א בריוו צו מיין כנגדו

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

א בריוו צו מיין כנגדו

תגובהדורך גראדער » פרייטאג יוני 18, 2010 1:54 pm

יא, אזוי ווי דו הערסט, לא זכה, אז איך האב נישט זוכה געווען, כנגדו, האסטו קגען מיר אלע זכותים...(קוק נישט נאך אין צאינה וראינה, אז איך זאג אזוי, איז דאס דער פשט!)

און אז ס'איז שוין יא אזוי וויל איך דיר בעטן אפאר זאכן, ביטע נעם עס נישט צום הארצן, ווייל ס'איז מיר גרינגער צו לעבן מיט א שווערע שלום בית ווי צו זיין אן אלמן... (אדער ווארט כאטש צו ביז איך ווער א מעמבער ביי ''ערבים''...)

ראשית כל ווייס איך נישט וואס איז מיט אונז געשעהן, ווען מיר האבן חתונה געהאט מיט יארן צוריק זענען מיר געווען אזא געשמאקע ''יאנג קאפל'', שווער און שוויגער האבן צוגעשטעלט נאכטמאל, דו ביזט געווען א טיטשער האב איך סיי געהאט מנוחה במשכ'ן טאג, און סיי ס'האט געדעקט די רענט פונעם 4 רום דירה וואס איז אויך געווען צו גרויס פאר אונז, און עפעס דורכאויס די יארן האט זיך אלעס געטוישט, קודם האסטו מיר אריינגעשמוגלט איין קינד נאכן צווייטן, איז מיר די דירה געווארן צו קליין, האמיר געדארפט מופן צו א 7 רום דירה, האט זיך די רענט געדאפלט, די קינדער האבן זיך געטריפלט, און די גויטע קומט שוין אויך 3 מאל א וואך, און אוודאי אלעס אויף מיין פיקל, פארשטייט זיך אז נאך איינס אהאלב קינדער האסטו אויפגעהערט צו ארבעטן, (אוודאי איך האב געדארפט זיין א שיינער איד און עס פארלאנגען...)

דא ביזטו מחנך די קינדער אז מ'דארף גיין נארמאל אנגעטון, קען איך זיי נישט קויפן קיין שמאטעס, שיך לאזטו זיי נישט גיין מיט לעכעריגע, מוז איך כסדר ספאנסערן נייע, און איבער אלעם ציעסטו מיר אויף א דור מיט הונגעריגע וועלף! פארוואס קען נישט זיין גענוג א פעקל ברויט און א באטל מילך א וואך?! פארוואס קענען זיי נישט עסן א קען טונא פאר נאכטמאל?! וויאזוי פלעגט מיין ראש ישיבה זאגן, אונזערע זיידעס אין לאגער האבן זיך געפרייט מיט די הארטע ברויט! (קען זיין ווייל דעמאלס איז עס נאך געווען פריש...)

און אז איך רעד שוין צו דיר וויל איך דיר נאך עפעס זאגן, געדענק גוט, ס'וועט קומען א צייט ווען איך וועל זיי אלע ארויסווארפן פון שטוב, איך וועל זיי אלע חתונה מאכן איינע נאך די אנדערע און פארטיג! וויפיל קען מען ליידן! איך וועל ענדערש איינמאל געבן א ספענד אריין א פיפיציג אלפים פער קינד, און געענדיגט! זאלן זיי האבן זייערע אייגענע הייזער, אייגענע קינדער, אייגענע דאגות, צו מיר זאלן זיי נאר קומען ווען זיי דארפן געלט... (ווי מיין טאטע טענה'ט שטענדיג...)

זעה'סט למשל אונזער שכן שמערלער, דארט איז ממש א מחי', 18 קינדער און אלעס קלאפט ווי א זייגער, איר מאן טראגט ארויס די גארביטש יעדן טאג, ער העלפט לייגן שלאפן די קינדער, גייט מיט זיי שפאצירן, פיטערט זיי נאכטמאל, אזוי דארף זיין! פארוואס קענסטו מיין טייערע כנגדו נישט טון די אלע זאכן?! פארוואס דארף אלעס פאלן אויף מיר? פארוואס דארף פונקט איך מאכן קידוש פאר אלע קינדער? מ'קען דאך הייזעריג ווערן! הא! פאר דיר האסטו גענומען אזא שיינע זאך ווי צינדן ליכט... טוסט דיר אן א ווייסע פארטוך א ווייסע טיכל, ווערסט מיר הייליג, לייגסט די הענט אויף די אויגן, וויינסט אביסל, (דער בדחן קוקט נישט, ער וועט עס ממילא זאגן אויף דיר, קענסט שוין סטאפן...) דערנאך גיבן דיר אלע קינדער א קוש אין די האנט, ממש א מחי' א באליבטע מאמע, און איך דארף זיי פארהערן... זיין דער שטרענגער טאטע... נישט אומזיסט שלאף איך אלעמאל איין אינדערמיט, איך חלום זיך אז באלד באקום איך א קוש פון אים....

און פאר איך ענדיג קען איך זיך נישט איינהאלטן פון דיר זאגן איינמאל פאר אלעמאל! דו קאכסט צו גוטע עסן! ווי איז געהערט געווארן אז א פרוי באקט קאקאש קעיק, קאפ קעיק, מארבל קעיק, און אלעס נאך לכבוד שבת... פארוואס מאכסטו מיר אזא גוטן טשולענט! קענסט מיר זאגן ווער האט דיר געהייסן מאכן אזא געשמאקן אווער נייט קיגל יעדע וואך! ווילסט א משל? קוק ווי אומגעשמאק איך מאך די אייער-צוויבל יעדע וואך, אזוי דארף מען מאכן! ווייניג זאלץ, אומבאלומפערט, אומבאכלעפטשעט, אנע טעם, וועסטו זעהן אז די קינדער וועלן נישט זיין איבערוואגיק...

שוין, ס'ווערט שפעט, ס'שוין באלד שבת, און איך דארף נאך גיין אפברענען די ליכט פאר דיר... און כ'האב מיר נאכנישט געשוירן די נעגל, אוי איז דא אסאך צו טון, וואס דארפסטו טון אין א פרייטאג? הא? גיבן א קאך אפ דעם שבת, א באק חלות, א טו אן די קינדער שבת'דיג, אביסל אויפרוימען, און שוין! דאס איז עס, און אייביג ווערסטו פארטיג די לעצטע מינוט, משא"כ איך, כ'דארף שניידן די נעגל! אפברענען די ליכט! פוצן די שיך! (הגם ע"פ רוב פיצטי עס שוין פאר מיר, לאמיר עס לאזן אויף אן אנדערס מאל...) מעביר סדרה'זיין, ליינען די נייעס, הערן קול מבשר, (כ'קען דאך נישט אנקומען שבת אין שוהל ווי א שאינו יודע...) וכו' וכו' שאי אפשר לפורטם כי אינם חיים וקימים... און דאך בין איך פארטיג אין צייט, 13 מינוט נאכן צווייטן פייף...

כ'מיין פאר אונזער שלום בית וועגן, וועל איך בלייבן ביי דעם...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

פראפעסאר שטארקמאן
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 8:13 pm

תגובהדורך פראפעסאר שטארקמאן » פרייטאג יוני 18, 2010 3:16 pm

חחחחחח...... זאל דער באשעפער העלפען ווייטער שמחות מיט נחת

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יוני 18, 2010 4:03 pm

איינס בריוו בעסער פון צווייטן...

געלעגער, גיי דיר אביסל צולייגן אויפן געלעגער בעפאר שבת....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » פרייטאג יוני 18, 2010 4:24 pm

נאר אזוי, אז ס'טוט וויי שרייט מען.

גוט שבת גראדער.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג יוני 18, 2010 4:32 pm

גראדער אייזן, רעווערס סייקאלעדזשי....

האסט פארגעסן צו שרייבן אז אז דו דארפט נאך שרייבן אין קרעטשמע; ווילסט נישט זי זאל וויסן הא.....?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
די גרויסע עפל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 08, 2010 4:01 pm
לאקאציע: אין ניו יארק סטעיט שבאמעריקא

תגובהדורך די גרויסע עפל » פרייטאג יוני 18, 2010 5:23 pm

גראדער, יוא מעיד מיי שאבעס.............
A APPLE A DAY - TAKES THE DOCTOR AWAY

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש יוני 19, 2010 9:12 pm

ניטא קרומער ווי א גראדער ארטיקל.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג יוני 20, 2010 8:31 am

דער האקט ארטיקלען כמעיין המתגבר!!!

הערליך הערליך.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » זונטאג יוני 20, 2010 8:33 am

דער האט אן ערנסטן פראבלעם מיט זיין כנגדו, ס'טשוין באמערקט?

אייאיי גראדער, אז דו ווילסט שטארק קעניך אפשר אריבער קומען העלפן אין דיין קורצן פרייטאג, איך וועל הערן דעם קול מעבאשער, און דו וועסט רואיג זיך קענען גיין צולייגן לכבוד שבת...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » זונטאג יוני 20, 2010 11:09 am

שכח ;l;p-

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » זונטאג יוני 20, 2010 11:24 am

וויזוי האסטו אזוי גוט צוגעטראפן?!..

האלט אן מיט דיין גראדער שפראך, מיר זענען זיך מחיה דערמיט,
שכוח!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג יוני 20, 2010 4:45 pm

נישטא קיין ווערטער עי וואן ;l;p-

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יוני 20, 2010 4:53 pm

יו איז דאס גוט גראדער!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » זונטאג יוני 20, 2010 9:21 pm

גראדער, הערליך, און דו גיבסט נישט אונטער....

שרייב און שרייב און שרייב נאכאמאל. דו שרייבסט דאך שיייייייין!

און דיינע געדאנקן-אהא-זיי ציען דאך צו די הערליכערע זייט פון מענטשהייט, צו די ערהארבענע קוק ווינקל פון דער גן החיות פונעם "מענטש"!

כה לחי!!!
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » זונטאג יוני 20, 2010 11:39 pm

מבין נומ 1 האט געשריבן:דער האט אן ערנסטן פראבלעם מיט זיין כנגדו, ס'טשוין באמערקט?

אייאיי גראדער, אז דו ווילסט שטארק קעניך אפשר אריבער קומען העלפן אין דיין קורצן פרייטאג, איך וועל הערן דעם קול מעבאשער, און דו וועסט רואיג זיך קענען גיין צולייגן לכבוד שבת...

עה איך װאלט ענדערש געהאלפען פטור װערען פֿינעם געשמאקען טשאלענט,אויװערנײט,קיכען אין חלות
בד״װ גראדער אין מקוה גײסט די נישט עש״ק? אדער איז דאס שוין נאך די 13 1/2 מינוט?

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג יוני 21, 2010 5:42 am

ציקער זיס , שכוח
שרייב נאך אין נאך אין נאך

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 21, 2010 8:05 am

לב יודע "מרת" (וי"ג מיסיס) נפשו! דער שיסט "גראד" אין פינטל אריין! גענומען די כנגדו'טע און אריינגעפארן אין זיבעטן ריפ! אדרבה, זאלן זיי זיך אויסלערנען: להיות כל איש שורר בביתו! א נצחון אין אלע "קעגנערס"!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יוני 23, 2010 2:23 pm

א בריוו צו גראדער!
.................

גראדער, כ'בין עכט ביזי, געמער א שרייב א בריוו צו דיר, כ'בין זיכער עסטעס מאכן בעסער פון מיר. א ריזיגן יישר כח, כ'האב גוט גע'שמייכל'ט.

gagongan
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

תגובהדורך gagongan » מיטוואך יוני 23, 2010 5:38 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו געגאַנגען

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג יולי 01, 2012 12:32 pm

וואס 'כנגדו' האט צוריק געענטפערט ווילסטו נישט שרייבן. הא?
שויתי השם לנגדי תמיד

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2492
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג יולי 01, 2012 1:28 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:וואס 'כנגדו' האט צוריק געענטפערט ווילסטו נישט שרייבן. הא?


דאס געהערט שוין אין די משפחה פאסט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 4:55 pm

פארוואס האב איך דעס נאר געעפענט??? וואטעווער, נאכאמאל געשמייכלט. (מיין אלטע דאנק איז מסתם פארשוועמט געווארן, נאר וואס דען?)

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 5:24 pm

איי גראדער איכה?????????
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » מיטוואך ינואר 08, 2014 5:36 pm

ערשט יעצט געליינט און ס'האט מיר געקאסט א שמייכעל א דאנק
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

יעקב יצחק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 27, 2017 2:12 pm

תגובהדורך יעקב יצחק » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:40 pm

גיט גיט, ווי נעמט מען דעי שפראך...


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט