מקוה שפרינגערס - הערט אויף!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:08 am

א זלזול אויף טויזנטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה איז גארנישט?!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:26 am

איך וואלט געוואלט בעטן פון די טויזענטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, אז זיי זאלן מוחל זיין אויך נעמען א שויער פאר די מקוה!

איך בין נישט מחיוב צו ליידן פון א שמוציגע מקוה ווייל זיי זענען באקוועמע אידן און זיי רעכענען זיך נישט מיט א צווייטן, און שרייען נאך אז די מקוה איז שמוציג!

די אידן וואס גייען בכלל נישט אין שויער, נישט אז איך האלט ווי זיי, אבער איך פארשטיי אז זיי האבן א שיטה, אבער אז דו גייסט סייווי אין שויער, דאן פארוואס שמוציג מאכן די מקוה?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:55 am

אן אור-אלטע טענה...
עניוועי די אשכול איז נישט פאר דיזען וואס נעמען נישט קיין שויער פאר די מקוה, ווייל ס'לויפט זיך נישט אזוי שנעל אריין אין מקוה בעפאר א שויער מיטן קאלטן גוף. בררררררר....

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:58 am

טשאלענט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט בעטן פון די טויזענטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, אז זיי זאלן מוחל זיין אויך נעמען א שויער פאר די מקוה!

איך בין נישט מחיוב צו ליידן פון א שמוציגע מקוה ווייל זיי זענען באקוועמע אידן און זיי רעכענען זיך נישט מיט א צווייטן, און שרייען נאך אז די מקוה איז שמוציג!

די אידן וואס גייען בכלל נישט אין שויער, נישט אז איך האלט ווי זיי, אבער איך פארשטיי אז זיי האבן א שיטה, אבער אז דו גייסט סייווי אין שויער, דאן פארוואס שמוציג מאכן די מקוה?


איך אמאל געהערט פון איינעם אז ער נעמט א שויער פארן מקוה פאר כבוד הבריות און נאכן מקוה פאר כבוד עצמו :wink:
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:59 am

:grin:
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:14 am

וויל וועלן האט געשריבן:א זלזול אויף טויזנטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה איז גארנישט?!

ווען מ'רעדט פון אן הלכה וואס א דיין האט מעורר געווען, אויב איז אמת דארפן די טויזענטער אידן טוישן, נישט דער דיין.

יעדע פרצה וואס א דיין איז מעורר רעדט מען אז טויזענטער אידן טוען נישט גוט און זיי דארפן זיך טוישן.
נישטא קיין שום היתר צו רעדן מיט זלזול אויף א דיין ווייל ער זאגט וואס ס'שמעקט נישט, קענסט אויפווייזן אז א אנדער דיין ווייזט אויף אז להלכה איז ער נישט גערעכט, אבער חוזק?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:31 am

ווען נעמען א שויער נאך די מקוה וואלט געווען אן הלכה'דיגע אישו ביסטו 100% גערעכט, אבער אזוי ס'איז אנאנדערע מינע אישו, האט מען נישט וואס אריינצורעדן אויף א וועג וואס אפילו איין בחור אדער אינגערמאן וועט במשך זיינע קארגע 70 יאר עלי אדמות טראכטן צוויי מאל צו ער זאל גיין אין מקוה, ווייל ער איז פון די ... וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, און יעצט איז ער נישט אין גוסטע פון זיין בדיעבד'דיג.
כ'האף אז דו פארשטייסט מיין פוינט.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:44 am

גראדע איז דא א ענין עפ"י קבלה צו נעמען א שויער דוקא פאר די מקוה

עי' בליקוטי מהרי"ח ח"ב בסדר התנהגות ער"ש שכתב בשם ס' כנפי יונה לרחוץ קודם הטבילה (ודלא כמ"ש בסידור נוה"ש לרחוץ בחמין אחר הטבילה), וכן נראה מפע"ח וסידור האריז"ל וכן המנהג.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:56 am

וויל וועלן האט געשריבן:ווען נעמען א שויער נאך די מקוה וואלט געווען אן הלכה'דיגע אישו ביסטו 100% גערעכט, אבער אזוי ס'איז אנאנדערע מינע אישו, האט מען נישט וואס אריינצורעדן אויף א וועג וואס אפילו איין בחור אדער אינגערמאן וועט במשך זיינע קארגע 70 יאר עלי אדמות טראכטן צוויי מאל צו ער זאל גיין אין מקוה, ווייל ער איז פון די ... וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, און יעצט איז ער נישט אין גוסטע פון זיין בדיעבד'דיג.
כ'האף אז דו פארשטייסט מיין פוינט.


דו קענסט האבן גוטע פוינטס, און איך גיי נישט אריין אין דעם ענין, וואס גראדע איז דא אסאך צו רעדן, ע"פ הלכה, מנהג, און קבלה, אבער איך רעד נאר פון דעם אז פון א דיין מאכט מען נישט קיין חוזק, אויב רעד מען מיט ביטול קען מען אפלאכן פון די גאנצע תורה.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:03 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:ווען נעמען א שויער נאך די מקוה וואלט געווען אן הלכה'דיגע אישו ביסטו 100% גערעכט, אבער אזוי ס'איז אנאנדערע מינע אישו, האט מען נישט וואס אריינצורעדן אויף א וועג וואס אפילו איין בחור אדער אינגערמאן וועט במשך זיינע קארגע 70 יאר עלי אדמות טראכטן צוויי מאל צו ער זאל גיין אין מקוה, ווייל ער איז פון די ... וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, און יעצט איז ער נישט אין גוסטע פון זיין בדיעבד'דיג.
כ'האף אז דו פארשטייסט מיין פוינט.


דו קענסט האבן גוטע פוינטס, און איך גיי נישט אריין אין דעם ענין, וואס גראדע איז דא אסאך צו רעדן, ע"פ הלכה, מנהג, און קבלה, אבער איך רעד נאר פון דעם אז פון א דיין מאכט מען נישט קיין חוזק, אויב רעד מען מיט ביטול קען מען אפלאכן פון די גאנצע תורה.

קבלה קען איך נישט,
מנהג קען זיין אבער ס'געווען אנדערע וואס האבן זיך נישט אזוי געפיהרט.
עפ"י הלכה קענסטו מאריך זיין ? איך בין נייגעריג אין דעם מקור.
מיינסט די י"ח דבר ? דאס האט 'לכאורה' נישט קיין שייכות.

(קען זיין יענער דיין האט אזוי געזאגט נישט בתורת הלכה נאר אלץ חסידות צו געפיהל, איך ווייס נישט, )
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 4:13 pm

איך האב געהערט א מעשה פונעם הייליגען ריבניצער זיע''א

אז כידוע פלעגט ער נישט געבן די האנד פאר איינעם וואס איז נישט יענעם טאג געגאנגען אין מקוה,

איינמאל האט איינער עם אויס געשטרעקט די האנט,און די רבי האט עם נישט געוואלט געבן שלום

האט זיך יענער אנגערופען 'איך בין געווען אין מקווה היינט'

האט דער רבי געזאגט,יא אבער ביזט געעגאנגען אין שויער נאכדעם.הפלא ופלא
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 6:44 pm

ס'שטימט האט געשריבן:איך האב געהערט א מעשה פונעם הייליגען ריבניצער זיע''א

אז כידוע פלעגט ער נישט געבן די האנד פאר איינעם וואס איז נישט יענעם טאג געגאנגען אין מקוה,

איינמאל האט איינער עם אויס געשטרעקט די האנט,און די רבי האט עם נישט געוואלט געבן שלום

האט זיך יענער אנגערופען 'איך בין געווען אין מקווה היינט'

האט דער רבי געזאגט,יא אבער ביזט געעגאנגען אין שויער נאכדעם.הפלא ופלא

בלשונו הקדוש: דו ביסט נישט געווען אין וואָסער...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 2:24 pm

טשאלענט האט געשריבן:
ס'שטימט האט געשריבן:איך האב געהערט א מעשה פונעם הייליגען ריבניצער זיע''א

אז כידוע פלעגט ער נישט געבן די האנד פאר איינעם וואס איז נישט יענעם טאג געגאנגען אין מקוה,

איינמאל האט איינער עם אויס געשטרעקט די האנט,און די רבי האט עם נישט געוואלט געבן שלום

האט זיך יענער אנגערופען 'איך בין געווען אין מקווה היינט'

האט דער רבי געזאגט,יא אבער ביזט געעגאנגען אין שויער נאכדעם.הפלא ופלא

בלשונו הקדוש: דו ביסט נישט געווען אין וואָסער...


איך האב געהערא די מעשה פון ר' אלימלך רוטנער אין איך האב עס קאמפורמט ביי זיין טאטע יבלח"ט ר' יעקב חיים ז"ל, ער איז טאקע זייער שארף ווען ער זעט איינעם גיין אין שויער נאך די מקוה

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:41 pm

קודם כל, די מעשה ווערט געברענגט אין עטליכע פלעצער, און דער ריבניצער רבי זצ"ל האט אים נישט געזאגט אז ווייל ער איז געגאנגען אין שויער נאך די מקוה וויל ער אים נישט געבן די האנט, ער האט אים פשוט נישט געגעבן די האנט, און דער בעל המעשה זעלבסט האט דערנאך געזאגט פאר די פארוואונדערטע צושויער אז ער איז געגאנגען אין שויער נאך די מקוה.

אבער ס'איז קיינער נישט מכריע אז דער ריבניצער רבי האט נישט מחשיב געווען די טבילה וועגן דעם, אפשר האט יענער נעבעך אפגעטוהן שווערע עבירות פון ווען ער איז געווען אין מקוה ביז ער האט אויסגעשטרעקט די האנט פארן ריבניצער רבי?!

אלזא, זאל קיינער נישט ברענגען קיין ראי' פון די מעשה, ווייל ס'איז נישט מוכרח אז ער האט אים נישט געגעבן די הענט וועגן דעם

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 5:42 am

וויל וועלן האט געשריבן:זיי געזונט האט געשריבן:
יעצט צום ענין כ'האב אמאל געהערט פון א חשובע דיין אז א שויער נאכן מקוה איז נישט קיין שום פראבלעם נאר איין זאך א מוקה האט מען נישט געהאט ... ער האט מסביר געווען אז די גאנצע מוקה איז אז די וואסער גייט ארויף אויפן מענטש, און אויב נעמט מען א שויער נאכדעם האסטו דאך גארנישט פון די גאנצע מקוה...

לויט דעם חשוב'ן דיין, אז מ'ווישט זיך אפ נאך די מקוה הייסט יא אז מ'איז געווען אין מקוה, אדער אויך נישט?!


פינעם אריז"ל שטייט אז ערב שבת זאל מען זיך נישט אפווישען כדי די וואסער זאל זיך איינזאפען אינעם גוף

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מיטוואך נובעמבער 16, 2016 5:43 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט בעטן פון די טויזענטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, אז זיי זאלן מוחל זיין אויך נעמען א שויער פאר די מקוה!

איך בין נישט מחיוב צו ליידן פון א שמוציגע מקוה ווייל זיי זענען באקוועמע אידן און זיי רעכענען זיך נישט מיט א צווייטן, און שרייען נאך אז די מקוה איז שמוציג!

די אידן וואס גייען בכלל נישט אין שויער, נישט אז איך האלט ווי זיי, אבער איך פארשטיי אז זיי האבן א שיטה, אבער אז דו גייסט סייווי אין שויער, דאן פארוואס שמוציג מאכן די מקוה?


איך אמאל געהערט פון איינעם אז ער נעמט א שויער פארן מקוה פאר כבוד הבריות און נאכן מקוה פאר כבוד עצמו :wink:

ווער וועט זיך זארגן פאר אביסעלע כבוד השם???

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 11:20 am

פטיש האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט בעטן פון די טויזענטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, אז זיי זאלן מוחל זיין אויך נעמען א שויער פאר די מקוה!

איך בין נישט מחיוב צו ליידן פון א שמוציגע מקוה ווייל זיי זענען באקוועמע אידן און זיי רעכענען זיך נישט מיט א צווייטן, און שרייען נאך אז די מקוה איז שמוציג!

די אידן וואס גייען בכלל נישט אין שויער, נישט אז איך האלט ווי זיי, אבער איך פארשטיי אז זיי האבן א שיטה, אבער אז דו גייסט סייווי אין שויער, דאן פארוואס שמוציג מאכן די מקוה?


איך אמאל געהערט פון איינעם אז ער נעמט א שויער פארן מקוה פאר כבוד הבריות און נאכן מקוה פאר כבוד עצמו :wink:

ווער וועט זיך זארגן פאר אביסעלע כבוד השם???

;l;p-

(וויאזוי רופט ער עס אן אויפן ערשטן בלאט?
אויסגעשטרעקט דעם גראבן פינגער למולי, אלס א סאלידאריטעט אויסדרוק
:lol: :lol: )

גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

תגובהדורך גרויסער יחסן » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:46 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט בעטן פון די טויזענטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, אז זיי זאלן מוחל זיין אויך נעמען א שויער פאר די מקוה!

איך בין נישט מחיוב צו ליידן פון א שמוציגע מקוה ווייל זיי זענען באקוועמע אידן און זיי רעכענען זיך נישט מיט א צווייטן, און שרייען נאך אז די מקוה איז שמוציג!

די אידן וואס גייען בכלל נישט אין שויער, נישט אז איך האלט ווי זיי, אבער איך פארשטיי אז זיי האבן א שיטה, אבער אז דו גייסט סייווי אין שויער, דאן פארוואס שמוציג מאכן די מקוה?


איך אמאל געהערט פון איינעם אז ער נעמט א שויער פארן מקוה פאר כבוד הבריות און נאכן מקוה פאר כבוד עצמו :wink:

הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל פלעגט זיך ארום וואשן פאר'ן זיך טובל'ען אין מקוה און נאך דעם. ער פלעגט זאגן: "פאר דעם וואש איך זיך ארום אלס 'ואהבת לרעך כמוך' (וועגן די יידן וואס טובל'ען זיך ס'זאל נישט שמוציג ווערן די מקוה) און נאך דעם וואש איך זיך ארום אויך אלס 'ואהבת לרעך כמוך' (צוליב די וואס האבן זיך נישט ארום געוואשן און די מקוה איז דערפאר שמוציג, זאל נישט שמעקן פון איהם)

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג נובעמבער 04, 2018 7:30 pm

גרויסער יחסן האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט בעטן פון די טויזענטער אידן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה, אז זיי זאלן מוחל זיין אויך נעמען א שויער פאר די מקוה!

איך בין נישט מחיוב צו ליידן פון א שמוציגע מקוה ווייל זיי זענען באקוועמע אידן און זיי רעכענען זיך נישט מיט א צווייטן, און שרייען נאך אז די מקוה איז שמוציג!

די אידן וואס גייען בכלל נישט אין שויער, נישט אז איך האלט ווי זיי, אבער איך פארשטיי אז זיי האבן א שיטה, אבער אז דו גייסט סייווי אין שויער, דאן פארוואס שמוציג מאכן די מקוה?


איך אמאל געהערט פון איינעם אז ער נעמט א שויער פארן מקוה פאר כבוד הבריות און נאכן מקוה פאר כבוד עצמו :wink:

הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל פלעגט זיך ארום וואשן פאר'ן זיך טובל'ען אין מקוה און נאך דעם. ער פלעגט זאגן: "פאר דעם וואש איך זיך ארום אלס 'ואהבת לרעך כמוך' (וועגן די יידן וואס טובל'ען זיך ס'זאל נישט שמוציג ווערן די מקוה) און נאך דעם וואש איך זיך ארום אויך אלס 'ואהבת לרעך כמוך' (צוליב די וואס האבן זיך נישט ארום געוואשן און די מקוה איז דערפאר שמוציג, זאל נישט שמעקן פון איהם)

די מעשה איז ווערט א בליאן מיט א "ב"
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג נובעמבער 04, 2018 8:43 pm

פארשטייט זיך אויב ס'איז אמת...

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:13 pm

קליינע שאנסן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3338
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 3:11 am

היינטיגע צייטן ווער עס נעמט נישט א שויער נאכן מקוה איז מתחייב בנפשו.
כך אמר לי א פרומע דאקטאר, וכך אמר לי דיין אחד וואס טוט אסאך אין עניני רפואה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 7:41 am

יידישע קהילות האט געשריבן:היינטיגע צייטן ווער עס נעמט נישט א שויער נאכן מקוה איז מתחייב בנפשו.
כך אמר לי א פרומע דאקטאר, וכך אמר לי דיין אחד וואס טוט אסאך אין עניני רפואה.

דער הייליגער ריבניצער רבי זצ"ל האט אנדערש געהאלטן.

ווי באקאנט פלעגט ער נישט געבן די האנט פאר עמיצן וואס איז נישט געווען אין מקוה (וואסער) יענעם טאג, האט זיך געמאכט אמאל (מן הסתם כמו"כ מאל) אז א איד האט זיך געאייסערט אז ער איז יא געווען, פלעגט ער זאגן, אז אויב מ'איז געווען אין שויער דערנאך הייסט דאס נישט געווען אין מקוה, און ער האט נישט געגעבן די האנט ביז יענער איז נאכאמאל געגאנגען אין מקוה (אן א שויער דערנאך..).

ס'איז מיר גראדע אמאל איינגעפאלן א שטיקל ביאור דערויף, וואס האט מיר געגעבן א שטיקל ישוב הדעת איבער די נקודה, אבער מי אני וואס כ'ווייס נישט באמת בין ימיני לשמאלי איבער די טעמים פין מקוה, זיכער נישט וואס ס'שטייט אין די קליינע אותיות (וואס לכאו' דארט דארף צו זיין די שליסל צו דעם רעיון מיינער - אויב ס'האט אן אמת) אויסצופויקן מיינע בויך וויי נאך די מפורש'ע הוראה פין אזא צדיק וקדוש.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:51 am

גרויסער יחסן האט געשריבן:הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל פלעגט זיך ארום וואשן פאר'ן זיך טובל'ען אין מקוה און נאך דעם. ער פלעגט זאגן: "פאר דעם וואש איך זיך ארום אלס 'ואהבת לרעך כמוך' (וועגן די יידן וואס טובל'ען זיך ס'זאל נישט שמוציג ווערן די מקוה) און נאך דעם וואש איך זיך ארום אויך אלס 'ואהבת לרעך כמוך' (צוליב די וואס האבן זיך נישט ארום געוואשן און די מקוה איז דערפאר שמוציג, זאל נישט שמעקן פון איהם)

געהערט אמאל ענליכס

איינער האט געזאגט אז ער וואשט זיך פארדעם וועגן ואהבת לרעך און נאכדעם וועגן כמוך ודפ"ח כריין
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:53 am

נאך

ער וואשט זיך פארדעם וועגן ס'דא וואס זענען מקפיד און נאכדעם וועגן ס'דא אזאלעכע וואס זענען נישט מקפיד
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט