אוי האבן מיר געהאט א פיינעם זיידן... נאך בעסער...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 1:08 pm

א גרויסן ישר כח.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

מעכיל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2009 10:37 am

תגובהדורך מעכיל » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 2:55 pm

אוי האבן מיר געהאט א פיינעם שבת...
א דאנק.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 6:13 pm

א ישר כוח גראדער, האמת אגיד אז איך קום דיך שוין זייער אסאך שכוח'ס.
זאל דיר די זכות ביישטיין!

אבער דא איז דא נאך א חידוש, פרשת נח האביך געליינט פאר מיר און הנאה געהאט, לך האביך שוין ארויסגעפרינט, און וואס זאל איך איך זאגן, איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז איך קען דערציילען און די קינדעק זאלן הנאה האבן, אבער נאך די ערשטע סעודה האט מען שוין נאר געבעטן פאר נאך, האט די צופרי סעודה גענומען צוויי שעה אנשטאט 50 מינוט, און אויף וירא האט מיר שוין צייטליך ארויסגעהאלפען און געמאכט פאר א שיינע ווארד פייל. עס האט זיך געליינט זייער געשמאק,שכוח זייער גוטע ידיעות און זייער שיין אראפגעלייגט

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג אוקטובער 26, 2010 2:16 pm

ריזיגען ייש"כ!
כ'האב זייער הנאה געהאט, אינדערהיים האט מען עס אויך געליינט און זייער הנאה געהאט.

סיי די פרישע ידיעות, סיי די זיסקייט וויזוי דו לייגסטעס אראפ, געוואלדיג!

כ'קוק ארויס אויף דעי וואכעדיגע.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג אוקטובער 26, 2010 5:32 pm

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 8:14 am

אויב מ'מעג פרעגן. וואס פשט אז דאס לייגסטו נישט דא, נאר אין קרעטשמע?

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 9:32 am

איך בין נישט אנגעקומען פאר פאריגן שבת צו ליינען די גאנצע זאך דא. הערשט נעכטן געפענט די אשכול. און עס ארויסגעפרינט.

עפעס א נישט נארמאל גוטער ארבעט.

ממשע אומגלויבליך.

הרב גראדער, קיפ אפ די גוד ווארק. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 11:20 am

גראדער האט געשריבן:ווי אויך האבן זיי געהאט וויכטיגע שליחות'ן אויסצופירן אויף די וועלט, מיכאל האט געדארפט אנזאגן פאר שרה די גוטע בשורה אז ביז א יאר וועט יצחק געבוירן ווערן,

רפאל איז געקומען אויסהיילן אברהם און ראטעווען סדום פון די מהפיכה וואס גבריאל איז געקומען מאכן דארט.

מיינסט מסתם צוזאגן:
און ראטעווען לוט פון די מהפיכה אין סדום וואס גבריאל איז געקומען מאכן דארט
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 11:50 am

1x1 האט געשריבן:
גראדער האט געשריבן:ווי אויך האבן זיי געהאט וויכטיגע שליחות'ן אויסצופירן אויף די וועלט, מיכאל האט געדארפט אנזאגן פאר שרה די גוטע בשורה אז ביז א יאר וועט יצחק געבוירן ווערן,

רפאל איז געקומען אויסהיילן אברהם און ראטעווען סדום פון די מהפיכה וואס גבריאל איז געקומען מאכן דארט.

מיינסט מסתם צוזאגן:
און ראטעווען לוט פון די מהפיכה אין סדום וואס גבריאל איז געקומען מאכן דארט


יא, אוודאי האב איך דאס געמיינט, כ'האב נאר געוואלט זעהן צו דער עולם האלט מיט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 12:55 pm

דער עולם שטייט צוגענאגלט און מען הערט צו מיט פארקלאצטע אויגן די מעשה, נו ווער וועט דען אריינהאקן מיט א זעלבסט פארשטענדליכע טעות...?

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » זונטאג נובעמבער 06, 2011 12:14 pm

זריזין מקדימין.
ארויספרינטן וואס עס איז שוין דא.
און איידער איך שליס מיין תגובה, א דאנק רבי גראדער, מיר ווארטן היי יאר אויף פרישע ווארע.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

יישר כח

תגובהדורך שמו » מאנטאג נובעמבער 07, 2011 12:44 pm

ס'איז נישטא קיין ווערטער ר' גראדער,
בזכות פון זיכוי הרבים זאל דיר ביישטיין,
און איך האף אז ס'וועט ביי פר' ויחי ארויסקומען א ספר די תורה דערציילט מיר פון הרב גארדער, די ערשטע הסכמה גיב איך דיר,
יישר כח נאך אמאל,
און זאל דער אייבישטער העלפן זאלסט קענען ממשיך זיין מזכה זיין דעם עולם מיט דיינע לעכטיגע שיינע רייד, וואס איז סיי גוט געשריבן שרייבעריש, און סיי גוט געשריבן תורה'דיג
כשמ"ו כן הוא

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג נובעמבער 07, 2011 12:45 pm

שמו האט געשריבן:ס'איז נישטא קיין ווערטער ר' גראדער,
בזכות פון זיכוי הרבים זאל דיר ביישטיין,
און איך האף אז ס'וועט ביי פר' ויחי ארויסקומען א ספר די תורה דערציילט מיר פון הרב גארדער, די ערשטע הסכמה גיב איך דיר,
יישר כח נאך אמאל,
און זאל דער אייבישטער העלפן זאלסט קענען ממשיך זיין מזכה זיין דעם עולם מיט דיינע לעכטיגע שיינע רייד, וואס איז סיי גוט געשריבן שרייבעריש, און סיי גוט געשריבן תורה'דיג
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 1:05 am

וועלען מיר אויך די וואך האבן די זכיה אויף א המשך????
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 5:14 am

וה' פקד את שרה

ט''ו ניסן שנת ב' אלפים מ''ח

ווי אין א געווענליכער פארמיטאג פירט זיך די וועלט מיט איר שטייגערליכן סדר, דער פלישתימ'ער מארק ארבעט מיטן פולן קראפט, דער שוסטער פארריכט שיך, דער שניידער נייעט קליידער, און דער קאנטראקטאר האקט האלץ, די זון שפאצירט געמיטליך פון מזרח צו מערב, ס'ווערט ליכטיגער און ווארימער, ממש ווי נעכטן און אייער נעכטן.

ביז... ס'איז אנגעקומען די זעקסטע שעה, 12:00, (ב''ר נג, ו.) יעדער גיבט זיך א רייב די אויגן, ''העי, שוסטער'' שרייעט דער שניידער, ''וואס איז אזוי ליכטיג געווארן פלוצלונג?"

''איך ווייס אויך נישט'' ענטפערט דער שוסטער, ס'קוקט עפעס אויס ווי מ'האט צוגעלייגט נאך א זון צו שיינען דארט אויבן, ווער ווייסט?... (ב''ר נג, י. הוסיפו על המאורות)

''קוק א מאדנע זאך'' שפרינגט אויף דער שניידער, ''דעם האלץ העקער'ס זון, דער טויבער, אלעמאל פלעגט מען רעדן צו אים מיט די הענט און די פיס ביז ער האט געכאפט וואס מ'וויל פון אים, יעצט זעה איך ווי זיין טאטע רעדט צו אים נארמאל, ווי גלייך ער האט זיך גענומען הערן מיט זיינע טויבע אויערן...''

''איך גלייב נישט וואס איך זעה, קוק מיין אומנארמאלער זון, דו ווייסט דאך וויפיל צער און עגמת נפש איך האב פון אים, וויפיל בזיונות דער שוטה פארשאפט מיר, אלעמאל זינגט ער און טאנצט ווי א צורידערטער, קוק ווי ער קומט צו גיין ווי א נארמאלער מענטש, אוי באשעפער! ער איז נארמאל געווארן!''

דער שניידער טראכט צו זיך, ''עפעס וואונדערליך פאסירט דא יעצט, לאמיך שנעל אהיימגיין, אפשר שפילט אויך מיין מזל און מיין בלינדער זון איז אויך געהאלפן געווארן...
(ב''ר נג, ח. הרבה חרשים נתפקחו, הרבה סומים נפתחו, הרבה שוטים נשתפו)

דער גאנצער שטאט פארט אויף רעדער, קיינער ווייסט נישט וואס איז דא געשעהן, ס'קוקט אויס ווי עפעס א גוטער מלאך האט זיך דא אריינגעכאפט און טיילט ישועות אין אלע זייטן, אבער פארוואס פונקט יעצט? צו וועם איז דער גוטער מלאך דא אריינגעפאלן אין גרר?

''מזל טוב! מזל טוב!'' האט זיך געהערט הילכיגע געשרייען אין אלע זייטן.

''אברהם מיט שרה האבן געהאט א אינגעלע...''

''וואאאאאס???''

''ווען?''

''ס'גלויבט זיך נישט! ביי די הונדערט יאר ענדליך געהאלפן געווארן"

''יא, דו ווייסט דאך ווי דער אברהם האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן די האפענונג, אלעמאל האט ער איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל אז זיין גרויסער באשעפער האט אים צוגעזאגט ער וועט האבן א קינד, און ער גלייבט אין דעם''.

"איך געדענק ווען איך האב געגעסן ביי אים אין הכנסת אורחים שטיבל מיט אפאר יאר צוריק, ווען ער האט נאך געוואוינט אין חברון, נאכן עסן האט ער מיר געבעטן איך זאל אים אנוואונטשן א בן זכר, איך האב געלאכט פון אים, כ'האב אים געזאגט איך וואונטש נאר זאכן וואס קענען מקוים ווערן...'' (רמבן כא, ז. אין בעולם שיאמר אליו כן, אפילו לנחמו.)

"ס'הערט זיך טאקע ווי א גוטער וויץ, וואו מ'גייט זעהט מען דעם עולם שמייכלען פון די מורא'דיגע בשורה''.

"קוקט אויס אז דער גאט וואס אברהם דינט איז טאקע דער גרויסער באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט!" האט יעדער געמוזט מודה זיין.

ביים ענדע פונעם שמועס רופט זיך דער שניידער אן, "ווייסט דאך אז מיין טאכטער וואס האט שוין חתונה געהאט פאר א פופצן יאר צוריק האט נעבעך נאך נישט זוכה געווען צו קינדער, איך מיין איך וועל שנעל לויפן צו שרה בעטן א ברכה, איך גלייב אז ס'וועט מקוים ווערן, אפשר אזוי וועל איך געהאלפן ווערן''. (בילמ''ל שעקרות נפקדו רק אחר שבקשו ברכה משרה.)

אכט טאג זענען אריבער, דעם אכטן טאג האט זיך אברהם געגרייט מקיים צו זיין די מצוה וואס ער האט באקומען א יאר פריער, אברהם האט געמאכט גרויסארטיגע הכנות אריינצוברענגען ''לבריתו של אברהם אבינו'' זיין אויסגעבעטענעם בן זקונים.

ס'געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז אברהם וועט נישט קענען פויעלן ביי זיך איינצושטעלן זיין קינד וואס איז אים ענדליך געבוירן געווארן ביי די הונדערט יאר און ער וועט נישט מאכן דעם ברית ביי די אכט טאג, (ספורנו כא, ה.) אברהם האט אבער נישט געקוקט אויף גארנישט, אלע געפילן געלייגט אין די זייט, און דער ערשטער קינד אויף די וועלט צו ווערן גע'מל'ט אין אכטן טאג איז געווען דער ניי געבוירענער זון אברהם.

דער גאנצער שטאט איז זיך צוזאמגעקומען צום ברית, יעדער האט געווארט אויף די גרויסע סעודה וואס אברהם וועט אפרעכטן נאכן ברית, די שפאנונג איז געוואקסן פון מינוט צו מינוט, וויאזוי וועט ער הייסן דער קינד? "הונדערט יאר איז געווען גענוג צייט צו טראכטן און אויפקומען מיט עפעס א גוטן נאמען" האט דער עולם זיך געשושקעט, ''יעצט לאמיר זעהן וואס דער נאמען וועט זיין''

שששש.....

ויקרא שמו בישראל....

יצחק!

???

"וואס פשט?" האט זיך אנגעהויבן שאלות אין אלע זייטן.

איינער האט געזאגט, פשוט, ווער ס'האט געהערט די בשורה האט געשמייכלט... יצחק, א לשון פון צחוק, שמייכלען.

א צווייטער, מער א דייקן, האט אריינגעלערנט א צווייטן פשט, ''איך וועל אייך מסביר זיין פשט אינעם נאמען'' האט ער געזאגט, דער י' איז ווייל זיינע איינקלעך גייען מקבל זיין אויפן בארג סיני די עשרת הדברות, דער צ' ווייזט אויף דינ מאמע שרה וואס איז יעצט אלט ביי זיין געבורט ניינציג יאר, דער ח' איז דאך נאך פשוטער, מיר שטייען דא יעצט ביים ברית אינעם אכטן טאג פון זיין געבורט, און דער ק'? זאגט אליין?... ווי אלט איז אברהם יעצט? אה! הונדערט יאר!" (ב''ר נג, ז.)

''נו ענדיג שוין מיט דיינע דרשות'' האט זיך א נערוועזער פלישתי אנגערופן, ''מ'האט זיך שוין געוואשן צו די סעודה... (ילמ''ל, עשה ג' סעודות, ברית, ביום הגמל, בר מצוה, וכן יש שיטה בב''ר שיום הגמל היינו מיצה''ר, ביום שנעשה בן י''ג שנה.)
לעצט פאראכטן דורך גראדער אום פרייטאג נובעמבער 11, 2011 5:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 5:17 am

ויעש אברהם משתה גדול

ט''ו ניסן, ב''א נ'
דער קליינער יצחק'ל וואקסט שוין אונטער, ער איז שוין צוויי יאר, (בפדר''א כ''ט שהסעודה ביום הגמל הוא הסעודת ברית, במ''ר נג סעודת בר מצוה.) אברהם שפירט אז אמת טאקע ער האט שוין געמאכט א סעודה ביים ברית צו דאנקען דעם אויבערשטן, אבער וואס קען מען שוין צוגרייטן אין אכט טאג, מ'דארף מאכן א סעודה, צוזאמרופן א גרויסן עולם, מקיים זיין דעם ''בתוך רבים אהללנו'' לויבן און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע מתנה וואס ער האט באקומען אויף דער עלטער, אזא זון ווי יצחק.

איינלאדונגען זענען ארויסגעשיקט געווארן אין גאנצן לאנד כנען, און אפילו ביז חרן זענען זיי אנגעקומען.

ענדליך איז דער גרויסער טאג אנגעקומען, ביי הערליך געדעקטע טישן זענען געזעסן אלע חשוב'סטע מענטשן פון דור, אויפן אויבן אן האט זיך דערקענט דער אלטער שם בן נח, זיין אייניקל עבר, די ראשי ישיבה וואו אברהם האט געלערנט מיט צענדליגער יארן פריער, צוויי חשובע געסט האבן איבערראשט די פארזאמעלטע, תרח, אברהם'ס טאטע, מיט נחור, אברהם'ס ברודער, זענען געקומען ספעציעל צו פארן פון חרן צו באשיינען די סעודה, ארום זיי זענען געזעצן אלע איין אין דרייסיג קעניגן פון אלע שטעט אין לאנד כנען, (ב''ר נג, ) אין שפיץ פון אבימלך דער קעניג פון פלישתים, מיט פיכל דער קריגסמיניסטער. און איבער אלעם האט זיך אויך באטייליגט די הייליגע שכינה מיט אלע שרפי מעלה. (ב''ר נג, )

אויף א גרויסן שטארקן בענקל איז געזעצן עוג מלך הבשן, נאכן טרינקען היבש אביסל וויין האט זיך אנגעהויבן א שטיקל וויכוח דארט.

''עוג טייערער'' רופט זיך אן איינער פון די קעניגן, ''איך געדענק נאך ווי ביי א שמועס אפאר יאר צוריק האסטו זיך גערייצט מיט אונז אז ס'ווארט דיר א גרויסע עשירות, ווען מיר האבן דיר געפרעגט פון וואו האסטו געזאגט אזוי: דער אברהם האט דאך נישט קיין קינדער, ישמעאל איז דאך נאר א קינד פון א דינסט, קיין אמת'ע קינדער האט ער נישט, וועל איך אים ירש'נען! איך וועל נעמען זיין גאנצע געלט נאך זיין טויט!, נו, וואס זאגסטו יעצט?"

"חא חא חא...'' האט זיך עוג צולאכט. "דעם קליינטשיגן רופט איר א קינד... מיט מיין קליינעם פינגער צודריק איך אים... אויך מיר א קינד...''

ער האט גארנישט געוואוסט אז ער אליינס וועט נאך דערלעבן צו זעהן הונדערטער טויזענטער אייניקלעך פון יצחק, אין איינער פון זיי וועט אים גאר צודריקן און הרג'נען...'' (ב''ר נג, י.)

אינדרויסן פון געצעלט האט זיך געדרייט יצחק'ס ברודער, דער 16-17 יעריגער ישמעאל, ער איז געווען א הויכער און א ברייט ביינערדיגער פעסט געבויעטער בחור, (אב''ע כא, ט. בעבור היותו גדול מבנה)

אים האט גארנישט געשמעקט דעם גאנצן עסק וואס מ'מאכט דא פון דעם קליינעם יצחק, ''איך בין דאך דער בכור!'' האט ער גע'טענה'ט, ''ממילא וועל איך באקומען דאפלט ירושה פון אים!''

ישמעאל האט זיך נישט געקענט בארואיגן, ער האט נישט געקענט אראפשלינגען דעם פאקט אז שרה – וואס איז ארגינאל געווען די הערענטע פון זיין מאמע הגר – האט יעצט אויך געבוירן א קינד צו אברהם, ער האט פארשטאנען אז ער גייט יעצט פארלירן זיין גאנצן חשיבות, ''מיט עפעס א פלאן מוז איך אויפקומען אונטערצוהאקן דעם יצחק די פיס!'' האט ישמעאל באשלאסן.

ענדליך איז דער לץ אויפגעקומען מיט עפעס, ''איר הערט א מעשה'' האט ער געזאגט פאר זיינע חברים, ''מ'פראוועט דאס סעודות ווי גלייך דער יצחק איז א זון פון מיין טאטן אברהם, איך זאג אייך אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן! יצחק איז א זון פון אבימלך... דער קעניג פון פלישתים...''

ער האט נישט גע'חלומ'ט וואס די ווערטער גייען אים קאסטן, שרה אמנו איז געשטאנען אין די זייט און געהערט זיינע ווערטער...
(עי' בספורנו כא, ט. או ששמע ישמעאל מליצני הדור, או שהוא בעצמו חידש הדבר רק שרה לא הרגישה בכך בעת לידת יצחק מחמת היותה טרודה אז.)

דער שמועס פון ישמעאל מיט די חברים האט זיך ווייטער געצויגן, ''דו ווייסט וואס איינער זאגט מיר'' רופט זיך אן א צווייטער, ''דער יצחק איז בכלל נישט שרה'ס זון, די שרה קען דאך נישט האבן קיין קינדער, מיינסטו אז נאך ניינציג יאר האט זי פלוצלונג יא געהאט א קינד, דער יצחק איז גאר א זון פון דיין מאמע הגר! פאר די גאס פארקויפט הוילע שקרים! (ילמ''ל)

פאר שרה האט זייער וויי געטון די ווערטער וואס זי האט געהערט, נאכמער האט איר וויי געטון דער פאקט אז א קינד זאגט געווענטליך נאך וואס ער הערט פון די עלטערן, האט זי פארשטאנען וואס דרייט זיך ביי הגר אין קאפ, (ספורנו, כא, ט.) אבער נישט אזא צדיקת וואו די באבע שרה וועט זיך אזוי שנעל אויפרעגן, זי האט געהאט סבלנות, (ילמ''ל) ''איך וועל נאך צואווארטן אביסל, לאמיך אים גיבן נאך א שאנס, אפשר איז ער יעצט אביסל צושפילט ווייל יצחק באקומט צופיל אטענטשן, אפשר מיט די צייט וועט ער זיך צוגעוואוינען צום פאקט און אפלאזן יצחק'' אזוי האט שרה געהאפט.

שרה האט אנגעהויבן צו האלטן אן אויג אויף ישמעאל, זי האט געוואלט וויסן פונקטליך וואס גייט פאר מיט אים, צו ס'קאכט זיך נישט עפעס ביי אים אין קאפ, ווי ערשטוינט איז זי געווארן אים צו כאפן מערערע מאל ביי גרויסע עבירות, אויך האט זי אים געזעהן שחט'ן היישעריקן פאר עבודה זרה, ס'איז איר מער און מער געווארן קלאר דער פאקט אז ישמעאל איז נישט קיין גוטע חברותא פאר יצחק.

איין טאג ווען שרה איז געזעסן ביים טיר פון געצעלט און געהאלטן אן אויג ווי יצחק'ל שפילט זיך אין פעלד איז זי געווארן שאקירט פון וואס זי האט געזעהן, ישמעאל האט געשפילט מיט יצחק גאר א מסוכנ'דיגע שפיל, ער האט פשוט געווארפן פיילן און יצחק האט געדארפט ארומלויפן זיך אויסהיטן דערפון...

''עד כאן'' האט שרה געזאגט, ''איך האב אים שוין געכאפט מיט עבודה זרה, מיט גילוי עריות, און יעצט מיט שפיכות דמים, מ'מוז שוין נעמען שריט''.

שרה איז געקומען צו אברהם, זי האט אים פונקטליך דערציילט וואס זי האט אלס געזעהן דעם ישמעאל אפטון, אברהם איז געווארן מורא'דיג צובראכן, ער האט נישט געקענט צו זיך קומען, זיין הארץ האט אים געבלוטיגט צו הערן אז זיין אייגן קינד וואס איז אויפגעוואקסן ביי אים אין שטוב, אין א שטוב וואס מ'האט נישט אויפגעהערט צו פרעדיגן אמונה אין אויבערשטן, חסד פאר אנדערע מענטשן, זאל אזוי ארויסגיין לתרבות רעה, ביז יעצט האט אברהם געמיינט אז ישמעל איז ערליך, דערפאר האט ער נישט געקענט אראפשלונגען דאס וואס שרה האט אים יעצט דערציילט. (ילמ''ל)

צובראכענערהייט האט אברהם געפרעגט שרה, ''וואס ווילסטו? וואס זאל איך יעצט טאן?"

''דריי זאכן וויל איך'' האט שרה געענטפערט.

''איינס, אזוי ווי הגר איז א חלק פון דעם גאנצן פראבלעם, דער ישמעאל פירט זיך אזוי ווייל ס'פליסט אין אים מצרי'ש בלוט פון זיין מאמע הגר, (כלי יקר כא, י.) אויך הער איך אז הגר האט אים גאר צוגערעדט צו הרג'נען יצחק כדי ער זאל באקומען די גאנצע ירשוה, דעריבער בעט איך דו זאלסט גיבן א גט פאר הגר!" (פרד''א ל, נתן לה גט פיטורין)

''צווייטנס בעט איך דו זאלסט אפשרייבן א שטר אז דיין גאנצער ירושה ברוחניות ובגשמיות קערט פאר יצחק, ווייל ישמעאל איז נאר דער זון פון א דינסט, נישט קיין ריכטיגער יורש''.

''דריטנס בעט איך דו זאלסט זיי פארטרייבן פון שטוב, איך קען זיך נישט ערלויבן אז אונזער טייערער יצחק וואס האט אזא הייליגע און איידעלע נשמה זאל זיך אפלערנען פון דעם פרא אדם ישמעאל''.

אברהם האט נישט געקענט קומען צו זיך, אין זיין לעבן האט ער נאכנישט געהאט אזא צער ווי דאס, (ומכל הרעות שבאו על אברהם הי' קשה ורע בעיניו הדבר הזה מאוד, פרד''א ל.) ער האט נישט געקענט ארייננעמען אין זיך דעם פאקט אז זיינס א קינד איז ארויס לתרבות רעה.

''אפשר בעט מען יצחק זאל פרובירן משפיע זיין אויף ישמעאל ער זאל זיך פארבעסערן?" האט אברהם זיך געבעטן.

ס'איז נישט שייך צו זאגן אז יצחק וועט אים מחזיר בתשובה זיין, איך זעה בנבואה אז דאס וועט נישט פאסירן!'' האט שרה געענטפערט. (כלי יקר כא, י.)

אברהם האט זיך ארומגעדרייט אן א קאפ, ער האט נישט געוואוסט וואס מחליט צו זיין.

ביינאכט, (פרד''א) האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו אברהם מיט א באפעל:
''דו זאלסט זיך נישט שפירן שלעכט צוליב די זאכן וואס שרה האט דיר דערציילט, און אלעס וואס שרה זאגט זאלסטו טאן!"

אזוי ווי אברהם האט עס געהערט האט גלייך, נאך אינמיטן די נאכט, אנגעהויבן צו מאכן די פלענער זיי צו פארשיקן, אברהם האט שוין געגלייבט אז ישמעאל איז טאקע ארויס לתרבות רעה, האט ער אים נישט געוואלט מיטגיבן קיין גאלד און זילבער אדער עפעס אנדערש פונעם גרויסן פארמעגן, (באב''ע כא, יד. שיתכן שכן נתן להם כסף וזהב ולא פירש הכתוב, וכן הוא בספורנו, ולא חדל הצדיק מתת להם די מחסורם, כמו שאמרו חז''ל ויהי אלקים את הנער, לרבות חמריו גמליו ופועליו, אבל ברמב''ן כא טו, שבמצות שרה לא נתן להם כלום, וכ''ה ברש''י)

ישמעאל האט זיך נישט גוט געשפירט, ער האט באקומען הויכע היץ, ''נישט גענוג זי פארטרייבט מיר האט זיך נאך אריינגעלייגט אן עין הרע אויף מיין ישמעאל'ן'' האט זיך הגר געבייזערט.

''אברהם'' האט הגר זיך געבעטן, ''פארוואס פארטרייבסטו מיר גליייך פארטאגס ווען יעדער שלאפט נאך, איך וויל מיר געזעגענען מיט אלע מענטשן דא, מיין פעטער אליעזר, (אליעזר הי' בן נמרוד, ופרעה, אביה של הגר, הי' גם בן נמרוד, עי' ספר הישר) די אלע באדינער, פארוואס זאל איך זיך נישט קענען געזעגענען מיט זיי?"

"איך קען דאך מיינע מענטשן, דא ביי מיר אין שטוב איז יעדער איינגעבאקן מיט חסד, זיי וועלן נישט קענען צוקוקן ווי איך שיק דיר אוועק מיט ליידיגע הענט, איך האב מורא אז ס'וועט זיין אזעלכע וואס וועלן דיר פרובירן מיטצוגיבן געלט אדער אנדערע זאכן, און דער אויבערשטער האט דאך מיר געזאגט איך זאל פאגלן שרה, דארף איך איינהאלטן איר בקשה און זיכער מאכן אז דו גייסט אוועק פון דא מיט גארנישט!" (ילמ''ל)

"איך בעט דיר אברהם, דו זעסט דאך ווי נישט גוט ישמעאל שפירט זיך, דו האסט דאך א שטיין וואס ווען מ'קוקט דערויף ווערט מען אויסגעהיילט, לאז ישמעאל גיבן א קוק דערויף, זאל ער כאטש געזונט ווערן פארן ארויסגיין אין פיסטן מדבר אריין''.

''ניין הגר! איינער וואס קען ביי מיר אין שטוב אזוי פארדארבן ווערן איז נישט ווערט אויסגעהיילט צו ווערן פון דעם שטיין, חוץ פון דעם האלט איך אז אזוי ווי די קרענג קומט פון שרה'ס עין הרע וועט דער שטיין נישט העלפן קעגן דעם''. (ימל''ל)

אברהם האט גענומען צוועלף ברויט, (ספר הישר) א קריגל אריינצולייגן וואסער, "איך האב אויסגערעכנט ס'זאל דיר זיין גענוג ברויט און וואסער אנצוקומען קיין באר שבע, גיי אריבער דעם מדבר פון גרר ביז באר שבע'', (אב''ע כא יד. וכ''ה ברשב''ם) האט אברהם געזאגט, "דארט וועסטו זיך שוין קענען אליינס אן עצה גיבן"

''דו גייסט יעצט אוועק פון דא מיט מיין זון ישמעאל, דו זאלסט אבער אלעמאל געדענקען די אמונה וואס דו האסט מקבל געווען דא אין דעם הייליגן געצעלט, זאלסט אזוי מחנך זיין אונזער זון ישמעאל ער זאל וויסן אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט פארוועם מ'דארף אפגיבן דין וחשבון אויף אלע מעשים!'' (זוהר חדש רות פב. שהזהירה על עול אמונה.)

ס'איז געקומען די מינוט ארויסצוגיין פון געצעלט, הגר גיבט דעם לעצטן בליק אויף אלעס ארום, אן א קול געזעגנט זי זיך פון אלעם, זי וויל אנהייבן צו גיין, אבער וואו איז ישמעאל? פארוואס קומט ער נישט?

דער זיבעצן יעריגער ישמעאל, (כ''ה ברמב''ן, ולפי החשבון שהי' תיכף אחר סעודת הגמל יצחק הי' בן שש עשרה, בפרד''א שהי בן כ''ד, ובב''ר נג. יש שיטה שהי' בן כ''ז) האט אנגעהויבן שטויסן און פארפירן, ''איך גיי נישט אין ערגעץ! קיינער וועט מיר פון דא נישט פארטרייבן!"

די מאמע האט זיך געבעטן ביי אים ער זאל נישט מאכן קיין סקאנדאלן, ''דו ווייסט דאך אז דער טאטע אברהם רירט זיך נישט אוועק פון וואס דער אויבערשטער זאגט אים, אויב דער אויבערשטער האט מסכים געווען צו שרה מ'זאל אונז פארטרייבן פון דא איז נישטא קיין שום האפענונג אז דיינע ווילדערייען יעצט וועלן עפעס אויפטאן'' האט זיך הגר געבעטן צו ישמעאל'ס טויבע אויערן.

ער האט זיך אבער נישט גערירט פון פלאץ!

ס'נישט געווען קיין ברירה, מ'האט גענומען דיקע שטריק, אים געבינדן הענט און פיס, און געבינדענערהייט האט אים הגר געשלעפט אויף אירע פלייצעס (אוה''ח כא, יד.) צוזאמען מיט די ברויט און וואסער...


ויכלו המים מן החמת
אברהם האט טאקע אריינגעלייגט גענוג וואסער אנצוקומען קיין באר שבע, הגר איז אבער פארבלאנדשעט געווארן אין מדבר, זי האט נישט געטראפן דעם ריכטיגן וועג צו גיין, אין זכות פון אברהם איז אבער געשעהן א נס, די וואסער אין קריגל האט זיך נישט געענדיגט, ס'איז געווען גענוג צו טרינקען וויפיל מ'האט געדארפט. (פרד''א ל. וברשב''ם שלכן חסרו המים כיון שהי' די רק להגיע לבאר שבע והיא תעתה במדבר, רש''י מביא הב''ר שכיון שכיון שדרך חולין לשתות הרבה לכן נגמר המים, כי חלילה לומר על אברהם שלא שילח אותם עם מים די מחסורם להגיע למקום יישוב.)

הגר איז געווען זייער פארווייטאגט פון די גאנצע מעשה, איר גאנצער לעבן איז איר אדורכגעלאפן פאר אירע אויגן, קודם ווען זי איז נאך געווען א פרינצעסן אין קעניגליכן פאלאץ אין מצרים, ס'האט איר גארנישט געפעלט, דערנאך נאכדעם וואס איר טאטע דער קעניג פרעה האט זיך פארטשעפעט מיט אברהם און שרה האט ער זיי געוואלט איבערבעטן און געגעבן זיין טאכטער הגר פאר א דינסט, ס'האט איר אבער גארנישט געפעלט דארט, פארקערט גאר, די הייליגע אמונה מיט וואס זי האט זיך דארט באקענט האט איר אזוי צופרידנגעשטעלט, זי האט אזוי ליב געהאט די הייליגע שטוב מיט די גאנצע חסד און הכנסת אורחים וואס דארט איז פארגעקומען.

שפעטער איז ער נאר בעסער געווארן, שרה האט איר באפרייט פון קנעכטשאפט, (יש אומרים שלא שיחררה לגמרי, רק לזמן מסוים עד שתביא זרע לאברהם, כי אם נשתחררה לגמרי איך טענה עכשיו שרה שישמעל הוא בן שפחה) זי איז געווארן די ווייב פון הייליגן אברהם אבינו, שפעטער האט זי אפילו זוכה געווען צו א קינד פון אים, אלעס איז געגאנגען גוט און פיין.

אבער יעצט איז ביטער ווי א גאל, זי זיצט דא אין מדבר מיט איר קראנקען זון און קיינער קוקט זיך נישט אום אויף איר, איר אלטער מצרי'שער יצה''ר האט זיך אויפגעוועקט, זי האט אנגעהויבן מתפלל זיין צו די מצרי'שע עבודה זרה'ס, זי האט זיך דערמאנט אין די אלטע געטשקעס וואס זי האט שוין אזויפיל יאר נישט געטראכט פון זיי, יעצט אזוי איינזאם אינעם גרויסן מדבר האט זי זיך צוריק דערמאנט פון זיי.

פלוצלונג הערט זי ביטערע קרעכצן, ''אוי, ישמעאל, וואס גייט פאר? ס'ווערט דיר נאכנישט בעסער?" פרעגט די באזארגטע מאמע.

''אוי מאמע, וואסער! וואסער!'' האט ישמעאל קוים ארויסגעקרעכצט.

הגר פארשטייט נישט וואס ער וויל, זי האט דאך געזעהן ביז יעצט אז אברהם האט איר מיטגעגעבן א וואונדערליכן קריגל, ס'ווערט עפעס נישט ליידיג, וויפיל וואסער מ'שעפט ארויס דערפון בלייבט עס נאך אלץ פול, פארוואס נעמט ער נישט אביסל וואסער פון קריגל?

ווען זי האט אויפגעהויבן דעם קריגל איז איר אבער קלאר געווארן דער ביטערער מצב, ס'נישטא קיין וואסער! די וואסער האט זיך געענדיגט! יעצט געפינט זי זיך אינעם וויסטן פיסטן מדבר אן א טראפן וואסער! און איר איינציגער זון ישמעאל גייט אויס פאר דארשט פאר אירע אויגן...

הגר האט נישט עס נישט געקענט צוקוקן, ''לאמיך נישט זעהן ווי מיין קינד שטארבט'' האט זי געזאגט, זי האט אים אינטערגעלייגט א בוים, און זיך דערווייטערט 2 מיל. (ב''ר נג, יג.)

יעצט ווען זי איז געווען אויף צרות אין זי האט געשפירט אז זי דארף א באלדיגע ישועה האט זי זיך צוריק דערמאנט צו בעטן פון אויבערשטן, ''רבש''ע'' האט זי געשריגן ''דא אויף דעם פלאץ האבן זיך באוויזן צו מיר מלאכים פאר ישמעאל איז געבוירן, דעמאלס ווען איך בין אנטלאפן פון שרה, זיי האבן מיר צוגעזאגט אז א גרויס פאלק וועט ארויסקומען פון אים, און יעצט גייט ער אויס און ער שטארבט פון דורשט, וויאזוי קען עס זיין?!"

ישמעאל האט זיך אויך דערמאנט עפעס פון די שיעורים פון זיין טאטן אברהם, עפעס געדענקט ער ווי אברהם פלעגט אלעמאל זאגן אז ווען א מענטש איז אין א צרה דארף מען רעדן צום אויבערשטן, נו, יעצט בין איך דאך גוט אויף צרות, לאמיך רעדן צו מיין טאטנ'ס באשעפער.

''ריבונו של עולם'' האט זיך ישמעאל געבעטן, ''אויב ווילסטו מיר אוועקנעמען פון די וועלט, ביטע טו עס שוין, נעם מיר ארויס פון דא און באפריי מיר פון די גרויסע יסורים, ווייל איך האלט נישט אויס די דורשט, ענדערש זאל איך שוין שטארבן ווי איידער די שרעקליכע יסורים אויסצוגיין צוביסלעך פון דורשט''.

מלאכים ושרפים זענען זיך צוזאמגעקומען ביים בי''ד של מעלה, אלע האבן מקטרג געווען אויף ישמעאל און גע'טענה'ט ער זאל נישט ווערן געראטעוועט, די מקטריגים האבן געהאט א טענה, ''ס'וועט קומען א צייט ווען די אידן וועלן פארטריבן ווערן אין גלות ביים חורבן בית המקדש, דער רשע נבוכדנצר וועט זיי פירן קיין בבל, אויפן וועג וועלן זיי דורכגיין די אראבער, די אידן וועלן זיך בעטן פירט אונז אריבער אונזערע קרובים די אראבער זיי וועלן זיכער רחמנות האבן אויף אונז, ווען נבוכדנצר וועט זיי נאכגעבן די בקשה וועלן די אראבער זיך צוכאפן דערצו, זיי וועלן מקבל פנים זיין די אידן מיט געזאלצענע הערינג, זיי זאלן ווערן גוט דורשטיג, דערנאך וועלן זיי גיבן אויפגעבלאזענע קריגלעך פול מיט לופט, ווען די דורשטיגע אידן וועלן גיבן א עפן דעם קריגל נעבן מויל צו טרינקען דערפון, וועט די לופט גיבן א בלאז אריין אין זייער מאגן און זיי וועלן נעבעך שטארבן דערפון, דארף מען יעצט ראטעווען זייער זיידן פון דורשט?"

דער אויבערשטער האט אבער נישט צוגעהערט צו זייערע טענות, דער רבש''ע האט געקוקט אויף זיין יעצטיגן מצב, יעצט איז ער נאך אונטער די צוואנציג יאר, וואס מ'שטראפט נישט ביים בי''ד של מעלה, (ואם נאמר כפי שיטת המדרש או הפרד''א שהי' יותר מכ' שנה, צ''ל שעשה תשובה יחד עם היסורים מירקו עוונותיו והי' צדיק בעת ההיא. ילמ''ל)

נאך א זאך האט דער אויבערשטער געזאגט, ''ישמעאל האט זיך געלאזט מל'ן ביי די דרייצן יאר, ער האט זיך נישט אנטקעגן געשטעלט, קומט אים א שכר!" (ילמ''ל) האט דער רבש''ע געשיקט א מלאך אים ראטעווען.

א מלאך האט זיך באוויזן צו הגר:

וויין נישט הגר, דער אויבערשטער האט צוגעהערט צו ישמעאל'ס געוויין, יעצט עפן די אויגן און זעה אז דא איז דא א ברונעם וואסער! (בפרד''א שהיתה הבאר שנברא בע''ש בין השמשות)

הגר האט מורא געהאט אז דער נס וועט נישט אנהאלטן צו לאנג, האט זי פארגעסן פון איר זון וואס האלט אט אט ביים שטארבן... זי האט קודם אנגעפילט דעם קריגל מיט וואסער, דערנאך האט זי געגעבן פאר ישמעאל זיך צו דערכאפן דאס הארץ. (ב''ר נג. ובמפרשים)

ווי נאר זי האט אריינגעלייגט פרישע וואסער אינעם קרוגל איז צוריק געווארן דער נס, ס'איז געווען גענוג וואסער אינעם קרוגל בי זי איז אנגעקומען צו א באוואוינטע פלאץ. (פרד''א ל. ועי' רד''ל)

הגר מיט ישמעל האבן זיך באזעצט אין מדבר פארן, פון שיסן אין באראבעווען אזויפיל מענטשן איז ישמעאל געווארן א פראפעסיאנעלער ציהל שיסער, (באב''ע, קשת, שם התואר, כמו גנב...)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 8:21 am

וישב במדבר פארן

(הסיפור דלהלן מובא בפרד''א ל. ובספר הישר בקצת שינויים, כתבנו בעיקר כפי הפרד''א, עם הוספות מספר הישר)
דריי יאר איז שוין אריבער פון ווען אברהם האט פארשיקט זיין זון ישמעאל, אברהם האט גאר שטארק געוואלט וויסן וואס זיין זון מאכט, זיין רחמנות'דיג הארץ האט נישט פארגעסן קיין איין רגע אז ערגעץ וואו אין מדבר זיצט זיין בלוט און פלייש, ווער ווייסט וואס טוט זיך מיט אים, האט ער צו עסן? האט ער שוין חתונה געהאט? האט ער קינדער? במשך די פארגאנגענע דריי יאר האט אברהם נישט ארויפגעברענגט דעם נאמען ישמעאל אויף זיינע ליפן ווייל ער האט געדענקט די ווייטאג וואס שרה האט געהאט פון אים, ער האט איר נישט געוואלט דעראמנען דערפון.

נאך דריי יאר האט אברהם געטראכט אז מן הסתם האט זיך שוין שרה אביסל בארואיגט, האט אברהם יעצט איז געקומען די צייט זיך אומצוקוקן וואס האט מיט אים פאסירט.

''מיין טייערע שרה'' האט אברהם אנגעהויבן דעם שמועס. ''דו געדענקסט אוודאי אז איך האב פארטריבן מיין זון ישמעאל פון דא דריי יאר צוריק''.

''יא, אוודאי געדענק איך''

''איך וואלט שטארק געוואלט אים גיין באזוכן, איך בין זייער נייגעריג וואס זיין מצב איז, וואס איז מיט אים געווארן, איך געדענק אבער וואס דער אויבערשטער האט מיר געזאגט ווען איך האב אים פארטריבן איך זאל פאלגן אלעס וואס דו זאגסט מיר איבער ישמעאל, דעריבער וויל איך האבן דיין רשות צו גיין צו אים''.

שרה האט פארשטאנען אז מ'קען נישט אפהאלטן א טאטן פון גיין צו א קינד, זיכער נישט אזא רחמנות'דיגן טאטן, ווי אברהם, האט זי אים געזאגט:

"איך פארשטיי דיין הארץ, איך פארשטיי אז דו ווילסט וויסן וואס קומט פאר מיט אים, איך וויל אבער נישט אז דו זאלסט אים דא צוריקברענגען, איך האב מורא אז דורכדעם וואס דו וועסט גיין צו אים וועט זיך ערוועקן דיין רחמנות נאכמער, און דו וועסט זיך נישט קענען צוריקהאלטן פון אים אהערברענגען''.

''איך שווער!'' האט אברהם געזאגט, ''איך וועל נישט אראפגיין פון קעמל, איך וועל נאר דורכפארן בדרך אגב און זיך אומקוקן וואס קומט דארט פאר''.

שרה האט מסכים געווען, אברהם האט גענומען א קעמל און געפארן קיין מדבר פארן.

במשך די דריי יאר האט ישמעאל חתונה געהאט מיט א פרוי פון ערבות מואב וואס איז אין שכנות פון מדבר פארן, זיין פרוי האט געהייסן עיפה, (כ''ה בפרד''א, ובספר הישר שמה מריבה, ובילקו''ש הגירסא עדישא)

אינמיטן טאג שטעלט זיך אפ א קעמל ביי ישמעאל'ס געצעלט, אויפן קעמל זיצט אברהם, ער בלייבט זיצן אויפן קעמל אזוי ווי ער האט צוגעזאגט פאר שרה, ער ווארט איינער זאל ארויסקומען פון געצעלט, עיפה בלייבט אבער זיצן אינעווייניג, זי נעמט זיך נישט די מי ארויסצוקומען צום עלטערן מענטש מיטן שיינעם הדרת פנים וואס האט זיך באוויזן ביי איר טיר.

''וואו איז ישמעאל?" פרעגט אברהם.

"ער איז געגאנגען מיט זיין מאמע אין פעלד ברענגען עפעס צו עסן'' ענטפערט עיפה נאך זיצענדיג אינעווייניג אין געצעלט.

ווען אברהם האט געזעהן אז מ'איז אים נישט מכבד מיט גארנישט האט ער געהאפט אז אפשר ווען ער וועט בעטן וועט ער כאטש באקומען עפעס.

''איך בין זייער אויסגעמיטשעט פונעם וועג, אפשר קען איך האבן אביסל וואסער מיט א שטיקל ברויט?" האט אברהם זיך געבעטן.

''אנטשולדיגט, מיר האבן נישט קיין וואסער און נישט קיין ברויט.'' האט עיפה טרוקן געענטפערט.

עיפה האט זיך צוריק גענומען צו די ארבעט, זי האט געשלאגן און געהאקט שטיקער אין די קינדער, גשימפט און געשאלטן וועם זי האט געקענט, אריינגערעכנט איר אייגענעם מאן ישמעאל.

ווען אברהם האט עס געהערט האט ער איר געבעטן, ''קומט ביטע ארויס פון געצעלט, איך האב עפעס וויכטיג איבערצוגעבן פאר ישמעאל''.

יעצט איז שוין עיפה ארויסגעקומען פון געצעלט צו הערן וואס דער אלטער מענטש האט איבערצוגעבן.

"זאג פאר ישמעאל אזוי, א זייער אלטער מענטש פון פלישתים איז געווען דא, זאלסט אים מסביר זיין מיין צורה וויאזוי איך קוק אויס, זאל אים אז ווען איך האב געזעהן אז ער איז נישטא האב איך געבעטן דו זאלסט אים איבערגעבן דעם פאלגענדן מעסעדש: דער שוועל פון שטוב איז זייער נישט גוט, ביטע טויש עס מיט אן אנדערן שוועל!"

אברהם האט געגעבן א ווינק דעם קעמל, און ער איז צוריקגעפארן קיין גרר.

ווען ישמעאל איז אהיימגעקומען האט עיפה אים דערציילט אז עפעס גאר אן אלטער מענטש איז געווען דא און ער האט איבערגעלאזט א מאדנעם מעסעדש, ביטע טויש דעם שוועל פונעם געצעלט...

ישמעאל האט פארשטאנען אז דער אלטער איז געווען זיין טאטע אברהם, ער האט אויך פארשטאנען אז די שוועל פונעם געצעלט מיינט זיין ווייב וואס לאזט נישט אריין קיין געסט אינעם שוועל... האט ער געפאלגט זיין טאטע, ער האט פארשיקט עיפה פון זיין געצעלט.

יעצט האט שוין ישמעאל נישט געוואלט נעמען א ווייב סתם אין די וועלט אריין, ער האט זיך שוין איינמאל אפגעבריעט מיט אזא שלעכטע ווייב ווי עיפה, האט ער געבעטן זיין מאמע הגר זי זאל גיין צו איר היימשטאט מצרים, און אים ברענגען פון דארט א גוטע ווייב.

הגר האט אים טאקע געברענגט א פרוי מיטן נאמען פטומה, זי איז געווען גאר אנדערש פון עיפה.

ווען ס'איז אריבער נאך דריי יאר האט אברהם נאכאמאל געבעטן פון שרה רשות צו גיין זיך אומקוקן אויף זיין זון ישמעאל, שרה האט מסכים געווען, אבער מיטן זעלבן תנאי, אברהם האט נאכאמאל געשוואוירן אז ער וועט נישט אראפגיין פון קעמל.

אברהם איז אנגעקומען אינמיטן טאג ער האט זיך ווידער אפגעשטעלט ביי ישמעאל'ס געצעלט.

ווען פטומה האט געזעהן ווי א קעמל שטעלט זיך אפ און אן אלטער מענטש זיצט דערויף איז זי שנעל ארויסגעלאפן מיט ברויט און וואסער, ''ביטע דערכאפט אייך דאס הארץ'' האט זי זיך געבעטן.

אברהם האט געפרעגט צו ישמעאל איז אין געצעלט, ''ניין'' האט זי געענטפערט, ''ער איז געגאנגען מיט זיין מאמע פאשען די קעמלען אין פעלד''.

''גיב אים איבער א מעסעדש'' האט אברהם געזאגט, ''זאג אים אז דער שוועל פון געצעלט איז גאר גוט, מ'דארף עס נישט טוישן...''

ווען ישמעאל האט עס געהערט האט ער פארשטאנען דעם ווינק, און ער האט געהאלטן זיין ווייב פטומה.

נאכדעם וואס ישמעאל האט געזעהן אז זיין טאטע אברהם איז שוין צוויי מאל געקומען זיך אומקוקן אויף אים, האט ער פארשטאנען אז אברהם האט אים נאך באמת ליב אין הארצן, האט ער גענומען זיינע קינדער און געפארן אויף א באזוך אין פלישתים צום טאטן אברהם.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

בהמה_דקה
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 11:07 am

תגובהדורך בהמה_דקה » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 8:24 am

יישר כח גראדער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 8:26 am

ויהי אחר הדברים האלה

ס'געווען אין יאר ב' אלפים פ''ד, אברהם אבינו איז אלט געווען הונדערט זיבן און דרייסיג יאר, און זיין זון יצחק וואס איז אים געבוירן געווארן ביי די הונדערט יאר איז אלט געווען זיבן און דרייסיג.

(בסדר עולם מובא שהי' בן כ''ו שנים, ומה שכתוב בתורה אח''כ שמתה שרה לא הי' תיכף אח''ז, רק רבקה כן נולדה תיכף, נמצא שרבקה היתה בת י''ד שנים כשנשאה ליצחק, לא ג' שנים כמקובל.)

ישמעאל, דער עלטסטער זון פון אברהם איז שוין לאנג געווען פארטריבן פון אברהמ'ס שטוב, ער האט געוואוינט אין מדבר פארן וואו ער פלעגט אפווארטן און באראבעווען מענטשן. נאכדעם וואס שרה האט מחליט געווען אז ער איז נישט קיין גוטער חברותא פאר איר אויסגעבעטענעם יצחק'ל.

יענעם טאג איז ישמעאל געקומען באזוכן דעם טאטן (פרדר''א ל''א) ישמעאל איז געווען פופציג יאר אלט. און אז ער איז שוין געקומען דארט אין שטוב האט ער זיך פארשטייט זיך כמנהג ישמעאל געדארפט אביסל ארומקריגן מיט יצחק'ן, און פון וואס רעדן צוויי ברודער? פון די ירושה.

ישמעאל האט געזאגט פאר יצחק, איך בין דער בכור און איך וועל ירש'נען, האט יצחק געטענה'ט, איך בין אבער דער זון פון שרה, די עיקר פרוי פון טאטן, דו ביזט א זון פון א דינסט, קומט זיך דיר נישט קיין חלק אין די ירושה, פארשטייט זיך אז יצחק האט מן הסתם גערעדט פון די ירושה רוחני די מדריגות און השגות פון אברהם, ישמעאל האט זיך אבער נישט געלאזט, האט ער געטענה'ט פאר יצחק אזוי:

איך בין סאך א גרעסערער צדיק פון דיר, ווען איך בין אלט געווען דרייצן יאר, א בחור ביי די כוחות, און מ'זעהט קלאר אין די תורה אז ישמעאל איז שוין ביי אלס אינגער בחור געווען א חברה'מאן, ווען שרה האט געבעטן צום ערשטן מאל מ'זאל פארטרייבן ישמעאל ווייל זי האט אים געכאפט מיט די דריי הארבסטע עבירות איז ער נישט אלט געווען מער פון פופצן יאר, עכ''פ האט ישמעאל געטענה'ט איך בין געווען א בחור מיט ביינער, מיט דעם אלעם האב איך זיך געלאזט מל זיין, איז דאך זיכער אז איך בין א צדיק גמור און ס'קומט זיך מיר די ירושה.

יצחק האט אבער געטענה'ט, חביבה מצוה בזמנו, א מצוה איז חשובער ווען ס'ווערט געטון אין די ריכטיגע צייט, בין איך חשובער ווייל איך געווארן געמל'עט אין אכטן טאג, יצחק האט אבער געשפירט אז דאך איז עפעס דא א ממשות אין ישמעאל'ס טענה, האט ער זיך אנגערופן, הלואי זאל קומען א באפעל פון אויבערשטן וועסטו זיך איבערצייגן אז איך בין יעצט אין די מינוט גרייט אוועקצוגעבן נישט נאר אפאר טראפן בלוט, נאר מיין גאנצן לעבן פאר אויבערשטן.

אברהם איז געשטאנען ערגעץ אין די זייט, פונקט איז געווען א שטילע מינוט ס'האט זיך נישט געמאכט קיין געסט, און ער טראכט זיך פון זיינע קינדער, אין הארץ האט ער נאך ליב געהאט ישמעאל, אבער ער האט געוויסט אז דער ריכטיגער ממשיך דרכו איז יצחק, פלוצלונג איז אים אריינגעפאלן א מחשבה אין קאפ, איך האב געמאכט א סעודה ווען יצחק איז אלט געווארן צוויי יאר, א גרויסע סעודה, איינגעלאדנט אלע חשובע מענטשן מלכים און שרים פון די גאנצע געגנט, איך האב געפראוועט א שמחה מיט אלע פישטעווקעקס, אבער איין וויכטיגע זאך האב איך פארגעסן, איך האב נישט מקריב געווען קיין קרבן פארן אויבערשטן.

די מחשבה פון אברהם איז בעצם געווען א קטרוג וואס די מלאכים האבן געטענהט פאר רבש''ע.

נאך א טענה האבן זיי געהאט, דער אויבערשטער האט געזאגט פאר די מלאכים ווען איך וואלט זיך צוגעהערט צו אייער טענה פון מה אנוש כי תזכרנו און איך וואלט נישט באשאפן דעם מענטש, וואלט איך נישט געהאט אזא אברהם וואס זאל מיר אזוי ארומגיין לויבן אין די גאנצע וועלט, האבן די מלאכים געזאגט פאר אויבערשטן, וואס ביזטו אזוי פרייליך מיט דעם אברהם, אלע נסיונות וואס דו האסט אים אויספראבירט זענען נאר געווען מיט זיין געלט, לאמיר זעהן אויב דו וועסט אים בעטן עפעס פון זיין גוף צו ער וועט עס אויך ביישטיין.

דער אויבערשטער האט זיי געפרעגט, וואס ווילט איר איך זאל אים אויספראבירן? האבן זיי געזאגט לאמיר זעהן צו ווען דו וועסט אים בעטן ער זאל מקריב זיין פאר דיר זיין אויסגעבעטענעם קינד וועט ער דיר פאלגן. (ילקו''ש)

גלייך נאכדעם האט זיך דער אויבערשטער באוויזן פאר אברהם אבינו.

''אברהם, איך וויל דו זאלסט מיר מקריב זיין א קרבן עולה''

''זיכער, וואס פאר א פראגע''

''איך וויל ס'זאל זיין דיין קינד''

אברהם האט געהאט א חשש אז ס'מיינט יצחק, אבער ער האט דאך געהאפט אז אויב ס'איז דא א גזירה אז ער דארף פארלירן א קינד זאל עס זיין ישמעאל, ער האט געהאפט אז דאס וואס דער אויבערשטער בעט אים פונקט יעצט איז ווייל ישמעאל איז יעצט פונקט דא. (פרדר''א לא)

האט אברהם געענטפערט, איך האב צוויי קינדער.

''דיין איינציגער''

''ביידע זענען איינציגע צו זייערע מאמעס''

''דעם וואס דו האסט ליב''

''איך האב זיי ביידן ליב, אפשר איינעם מער ווי דעם צווייטן, איז אבער דא שטאפלען אין הארץ מ'זאל קענען מעסטן פונקליך וועמענס אהבה שטייגט איבער דעם צווייטנס?"

ביז דער אויבערשטער האט אים ענדליך געזאגט אז די רעדע איז טאקע פון יצחק.

אזוי ווי אברהם האט עס געהערט האט ער נישט געטראכט קיין צוויי, ער האט זיך גלייך געפרייט צו האבן די זכי' מקיים צו זיין אזא מורא'דיגע מצוה, ער האט נאר געפרעגט דעם אויבערשטן:

"יעדער קרבן דארף דאך האבן א כהן וואס זאל עס מקריב זיין, ווער וועט זיין דער כהן מקריב צו זיין מיין יצחק'ן?"

האט אים דער אויבערשטער געזאגט, וואס הייסט ווער, דו ביזט דאך שוין לאנג א כהן, ווי דער פסוק זאגט אין תהילים קי נשבע ה' ולא ינחם אתה כהן לעולם.

אברהם האט נאר געהאט איין פראבלעם, וויאזוי פועלט מען ביי שרה זי זאל אוועקלאזן יצחקן, ער האט געוואוסט אז מיט אירע אלע גרויסע דרגות וואס שרה איז געווען העכער פון אברהם בנבואה וועט אבער איר שוואך הארץ נישט אויסהאלטן צו הערן אז איר איינציגער אויסגעבעטענער קינד גייט גע'שחט'ן ווערן דורך זיין אייגענעם טאטן

סתם אזוי אוועקגיין מיט יצחק און צוריק קומען אן אים איז אויך נישט קיין פלאן, ווען שרה וועט באמערקן אז יצחק איז סתם אזוי נעלם געווארן אינמיטן א העלן טאג וועט זי עס נישט אויסהאלטן, זי קען נאך פון דעם אליינס אומקומען.

ביז אברהם איז אויפגעקומען מיט א פלאן. יענע נאכט האט אברהם געבעטן זיין אשת חיל, רעבעצן שרה, ביטע גרייט צו א גרויסארטיגע סעודה, פרעגט זי אים, וואס גייט היינט פאר? וואס האט היינט עפעס פאסירט, זאגט איר אברהם, ס'שוין טאקע אן אלטע מעשה, אבער אז אזעלכע אלטע מענטשן ווי מיר זענען האבן דאך זוכה געווען צו א קינד איז דען נישט פאסיג צו מאכן עפעס א פרייליכע סעודה פון צייט צו צייט.

שרה האט זיך געלאזט איבעררעדן און צוגעגרייט א פרעכטיגע סעודה. (ילקו''ש קע''ה)

אינמיטן די סעודה זאגט אברהם צו שרה: דו ווייסט דאך אוודאי אז ווען איך בין געווען דריי יאר אלט האב איך זוכה געווען צו אנערקענען אין הייליגן באשעפער און זיך באקענען מיט די הייליגע אמונה, שפעטער האב איך געהאט די זכי' צו הערן פון נח, וואס האט געהערט פון זיין זיידן מתושלח וואס האט נאך מקבל געווען די ריינע אמונה פון אדם הראשון אליינס, שפעטער האב איך געהאט די זכי' צו לערנען אין די ישיבה פון שם ועבר יארן לאנג, ביז איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו די מדריגות וואס איך האב היינט.

אונזער טייערער יצחק אבער האט נישט זוכה געווען צו לערנען פון קיין רבי'ן, דא נישט ווייט איז דא א ישיבה וואו מ'איז מחנך בחורים, איך מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך ווען מ'שיקט אים אהין אביסל.

אפילו שרה איז געווען אזוי צוגעבינדן צו איר טייערן איינציגן יצחק, אבער אז זי האט געהערט אז דאס וועט אים ארויפברענגען אויף א העכערע דרגה אין עבודת השם האט זי גלייך מסכים געווען.

''אפילו איך וועל זיך שטארק בענקען, דאך בין איך מסכים ער זאל גיין.'' האט זי געזאגט.

אז אברהם האט געהערט אז זי איז מסכים, האט ער נישט געמאכט קיין לאנגע מעשיות, נאר זיך שנעל גענומען אלעס צוגרייטן מ'זאל קענען גלייך צופרי ארויסגיין, פאר שרה וועט האבן א געלעגנהייט חרטה צו האבן.

אברהם אבינו איז אויפגעשטאנען פארטאגס, ביינאכט האט ער נישט געוואלט ארויסגיין ווייל ער האט געוואוסט א ביינאכט קען מען ממילא נישט מקריב זיין קיין קרבנות, (אוה''ח)

ער האט אויסגעהאקט האלץ צו פארברענען דעם קרבן, ער האט נישט געוואוסט וואו דער פלאץ איז וואו דער אויבערשטער שיקט אים, אפשר איז נישטא קיין האלץ צו טרעפן דארט, אפילו אויב יא אפשר איז עס ווערימיגע האלץ וואס איז נישט כשר פאר קיין קרבן, האט ער ענדערש געשלעפט האלץ פון דערהיים. (רמב''ן)

ער האט גענומען דריי סארטן האלץ, פון אן איילבירט בוים, א פייגן בוים, און א טייטלבוים. (תרגום יונתן)

ענדליך איז מען שוין גרייט געווען זיך ארויסצולאזן אויפן וועגן, אברהם אבינו האט אפירגענומען דעם חשוב'סטן אייזל וואס ער האט פארמאגט, אן אייזל וואס איז ספעציעל באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות, אויף דעם אייזל וועט כמעט פיר הונדערט יאר שפעטער רייטן משה רבינו אויסצולייזן די אידן, אויף דעם אייזל ווען קומען דער מלך המשיח, יעצט האט אברהם אבינו פון ליבשאפט צו די מצוה אליינס איינגעשפאנט, דאס הייסט צוגעגרייט דעם אייזל צום וועג.

דאס וואס אברהם האט אליינס איינגעשפאנט דעם אייזל וועט שפעטער צוניץ קומען פאר זיינע קינדער, יארן שפעטער ווען דער רשע בלעם וועט איינשפאנען זיין אייזל צו גיין שעלטן די אידן וועט אים דער אויבערשטער זאגן אז דער זכות פון אברהם וואס האט אליינס איינגעשפאנט זיין אייזל קענסטו זיי נישט שעלטן.

אויך די אנדערע פעולות וואס אברהם האט געטון ביי די עקידה נוצן מיר נאך די זכותים ביז היינט, פארדעם הייסט דער מעסער מיט וואס אברהם אבינו האט געוואלט שחט'ן מאכלת, ווייל ביז היינט עסן מיר נאך אין דעם זכות, ווען פרעה האט געשריגן אריק חרבי, איך וועל אויסשטרעקן מיין שווערד, האט דער אויבערשטער געזאגט, דער זיידע זייערער האט שוין אויסגעשטרעקט א מעסער און אין דעם זכות וועסטו זיי נישט בייקומען, נאר אין זכות וואס אברהם האט געשפאלט העלצער פארן קרבן, וועט זיך דער ים שפאלטן.

אברהם אבינו לאזט זיך ארויס פון חברון קיין הר המורי', ער זוכט דעם בארג וואס דער אויבערשטער וועט אים צואווייזן אז דארט איז דער פאסיגער פלאץ פארן קרבן, דער וועג נארמאל דארף נישט נעמען צו לאנג, אבער דא קומען אונטער עפעס עיכובים, עפעס גייט עס נישט ווי געפלאנט.

עפעס אן אלטער מענטש, דער שטן פארשטעלט פארשטייט זיך, טרעפט אן אברהם, ''וואו גייט איר'' פרעגט ער.

''דאווענען'' ענטפערט אברהם.

''איינער וואס גייט דאווענען נעמט נישט מיט קיין פייער, העלצער, א מעסער, וואס דארפט איר די אלע זאכן?"

''פשוט, אויב מיר וועלן זיך אויפהאלטן אפאר טאג זאלן מיר קענען עפעס שחט'ן און אפקאכן.''

''דו אלטער נאר! דו מיינסט איך בין נישט געווען ווען דער שטן האט דיר געזאגט דו זאלסט שחט'ן דיין איינציג קינד, גלייב נישט דעם שטן, ער וויל דיר נאר מאכן זינדיגן!''

"ס'איז נישט געווען דער שטן! דער אויבערשטער אליינס האט מיר אזוי געהייסן, און אזוי וועל איך טאן!"

''איך פארשטיי נישט'' ווערט דער אלטער פלוצלונג רחמנות'דיג, ''דו האסט פארלוירן דיין הארץ, דו ביזט עפעס דער גרויסער בעל חסד? א קינד וואס דו האסט ענדליך באקומען ביי די הונדערט יאר גייסטו אים שחט'ן? און אויב ס'איז נישט גענוג זאגסטו נאך אז דער אויבערשטער האט דיר געהייסן?! ער האט דיר דאך געזאגט כי ביצחק יקרא לך זרע, דו פאלגסט יעצט דעם שטן, דו גייסט אים שחט'ן און דערנאך וועסטו נאך קומען בעטן שכר?..."

אברהם האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט און ער איז געגאנגען ווייטער.

דער שטן האט אבער נישט נאכגעלאזט, יעצט איז ער געקומען צו אברהם מיט אן אנדערע טענה, פלוצלונג איז ער געווארן א פרומער, ''אברהם, דיין גאנצע ציהל אויף די וועלט איז דאך צו פארשפרייטן די אמונה אין הייליגן באשעפער, טאג און נאכט גייסטו ארום האלטן דרשות און שיעורים אויפצוקלערן מענטשן אפצולאזן די עבודה זרה'ס און דינען דעם איינציגן גאט, ב''ה דו ביזט מצליח, מענטשן האבן דרך ארץ פאר דיר, מ'הערט דיר אויס און מ'גלייבט וואס דו זאגסט.

מארגן אז ס'וועט ארויסגיין א שמועה אין די גאס אז דו האסט גע'שחט'ן דיין איינציג קינד, וואס וועלן אלע מענטשן זאגן, אדער אז דו ביזט משוגע געווארן, אדער אז דו ביזט קיינמאל נישט געווען נארמאל, אבער איין זאך איז זיכער, קיינער וועט שוין מער נישט אויסהערן וואס דו האסט צו פארקויפן און קיינער וועט מער נישט קומען צו דיינע שיעורים, אויב ווילסטו נאך אמאל מאכן א קידוש השם, לאז יעצט אפ, שחט נישט דיין זון!

וואס מיינט איר האט אים אברהם געענטפערט אויף אזא גוטע טענה? דריי ווערטער, דער מדרש זאגט, איני שומע לעצתך! ווען דער בעל דבר קומט מיט טענות טאר מען זיך נישט מתווכח זיין מיט אים, מ'דארף וויסן אז מ'טוט דעם רצון ה' אן קיין חשבונות.

ווען דער שטן האט געזעהן אז ער קען נישט מיט אברהם האט ער זיך גענומען איבער יצחק.

יעצט האט ער זיך פארשטעלט ווי א אינגער בחור, יצחק זעהט ווי איינער קומט אויך אויפן זעלבן וועג און הייבט אן שמועסן מיט אים.

"וואו גייסטו?"

''לערנען תורה אין די ישיבה פון שם ועבר"

''דו פלאנסט צו לערנען דארט לעבעדיג, צו טויט"?

"וואס הייסט?" פרעגט יצחק, ''האסט שוין אמאל געזעהן א טויטן לערנען?"

''אוי דו נעבעכדיג קינד, וויפיל תעניתים האט דיין נעבעכדיגע מאמע געפאסט ביז דו ביזט ענדליך געבוירן געווארן, און יעצט איז דער אלטער עפעס משוגע געווארן און ער גייט דיר שחט'ן...''

''איך בין גרייט אויף דעם'' האט יצחק געענטפערט, ער האט געוואוסט אז זיין טאטע אברהם טוט אלעס נאר אויפן באפעל פונעם אויבערשטן, ער האט אויך געדענקט וואס ער האט נעכטן געזאגט פאר ישמעאל, האט ער פארשטאנען אז דער אויבערשטער האט צוגעהערט זיין תפלה און ער איז מזכה מיטן זכות צו לאזן שחט'ן פאר אים.

דער שטן האט אבער נאך אלץ נישט אויפגעגעבן, אזוי ווי געווענטליך האט ער געבאקן א גאנצע מעשה אויפן פלאץ.

"איך האב געהערט ווי דיין טאטע שווערט פאר הגר אז ער גייט דיר הרג'נען כדי ישמעאל זאל אים אלעס ירש'נען...''

יצחק האט זיך מער נישט וויסענדיג געמאכט, ער איז זיך ווייטער געגאנגען זיין וועג.

אזוי איז אריבער דעם ערשטן טאג.

דער אויבערשטער האט נישט געוואלט אז דער וועג זאל נעמען צו שנעל, נאכדעם וועט מען נאך זאגן אז אברהם האט זיך פארלוירן אויף א מינוט און געכאפט און גע'שחט'ן, אז דער וועגן וועט נעמען גענוג לאנג ער זאל האבן צייט פונקטליך איבערצוטראכטן וואס ער טוט וועט יעדער וויסן אז אברהם איז בייגעשטאנען דעם נסיון מיטן גאנצן הארץ. האט דער שטן באקומען רשות לענגער צו מאכן דעם וועג.

ס'איז אריבער א טאג, נארמאל וואלט מען שוין לאנג געדארפט אנקומען, אבער דא זעהט זיך דער הר המורי' נאכנישט אפי' פון דער ווייטנס. פלוצלונג זעהט אברהם א ריזיגן טייך, ברייט וואו ווייט דער אויג זעהט, אזוי אז ס'איז נישט מעגליך אריבערצוגיין.

''אפשר איז די וואסער נישט אזוי טיף, אפשר קען מען אריבערגיין אינעם וואסער,'' האט אברהם געטראכט, ער איז אריין און ער האט געזעהן אז די וואסער קומט טאקע נישט אן ווייטער ווי די קני, האט ער געהייסן ישמעאל אליעזר און יצחק אויך נאכקומען מיטן אייזל.

ווען ער איז אבער אנגעקומען אינמיטן טייך איז שוין די וואסער געווען ביזן האלז, דעמאלס האט אברהם פארשטאנען אז דער שטן האט דא אנגעדרייט די גאנצע זאך, האט ער זיך גענומען מתפלל זיין צום אויבערשטן, ''רבש''ע, האסט מיר געהייסן שחט'ן פאר דיר מיין זון יצחק, אויב וועל איך אדער ער דא דערטרונקען ווערן, ווער וועט מקיים זיין דיין רצון?!"

דער רבש''ע האט אנגענומען זיין תפלה, און פלוצלונג איז דער גאנצער וואסער נעלם געווארן, זיי האבן זיך געטראפן שטיין אינמיטן די יבשה.

ענדליך נאך דריי טאג זענען זיי אנגעקומען צום הר הצופים. פלוצלונג האט אברהם געזעהן אויף א בארג קעגן איבער א עמוד האש פון דער ערד ביזן הימל, ''דו זעסט עפעס?" האט אברהם געפרעגט פון יצחק, ''יא טאטע'' האט יצחק געענטפערט, ''און איר זעהט אויך עפעס?" האט אברהם געפרעגט פון ישמעאל און אליעזר, ''ניין, מיר זעען גארנישט, ''נו, אז איר זעהט נישט און דער חמור זעהט אויך גארנישט, בלייבטס דא מיטן חמור צוזאמען ביז מיר וועלן צוריק קומען''.

פון וואו האט אברהם געוואוסט אז דער ענן איז דער סימן, ווען דער אויבערשטער האט אים געזאגט לך לך אל ארץ המורי' איז שוין געווען דער צווייטער מאל וואס דער אויבערשטער זאגט אים לך לך, און הייסט אים גיין צו אן אומבאשטימטן פלאץ, דער ערשטער מאל איז לך לך מארצך וממולדתך, פון וואו האט אברהם געוואוסט דעמאלס וואו צו גיין?

שטייט אין בעל הטורים, אראך באטרעפט בעננים, מלמד שהיו עננים הולכים לפניו ומראים לו הדרך,

אברהם האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג מיט יצחק און ישמעאל מיט אליעזר זענען געבליבן אליינס.

''דו ווייסט וואס דא גייט יעצט פארקומען?" פרעגט אליעזר פון ישמעאל.

''יא, דו מיינסט איך בין אזא נאר, איך האב שוין געכאפט די גאנצע מעשה, אברהם גייט שחט'ן יצחק, איך גיי בלייבן זיין איינציגער זון און איך גיי אים ירשנ'ן...''

''וואס עפעס דו, אברהם האט דאך גע'גט דיין מאמע און דיר פארטריבן, משא''כ איך באדין אים טאג און נאכט אזוי געטריי, ס'איז זיכער אז איך וועל אים ירשנ'ן...'' (פרקי דר''א)

וועלן מיר לאזן די צוויי זיך ארומ'הרג'נען און לאמיר צוריק גיין צו אברהם מיט יצחק.

''טאטע טאטע'' האט יצחק זיך אנגערופן מיט א רחמנות'דיגע שטימע אינמיטן וועג, ער האט געוואלט זיכער מאכן אז דער בעל דבר איז טאקע נישט גערעכט און זיין טאטע איז געבליבן דער זעלבער בעל רחמנות און מיט די זעלבע ליבשאפט צו אים ווי אלעמאל.

''יא מיין קינד'' האט זיך אברהם אנגערופן ליבליך. פון דעם אליינס האט ער שוין געזעהן אז די אהבה איז געבליבן די זעלבע.

''איך זעה אלע צוגעהערן פארן קרבן, אפילו דעם קרבן מנחה מיט די נסכים וואס מ'דארף געווענטליך מקריב זיין מיט אן עולה זעה איך אויך דא, (פרקי דר''א) אבער דעם שעפסל פארן עולה זעה איך נישט''.

''מיין קינד, אז דער אויבערשטער וויל, וועסטו זיין דער עולה''.

יצחק האט זיך געפרייט צו הערן קלאר אז דער אויבערשטער האט טאקע אנגענומען זיין תפלה, און מיט שמחה איז ער געגאנגען ווייטער.

ווען זיי זענען אנגעקומען אויפן הר המורי' האט זיי אפגעווארט אשטיקל איבערראשונג, ווען זיי האבן זיך געוואלט נעמען בויען דעם מזבח האבן זיי געטראפן שיריים פון אן אלטן מזבח וואס איז שוין דא געשטאנען, ס'איז געווען דער מזבח וואו אדם הראשון האט נאך מקריב געווען קרבנות, קין און הבל האבן אויף דעם מקריב געווען זייערע קרבנות, און ווען ס'איז אביסל צובראכן געווארן ביים מבול האט עס נח פארראכטן און אויך נח האט אויף דעם מזבח מקריב געווען די קרבנות נאכן מבול.

פאר אברהם האט זיך גענומען צו די ארבעט עס צו פאררעכטן האט ער געבעטן יצחק ער זאל זיך באהאלטן אין די זייט, דער שטן זאל נישט קענען אינמיטן די ארבעט ווארפן עפעס א שטיינדל און מאכן א פעלער אין אים ער זאל נישט ראוי זיין פאר א קרבן, (ב''ר) יצחק האט אבער געוואלט האבן א חלק אין בויען דעם מזבח, ער האט געשפירט אזא שמחה ווי א חתן ווען מ'גרייט זיך צו די חתונה וויל ער האבן א חלק אין די הכנות, אויך אברהם איז געווען אזוי פרייליך ווי ער גייט יעצט חתונה מאכן זיין איינציג קינד... (ילקו''ש)

יצחק האט געבעטן אברהם, ''זאלסט מיר גוט פארברענען, דערנאך זאלסטו נעמען מיין אש, עס טראגן פאר די מאמע שרה, זי זאל עס האלטן אויף א חשובן פלאץ, און ווען זי וועט עס זעהן זאל זי זיך קענען פרייען דערמיט, ''דאס איז די אש פון מיין זון וואס זיין טאטע האט אים גע'שחט'ן פאר אויבערשטן!" (ילקו''ש)

ענדליך איז אלעס געווען גרייט, אברהם האט ארויפגעלייגט יצחק'ן אויפן מזבח, ''בינד מיר גוט צו האט זיך יצחק געבעט, איך זאל דיר נישט בטעות גיבן א שטופ און עובר זיין אויף כיבוד אב, איך זאל זיך נישט גיבן א שאקל און נישט זיין כשר גע'שחט'ן, סוף סוף האט אברהם גענומען דעם מעסער אין האנט, עס צוגעלייגט צום האלז, און פון גרויס פרייד איז יצחק'ס נשמה ארויסגעפלויגן...

אין הימל איז געווארן א רעש און א טימל, מלאכים ושרפים האבן אנגעהויבן צו בעטן ביים אויבערשטן ער זאל ראטעווען יצחק, אזוי ווי דער אויבערשטער האט דאך באמת נישט געוואלט מ'זאל שחט'ן יצחק, ס'איז נאר געווען צו מנסה זיין אברהם, האט דער אויבערשטער געהייסן דעם מלאך אפהאלטן אברהם.

אברהם אברהם, האט דער מלאך געשריגן בלשון חיבה, דער אבן עזרא זאגט דערפאר האט ער געשריגן צוויי מאל אזוי ווי איינער אין א בהלה ער האט מורא ער וועט פארשפעטיגן.

דער כלי יקר זאגט אבער אז דער מלאך האט געדארפט אפאר מאל שרייען אברהם, אברהם איז געווען אזוי פארטון אין די ארבעט אז ער האט נישט געהערט אז מ'רעדט צו אים, אפילו ס'האט זיך אים געדאכט אז איינער שרייט זיין נאמען האט ער קודם נישט געוואלט הערן, ער האט מורא געהאט אז מ'קומט אים שוין ווידער שטערן אין די לעצטע רגע פון מקיים זיין די געוואלדיגע מצוה,

פלוצלונג איז ארויפגעפאלן אפאר טראפן טרערן פון די טרערן פון די מלאכים אויפן מעסער, און דער מעסער איז פסול געווארן, יעצט האט זיך שוין אברהם געדארפט אפשטעלן און הערן וואס דער מלאך האט אים צו זאגן.

ווען ער האט געהערט אז דער אויבערשטער האט געהייסן נישט שחט'ן האט ער איך געבעטן אפשר זאל אים דערשטיקן, צו דעם דארף מען דאך נישט קיין מעסער, אפשר זאל איך כאטש ארויסלאזן פון אים עפעס בלוט, ביז דער מלאך האט אים קלאר געזאגט, אל תעש לו מאומה, מאך אים גארנישט!

פלוצלונג האט זיך יצחק צוריק געעפנט די אויגן, ער איז צוריק לעבעדיג געווארן, ער האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט די ברכה ברוך אתה ה' מחי' המתים. (פרדר''א)

אברהם איז אבער נאכנישט גרייט געווען אויפצוגעבן, ער איז שוין געווען אזוי גרייט צו ברענגען א קרבן פארן אויבערשטן אז ער האט נישט געקענט בלייבן אן גארנישט, האט אים דער אויבערשטער צוגעשיקט א איל פון גן עדן וואס איז באשאפן געווארן ער''ש בין השמשות (פרדר''א) מקריב צו זיין פאר א קרבן אנשטאט יצחק.

מ'זעהט אז ווען מ'דערמאנט די עקידה דערמאנט מען עס מיט איל, מ'בלאזט שופר פון אן איל צו דערמאנען די עקידה, פארוואס מאכט מען נישט קיין זכר פון די עקידה אליינס?

דאס איז געווען דער עיקר גדלות, יעדער פון אונז וואלט געטון דעם רצון השם און זיך געלאזט שחטן, מ'וואלט אבער געמאכט א קידוש ווען די גזירה איז בטל געווארן, אברהם האט נישט געוואלט מסכים זיין ביז ער האט מקריב געווען אן איל אנשטאט, דאס איז דער חשיבות און דערפאר מאכט מען א זכר דעם איל.

אלע חלקים פון דעם איל האט כלל ישראל שפעטער גענוצט, פון די אדערן האט מען געמאכט די בענדלעך פון דוד המלך'ס פידל, פון די הויט איז דער אזור עור אזור במתניו פון אליהו הנביא, מיט דעם לינקן שופר האט דער אויבערשטער געבלאזן ביי מתן תורה, און מיט דעם רעכטן שופר וועט דער אויבערשטער בלאזן בביאת המשיח בב''א. (פרדר''א)

א גוט שבת
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 9:21 am

אבער נאך ווי בעסער...
אזויפיל פרישע סחורה רב הכמות ורב האיכות...
ישר כחכם און א גוט שבת.
עת לקרות | ועת לתגוב

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 10:40 am

אין מילים!!

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 10:50 am

שוכח איז צי וויינוג געזאגט!!
פי די עף?
יאנקעל די פופציגער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 10:53 am

ר' גראדער
ס'איז ספעציעל גוט, ממש געוואלדיג ס'איז א מייסטער ווערק
דער אייבשיטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען יעדע וואך פארשפרייטן דיינע רייכע סחורה אויף די גאנצע אידישע וועלט
נאר אפשר איז דא א מעגליכקייט דאס צו ענדיגן אויף ליל שישי, ווייל נישט אלאמאל איז פרייטאג דא צייט דערויף בפרט אין די קורצע ווינטער פרייטאג'ס
אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל
און נאך אמאל א ייש"כ און א ברכת יפוצו וכו'.
כשמ"ו כן הוא

אפשר
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 11:00 am

jkup50 האט געשריבן:שוכח איז צי וויינוג געזאגט!!
פי די עף?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג נובעמבער 11, 2011 11:15 am

במקום שאין איש איז הערינג אויכט פיש
דאס האב איך יעצט געמאכט איך האף ס'איז גוט
צוגעלייגטע
דער מדרש דערציילט וירא ב'.pdf
(154.33 KiB) דאונלאודעד 177 מאל
כשמ"ו כן הוא


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט