מ'מאכט חוזק, אבער ער האקט ווייטער... מיט א פרישן האק...

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג אוקטובער 10, 2010 4:57 pm

הרב גרדער כתב
המשך יבא דעם קומענדיגן יאר אם ירצה השם...

נא וועי ,כבין נישט מסכים יאך האב זיך מחיה געווען, די קינדערליך האבן עס געשלינגען מיט דארשט , אזא שיינע ליקוט אזוי שיין מסודר ,מיט די מקורות , נאכדערצי מיט אזא לייכטע זיסע שפראך גיט פאר גרויסע טאטעס אין מאמעס,אין קינדער ציגלייך
ווי טרעפט מען נאך אזא גיטע ארבייט ????????

וויסט וואס ספאלט מיר דא איין ??? מזאל ציזאם שטעלן וועכענטליכע מעמדות דערפאר , וואס זאגט דער ציבור ?
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אתרוג » זונטאג אוקטובער 10, 2010 5:28 pm

מיין ווייב לויפט אריין זונטאג פארטאגס א פארסאפעטער און בעדרום און באנומענע קולות נעמט זיך שרייען מר. אתרוג די שלאפט יעצט!
די ווייסט וואס טוט זיך און קרעטשמע?!! אן איבערקערענישט עס איז געקומען איינער מיטען נאמען "גראדער" און יעדער מאכט חוזק אבער ער קלאפט ווייטער !!

וואס שרריי איך אויס וואס גייט דא פאר? ווער מאכט חוזק? און ווער קלאפט? קוים קוים האט זיך מרת אתרוג ארויסגעשטאמעלט אז עס איז דא א נייער ארטיקעל אויף די פרשה.
אין איך מוז דיר טאקע זאגן הערליך איז צו קליינע קאמפלימענט איך האב מיר באלעקט די פינגערס.

איך וואלט דיר געוואלט בעטען אויב מעגליך אז די קענסט עס מאכן א יעדע וואך אויף די פרשה פאר די קרעטשמע טרינקערס

יישר כח אתרוג

מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2010 2:24 pm

תגובהדורך מה פתאום » זונטאג אוקטובער 10, 2010 6:54 pm

הרב גראדער,
קודם א גרויסן יישר כח.

ס'האט שוין לאנג נישט געהערשט אזא שטילקייט ביי אונז אין שטוב ווען איך פארצייל מעשיות וכו' ביי די סעודה. אלע אן אויסנאם האבן מיטגעהאלטן מיט אפענע מיילער.

איך האב פארציילט די גאנצע זאך פרייטאג צו נאכטס, און ביים ענדיגן האב איך געזאגט: "פארזעצונג אי"ה נעקסטע יאר פר' נח". די חברה האבן נעבעך געמיינט אז איך מאך א דזשאוק און העכסטנס וועט די פארזעצונג קומען שבת בייטאג ביי די סעודה, און אזוי ווי ס'איז שוין געווארן גענוג שפעט סייווי, האבן זיי ווייזט אויס מסכים געווען צו ווארטן ביז מארגן, אבער ביי די בייטאג סעודה ווען איך האב אנגעפאנגען פארציילן א מעשה פון ר' אליעזר דזשיקובער [יומדה"ל די וואך], האבן זיי אלע אינאיינעם ווי אין כאר אויסגעשריגן: נעה, פארצייל ווייטער די פרשה!!!

איך האב זיך געמאכט תמ'וואטע און געזאגט: אה, עטץ ווילטס הערן די פרשה? אקעי, און איך האב אנגעפאנגען ווייטער צו פארציילן פונעם מבול אזוי פלעין פונעם חומש ארויס. די קינדער האבן אבער פארפירט, אז דעי מעשה קענען זיי שוין... און איך זאל פארציילן אזוי ווי נעכטן נאכט ביי די סעודה...

איך האב זיי פרובירט מסביר זיין אז איך האב עס זייער ערנסט געמיינט ווען איך האב נעכטן נאכט געזאגט אז די פארזעצונג וועט קומען נעקסטע יאר אי"ה, ווייל דארט ווי איך האב עס געליינט שטייט עס אזוי אין פארזעצונגען... די חברה האבן אבער נישט נאכגעלאזט און אלע האבן צוגעזאגט צו זיין וואויל דעם שבת נאכמיטאג... די גרויסע האבן צוגעזאגט צו וואטשן די קליינע אז זיי וועלן נישט ארומטאנצן אויף די בעטן, די קליינע האבן צוגעזאגט נישט אריינצוקומען יעדע פאר מינוט אין מיין בעדרום "אויסזאגן" איינער דעם צווייטן...

הקיצור, הערסטו גראדער?

ווען דו שטעלט ווען ארויף נאך סחורה, וואלט איך זיך בעסער אויסגעשלאפן דעם שבת נאכמיטאג...

איך בעט דיר זייער בשם מיינע קינדער, ביטע זיי ממשיך די וואך אויכעט.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 10, 2010 7:47 pm

מה פתאום האט געשריבן:הרב גראדער,

כיהודה ועוד לקרא

בערך אזא מעשה געהאט

גראדערררררררררררררררררררר
זיי ממשיך
יישר כח למפרע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 10, 2010 9:50 pm

אתרוג האט געשריבן:מיין ווייב לויפט אריין זונטאג פארטאגס א פארסאפעטער און בעדרום און באנומענע קולות נעמט זיך שרייען מר. אתרוג די שלאפט יעצט!
די ווייסט וואס טוט זיך און קרעטשמע?!! אן איבערקערענישט עס איז געקומען איינער מיטען נאמען "גראדער" און יעדער מאכט חוזק אבער ער קלאפט ווייטער !!

וואס שרריי איך אויס וואס גייט דא פאר? ווער מאכט חוזק? און ווער קלאפט? קוים קוים האט זיך מרת אתרוג ארויסגעשטאמעלט אז עס איז דא א נייער ארטיקעל אויף די פרשה.
אין איך מוז דיר טאקע זאגן הערליך איז צו קליינע קאמפלימענט איך האב מיר באלעקט די פינגערס.

איך וואלט דיר געוואלט בעטען אויב מעגליך אז די קענסט עס מאכן א יעדע וואך אויף די פרשה פאר די קרעטשמע טרינקערס

יישר כח אתרוג

איך האב נישט געוואוסט אז פרויען דרייען זיך אויך דא אין קרעטשמע.... נו זהירות יש נשים.....

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 5:01 am

איך האב נישט דורך געליינט יעדנס תגובה, איך וויל זאגן מדילי,
איך האב עס פארגעליינט ביי מיר אינדערהיים שבת ביים טיש מחציתה בערב ומחציתה בבוקר, געווענדליך ווען איך דערצייל א מעשה איז מיר שווער צו טרעפן שפראך פאר אלע מיני עידשעס, אבער דא איז די שפראך געוועהן צוגעפאסט פאר יעדן עלטער, סתם אזוי האב איך א שטארקע רצון צו דערציילן פון די סדרה אבער ס'איז מיר שווער ווייל די קינדער קענען שוין די סדרה פון חדר, אבער דא מיטן ארטיקל היות ס'איז געוועהן בתורת מעשה האבן זיי אלע דאס אויסגעהערט געשפאנט,

מיינע קינדער האבן זיך צוגעכאפט צום "מרד כאפ און רויב קאמפעני".... זיי האבן דאס איבער געקייט נאכמאל אזוי אז שבת צופרי ווען זיי האבן געבעטן איך זאל דערציילן נאך, האבן זיי געזאגט טאטי דערצייל די כאפ און רויב קאמפעני ווייטער.... מיין ערשטע קלאס מיידל האט פארשטאנען אז איך זאג "כאפ ארויס קאמפעני".... אויך גוט,

יעצט א פלאן אויף ווייטער, אויב וועט דיר געלונגען הרב גראדער צו מאכן ס'גאנצע, און יעדע וואך, מה טוב ומה נעים ושכמ"ה, אבער אויב זעסטו פון פאראויס אז דו וועסט נישט קענען מאכן יעדע וואך, אפשר וואלט געוועהן א גוטע הצעה זיך צו פארלייגן אויף די שמות סדרות פון שמות ביז בשלח וואס קומט צוניץ פארן סיפור יצי"מ, (בערך אזא נוסח ווי דער ביכל איך וועל דיך ראטעווען, נאר דארט איז עס אביסל צו לאנג און ס'איז נישט עפעס אזוי דערציילבאר)

און איצט א ברכת ע"ט-י"ד והדיוט אז זאלסט מצליח זיין און טרעפן צייט צו שרייבן יעדע וואך, כדי אונזערע שבת טישן זאלן זיין מיט מער טעם,
פון היינט און ווייטער אז דו שרייבסט נישט יעדע וואך טראגסטו די אחריות פון אסאך שבת טישן....
געדענק!!!
שכוח נאכמאל

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 9:24 am

שאץ מאץ האט געשריבן: אבער אויב זעסטו פון פאראויס אז דו וועסט נישט קענען מאכן יעדע וואך, אפשר וואלט געוועהן א גוטע הצעה זיך צו פארלייגן אויף די שמות סדרות פון שמות ביז בשלח וואס קומט צוניץ פארן סיפור יצי"מ, (בערך אזא נוסח ווי דער ביכל איך וועל דיך ראטעווען, נאר דארט איז עס אביסל צו לאנג און ס'איז נישט עפעס אזוי דערציילבאר)

גם אני מצטרף בבקשה זו
איך האב דעם ביכל הנ"ל, ס'איז מורא'דיג אינטערעסאנט, אבער איך האב פרובירט ביים סדר זיך צוזאמען צו נעמען צו דערציילן עפעס איז עס נישט געגאנגען, איך האב געקלערט אז די חסרון איז אין מיר, למעשה זע איך אז אונזער געלונגענער שאץ האט זיך אויך עפעס נישט קיין עצה געגעבן דערמיט
נו לאמיר האפן גראדער וועסט עפעס צושטעלן א גוטס
יישר כח למפרע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 2:43 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:און איצט א ברכת ע"ט-י"ד והדיוט אז זאלסט מצליח זיין און טרעפן צייט צו שרייבן יעדע וואך, כדי אונזערע שבת טישן זאלן זיין מיט מער טעם,
פון היינט און ווייטער אז דו שרייבסט נישט יעדע וואך טראגסטו די אחריות פון אסאך שבת טישן....
געדענק!!!
שכוח נאכמאל

gagongan
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

תגובהדורך gagongan » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 5:35 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- יישר כח
נו געגאַנגען

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג אוקטובער 17, 2010 6:01 pm

טייערער 'גראדער', איר שרייבט דאך געוואלדיג! גראדער פון גראד!
מיר פארסמאקעווען זיך מיט יעדעס ווארט.

אבער אינגאנצן אן קריטיק קען מען דאך נישט... אלזא נאר א קליינע הערה'לע.
גראדער האט געשריבן:געענדיגט פארפאקן די עסנווארג נעמט זיך נח צום צהר, יוצא צו זיין אלע שיטות האט ער געמאכט סיי א פענסטער פון דיקן גלאז אז די וואסער זאל נישט קענען אריינקומען, און סיי ער האט אריינגעלייגט אין די תיבה א הערליכן גרויסן שטיין, ער האט עס אויפגעהאנגען אינמיטן די תיבה, און אונטער דעם איז געווען לעכער אראפ צו די אונטערשטע שטאקן אז די ליכטיגקייט זאל אנקומען איבעראל, (כ"ה)

לדעתי איז דאס א ביסל ליצנות געמאכט פון נח'ן צו זאגן אז "יוצא צו זיין אלע שיטות, האט ער געמאכט סיי וכו'".
(כאטש מ'קען עס פארענטפערן אז איר האט דאס גענומען פון ילקוט מעם לועז, וואס זאגט אזוי וויבאלד מיר ווייסן דאך אלו ואלו דא"ח, אבער דער אויסדרוק איז נישט מדוייק, והבן כי קצרתי).

דרך אגב דערמאן איך זיך אז מיט א צייט צוריק האב איך געשריבן א ענליכן ארטיקל אויף יציאת מצרים, זייער שיין באשריבן אין א ציענדן פארזעצונג, אבער מיין רעדאקטאר האט עס דאן נישט געוואלט אננעמען מיט די טענה אז עס איז ליצנות געמאכט פון די תורה. אבער שפעטער ווען עס ארויס געקומען די שפאנענדע ביכל - וואס שאץ האט שוין דערמאנט, נאר זיין טענה איז קיין טענה נישט, וויבאלד עס איז געשריבן געווארן אלס לענגערע ערציילונג און נישט נאכצופארציילן פאר קינדער ביים טיש - "איך וועל דיך ראטעווען" וואס האט געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג אין די אידישע וועלט, האט ער מיך אנגערופן בעטן דעם ארטיקל וואס איך האב אפגעשריבן, אבער דאן האב איך עס לדאבוני שוין נישט געטראפן.

אצינד ארבעט איך אויף א ארטיקל צו באשרייבן אויספירליך די "מלחמת בני יעקב", פון ספר הישר און מדרשים. און וויבאלד איך זעה אז דער עולם איז דא געווארן אינטרעסירט אין "פרשה אויסטייטשונגען", וועלן מיר פרעגן דער וואס האט אונז באשטעלט אויב ער ערלויבט אונז עס דא צו פובליצירן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 1:05 pm

פארשריבן. לדעתי איז דאס נישט קיין לצנות. א ווערטעל איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם. מ'מעג זיך ערלויבן. אדרבא. לייען נאר יגר'ס פרשה ארטיקלן...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 2:43 pm

יישר כח פאר די אלע וואס זאגן א גוט ווארט, בפרט פאר די וואס שפארן נישט און זאגן ''גוטע ווערטער'' (בלשון רבים...)

צום קריטיק אויפן צהר, היות ס'איז געשריבן אלס א סיפור המעשה און נישט ווי א ליקוט פון מדרשים, דערפאר האב איך ביי יעדן מחלוקה געדארפט אננעמען איין שיטה און דערציילן לויט דעם, אבער ביים צהר האבן מיר געשפירט לתועלת הענין דארף מען ביידע דערמאנען, און ס'טאקע דא וואס האלטן אז ער האט ביידע געמאכט, האמיר געניצט דעם אויסדרוק, לעניית דעתינו איז נישט קיין ליצנות צו זאגן אז נח אויף וועם די תורה איז מעיד איש צדיק תמים הי' זאל וועלן יוצא זיין אלע שיטות...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 6:32 pm

pdf please

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 6:49 pm

Noach.pdf
(104.72 KiB) דאונלאודעד 331 מאל

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 7:09 am

פארשריבן האט געשריבן:דרך אגב דערמאן איך זיך אז מיט א צייט צוריק האב איך געשריבן א ענליכן ארטיקל אויף יציאת מצרים, זייער שיין באשריבן אין א ציענדן פארזעצונג, אבער מיין רעדאקטאר האט עס דאן נישט געוואלט אננעמען מיט די טענה אז עס איז ליצנות געמאכט פון די תורה. אבער שפעטער ווען עס ארויס געקומען די שפאנענדע ביכל - וואס שאץ האט שוין דערמאנט, נאר זיין טענה איז קיין טענה נישט, וויבאלד עס איז געשריבן געווארן אלס לענגערע ערציילונג און נישט נאכצופארציילן פאר קינדער ביים טיש - "איך וועל דיך ראטעווען" וואס האט געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג אין די אידישע וועלט, האט ער מיך אנגערופן בעטן דעם ארטיקל וואס איך האב אפגעשריבן, אבער דאן האב איך עס לדאבוני שוין נישט געטראפן.

נישטערנדיג אין די אלטע ארכיון פונעם קרעטשמע, האב איך געטראפן אז ס'איז דא א אלטער אשכול אויף דעם אינהאלטסרייכן ביכל, און איינער ברענגט נאך פון דעם "החומה" אז ער האלט ווי דיין רעדאקטאר...
viewtopic.php?f=3&t=1710&start=75

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 1:24 pm

סאיז שוין טאקע פרשת וישב אבער כהאב הערשט יעצט געטראפן דעס ארטיקל אבער כמיז זאגן אז אפילו אינמיטן מכירת יוסף האב איך מיר באלעקט די פינגערס, אין די זעלבע צייט וועלך צילייגן א אינטרעסאנטע זאך

גראדער האט געשריבן:בדרך צחות קען זיין אזוי:

נח'ס שווער האט געהייסן למך,
כמבואר בפסוק בראשית ד יט ויקח לו למך שתי נשים, שם האחת עדה ושם השנית צלה, ובפסוק כב וצלה גם היא ילדה את תובל קין וגו' ואחות תובל קין נעמה פרש"י היא אשתו של נח. זעהט מען אז נח'ס שווער האט געהייסן למך בן מתושאל.

ווי אלט איז נעמה (נח'ס ווייב) געווען?

נא לאמיר אויפמישן פרשת בראשית אזוי ווי איך האב נישט א חומש וועל איך שרייבן מזיכרוני רש"י אויף דעם פסוק פארציילט אונז אז די ווייבער פון למך האבן זיך פורש געווען פין אים וויל ער האט געהארגעט קיין זאגט רש"י אז אדם הראשון האט זיי אויס געמוסרט האבן זיי אים געזאגט קשוט עצמך אז ער האט זיך פורש געווען פון חוה, מיד וידע אדם את חוה אשתו אין שת איז געבוירן.

יעצט לאמיר מאכן דעם חשבון שת איז געבוירן שנת קל לבריאות העולם אין דא זעמיר אז נעמה למך' טאכטער (נח'ס וויב) האט שוין געלעבט דעמאלס אין דער מבול איז געווען שנת אלף תרנ"ו לבריאות העולם קומט אויס אז זי איז געווען ביים מבול מונימום 1530 יאר ודו"ק
לעצט פאראכטן דורך jkup50 אום מיטוואך נובעמבער 24, 2010 10:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יאנקעל די פופציגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 1:50 pm

jkup50 האט געשריבן:סאיז שוין טאקע פרשת וישב אבער כהאב הערשט יעצט געטראפן דעס ארטיקל אבער כמיז זאגן אז אפילו אינמיטן מכירת יוסף האב איך מיר באלעקט די פינגערס, אין די זעלבע צייט וועלך צילייגן א אינטרעסאנטע זאך

גראדער האט געשריבן:בדרך צחות קען זיין אזוי:

נח'ס שווער האט געהייסן למך,
כמבואר בפסוק בראשית ד יט ויקח לו למך שתי נשים, שם האחת עדה ושם השנית צלה, ובפסוק כב וצלה גם היא ילדה את תובל קין וגו' ואחות תובל קין נעמה פרש"י היא אשתו של נח. זעהט מען אז נח'ס שווער האט געהייסן למך בן מתושאל.

ווי אלט איז נעמה (נח'ס ווייב) געווען?

נא לאמיר אויפמישן פרשת בראשית אזוי ווי איך האב נישט א חומש וועל איך שרייבן מזיכרוני רש"י אויף דעם פסוק פארציילט אונז אז די ווייבער פון למך האבן זיך פורש געווען פין אים וויל ער האט געהארגעט קיין זאגט רש"י אז אברהם אבינו האט זיי אויס געמוסרט האבן זיי אים געזאגט קשוט עצמך אז ער האט זיך פורש געווען פון חוה, מיד וידע אדם את חוה אשתו אין שת איז געבוירן.

יעצט לאמיר מאכן דעם חשבון שת איז געבוירן שנת קל לבריאות העולם אין דא זעמיר אז נעמה למך' טאכטער (נח'ס וויב) האט שוין געלעבט דעמאלס אין דער מבול איז געווען שנת אלף תרנ"ו לבריאות העולם קומט אויס אז זי איז געווען ביים מבול מונימום 1530 יאר ודו"ק

זעה אין אמת ליעקב פון הג"ר יעקב קאמינצעקי זצ"ל א הערליכן מדובר דערוועגן דארט אויפן פלאץ, און וועגן די אלע איבריגע דורות פון קין ווען זיי זענן געבוירן געוארן

און בעצם איז נישט מוכרח אז נעמה איז שוין דעמאלטס געווען געבוירן, ווייל פונקט ווי אדם האט חוזר געווען און געבוירן שת, האט למך אויך חוזר געווען פון זיין פרישות און געבוירן נעמה

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 3:28 pm

יהיה כן האט געשריבן:

לויט ווי איך געדענק שטייט אין סדר הדורת אזוי ווי איך האב געשריבן אבער אן די חשבון
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 7:49 pm

jkup50 האט געשריבן:ווי אלט איז נעמה (נח'ס ווייב) געווען?

נא לאמיר אויפמישן פרשת בראשית אזוי ווי איך האב נישט א חומש וועל איך שרייבן מזיכרוני רש"י אויף דעם פסוק פארציילט אונז אז די ווייבער פון למך האבן זיך פורש געווען פין אים וויל ער האט געהארגעט קיין זאגט רש"י אז אברהם אבינו האט זיי אויס געמוסרט האבן זיי אים געזאגט קשוט עצמך אז ער האט זיך פורש געווען פון חוה, מיד וידע אדם את חוה אשתו אין שת איז געבוירן.

אדם הראשון כצ"ל
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 10:17 pm

פליגל האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:ווי אלט איז נעמה (נח'ס ווייב) געווען?

נא לאמיר אויפמישן פרשת בראשית אזוי ווי איך האב נישט א חומש וועל איך שרייבן מזיכרוני רש"י אויף דעם פסוק פארציילט אונז אז די ווייבער פון למך האבן זיך פורש געווען פין אים וויל ער האט געהארגעט קיין זאגט רש"י אז אברהם אבינו האט זיי אויס געמוסרט האבן זיי אים געזאגט קשוט עצמך אז ער האט זיך פורש געווען פון חוה, מיד וידע אדם את חוה אשתו אין שת איז געבוירן.
[/quote
אדם הראשון כצ"ל

שכוח פארכטען
יאנקעל די פופציגער

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 7:42 pm

וועט זיין סחורה צו פארציילן פאר די קינדער די וואך??

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג ינואר 24, 2011 11:51 pm

ווער געדענקט נאך די "כאפ און רויב קאמפאני"? די קאמפעני עקזעסטירט נאך?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דינסטאג פאברואר 01, 2011 9:36 am

יא, דאכצעכמיר אז זיי רופן זיך היינט IRS

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

מדרש

תגובהדורך Alien » מיטוואך פאברואר 09, 2011 5:42 pm

גראדער שרייבט מער נישט קיין מדרש?
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » זונטאג אוקטובער 23, 2011 10:33 pm

הגבה!!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט