליונות, ווען איך וואלט געשריבן א מאמר וואלט איך מיך געפריידט אז זיי פארשפרייטן עס. על כן האף איך אז הרב גראדער וועט נישט אויסגיסן זיין גרומצארן אויף גלגל וכת דיליה דורכן אויפגעבן דעם הערליכן ילקוט מדרשים.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 1:01 pm

קוקט אויס ווי זיי נעמען עס נאר אויב ס'ליגט א פידי עף פאר פרייטאג, (וועגן דעם איז נאר דא די וואך,) מיטן לייגן פרייטאג די פידי עף וועט לכאורה מער נישט זיין די חשש.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 1:16 pm

מורי ורבי הרב גראדער, אסאך האב איך קונה געווען פון דיינע באשרייבונגען, א הילכיגן יישר כח.
די שטיקל פונעם חקל יצחק, איז מיר יעצט דאס ערשטע מאל אויסגקומען צו זען. אן עקסטערע יישר כח דערפאר.

כ'בעטעך לאמער נישט ליידן וועגן די וואס טוען אומריכטיג אין דיינע אויגן, פליז לאז דיך נישט פון זיי, יישר כח.

א גוט שבת.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 1:28 pm

איך זעה אז די ווילסטעס מאכן בשלימות. א דאנק פארן פי די עפ!!!

איך האף מעט טרעפן צייט שבת.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1916
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 1:28 pm

גלגל האט מיר יעצט דאס געשריבן

סליחה מחילה וכפרה אבל קבלנו זה כמו שהוא משולח אחד ולא הי' לנו שום ידיעה שזה דבר פרטי וח"ו לא נתכוון לצער שום אחד כי כוונתינו הוא רק להנות בנ"א ושיהי' להם עונג שבת. ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידינו

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 1:41 pm

א ריזיגן דאנק (באזונדער פאר'ן לאזן די מקורות אויפ'ן פלאץ).

פרינטער פרינט
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 1:52 pm

גראדער די האסט מיך געמאכט א געוואלדיגע חשק דורך צו לערנען חמוש רש"י מיט מפרשים

א גרויסען ישר כח
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » פרייטאג נובעמבער 05, 2010 2:44 pm

איך האב עס שוין דורכלגעליינט - געלערנט. קען איך איבער געבן מיין פערזענליכע יישר כח. פאר ידידינו היקר הגאון הגדול הרב גראדער. ממש אן אומגלויבליכע ארבעט.

כהאף עס די וואך - ווי די פארגאנגענע- צי ליינען פאר מיינע קליינע. פאריגע וואך האבן זיי געשלינגן מיט דורשט יעדע ווארט. און אפילו געבעטן ווען כהאב גענדיגט עס איבער צו פארציילן נאכאמאל.....

דער זכות הרבים פון גראדער איז אין לשער,
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש נובעמבער 06, 2010 11:02 pm

ווי שאקירט בין איך געווען צו טרעפן די ארויסגעדרוקטע פאפירן אויף א טיש אין שוהל דעם שבת...

דער ארויסדרוקער איז אבער געווען א שטיקל לא יוצלח, ווייל ער האט נישט געוואוסט אז מען קען דעם פי די עף אליינס דרוקן, און דאדורך האט יעדער אויך געליינט די צווישנרופן און די חתימות און גראדערס "געפונט זיך: אין די הויזן"...

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג נובעמבער 07, 2010 12:07 am

כ'האבעס דורכגעלערנט שבת, און כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקען הרב גראדער, קיפ אפ!

איך_הער האט געשריבן:די שטיקל פונעם חקל יצחק, איז מיר יעצט דאס ערשטע מאל אויסגעקומען צו זען. אן עקסטערע יישר כח דערפאר.


כאפ א בליק אין דעם לינק, עמוד יב, ד"ה כד הוינא טליא - וועסטו זען נאך א גירסא איבער דעם ענין

http://www.sanzusa.info/toros/27_6.pdf
http://www.teoria.com/ Music Theory

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג נובעמבער 07, 2010 12:10 am

קרעמער האט געשריבן:ווי שאקירט בין איך געווען צו טרעפן די ארויסגעדרוקטע פאפירן אויף א טיש אין שוהל דעם שבת...

דער ארויסדרוקער איז אבער געווען א שטיקל לא יוצלח, ווייל ער האט נישט געוואוסט אז מען קען דעם פי די עף אליינס דרוקן, און דאדורך האט יעדער אויך געליינט די צווישנרופן און די חתימות און גראדערס "געפונט זיך: אין די הויזן"...

:lol:

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג נובעמבער 07, 2010 1:18 am

1x1 האט געשריבן:כ'האבעס דורכגעלערנט שבת, און כ'קען דיר נישט גענוג באדאנקען הרב גראדער, קיפ אפ!

איך_הער האט געשריבן:די שטיקל פונעם חקל יצחק, איז מיר יעצט דאס ערשטע מאל אויסגעקומען צו זען. אן עקסטערע יישר כח דערפאר.


כאפ א בליק אין דעם לינק, עמוד יב, ד"ה כד הוינא טליא - וועסטו זען נאך א גירסא איבער דעם ענין

http://www.sanzusa.info/toros/27_6.pdf



יישר כח, ס'איז זייער אינטערעסאנט.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג נובעמבער 07, 2010 9:29 am

געמאכט א באזונדערער אשכול
ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=12443
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » זונטאג נובעמבער 07, 2010 11:18 am

קרעמער האט געשריבן:און יעצט א ווארט וועגן 'גלגל'

ווי איך פארשטיי איז דאס א נאן-פראפיט זאך וואס איז עוסק אין פארשפרייטן גליונות, ווען איך וואלט געשריבן א מאמר וואלט איך מיך געפריידט אז זיי פארשפרייטן עס. על כן האף איך אז הרב גראדער וועט נישט אויסגיסן זיין גרומצארן אויף גלגל וכת דיליה דורכן אויפגעבן דעם הערליכן ילקוט מדרשים.


אז דער מייסד בכבודו ובעצמו פארשטייט נישט מיין שטעלונג דארף איך עס אביסל קלארער מסביר זיין, באמת איז דא כמה סיבות דערביי, איינע פון די הויפט סיבות איז דאס: דער ארטיקל ווערט געשריבן במושכל ראשון, אן קיין שום הגהה, געווענליך האב איך ניטאמאל צייט עס איבערצוליינען אפילו ''איין'' מאל, דעריבער איז דא דערין אסאך טעותים, טייפא גרייזן, און איך גלייב אז ס'קען זיך מאכן אויך ענינים וואס דארף פארראכטן ווערן, ווען א זאך ווערט פארשפרייט אין די הונדערטער ברבים איז עס א מורא'דיגע אחריות, און איך בין נישט גרייט צו נעמען דעם אחריות אויף מיר, ווען איך וואלט געהאט די צייט עס מגיה צו זיין און אויסארבעטן הונדערט פראצענט איז איין זאך, אבער ווען א זאך ווערט געשריבן נאר פון קאפ ארויס אלס אן ארטיקל פאר די חברי הקרעטשמע וואס פארשטייען זיך אויפן ווינק, און אפילו ווען ס'דא אמאל א גרייז נעמט עס דער עולם אן מיט פארשטענדעניש, גייט עס נאך מיט, אבער איך בין בשום אופן נישט מסכים ס'זאל פארשפרייט ווערן אויף א פלאץ חוץ מכותלי הקרעטשמע.

צוליב די אויבענדערמאנטע סיבה, ועוד טעמים שאי אפשר לפורטם, בין איך נאכאמאל מגלה דעת, אויב וועט עס ארומגעשיקט ווערן, אדער פארשפרייט ווערן דורך סיי וועלכע ארגענעזאציע, וועט פרשת ויצא לדאבוננו זיין דער לעצטער ארטיקל.

איך וועל גיבן איין קליינע דוגמא מ'זאל מיר קלארער פארשטיין, די וואך פון פרשת תולדות איז געווען געוויסע האקעלע זאכן לגבי קינדער, ס'געווען זאכן וואס איך האב געשריבן ברמיזה, לדוגמא אז רבקה איז נישט געווען ראוי צו האדעוווען קינדער ביז די דרייצן... און אז עשו האט געקידנעפט די כלה... אבער ביים ענין פון ויתרוצצו הבנים האט מען מיר מעורר געווען אז ס'וואלט געדארפט געשריבן ווערן מער צווישן די שורות, און איך האלט טאקע אויך אזוי, וואלט איך געהאט צייט עס מגיה צו זיין וואלט עס נישט פאסירט, איך וואלט אליינס באמערקט דעם פראבלעם און עס פארראכטן, אבער למעשה איז עס ארויס כמות שהיא, אויף די חברי הקרעטשמע פארלאז איך זיך אז יעדער האט שכל און איז זיך מסדר, אבער ארויסלאזן א זאך אין די גאס אן קיין הגהה איז א עוון פלילי, וכהנה עוד רבות.

איך האף אז מיינע ווערטער וועלן אנקומען צו די ריכטיגע אויערן, און דער שיעור וועט בלייבן צווישן אונז גוטע פריינט...

ווי זאגט די וועלט, ווי קלענער דער עולם אלס גרעסער די שמחה...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 24, 2010 5:21 pm

תגובהדורך ברענעריי » זונטאג נובעמבער 07, 2010 12:32 pm

גראדער דיינע ווערטער זענען פארשטענדליך אן קיין הסברים.
מיר האפן טאקע אז די יעניגע וועלן פארשטיין און עס נעמען ערענסט ווייל אויב נישט וועלן מיר אלע ליידן און נישט באקומען די וועכנאליכע דאזע אויפציווארמען אונזערע געמיטער לכבוד שבת.
מיר בעטן די אלע בכל לשון של בקשה, הערט אויף ווייל מיר וועלן זיין דער וואס וועלן דערנאך וויינען! אז איינער וויל עס לעזען קען ער ארויף קומען דא צו אונז און ליינען. און אז ער איז צופרידן קען ער זאגן א ש'כח.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג נובעמבער 07, 2010 10:45 pm

שכוח הרב גראדער
פאר פ' תולדות, איך האף אז אי"ה ויצא וועט "נישט" זיין דער לעצטער ארטיקל.... ליתר שאת קענסטו שרייבן אנפאנג ויצא ארטיקל מיט רויטע אותיות, "ביטע נישט מפרסם זיין אן מיין רשות"

יעצט אייניגע הוספות, ביים פארציילן פאר די קידנער ביים שבת טיש האבן זיי זיך מחי' געוועהן ביים שטיקל ווי נאכן פארקויפן די בכורה פאר רויטע לינזן האט מען אים אנגעהויבן רופן "רויטער" האב איך עס געזינגען מיט די קינדער בנוסח שעם שעם פרעה אז ווי עשו איז געגאנגען האט מען אים גערופן רויטער! רויטער! רויטער! רויטער!.... ס'איז געוועהן לעבעדיג ביי מיר, מסתמא מיינע שכנים האבן געמיינט מי יודע וואס...

איך האב נישט געוויסט אז דו וועסט אריין פלעכטן עשו אין ישיבה, הן אין ישיבה קטנה, און הן די מעשה מיטן חקל יצחק אלץ מגי"ש, האב איך פאר דיר שיינע הוספות,
א) דער ירושלים'ער רב הרמ"א פריינד זצ"ל אין זיי ס' עטרת יהושיע פ' תרומה ברענגט בשם רביה"ק מסאטמאר אז עשו האט זיך פארלאזט אויף זיין קאפ און אגאנצע וואך האט ער נשיט געלערנט נאר דאנארשטאג פארן פארהער האט ער שנעל געלערנט כדי צו קענען, ער אזי געוועהן א יודע לרמא בפיו, משא"כ יע"א איז געזעסן אגאנצע וואך אין ישיבה איש תם יושב אוהלים און געלערנט, נישט נאר פארן פארהער.... עיי"ש ותמצא נחת,

ב) אין עטרת ישועה (דזיקוב) צום סוף ביי די ליקוטים נאך פ' דברים אות ל"ה, ברענגט ער אז עשו איז געוועהון איש שעיר, מסלסל בשערו, ער האט געקענט דרייען פשעטלעך, רבקה האט געבעטן יעקב צו מאכן מטעמים היינו עפעס א פלפול האט יעקב גענפערט אנכי איש חלק, איך לערן פשוט, ווי איינער זאגט א בלאט לערנער, דאס איז א הוספה צו דעם אז עשו האט געוואלט פארלעענען א שיעור ביי יעקב אין ישיבה, די תלמודים האבן פארשטייט זיך נישט געגליכן זיינע בויף סברות און פאדרייטע פשעטלעך וואס האט נישט געהאט קיין האפט,

יקרבו ימי אבל אבי,
א) אין ש"ך עה"ת שטייט אז עשו האט נישט געוואלט האלטן קיין אבלות צוויי מאל האט ער געוואלט פטור ווערן פון יצחק מיט יעקב צוזאמען, יקרבו ימי אבל אבי און די זעלבע צייט הרג'נען יעקב וועט ער נישט מוזן זיין א אבל צוויי מאל,

ב) אבער אין פרדס יוסף שטייט, אז ער האט געוואלט אב אביו ווען יעקב וועט דאווענען פארן עמוד וועט ער זיך קריגן איבערן ברעטל און הרג'נען יעקב, אזוי וועט די גאס נישט האלטן אז ער איז א רוצח, נאר פשוט ער האט געוואלט א עמוד לעילו נשמת זיין טאטן.....

שכוח, מיר קוקן ארויס אויף נאך סחורה, איך בין עני טיים וויליג דיר צו העלפן, לאז דיך נישט פון די מניעות,

over night kugel
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

תגובהדורך over night kugel » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 10:50 am

זייער שיין הרב גראדער!!

אויב איך מעג פרעגן א שאלה אויף דעם שטיקל וואס איהר האט אראפגעברענגט פון אוהב ישראל בשם הרה"ק מקסוב זצ"ל

אויב אזוי וואלט עשיו טאקע געדארפט רעדן אזוי ווי יעקב און נישט אזוי ווי ער האט געזאגט יקום אבי?

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 11:55 am

over night kugel האט געשריבן:זייער שיין הרב גראדער!!

אויב איך מעג פרעגן א שאלה אויף דעם שטיקל וואס איהר האט אראפגעברענגט פון אוהב ישראל בשם הרה"ק מקסוב זצ"ל

אויב אזוי וואלט עשיו טאקע געדארפט רעדן אזוי ווי יעקב און נישט אזוי ווי ער האט געזאגט יקום אבי?


עס האט מיך אויך געבאדערט. כ'מיין אז די תירוץ איז, אז עשיו קען פשוט נישט רעדן ווי יעקב אפילו אויב ער וויל................

הרב גראדער, די עונג שבת וואס איר האט פארשאפט פאר מיר אין די קינדער איז נישט צו באשרייבן. חזק ואמץ. די גאנצע עולם קען קוים ווארטן אויף די נעקסטע.
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 2:41 pm

גראדער, מתוק לחיך. כה יתן וכה יוסיף.
לויט ווי איך געדענק פון מיינע קינדער יארן יארן האט עשו נישט געטראפן קיין כשר הערש און האט דעריבער געברענגט א הונט.

איך וויל מיר נאר ערלויבן צו בעטן אויב מעגליך צו צילייגן קעפלעך בעפאר יעדע נייע ענין, ליתן רווח בין פרשה לפרשה.
ישר כח ויהא חלקך בין מזכי הרבים

אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 07, 2010 11:28 pm

תגובהדורך adobe yid » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 3:07 pm

הרב גראדער! איך האב נישט די ווערטער צו באדאנקען!........................ איר האט אריין געברעגט אן עקסטרע חשק אין לערנען די פרשה איעדע וואך, עס איז עפעס......... נישט נארמאל גוט באשריבן, איך און מיין משפחה קענען קוים ווארטן פאר די נעקסטע וואך keep up your holy work


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט